מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:48 pm

yalah האט געשריבן:
זייטיגע נאטיץ
ישוב הדעת האט געשריבן:זיכער א פראבלעם? דאכט זיך אז צעהלימער רב ז״ל האט געהאלטן אז מען קען זיך טובלען בשעת די פילטער ארבייט..

וכן דעת הרבה דיינים.

די רעדטס אפשר פון די היינטיגע פארגעשריטענע פילטערס וואס ארבעט מיט לופט, וואס די וואסער גייט נישט ארויס פונעם בור,
איז אזא פאל איז בכלל נישט א שאלה, מ׳קען זיך לכתחילה טובל׳ן אן איבער אכן די השקה
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:51 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור?
עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור?
ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן.
אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער.
אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!

איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.

איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:03 pm

די גאנצע חסרון פון ארויסנעמען די שטאפער איז ווייל עס קיהלט אפ די מקווה.
דער בור פון מי גשמים איז גארנישט אזוי זויבער. דוק וטישטעך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:11 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:די גאנצע חסרון פון ארויסנעמען די שטאפער איז ווייל עס קיהלט אפ די מקווה.
דער בור פון מי גשמים איז גארנישט אזוי זויבער. דוק וטישטעך.

פון דעם רעד מען דאך אגאנצען צייט עיין לעיל.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » דינסטאג פאברואר 19, 2019 6:33 pm

עס האט נאך א פראבלעם אז די גאנצע מיי גשמים קען ווערען שאובים
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג פאברואר 19, 2019 6:37 pm

נישט ביי בור ע"ג בור
הוי מחשב...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:48 am

אשכול שפרינגערס - הערט אויף!

מנהלים ביטע אפטיילען הלכה חלק פון די לעצטע פעידזש פון די הומאריסטישע טייל פון די אשכול!!!

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:09 pm

יש בו האט געשריבן:
yalah האט געשריבן:
זייטיגע נאטיץ
ישוב הדעת האט געשריבן:זיכער א פראבלעם? דאכט זיך אז צעהלימער רב ז״ל האט געהאלטן אז מען קען זיך טובלען בשעת די פילטער ארבייט..

וכן דעת הרבה דיינים.

די רעדטס אפשר פון די היינטיגע פארגעשריטענע פילטערס וואס ארבעט מיט לופט, וואס די וואסער גייט נישט ארויס פונעם בור,
איז אזא פאל איז בכלל נישט א שאלה, מ׳קען זיך לכתחילה טובל׳ן אן איבער אכן די השקה

אזוי . בכלל נישט א שאלה?

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:12 pm

גיט האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור?
עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור?
ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן.
אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער.
אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!

איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.

איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

קודם פייניגסטו אידן מדקדקים בכשרות און שטערסט אידן טהרה ווען דו האסט קיין השגה אין די ענין, נאכדעם קומסטו פרעגן צי עס האט א מקור, און דו פרעגסט עס אויפן אינטערנעט, מ'קען ממש נתפעל ווערן פון דיין גיין אין מקוה במסירת נפש כאטש וואס דו האלסט עס נישט אויס.

ס'דא שיטות אז השקה העלפט נאר בשעת ס'איז אפן, מ'דארף נישט מחמיר זיין דערויף ביי אנשים, אבער אידן ווילן מהדר זיין

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:19 pm

מחמיר זיין אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען להלכה, לגבי גיין אין מקוה וואס איז עפי״ר נישט מער ווי א מנהג טוב, אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:32 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:מחמיר זיין אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען להלכה, לגבי גיין אין מקוה וואס איז עפי״ר נישט מער ווי א מנהג טוב, אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

מחמיר זיין אויף גיין אין מקוה וואס 'ישוב הדעת' טענה'ט איז נאר א מנהג טוב, און טון זאכן אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:37 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:מחמיר זיין אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען להלכה, לגבי גיין אין מקוה וואס איז עפי״ר נישט מער ווי א מנהג טוב, אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

מחמיר זיין אויף גיין אין מקוה וואס 'ישוב הדעת' טענה'ט איז נאר א מנהג טוב, און טון זאכן אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

האסט אויסגעלאזט א ווארט, בכוונה?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:40 pm

ניין, נישט משנה די נקודה, מ'קומט איינטיילן אידן מדקדקים זיך נישט צו פירן כמנהגם הטוב ווייל איינער ליידט אויף פינוק און די וועלט דארף זיך אפשטעלן צוליב דעם.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:59 pm

איך הער, סא ביזט מודה אז מען רעדט פון א מנהג טוב, וואס מענטשן זענען מחמיר אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען אפי׳ ביי א דאורייתא׳דיגע טבילה, די שאלה איז נאר צו מען דארף זיך רעכענען מיט די מפונקים, איך האלט אז יא, באט די קענסט מחולק זיין..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:14 pm

ס'איז גראדע יא אנגענומען, זיך רעכענען מיט מפונקים מהיכי תיתי, אבער א מפונק וואס איז נישט אזוי ערליך האט דאך סיי ווי א פראבלעם מיט די גאנצע מקוה מתחלה ועד סוף, און אלעס וואס די ערליכע אידן טוען דארט כמעט איז ביי אים גרויליג וכו', און בכלל ס'דא זאכן וואס מ'קען אפשר זיך רעכענען מיט מפונקים זאכן וואס מ'קען מוותר זיין, אבער נישט זאכן וואס גרעניצט זיך מיט אידישקייט

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך פאברואר 20, 2019 2:12 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:מחמיר זיין אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען להלכה, לגבי גיין אין מקוה וואס איז עפי״ר נישט מער ווי א מנהג טוב, אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

ס'איז נישט ממש נישט אנגענומען.

מחשב האט געשריבן:ש"ך סי' ר"א
[aקוק דאttachment=0]image.png[/attachment]
הוי מחשב...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 20, 2019 2:15 pm

מחשב האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:מחמיר זיין אויף שיטות וואס איז נישט אנגענומען להלכה, לגבי גיין אין מקוה וואס איז עפי״ר נישט מער ווי א מנהג טוב, אויף יענעמס חשבון? נישט קיין שום הידור..

ס'איז נישט ממש נישט אנגענומען.

מחשב האט געשריבן:ש"ך סי' ר"א
[aקוק דאttachment=0]image.png[/attachment]

גערעכט, וטוב להחמיר

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מיטוואך פאברואר 20, 2019 6:13 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור?
עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור?
ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן.
אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער.
אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!

איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.

איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

קודם פייניגסטו אידן מדקדקים בכשרות און שטערסט אידן טהרה ווען דו האסט קיין השגה אין די ענין, נאכדעם קומסטו פרעגן צי עס האט א מקור, און דו פרעגסט עס אויפן אינטערנעט, מ'קען ממש נתפעל ווערן פון דיין גיין אין מקוה במסירת נפש כאטש וואס דו האלסט עס נישט אויס.

ס'דא שיטות אז השקה העלפט נאר בשעת ס'איז אפן, מ'דארף נישט מחמיר זיין דערויף ביי אנשים, אבער אידן ווילן מהדר זיין

אדרבה קום אריבער אין מיין מקוה אין עפען אויף די מי גשמים דעקל אין נאכדעם זאג מיר צו מען דארף זיין א מפונק צו ווערן פארעקלט.

אין יא איך גיי אין מקוה במסירת נפש יעדען טאג נאכן ארויס קומען פון בור שלאג איך מיך ארום יא צו נעמען א שאער אדער נישט אין געווענטליך שטארק איך מיך אויף מיין גרויסע מפונקות.
אין אנטשילדיג איך האב נישט געוויסט אז איר זענט דער וואס עפענט עס יעדע ציפרי מארגן אי"ה וועל איך אייך גריסן גיט מארגן.

נעקט טיים פאר איר ענטפערט ליינט דורך די גאנצע ווייל איך שרייב צום סוף אז אויב האט עס א מקור וועל איך מיך בייגן אין מער נישט מוחה זיין דערויף

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך פאברואר 20, 2019 6:44 pm

עס איז אבער נישט קיין חומרה נאר עס קען ח"ו פסלן די גאנצע מקוה!
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מיטוואך פאברואר 20, 2019 6:48 pm

בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז גראדע יא אנגענומען, זיך רעכענען מיט מפונקים מהיכי תיתי, אבער א מפונק וואס איז נישט אזוי ערליך האט דאך סיי ווי א פראבלעם מיט די גאנצע מקוה מתחלה ועד סוף, און אלעס וואס די ערליכע אידן טוען דארט כמעט איז ביי אים גרויליג וכו', און בכלל ס'דא זאכן וואס מ'קען אפשר זיך רעכענען מיט מפונקים זאכן וואס מ'קען מוותר זיין, אבער נישט זאכן וואס גרעניצט זיך מיט אידישקייט

איך האב געוויסט אז פסלן די מקוה גרעניצט זיך מיט אידישקייט אביר איך האב נישט געוויסט אז עס זענען דא וואס האלטען אז עס איז גאר א חומרה און אויב מען שרייבט אדער מען זאגט קעגען דעם איז מען א קל.
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » מיטוואך פאברואר 20, 2019 9:13 pm

די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט נישט ריינע מי גשמים

זאלן ביטע בעטן די מקוה איד אדער שמש אז עס איז צייט עס צו טוישען, אסאך מקוואות אין שטאט טיען עס זומער ווען די עולם איז קאנטרי ,און רוב מקוואות לאזן נישט היינט צוטאגס טובלען קיין כלים אז עס זאל נישט שמוציג מאכן

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:48 pm

Builder האט געשריבן:די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט נישט ריינע מי גשמים

זאלן ביטע בעטן די מקוה איד אדער שמש אז עס איז צייט עס צו טוישען, אסאך מקוואות אין שטאט טיען עס זומער ווען די עולם איז קאנטרי ,און רוב מקוואות לאזן נישט היינט צוטאגס טובלען קיין כלים אז עס זאל נישט שמוציג מאכן

די מקוה ווי איך גיי ווייס איך אז מען האט עס שוין נישט געטוישט פאר יארן ווייל עס איז נישט אזא קער גענימענע מקוה איך האב שוין כמה פעמים געטראכט צו טושן אבער די נעקסטע מקוה איז א שיינע מהלך סא וואס קען מען טיען ליידן אין שווייגן.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:12 am

גיט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור?
עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור?
ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן.
אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער.
אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!

איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.

איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

קודם פייניגסטו אידן מדקדקים בכשרות און שטערסט אידן טהרה ווען דו האסט קיין השגה אין די ענין, נאכדעם קומסטו פרעגן צי עס האט א מקור, און דו פרעגסט עס אויפן אינטערנעט, מ'קען ממש נתפעל ווערן פון דיין גיין אין מקוה במסירת נפש כאטש וואס דו האלסט עס נישט אויס.

ס'דא שיטות אז השקה העלפט נאר בשעת ס'איז אפן, מ'דארף נישט מחמיר זיין דערויף ביי אנשים, אבער אידן ווילן מהדר זיין

אדרבה קום אריבער אין מיין מקוה אין עפען אויף די מי גשמים דעקל אין נאכדעם זאג מיר צו מען דארף זיין א מפונק צו ווערן פארעקלט.

אין יא איך גיי אין מקוה במסירת נפש יעדען טאג נאכן ארויס קומען פון בור שלאג איך מיך ארום יא צו נעמען א שאער אדער נישט אין געווענטליך שטארק איך מיך אויף מיין גרויסע מפונקות.
אין אנטשילדיג איך האב נישט געוויסט אז איר זענט דער וואס עפענט עס יעדע ציפרי מארגן אי"ה וועל איך אייך גריסן גיט מארגן.

נעקט טיים פאר איר ענטפערט ליינט דורך די גאנצע ווייל איך שרייב צום סוף אז אויב האט עס א מקור וועל איך מיך בייגן אין מער נישט מוחה זיין דערויף

איך האב געליינט די גאנצע און פון דעם האב איך גערעדט, למעשה זע איך פון דיינע ווערטער אז ביסט אן ערליכער און מיינט עס ערנסט, משועבד לדעת תורה, בעט איך דיר איבער פאר די שפראך, והוא רחום יכפר

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:56 am

Builder האט געשריבן:די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט נישט ריינע מי גשמים

זאלן ביטע בעטן די מקוה איד אדער שמש אז עס איז צייט עס צו טוישען, אסאך מקוואות אין שטאט טיען עס זומער ווען די עולם איז קאנטרי ,און רוב מקוואות לאזן נישט היינט צוטאגס טובלען קיין כלים אז עס זאל נישט שמוציג מאכן

וואסער ווערט שמיציג סתם פון שטיין א לאנגע צייט אן טובלן כלים

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:58 am

בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.

איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

קודם פייניגסטו אידן מדקדקים בכשרות און שטערסט אידן טהרה ווען דו האסט קיין השגה אין די ענין, נאכדעם קומסטו פרעגן צי עס האט א מקור, און דו פרעגסט עס אויפן אינטערנעט, מ'קען ממש נתפעל ווערן פון דיין גיין אין מקוה במסירת נפש כאטש וואס דו האלסט עס נישט אויס.

ס'דא שיטות אז השקה העלפט נאר בשעת ס'איז אפן, מ'דארף נישט מחמיר זיין דערויף ביי אנשים, אבער אידן ווילן מהדר זיין

אדרבה קום אריבער אין מיין מקוה אין עפען אויף די מי גשמים דעקל אין נאכדעם זאג מיר צו מען דארף זיין א מפונק צו ווערן פארעקלט.

אין יא איך גיי אין מקוה במסירת נפש יעדען טאג נאכן ארויס קומען פון בור שלאג איך מיך ארום יא צו נעמען א שאער אדער נישט אין געווענטליך שטארק איך מיך אויף מיין גרויסע מפונקות.
אין אנטשילדיג איך האב נישט געוויסט אז איר זענט דער וואס עפענט עס יעדע ציפרי מארגן אי"ה וועל איך אייך גריסן גיט מארגן.

נעקט טיים פאר איר ענטפערט ליינט דורך די גאנצע ווייל איך שרייב צום סוף אז אויב האט עס א מקור וועל איך מיך בייגן אין מער נישט מוחה זיין דערויף

איך האב געליינט די גאנצע און פון דעם האב איך גערעדט, למעשה זע איך פון דיינע ווערטער אז ביסט אן ערליכער און מיינט עס ערנסט, משועבד לדעת תורה, בעט איך דיר איבער פאר די שפראך, והוא רחום יכפר

אסאך האלטען אז עפענען די השקה לאך מאכט ערגער להלכה וויל עס ווערט אויס מי גשמים פון עפענען אסאך

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט