מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

splinter
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג פאברואר 24, 2019 12:27 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט נישט ריינע מי גשמים

זאלן ביטע בעטן די מקוה איד אדער שמש אז עס איז צייט עס צו טוישען, אסאך מקוואות אין שטאט טיען עס זומער ווען די עולם איז קאנטרי ,און רוב מקוואות לאזן נישט היינט צוטאגס טובלען קיין כלים אז עס זאל נישט שמוציג מאכן

וואסער ווערט שמיציג סתם פון שטיין א לאנגע צייט אן טובלן כלים


מ'דארף נאר אריינגיסן אין די בור המי גשמים אביסל קאלארין, די זעלביגע וואס מ'לייגט אין מקוה. ביז עטליכע שעה וועט אלעס זיין מסודר, בדוק ומנוסה, וכן נוהגין במקוותינו.
לעצט פאראכטן דורך splinter אום מאנטאג פאברואר 25, 2019 7:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מאנטאג פאברואר 25, 2019 7:34 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:איך רעד נישט פון דעם איך רעד פון די מענטשן וואס קימען 8:00 אזייגער אין 50 מענטשען האבן שוין געמאכט די השקה אין דאך נעמען זיי עס ארויס ווי לאנג זיי ענדיגען זיך טובלין.

קודם פייניגסטו אידן מדקדקים בכשרות און שטערסט אידן טהרה ווען דו האסט קיין השגה אין די ענין, נאכדעם קומסטו פרעגן צי עס האט א מקור, און דו פרעגסט עס אויפן אינטערנעט, מ'קען ממש נתפעל ווערן פון דיין גיין אין מקוה במסירת נפש כאטש וואס דו האלסט עס נישט אויס.

ס'דא שיטות אז השקה העלפט נאר בשעת ס'איז אפן, מ'דארף נישט מחמיר זיין דערויף ביי אנשים, אבער אידן ווילן מהדר זיין

אדרבה קום אריבער אין מיין מקוה אין עפען אויף די מי גשמים דעקל אין נאכדעם זאג מיר צו מען דארף זיין א מפונק צו ווערן פארעקלט.

אין יא איך גיי אין מקוה במסירת נפש יעדען טאג נאכן ארויס קומען פון בור שלאג איך מיך ארום יא צו נעמען א שאער אדער נישט אין געווענטליך שטארק איך מיך אויף מיין גרויסע מפונקות.
אין אנטשילדיג איך האב נישט געוויסט אז איר זענט דער וואס עפענט עס יעדע ציפרי מארגן אי"ה וועל איך אייך גריסן גיט מארגן.

נעקט טיים פאר איר ענטפערט ליינט דורך די גאנצע ווייל איך שרייב צום סוף אז אויב האט עס א מקור וועל איך מיך בייגן אין מער נישט מוחה זיין דערויף

איך האב געליינט די גאנצע און פון דעם האב איך גערעדט, למעשה זע איך פון דיינע ווערטער אז ביסט אן ערליכער און מיינט עס ערנסט, משועבד לדעת תורה, בעט איך דיר איבער פאר די שפראך, והוא רחום יכפר

אסאך האלטען אז עפענען די השקה לאך מאכט ערגער להלכה וויל עס ווערט אויס מי גשמים פון עפענען אסאך
:!:
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט