די וואונדערליכע געוויקס "פלדור" פאר זכרון

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

די וואונדערליכע געוויקס "פלדור" פאר זכרון

תגובהדורך איך בין א יוד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:31 pm

חזור חזור ואל תצטרך לבלאדור,
האברבנאל בספרו נחלת אבות (פרק חמישי)

בס' אור תורה כתב שמצא שהרמב"ם בצעירותו טרם למד היה משמש בבית אדון אחד, ופעם היה לאדון לנסוע לדרכו וציווה למשמשו [הרמב"ם] שלא יאכל מהכלים שנמצא מהם בלדור, ולא שמע לו הרמב"ם ואכל ממנו ונתפקח עד מאוד,

וכן מסופר על החיד"א שאכל ממנו בילדותו וזכה לזיכרון עצום.

איינער קען מרחיב זיין די נושא,?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:34 pm

כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:24 pm

זעיט זיך אויס פון דא אז ס׳העלפט נאר אויב מ׳נעמטעס אלס קינד, אבער איידער דו גיבסטעס פאר דו אינגווארג נעם אין אכט אז ז׳וועלן אויך קענען געדענקען וואס דו ווילסט ז׳זאלן פארגעסן...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:26 pm

Graphic24 האט געשריבן:זעיט זיך אויס פון דא אז ס׳העלפט נאר אויב מ׳נעמטעס אלס קינד, אבער איידער דו גיבסטעס פאר דו אינגווארג נעם אין אכט אז ז׳וועלן אויך קענען געדענקען וואס דו ווילסט ז׳זאלן פארגעסן...


איך ווייסט נישט וואו עס איז פארלעסליך, אבער מען שרייבט, אז דער רמב"ם האט גענומען ווער ער איז שוין געווען א בן עשרים!.

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:28 pm

Semecarpus anacardium
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (28.81 KiB) געזעהן 587 מאל

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:16 am

ליגט מיר אין זכרון (נישט גענומען בלזור) אז מ'האט געפרעגט דעם מהרש"ם אויב ער האט גענומען בלזור, האט עס אים וויי געטון זאגנדיג אז ער האט אלעס געלערנט 400 מאל און האט נישט געהאט בלזור.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:45 am

די געוויקס קומט פון אינדיע און געהערט צו די זעלבע פאמיליע ווי די קעשו ניס און פויזן אייווי.
די פלאנצוג, ווי פילע פלאנצונגען אין די אנאקארדיאסיע פאמיליע, פראדוצירט אן אויל וואס איז שעדליך פארן הויט און פאראורזאכט בלאטערן און וואונדן.

image_search_1568263165688.jpg
Semecarpus anacardium
image_search_1568263165688.jpg (60.76 KiB) געזעהן 478 מאל

סעמעקארפוס אנאקארדיום ווערט ברייט באנוצט אין איורוועדיק מעדיצין, די אוראלטע מעדיצינישע טראדיציע אין אינדיע, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן גארנישט פארלעסליך איבער זיכרון.


אין פאקט די קעשו ניסל וואס מען קויפט אין געשעפט וואקסט אין א הארטער גיפטיגער שאלאכץ וואס מען מוז אויפברעכן צוצוקומען צום ניסל.
די ניסל וואקסט אויף א פאלשע, עסבארע פרוכט (די "פרוכט," גערופן 'קעשו עפל,' איז נישט מער ווי די אויפגעבלאזענע שטענגל וואס האלט די עכטע פרוכט, די שאלאכץ מיט די נוס דערין, באהאפטן צום בוים). די שאלאכץ וואס נעמט ארום די קעשו ניסל קומט ארויס ביים עק פונעם פרוכט און איז אנגעזאפט מיט אורושיאל, די גיפטיגע אויל וואס מאכט פויזן אייווי אזוי שעדליך. די נוס אינעם שאלאכץ ווערט אראפגענומען פונעם פרוכט און די שאלאכץ מוז ווערן אויפגעבראכן דורך א מאנטש. טויזנטער און טויזנטער מענטשן וואס וואוינען אין די פלעצער וואו די קעשו בוים וואקסט, זיצן אגאנצן טאג מיט א האמערל אין די הענט און קראכן פארזיכטיג די גיפטיגע ניסעלעך אז דו זאלסט קענען זיצן ביים וואכנאכט און האקן שטיקער פון די געשמאקע געבראטן-געזאלצענע ניס.

image_search_1568263415702.jpg
באמערק די בלעטער און פרוכט-שאלאכץ-ניסל וואס זענען ענליך צו די סעמעקארפוס אנאקארדיום
image_search_1568263415702.jpg (96.83 KiB) געזעהן 478 מאל

די ניסן קראכער, מערסטנס דערפון פרויען אין אינדיע, באקומען באצאלט צוויי דאלער א טאג פאר צען שעה ארבעט, און בלייבן מיט פערמענאנט געשעדיגטע הענט פון דעם גיפטיגע אויל.

אנדערע פלאנצונגען וואס געהערן צו די אנאקארדיאסיע פאמיליע איז די געשמאקע פערסישע און טערקישע פיסטעטשו ניסל, די מאנגא פרוכט און פויזן אוק און פויזן סומאק.

image_search_1568266354576.jpg
image_search_1568266354576.jpg (166.56 KiB) געזעהן 478 מאל

די טראפיש-אויזעענעדער 'סטעגהארן סומאק' וואס וואקסט נאטורליך אין מזרח טייל פון צפון אמעריקע. מען קען דאס זען וואקסן ווילד אין די קעטסקיל בערג און אפילו אין די סיטי. עס האט נישט די שעדליכע אורושיאל אויל, כאטש עס איז טייל פון די אנאקארדיאסיע פאמיליע.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

פינחס
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:04 pm

שלמה נייס שכח
למעשה זאל איך עס נעמען

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:31 pm

פאר זכרון? ניין.
פאר אנדערע געברויכן פרעג א דאקטאר.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:58 pm

פון ווי ווייסן דא די אלע שרייבער'ס אויף זיכער וואס פונקטליך די געוויקס איז? אגב איך האב אמאל געהערט אז דאס מיינט פשוט'ע קאווע בונדלעך. (באקאנט די מאמר החכם חזור חזור ואל תצטרך לבלזור)

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:08 pm

הידען העצום הישיש ר' שמואל אשכנזי האט מלקט געווען זייער אסאך בענין דעם געוואוקס און זיין סגולה, ראה בספרו 'אלפא ביתא תניתא' עמ' 365-340.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:20 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:...אין פאקט די קעשו ניסל וואס מען קויפט אין געשעפט וואקסט אין א הארטער גיפטיגער שאלאכץ וואס מען מוז אויפברעכן צוצוקומען צום ניסל.
די ניסל וואקסט אויף א פאלשע, עסבארע פרוכט (די "פרוכט," גערופן 'קעשו עפל,' איז נישט מער ווי די אויפגעבלאזענע שטענגל וואס האלט די עכטע פרוכט, די שאלאכץ מיט די נוס דערין, באהאפטן צום בוים). די שאלאכץ וואס נעמט ארום די קעשו ניסל קומט ארויס ביים עק פונעם פרוכט און איז אנגעזאפט מיט אורושיאל, די גיפטיגע אויל וואס מאכט פויזן אייווי אזוי שעדליך. די נוס אינעם שאלאכץ ווערט אראפגענומען פונעם פרוכט און די שאלאכץ מוז ווערן אויפגעבראכן דורך א מאנטש. טויזנטער און טויזנטער מענטשן וואס וואוינען אין די פלעצער וואו די קעשו בוים וואקסט, זיצן אגאנצן טאג מיט א האמערל אין די הענט און קראכן פארזיכטיג די גיפטיגע ניסעלעך אז דו זאלסט קענען זיצן ביים וואכנאכט און האקן שטיקער פון די געשמאקע געבראטן-געזאלצענע ניס.

די ניסן קראכער, מערסטנס דערפון פרויען אין אינדיע, באקומען באצאלט צוויי דאלער א טאג פאר צען שעה ארבעט, און בלייבן מיט פערמענאנט געשעדיגטע הענט פון דעם גיפטיגע אויל.

פ״וו האסטו עס געדארפט מיר זאגן? :shock:

ווייסטו נישט אזיך גלייך זייער דעם קעשו ניסל און יעצט עסט זיכעס נישט מיטן זעלבן אפעטיט...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:27 pm

לאל.
מאך זיכער נישט צו ליינען דעם לינק.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:08 pm

למעשה קען מען עס באקומען?
שמייכלען פארלאשן

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:57 pm

הג"ר אברהם מטריפולי העיד שהיה בבית מדרשו של מרן החיד"א בליוורנו וראה שנתבטלה אצבע אמצעית שלו מחמת שתיית הבלדור,

ושמעתי ממרן אאמו"ר שליט"א שאמו של מהרי"ט אלגאזי הניחה בתבשיל שלפניו בלדו"ר, והחיד"א היה באותו מעמד ובאמת "שמוטב היה צער של אצבע אחת" בשכר שזכינו שיד דוד הותירה לנו עשרות חיבורים בכל חלקי התורה בחריפות ובקיאות נוראה, וממנו יתד ופנה בהלכתא גבירתא במקומות רבים.

ועשב הבלאדור יש המזהים אותו עם עשב החלתית הנזכר במשנה שבת כ ונחשב כיפה לזכרון,

ומובא בשם הרופא הקדמון אבן סינא שהוא דומה לגרעיני התמרים ולבו כלב האגוז ומועיל מהפסד הזכרון אם יוקח המעוג שלו אך מעורר בלבול השכל והוא מהדברים היותר חזקים לחזק השכל ולהקנות השמירה והזכרון,

ואמנם רבים נמנעו מלאכול את הבלאדור מחשש סכנה או טירוף הדעת ויש שהיו מערבבים בו מיני מרקחת לבטל את הארס שבבלאדור ולכן עשב חריף זה מסוכן לגוף וכמבואר גם בדברי רבינו ירוחם תולדות אדם וחוה נתיב טו חלק ה' דף קכא טור ד גבי בהמה שאחזתה דם וחלתה וכו' או שאכלה סם המות וי"א בלדור וכו' ע"כ ועיין בפרי חדש יו"ד סימן נא דיש אומרים שהוא הנקרא בלאדור והדבר מפורסם לכל שאין בו סכנת נפשות והרבה פעמים מלעיטים לתרנגולות זה הבלאדור מפני שהדבר מועיל לזכירה למי שאוכל התרנגולת וכן מוכח התם האי מאן דאכל תלתא תקלי חלתית אליבא ריקניא משתלח משכיא הא לאו הכי לא ובכף החיים יו"ד סימן נא אות לג הביא מהרא"ש בע"ז דחלתית היינו בלאדו"ר אבל בספר אוצר החיים הביא שהוא הקאו"י אך רחוק להיות כן שאין לו חום כל כך ולא חריפות ועכ"ז יש לחוש למ"ש באוצר החיים כי היה חכם גדול,

ויש הטוענים שרבי חזקיהו די סילווה בעל הפרי חדש אכל מן הצמח הזה ולא ניזוק ומשום כך היה חריף ובעל זכרון מפליא וכן סיפרו על ר' חיים סתהון מחכמי צפת בעל ארץ חיים שהיה מאוכלי הבלאדור אלא שנפגע בשכלו ואין זה ברור ואכילת הבלאדור היתה מצויה בקרב חכמי ארץ ישראל וחכמי פאס ביקשו בשנת תס"ח מר' יעקב אבן צור לכתוב לר' יהוסף קונקי ולשאול ממנו אם אמנם יש סכנה באכילת הבלאדור מה שיעור אכילתו וכיצד יש להתנהג כדי להמנע מסכנה,

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:25 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פאר זכרון? ניין.
פאר אנדערע געברויכן פרעג א דאקטאר.


איר ווייסן שוין וואס דאס איז?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט