צו דערציילן ביים שבת טיש.

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 12:53 pm

טענקס א מיל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 1:22 pm

א מעשה פאר שבת?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 7:43 am

סוף מעשה במחשבה תחילה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:57 pm

יקותיאל, פרישסט מיך אויף מיט די אלע אלטע מעשעס.

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

תגובהדורך יקותיאל » מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:38 am

דער קדוש פון מעץ
[/center]
מעץ איז אן אלטע שטאט אין דער פראווינץ פון לאטרינגען אין פראנקרייך. אידן האבן זיך באזעצט אין דער שטאט מיט איבער א טויזנט יאר צוריק. אלע דאקומענטן זאגן עדות, אז אידן האבן געלעבט אין מעץ אין 9טן יארהונדערט.

גרויסע רבנים-גאונים האבן פארנומען דעם כסא-הרבנות אין דער דאזיגער שטאט. צווישן די בארימסטע פון זיי זענען געווען: רבי יונה תאומים פראנקעל, רבי יעקב יהושע פאלק דער מחבר פון "פני יהושע", רבי יהונתן אייבשיץ, און רבי ארי' לייב דער "שאגת אריה".

די געשיכטע פון די אידן אין מעץ איז אין פיל הינזיכטן ענלעך צו דער געשיכטע פון אנדערע אידישע קהילות אין אייראפע אין מיטל-אלטער. עס האבן נישט אויסגעפעלט גזירות און רדיפות, און אמאל אויך א גירוש, ווען די אידן זענען אינגאנצן ארויסגעטריבן געווארן. אין דער צייט פון די קרייצטרעגער אין יאר 1096 זענען 22 אידן אומגעקומען אין מעץ על קידוש השם. אין יאר 1322 זענעון א צאל אידן פארברענט געווארן לעבעדיקערהייט דורך א בילבול, אז זיי האבן פאר'סמ'ט די ברונימער און געבראכט א מגיפה אויף די קריסטן. א שרעקלעכער בלוט-בילבול איז פארגעקומען אין מעץ אין יאר ה'ת"ל (1670 למס'), און מיר ברענגען דא די געשיכטע פון דער דאזיקער טרויעריקער פאסירונג.

א.

אין א דארף, באלבען, נישט ווייט פון דער שטאט מעץ, האט געוואוינט א פרומער איד, רפאל הלוי. אלע וועלכע האבן אים געקענט, סיי אידן און סיי, להבדיל, גויים, האבן אים געאכטעט, ער איז געווען באקאנט אלס א שטילער, פריינטלעכער מענטש, וואס האט אלעמען באהאנדלט מיט ערליכקייט און כבוד.

רפאל הלוי פלעגט אפט רייטן אויף זיין פערד אין שטאט אריין איינצוקויפן זיך פארשידענע נויטווענדיקייטן פאר זיין הויזגעזונט און פאר דעם גוט וואס ער האט פארוואלטעט.

איינמאל, בשעת ער האט געריטן אויף זיין פערד, האט ער אויפן וועג באגעגענט אן אומבאקאנטן רייטער, ער האט אים פריינטלעך באגריסט און האט ווייטער געריטן.

עס האט זיך געמאכט, אז מיט א טאג פריער איז פלוצלונג פארשוואונדן געווארן א יונג קריסטלעך מיידל. די טאכטער פון א פויער אין א דערבייאיקן דארף. ווען דאס מיידל איז יענע נאכט נישט געקומען אהיים שלאפן, זעאנען אירע עלטערן געווארן אומרואיק. איר פאטער איז גאנץ פרי ארויסגעפארן קיין מעץ, צו זוכן זיין טאכטער און מעלדן וועגן איר פארשווינדן. אויפן וועג האט ער באגעגנט דעם זעלבן רייטער, וואס רפאל הלוי האט פריער באגעגנט. ער האט דעם אומבאקאנטן רייטער געפרעגט די זעלבע פראגע וואס ער האט געפרעגט יעדן איינעם וואס ער האט באגעגנט אויפן וועג, צי ער האט נישט אמאל געזען א יונג מיידל, זיין פארשוואונדענע טאכטער?

דער רייטער האט מסתם געוואלט א שפיל טאן זיך מיט דעם באזארגטן פויער, אדער ער האט געוואלט פשוט מאכן א בילבול אויף די אידן, האט ער געענטפערט דעם פויער, אז ער האט פריער טאקע באגעגנט א אידן אויף א גרויען, געפלעקטן פערד, וואס האט געפירט א קליין מיידל מיט זיך. אהא! האט ער צוגעגעבן, "איצט פארשטיי איך שוין, פארוואס ער האט אויסזגעזען פארדעכטיק... ווער ווייס וואס ער האט געהאט אין זינען צו טאן מיט דיין טאכטערל..." אפגעזאגט דעם פזמון, האט דער רייטער געגעבן א יאג זיין פערד און האט אוועקגעריטן מיט א גאלאפ.

דער פויער איז פארציטערט געווארן פון דעם וואס ער האט געהערט, אין קאפ זענען אים איינגעפאלן פארשידענע שרעקלעכע געדאנקען, דערמאנענדיק זיך, אז אלע יאר פאר פסח פלעגט ער הערן פון זיין גלח, אז אידן נוצן קריסטלעך בלוט אין מצות און אין וויין, און אז דעריבער דארפן די קריסטן היטן זייערע קינדער... גראדע איז איצט די צייט געווען נישט זייער לאנג צו פסח...

א צושראקענער און פארצווייפלטער איז דער פויער געקומען צולויפן אין דער פאליציי פון מעץ און האט די באאמטע דערציילט וועגן זיין פארשוואונדענער טאכטער, ווי אויך דאס וואס ער האט געהערט פון דעם אומבאקאנטן רייטער אויפן וועג.

ב.

דער שעף פון דער פאליציי האט גענומען די אויספארשונג אין זיינע אייגענע הענט. ער האט פאנאנדערגעפרעגט דעם פויער און אנדערע פויערים וועגן דעם אידן מיט דעם גרויען געפלעקטן פערד. און די אויספאראשונג האט געפירט צום פארדאכט, אז דער איד רפאל הלוי פון באלבען זאל זיין דער וואס האט פארשלעפט דאס פארשוואונדענע קריסטלעך מיידל.

איצט האט דער פאליציי-שעף געדארפט בלויז ארעסטירן דעם אידן און צוווינגען אים צו מודה-זיין זיך אין דעם פארברעכן. אבער דאס איז נישט געווען אזא לייכטע זאך. די שטאט מעץ האט באלאנגט צום קעניג לואי דעם 14טן פון פראנקרייך, אבער דער דארף באלבען האט באלאנגט צום פירשטנטום פון לאטרינגען. כדי צו באוועגן דעם פירשט פון לאטרינגען ארויסצוליפערן דעם אידן רפאל הלוי צו די הערשער אין מעץ, וואלט מען זיך פריער געדארפט ווענדן צום קעניג לואי פון פראנקרייך, און דאס איז געווען פארבונדן מיט א קאמפליצירטער און לאנגדויערנדער דיפלאמטישער פראצעדורע, און דערוויילע וואלט זיך דער פארדעכטיקער אפשר ארויסגעדרייט.

דעריבער האבן זיך די הויפט שטאט-באאמטע פון מעץ, צוזאמען מיט די פירער פון דער קירך, באראטן ווי אזוי דורכצופירן דעם בילבול אן דעם קעניג'ס אינטערווענץ, און זיי זענען איינגעפאלן אויף א פלאן, היות ווי דער איד רפאל הלוי ווערט באשולדיקט, אז ער האט געבראכט דאס מיידל אין מעץ, במילא פאלט דער חשד אויך אויף די פירער פון דער אידישער קהילה אין מעץ, אז זיי זענען פארמישט אין דעם מארד צוליב רעליגיעזע צוועקן. דעריבער איז די פליכט פון די אידישע פירער פון מעץ איבערצוריידן דעם אידן רפאל הלוי ער זאל זיך פרייוויליק איבערגעגבן אין די הענט פון דער מעצער פאליציי, כדי צו שטעלן זיך פאר דעם געריכט. אויב ער קען באווייזן זיין אומשולד, וועט דאס זיין גוט פאר אלעמען, אויב אבער די אידישע פירער וועלן זיך אנטזאגן מיטצוהעלפען און ברענגען דעם באשולדיקטן פארן געריכט, וועט דאס זיין דער בעסטער באווייז, אז זיי זענען אויך פארמישט אין דעם מארד.

פארשטייט זיך אז די אידישע פירער זענען געווען איבערצייגט אין דער אומשולד פון רפאל הלוי. זיי האבן גוט געוואוסט, אז דער גאנצער ענין איז א ווילדער בילבול. און אז זיין אומשולד וועט זיכער ארויפשווימען אויף דער אויבערפלאך. זיי האבן דעריבער צוגערעדט רפאל'ן איבערצוגעבן זיך צום געריכט אין מעץ, וואו ער וועט זיך קענען ריינוואשן פון דער באשולדיקונג און אזוי ארום אויך ראטעווען די גאנצע קהילה פון א צרה.

רפאל הלוי האט נישט געהאט קיין צוטרוי צו דער קריסטלעכער "גערעכטיקייט", ער האט געוואוסט, אז אויב ער גיט זיך איבער צו דער מאכט אין מעץ, שטעלט ער זיין לעבן אין א גרויסער סכנה. אבער פון דער אנדער זייט האט ער געהאלטן פאר זיין פליכט איינצושטעלן זיין לעבן כדי צו ראטעווען זיינע אידישע ברידער אין מעץ. ער האט דעריבער באשלאסן, אז ער וועט זיך איבערגעבן צו דער מאכט, און זאל דער אויבערשטער פירן ווי בא אים קומט אויס.

רפאל הלוי איז געקומען אין מעץ און האט זיך איבערגעגעבן צו דער מאכט, מ'האט אים תיכף געשמידט אין קייטן און אריינגעווארפן אין תפיסה.

טעג און וואכן לאנג האט רפאל הלוי געשמאכט אין דער תפיסה. פון צייט צו צייט האט מען אים גענומען אויף א פארהער, און מ'האט פון אים געפאדערט ער זאל זיך מודה זיין אז ער האט דערמארדעט דאס קריסטלעך מיידל, כדי צו באנוצן איר בלוט פאר מצה און וויין אויף פסח. רפאל הלוי האט פארשטייט זיך אפגעווארפן אלע באשולדיקונגען, און האט זיך אנטזאגט צו מודה זיין זיך אין אזא ארויסגעטראכטן בילבול. מ'האט אים געפייניגט מיט אלערליי יסורים, אבער ער האט זיך בשום אופן נישט מודה געווען.

במשך פון דער גאנצער צייט וואס רפאל הלוי האט געשמאכט אין תפיסה האבן די פירער פון דער קהילה פון מעץ זיך באמיט אויף אלע וועגן צו באפרייען זייער אומשולדיקן ברודער, אבער אלע זייערע באמיאונגען זענען געווען אומזוסט.

ג.

אין דער צייט ווען די "אויספארשונג" איבער רפאל הלוי'ן איז אנגעגאנגען אין מעץ, האט זיך דער אמת'ע מערדער פון דעם פויער'ס טאכטער פריי ארומגעדרייט אין א דערבייאיקן דארף. ער איז געווען א שיכור, און ער האט זיך אפט געקריגט מיט אנדערע גויים. זיין נאמען איז געווען דזשאן און מ'האט איהם גערופן "דער רויטער" זשאן, צוליב זיין רויטער בארד. דער יונגער פויער האט אויך אלעמען אנגעווארפן אן שרעק, ווייל ער איז כמעט שטענדיק געווען שיכור, און ער האט געקענט צעשלאגן און ממית'ן יעדן איינעם וואס האט זיך געפונען נעבן אים. איינמאל, שיכור'ערהייט האט ער זיך בארימט פאר א דארפישן לערער אז ער האט דערמארדעט דאס מיידל, כדי צו נקמה נעמען פון איר פאטער.

דער לערער האט וועגן דעם דערציילט דעם עלצטן פון דארף, און יענער האט איבערגעגעבן דאס צו די מאגיסטראטן אין מעץ. אבער די ריכטער האבן דאך נישט געזוכט דעם אמת, נאר זיי האבן נישט געוואלט דורכלאזן אזאר געלעגנהייט צו "באווייזן", אז אידן באנוצן זיך מיט קריסטלעך בלוט פאר רעליגיעזע צוועקן, און פאראיינס פטור צו ווערן פון דער אידישער קהילה אין מעץ. די אויספארשער האבן ווייטער פארגעזעצט זייערע פארהערן און פייניקונגען. עס האבן זיך ארויס געשפראצט "עדות" וועלכע האבן עדות געזאגט, אז זיי האבן מיט זייערע אייגענע אויגן געזען ווי דער רפאל הלוי שלעפט מיט געוואלד א קריטלעך מיידל אין דער געטא פון מעץ. רפאל הלוי'ס לאגע איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

אין א געוויסן טאג האט מען ארויסגעשלפעט דעם קערפער פון דעם "רויטן זשאן" פון טייך, עס איז געווען קלאר, אז ער איז דערמארדעט געווארן. צעשטאכן אויף טויט. די פאליציי איז באלד דערגאנגען, ארז דער מערדער איז נישט קיין אנדערע ווי דער פאטער פונם פארשוואונדענעם מיידל. ער האט זיף אויך תיכף מודה געווען, אז דאס האט ער דערשטאכן דעם "רויטן דזשאן" דערפאר וואס ער האט דערמארדעט זיין טאכטער.

איצט האט שוין קיין צווייפל נישט געקענט זיין, אז רפאל הלוי איז אינגאנצן אומשולדיק, אבער, ווי געזאגט, די ריכטער און די גלחים האבן דאך נישט געזוכט דעם אמת'ן שולדיקן, נאר האבן געוואלט "באווייזן" רפאל הלוי'ס שולד. די ארטיקע קריסטליכע סוחרים האבן אויך געזוכט אפצולעקן א ביינדל דערפון, ווייל זיי וועלן פטור ווערן פון די אידישע סוחרים, זייערע קאנקורענטן. עס האבן זיך שוין באוויזן מענטשן אין די גאסן, וועלכע האבן געהעצט די קריסטן צו מאכן א פאגראם אויף די אידישע "מערדערס" און "בלוטזויגערס", די אידן אין מעץ האבן זיך געפונען אין ערנסטער געפאר.

ד.

ענדלעך איז געקומען דער טאג וואס איז באשטימט געווארן פאר דעם משפט פון דעם באשולדיקטן אידן, רפאל הלוי. קיינער האט נישט געצווייפלט, וואס דער אורטייל וועט זיין, כאטש דער באשולדיקטער האט זיך מיט איין ווארט נישט מודה געווען אין דעם פארברעכן. אבער די "באווייזן" זענען געווון גאנץ גוטע פאר די ריכטערס. דורכגעדרונגען מיט אידן-האס. און מיט רציחה און רויב, האבן די ריכטער געפונען דעם באשולדיקטן שולדיק אין דער מארד, און זיי האבן אים פארמשפט בארברענט צו ווערן לעבעדיקערהייט, און זיין גאנצן פארמעגן זאל אריבערגיין צו דער קירך.

צוזאמען דערמיט, האבן זיי אויך ארויסגעטראגן אן אורטייל איבער די אידן אין מעץ, די "שותפים" אין דעם פארברעכן. דער אורטייל איז געווען, אז זיי מוזן אלע ארויסגעטריבן ווערן פון דער שטאט און פארלירן זייער פארמעגן.

די אידן פון מעץ זענען געווען דערשיטערט פון דעם פאלשן און מערדלעכן אורטייל קעגן רפאל הלוי'ן און קעגן זיי, וואס איז אויך געווען א פאלשער אורטייל קעגן דעם גאנצן אידישן פאלק. דער נידערטרעכטיקער און אומפארשעמטער בלוט-בילבול אין מעץ איז טאקע נישט געווען דער ערשטער און נישט דער לעצטער, אבער די אידן פון מעץ האבן דערביי ווייניק וואס געקענט טאן. די דעלעגאציע וואס זיי האבן געשיקט צום קעניג לואי דעם פערצנטן האט נישט געקענט פועל'ן בא דעם "ליבארלן" קעניג מבטל צו מאכן אזא שרעקליכע אומגערעכטיקייט קעגן די אידן. ער האט בלויז אפגעשטעלט דעם גירוש פון די אידן פון מעץ און פארביטן דעם אורטייל אויף א גרויסער סומע געלט-שטראף און פארגרעסערטע שטייערן. דער אורטייל קעגן רפאל הלוי איז געבליבן נישט געענדערט.

איינגעוויקלט אין טלית און תפילין איז רפאל הלוי געגאנגען צום שייטערהויפן. די ווילדע, העסלעכע אויסרופן פון דעם קריסטללכן המון, וואס האט זיך פארזאמלט צוצוקוקן זיך, ווי דער איד ווערט פארברענט, האבן אויף רפאל הלוי'ן נישט געמאכט קיין איינדרוק. ער איז געגאנגען מיט שטאלץ, מיט א געהויבענעם קאפ, און אין הארצן האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן וואס ער האט אים געגעבן כוח אויסצוהאלטן אלע יסורים און נישט מודה זיין זיך אין דעם גרויזאמן בילבול, און אויך נישט אריינציען אין דעם אנדערע אומשולדיקע אידן.

און בשעת די פלאמען פייער האבן זיך פאנאנדערגעברענט אונטער אים, האט ער גענומען זאגן אויפן קול די תפילה "עלינו לשבח" א לויב געזאנג צום אויבערשטן, וואס אויך אנדערע קדושים האבן געזונגען גייענדיג אויף קידוש-השם. הי"ד.

דער הייליגער רוזינער שטעלט משקה פאר איינער וואס איז שוין אויף דעם עולם העליון


אמאהל ווען דער הייליגער רוזינער זצ"ל איז נאך געווען א יונגערמאן, און איז נאך נישט געווען אזוי באוואוסט אויף דער וועלט, האט אין א שטעטיל נעבן רוזין געוואוינט א גביר וואס ער האט זייער שטארק געשטיצט דעם הייליגן רוזינער, כמעט דריי פערטיל פון זיינע הוצאות הפרנסה האט ער געגעבן פון זיין אייגענע קעשענע. און באוואוסט איז דאך אז דער הייליגער רוזינער האט זיך געפירט זייער ברייט, און געפירט א ברייטער רבי'שע הויף ווי ביי א קעניג, דאס האט דעם גביר אפגעקאסט גרויסע געלטער אלע וואך. אבער פון אויסהאלטן אזא גרויסע צדיק קומט אריין די ברכה, איז קיין וואונדער נישט אז דער מענטש איז געווארן רייכער פון טאג צו טאג ממש חוץ לדרך הטבע. דער באשעפער האט אריינגעשיקט א ברכה אין זיין פארמעגן און דאס האט זיך געמערט כסדר. מיט וואס נאר ער האט געהאנדלט האט ער איינגעזעהן די ברכה.

מיט יארן שפעטער ווען דער הייליגער רוזינער האט שוין געווואוינט אין סאדוגער האט ער האט זיך געקויפט שיינע גיטער און גאנצע דערפער ביז ער האט האט שוין געהאט כמעט ווי אן אייגענע לאנד.

אין די אלע דערפער וואו ער האט איינגעקויפט פון פריצים האבן געווואוינט אידן, וואס האבן געהאט שענקען און קרעטשמעס צוזאמען מיט גאסט-הייזער און געוועלבן וואס פון דעם האבן זיי געצויגן זייערע פרנסה דורכן יאר. אבער ווי דער גביר האט אפגעקויפט די אלע דערפער, - איז אריין א משוגעת אין זיין קאפ - האט ער גלייך ארויס געלאזט א באפעל אז אלע אידן זאלן זיך ארויס ציען און ליקווידירן זייערע געשעפטן וואס זיי האבן ביז יעצט געפירט.

נארמאל זענען עטליכע פון די חשובס'טע גבירים און בעלי בתים געקומען צום נייעם בעל הבית פון די דערפער אונזערע גביר און איהם געפרעגט וואס פאר א שלעכטץ די אידן האבן איהם געטאן וואס ער וויל זיי אלע פארשיקן פון דארט? און פאר וואס קומט זיי אזא ביטערן עונש? אבער ווי די חכמים זאגן "עשיר יענה עזות" אז א גביר ענטפערט כסדר מיט עזות און חוצפה, האט ער געענטפערט גאר פשוט אז ער טוט ווי ער פארשטייט און קיינער וועט איהם נישט ענדערן זיין מיינונג. עס האט גארנישט געהאלפן דאס בעטן זיך ביי איהם, ער זאל רחמנות האבן אויף די אידן וואס וועלן נישט האבן קיין דאך איבער'ן קאפ און קיין ברויט אריינצונעמען אין מויל אריין. עס זענען געקומען פרויען מיט קינדער צוזאמען מיט זקנים און געוויינט פאר איהם, אבער זיין עקשנות האט מען נישט געקענט ברעכן.

דער נייער אידישער פריץ איז זיך ליידער באגאנגען מיט זיינע אידישע ברידער, ערגער ווי די פריערדיגע נישט אידישע פריצים. די אידן האבן געמאכט אן אסיפה און געקלערט אן עצה ווי אזוי ניצול צו ווערן פון דער שלעכטער גזירה. האט זיך איין אלטער איד אנגערופן און געזאגט ווי עס זעהט אויס מיין איך אז דער אידישער פריץ גלייבט אין צדיקים און איז א חסיד פון א געוויסע רבי. דעריבער דארפן מיר געוואויר ווערן צו וועלכער צדיק ער פארט. די עצה איז אלעמען געפאלן און זיי האבן אויסגעקליבן צוויי מענטשן וועלכע זאלן אריינגיין אין שטאט און געוואויר ווערן צו וועלכן רבי'ן דער פריץ גייט. נאך א קליינע נאכפארשונגען זענען זיי געוואוויר געווארן אז דער גביר איז א רוזינער חסיד און ער איז ביים הייליגן רוזינער א גרויסער חשוב. זיי האבן זיך צוריק געקערט פון שטאט אריין אין דארף און דערציילט צו וועלכן רבי'ן דער פריץ גייט.

זיי האבן נאכאמאל געמאכט אן אסיפה וואס ווייטער צו טאן. ווייל דער הייליגער רוזינער האט שוין יעצט מער נישט געוואוינט אין רוזין נאר אין סאדוגער. און די הוצאות אנצוקומען ביז דארט איז געווען זייער גרויס, נאך דערצו מיט די אלע שוועריקייטן ביז מ'קומט אן אהין. מ'האט געמוזט האבן א פאס פון איין גובערניע צו די צווייטע, פון רוסלאנד קיין סאדוגער. און נישט יעדער איינער האט געקענט באקומען א פאס. און אפילו יא, האט דאס געקענט נעמען חדשים ביז מ'האט באקומען א פאס. נאך מער האבן זיי אפילו נישט געוואוסט אפילו זיי וועלן שוין יא אנקומען צום רוזינער אויב דער צדיק וועט קענען עפעס פויעל'ן ביי דעם איד. ווייל זיי האבן דאך געהערט אז דער גביר איז גאר א גרויסער חשוב ביים רוזינער און ווי עס שטייט "על כל פשעים תכסה אהבה" ווער ווייסט צו דער צדיק וועט וועלן זיך אריינמישן אין דער זאך. האט זיך אן עלטערער איד וואס איז געווען א גרויסער מאמין אין צדיקים זיך אנגערופן און געזאגט, הערט אויס ברידער, איך האב נישט קיין שום ספק אז דער הייליגער רוזינער וועט זייכער זיך אננעמען פאר אונזערס וועגען, און אפילו נישט וועט דער רבי זיכער אונז א עצה געבן וואס צו טאן ווייטער מיט דעם גביר.

די ווערטער פון דעם אלטען איז שטארק אנגענומען געווארן ביי דער אסיפה, מ'האט תיכף ומיד צוזאם געשטעלט די ריכטיגע סומע פון געלט וואס מ'דארף האבן אויף הוצאות הדרך, און מ'האט גלייך איינגעגעבן ביי דער גובערניע פאר די ריכטיגע פעסער וואס מ'דארף האבן, פאר זעקס מענטשן. מיט גרויס וואונדער איז ביז א חודש געווען גרייט די זעקס פעסער פאר די זעקס שלוחים וואס האבן זיך געגרייט אין וועג אריין צו גיין קיין סאדוגער צו הייליגן צדיק. אין דעם אליין האבן זיי שוין געזעהן א חלק פון די ישועה, דעריבער האבן זיי זיך ארויס געלאזט אין וועג מיט א גרויס שמחה אז זיכער וועלן זיי קענען אויס פועל'ן א ישועה ביים צדיק.

ווי זיי זענען אנגעקומען קיין סאדוגער, זענען זיי גלייך אריין צום רבי'ן און אויסגעגאסן זייערע ביטערע הערצער און איהם דערציילט דאס זיי זענען שלוחים פון עטליכע הונדערט פאמיליעס אידן, וועלכע וואוינען אויף דעם שטח וואס דער גביר האט אפגעקויפט שוין אסאך יארן, און זייערע זיידעס האבן שוין דארט געוואוינט און זיך מפרנס געווען, און יעצט קומט דער גביר און וויל זיי אלע ארויסטרייבן פון דארט אן קיין שום משפט, און זיי האבן איהם קיינמאל נישט קיין שלעכטץ געטאן. און וואו וועלן זיי יעצט ווייטער גיין. אויב א אידישער פריץ טרייבט זיי ארויס וועט דאך א גוי'שע פריץ זיי זיכער נישט אריינעמען! אזוי האבן זיי שטארק זיך צווויינט.

דער רבי האט זיי געטרייסט און ער האט זיי פארזיכערט דאס מען וועט זיי קיין שלעכטס נישט טאן, און זיי וועלן קענען בלייבן אויף זייערע ערטער.

דער רבי האט תיכף ומיד באלד אוועק געשיקט א בריוו צו דעם גביר, היתכן דאס אין דער צייט ווען אידן זענען אזוי געפלאגט און גערודפ'ט און געפייניגט, און השי"ת האט איהם געהאלפן דאס ער האט געקויפט א שטיק לאנד אויף וועלכן ער זאל קענען באזעצען נאך אידן וואס זאלן קענען האבן פרנסה, טוט ער פארקערט פון דעם, און וויל ארויסטרייבן אלע אידן פון דארט. - דער רבי שרייבט ווייטער - ער זאל זיך בארעכענען וואס פאר א שאדן דאס קען ברענגען, און ער טוט מיט דעם פאר זיך אליין א שאדן, און ער זאל וואס שנעלער מבטל זיין זיין גזירה.

ווי דער גביר האט באקומען דעם בריוו פון דעם צדיק, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט, און בכלל נישט צוריק געענטפערט אויף דעם בריוו. ווי עס גייט אריבער א צייט וואס מ'האט שוין געווארט פאר א ענטפער פון דעם גביר, און ס'איז נישט אנגעקומען האט דער הייליגער רוזינער נאכאמאל געשריבן א בריוו מיט א שטרענגערע שפראך אז ער זאל וויסן אז מיט דעם טוט ער שטעלען זיך און זיין בני בית אין א גרויס סכנה, און נאך דערצו אז אנדערע פריצים וועלן זיך אנלערנען פון איהם און זיי וועלן אויך ארויסטרייבן די אידן פון זייערע דערפער, וואס דאס קען ברענגען אז טויזנטע אידישע משפחות וועלן נישט האבן קיין פרנסות און ברויט צום עסן. דער רבי פירט אויס אין דעם בריוו אויב ער וועט נישט פאלגען וועט ער צום סוף גרויס חרטה האבן דערפון, אבער ווער ווייסט צו דעמאלט וועט דער רבי איהם שוין קענען נאך העלפען ס'וועט שוין זיין צו שפעט...

דער רייכער פריץ האט באקומען דעם צווייטן בריוו און זיך ווייטער נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם און נישט צוריק געענטפערט דעם בריוו.

דער הייליגער צדיק, ווי ער האט געזעהן אז דער גביר מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ביידע בריוון, און דער צדיק האט דאך געוואלט די טובה פון ביידע, סיי פון די אידן און סיי פון דעם גביר, האט ער צום דריטן מאהל געשיקט א בריוו. אבער נישט דורך די פאסט, נאר ער האט געשיקט דעם בריוו מיט א ספעציעלן שליח. און האט געשריבן צום גביר בזה הלשון: אזוי ווי דו פלעגסט קומען צו מיר אסאך מאהל, דארפסט דו וויסן דאס איך ווייס אז דו האסט מיינע ערשטע צוויי בריוו דערהאלטן, און אויב עס דאכט זיך דיר אז איך ווייס נישט, זאג איך דיר דאס איך ווייס, און איך שיק דיר יעצט דעריבער מיט דעם שליח א בריוו, ווייל איך זאל זיכער זיין דאס דער בריוו וועט אריינקומען אין דיין האנט. אבער זאלסט וויסן אז דער שליח איז א שליח בית דין און איך בין דיר מזמין זאלסט קומען תיכף אהער צו א דין תורה האלטען מיט די אלע אידן וועלכע וואוינען אין דיינע דערפער. און אויב דו וועסט נישט תיכף קומען לדין זאלסט דו וויסן מיט וועמען דו האסט צו טאן, דו וועסט נישט קומען מיט גוטען וועסטו אליין בעטן מען זאל דעך אהער פירן, אבער דעמאלט וועט שוין זיין פארפאלן און צו שפעט.

דער שליח איז געקומען צום גביר און ער האט איהם דערלאנגט אין די הענט דעם בריוו, און איבער געגעבן בעל פה און געווארנט אז ער זאל ח"ו נישט ארויף ברענגען אויף זיך דעם צארן פון דעם הייליגן צדיק. אבער ליידער האט מעשה שטן מצליח געווען, און וואס מער דער שליח האט איהם געווארנט, האט דער בעל דבר איהם איינגערעדט אז דאס איז נאר אינטער געשטעלט פון די בעלי בתים די דארפס לייט וועלכע זיצן דארט און וויינען בים רבי'ן, אבער אז ער וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם וועלן זיי בטל ווערן. און דער רבי וועט זיי פטר'ן מיט גארנישט. מיט אזעלכע ווערטער האט דער בעל דבר איהם שטארק איינגערעדט, ביז ער האט צוריק געענטפערט דעם שליח און געזאגט מיט א חוצפה און מיט גרויס שטאלץ, פאר דיר געזונטערהייט צוריק און זאג דעם רבי'ן אזוי ווי איך מיש מיך נישט אין זיינע געשעפטן, בעט איך איהם דאס ער זאל זיך אין מיינע געשעפטן אויך נישט זיך מישען, און עס זאל איהם נישט אנגיין די גאנצע זאך ווייל אין מיינע דערפער קען איך טאן וואס איך וויל און ווי אזוי איך פארשטיי.

דער שליח איז מיט גרויס עגמת נפש צוריק געפארן קיין סאדוגער, עס האט איהם שטארק באנק געטאן די גאנצע מעשה, ווייל ער אליין - דער שליח - איז אויך אמאל געווען א גוטע חבר פון דעם גביר, ווען דער גביר פלעגט נאך קומען צום רבי'ן מיט יארן צוריק, ער האט געוואוסט אז דער גביר פלעגט אמאהל טוען פיהל טובות פאר אידן. און יעצט האט מעשה שטן מצליח געווען און דער שטן האט איהם אריינגעכאפט אין זיין נעץ. דער שליחו האט געגלייבט אז פון זיין האנדלונג מיט דעם רבי'ן אזוי, קען קיין גוטס נישט ברענגען. אבער וואס קען דער שליח טאן, ער האט דאך איהם געווארנט בכל מיני לשונות אז מיט דעם רבי'ן פאנגט מען זיך נישט אן, און ווי צו פארשטאפטע אויערן האט ער גערעדט צו איהם, דעריבער אויב עפעס וועט געשעהן צו איהם איז ער זיך אליין שולדיג פאר דעם.

דער שליח איז צוריק געקומען צום הייליגען רוזינער צדיק און ער האט איהם דערציילט ווי ער האט גערעדט מיט דעם גביר מיט גוטענס און מיט בייזענס און עס האט גארנישט געהאלפן, און דער גביר האט נאר געענטפערט אז דער רבי זאל זיך נישט מישען אין זיינע געשעפטן, אזוי ווי ער מישט זיך ניטש אין דעם רבי'נס געשעפטן. דער צדיק האט אויף דעם גארנישט געענטפערט נאר געזאגט "נו נו!!".

פלוצלונג איז דער גביר קראנק געווארן און מען האט גערופן א דאקטאר, דער דאקטאר האט געזאגט אז מען מוז נעמען דעם קראנקען גביר קיין וויען, אויב נישט איז ער זייער מסוכן. קיין געלט איז נישט געווען קיין פראגע, מ'האט גלייך באשטעלט צו באקומען די ריכטיגע ערלויבעניש און פאסן צו קענען פארן ביז קיין וויען. מ'האט געשאטען געלט פון אלע זייטען, און געגעבן שוחד צו וועמען עס קען נאר זיין צו באקומען וואס שנעלער די ערלויבענישן און פאסען. אבער ווי די באאמטע זענען געוואויר געווארן וועגן וואס עס טוט זיך דא און וועון וועגען, האבן זיי פארשטאנען אז דא קען מען ארויסצאפען פון דעם גביר געלט וויפיל מ'וויל, דעריבער האבן זיי פארלענגערט און זיך געזוימט מיט געבן די ערלויבענישן, אזוי אז די געלט פון דעם גביר זאל כסדר שטראמען צו זיי וואס מער און מער, און די באאמטע האבן זיך גארנישט געאיילט. וואס מער זיי האבן פארלענגערט און זיך געזוימט האבן זיי פארדינט כסדר מער געלט. אזוי איז אריבער א גאנצע חודש און דער ערלויבעניש איז נאך נישט אנגעקומען. מ'האט איינגעזעהן אז עפעס איז דא נישט גלאטיג מיט די גאנצע מעשה. דער גביר איז פון טאג צו טאג ערגער און קראנקער געווארן, אבער מיט דעם אלעמען האט ער זיך נאך אלץ נישט געוואלט אינטער געבן צום רבי'ן און ווערן אונטערטעניג אינטער איהם, ממש ווי עס איז געווען ביי פרעה, ויכבד לב הגביר, אפילו ער האט שוין געהאלטן ממש בים שטארבן. ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט אז דאס קומט איהם ווייל ער האט ווידערגעשפעניגט דעם רבינ'ס ווערטער. אדרבה אין זיין קאראנקן בעט האט ער געהייסן מ'זאל איהם דערלאנגען דעם דעקרעט וועלכן ער האט געשיקט צו די דארפס-לייט זיי זאלן זיך ארויס ציען פון זיינע דערפער גלייך ווען דער טערמין וועט קומען. ער האט געזעהן אז דער טערמין איז אין נאך דריי טעג, האט ער געזאגט פאר זיינע בני בית, אויב ער וועט נישט זיין געזונט אין נאך דריי טאג, און ער אליין וועט נישט קענען פארן ארויסטרייבן די אידן פון דארט, זאלן זיי פארן צו די דערפער און ארויסטרייבן די אידן פון דארט. אבער ער שפירט דאס דעם קומענדיגן טאג וועט ער זיך יא קענען אויפהייבן פון בעט און גיין צו די דערפער....

אבער דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט, אין דעם זעלבן טאג איז געווארן א גרויס ענדערונג צום שלעכטס אין דעם גביר'ס קראנקהייט, דער קרענק האט זיך אזוי שטארק פארשטארק ביז דער גביר איז געווארן באוואוסטלאז, און מער נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט איהם. ווער עס איז געקומען נאנט צו איהם האט ער גענומען יענעם שלאגן און שעלטען און שרייען.

ווי די בני בית האבן דאס געזעהן אז זיין מצב ווערט ערגער, זענען זיי שנעל געלאפן צום מאגיסטראט מיט א געבעט צוזאמען מיט א גרויס סומע געלט אז מ'זאל זיי געבן די ערלויבעניש צו פארן קיין וויען. צום סוף האבן זיי באקומען די ערלויבעניש און מ'האט דעם קראנקען גענומען איינגעפאקט אין ווארימע דאכענעס און מ'איז ארויס אויפן וועג קיין וויען, מיטפארענדיג איז אויך געווען דער דאקטאר וואס האט כסדר געהאלטן א אויג אויף דעם קראנקן גביר.

אינמיטן וועג האט דער דאקטאר זיך אנגערופן אז די קראנקהייט האט זיך נאך פארערגערט און ער ווייסט נישט אויב ער וועט נאך אנקומען קיין וויען לעבעדיגערהייט. דערווייל איז דער קראנקער צוריק געקומען צו זיין וויסן און ער רופט זיך אן צו זיינע באגלייטער און זאגט, איך ווייס דאס מיינע טעג זענען געציילטע און ער וויל נישט ליגן אין דער פרעמד, וויל ער שוין צוריק פארן אהיים. אבער ווי באלד די גאנצע קראנקהייט איז דאך געקומען דורך דעם וואס ער האט נישט געפאלגט דעם רוזינער צדיק וויל ער חאטש ווי לאנג ער לעבט זיך איבער בעטן מיט דעם רבי'ן און ער וויל מ'זאל שוין אויסדרייען דעם וואגן און זיך נעמען פארן קיין סאדוגער.

זיינע קינדער האבן איהם געברענגט קיין סאדוגער, אבער דער קראנקער האט פון דעם וואגען נישט געקענט אראפ גיין. ער האט געבעטן זיינע קינדער זיי זאלן אריינגיין צום רבי'ן און זאגן דאס ער איז אינדרויסן ביים טויער און קען נישט גיין, און ער בעט דער רבי זאל איהם מוחל זיין. דער הייליגער צדיק איז ארויס געקומען און האט עטליכע מינוט געקוקט אויף דעם קראנקען און געזאגט נו! נו! און איז צוריק אריין אין זיין פריוואטע צימער. גלייך נאך דעם איז דער גביר אהיים געפארן און אין דעם זעלבן טאג וואס ער איז אהיים געקומען איז ער געשטארבן רח"ל.

ביים הייליגן רוזינער פלעגט זיין א מנהג אז מ'פלעגט שטעלן וויין פאר די חסידים אפילו זיי זענען נישט געווען דארט. אזוי אויך איז געווען מיט דעם גביר ווי לאנג ער האט געלעבט פלעגט דער רבי אליין פיהל מאהל באפוילן די גבאים צו שטעלן וויין פאר דעם גביר אויף זיין חשבון. דאס איז אלעס געווען ווי לאנג דער גביר האט נאך געלעבט. עס איז אריבער עטליכע יאר וואס דער גביר איז שוין געווען אויף דעם עולם האמת האט פלוצלונג דער הייליגער רוזיניער איינמאל שבת ביים טיש געהייסן מ'זאל שטעלן וויין פאר דעם גביר'ס וועגן. די גבאים וועלכע האבן געוואוסט אז דער גביר לעבט שוין נישט האבן געמיינט אז דער רבי ווייסט נישט פון דעם. האבן זיי זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם. אבער ווי דער רבי האט נאכאמאל געזאגט מ'זאל שטעלן וויין פאר דעם גביר האבן די גבאים שוין נישט געהאט קיין ברירה וואס צו טאן און האבן געזאגט פאר דעם רבי'ן אז דער גביר געפונט זיך שוין נישט צווישן די לעבעדיגע.

ווי זיי האבן דאס געזאגט פאר דעם רוזינער האט דער צדיק זיך אנגערופן און געזאגט, איר מיינט אז איך ווייס נישט! איך ווייס אויך דערפון, נאר איך וועל אייך דערציילן וועט איר שוין פארשטיין פאר וואס איך האב געהייסן מ'זאל שטעלן וויין פאר איהם.

איר זאלט וויסן אז אין הימל איז דא דריי בתי דינים, איין בית דין פון מלאכים, די צווייטע פון נשמות פון די היילייגע צדיקים וועלכע זענען שוין בעולם האמת, און דאס דריטע בית דין פון צדיקים וועכלע זענען נאך דא אויף דעם עולם. און דער סדר איז ווען א מענטש שטארבט און קומט אן צו געבן א דין וחשבון אויף זיינע מעשים אויף דער וועלט, טוט מען איהם קודם שטעלן בעפאר דעם בית-דין פון די מלאכים. און זיי זענען שטארקע מחמירים ווייל זיי פארשטייען נישט ווי קען א מענטש וואס איז א טיפה סרוחה מורד זיין אין דעם באשעפער וואס טוט פאר דעם מענטש אזוי פיהל גוטס. אבער אז דער מענטש האט א זכות און איז ביים לעבן געווען דבוק צו א צדיק קען ער פארלאנגען מ'זאל איהם פירן לדין פאר דעם צווייטן בית דין פון די נשמות הצדיקים. אבער באזיי איז אויך זייער שווער זוכה זיין בדין, ווייל, זיי זענען שוין לאנג אויף דעם עולם האמת און האבן שוין פארגעסן די אלע טרדות וואס א מענטש מאכט דורך אין זיין לעבן, און דער וועלט איז נישט ווי עס איז געווען אמאהל. אבער פון דעסטוועגן איז דער משפט פיהל גרינגער ווי ביי די מלאכים.

אבער אויב א מענטש האט נאך א גרעסערע זכי' דאס זיין רבי לעבט נאך און ער איז פון דער בית דין של מעלה פון די צדיקים וואס לעבן נאך אין דער וועלט, און ער בעט דאס מ'זאל איהם פירן צו זיין רבי'ן למשפט, האט ער א ודאי זייער א גרינגע משפט, ווייל דער רבי מעג איהם א טובה טאן. דא האט זיך דער צדיק אויפגעשטעלט און געזאגט "געלויבט איז דער השי"ת וואס ער האט מיך אויסגעקליבן פאר איינעם פון דעם דריטן בית דין און אז דער מענטש האט געהאט א זכי' דאס מען זאל איהם שטעלן פאר אונז לדין בין איך גרייט איהם א טובה צו טאן, דעריבער הייס איך שטעלן פאר זיינעט וועגן וויין".

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 1:46 pm

א ריזן דאנק אייך!!!

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 1:56 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך!!!

ג"א מצטרף,
הק' יואל ווייס
__________________________________
This signature was intentionally left blank

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 1:59 pm

יישר כחכם יקותיאל!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 10:56 pm

bailout האט געשריבן:שיינע מעשה, איך מיין אז די מעשה איז געווען מיטן רבי'ן ר' הערש פון רימינאוו, דער רבי ר' מענדעלע האט אים (בכוונה) ארויסגעשייגעצט אז ער איז א גנב, און די גאנצע שטאט האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, איז ער געגאנגען איבערנעכטיגן אין א דערנעבנדיגן דארף, דער בעה''ב איז נישט דארט געווען נאר זיין טאכטער, אביסל שפעטער זענען אנגעקומען א גרופע סוחרים וואס האבן צוגעשטעלט די גאנצע חתונה. די אויספיר געדענק איך נישט, אפשר האט עס זיידעניו ערגעץ אראפגעשריבן.

שקויעך עניוועי א הערליכע ארבעט.

איך געדענקט אויך א מעשה מיטן הייליגן רימינאווער. אבער עס איז נישט קיין סתירה און עס מיין נישט "אז די מעשה איז געווען מין רבי'ן ר' הערש פון רימינאוו". עס קען גאר זיין אז עס איז געוועהן צוויי ענדליכע מעשיות!

עס איז דאך באקאנט פארשידענע מעשיות פינעם בעש"ט הק' וואס האט געשטיפט נגידים צו מאכן שידוכים וואס האט נישט געשמעקט "ער זאל נישט מיזן טוהן אז זאלסט קודם יורד זיין".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מאנטאג ינואר 08, 2018 12:47 pm

איך מיין יעדער וואלט געקענט באשטיין צו אנהאלטן די אשכול.

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:36 pm

קען איינער אזוי גוט זיין און איבערלייגן אלע סיפורים ביז אהער אויף א פי די עף
ולמצוה גדולה יחשב
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך!!!

גביר באמת
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 03, 2017 7:39 am

תגובהדורך גביר באמת » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:02 am


לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

כל העולם כלו

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:40 pm

אלע מעשיות פון די וועלטל אויף א PDF

אזוי ווי ס'איז זייער א גרויסע פייל, האבעך'ס געמוזט צוטיילן אויף 4 חלקים.

ליינט און האט הנאה!
צוגעלייגטע
17-32 - גרויסע מעשיות.pdf
חלק ב
(208.33 KiB) דאונלאודעד 209 מאל
1-16 - גרויסע מעשיות.pdf
חלק א
(240.74 KiB) דאונלאודעד 179 מאל

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:53 pm

די אנדערע צוויי חלקים
צוגעלייגטע
49-67 - גרויסע מעשיות.pdf
(241.85 KiB) דאונלאודעד 173 מאל
33-48 - גרויסע מעשיות.pdf
(214.01 KiB) דאונלאודעד 186 מאל

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:53 pm

יישר כח גדול פאר אייך
זאל אייך זיין צו מצוות
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מיטוואך יוני 20, 2018 6:29 pm

יקותיאל האט געשריבן:
מעשה נורא פון דעם בעל "מקדש מלך"

דער בעל "מקדש מלך" הרב שלום באזגלאו האט געוואוינט אין לאנדאן. בסוף ימיו האט ער מחליט געווען צו פארן קיין ארץ ישראל און דארט פארברענגען זיינע לעצטע יארן על התורה ועל העבודה. זיין פלאן איז געווען צו גיין וואוינען אין דער הייליגער שטאט צפת וואו עס האבן זיך געפונען דארט די גרויסע בעלי מקובלים און גדולי הפוסקים פון יענע דור.

ער האט געקויפט א קארטע אויף א געוויסע שיף וואס האט זיך ארויס געלאזט פון לאנדאן פארענדיג קיין ארץ ישראל. ס'איז געווען ערב שבת האבן די מאטראזן דערזעהן א אינזעל נישט ווייט, האבן זיי מחליט געווען צו אנקערן די שיף פאר א קליינע וויילע זיך אפצורוהען און דערנאך צו פארן ווייטער. אלע מענטשן זענען אראפ פון דער שיף און אזוי אויך דער בעל "מקדש מלך". פארשטייט זיך אז די אלע גויים האבן זיך נישט דערווייטערט פון די האפן און דער שיף, זיי האבן דארט אנגעצינדן א פייער און פארברענגט און געהוליעט ווי די שטייגער פון גויים איז. אבער אונזערע הייליגער צדיק וואס איז געווען זייער פארטיפט אין זיינע הייליגע און ריינע מחשבות האט שפאצירט אויף דעם אינזעל ווייטער אוועק פון די גאנצע עולם. ער האט אזוי שפאצירט קודם אין דעם אפענעם פעלד, און נישט זעהענדיג איז ער אריין אין א וואלד און האט אזוי ווייטער שפאצירט. און וואס ווייטער האט ער שפאצירט, האט ער זיך אלץ מער דערווייטערט פון די מענטשן פון דער שיף.

אבער ווי ער כאפט זיך אויף פון זיינע הייליגע מחשבות, זעהט ער אז ער געפונט זיך אינמיטן א וואלד, ער נעמט זיך שנעל צוריק גיין אויף צוריק צו די האפן וואו דער שיף האט געאנקערט, עס נעמט נישט קיין לאנגע צייט און ער איז אנגעקומען צו יענע ארט וואו דער שיף האט געאנקערט פון פריער. אבער צו זיין גרויס עשטונונג זעהט ער אז די שיף איז מער נישט דא און אזוי אויך די אלע גויים זענען מער נישטא. דער שיף האט פארלאזט דעם אינזעל צוזאמען מיט אלע מענטשן און יא ווילענדיג אדער נישט ווילנדיג האבן זיי איבער געלאזט דעם הייליגן "מקדש מלך" איינער אליין אויף דעם אינזעל און יעצט איז ערב שבת.

ער קוקט זיך ארום און וואונדערט זיך וואו ער וועט יעצט פארברענגען דעם הייליגן שבת. ער זעהט נישט קיין שום צייכן פון א באוואוינטען ארט פון מענטשן. אבער האט מחליט געווען וויייטער צוריק אריינגיין אין דעם וואלד וואו ער האט שפאצירט פריער און דארט אינמיטן וואלד וועט ער מקבל שבת זיין איינער אליין.

ער קומט אן אין וואלד, דער זון שטייט שוין העכער די ביימער, אט אט קומט שוין שבת קודש. ער קוקט זיך ארום און צום באוואנדערן זעהט ער אין וואלד פון דערווייטענס א גרויסע בנין מיט א מויער ארום גענומען ארום און ארום. ער ווייסט קודם כל נישט אויב ער זאל דארט גיין אדער נישט, ווער ווייסט וואספארא מענטשן עס געפונען זיך דארט, קען דאך זיין אז גאר רויבערס און באנדיטן זענען דארט. ווי די שטייגער איז אז באנדע רוצחים געפונען זיך כסדר אין די פארווארפענע ערטער און אינזלען. ווי ער טראכט וואס ער זאל טאן, כאפט איהם אן א גרויס שרעק און ציטערניש, און אט זעהט ער ווי גאר א גרויסער אדלער קומט איהם אנקעגן צו פליען און דערנענטערט זיך צו איהם, און די אדלער האט זיך אראפ געזעצט נעבן איהם אויף דער ערד, מיט אויסגעשפרייטע פליגלן, ווי די אדלער וואלט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל ארויף גיין און רייטען אויף איר.

ער האט פארשטאנען דעם וואונק, און האט זיך ארויף געזעצט אויף דעם אדלער, די אדלער האט זיך געהויבן אין דער לופט און זיך גענומען פליען צוזאמען מיט דעם בעל "מקדש מלך" אויף איר, הויך אין די ליפטן, ביז די אדלער האט זיך אפגעשטעלט אוף דער ערד גלייך ביים טויער פון דעם גרויסען בנין וואס ער האט געזעהן פריער פון דערווייטענס. דער בעל "מקדש מלך" אזי אראפ פון דעם אדלער, און די אדלער איז באלד צוריק אוועק געפלויגן ווייטער. ער שטייט אין פארענט פון דעם גרויסן פאלאץ און באוואונדערט איר שיינקייט זייער שטארק. מיט גרויס ציטער גייט ער צו דעם טויער און פראבירט איר צו עפענען, און צום באוואונדערן האט זיך דער טויער געעפענט. ער גייט אריין, נעמט זיך גיין פון איין צימער צו די צווייטע און זעהט נישט קיין איין מענטש. אלעס איז געבויט פון די שענסטע און די בעסטע, די ווענט געבויט פון עלעפאנט ביין, באצירט מיט די שענסטע בריליאנטען און פערל-שטיינער. אלע שטאנגען זענען באדעקט מיט ריין גאלד, פארשידענע כלים פון גאלד און זילבער זענען געלעגען אויף די טישן, וואס אזוינס האט ער אין זיין לעבן נאך נישט געזעהן. ער האט גלייך פארשטאנען אז ער געפונט זיך יעצט נישט מער ווי אין "גן עדן התחתון" וואס געפונט זיך אויף דער וועלט. און ער דארף גארנישט מער טאן נאר בעטן פון דעם באשעפער ער זאל קענען דא פארברענגען דעם הייליגן שבת.

ער טראכט ביי זיך אז יעדן ערב שבת איז ער דאך צוגעוואוינט צו גיין איןמקוה און דא זעהט ער נישט קיין מקוה, אבער ווי ער טראכט נאר די ווערטער, זעהט ער בעפאר זיינע אויגן א צימער מיט א מקוה וואס האט גערינען פון א שמעקעוודיגע קוואל וואסער. ער טובל'ט זיך אין די מקוה לכבוד שבת, ער קומט ארויס פון וואסער און ווישט זיך אפ, ווייטער טראכט ער ביי זיך אז יעדן שבת איז ער געוואוינט צו גיין מיט בגדי לבן... ווי ער טראכט אזוי זעהט ער פאר זיינע אויגן די 4 בגדי לבן וואס ער איז געוואוינט צו גיין אלע שבת. ער טוט אן די קליידער און גייט ארויס פון די מקוה צימער אין דעם גרויסן זאל.

ער זאגט אז ער האט א מנהג יעדע ערב שבת צו לערנען מסכת שבת נאך די מקוה. ווי ער זאגט די ווערטער זעהט ער א גמרא מסכת שבת מיט גאר א שיינעם באנד פון לעדער מיט גאלד באצירט. ער זעצט זיך לערנען אין די גמרא און שפירט ממש א טעם גן עדן בשעת'ן לערנען. נאכ'ן לערנען זאגט ער ווייטער צו זיך אז ער איז געוואוינט יעדן ערב שבת צו מאכן א "טועמיה" טועם זיין פון די מאכלי שבת קדוש. ווי ער זאגט די ווערטער זעהט ער אין פראנט פון זיך א גאלדענעם טאץ מיט די בעסטע און גרעסטע פיש. ער האט טועם געווען פון די פיש, און ווייטער געלערנט אין די גמרא. ער האט אויסגעזעהן מיט די ד' בגדי לבן ממש ווי א מלאך. ער האט געלרנט אין די גמרא און מחדש געווען חידושים נפלאים בשעת'ן לערנען.

נאכ'ן לערנען זעהט ער אויפן טיש לעכט צום אנצינדן לכבוד שבת. ער צינדט אן די לעכט און איז גרייט צו מקבל שבת זיין. ווי נאר ער איז געווען גרייט צו מקבל שבת זיין, הערט ער פון דעם אנדערן צימער ווי מענטשן קומען אריין און גרייטן זיך צו מקבל שבת זיין. ער גייט צום טיהר פון יענעם זאל און וויל דאס עפענען דארט אריינגיין, אבער ער קען נישט עפענען יענע טיר. האט ער פארשטאנען אז ער האט נישט קיין רשות דארט אריינצוגיין. האט ער זיך צוריק געקערט צו זיין ארט צום טיש וואו ער האט געצינדן די לעכט.

אבער ער הערט פון דעם אנדערן זאל ווי מ'האט זיך געשטעלט דאוונען מנחה, ער האט זיך איינגעהילט מיט א טלית לבן וואס ער האט דארט געטראפן און מיטגעדאוונט מנחה מיט זיי. נאך מנחה האט ער מיטגעדאוונט מיט זיי קבלת שבת צוזאמען מיט מעריב ביז מ'האט געענדיגט דאוונען. ווי מ'האט געענדיגט דאוונען, הערט ער ווי אלע מענטשן זענען ארויס פון דארט. ער קוקט זיך ארום זעהט ער ווי אויפן טיש איז געדעקט די שענסטע און בעסטע מאכלים חלות פלייש מיט פיש וכל מיני מטעמים. ער עסט די שבת'דיגע סעודה מיט גרויס קדושה און חשק, און שפירט כאילו ער וואלט געגעסן פון דעם שור הבור און דעם לויתן און געטרונקען ווייין פון דעם יין המשומר. ער זינגט זמירות שבת, און שפירט ווי ער איז ממש אין גן עדן.

נאכ'ן עסן האט ער ווייטער געלערנט, ווען ער איז געווארן מיעד, האט ער געזעהן א געדעקטע בעט מיט קישענעס און קאלדרעס ווי עס דארף צו זיין. ער לייגט זיך שלאפן, ער שלאפט זייער געשמאק און זיס, און שטייט אויף גאנץ פריה און נעמט זיך גרייטן צו דאוונען שחרית צוזאמען מיט מוסף. ווייטער הערט ער א רעש ווי מענטשן קומען אריין צום דאוונען. מ'דאווענט בקול נעימה מיט א זיסקייט און א געשמאקייט, ער דאוונט מיט, אבער ער האט אבער נישט געקענט אריינגיין אין דער זאל וואו דער מנין איז געווען.

ביי קריאת התורה הערט ער ווי מ'רופט אויף די אלע שבעה רועים, אנגעפאנגען מיט אהרן הכהן דערנאך מיט משה פאר לוי און אזוי ווייטער ביז דוד המלך איז געווען דער לעצטער. א גרויס ציטער כאפט איהם אן און זאגט "מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים". נאכ'ן דאווענן איז ווייטער דער טיש געווען גרייט מיט אלע שבת'דיגע מאכלים צו די צווייטע סעודה. ער עסט און לערנט, און לייגט זיך צו אפרוהען לכבוד שבת. ווען ס'קומט מנחה זענען ווייטער געקומען די מענטשן אין דעם אנדערן צימער און ער האט מיט געדאוונט מיט זיי פון זיין צימער. נאכ'ן דאוונען איז דער טיש געווען געדעקט מיט שלוש סעודות. ער פראוועט די שלוש סעודות מיט גאר פיהל התרגשות, ער שפירט ממש וואו ער געפונט זיך אין גן עדן ממש.

ווי עס קומט מוצאי שבת שפירט ער ווי א שטארקע שלאף פאלט אויף זיינע אויגן, ער פראבירט מיט אלע כוחות נישט איינשלאפן, אבער עס העלפט נישט און ער איז איינגעשלאפן זיצענדיג ביים טיש נאכ'ן פראווען די שלוש סעודות.

ער שלאפט און חלומ'ט ווי ער געפונט זיך יעצט אויף דעם עולם העליון דארט וואו עס געפונט זיך דער בית דין של מעלה און מ'איז דן אלע נשמות וואס זענען געקומען פון עולם הזה די וואך בעפאר שבת. ער זעהט ווי די נשמות גייען אריבער בעפאר דעם בית דין של מעלה און מ'איז יעדען איינעם דן, ווען ס'איז דא א צדיק ווערט א גרויס שמחה און מ'רופט אויס "פנו מקום בגן עדן" מ'זאל צוגרייטן אן ארט אין גן עדן. צווישן די אלע נשמות איז אריבער א נשמה פון א מענטש וואס איז אלט געווען אכציג יאר אויף דער וועלט וואס האט געהאט א שענק נעבן דער שטאט צפת עיר הקודש. ער פלעגט זיך פירן זייער ארנטליך און ערליך און איז נפטר געווארן דעם שבת. ווי מ'האט איהם דן געווען האט מען געזעהן אז ער איז א צדיק און מ'האט שוין אויסגערופן מ'זאל צוגרייטען אן ארט פאר איהם אין גן עדן. אבער פלוצלונג קומט צו פליען א געוויסע שלעכטע שווארצע מלאך מיט א שרקעוודיגע צורה או זאגט אז דער מענטש וואס מ'האט יעצט דן געווען האט אין זיך א געוויסע עבירה. ווייל איינמאל שבת איז געקומען צו זיין הויז אן אראבער און געבעטן פון איהם ער זאל איהם פארקויפן א געוויסע משקה וואס דער אראבער מעג טרונקען. פארשטייט זיך אז ס'איז געווען שבת און דער איד האט נישט געוואלט פארקויפן פאר דעם אראבער קיין שום משקה. אבער דער אראבער האט געזאגט אז אויב דער איד וועט איהם נישט געבן די משקה וואס ער וויל וועט ער איהם הרג'ענען. האט דער איד געזאגט צום אראבער אז ער קען אליין נעמען וויפיל משקה ער וויל, אבער ער פארקויפט דאס איהם נישט נאר ער געט דאס איהם אוועק בחנם. דער איד האט ארויס געברענגט צו דעם אראבער די משקה און דער אראבער האט דאס גענומען און איז זיך אוועק געגאנגען. רופט זיך אן דער מלאך און זאגט "א שטיקל חילול שבת איז דא יא געועון דעריבער קען דער איד נאך נישט אריינגיין אין גן עדן"

די בית דין של מעלה האט זיך גענומען ווייטער דן זיין וואס מ'טוט יעצט, ווייל דער איד האט דאך נישט גענומען קיין געלט אויף די משקהף אזוי אויך איז ער געווען געצווינקען מיט זיין לעבן צו געבן די משקה, אבער ווי באלד דער איד איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, איז דאס אויך א פגם פאר זיין נשמה דעריבער האט בית דין געפסק'נט אז די נשמה דארף זיך קודם וואלגערן זיבן יאר ביז זי וועט קענען אנקומען צו איר ריכטיגע מנוחה אין גן עדן.

דער הייליגער "מקדש מלך" הערט דעם פסק דין טוט ער זיך זייער וואונדערן, ווייל אפילו ביי רשעים שטייט איז זייער משפט נישט מער ווי 12 חדשים, און דא פאר אן אונס קומט 7 יאר? ער האט דאס נישט געקענט פארטשיין און אויסהאלטן. ער האט זייער רחמנות געהאט אויף די נשמה, און האט זיך אוועק געשטעלט בעפאר דעם בית דין של מעלה און געזאגט "נפשי תחת נפשו" איך בין גרייט צו נעמען אויף זיך דעם עונש פון זיין נע ונד פאר זיבן יאר אנשטאט די נשמה פון דעם אלטן איד. און די נשמה זאל קענען אריינגיין אין גן עדן. דער בית דין האט אנגענומען זיין הצעה, און מ'האט דעם אלטן אריינגעלאזט אין גן עדן.

יעצט האט בית דין זיך ווייטער געזעצט דן זיין וואס מ'טוט דא מיט דעם בעל "מקדש מלך" וואס האט זיך יעצט מוסר נפש געווען צו ליידן זיבן יאר גלות פאר א נשמה וואס ער האט אפילו נישט געקענט. בית דין טראכט אריין פארוואס זאל אזא הייליגע צדיק ווי דער מקדש מלך ליידן זיבן יאר גלות, פאר אן עבירה וואס ער האט נישט געטאן נאר א צווייטער. נאכ'ן דן זיין איז ארויס א פסק פון בית דין אז יום לשנה איין טאג וועט זיין ווי א יאר, און דער מקדש מלך דארף גיין אין גלות נישט מער ווי זיבן טעג וואס וועט ווערן גערעכנט ווי זיבן יאר. און ווי באלד דער אלטער איד וואס איז אריין אין גן עדן האט געהאט זיבן זוהן, דעריבער דארף דער בעל "מקדש מלך" נעכטיגן ביי יעדע זוהן איין נאכט און אזוי וועט זיין גלות זיין פארטיג. כאילו ער וואלט געווען אין גלות זיבן יאר. און דערנאך קען ער בלייבן וואוינען אין דער הייליגער שטאט צפת לאורך ימים.

נאך די אלע רייד האט זיך דער בעל "מקדש מלך" אויפגעכאפט פון זיין שלאף, ער זעהט ווי ער געפונט זיך אינמיטן א פעלד, נישטא קיין וואלד, קיין וואסער, קיין פאלאץ אדער מויער. ער וואונדערט זיך וואו ער געפונט זיך. ער טראכט איבער אלעס וואס איז אריבער איהם דעם שבת און וועגן דעם מורא'דיגע חלום וואס ער האט געהאט. ווי ער נעמט זיך גיין, און ווייסט אליין נישט וואו ער גייט זעהט ער ווי א גרויסע גרופע מענטשן קומען צו גיין פון א פעלד מיט לאטערנעס אין די הענט צו באלייכטען די וועג. ער דערנענטערט זיך צו זיי און פרעגט זיי ווער זיי זענען און וואו זיי געפונען זיך יעצט? האבן זיי איהם דערציילט אז זיי געפונען זיך יעצט אינדרויסן פון דער בית החיים פון דער הייליגער שטאט צפת. זיי פרעגן איהם ווער ער איז? און פון וואו ער קומט? האט ער געזאגט זיי זאלן איהם נישט פרעגן קיין שאלות. אבער ער פרעגט זיי וואס זיי טוען דא אין פעלד אינדרויסן אינמיטן נאכט. האבן זי איהם דערציילט אז שבת נאכט איז נפטר געווארן א גרויסער צדיק וואס האט געהאט א שענק, און יעצט האבן זיי איהם געפירט למקום מנוחתו אויפ'ן פעלד אינדרויסן פון צפת. און יעצט קומען זיי צוריק פון די קבורה. דער בעל "מקדש מלך" ווערט זייער פארוואונדערט, ווי מ'האט איהם געפירט פון הימל ביז דא אזוי שנעל. ער דערציילט קיינעם נישט ווער ער איז, ער ווייסט נישט וואו צו גיין נעכטיגן די נאכט, אבער דער היילייגער צדיק, דער נפטר, האט איבער געלאזט 7 זוהן וואס זענען אויך געווען גרויסע צדיקים און בעלי הכנסת אורחים, ווי זיי האבן דערזעהן א פרעמדער גאסט ביי די לויה, האט יענער איינער איהם געבעטען ער זאל קומען צו זיין שטוב דארט איינשטיין ביז ער וועט טרעפען א ארט צום וואוינען. די ברידער האבן זיך גענומען קרוגן ווער עס זאל האבן די זכיה צו האבן דעם פרעמדן מענטש פאר א גאסט אין זיין הויז, ביז דער בעל "מקדש מלך" איז צוגעגאנגען צו זיי און זיי געזאגט, איר דארפט זיך נישט קרוגן, איך וועל יעדע נאכט פון די קומענדיגע וואך איינשטיין ביי א צווייטען פון די אלל ברידער, אנפאנגענדיג ביים עלצטן און ענדיגן ביים יונגסטן, אזוי וועלן אלע האבן די זכיה מיר צו האבן פאר א גאסט.

דורך דעם וואס דער בעל "מקדש מלך" איז געשלאפן ביי אלע ברודער אין די ערשטע וואך, איז אראפ גענומען געווארן דער עונש פון איהם צו ליידן גלות פאר זיבן יאר.

מיט דער צייט איז מען געוואויר געווארן אין צפת אז דער גאסט איז א איש קדוש מאוד. ער האט געוואוינט אין צפת זיינע לעצטע יארן און איז דארט נסתלק געווארן, אבער "ולא נודע מקום קבורתו" ווי נאך אנדערע צדיקים. אין די הקדמה פון זיינע פירושים אויף מסכת שבת שרייבט ער אז רוב פון די חידושים האט ער מחדש געווען דעמאלט ווען ער האט זיך געפונען בגן עדן של מטה יענעם שבת אין דעם פארווארפענעם אינזעל. זי"ע.


צום ערשט האב איך נישט גענוג ווערטער צו באדאנקען,
בשמי און בשם מיינע קינדער
באטעמטע שיינע מעשיות
נאר איין הערה
די מעשה האט א פירכא עכ"פ דער סוף פון די מעשה ווייל דער מקדש מלך איז נפטר געווארן אין לאנדאן,

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 16, 2018 9:51 am

די מעשה איז באוויסט אז עס איז געשען.
איך געדענק נישט מיט וועלעכע צדיק קען טאקע זיין אז עס איז נישט געווען די מקדש מלך
אבער ווי איך געדענק איז די מעשה אמת
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט