מאמע ראטעווע מיך

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

מאמע ראטעווע מיך

תגובהדורך אב זקן » פרייטאג יוני 18, 2010 8:05 am

און א שטילע גאס און פלעטבוש וואוינט ר' רפאל מיט זיין איין איינציג אויסגעבעטן זון חיים,
חיים איז א קינד וואס רפאל האט געווארט אויף זייער לאנג, נאך אלע מיטמאכעניש האט ר רפאל זוכה געווען צו דעם לאנג ערוואטעט קינד.
פארשטייט זיך אז אזא קינד איז נישט וואו סתם א קינד פון א משפחה פון צען, רפאל פלעגט יעדן טאג צופרי פארן גיין צו די ארבעט זיכער מאכן אז חיים שלאפט רואיג, יעדן טאג פלעגט ער געבן א קיש אויף חיים'ס שטערן פארן ארויס גיין פון הויז,

געלט האט קיינמאל נישט געפעלט ביי רפאל און חיים האט טאקע באקומען פון אלעם בעסטן, זיין טאטע מאמע האבן זיכער געמאכט אז ס'זאל אום גארנישט פעלן,
און חדר איז חיים אויך געווען די קינד וואס יעדער האט ליב געהאט, חיים האט אלס געהאט די נייעסטע שפילצייג און אלע קינדער האבן געזוכט זיך צו חבר'ן מיט אום,


יעצט האלט שוין חיים אט ביי זיין בר מצוה, זיין משפחה רעדט שוין פון די בר מצוה אזוי לאנג וואו חיים געדענקט זיך, היינט איז שוין חיים טאקע נישט דאס איינציגסט קינד ער האט שוין שוועסטערס אבער ער איז געבליבן די בן יחיד,

אבער דאס האט גארנישט פארמינערט פון חיים'ס לעבן, זיין טאטע און מאמע זענען נאך אלס געווען צוגעבינדן צו אום די געפילן האבן נאך אלס געשפילט ווייל סוף כל סוף איז חיים געווען דער ערשטער וואס האט זיי אויפגעלעבט, חיים איז געווען דער וואס האט אוועק געשטיפט די מרה שחורה וואס האט געהאנגן ביז דאן,


רפאל איז אויך א איד וואס יעדער גלייכט, יעדע נאכט האט רפאל געהאט ביי זיך צדקה גייערס און רפאל האט זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות, אייביג געטיילט און אייביג מיט א שמייכל,
און בית המדרש איז רפאל געווען דער וואס האט געגליכן מנדב צו זיין קאווע און נר למאור, בקיצור א איד וואס יעדער האט געגליכן,


*

און א קליינע אפיס און ברוקלין, א אפיס וואס ווייניג ווייסן פון איר עקזיסטענץ קיינער טרעט נישט דורך די שוועל פון דעם אפיס אן די אקעי פון טאמי,
טאמי איז פון נאטור אויס א פארביסענער, ער איז אזא איינער וואס ווייסט נישט פון קיין געפילן, זיין משפחה האט עס אנגעלייגט אויף זיין שווערן יוגנט,

טאמי איז פון די וואס אויב האבן זיי עפעס אפגעמאכט וועט קיינער און די וועלט נישט קענען טוישן זיין מיינונג,
און מיט אזא פויסט האט טאמי אנגעהאלטן זיין מאכט,
טאמי האט געהאט אינטער זיך אסאך ארבעטערס און אלע האבן געציטערט פון אום וואו פונעם טייוול,
און נאך מער, איינמאל מען איז אריין געקומען ארבעטן ביי אום איז נישט געווען קיין וועג צוריק קיינער האט קיינמאל נישט געקענט טוישן דזשאב. אויסער דאס טויט!

טאמי'ס ביזנעס איז פיין געפארן ער האט געהאט אסאך געלט און מיט א אייזענע פויסט קאנטראלירט זיינע ארבעטערס,
זיין מאכט איז געווען אויסגעשפרייט און אפאר שטעט, און איבעראל האט ער געהאט די מאכט און מיט א ברוטאלקייט האט ער געפירט און אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט,
און קורצן רופט מען אזא איינעם א "מאפיאנער"

*

ריטשארד איז פון אייביג אן געווען מער א טיפע טראכטער, נאך אלס קינד האט מען אויף אום געזאגט אז ער גייט אויסוואקסן עפעס מער וואו אן עוורידזש אינגל, ריטשארד פלעגט קענען זיצן אויף איין פלאץ פאר שעה'ן און א צי און קלאצן, נישט קלאצן נאר טראכטן, ער איז נישט געווען פון די סארט וואס האבן ליב געהאט ארום צולויפן און שפרינגן, ער איז ענדערש געבליבן און קלאס און געליינט אדער זיך געשפילט מיט קליינע שפילצייגן,
ריטשארד'ס האבי איז געווען צו צונעמען א שפילצייג און פארשטיין וואו אזוי עס ארבעט, אנגעפאנגן ביי קליינעקייטן און גענדיגט ביי גרויסע רימאט קארס, ער האט אייביג געגליכן צו צונעמען די זאך אויף פיצלעך און דערנאך אליין צוזאמשטעלן.
און אזוי איז ריטשארד אויפגעוואקסן, ווען ער איז גרויס געווארן זענען זיינע קינדערישע גליסטענישן מיטגעוואקסן און פארשטייט זיך אז היינט האט ריטשארד שוין נישט צונימען קיין שפילצייג קארן ריטשארד האט געארבעט אויף גרויסע קארן, און פון דארט צו קאמפיוטערס,
אזוי האט ריטשארד גראדואירט,
מיט זיינע קענטעניסן האט ריטשארד זיך איינגעשריבן צו די פאליציי אקאדעמי און פון דארט האט ריטשארד געוואקסן ביז ער איז אנגעקומען וואו ער האלט היינט,
ריטשארד איז היינט פון די בעסטע דיטעקטיווס אן שטאט,
ריטשארד ווערט גענוצט ביי די שווערסטע פאלן וואס יעדער האט שוין געהויבן הענט,
נישט איין אזא קעיס האט ריטשארד אויף זיין גלענציגן רעקארד, פאלן וואס די בעסטע און געלונגענסטע האבן געהויבן הענט אבער וואו נאר ריטשארד איז אריינגעקומע האבן זיך זאכן אנגעפאנגן צו רוקן, פארשטייט זיך אז נישט אייביג קען מען טון, ס'איז נאך אלס דא קעיסעס וואס ליגן אויף ריטשארד'ס טיש וואס האבן נאך נישט קיין לעזונג, אבער ריטשארד האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן, ער האט אייביג געזאגט, אז אויף יעדע פארברעך שטייט איינער אונטער דעם, און דער איינער דארף געכאפט ווערן און נעמען פאראנטווארליך אויף זיין פארברעך, אז נישט היינט וועט עס זיין מארגן, אז נישט אויף די פארברעך וועט עס זיין אויף א צווייטע פארברעך אבער דאס אמאל זיכער אז אויפגעבן טאר נישט,
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ריטשארד האט אייביג געהאט א טאן אויף פאפירן אויף זיין טיש, און איז אייביג געווען פארנומען ביז איבערן קאפ.

*

טאמי זיצט און זיין אפיס און מישט אויף זיין קאמפיוטער, ער זוכט אויף נעמען, ער מישט אהער און צוריק ער זוכט א פאסיגן נאמען וואס זאל אום שמעקן און פארשטייט זיך אז ס'זאל אום ברענגן געלט אויך,
נאכן איבערגיין די ליסט איז אום געפאלן זיין אויג אויפן נאמען רפאל קליין.
לויט וואו ער ליינט די דיסקריפציע פון רפאל דארף ער זיין די ריכטיגע קאנדידאט וואס גייט אום אנפולן די טאש!

טאמי זוימט נישט, ער רופט אן זיין שיק יונגל 'בען' און הייסט אום אז היינט נאכט זאל ער אנפאנגן נאכצוקוקן רפאל, טאמי געט אום די פונקטליכן אדרעס און די ביסל איינצעלהייטן וואס ער האט געטראפן, און דאס איבריגע זאלסטו מיר ברענגן האט טאמי געהייסן פאר בען,

בען זעצט זיך אריין און זיין קאר און קלאפט אריין די אדרעס אונעם דזשי פי עס, בען קען זיין בעה"ב און ער ווייסט אז ער גלייכט אז נאך א טאג צוויי וואס ער געט ארויס א נאמען זאל מען צוריק קומען צו אום מיט א פולן באריכט מיט יעדן דעטאל,
בען פראבירט דאס צו צושטעלן ווי ווייט מעגליך,

בען קומט אן צו רפאל'ס הויז, ער באטראכט דאס הויז, פון אונדערויסן קען מען זעהן אז דא וואוינט איינער וואס האט אסאך פון די גרינע,
די הויז איז נישט געווען אויפרייסעריש און מ'האט געקענט זען אז דאס איז געבויט געווארן איידל און מיט קאפ,
בען האט געפארקט זיין קאר קעגן רפאל'ס הויז, און מיט א פעדער אפגעשריבן יעדע דעטאל,

אפזיצענדיג דארט די גאנצע טאג האט בען צוזאמגעקליבן גענוג אינפארמאציע, און ווען ער האט געזען אז ס'איז שוין שטיל און מ'לעשט שוין אויס די לעקטערס האט בען אפגעמאכט אז ער קען שוין גיין,

אויף מארגן זעקס אזייגער איז בען צוריק געווען אויף זיין נעכטיגע פאזיציע, און וואו נעכטן האט בען אפגעשריבן יעדע דעטאל, פונקטליך ווען רפאל פארלאזט דאס הויז אינדערפרי און ווען חיים גייט און חדר, וועלכע וועג ער וואקט, ווען די גויטע קומט אן, ווען די מיידליך גייען און סקול, יעדע דעטאל האט בען אראפגעשריבן און ווען ער איז פארטיג געווארן האט ער צוזאמגענומען די נעכטיגע מיט די היינטיגע אינפארמאציע און אזוי אריבער געפארן צו זיין בעה"ב טאמי.

טאמי האט איבערגעקוקט די אינפארמאציע, און ארויס געגעבן די גרין לייט פאר בען,

*

די אנדערע אינדעפרי

ריטשארד איז אריינגעקומען און אפיס און וואו יעדן טאג זיך גלייך אריין געווארפן און זיין ארבעט, ער האט יעצט געהאט אפען אפאר קעיסעס איינע פון די קעיסעס איז געווען וועגן א מערדעריי וואס די מערדער האט נישט איבערגעלאזט קיין שפירן, די צווייטע איז געווען א באנק רויבעריי וואס די רויבער האט אפגעטראגן מיט א שיינע פאר טויזנט דאלער,
ביי יעדע קעיס האט זיך ריטשארד אריין געלייגט קודם צו דערגיין צו יענער האט געהאט א ספעציעלן מאטיוו וואס האט אום געשטיפט דערצו, און צו יענער איז א באלדיגע סכנה פאר די מענטשהייט,

וואס ריטשארד האט נישט געוואוסט איז אז די היינטיגע טאג גייט אום אריין שלעפן און א פארצויגענע קעיס, א קעיס וואס ער האט נאך נישט געהאט, און ס'גייט זיין א גרויסע טשאלענדזש פאר אום.

*

בען זעצט זיך אריין און זיין קאר, ער פארט גלייך צו צו רפאל'ס הויז און דארט ווארט ער אויף די ריכטיגע מינוט.

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 18, 2010 8:41 am

שכח טאטי פארן אנפאנגען מיט א פרישקייט, ווי ס'קוקט אויס קומט א גיטס
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 18, 2010 8:49 am

אב זקן האט געשריבן:
און ווען די מיידליך גייען אין סקול,

מיידליך? ער האט דאך נאר געהאט איין בן יחיד??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » פרייטאג יוני 18, 2010 9:36 am

שוועמל
א בן יחיד מוז נישט מיינען אז ס'איז נישטא קיין מיידלעך. ס'קען אויך מיינען אז אלץ "בן" איז ער א יחיד. ס'ווערט גענוצט אויף דעם וועג אין פיל פעלער.
____________
אב זקן.
תתחדש פארן נייעם ארטיקל.
כ'גלייב אז נאך דיין סוקסעספולער אנהייב, פון דיין ערשטן מעכטיגע ארטיקל, מיט א ריזיגע אפקלאנג, וועט דאס צווייטע זיין פיל פיל בעסער און מער פראפעסינאל, נאך דיין ערשטן עקספיריענס.
כה לחי! מיר האבן הנאה פון יעדן פארזעצונג. גיי אן!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 18, 2010 9:40 am

שוועמל;

האסט נישט געליינט יעדע ווארט! ער האט געשריבן אז ער איז געבליבן א "בן" יחיד, אבער נישט קיין איינציג קינד, ווייל שפעטער זענען צוגעקומען מיידלעך.

אב-זקן;

דאסמאל האף איך מיטצוהאלטן געהעריג דעם שיעור... יישר כח למפרע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 18, 2010 9:55 am

איט סימס דעד איי העוו בין מיסלעד.
איי דו עפאלאזשייס טו דע מיסטנדערסטענדינג אף מיי פריוויוס סטעיטמענט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג יוני 18, 2010 10:07 am

יישר כח, נו, ווייטער געגאנגען!...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג יוני 18, 2010 11:03 am

ישר כח..מיר ווארטען אויפען נעקסטע טשעפטער..
the SCY is the limit

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג יוני 18, 2010 11:11 am

שכוח פאר די פרישע, מיר ווארטן מיט שפאנונג
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
די גרויסע עפל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 08, 2010 4:01 pm
לאקאציע: אין ניו יארק סטעיט שבאמעריקא

תגובהדורך די גרויסע עפל » פרייטאג יוני 18, 2010 12:27 pm

יישר כח א מיליאן
A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » פרייטאג יוני 18, 2010 1:25 pm

יישר כח, עס קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס, מיר ווארטן דא ביים קארנער..

טאמי: בען, עקשאן!!!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג יוני 18, 2010 3:32 pm

אקעי איך בין אויך דא, קוים וואס איך האב געטראפען א ליידיגע בענקעל,
די אלע וואס וועלען קומען שפעטער וועלן דארפען שטיין, אקעי יעצט פארצייל ווייטער
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג יוני 18, 2010 4:18 pm

שכח אב פארן אנהייבן נאך א פארזעצונג.

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » מוצ"ש יוני 19, 2010 9:33 pm

אה, אב, מיט א פרישקייט!

דערווייל זעט עס אויס אז ס'גייט זיין איינס און א גוטס.

נ.ב. ביטע נישט מאכן צו טיפיקל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש יוני 19, 2010 9:40 pm

פיינע נייעס!!!
זייער זייער שיין, האלט אן, יישר כח.

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » זונטאג יוני 20, 2010 11:52 am

רבותי אב איז בעק סקומט פרישע סחורה
און אויב גייט עס אויפן פעיסט פונעם פאריגען פארזעצונג
מיינט אז סקומט א פעסטע פארזעצונג וואס וועט פארשעמען יעדע נאוועל וואס איר האט נאר געליינט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג יוני 20, 2010 2:12 pm

קיפ איט אפ

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 23, 2010 2:39 pm

טאטע'לע, וויזוי שרייבט דער עולם? פיינע נייעס, גיי אן, מיר האבן הנאה. יישר כחכם.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך יוני 23, 2010 3:31 pm

געלעזט. זייער שיין. קיפ איט גאואינג.
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

צווייטע פארזעצונג

תגובהדורך אב זקן » מיטוואך יוני 23, 2010 5:23 pm

חיים'ל וועקט זיך אויף אינדעפרי ער זאגט א גוטן טאג פאר זיין מאמע און מיט זיין לאנטש בעג ריכטעט ער זיינע טריט צום טיר זיין מאמע וואו שטענדיג האט אום געגעבן א קוש און שטערן און ארויס באגלייט.

און די מינוט וואס חיים איז ארויס פון הויז האט א קאר וואס איז געווען געפארקט אנטקעגן רפאל'ס הויז זיך אויך ארויסגעצויגן פון זיין פארקינג און אנגעפאנגן נאכצופארן חיים'ל,
חיים האט גארנישט פארדעכטיגט,
אבער ווען די חיים'ל האט זיך איינגעדרייט ביי די קארנער האט זיך די קאר מיטגעדרייט און ווען בען האט געזען אז די גאס איז ליידיג און חיים'ל איז די איינציגסטער דארט איז בען ארויסגעטאנצן פון זיין קאר און אנגעכאפט חיים פעסטערהייט און מיט די אנדערע הענט פארדעקט זיין מויל און זיין אויגן אז ער זאל נישט קענען שרייען פאר הילף,

בען האט פלינקערהייט געבינדן חיים'ס הענט און מיט א שמאטע פארבינדן זיין מויל, די גאנצע זאך האט נישט גענומען מער פון פערציג סקונדעס, און פון דארט איז ער אוועקגעפלויגן אן איבערלאזן קיין שום שפירן,


*

און חדר וואו חיים גייט האט מען גארנישט פארדעכטיגט, ביי יעדעם קען זיך מאכן אז ער זאל נישט קענען קומען,
די טאג איז געגאנגען געהעריג ס'איז נישט בייגעפאלן פארן מלמד אז ער דארף אנרופן די עלטערן פרעגן וואו חיים איז, און פארשטייט זיך אז די עלטערן האבן גארנישט געוואוסט אז חיים איז נישט און חדר.

*

ס'האט גענומען א פאר מינוט פאר חיים צו כאפן וואס איז אט געשען מיט אום, און ווען חיים האט געכאפט וואס ס'איז געשען האט ער זיך גענומען פארפירן און שרייען וויינען און שטויסן.
ער האט זיך פראבירט אויסצורייסן פון די שטריק וואס ער איז געווען געבינדן אבער אן ערפאלג, דערווייל איז בען געפלויגן מיט זיין נייע קרבן, חיים האט געשריגן און פארפירט אבער בען האט זיך געמאכט נישט הערענדיג,
בען איז געפארן פאר אפאר שעה אזוי, אנקומענדיג צו זיין דעסטענאציע האט בען ארויסגעשלעפט חיימ'ן פון די בעק, חיים האט פראבירט זיך צו שלאגן אבער ער האט שנעל איינגעזען אז ס'גייט נישט גיין די צוויי פעסטע הענט וואס האבן אום ארום גענומען האט געמאכט דאס זייניגע און חיים האט געשפירט אז ער וועט זיך נישט קענען דערשלאגן,

אריין קומענדיג אונעם הויז האט בען אויפגעדעקט חיים'ס אויגן, חיים באמערקט אז דאס פלאץ זעהט מער אויס וואו א אפסטעיט באנגעלאו, אלעס האט אויסגעזען וואו ער איז און עפעס א פארשטיפטע הויז/פארעם, און אנפאנג האט חיים נישט געוואלט רעדן נאר געזיצן מיט די געבינדענע הענט און געזיפצט, חיים האט זיך נישט געקענט בארואוגן, זיין מצב איז אום געשטאנען פאר זיינע אויגן, ער איז דא פארכאפט ביי פרעמדע מענטשען, ער האט נישט קיין אנונג וואס די מענטשען פארלאנגן און וואס זיי ווילן, דאס אמאל זיכער אז קיין גוטס מיינען זיי נישט.
חיים האט נישט אויפגעהערט צו זיפצן און קרעכצן, פון צייט צו צייט האט ער זיך צווויינט אויפן קול.

בען האט זיך קיין סאך נישט דערשראקן, ער איז שוין געווען געוואוינט צו אזעלכע אינצידענטן, ס'איז נישט די ערשטע און נישט די דריטע מאל וואס ער פארכאפט אזאנע עידזש קינדער, אלע פון זיי פירן זיך אויף די זעלבע, און נאך א טאג צוויי בארואיגן זיי זיך,

בען איז ארויס און געלאזט חיימ'ן און שטוב, אינדערויסן האט ער אנגערופן זיין בעה"ב טאמי און אום געמאלדן אז ער האט דעם קרבן, טאמי האט אום געווארנט צו האלטן א אויג אויף אום,


*

רפאל זיצט ביי זיך און ארבעט, ער האט געסקעדזשעלט א קאנפרענץ מיט א גרויסע אווער סיעז קאמפעני, ער גרייט אן זיינע פאפירן, די זייגער ווייזט אז ער האט נאך צעהן מינוט ביז צום קאנפרענץ, רפאל האט אייביג געגליכן צו נעמען אפאר מינוט פון טאג און זיך זעצן ביי די פענסטער און ארויס קוקן אויף די שיינע פאנאראמע וואס זיין אויגן האט אנגעטראפן ביים ארויסקוקן פון זיין אפיס,
רפאל האט געהאט זיין אפיס אויף די דרייצענטע שטאק פון א הויכע וואלקן קראצער געביידע און מאנהעטען, די וועטער היינט איז געווען עפעס אויסטערליש קלאר,
רפאל זעצט זיך אראפ מיט פארקלאצטע אויגן, און לאזט זיינע מחשבות לויפן פון זיך אליין,
דאס זיצן דארט האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווייל די טעלעפאון קאל האט איבערגעריסן דאס שטילקייט,
זיין סעקרעטאר איז געווען אויף די צווייטע ליין זאגענדיג אז איינער עפעס א פרעמדער זוכט אום וויכטיג,
צום ערשט האט רפאל געקלערט נישט צו נעמען די קאלל, ער האט זייער נישט ליב געהאט ווען מ'האט אום געשטערט די פאר מינוט וואס ער האט גענומען פאר זיך,
אבער הערענדיג אז די זאך איז וויכטיג און אז די רופער איז א פרעמדער האט אום די נייגער געצויגן און ער האט געזאגט פאר זיין סעקרעטאר אז זי קען טרענספערן די קאלל,

רפאל הערט אויס וואס די פרעמדער זאגט און מיט א מאך מיט די הענט האט ער אראפ געקנאקט די טעלעפאון,
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס מענטשען רופן אום סטראשענען מיט שטותים, טאקע פאר אזעלעכע מענטשען האט רפאל ארום געטראגן מיט זיך די "פאניק קנעפל" דאס איז א באהאלטענע קנעפל וואס רפאל האט געהאט אויף זיך און דאס איז געווען דירעקט פארבינדן מיט די פאליציי, רפאל האט דאס אנגעפאנגן צו טראגן מיט זיך נאכדעם וואס געוויסע מענטשען האבן אפאר מאל גערופן סטראשענען און רפאל איז געגאנגן צו די פאליציי און זיי האבן אום געגעבן די דיווייס אז ער זאל דאס אייביג טראגן מיט זיך און ווען ער שפירט אז ער איז און געפאר זאל ער דאס דריקן און דאס וועט אום דירעקט פארבינדן מיט די פאליציי,
ביי דעם טעלעפאון קאלל האט רפאל נישט געטראכט אנדערש, רפאל קלערט צו זיך מיט שפאט, יענער סטראשעט מיך אז ער האט פארכאפט חיים און פאר צוויי מיליאן דאללער איז ער גרייט דאס צוריק צוגעבן,
ער מיינט טאקע אז ער איז דאר ערשטער וואס סטראשעט מיך מיט אזאנע שטותים,

רפאל האט ניטאמאל גענומען די מיה צו מאכן א פשוט'ן טעלעפאון קאלל צו חיים'ס חדר זעהן צו ער איז טאקע נישט דארט, דאס איז געווען א גרויסן טעות פון רפאל'ס זייט!

*

טאמי זיצט אפגעפאטשט! אזא קליענט האב איך נאך נישט געהאט, איינער וואס זאל זיך נישט וואוסענדיג מאכן פון מיין טעלעפאון קאלל און מיט שפאט אראפהאקן די טעלעפאון אויף מיר, דאס איז אומדערהערטע חוצפה.
ער וועט נאך שטארק חרטה האבן אויף זיין שריט האט טאמי גערעדט צו זיך,

טאמי רופט אן בען און הייסט אום געבן די טעלעפאון פאר חיים,
און אנפאנג האט חיים נישט געוואלט רעדן, ער האט נישט געוואלט הערן פון פאלגן וואס מ'הייסט אום אבער בען האט זיכער געמאכט אז חיים כאפט מיט וועם ער שפילט זיך דא, און נאך צוויי קלינגעדיגע פראסקעס האט חיים אנגעפאנגן צו פאלגן וואו א שעפעלע.
חיים האט איבער גענומען די טעלעפאון און אויסגעהערט וואס דער אויף די צווייטע זייט וויל פון אום,
ניין האט זיך חיים צושריגן!
איך גיי דאס נישט טון!

בען האט צוריק גענומען די טעלעפאון און געפרעגט טאמי וואס די רעדע איז,
איך וויל האט טאמי געשריגן, איך וויל אז חיים זאל אנרופן זיין מאמע און איר זאגן אז ער איז פארכאפט, געווענליך טוה איך עס נישט איך פארשטיי אז ס'איז נישט עטיש צו לאזן די וויקטעם אליין רופן אבער דא איז א אויסנאם ווייל חיים'ס טאטע האט מיך ארויסגענומען פון די גלייזן!
איך וויל אז חיים זאל זאגן פאר זיין מאמע אז ער איז פארכאפט און ער זאל איר בעטן אז זי זאל אום וואס שנעלער באפרייען.

נישט קיין פראבלעם זאגט בען, איך וועל ערלעדיגן די פאון קאלל!

בען זעצט זיך אראפ נעבן חיים און נעמט זיך רעדן צו אום.

הער אויס חיים, די ביסט היינט און מיינע הענט! די שנעלער וואס דיין טאטע גייט זיך וואוסענדיג מאכן פון דיר אלס שנעלער איז די טשאנס אז די וועסט באפרייט ווערן,
יעצט אויב מיינסטו אז מיר האבן עפעס עקסטרע צייט זיך צו שפילן וויל איך דיר זאגן אז דו האסט א טעות,
מיר האלטן קיינעם נישט לענגער וואו א וואך, נאך א וואך אויב קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג הארגענען מיר דעם פארכאפטן און זיין געביין ווערט באגראבן דא אויפן פעלד, בען האט זיך איטערגעהויבן אנצוווייזן פאר חיים וואו די פעלד איז, און וויסן זאלסטו אז דא ווי דו זיצט זענען שוין געזעצן א קנאפע דרייסיג מענטשען, צען דערפון זענען שוין נישט צווישן די לעבעדיגע זיי האבן אויך געמיינט אז זיי קענען זיך שפילן מיט מיינע נערווען,
יעצט הער זיך איין, דיין טאטע האט געפערליך אויפגערעגט מיין בעה"ב און דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר דיר, אויב מיינסטו אז ס'וועט דיר טויגן אז דו פלאנסט נישט צו פאלגן זאג איך דיר אז דו גרייזט!
בארעכן דיר און טראכט עס דורך.


חיים איז געזצן אויף זיין פלאץ און זיין גוף האט זיך געשאקלט וואו א בלעטל, זוידיגע טרערן זענען גערינען פון זיינע אויגן, ער זיצט דא פאר א מערדער איינער וואס בליט איז ווייניגער ווערט פון וואסער, ס'קען זיין אז מיינע טעג זענען געציילטע...
חיים איז נאך געווען צו יונג צו באגרייפן אז זיין לעבן האט טאקע געהאנגן אויף א האר, און ווען נישט וואס זיין ענטפער איז געווען פאזאטיוו פאר בען וואלט ער שוין מן הסתם נישט געווען צווישן די לעבעדיגע,
טאמי איז דא געווען אזוי אויפגעקאכט אז ער האט געהייסן פאר בען אז אויב דאס קינד ברעכט זיך נישט דאן איז ער מער גארנישט ווערט און ער זאל פטור ווערן פון אום,

נאך וואס חיים האט זיך געבראכן און געזאגט פאר בען אז ער איז גרייט מיטצוארבעטן מיט אום האט בען ארויסגעצויגן זיין אלטע פריפעיד טעלעפאון און געזאגט פאר חיים זאל אנרופן זיין מאמע...
פארשטייט זיך אז בען האט אפגעשריבן די נוסח וואס חיים זאל זאגן און בען האט אום געווארנט אז אויב רעדט ער אן איבריג ווארט וועט ער ענדיגן און פעלד!
פראביר מיך נישט ווייל דאס וועט זיך דיר נישט לוינען!!

*

מרס. קליין איז ביי זיך אינדערהיים, זי שטייט און קאך און גרייט אן נאכטמאל פאר די קינדער,
די טעלעפאון צוקלינגט זיך...
אויף די אנדערע זייט הערט זי א יאמער און א געוויין...
זי קען נישט אויפכאפן ווער דער רופער איז אבער יענער זעהט אויס וואו א יונג קינד וואס קייכט....

מרס. קליין האט שנעל אויסגעלאשן די סינק און שטערקער פראבירט צו צו שטיפן די טעלעפאון צו איר אויער...
ווער איז דאס שרייט זי אריין...
קיין אנטווארט א-חוץ א יאמערליכן געוויין....

מרס.קליין האט עס נישט געקענט אויסהערן, ווער איז דאס קינד וואס קייכט אזוי יאמערליך?
איר הארץ איז ממש צוגאנגען....
וואס גייט פאר האט זי אריין געשריגן אונעם טרייבל פארלוירענערהייט..??

אבער ווייטער... זי הערט נאר זיפצן און וויינען....
נאך אפאר מינוט האט זיך עס בארואיגט און מרס. קליין האט איבער געפרעגט מיט א ליבליכן שטימע,
ווער ביסטו און פארוואס וויינסטו?

""מאמע ראטעווע מיך"""

דאס איז געווען די נעקסטע ווערטער וואס זי האט געהערט פאר זי איז געפאלן חלשות!

חיים הערענדיג די קנאק האט ער פארשטאנען אז זיין מאמע איז אומגעפאלן.. מיט כעס האט ער צוריק געווארפן די טעלעפאון פאר בען,
בען האט מיט א שמייכל אויפגעהויבן די טעלעפאון און אנגערופן זיין בעה"ב טאמי דערציילן אז ס'איז געלונגען נאך בעסער וואו געפלאנט.

גוט זאגט טאמי, יעצט וועט רפאל זעהן אז איך מיין ביזנעס!

*

מרס. קליין האט זיך ערוועקט מיט די טעלעפאון און די הענט, זי האט קודם זיך נישט געכאפט פארוואס זי ליגט אויף דער ערד מיטן טעלעפאון..
אבער ווען זי האט זיך געכאפט וואס ס'גייט פאר האט זיך אויסגעפלאצט און א יאמערליכן געוויין...
זי ווייסט נישט וואס אבער זי האט געהערט איר חיימ'ל קייכן פאר הילף..

די ערשטע זאך האט זי אנגערופן איר מאן אז ער זאל שוין אהיים קומען ווייל עפעס גייט פאר זי ווייסט נישט וואס..

ווען רפאל האט אריין געוואקט ביי זיך אינדערהיים האט ער געמיינט אז ער האט פארוואקט צו א צווייטן הויז,
זיין ווייב איז נישט געווען צום דערקענען איר פנים איז געווען פארוויינט איר אויגן איז געווען אויפגעשוואלן... וואס גייט פאר האט רפאל געפרעגט דערשראקן..
איך ווייס נישט האט זיין ווייב קוים ארויס געמורמעלט, חיים האט מיך גערופן אז ער דארף באלדיגע הילף.. ער האט זייער געוויינט...
פון דא געדענק איך נישט וואס איז ווייטער פארגעגאנגן אבער איך בין זייער דערשראקן...

רפאל האט נאך נישט געכאפט וואס די סיטואציע איז, וואס הייסט פרעגט רפאל, חיים איז נישט און חדר?
איך ווייס נישט האט זיין ווייב געענטפערט.
האסט ניטאמאל גערופן פרעגן און חדר און שוין רופסטו מיך אהיים האט רפאל פארגעווארפן..
איך ווייס, אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עפעס געפערליכס גייט פאר מיט אום,
לאמיר קודם אפרופן די חדר זעהן צו ער איז דארט און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער,

ס'האט נישט גענומען צו לאנג פאר רפאל אויסצוגעפונען די ביטערע פאקט אז חיים איז בכלל היינט נישט אנגעקומען און חדר....
יעצט האט רפאל זיך געכאפט אז אייגענטליך האט איינער אום היינט גערופן רעדן צו אום וועגן זיין חיים אז ער האט אום פארכאפט....
יעצט האט רפאל אנגעפאנגן צאמצושטעלן די מעשה...

דאס מיינט אז חיים איז פארכאפט ביי מענטשען און זיי פארלאנגן אויסלייז געלט...
ווער די דאזיגע מענטשען זענען איז דערווייל אומבאקאנט..

רפאל האט געשפירט וואו ער האלט עס נישט אויס, נאכדערצו נאכדעם וואס זיין ווייב האט אום געשילדערט וואו אזוי חיים האט צוזאם געוויינט...
רפאל האט געשפירט אז ער טראגט ער נישט אריבער...
זיין געליבטע חיים.. זיין איין איינציג זוהן,
רפאל האט פראבירט אוועק צו שטופן פון זיין מח און נישט קלערן וואס זיין זוהן גייט יעצט דורך, אבער זיין מח איז געווען שטערקער פון אום...
שרעקליכע בילדער פון אלעם בייזן זענען דורך געלאפן ביי אום און קאפ....
ער זעהט זיין חיימ'ל זיצן געבינדן די הענט.. חיימ'לס פנים איז איינגעפאלן און צוויי מערדערס שטייען העכער אום און פייניגן אום....
און זיין מח זעהט ער וואו חיימ'ל ציט זיך איין פאר יסורים און פון זיין אויגן גיסן זיך טייכן טרערן...
און די מערדערס ווייסן נישט פון קיין רחמנות, חיים בעט זיך פאר זיין יונג לעבן אבער זיין געבעט פאלן אויף טויבע אויערן....

נאר פון טראכטן אזאנע שרעקליכע בילדער איז שווארץ געווארן פאר רפאל...

רפאל האט אפגעמאכט ביי זיך אז נישט קיין חילוק וויפיל זיי בעטן גייט ער זיי צאלן!
דריי מיליאן זאל זיין דריי מיליאן!

איך דארף מיין חיימ'ל צוריק...

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך יוני 23, 2010 6:30 pm

זייער אינטערסאנט. מיר האבן זייער הנאה געהאט. שכח
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 23, 2010 6:58 pm

דריי גרינע? זאל זיין דריי גרינע! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך יוני 23, 2010 8:15 pm

געוואלדיג!!! מורא'דיג!!! ;l;p- :wink:
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 23, 2010 8:42 pm

ס'פארט וואויל. זאלן די פאר ווערטער, אין די קוים ביסל צייט וואס כ'בין דא אויף קרעטשמע, זיין אין דיינע אויגן כאילו הייתי פורטם, אוי וואס שרייבעך, נו כאילו איך וואלט געשריבן אסאך.

יישר כחכם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 23, 2010 8:43 pm

אב ביזט ריזיג. האלט אן, עס איז א פארגעניגן צו ליינען.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט