דער גרינדער פון אידשן פאלק. מיט א פרישן גרינד...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:00 am

האפענטליך ענדיגן דור הפלגה, און מלחמת ד' מלכים, בעזהשי''ת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:03 am

היינט?

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:25 am

הבה נרדה ונבלה שפתם.

דער רבש''ע האט צוזאמגערופן זיבעציג מלאכים פון ארום דעם כסא הכבוד, (פרקי דר''א) דער רבש''ע האט זיי באפוילן, ''יעדער נעמט א צווייטע משפחה, גייט אריין אין זייער קאפ, מאכט זיי פארגעסן לשה''ק און גיבט זיי אריין א נייע שפראך''. (באבן עזרא יא, ז. שרק אחר שנפוצו בכל העולם במשך השנים נתחדשו כל הלשונות)

ס'איז געווארן דארט הויעך יום טוב...

"גיב א ציגל'' האט איינער געשריגן אויף אראמיש.

''נאדיר א האק'' האט דער צווייטער אים דערלאנגט א האק אויף פארטוגעזיש.

''א ציגל האב איך געבעטן!'' יאמערט ער.

''אה, ליים דארפסטו?'' מישט זיך אריין א דריטער אויף רוסיש.

''ניין, ער דארף שטריק'' שרייט איינער פון אונטערשטן שטאק אויף פארסיש...

لماذا لا ما أحتاج؟ הערט זיך קולות מיט כעס מיט כעס

Bakit gibsut hindi kung ano ang kailangan ko?

Zakaj gibsut ni kaj potrebujem?

কেন কি প্রয়োজন না?

Почему brengstu не то, что мне нужно?

ביז צוזאמען מיט די קולות האבן זיך גענומען פליען קעפ פון מענטשן, הענט און פיס, ס'האט זיך אנגעהויבן געשלעגן צווישן איינעם און צווייטן, טויזענטער מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן.

פלוצלונג האט זיך אנגעהויבן צו הערן מעכטיגע דינערן און בליצן, די קולות האבן געקענט טויב מאכן מענטשן, א האגל האט זיך גענומען פאלן, (בעה''ט יא, ח. הי' קולות וברד) דער שרעק איז געווארן גרעסער און גרעסער, מענטשן האבן נישט געוואוסט וואו צו לויפן, דער ריזיגער טורעם האט זיך גענומען איינזינקען אין דער ערד, די אלע וואס האבן געהאלטן אינמיטן אראפלויפן און זענען געווען אין דעם אונטערשטן דריטל זענען יעצט שוין געווען אונטער דער ערד...

וואס טוט מען?! לויפן אראפ קען מען נישט, דער בנין זינקט, לויפט מען ארויף, אבער אוי, דא איז אויך צרות, ריזיגע בליצן קומען אראפ פון הימל, (ספר הישר, ירד אש מן השמים) דער גאנצער אויבערשטער דריטל ווערט פארברענט, מען לויפט ארויף, מען לויפט אראפ, וואו מ'גייט איז צרות צרורות...

ענדליך האבן זיך די קולות אפגעשטילט, די מענטשן וואס זענען געשטאנען אונטן האבן געשטוינט צו זעהן וואס איז געבליבן פונעם ריזיגן מעכטיגן טורעם, נאר א דריטל איז איבערגעבליבן, דער אויבערשטער דריטל האט אפגעברענט, דער אונטערשטער איינגעזינקען, נאר דער מיטעלסטער איז געבליבן.

א האלבע וועלט איז אויסגעשטארבן אין יענע שרעקליכע מינוטן... (פרקי דר''א)

''אוי, פון וואו קומען דא מאנקיס צו קריכן ארויס פונעם טורעם?" האבן מענטשן פארוואונדערט געפרעגט איינער דעם אנדערן.

א מאדנע זאך האט זיך ארויסגעשטעלט, די וואס האבן געוואלט ארויפגיין דינען עבודה זרה, זענען געווארן מאנקיס...

די וואס האבן געוואלט ערקלערן א קריג זענען אליינס גע'הרג'עט געווארן איינער דורכן אנדערן ביים קריג וואס האט אויסגעבראכן צווישן זיי אליינס, און די וואס האבן געוואלט ארויפגיין אין הימל וואוינען זענען געווארן צושפרייט אין די גאנצע וועלט. (ספר הישר)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:27 am

דער דור הפלגה קומט בעצם אינמיטן דעם פאריעריגן ארטיקל, מלחמת ד' מלכים איז דער המשך, איך וועל נאך אפשר באלד פרובירן עס צוזאמשטעלן, השם ירחם... ס'זאל אריינקומען א ברכה אין די צייט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:29 am

די ביסט פאר די בוקס........

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 7:56 am

ולא יכלו לשבת יחדיו

צענדליגער פאסטוכער האט זיך אויסגעפעלט צו פאשען די שאף פון אברהם און צענדליגער פאסטוכער האט זיך אויסגעפעלט צו פאשען די שעף פון לוט, איין טאג קומט איינער פון די פאסטוכער אריין צו אברם צוקלאפט און צובאלט.

אברם, דער גאלדענער הארץ, דער גוטער רחמנות'דיגער מענטש, האט נישט געקענט צוזעהן א פארוואונדעטען מענטש, ער הייבט זיך שנעל אויף און לויפט אים אנטקעגן, "אפשר קען איך אייך מיט עפעס העלפן פארגרינגערן די יסורים?'' פרעגט ער באזארגט, ''זאג מיר שנעל וויאזוי האט עס פאסירט'' האט זיך אפשר איינער פון די שכנים אויפגערעגט אויף אונז? ווער האט דיר אזוי צושלאגן?"

''מיין הער אברם'' הייבט דער פאסטוך אן, ''איך וויל דיר דערציילן וואס שפילט זיך דא אפ לעצטנס טאג נאך טאג, דו ווייסט דאך אז מיר האבן א שווערע ארבעט צו טרעפן גראז צו פאשען אזויפיל שאף און רינדער, הייבן מיר שוין אן די ארבעט גאר פרי, מיר לאזן זיך ארויס מיט די שאף זוכן א פלאץ, מאכט זיך אבער אז מיר קומען אן צו א ליידיגן הפקר'דיגן פעלד, מ'הייבט אן צו פאשען, קומען דערנאך אן די פאסטוכער פון לוט, ברענגען אויך אהין זייערע בהמות, און כאפן אויס דעם פלאץ וואס מיר האבן אזוי שווער געטראפן''. (רמב''ן, ספרונו יג, ז.)

''טייערער פאסטוך מיינער, אזויפיל האסטו זיך שוין געמעגט אפלערנען ביי מיר אין שטוב צו זיין א מעביר על מידותיו, אפילו זיי טוען אן אומרעכט טאר מען זיך נאך אלץ נישט שלאגן, בפרט נאך ווען מיר זענען נאך גאר נייע מענטשן אין די געגנט, און ווען די שכנים וועלן זעהן אז מיר שלאגן זיך צווישן זיך וועלן זיי אונז אנקוקן ווי ווילדע מענטשן און פארטרייבן פון דא''. (ספורנו יג, ז.)

''חשובער הער, מיר האבן זיך ח''ו נישט געקריגט, און נישט פון דעם בין איך צוביילט געווארן, מיר זענען טאקע געגאנגען פאשען אין א צווייטן פעלד, אזוי איז געווען אפאר טאג, מיר האבן גארנישט געזאגט פאר לוט'ס פאסטוכער כדי נישט אנצופאנגען קיין מחלוקת, אבער היינט האבן מיר זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, מיר האבן געזעהן ווי די פאסטוכער פון לוט פאשען די שאף מיט גזל!''

''גזל!!!'' איז אברם דערציטערט געווארן, ''זאג מיר שנעל וואס דא איז פארגעקומען, איך קען נישט צולאזן אזא זאך זאל דא פאסירן, בפרט נאך אז לוט קוקט דאך אויס ווי מיר, וועט מען זאגן אז דער אברם וואס זאגט פאר יעדן זיך צו פירן ערליך איז אליינס נישט ערליך און מ'וועט אויפהערן אויסהערן מיינע שיעורים אין אמונה, זאג מיר שנעל, וואס האט איר געזעהן?"

"מיין טייערער הער, מיר האבן פארגעהאלטן די פאסטוכער פון לוט פארוואס זיי פאשען און א פעלד פון א כנעני, הער וואס זיי האבן געענטפערט''.

''וואס?"

זיי האבן געזאגט אזוי, ''דער אויבערשטער האט דאך געגעבן ארץ ישראל פאר אברם, אברם האט נישט קיין קינדער, איז לוט זיין יורש, מעג ער זיך באנוצן מיט גאנץ ארץ ישראל!''

''אוי וויי'' האט אברם אנגעהויבן צו קרעכצן, אברם האט גלייך געלאזט רופן לוט, ''הער זיך איין'' האט ער זיך געבעטן ביי אים, ס'קען נישט אזוי אנגיין, קודם דאס וואס דיינע פאסטוכער קריגן זיך מיט מיינע איבער די פעלדער וואו צו פאשען, אויב די ארומיגע שכנים וועלן הערן ווי סאך שאף מיר האבן וועלן זיי קומען אונז אויס'הרג'נען כדי צוצוכאפן אונזער פארמעגן, (רמב''ן יג, ז.) צווייטנס, אויב די שכנים וועלן הערן דעם שקר וואס דיינע פאסטוכער זאגן אז ארץ ישראל איז זייערס, איז דאס אליינס גענוג סיבה זיי זאלן קומען אונז אויס'הרג'ענען'' (כלי יקר)

''איז וואס ווילסטו פעטער? וואס זאל איך טון?"

''הער אויס לוט, מיר קענען מער נישט וואוינען צוזאמען! וועל זיך אויס א פלאץ וואו דו ווילסט גיין וואוינען, און מיר וועלן בלייבן גוטע פריינט פונדערווייטנס...''

''קוק פעטער'' זאגט לוט, ''דו ביזט אזא פרומער, דו האסט מורא פון א פינטעלע גזל, דא צווישן די ככר שטעט איז דא א שטעטל סדום, ממש א געשמאקע פלאץ, דארט איז מען נישט אזוי מקפיד אויף גזל, (כלי יקר) איך הער אז דארט איז עס גאר א מעלה... איך מיין אז דארט איז דער פאסיגער פלאץ פאר מיר זיך צו באזעצן''.

''לוט, גיי וואו דו ווילסט, איך וועל גיין אויף די אנדערע זייט''.

''יא, דאס האב איך זיך טאקע געוואלט אויסנעמען מיט דיר טייערער פעטער, דו זאלסט אפילו נישט קומען נאנט צו מיר, נישט נאר אין סדום זאלסטו זיך נישט באווייזן, אפילו אין די אנדערע ככר שטעט זאג מיר צו אז דו וועסט נישט קומען''. (רמב''ן יג, יב.)

''זייער גערן לוט, איך וועל דיר זאגן נאך א זאך, זייט דו האסט אנגעהויבן גזל'נען באווייזט זיך נישט די שכינה צו מיר, אפשר אז דו וועסט פארלאזן דעם פלאץ וועל איך נאכאמאל האבן די זכי' דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן פאר מיר, איך בעט דיר אבער לוט, געדענק די אלע גוטע זאכן וואס איך האב געלערנט מיט דיר דא''.

לוט האט אן אויפגעברויזטער פארלאזט דעם פלאץ, ער האט זיך אריבער געצויגן קיין סדום, ער איז נישט אריין וואוינען אינעם שטאט סדום, קומענדיג פון אזא הייליגע שטוב, פון אברם, האט ער דאך נישט געקענט פועל'ן ביי זיך צו וואוינען אינעם אויסגעלאסענען שמוציגן סדום, האט ער זיך באזעצט אינדרויסן פון שטאט נעבן דעם טויער. (חזקוני)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

תגובהדורך יקותיאל » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:11 am

יישר כח

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:20 am

ויהי בימי אמרפל

ט''ו ניסן, א פרילינג ווינטל בלאזט, שרה אמנו שטייט און באקט מצות אויפן סדר נאכט, (לכן נקרא עוג מלשון עוגות, שבא בזמן אפיית עוגות, ב''ר מב.) ווי אין א געווענליכער טאג זיצט יעצט אברם און זיין פערזענליכן געצעלט, א לאנגע רייע מענטשן ווארטן אינדרויסן אריינצוגיין באקומען א ברכה, ס'איז אנגענומען ביי יעדן איינעם אז א ברכה פון אברם העלפט אויפן פלאץ, (והי' ברכה) דער דארף געזונט, דער דארף פרנסה, אברם איז געזעצן און געוואונטשן ברכות פאר עקרות, קראנקע, וכו' (מ''ר לח, יא,) פלוצלונג נעמען זיך אלע געצעלטן שאקלען, מיט א גרויסן שטורעם ווינט קומט צו לויפן דער ריז עוג מלך הבשן... (בפרקי דר''א פרק כ''ז, ש'הפליט זה מיכאל המלאך)

''איך מוז שוין אריינגיין צו ר' אברם'' שרייעט ער.

''אנטשולדיגט, ס'איז דא א רייע דא'' זאגט א צובראכענער מענטש וואס ווארט שוין אפאר שעה.

''ס'איז אבער א זאך וואס קען נישט ווארטן, ס'איז פיקוח נפש'' און אזוי אן פרעגן קיינעם לויפט ער אריין אין געצעלט.

''אברם! ס'איז צרות צרורות, ס'איז פארגעקומען א מלחמה צווישן פיר קעניגן קעגן פינף שטעט, איינס דערפון איז סדום''

ווען אברם הערט סדום ווערט ער גלייך באזארגט, ''וואס מאכט מיין פלומעניק לוט? האסטו עפעס געהערט פון אים?"

''יא, זיכער, צוליב דעם בין איך דאך געקומען! איך האב זיך אונטערגעהערט ווי זיי האבן זיך אפגעשמועסט פארן אריינגיין אין סדום צו פארלייגן אלע כוחות צו פאנגען לוט, זיי ווייסן אז דו וועסט אים קומען אויסלייזן אפילו פארן העכסטן פרייז, (ספורנו יד, יב.) פון אנדערע האב איך גאר געהערט אז באמת ווילן זיי מיט דיר אליינס אויך מלחמה האלטן, זיי פרובירן נאר קודם אויס צו ס'וועט זיי גיין מיט לוט, אויב יא ביזטו אברם דער קומענדיגער אויף די רייע, זיי זענען וועלן קומען מלחמה האלטן מיט דיר!'' (פרקי דר''א כז, אמרו נתחיל בלוט ואח''כ נבא לאברם)

אברם האט גלייך פארשטאנען אז דער אויבערשטער וויל ער זאל יעצט הייליגן זיין נאמען, ער זאל מאכן א קידוש השם, יעדער זאל זעהן אז נישט מיט קיין כח, נישט מיט קיין מיליטער געווינט מען מלחמות נאר מיט דעם כח פון אמונה אין אויבערשטן, האט ער באשלאסן ארויסצוגיין מלחמה האלטן קעגן די קעניגן.

ער האט פארשטאנען אז ער וועט זיין דא אליינס, ער קען זיך נישט רעכענען אויף די מיליטער פון די פינף שטעט ווייל זיי זענען שוין אלע געווען געפאנגען אדער אויסגע'הרג'עט דורך די פינף קעניגן, (ספורנו יד, י.)

אברם האט צוזאמגערופן זיינע דריי הונדערט אכצן באדינערס, ''הערט אויס חברה, איך גיי ארויס אויף א מלחמה, ווער פון אייך איז גרייט מיטצוקומען?''

אברם האט אנגעהויבן צו פרעגן אזוי ווי מ'פלעגט פרעגן ווען אידן זענען ארויס אין מלחמה (דעת זקנים יד, יד.) ווער פון אייך האט מורא? ווער פון אייך שפירט זיך נישט גענוג ראוי צו קענען געווינען א מלחמה מיט די הילף פון באשעפער?"

אלע דריי הונדערט אכצן באדינער האבן זיך צוריקגעצויגן...

געבליבן איז נאר אליעזר, די לעצטע מינוט זענען פון זיך אליינס געקומען צו לויפן (רש''י תהלים קי, התנדבו מאיליהם) אברמ'ס פריינד און תלמידים, ענר אשכול און ממרא. (עי' בפרקי דר''א כז שקורא אותם בשם תלמידי אברם)

אליעזר איז טאקע געווען אזוי שטארק ווי די דריי הונדערט אכצן באדינער צוזאמען, (תרגום יונתן יד, יד.) אבער אברם האט זיך פארלאזט אויפן אויבערשטן אליינס, ער האט געוואוסט אז ער גייט טון דעם רצון השם און קיינער קען אים נישט אפשטעלן! אן קיין שום געווער אדער וואפן איז אברם ארויס צו די מלחמה! (כלי יקר)

יעדער נס דארף מען דאך אריינלייגן אין די טבע, האט אברם אויסגעארבעט א פלאן, די פינף מענטשן, אברם, אליעזר, ענר, אשכול און ממרא האבן געווארט ביז ביינאכט ווען ס'איז טונקל, מ'זאל נישט זעהן וואספארא גרויסע מיליטער זיי זענען... זיי האבן אויספלאנירט א פלוצלונדיגע אטאקע. (ספורנו יד, יד.)

ווען די נאכט איז אנגעקומען האבן אברם מיט זיינע ''סאלדאטן'' אנגעהויבן צו ווארפן ערד, יעדער שטיקל זאמד איז געווארן א פייל, טויזענטער פיילן האבן זיך גענומען פליען אין די ריכטונג פון די פינף קעניגן, זיי האבן זענען געווען זיכער אז א מיליטער פון טויזענטער געלערנטע סאלדאטן יאגט זיי נאך, זיי זענען געלאפן צו אלע זייטן, אברם האט זיך צוטיילט מיט זיינע סאלדאטן יעדער איז נאכגעלאפן צו א צווייטע זייט.

ביז האלבע נאכט איז אברם זיי נאכגעלאפן, ער האט ארויסגעראטעוועט און באפרייט אלע געפאנגענע, נישט נאר אז ס'האט אים נישט געקאסט קיין געלט צו באפרייען לוט, ער האט נאך צוריקגעכאפט דעם גאנצן פארמעגן וואס די פינף קעניגן האבן צוגענומען.

אברם האט ערווארטעט צו זעהן ווי יעדער פרייט זיך מיט דעם גרויסן נס, ער האט אבער באמערקט ווי די מענטשן פון סדום און עמורה זענען אביסל צוטראגן, ווען ער האט זיי געפרעגט וואס גייט פאר האבן די סדומים מיט א צובראכן הארץ דערציילט פאר אברם אז זייער קעניג איז בשעת'ן אנטלויפן אריינגעפאלן אין א גרוב פון ליים, ס'איז אוממעגליך אים ארויסצונעמען פון דארט, דער קעניג פון עמורה איז שוין געשטארבן אינעם גרוב, דער קעניג פון סדום לעבט אבער נאך יא.

אברם וואס אלע זיינע מעשים זענען נאר געווען צו מאכן א קידוש השם אויף די וועלט האט באשלאסן אז יעצט איז א פאסיגע צייט, צווישן די רשעים אין סדום זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט געגלייבט אינעם נס וואס דער אויבערשטער האט געמאכט פאר אברם אין אור כשדים, זיי האבן נישט געגלייבט אזא זאך אז א מענטש קען ארויסגיין לעבעדיג פון א ברענעדיגן פייער, האט אברם באשלאסן אז אויב ער וועט זיי ווייזן יעצט אז דער גרויסער באשעפער קען ארויסנעמען זייער קעניג פון ליים גרוב, וועלן זיי אויך גלייבן אין די מעשה פון אור כשדים. (רמב''ן יד, י.)

אברם איז צוגעגאנגען צום גרוב, דער נס איז טאקע געשעהן, וואונדערליך איז דער קעניג פון סדום געגעבן א שווים ארויף אויפן אויבערפלאך און זיך באפרייט פון די ליים.

דער קעניג פון סדום איז געווען גאר שטארק איבערראשט, ער האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער האט שוין געהאט אויפגעגעבן אויף זיין לעבן, אבער ווען ער האט געזעהן זיין גאנצן געפאנגענעם פאלק אין אברמ'ס הענט האט ער פארשטאנען אז אין מלך בלא עם, אן קיין פאלק איז ער קיין קעניג נישט, האט ער זיך געבעטן ביי אברם, "איך פארשטיי טאקע אז ס'קומט זיך דיר גאר א גרויסע באלוינונג, איך בעט דיר אבער גיב מיר צוריק מיינע מענטשן, די גאנצע געלט קענסטו האלטן''

נאך פאר אברם האט געהאט א געלעגנהייט אים צו ענטפערן האט זיך באוויזן דער קעניג פון ירושלים, שם דער זון פון נח, ער האט געהערט פון די גאנצע מלחמה וואס זיין תלמיד און אייניקל אברם האט געפירט, ער האט פארשטאנען אז ער איז זיכער זייער אפגעמוטשעט, האט ער אים ארויסגעברענגט ברויט און וויין זיך צו דערכאפן דאס הארץ.

פאר אברם איז עס גוט צוניץ געקומען, די סדומים האבן טאקע צוגעגרייט א גרויסע סעודת הודאה, ענר אשכול און ממרא האבן פיין געגעסן, אברם וואס האט מקיים געווען די תורה האט נישט געקענט עסן קיין גויאישע ברויט, אדער טרונקען גויאישע וויין, האט דער קעניג פון סדום שטילערהייט ארלעדיגט שם זאל אים ברענגען די מאכלים, אזוי האט ער געוויסט אז אברם וועט זיך פארלאזן אויפן גוטן הכשר און עס עסן... (אוה''ח יד, יח.)

דער קעניג פון סדום מיט זיין גאנצע שלעכטיקייט האט געוואוסט וואס הייסט א גוטער מענטש, און ער האט דאך געוואוסט אז אברם איז דער סימבאל פון א גוטער מענטש, האט ער געהאפט אז אפילו ער האט געהאפט אז אברם וועט אים צוריק געבן סיי די מענטשן און סיי די געלט, ער האט אלעס געדארפט צוריק.

פלוצלונג איז ער געווארן אנטוישט, ער זעהן ווי אברם האט געהייסן פונקטליך אפציילן דעם פארמעגן פון סדום, אברם האט געהייסן אראפנעמען א צענטל, מעשר, און עס גיבן פארן כהן, שם בן נח, דער קעניג פון סדום האט פארשטאנען אז דאס מיינט אז אברהם נעמט טאקע די געלט פאר זיך.

אברהם האט געזעהן ווי ער ווערט אזוי אנגעצויגן האט אים אברם בארואיגט,''זארג זיך נישט, איך האב געשוואוירן צום באשעפער אז איך וועל נישט נעמען פון דיר קיין פאדים אדער קיין שוך בענדל... איך קען טאקע מוותר זיין אויף וואס עס קומט זיך מיר, אבער אויף דעם חלק וואס איך דארף גיבן מעשר פארן באשעפער קען איך נישט מוותר זיין, דעריבער האב איך געגעבן מעשר, און דאס איבריגע קענסטו נעמען לחיים ולשלום...'' (עי' באוה''ח יד, יח.)

דער כהן, שם, האט געבענטשט אברם ברכת כהנים, (ספורנו יד, יח.) צו ווייזן אז ער איז בכלל נישט ברוגז אויף דעם וואס אברם האט ביי די מלחמה גע'הרג'עט אזויפיל פון זיינע אייניקלעך.

לוט איז צוריקגעגאנגען קיין סדום, און אברם איז צוריק געגאנגען צו זיין ישיבה ווייטער מרביץ תורה זיין פאר זיינע תלמידים.

א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:26 am

ישר כח!
גוט שבת
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:37 am

אברהם אבינו – פ' לך לך
יש כמה וכמה שיטות בכל דבר, ואי''ה עוד חזון למועד לבארם הכל על מקומו.
נולד בשנת תתקמ''ח
בן ג' הכיר את בוראו
בן כ''ה נשא את שרה, כן הוא בסדר הדורות, ומביא ראי' מתנא דבי אליהו רבה פרק יח שכתוב שם שאברהם ושרה היו עקרים ע''ה שנים, נמצא שנישאו בשנת כה לאברהם. ובספר הישר שנשא אחר אור כשדים שהי' בשנת נ' לחייו.
בן מ''ח, דור הפלגה
בן נ' שבר הצלמים ונשלך לכבשן האש
בן נ''ב עזב אור כשדים עם תרח ללכת ארצה כנען, ספר הישר. ולפי האב''ע בא הי' זה בשנת ע' לחייו.
בן ע' ברית בין הבתרים, ולפי האב''ע בא הי' בן ע''ה, ובתנחומא (עה''פ וה' ברך את אברהם בכל) שהי' בן מ''ח,
בן ע''ג מלחמת ד' מלכים, תוס' ברכות יב ע''ב, אבל לפי הרבה שיטות הי' בשנת ע' או ע''ה.
בן ע''ה לך לך מארצך, במ''ר, לך לך שני פעמים, וכן סוברים רוב מפרשי התורה, וכן הוא בסדר עולם, שהלך לארץ ישראל בשנת ע' לחייו, ואז הי' ברית בין הבתרים, וחזר לחרן, ובשנת ע''ה אמר לו הקב''ה עוה''פ לך לך, וכ''ה הוא בבריתא דסדר עולם. ובספר הישר שהלך לארץ ישראל פעם ראשונה בשנת נ''ה לחייו.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:41 am

די מדרש - לך
צוגעלייגטע
דער מדרש דערציילט.pdf
(251.29 KiB) דאונלאודעד 423 מאל

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:48 am

גראדער דו ביסט אייזן גוט, א גרויסע ייש"כ.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 10:40 am

א יישר כח גראדער

דו ביסט ריזיג!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 11:32 am

יישר כח הרב גראדער שליט''א
פארן עונג שבת וואס די פארשאפסט מיר.
גוט שבת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 11:40 am

א הערצליכן דאנק פארן חשוב'ן שרייבער הרב גראדער

און פארן דולה ומשקה 'מוטשע נישט'

א גוט שבת

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 11:50 am

קרעמער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פארן חשוב'ן שרייבער הרב גראדער

און פארן דולה ומשקה 'מוטשע נישט'

א גוט שבת

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 1:03 pm

moshele11211 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פארן חשוב'ן שרייבער הרב גראדער

און פארן דולה ומשקה 'מוטשע נישט'

א גוט שבת
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 1:19 pm

א גרויסע יישר כח הרב ה"גראדער", אנו שותים בצמא את דבריו.

און עקסטער לאומן נפלא "מוטשע נישט" על עבודתו הנפלאה.

שוין ארויסגעפרינט, און ס'איז פעסט אין פלאן עס פארצולערנען שבת ביים טיש.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 1:58 pm

אויך ארויס געפרינט און וועל עס ליינען און געבען צו ליינען צו מיינע קינדער און בני בית. לעצטע וואך האב איך עס פארגעליינט נאך דער סעודה, עס האט געדויערט א האלבער שעה, און אלע האבען זיך דערקוויקט, איינער פון מיינע קינדער האט עס נאך דעם גענומען און האנט און עס נאכאמאל אליין אדארך געליינט, און געפרעגט צו ער קען עס מיט נעמען און חדר

יישר כח הרב גראדער פאר א מייסטער האפטיגען ווערק, מיר שעצען עס שטארק, און מיר האפען אז איר וועט ארבעטען אויך אויף אנדערע סדרות, מהנה זיין אזוי פיל אידען קומט נישט צו פיס
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 5:01 pm

א גרויסן ייש"כ הרב גראדער שליט"א.

האבן מיר געהאט אן עונג זונטאג...
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 8:26 pm

און איך קום וואו א שלפער יעדע וואך און איך באדאנק זיך שפעט. אבער בעסער איינמאל ווי קיינמאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 9:45 pm

נאופס, נישט אנגעיאגט צו ליינען דעם שבת

ארויסגעפרינט יא, די קינדער האבן זיך פאסמאקעוועט

אבער איך האב מיך צוגעכאפט צום פרישן 'מעלות'


לאמיר האפן אז במשך די וואך וועט זיך מאכן א שאנס איבערצולעזן

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 10:09 pm

קרעמער, אז דו דערמאנסט שוין 'מעלות', עס וואלט געמעגט זיין אן אשכול אויסצושמועסן די ארטיקלען דארט.
איך גיי ניסלעך פאר די חינוך ארטיקלען פון ב.צ. הירש.
דעם חודש האט ער צוגעלייגט א 'באנוס' נאך אן ארטיקל, און אויך איז דא אן ארטיקל פון א מלמד וואס באציט זיך איבער הרב הירש.
אויך די איבעריגע ארטיקלען דארט זענען 'מוילוואסעריג'.
דער ארטיקל פון הרב י. הלוי (דעם חודש א שערורי' איבער א הינדל אן א הארץ), די קליינע עובדה'לעך פון צדיקים, די מעשה'לעך על דא ועל דהא (דעם חודש פון דעם קינד וואס איז נישט געווען גע'מל'עט. אגב, איך געדענק עפעס אזא מעשה, אבער ווי דער אינגערמאן פארציילט דאס, א ברכה צו מאכן.) די געדאנקען, (דעם חודש ווי מען שפירט טיילמאל דעם גרויסקייט פון השי"ת הזן מקרני ראמים ועד ביצי כינים, און מען דארף דאס געדענקען אין טאג טעגליכן.) אין חיימל'ס חלומות ווי שיין עס איז אריינגעפלאכטן אזויפיל ידיעות פון דער אמאל, איבער קרעמערס און ארענדארן...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:43 pm

דעם שטיקל און מהר"י מבעלזא איבער נמרוד'ס שייכות צו אברהם, און די סיבה פארוואס נמרוד האט געוואלט אזוי שטארק האבן לוט, קען מען ווען לכאורה אויך אריינדרייען.

איך האב נישט יעצט די ספר מיט מיר, אפשר מארגן וועל איך דאס קענען מעתיק זיין.

יישר כח גראדער, האסט אונז אויסגעגראדט מיט אזא שיינע סך הכל.
לעצט פאראכטן דורך בחורהזעצער אום זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:54 pm

מוטשע נישט. דיינע פי די עף'ס ליינען נומערן פארקערט. איז שייך עפעס צו טון דערוועגן?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט