אנטלאפן פון עשו, גלייך צו... לבנ'ן... מיט א פרישקייט...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 4:14 pm

יו איך האלט עס נישט אויס, גראדער עפעס כאטשיג!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 5:22 pm

גראדער; אן קיין דזשאקס ליצנות, איך מיין עס אמת'דיג, שרייב אפילו ס'איז נישט אזוי לאנג, עפעס מוזטו געבן.

*
מיין טאכטער האט נעכטן געשריבן אויף איר טעסט, אויף די שאלה ווער האט זיך געקריגט מיט יעקב?
תשובה: סארו שעל איישאו! [מיר האט עס אויך געדויערט 5 סקונדעס צו כאפן]. און איר האט אוודאי געמיינט אז נאר נח האט 7 גרייזן..

קען איך איר דען בלעמען? אז גראדער שרייבט נישט, דער טאטע פארציילט נישט, האט עס אזא פנים.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 5:38 pm

מוישע_יאכעס האט געשריבן:פשוט אלץ חשש אז טאמער מ'וועט זיך נישט בעטן דעיע וואך נאכאמאל ביי גראדער וועט ער נישט שרייבן בעט איך אים יעצט...
ובזה יצאתי..
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שמויגער
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 6:15 pm

נווווווו.........מ'ברויך דיך האבן שבת צו מאכן!!!!!
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 6:39 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:יו איך האלט עס נישט אויס, גראדער עפעס כאטשיג!
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 7:06 pm

מיר וועלן מוזן מאכן א סטרייק!

מען ברענט נישט אפ די שבת ליכט ביז...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 7:58 pm

איך וויל ח"ו נישט מצער זיין די חברים דא, אבער ביטע פארשטייט מיר, ווי געמאלדן זענען די צוויי וואכן פון די פארנומענסטע וואכן אין יאר אין די סוגיא פון בזיעת אפיך, דעריבער זייט מיר מוחל, אי"ה פרשת מקץ וועט אלעס זיין צוריק על מכונו בעזרת הבורא יתברך ויתעלה.

ואתכם הסליחה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 12:47 am

צו מיינען דאס אז ביז מקץ וועסטו בכלל נישט שרייבן אפילו למחצה ולשליש ולרביע?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 12:15 pm

רב גראדער
כבין מסכים צי ווארטן ביז מקץ . אבער ביטע אויב מעגליך דעמאלט משלים זיין וישלח אין וישב

יישר כח למפרע
Liberalism is a mental disorder

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 12:20 pm

יויש כהאלט עס נישט אויס
:cry: :cry: :cry: :-( :-( :-(
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 12:35 pm

נוי וועי נישט מסכים (אויב מיין וואויט קאינט)
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 12:39 pm

ס'שלום בית בעט וואס צו ליינען דעי וואך.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג נובעמבער 19, 2010 1:03 pm

שרייב כאטש פון חנוכה ביזדערווייל
Normal is just a setting on the washing machine

ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 24, 2010 5:21 pm

תגובהדורך ברענעריי » מוצ"ש נובעמבער 20, 2010 8:09 pm

האט מען למעשה אפגעברענט די ליכט ביים מייסד אינדערהיים?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש נובעמבער 20, 2010 11:17 pm

יגר'ל טייערער, דער סארו שעל אייסאו האט מיך מאמיש אוועקגעלייגט, געפערליכע ווייען אין די מילץ
בוי זיך זעלבסט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 21, 2010 1:10 am

גראדער, מיין אינגל האט אנהייב געהאט א פארשטערטער שבת ווען ער האט געזען איך האב נישט די צעטלעך
אבער אזוי ווי א ע"ה בין אין נישט ב"ה, חו"ר האב איך געלערנט, און גראדער האט מיר די לעצטע פאר וואכן געגעבן א שטיקל מהלך צו מאכן א יש מאין, האט זיך עס ב"ה גאנץ פיין דורכגעשטופט

אבער ביטע, טו עס נישט נאכאמאל :oops:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 21, 2010 1:17 am

ברענעריי האט געשריבן:האט מען למעשה אפגעברענט די ליכט ביים מייסד אינדערהיים?

דו פרעגסט שוין אלס נוגע בדבר... 'ברענעריי'

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 12:38 pm

און די וואך וועלן מיר מתפלל זיין, דער אייבישטער זאל אריין געבן אין ר' גראדער דעם שכל הישר וויסן וואס נאך צוצולייגן און ווי אזוי דאס צו פארבעסערן
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 4:39 am

די פאריעריגע מיט אביסל תיקונים

ויצא יעקב
אויף א פארשטויבטן וויסטן וועג, אונטער דעם ברענעדיגן זון, גייט אן עלטערער מענטש אין וועג.

א ברייטביינערדיגער קעמל שלעפט זיך מיט, דער קעמל קרעצט פונעם שווערן לאסט גאלד און זילבער וואס מ'האט אנגעלאדענט אויף זיינע פלייצעס, א ברים נאך א ברים, א טריט נאך א טריט, און אט דערנענטערט מען זיך צום שטאט שכם.

אויף א בארג דערנעבן שטייען באהאלטן 10 באוואפענטע פארשוינען מיט זייער פירער אין שפיץ, זיי לאקערן אויפן דוכגייער פון אלע זייטן און ווארטן אויפן סיגנאל פונעם פירער ווען דורכצופירן דעם אפגעשמועסטן איבערפאל, זיי האבן אים גוט ארומגענומען פון אלע זייטן, און ער ווייסט גארנישט אין וואסערע פאסטקע ער שפאצירט יעצט אריין.

פלוצלונג שטעלט ער זיך אפ, עפעס דאכט זיך אים אז ער הערט א אומגעווענליכע גערודער אינעם פוסטן וועג, ער קוקט זיך גוט ארום אויף אלע זייטן זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג, ווען דער פירער באמערקט דעם פלוצמ'דיגן אפשטעל, גיבט ער גלייך דעם סיגנאל, און ביז א סעקונדע זענען די באוואפענטע חברה ארויסגעשפרינגען פון זייערע לעכער און דורכגעפירט דעם איבערפאל.

שטייט ער אזוי ארומגענומען מיט צען אויסגעשטרעקטע שווערדן, און ווארט צו הערן וואס מ'וויל דא פון אים, פלוצלונג באמערקט ער זייער פירער, און אלעס איז אים שוין קלאר.

"אליפז! וואס גייט דא פאר? אזוי צו דערשרעקן אן אלטן פעטער, וואס איז דער שפיל דא?"

"הער זיך צו פעטער יעקב, מיין טאטע דער גרויסער עשו האט מיר באפוילן איך זאל דיר נאכיאגן און הרג'נען, דו ווייסט דאך אז איך האב זיך געלערנט פון טאטן מקיים צו זיין מצות כיבוד אב, מוז איך פאלגן מיין טאטן, זאג שנעל ווידוי, ווייל דיינע מינוטן זענען געציילטע!"

"אליפז, איך בעט דיר, ביזט דאך קוים א דרייצן יעריגער אינגל, פארוואס זאלסטו זיך שוין דרייען אין די וועלדער באראבעווען מענטשן, גיי אביסל צום זיידן, דארט וועסטו קענען לערנען תורה מיט יראת שמים, איך קען דיר, איך ווייס דו ביזט נישט אזא שלעכטער מענטש, איך ווייס אז דו ווילסט מיר נישט אומברענגען."

"הער מיר אויס פעטער, איך וויל דיר טאקע באמת נישט הרג'נען, איך ווייס ווי שטארק די באבע רבקה האט דיר ליב, און אפילו דער זיידע וועט זיך שטארק מצער זיין צו הערן אז איך האב דיר גע'הרג'עט, אבער דאך קען איך נישט צוריק קומען צו מיין טאטען און אים זאגן אז איך האב דיר סתם אזוי פריי געלאזט, גיב מיר עפעס אן עצה וואס אים צו זאגן."

"אז דו ווילסט טאקע, האב איך א אויסוועג פאר דיר, דו ווייסט דאך אז אן ארימאן ווערט פאררעכנט פאר א טויטער, דא האסטו, נעם דעם גאנצן אייזל מיט מיין גאנץ פארמעגן, סיי וואס מיין טאטע מאמע האבן מיר מיטגעגעבן, סיי מיין אייגן ביסל אפגעשפארט געלט, נעם אלעס אוועק פון מיר, וועסטו רואיג קענען מקיים זיין דיין טאטנ'ס באפעל, וועסט מיר האבן געמאכט א טויטער."

"איך האב געוואוסט אז דער פעטער וועט מיט עפעס אויפקומען" האט אליפז זיך אנגערופן, ער האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע חברה, "נעמטס דעם קעמל, און מ'גיימיר שוין צוריק קיין חברון!" (ספר הישר)

און יעקב איז געבליבן נאר מיט זיין שטעקן אין די האנט.

ווען עשו האט געהערט אז אליפז האט געלאזט יעקב ביים לעבן, האט ער געשוימט פאר כעס, ער האט שנעל צוזאמגענומען זיינע אייגענע גיבורים, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אין א געיעג נאך יעקב, ער האט איינגעשפאנט די שנעלסטע פערד, וואוסענדיג אז יעקב גייט צופיס איז ער געווען זיכער אז ער וועט אים באצייטנס כאפן און ער וועט אים שוין ווייזן אז ער איז נישט דער אינגעלע אליפז פון וועם מ'קען זיך ארויסדרייען מיט תורה'לעך.

"מיר איז נישט גענוג ער זאל זיין טויט מיט א פשט'ל! מיט מיין אייגענעם שווערד וועל איך אים אומברענגען!"

דער באשעפער אין הימל האט אבער אנדערע פלענער, ער ווייסט אז יעקב דארף נאך אויפשטעלן די הייליגע צוועלעף שבטים, ער האט נאך אסאך אויפצוטון אויף די וועלט, קען מען דאך נישט צולאזן דער ווילדער עשו זאל אים שוין אומברענגען.

עשו גאלאפירט מיט זיין פארשוויצטן פערד, ער ווייסט אז ער האט נאך צוויי שעה ביזן זון אונטערגאנג, ביז דעמאלס האפט ער צו טרעפן א גוטן פלאץ פון וואו צו לאקערן אויף יעקב ער זאל אים קענען כאפן און הרג'נען.

פלוצלונג אזוי אומגערישט באמערקט ער ווי ס'הייבט אן צו ווערן נאכט, "וואס גייט דא פאר?" שרייט עשו צו זיינע חברה, "פארוואס ווערט אזוי פרי נאכט?! פארוואס גייט שוין די זון אונטער?" אבער קיינער פון זיין באנדע האט נישט קיין תירוץ צו זיין שאלה, בלית ברירה שטעלן זיי זיך און די זייט, מ'שטעלט אויף די געצעלטן, און מ'גרייט זיך איבערצונעכטיגן די נאכט דארט.

"באמת האב איך נישט מורא" זאגט עשו פאר די חברה, "מיר האבן שוין זיכער אריבערגעיאגט יעקב, און ס'נישט מעגליך ער זאל אנקומען קיין חרן אן דורכגיין דעם פלאץ וואו מיר שטייען יעצט, זיכער וועט ער צופרי דא אריבערגיין, וועלן מיר זיין גרייט אים צו כאפן.

יעקב האט געוואוסט אז עשו יאגט אים נאך, ער האט פרובירט זיך צו דערווייטערן וואס מער, אבער היות ס'איז טונקל געווארן האט ער זיך אויך געמוזט אפשטעלן, (חזקונו) יעקב דאוונט מעריב, ער איז גוט אויסגעמוטשעט, די לעצטע פערצן יאר איז ער געזעצן און געלערנט מיט התמדה אין ישיבה פון שם ועבר, ער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין קיין בעט ביינאכט, שפארט ער זיך יעצט אן צו כאפן א קליינעם דרימל.

אינדערפרי איז יעקב אויפגעשטאנען פארטאגס, ער האט זיך גענומען גיין ווייטער אין וועג, ווען ער איז דורך א טייכל האט ער פלוצלונג באמערקט ווי דער טייך שפאלט זיך און עפנט א דורכגאנג פאר אים, "מ'קען זיך דאך איינשפארן אזוי א היבש שטיקל וועג" האט יעקב געטראכט צו זיך, איז ער מיט זיין שטעקן אריבער דעם טייך און איבערגעיאגט עשו וואס האט אזוי שטארק געווארט אים צו זעהן דורכגיין דעם געצעלטל זיינעם. (ילקוט מעם לועז)

עשו איז נעבעך מיד געווארן ווארטענדיג אויף יעקב וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען דארט, מיט אן אראפגעלאזטען מוט איז ער אהיימגעקומען מיט ליידיגע הענט. (במדרש רבה סח ב שעשו לקח הכל מיעקב, אולי הכוונה ע''י שליחו, דהיינו אליפז)

ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער ווידער אויסגעגעבן זיין כעס אויף אליפז, "דו שוטה דו! האסט געהאט דעם יעקב אין דיינע הענט און דו האסט אים געלאזט לעבן, זאג מיר איין גוטע סיבה פארוואס דו האסט עס געטון."

"איך וועל דיר זאגן טאטע," האט אליפז פרובירט צו בארואיגן דעם גערעגט עשו, "דו ווייסט דאך אוודאי אז דער אויבערשטער האט געזאגט פארן זיידן אברהם אז זיינע קינדער וועלן זיין קנעכט פיר הונדערט יאר, האב איך מיר געמאכט אזא חשבון, די קינדער מיינט דאך פון זיידן יצחק נישט פון ישמעאל, אויב איך וועל הרג'נען יעקב פאר ער האט קינדער וועלן מיר צו אונזערע קינדער דארפן גיין גלות ליידן הונדערטער יארן, האב איך אים ענדערש געלאזט לעבן אלס עני ואביון, און לאז ער מקיים זיין די הבטחה פון גלות..." (מדרש נר השכלים מתימן)

עשו האט זיך ענדליך בארואיגט, "אה מיין טייערער אליפז'ל, איך שעפ נחת פון דיר."


מבאר שבע
יעקב האט געוואוסט אז ער דארף גיין אויף חרן, זיינע עלטערן האבן אים געהייסן זיך משדך זיין מיט איינע פון די טעכטער פון זיין פעטער לבן, אבער דאך איז ער נישט געווען רואיג מיט דעם באשלוס, ער האט געוואוסט אז ווען זיין טאטע יצחק האט געוואלט פארלאזן ארץ ישראל און גיין קיין מצרים ביים הונגער, האט זיך דער באשעפער באוויזן צו אים און אנגעזאגט נישט ארויסצוגיין פון ארץ ישראל, "ווער זאגט אז יעצט איז יא דער רצון השם איך זאל ארויסגיין פון הייליג לאנד" האט יעקב געטראכט צו זיך, יעקב האט באשלאסן "וואו האט דער אויבערשטער געגעבן דעם באפעל פאר מיין טאטן נישט ארויסצוגיין פון ארץ ישראל, אין באר שבע האט ער זיך באוויזן צו אים, איך וועל גיין קיין באר שבע, און לאמיר זען צו איך וועל יא באקומען רשות צו גיין."

יעקב איז געגאנגען קיין באר שבע, און דער רבש"ע האט אים געגעבן רשות ארויסצוגיין פון ארץ ישראל. (מדרש רבה סח ה)

נאכן באקומען רשות האט זיך יעקב ענדליך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ער איז ארויס פון באר שבע צו גיין קיין חרן, יעקב האט געוואוסט אז ער האט א וועג פון זיבעצן טאג פאר זיך, און צו עסן האט ער גארנישט, אפילו דאס ביסל ברויט וואס ער האט מיטגענומען מיט זיך האט איך אליפז צוגענומען, די מחשבות לויפן ווייטער, דער זיידע אברהם איז טאקע אויך אוועקגעגאנגען פון זיין טאטנ'ס שטוב, אבער דארט איז געווען אזוי אנדערש ווי ביי מיר, ער האט איבערגעלאזט א טאטן א תרח, א רשע, ער איז ארויס פון חרן א שטאט פול מיט עבודה זרה, ביי מיר איז עס פונקט פארקערט, איך לאז איבער די הייליגע שטוב פון מיין טאטן יצחק און די הייליגע מאמע רבקה, איך לאז איבער אזא הייליג לאנד זיך צוריקצוקערן צום טריפה'נעם חרן.

פלוצלונג האט זיך יעקב געגעבן א כאפ, וואס איז דאס? וואספארא מחשבות האבן זיך מיר אריינגעכאפט אין קאפ אריין?! לית אנא מוביד סברי מן בראי, איך פארליר נישט די האפענונג אין אויבערשטן, דער זעלבער באשפער וואס האט באגלייט דעם זיידן אברהם וועט מיר זיכער אויך נישט פארלאזן! און אזוי טראכטענדיג דערזעהט ער זיך אין חרן...

אנקומענדיג צום טויער פון חרן האט זיך יעקב געמאכט א חשבון, "באמת דארף איך יעצט אנקומען צו אסאך הילף פונעם גרויסן באשעפער, איך דארף דאך מתפלל זיין און בעטן איך זאל ניצל ווערן פון עשו, נישט פארנארט ווערן פון לבן, טרעפן א גוטן שידוך, ווי קען עס זיין אז איך בין אריבער דעם מזבח וואס דער זיידע אברהם האט געבויעט אין לוז און איך האב דארט נישט מתפלל געווען, דער טאטע יצחק פלעגט דאך אויך אסאך מאל מתפלל זיין אויף יענעם פלאץ, איך מיין אז ס'וואלט געווען כדאי צוריק צו גיין קיין לוז צו מתפלל זיין דארט."

ווי נאר יעקב האט אזוי געטראכט איז די ערד אים אנטקעגן געקומען און ער האט זיך דערזעהן אין לוז.

יעקב האט זיך צוגעגרייט מתפלל צו זיין, דער רבש"ע וואס האט שוין געווארט אויף די תפלה פון יעקב האט געמאכט א חשבון, דאווענען דארף מען דאך אין א בית המדרש, האט ער געמאכט נאך א נס, דער פלאץ פון די עקידה, דער פלאץ ווי דער בית המקדש וועט שטיין אויפן הר המורי' איז געווארן אויסגעריסן פון פלאץ און געקומען צו יעקב אין לוז. (חזקונו ע"פ שיטת רש"י, אולם לפי שיטת הרמב''ן החלום הי' בבאר שבע)

יעקב האט מיט א צובראכן הארץ אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים. (מדרש רבה סח יא וי''מ שכוונת המדרש שבבית לבן אמר ספר תהלים)

פלוצלונג האט אנגעהויבן צו ווערן טונקל, ''וואס גייט דא פאר?" האט זיך יעקב געוואונדערט, ''לויטן חשבון איז נאך דא א גוטע צוויי שעה ביז זון אונטערגאנג" וואס קען מען אבער טון, פאקט בלייבט פאקט, ס'ווערט מער און מער טונקל. יעקב האט געזעהן אז ער מוז גיין שלאפן, ער האט נישט געוואלט אריינגיין ''אינעם'' שטאט לוז, אפילו דארט וואלט ער געקענט שלאפן אויף א באקוועמע בעט, און אינדרויסן פון שטאט האט ער נאר געהאט שטיינער אויף וואס צו שלאפן, דאך האט ער געוואוסט אז ביינאכט שפארט מען צו די טויערן, און יעקב האט געוואלט שוין פארטאגס מתפלל זיין ביים פלאץ פונעם מזבח, נאך פאר מ'וועט עפענען די טויערן פון שטאט, (חזקונו)

שלאפן אינדרויסן פון שטאט איז נישט אזא בא'טעמ'טע זאך, ס'קענען קומען חיות טורפות אינמיטן די נאכט, האט יעקב צוזאמגענומען שטיינער צו בויען א מויער ארום זיין קאפ, צוועלעף שטיינער האט ער צוזאמגענומען (קעגן די צוועלעף שבטים וואס ער וועט אויפשטעלן – מדרש רבה סח יא) און זיך געבויעט א מרזב ארום דעם קאפ.

יעקב האט נאכנישט געוואוסט אז דער הר המורי' איז געקומען קיין לוז, אומוויסנדיג האט ער גענומען די צוועלף שטיינער פונעם מזבח אויף וואס ס'איז פארגעקומען די עקידה פון זיין טאטן יצחק. (פרקי דר"א פל"ה)

די שטיינער האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן, יעדער שטיין האט געוואלט האבן די זכי' יעקב אבינו זאל לייגן זיין הייליגער קאפ אויף אים, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס און פון אלע שטיינער איז געווארן איין שטיין, (רש"י בשם גמ' חולין) און נישט סתם א שטיין איז עס געווארן, נאר א באקוועמע ווייכע פעדערנע בעט פארן הייליגן צדיק. (מדרש רבה סח יא)

דער הייליגער צדיק פארמאכט נאר זיינע אויגן און א וואונדערליכער חלום אנטפלעקט זיך פאר אים.

דער גרויסער באשעפער שטייט העכער זיין קאפ, און א ריזיגער גיגאנטישער לייטער שטייט אויף דער ערד אין באר שבע, שיף ארויף ביזן הימל העכער בית קל, ברייט אכט טויזנט פרסאות (גמ' חולין צא) און מלאכים גייען ארויף און אראפ.

ער זעהט ווי דער מלאך דער שר פון בבל גייט ארויף זיבעציג טרעפ אויפן לייטער, און ער קומט אראפ, דער שר פון מדי גייט ארויף צוויי און פופציג טרעפ, און ער גייט אראפ, דערנאך קומט דער שר פון יוון, ער גייט ארויף הונדערט אכציג טרעפ, און ער קומט אראפ, דער שר פון אדום קומט אויך צו גיין, ער גייט ארויף, און יעקב זעהט אים נישט אראפקומען, יעקב איז געווארן באזארגט, ער האט פארשטאנען אז די אלע שרים פון די פעלקער גיין נאר ארויף אזויפיל טרעפ וויפיל יאר די אידן וועלן זיין אין גלות ביי זיי, און דא גייט דער שר פון אדום, דאס איז דער לעצטער יעצטיגער גלות ארויף אזוי הויך אז ער זעהט נישט דעם סוף, האט ער זיך דערשראקן און געפרעגט דעם באשעפער, וואס גייט פאר אז דער שר פון אדום קומט נישט אראפ.

"זארג זיך נישט יעקב" האט אים דער באשעפער געענטפערט, "ווי הויך ער זאל נאר אנקומען וועל איך אים פון דארט אראפשיקן." (מדרש רבה ויקרא כט)

די צוויי מלאכים וואס דער אויבערשטער האט געהאט געשיקט צו ראטעווען לוט פארן איבערדרייען סדום האבן זיך געהאט פארזינדיגט מיט צוויי זאכן, איינס, דער אויבערשטער האט זיי נאר געהייסן ראטעווען לוט און נישט אים דערציילן פון פאראויס אז סדום גייט ווערן איבערגעדרייט, צווייטנס האבן זיי געזאגט פאר לוט "מיר" גייען איבערדרייען סדום, ווי גלייך זיי קענען עפעס טון אנעם באשעפער, דעריבער זענען זיי געשטראפט געווארן, הונדערט אכצן יאר זענען זיי געבליבן פארשטויסן אויף די וועלט און זיי האבן נישט געהאט די זכי' צוריק ארויפצוגיין אין הימל, יעצט ווען יעקב איז אנטלאפן פון עשו האט דער רבש"ע געשיקט די מלאכים באגלייטן יעקב און אים היטן, ווען יעקב האט איז יעצט איינגעשלאפן זענען די מלאכים ענדליך צוריק ארויפגעגאנגען אין הימל. (תרגום יונתן)

די מלאכים האבן געזאגט פאר די שרי מעלה,איר זעט אלעמאל די צורה פון יעקב אבינו אויסגעקריצט אויפן כסא הכבוד, איר קענט אים יעצט זעהן לעבעדיג, יעקב געפינט זיך יעצט אויפן מקום המקדש, זענען די מלאכים געלאפן צום לייטער אנקוקן זיין הייליגע צורה, די מלאכים זענען געטאנצן און געשפרינגן לכבוד דעם הייליגן יעקב, צום סוף האט יעקב געזעהן ווי די מלאכים וואס האבן אים באגלייט אין ארץ ישראל גייען ארויף, און צוויי נייע מלאכים אים צו באגלייטן אין חוץ לארץ קומען אראפ. (מדרש רבה סח יב)

דער אויבערשטער זאגט פאר יעקב:

"איך בין דער גאט פון דיינע עלטערן אברהם און יצחק, דער לאנד אויף וואס דו שלאפסט יעצט, ס'האט דעם גאנצן ארץ ישראל צוזאמגעוויקלט אונטער זיך, פאר דיר און פאר דיינע קינדער וועל איך עס גיבן, זיי וועלן עס אייננעמען אזוי גרינג ווי מ'נעמט איין אזא קליין שטיקל פלאץ ווי דו שלאפסט יעצט.

דיינע קינדער וועלן זיין אזוי סאך ווי די שטויב אויף דער ערד, און בעיקר ווען זיי וועלן זיין אזוי נידריג ביז די שטויב פון דער ערד, דעמאלס וועלן זיי זיך שטארקן און פארשפרייטן אויף אלע זייטן, (מדרש רבה שמות כה ט) און אין דיר, וואס דו וועסט האבן נאר ערליכע קינדער צדיקים, וועט זיך יעדער בענטשן. (מדרש הבאור)

איך בין מיט דיר, און איך וועל בלייבן מיט דיר אפי' ווען דו גייסט ארויס אויף חוץ לארץ, איך וועל דיר היטן פון עשו און פון לבן, ביז איך וועל דיר צוריק ברענגען קיין ארץ ישראל, איך וועל דיר נישט פארלאזן ביז איך וועל מקיים זיין דאס וואס איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן איבער דיר, אז פון דיינע קינדער וועט ארויסקומען דער אידישער פאלק."

נאך די נבואה האט זיך יעקב אויפגעכאפט, "אזא הייליגע נבואה האב איך געהאט, איך האב גארנישט געוואוסט איך שלאף אויף אזא הייליגן פלאץ, ווען איך ווייס וואלט איך נישט געשלאפן דא, איך וואלט זיך צוגעגרייט צו באקומען די נבואה. (ספורנו) ס'מוז זיין אז דער הר המורי' איז אהערגעקומען און דא איז דער טויער פון הימל ווי די תפלות גייען ארויף."

גלייך ווען עס איז געווארן פארטאגס איז יעקב אויפגעשטאנען צו דאווענען שחרית. (מכילתא בשלח)

יעקב האט גענומען דעם שטיין וואס ער האט געהאט צוגעגרייט ארום זיין קאפ, ס'איז שוין יעצט געווען איין שטיין, ער האט עס באגאסן מיט אויל וואס איז אראפגעקומען פון הימל (פרקי דר"א פל"ה) כדי מקדש צו זיין פאר א מזבח (רש"י) און כדי ער זאל עס דערקענען ווען ער וועט צוריק קומען. (אבן עזרא)

אלס רמז צו דעם אז דער הייליגער מקום המקדש איז געקומען אויף לוז, האט יעקב א נאמען געגעבן דעם שטאט בית אל. (חזקונו)

יעקב האט געמאכט א נדר, "ווען דער אויבערשטער וועט זיין מיט מיר און מקיים זיין די אלע זאכן וואס ער האט מיר צוגעזאגט די נאכט, איך וועל קענען זיין אפגעהיטן אין לבן'ס שטוב נישט צו זינדיגן, און ער וועט מיר העלפן מיט אלעם וואס איך טו, וועל איך אויף דעם שטיין מקריב זיין קרבנות, און אלעס וואס איך האב וועל איך מעשר'ן."


וילך חרנה
יעצט איז שוין יעקב גארנישט געווען באזארגט, נאכן באקומען אזא אפענע ברכה און הבטחה פונעם אויבערשטן אליינס איז יעקב געווען גאר בשמחה, די פיס האבן זיך אים געהויבן פון זיך אליינס צו גיין אין וועג אריין, און אזוי ווי ער האט נאר געשטעלט אפאר טריט איז ער אנגעקומען קיין חרן. (רמב''ן שיתכן שהי' לו קפיצת הדרך בכל הג' פעמים, בהליכתו לחרן פעם ראשונה, בחזירתו להתפלל, וכשחזר אח''כ לחרן.)

אנקומענדיג אינדערויסן פון שטאט האט שוין יעקב געזעהן די ריזיגע פעלדער ווי די שעף פון די חרן'ער שטאטסלייט פאשען די שעף, פאר יעקב האט זיך געזעגנט פון זיין מאמע רבקה האט זי אים געזאגט, "אזוי ווי מיין שידוך מיט דיין טאטן יצחק איז געווארן ביים ברונעם, זאלסטו אויך גיין צום ברונעם אין חרן, און אויב דער באשעפער וועט דיר דארט צושיקן א ערליכע טאכטער פון לבן וואס קוקט אויס ווי מיר, זאלסטו וויסן אז דאס אין דיין באשערטער זיווג." (בעל הטורים)

די זון איז נאך געווען אינמיטן הימל, ס'האט זיך נאכנישט אנגעזעהן קיין שום צייכן אז דער טאג האלט ביים קומען צו אן ענדע, דעריבער איז יעקב געווען גאר פארוואונדערט ווען ער האט געזעהן דריי סטאדעס הויערן לעבן דעם ברונעם.

יעקב האט אנגעהויבן א פריינטליכן שמועס מיט זיי, "ברודער, פון וואו זענט איר?"

"פון חרן"

"זאגט מיר, קענט איר מיין פעטער דעם לבן?

"יא אוודאי, ווער קען נישט דעם לבן."

"איר ווייסט דאך אוודאי אז זיין זיידע, נחור, איז געווען גאנץ א פיינער מענטש, זיין טאטע דער בתואל איז שוין גארנישט געווען אזא צדיק, ווייסט איר אפשר אויף וועמענס נאמען לבן פאררופט זיך, גרויסט ער זיך מיט זיין פארדארבענעם טאטן, צו מיט זיין ערליכן זיידן?" פרעגט יעקב.

"נחור איז גאר ארויפגעקוקט דא ווייל ער איז געווען א ברודער מיט'ן גאר חשובן אברהם, דעריבער רופט זיך לבן אויף נחור'ס נאמען."

"זאגט מיר נאך איין זאך, איך וויל נישט מטריח זיין לבן אין א צייט וואס ער איז פארנומען מיט א שמחה צו חלילה פארקערט, איז אלעס יעצט אין ארדענונג ביי אים אין שטוב?" (ספורנו)

"יא, דארפסט זיך נישט זארגן, בכלליות איז אלעס בסדר ביי אים, אבער אז דו ווילסט יא וויסן וואספארא צדיק דער לבן איז וועלן מיר דיר דערציילן אביסל.

צום אלעם ערשטן איז ער א קארגער רוח, לעצטנס איז געווען א שטיקל מגיפה ביי זיינע שעף, (תרגום יונתן, פרקי דר''א) פארגינט ער זיך נישט קיין פאסטוכער, און ער צווינגט זיינע טעכטער אליינס צו פאשען די שאף. (אוה"ח)

און באמת איז גוט אזוי, ווייל ער וואלט ממילא נישט געטראפן קיין פאסטוכער, ער איז אזא דריי קאפ דער לבן, אז די האלבע שטאט האט זיך שוין אפגעבריט פון זיינע כיטרע שטיק, אזוי אז קיינער וויל ממילא נישט גיין ארבעטן צו אים. (ש''ך)

אט קענסטו שוין זעהן ווי זי טאכטער רחל גייט קומען מיט די שאף, אויב ווילט איר וויסן מער וועגן לבן פרעגט רחל, די פרויען זענען מער רעדוועדיג, זיי האבן אלע מער ליב צו דערציילן אסאך." (מדרש רבה ע יא)

"נאר רחל שיקט ער? לאה פאשעט נישט די שאף?"

"ניין, לאה קומט נישט, זי האט עפעס שוואכע פארוויינטע אויגן, האט ער מורא אז די זון וועט שאטן פאר אירע אפגעשוואכטע אויגן." (רמב"ן)

"זייט נישט ברוגז ברודער, אבער איך וויל אייך פרעגן, פארוואס זיצט איר דא אינמיטן טאג נעבן דעם ברונעם? גיבטס פאר די שאף צו טרינקען און גייטס פאשען ווייטער, דער טאג איז דאך נאך גרויס."

"אז איר פרעגט וועלן מיר אייך מסביר זיין, היות מיר האבן מורא אז מענטשן קענען אריינפאלן אינעם ברונעם, (רשב"ם) לייגן מיר ארויף אזא ריזיגן שטיין וואס זאל צודעקן דעם גאנצן עפענונג."

"פאר נאך א סיבה לייגן מיר דעם שטיין, און דאס איז נאך וויכטיגער, מיר האבן דא אין חרן גאר א גרויסע מאנגל אין וואסער, דעריבער ווילן מיר נישט אז סיי ווערן זאל קענען קומען נעמען פון די ביסל וואסער וואס געפינט זיך קוים אינעם ברונעם, אזוי ווען דער שטיין ליגט דא קענען מיר קאנטראלירן וויאזוי צו צוטיילן די וואסער.''

"נו וואס איז דער פראבלעם, איר זענט דאך דא דריי סטאדעס, דאס הייסט די פאסטוכער, די שומרים מיט אלע העלפערס, אזא גרויסע גרופע מענטשן קענען נישט אראפנעמען דעם שטיין?"

"וואס רעדט איר, האט איר אמאל פרובירט צו רירן דעם שטיין פון פלאץ? מ'דארף ווארטן ביז אלע פאסטוכער קומען זיך צוזאם, און נאר מיט אלע כוחות אינאיינעם קען מען עס אראפנעמען."

יעקב איז געווען שטארק אפגעשוואכט פונעם וועג, פונדעסטוועגן, באלד ווען ער האט געזעהן אז רחל קומט האט ער געגעבן א נעם אראפ דעם שווערן שטיין ווי א מענטש נעמט אראפ דעם דעקל פון א פלאש.

די פאסטוכער האבן נישט געקענט קומען צו זיך פון די גרויסע גבורה, אזא שטיין וואס צענדליגער פון זיי האבן קוים געקענט רירן האט ער אראפגענומען מיט אזא גרינגקייט, אבער איבער אלעם זענען זיי פארוואונדערט געווארן צו זעהן אז זייער ארבעט פון שעפן וואסער וועט נישט זיין אזוי שווער היינט, די וואסער פון ברונעם איז ארויפגעקומען קעגן זיי, און ס'האט אנגעהויבן צו קוועלן מיט א שפע. (תרגום יונתן, שבכל העשרים שנה שהי' יעקב בחרן עלו המים בבאר)

ענדליך איז געקומען די מינוט. יעקב אבינו מיט רחל אמנו האבן זיך צוזאמגעטראפן...

לאמיר האפן אז מ'וועט קענען עפעס צולייגן לכבוד שנת תשע''ב
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג דעצמבער 02, 2011 8:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 6:03 am

ויהי כאשר ראה יעקב את רחל
יעקב האט זיך באגריסט מיט רחל, מיט א קול געשיקט פון געוויין האט ער איר געפרעגט, ''האסטו שוין אמאל געהערט פון א מומע רבקה, א שוועסטער פון דיין טאטע וואס איז אוועקגעפארן פון דא ביי די דריי יאר חתונה צו האבן אינעם ווייטן כנען?"

"אוודאי, זיכער האב איך געהערט פון די מומע רבקה, איך ווייס אפילו אז זי האט צוויי זון, די גאס שמועסט אז ס'האט זיך פונקט גוט אויסגעשטעלט, מיין טאטע לבן האט צוויי טעכטער, און זיין שוועסטער רבקה האט צוויי זון, און אזוי ווי מ'ווייסט דאך האט דער באקאנטער אברהם העברי, זייער זיידע, שטארק מקפיד געווען מ'זאל זיך משדך זיין נאר מיט די משפחה, וועלן מן הסתם רבקה'ס קינדער אהערקומען זוכן שידוכים, וועט מיין עלטערע שוועסטער לאה באקומען עשו, און איך די אינגערע רחל וועל באקומען יעקב פאר א חתן.''

"און וואס זאגט איר, זענט איר מסכים צו דעם אפמאך?"

"איך בין זיכער מסכים, ווי איך הער איז דער יעקב גאר א פיינער בחור, מיין שוועסטער לאה איז אבער אינגאנצן אויס מענטש, טאג אין נאכט זיצט זי ביי די וועגן אינדרויסן פון שטאט און פרעגט זיך נאך ביי די דורכגייער אויב איינער קומט פון כנען, ווען זי טרעפט שוין אזא איינעם פרעגט זי אים אויס אויב ער ווייסט עפעס צו דערציילן פון דעם עשו, זי איז נעבעך אזוי צובראכן פון די ביטערע אינפארמציע וואס זי באקומט, זי הערט אז ער איז א מערדער א רוצח, א גזלן, א עובד עבודה זרה, זי האלט עס נישט אויס, זי זיצט אין וויינט א גאנצן טאג אזוי ווייט אז אירע אויגן ברעמען זענען שוין ארויסגעפאלן."

יעקב האט דערציילט פאר רחל ווער ער איז און ער האט אנגעהויבן נאך מער צו וויינען.

א קול פון געוויין האט זיך פלוצלונג געהערט, "ווער וויינט דא?" האבן זיך די פאסטוכער געוואונדערט, ווי ערשטוינט זענען זיי געווארן צו זעהן דעם גרויסן גיבור וואס האט אזוי געשיקט אראפגענומען דעם גרויסן שטיין וויינט יעצט מיט ביטערע טרערן.

"פארוואס וויינט איר?" האט רחל געפרעגט.

יעקב האט איר אנגעהויבן מסביר זיין:

"ס'איז באמת דא אסאך סיבות פארוואס איך וויין יעצט, צום ערשט וועל איך דיר זאגן איך זעה מיט רוח הקודש אז דו וועסט באערדיגט ווערן ערגעץ אינמיטן וועג אז דיינע קינדער זאלן קענען דארט מתפלל זיין ווען זיי וועלן פארטריבן ווערן פון זייער לאנד, איך האלט נישט אויס די צער פון דעם גלות וואס די קינדער וועלן פארטריבן ווערן.

"צווייטנס וויין איך אויף מיין שווערן מצב, ווען אליעזר מיין זיידע אברהמ'ס קנעכט איז געקומען דא טון א שידוך מיט מיין מאמע רבקה איז ער געקומען מיט צען קעמלען אנגעלאדענט מיט גאלד און זילבער און אלע שיינע מתנות, איך קום אבער יעצט מיט ליידיגע הענט, מער ווי דעם שטעקן פארמאג איך גארנישט.''

''פארוואס זענט איר טאקע געקומען דא?"

יעקב האט איר דערציילט אלעס וואס איז פארגעקומען מיט אים, ווי ער האט באקומען די ברכות פון זיין טאטע יצחק אנשטאט עשו, און יעצט וויל אים עשו הרג'נען, האט ער געדארפט אנטלויפן, וואס ער האט שוין יא מצליח געווען מיטצונעמען האט מען אים בא'גנב'עט אינטערוועגנס, ווען יעקב האט געענדיגט איר אלעס דערציילן האט ער איר געפרעגט:

"יעצט זאג מיר רחל, וועסטו מסכים זיין חתונה צו האבן מיט מיר?" (גמ' בבא בתרא קכג. אמר לה מינסבית לי, אמרה לו אין, מיהו אבא רמאה הוא וכו')

"יא זיכער, איך וועל זיך שפירן פאר א זכי' חתונה צו האבן מיט אזא הייליגן צדיק, דו דארפסט אבער וויסן און אכטונג גיבן, ווייל מיין טאטע איז א גרויסער בלאפער."

"וואס הייסט? וואס קען ער דא אפטון?"

"וואס הייסט וואס, ער וועט וועלן חתונה מאכן מיין שוועסטער לאה קודם, ממילא וועט ער דיר זוכן אריינצושווינדלען לאה'ן פאר מיר, זאג מיר טאקע יעקב, פארוואס זאלסטו נישט נעמען לאה, זי איז דאך עלטער פון מיר.''

''אוי, נאך דאס פעלט מיר אויס, אויב נעם איך לאה וועט עשו ווערן נאך מער בייז אויף מיר, יעצט וועט ער שוין האבן א פרישע טענה, נישט גענוג איך האב אים צוגענומען די בכורה,זיינע ברכות, וועט ער שרייען אז איך האב אים יעצט צוגענומען אויך זיין ווייב...

"דאס וואס דו זאגסט אז דיין טאטע איז א בלאפער, זאלסטו וויסן, איך בין טאקע דער זון פון רבקה וואס איז אזא איידעלע און תמימות'דיגע, אבער ווען ס'פעלט זיך אויס בין איך דער פלומעניק פון דיין טאטען, לבן, ווען מ'דארף האנדלען מיט בלאפערס און מ'דארף זיין קלוג און אויסגערעכנט קען איך די פאך אויך.''

''איז וואס קען מען טון מיין טאטע לבן זאל דיר נישט אויספאפן?"

"איך וועל דיר יעצט אויסלערנען דריי וויכטיגע הלכות וואס א אידישע פרוי דארף צו קענען, די נאכט פון די חתונה וועל איך דיר פרעגן פון די הלכות, אז דו וועסט וויסן צו ענטפערן וועל איך וויסן אז דו ביזט עס.''

יעקב האט אויסגעלערנט פאר רחל די הלכות פון חלה, הדלקות הנרות, און טהרה, (אוה''ח, במדרש בפרשתן משמע שיעקב מסר הסימנים לרחל, אולם לשון המדרש איכה בפתיחתא: ומסרתי לו סימן כדי שיוכל להכיר ביני ובין אחותי שלא יוכל אבי להחליפני, משמע שרחל נתנה הסימן ליעקב, רק אח''כ נתחרטה כיון שלא רצתה שלא תכלם, עיי''ש.)

נאכדעם וואס דער שידוך איז געשלאסן געווארן האט רחל געהויבן פיס און איז געלאפן צו איר טאטע לבן:

"טאטע, ס'איז געקומען א גאסט!"

"א גאסט? ווער?"

"יעקב! דער זון פון דיין שוועסטער רבקה, איך זאג דיר טאטע אלעס וואס מ'האט דערציילט אויף אים ביז היינט איז אזוי אמת, ער האט מיט איין דריי אראפגענומען דעם שטיין פון ברונעם, די וואסער איז ארויפגעקומען קעגן אים... (תרגום יונתן כמשמע לבן ית גבורתה וחסידותה דיעקב)

רבקה האט נאך געהאלטן אינמיטן דערציילן ווען לבן איז שוין געלאפן צום ברונעם זיך צו טרעפן מיט יעקב.

''דער יעקב איז דאך זיכער אזא תמים, געלט האט ער זיכער, וועל איך אים קענען גוט אויסבלאפן און פארדינען אפאר טאלער אויף אים...'' טראכט לבן צו זיך. (ילמ''ל)

שוין פונדערווייטנס האט לבן געזעהן אז עפעס טויג נישט דא, ער האט ערווארטעט צו זען יעקב מיט א גאנצע סטאדע קעמלען אנגעלאדענט מיט א ריזיגן פארמעגן, ווען ער האט אים אבער געזעהן שטיין אליינס אן קיין איינציגן פעקל, האט ער פארשטאנען מן הסתם האט ער דאס גאנצע געלט געטוישט אויף גאלדענע רענדלעך וואס ער האלט אין טאש, איז לבן צוגעלאפן צו יעקב און מיט גרויס ''ליבשאפט'' אים ארומגענומען שפירנדיג דערביי ווי יעקב'ס טאשן זענען ליידיג.

''אפשר האט ער דיאמאנטן באהאלטן אין מויל?" האט לבן געטראכט צו זיך, אבער א ''הארציגע'' קוש אויף ביידע באקן האט אים ווידעראמאל קלאר געמאכט אז חוץ ציינער געפינט זיך דארט גארנישט.

לבן איז געווען אינגאנצן אנטוישט, ער האט אבער נאך אלץ געהאט א חשד אז אפשר באהאלט יעקב עפעס געלט ערגעץ, האט לבן געטראכט ''איך וועל אים לאזן בלייבן ביי מיר אביסל, אפשר וועל איך במשך די צייט ארויסדערווישן פון אים וואו דאס געלט ליגט.'' (אוה''ח כט, יד.)

"ביזט דאך מיין בלוט און פלייש, מיין שוועסטערס א קינד, קען איך דיר נישט לאזן אויף די גאס, קום אריין אויף א שטיקל צייט צו מיר אין שטוב.''

אויפן וועג האט לבן קלאר געמאכט פאר יעקב אונטער וועלכע תנאים ער נעמט אים אריין:

"זאלסט קלאר וויסן אז ווען איך בין געקומען צו דיר האב איך זיך בכלל נישט גערישט אז דו קומסט מיט ליידיגע הענט, איך האב שוין געפלאנט אז איך וועל דיר מאכן עפעס א מעיאר אדער א גאווערנער דא אין חרן, (ב''ר ע, טו) יעצט אז איך זעה אז דו האסט נישט גארנישט זאלסטו זיך פרייען אז איך וועל דיר צואווארפן עפעס א ביינדל צו עסן...'' (לשון הב''ר כהדין גרמא אנא מחלק לך)

"צווייטנס וויל איך דו זאלסט קלאר וויסן אז די גאנצע הכנסת אורחים וואס איך נעם דיר אריין איז נאר צום שלאפן און צו עסן, איך גיי אבער זיך נישט איינשטעלן דאס לעבן פאר דיר, אויב עשו וועט זיך דערוויסן אז דו ביזט דא און ער וועט מחליט זיין אהער צו קומען זיך פאררעכענען מיט דיר, לאז מיר ארויס פון בילד, איך וועל זיך נישט אננעמען פאר דיר.'' (אוה''ח כט, יד.)

לבן האט געהאלטן ווארט, א חודש צייט האט לבן געהאלטן יעקב ביי זיך אין שטוב. יעקב האט רחמנות געהאט אויף רחל האט ער איבערגענומען פון איר די ארבעט פון פאשען די שאף, (רמב''ן כט, טו.) יעדן אינדערפרי האט יעקב ארויסגעטראגן די שאף אין פעלד, און זיי צוריק געברענגט ביינאכט.

''לבן, וואס גייט פאר מיט דיר? האסט געעפנט א הכנסת אורחים שטיבל?" הערט לבן איין טאג ווי זיין שכן וואונדערט זיך.

''זאג מיר לבן, ווי קומט עס צו דיר, יעדן ביזטו פארנומען צו בא'גנב'נען אפילו א שוה פרוטה, פלוצלונג נעמסטו אריין דיין פלימעניק, גיבסט אים פולע קעסט, עפעס א חשבון האסטו זיכער!"

"איך זעה אז דו ביזט א מבין אויף מיר...'' שמייכלט זיך לבן אונטער, ''קום וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי מ'מאכט געלט...''

"לויט ווי איך פארשטיי וועט דער יעקב נישט אזוי שנעל אוועק גיין פון דא, ער האט זיך עפעס צואמפערט מיט זיין ברודער עשו, דער עשו איז יענער רוצח, אזוי אז גאנץ זיכער וועט יעקב פארבלייבן דא א היבש ביסל צייט.''

''נו, איז דאך די קשיא נאך שטערקער, ווי פאסט עס דו זאלסט אים ארייננעמען אויף קעסט ביי דיר אין שטוב?"

"יעצט הער מיין גרויס חכמה, וועסטו פארשטיין פארוואס איך בין דער בלאפער פון שטאט און נישט דו...

נא אביסל וועל איך קומען צו דעם תם יעקב, איך וועל אים מסביר זיין אז איך וויל נישט ער זאל ארבעטן אומזיסט, און ווי איך קען אים וועט ער אויך נישט וועלן בלייבן וואוינען ביי מיר אומזיסט (רמב''ן כט, טו. כי איש מוסר אתה ולא תתפרנס משל אחרים) וועלן מיר דארפן אויסארבעטן עפעס א געשעפט, איך וועל אים בעטן ער זאל פאשען מיינע שאף, און דא ליגט די חכמה, נאכדעם וואס ער וועט מיר שולדיג זיין א טובה אויף דעם וואס ער האט דא געוואוינט אומזיסט אפאר וואכן וועט ער זיכער זיך שעמען צו בעטן א פעטן פרייז... אזוי וועל איך אויף די ביסל וואס ער קאסט מיר יעצט פארדינען אסאך געלט די קומענדיגע יארן.'' (ש''ך)

"יא לבן, דאס הייסט געארבעט מיט קאפ...''

און דאס איז טאקע פונקט וואס לבן האט געטון, נאך א חודש צייט האט ער גערופן יעקב ער זאל זיך אוועקזעצן איבערשמועסן די פלענער אויפן צוקונפט.

מיט זיין געשליפן צינגל האט לבן אנגעהויבן:

"קוק אהער יעקב, איך ווייס אז אפילו דו שטעלסט אהער אזא תמימות'דיגן פנים, ביזטו דאך מיין שוועסטערס א קינד און דו ביזט גאנץ א פיינער בלאפער, איך האב מורא אז דאס וואס דו ארבעטסט יעצט פאר מיר און דו פאשעסט מיינע שאף יעדן טאג וועט מיר נאך גאר טייער קאסטן ביים סוף... לאמיר יעצט פונקטליך אפשמועסן וואס דו באקומסט באצאלט דערפאר און שלום ושלוה.'' (אוה''ח כט, יד.)

''נאך גוט אז דו פרעגסט לבן'' האט יעקב אים געענטפערט, ''איך וויל טאקע נישט ארבעטן אומזיסט, איך האב צו דיר איין בקשה, דו ווייסט דאך אז דו האסט צוויי טעכטער.''

''נו אוודאי ווייס איך, ווער דען זאל וויסן, זיין מיין טייערע ווייב עדינה (ספר הישר) זאל זיך מיען איז נעבעך נישטא אויף די וועלט דארף איך זיי אליינס אויפציען, ס'גארנישט אזוי גרינג, די לאה האלט אין איין וויינען און פאסטן תעניתים, (תנחומא) הקיצור, וואס ווילסטו פון זיי?"

"גיב א קוק לבן, רחל איז יעצט פינף יאר אלט, בין איך גרייט צו ארבעטן זיבן יאר ביז זי וועט ווערן צוועלף יאר, און דעמאלס וועסטו מסכים זיין איך זאל חתונה האבן מיט איר.'' (רבינו בחיי שהיתה בת חמש, ובעצם יש כמה שיטות כמה שנים היו רחל ולאה אז, בסדר עולם שהיו תאומות, ונולדו בעת ברכת יצחק, והיו בנות י''ד כשהגיע יעקב, ולפי ספר הישר היו ג''כ תאומות והיו בנות כ''א כשהגיע יעקב, אולם בפסיקתא משמע שלאה היתה גדולה מרחל בכמה שנים, וכן משמע ברמב''ן)

''און וואס זאל איך טון מיט לאה? זי איז דאך עלטער פון רחל, וויאזוי קען איך חתונה מאכן די אינגערע פאר די עלטערע?"

"איך מיין אז זיבן יאר איז גענוג צייט צו טרעפן א שידוך, אזוי אז ביז ס'וועט קומען די צייט צו מאכן די חתונה מיט רחל וועסטו האבן גענוג צייט א שידוך צו טון מיט לאה.''

''אויב דאס איז די גאנצע וואס דו דארפסט, בין איך מסכים, ס'מיר ענדערש זיך משדך צו זיין מיט מיין אייגענע שוועסטער ווי צו גיין נעמען א פרעמדן פון די גאס, דער שידוך איז געשלאסן.''

''מיר ווייסן דאך ביידע אז דא אין חרן דרייען זיך אסאך בלאפערס'' האט יעקב געזאגט מיט א שמייכל, ''לאמיר אויסשמועסן די זאך קלאר, ס'זאל זיין רחל, און נישט דו זאלסט מיר ברענגען א רחל פון די גאס, נאר ס'זאל זיין דיין טאכטער, און זיי מיר נישט קיין אויבער חכם און טויש זיי די נעמען, נאר דו וועסט מיר גיבן דווקא די אינגערע טאכטער.''

''ארלעדיגט, מזל טוב!''

''מזל טוב''

דער שידוך איז צו מזל און ברכה עמטליך געשלאסן געווארן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 8:02 am

ויקח את לאה
גאנצע זיבן יאר האט יעקב געארבעט בנאמנות, די גאנצע צייט האט ער געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז ער ארבעט צוליב רחל, אויך פאר לבן האט ער דערמאנט די גאנצע צייט אז די ארבעט איז נאר צוליב דעם שידוך מיט רחל, כדי לבן זאל נישט קענען קומען מיט קיין טענות ''ווער געדענקט וואס מ'האט אפגעשמועסט זיבן יאר צוריק...'' (אוה''ח כט, כ.)

במשך די יארן האט יעקב כסדר געשיקט מתנות פאר די כלה, לבן האט אבער געגעבן די אלע מתנות פאר לאה, רחל האט מורא געהאט צו דערציילן פאר יעקב, ווייל זי האט געטראכט וואס וועט זיין אויב דער טאטע לבן וועט געוואויר ווערן און ער וועט מבטל זיין דעם גאנצן אפמאך מיט יעקב, דאן האב איך נישט קיין שום אויסזיכט חתונה צו האבן מיטן צדיק. (תנחומא)

נאך פיר יאר וואס יעקב האט דארט געארבעט איז געווען א גרויסע שמחה אין שטוב, לבן וואס האט ביז יעצט געהאט נאר טעכטער איז געהאלפן געווארן מיט א זון, בעור, דערנאך זענען אויך געבוירן געווארן אליב און מורש. (ספר הישר)

יעקב האט שוין קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן די צוועלף שבטי יה מיט רחל אמנו, האט ער נישט געשפירט די שוועריקייט פון די ארבעט, די זיבן יאר האט זיך געשפירט ביי אים ממש ווי געציילטע טעג.

ענדליך האט מען זיך שוין דערנענטערט צום סוף.

''מ'דארף שוין פלאנען א חתונה'' האט יעקב איין טאג געזאגט פאר לבן.

''זיכער! איך האלט שוין פעסט אינמיטן די פלענער!'' האט לבן געענטפערט מיט א באהאלטענעם שמייכל, יעקב האט נישט גע'חלומ'ט מיט וואספארא פלענער דער לבן דרייט זיך אין קאפ.

לבן האט באשלאסן אז ער האלט נישט ביים גיבן פאר יעקב רחל פאר לאה, ער האט זיך שוין אבער איבערצייגט אז יעקב איז אים חושד, ער האט געוואוסט אז ער דארף זיך גאר שטארק באווארענען אז יעקב זאל אים נישט כאפן ביי די מעשה.

די ערשטע החלטה פון לבן איז געווען צו מאכן א גרויסע חתונה, ''יעקב טראכט זיכער אז אויב איך וויל אים אויספאפן וועל איך עס מאכן ערגעץ באהאלטענערהייט, געווענטליכע שווינדלער זוכן ווי ווייניגער מענטשן זאלן מיטהאלטן זייער שווינדל, דעריבער ווען יעקב וועט זעהן אז איך לאדן די גאנצע שטאט צו די חתונה וועט ער זיין זיכער אז ער קען זיין רואיג אז איך פאפ אים נישט אויס.

"וויאזוי מאכט מען אבער אזא זאך, קודם בין איך דאך נישט אזא פאפולערער מענטש אין שטאט, איידל גערעדט... קיינער אין שטאט איז נישט אינטערעסירט מיטצוהאלטן מיט מיינע שמחות, דארף איך טרעפן א סיבה פארוואס זיי זאלן אלע קומען, צווייטנס דארף איך טרעפן אן עצה קיינער זאל אים טאקע נישט דערציילן וואס דא קומט פאר.''

אבער נישט אזא בלאפער ווי לבן ווערט פארלוירן פון אזעלכע פראבלעמען, א וויכטיגע מעלדונג איז ארומגעגאנגען אין שטאט אז מארגן נאכט וועט פארקומען א וויכטיגע פארזאמלונג איבער א נושא וואס איז לעבנסוויכטיג פאר די גאנצע שטאט.

יעדער איז געווען נייגעריג צו וויסן וואס איז שוין די לעבנסוויכטיגע נושא, איז זיך דער גאנצער שטאט צוזאמגעקומען.

ווי ערשטוינט זענען זיי געווען צו זעהן אז לבן איז גאר דער וואס האט צוזאמגערופן די אסיפה, אבער אז מ'איז שוין דא וועט מען שוין הערן וואס ער האט צו זאגן.

לבן האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט:

"טייערע שטאטסלייט, איר געדענקט דאך אוודאי וואס דער מצב איז געווען דא ביז פאר זיבן יאר צוריק, מיר האבן געליטן פון א מורא'דיגן וואסער מאנגל, מיר האבן נישט געהאט גענוג וואסער צו טרונקען, נישט פאר זיך און נישט פאר די שאף און רינדער און נישט צו באוואסערן די פעלדער, ווער געדענקט דען נישט ווי שטארק מיר האבן זיך געמוטשעט.

''לעצטנס אבער איז דער מצב סאך בעסער, די לעצטע זיבן יאר קוועלט דער קוואל א מחי', ס'איז דא וואסער בשפע, און איר ווייסט דאך אוודאי פארוואס, דאס איז אלעס אין זכות פון מיין פלימעניק יעקב וואס האט זיך דא באזעצט מיט זיבן יאר צוריק.''

''נו וואס איז יעצט?'' האט זיך א נערוועזער חרנ'ער אויפגעשטעלט, ''האסט זיך דערמאנט אז אפשר קענסטו אונז יעצט בא'גנב'נען אויף דעם חשבון? הא? ס'איז שוין צו שפעט, האסט זיך געדארפט דערמאנען אביסל שנעלער...''

''בארואיגט אייך, בארואיגט אייך...'' האט לבן געזאגט, ''דער ענין איז נישט אזוי פשוט, די זאך איז אז ווי ס'קוקט אויס גייט זיך דאס אלעס ענדיגן, ווארשיינליך גייט יעקב זיך אוועקציען פון חרן נאך אביסל, און מיר וועלן ווידער דורשטן נאך א טראפל וואסער.''

''וואס??"

"ווען?"

"פארוואס!?"

"וואס קען מען טון דערצו?"

דערשראקענען קולות האבן זיך געהערט פון אלע זייטן, לבן באהאלט דעם שמייכל וואס רייסט זיך ארויפצוקומען אויף זיינע ליפן, אלעס גייט ווי געפלאנט, לאמיר האפן אז אויך דער צווייטער העלפט פלאן זאל זיך אזוי גוט אויסארבעטן.

''מורי ורבותי! הערט מען פלאן!"

"ששששש, לאמיר הערן וואס לבן וויל זאגן" פרובירט מען שטיל מאכן דעם אויפגעברויזטן ציבור.

"די סיבה פארוואס יעקב גייט פארלאזן חרן איז א טעכנישע זאך, ווען ער האט זיך דא באזעצט האבן מיר געמאכט אן אפמאך אז ער וועט ארבעטן פאר מיר זיבן יאר, דערנאך וועט ער באקומען מיין טאכטער רחל פאר א ווייב, אויב קען איך אויף עפעס א וועג איך אריינשמוגלען לאה אנשטאט רחל, וועל איך אים קענען צווינגען צו בלייבן נאך זיבן יאר ארבעטן פאר רחל, וועלן מיר פארדינען נאך זיבן יאר וואסער.'' (ב''ר ע, יט.)

"נע, ער איז צו קלוג''

''וועסט אים נישט קענען פארנארן''

"און וואס ווילסטו פון אונז?"

האט זיך ווידער געהערט קולות פון אלע זייטן.

''אז איר וועט מיר נישט לאזן אויסרעדן וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען, זיצט שטיל און לאזט מיר רעדן, איך מיין אז ווען ס'קומט צו בלאף קענט איר זיך נאך אלע לערנען א פרק ביי מיר, זיצט איין און הערט פונעם פראפעסיאנעלן בלאפער א שיעור און חכמת בלאף!" האט לבן געזאגט א כעס'יגער.

"איז אזוי, יעקב איז טאקע פעסט חושד אז איך גיי אים אויספאפן, דעריבער האט ער זיך באווארנט און ער וועט גאר שטארק נאכקוקן צו איך גיב אים טאקע רחל, אבער איין זאך ווייס איך, יעקב ערווארטעט איך זאל מאכן ערגעץ א קליינע ארימע חתונה, ער ווייסט אז א בלאף דארף מען דורכפירן ווי שטילער קיינער זאל נישט כאפן, דעריבער טראכט ער איך וועל קומען מיט עפעס א תירוץ, ס'איז שווערע צייטן, נישטא קיין געלט, און איך וועל מאכן ערגעץ א שטילע חתונה, אזוי וועט מיר זיין גרינגער דורכצופירן מיין שווינדל.

"ער וועט אבער ווערן ערשטוינט צו הערן פון מיר אז איך האב צוזאמגערופן די גאנצע שטאט צו א ריזיגע חתונה! ווי נאר ער וועט דאס הערן וועט זיין חשד גלייך אראפגיין, ווייל וועלכער נאר נעמט זיך אונטער דורכצופירן א בלאף בפני כל עם ועדה... ס'וועט אים נישט בייפאלן אז לבן קען אזאנס אויך באווייזן... אזוי וועט ער אראפנעמען זיין חשד און איך וועל אים קענען גיבן לאה אנשטאט רחל, (ר' יוסף נחמי' אב''ד קראקא) וועט ער דא בלייבן ארבעטן פרישע זיבן יאר, און די גאנצע שטאט וועט פארידנען וואסער.

''איך דארף נאר האבן אייער הסכמה אז די גאנצע שטאט איז גרייט מיטצוארבעטן מיט מיר.''

''יא''

''זיכער''

''וואס איז די שאלה!''

לבן איז נאכנישט פארטיג געווען, צוצושטעלן א סעודה פאר די גאנצע שטאט איז א היבשע הוצאה, און נישט אזא קארגער ווי לבן וועט זיין אזוי ברייטהארציג צו סערווירן א מאלצייט פאר פרעמדע מענטשן נאר צוליב דעם פאקט וואס זיי זענען געקומען צו זיין טאכטערס חתונה...

"חברה, איך בין נאכנישט פארטיג!" האט לבן אנגעהויבן שרייען ווען ער האט געזעהן ווי דער עולם וויל זיך שוין צוגיין, ''נאך א וויכטיגע פרט דארף איך אייך מעלדן.''

''ווער גאראנטירט אז ס'וועט זיך נישט מאכן קיין אויבערחכם וואס וועט וועט אנטפלעקן פאר יעקב אונזער פלאן? דערנאך וועלן מיר אלע זיין פארטיגע! דעריבער פארלאנג איך אז יעדער איינוואוינער פון שטאט זאל שוין ברענגען א משכון, א פאס וויין, א פעקל פלייש, א זאק פיש, נאר אזוי קען איך זיך אונטערנעמען צום פלאן אייך ארויסצוהעלפן צו האלטן יעקב דא נאך זיבן יאר...''

ביז א קורצע צייט איז לבן'ס שטוב פול געווארן מיט משכונות, און פון די אלע זאכן האט מען צוגעגרייט א ריזיגע סעודת חתונה... וואס מ'האט נישט געקענט נוצן פאר די סעודה האט מען איינגעקויפט עסן און באצאלט מיטן משכון, איי מארגן וועלן זיי קומען צוריק בעטן די משכונות, דאס איז שוין זייער פראבלעם... וואס האט עס צו לבן... אים האט די חתונה נישט געקאסט קיין איינציגע פרוטה...'' (ב''ר ע, יט.)

יעקב האט געזען דעם גאנצן טאג ווי די גאנצע שטאט פארט אויף רעדער, פון אלע שטובער ברענגט מען מאכלים צו לבן'ס שטוב, יעדער זינגט און טאנצט פאר די חתן כלה, עפעס איז אים געווען פארדעכטיגט, ער האט געוואוסט אז לבן איז נישט אזוי פאפולער אין שטאט, "פארוואס פריידט זיך די גאנצע שטאט אזוי מיט מיין שמחה?" האט ער געפרעגט.

''וואס הייסט פארוואס?" האבן די שטאטלייט געענטפערט, ''דו האסט דאך אריינגעברענגט א ברכה אין אונזער וואסער, דעריבער זענען מיר אלע מחותנים דא!"

ס'איז געווארן נענטער און נענטער צו די חתונה, רחל אמנו איז געווארן מורא'דיג פארקלעמט, זי האט געוואוסט וואס דא גייט פארקומען, זי האט שוין געזעהן פריער ווי לבן טענה'ט זיך מיט לאה, זי האט נישט געוואלט מסכים זיין צום שווינדל, (אוה''ח כט, כג.) ביז לבן האט איר געסטראשעט אז ער פערזענליך וועט זעהן אז עשו זאל קומען איר נעמען האט לאה בלית ברירה מסכים געווען.

רחל איז ממש געווען פארלוירן, וואס טוט מען דא, פארלוירענערהייט איז זי געלאפן צו יעקב.

''יעקב, ס'איז צרות, מיין טאטע פלאנט צו שיקן לאה אנשטאט מיר, וואס טוט מען?" (איכה רבתי)

יעקב האט איר בארואיגט, ''מיר האבן דאך די סימנים, זארג זיך נישט, מ'וועט מיר נישט קענען פארנארן.

ס'איז געווען א פרייטאג נאכמיטאג, (ילקוט ראובני) ענדליך איז שוין געקומען די צייט, רחל אמנו האט זיך אנגעטון די כלה קלייד און מ'האט זיך אנגעהויבן גרייטן צו די גרויסע חתונה, יעקב האט געזעהן ווי מ'ברענגט טאקע אריין זיין כלה, רחל.

נעבן רחל איז געגאנגען זלפה, א טאכטער פון לבן פון א פלגש, (פרקי דר''א) זלפה איז געווען די אינגערע שוועסטער פון בלהה, אלעס האט געשטימט, יעקב האט געזעהן אז ער באקומט טאקע די אינגערע דינסט.

די נאכט איז צוגעפאלן, אינדרויסן איז שוין געווארן טונקל, פלוצלונג האט מען אנגעהויבן צו פארלעשן די ליכט אין זאל, ''וואס גייט פאר?" האט זיך יעקב געוואונדערט, ''דאס איז דער מנהג דא'' האט מען אים געענטפערט, ''ביי יעדע חתונה פארלעשט מען די ליכט, מען מאכט טונקל, ס'איז אזא מנהג פון צניעות וואס איז געווארן איינגעפירט נאכן מבול.'' יעקב האט געגלייבט.

אין די טונקל איז לבן געקומען, ער האט זיך נישט פארלאזט אויף קיינעם, ער האט געוואוסט אז די יעצטיגע ארבעט דארף ער אליינס אויספירן, נישט קיין שליח און נישט קיין אנדערער, ער האט אליינס געברענגט לאה צו רחל, (אוה''ח כט, כג.) ''רחל מיין קינד, טו ביטע אויס די כלה קלייד און גיב עס איבער פאר דיין שוועסטער לאה''

רחל האט איינגעהאלטן אירע טרערן, און מיט א אויסטערלישע שטארקייט האט זי איבערגעגעבן דעם אויבן אן פלאץ פאר לאה, אויף די רגע האט זי זיך געכאפט, ''אוי וואס גייט דא יעצט פאסירן, באלד וועט איר יעקב פרעגן די סימנים וואס מיר האבן אפגעשמועסט, לאה וועט נישט וויסן וואס צו ענטפערן, יעקב וועט כאפן אז מ'האט אים טאקע אויסגעפאפט, ער וועט איר פארשיקן, לאה וועט פארשעמט ווערן פאר די גאנצע שטאט, איך קען נישט צולאזן אזא זאך!

מיט א הימלישע שטארקייט האט רחל איינגעהאלטן איר גאנצע ווייטאג און שנעל אויסגעלערנט איר שוועסטער לאה די הלכות וואס יעקב האט איר געהאט געזאגט.

פלוצלונג האט יעקב געהערט עפעס א אומבאקאנטע ניגון, "הא ליא! הא ליא!" האט מען זיך גענומען טאנצן.

''וואספארא ניגון איז דאס?" האט יעקב זיך געוואונדערט, ''מן הסתם קען איך נישט אלע נייע ניגונים דא, עפעס אזעלכע מאדנע ניגונים אויף אזעלכע מאדנע ווערטער, ווי האט מען אמאל געהערט אזעלכע ניגונים...''

רחל האט טאקע איבערגעגעבן די סימנים פאר לאה, זי איז אבער נאכנישט געווען צופרידן, זי האט מורא געהאט אז שפעטער ביינאכט ווען יעדער וועט אהיימגיין און יעקב וועט אנהייבן צו רעדן צו איר וועט יעקב דערקענען אז ס'איז נישט רחל'ס קול, האט זי געטון גאר א געוואגטע שריט.

רחל איז אריין אין יעקב'ס צימער, זי האט זיך באהאלטן אין א ווינקל, ווען יעקב האט גערעדט מיט לאה האט רחל געענטפערט, אזוי אז יעקב האט טאקע געהערט רחל'ס קול. (איכה רבתי)

די זון האט אויפגעשיינט, די נאכט האט זיך געענדיגט, יעקב אבינו קומט ארויס פון שלאף צימער, און ער זעהט ווי זיין נייע ווייב 'לאה' האט אים צוגעגרייט א קאווע...

''לאה?!"

''יא''

''דאס ביזטו לאה?"

"יא, דו זעסט נישט''

''איך קען עס נישט גלייבן, אלס טאכטער פון אזא פאפער האסטו זיך אויך אויסגעלערנט די ארבעט? וויאזוי האסטו מיר אפגעפאפט? פארוואס האסטו מיר געענטפערט ווען איך האב דיר גערופן רחל?" האט יעקב אבינו פארווייטאגט געפרעגט.

''ניין, נישט פון מיין טאטן האב איך זיך עס אפגעלערנט, נאר פון דיר מיין הייליגער מאן, ווען דו האסטו צוגענומען די ברכות פון עשו האסטו זיך אויך אנגערופן ווען דיין טאטע האט דיר גערופן עשו, וואס איז געווען דער תירוץ?"

"וואס הייסט וואס, כיבוד אם, מיין מאמע האט מיר געהייסן, און פאר אזא וויכטיגע זאך צו באקומען די ברכות פון מיין הייליגן טאטן יצחק האב איך זיך אנגערופן ווען ער האט מיר גערופן עשו.''

''די זעלבע זאך דא, איך האב אויך געדארפט פאלגן מיין טאטן און צוליב אזא וויכטיגע צוועק חתונה צו האבן מיט אזא הייליגן צדיק האב איך זיך מורה היתר געווען אנצורופן ווען דו האסט מיר גערופן רחל.''

אינגאנצן אנטוישט איז יעקב געלאפן צו לבן, "שווער לעבן, וואס האסטו מיר געטון? פארוואס האסטו מיר אפגעפאפט? מיר האבן זיך דאך קלאר אויסגענומען אז איך ארבעט צו באקומען דיין אינגערע טאכטער רחל! יעצט וועל איך דארפן גיבן א גט פאר דיין טאכטער לאה!" (רמב''ן כט, כז.)

"שריי נישט אזוי יעקב'' זאגט לבן מיט א שמייכל, ''מ'האט דיר דאך קלאר געזאגט ביי די חתונה אז לאה איז די כלה.''

''וואס? ווער האט געזאגט?"

"האסט נישט געהערט ווי דער עולם זינגט הא ליא? ס'האט קלאר געמיינט דיר צו זאגן אז לאה איז די כלה." (ילמ''ל שלכן הסכים לבן שיזמרו כדי שיוכל לטעון אח''כ ליעקב שהודיעו לו)

''איך קען נישט קיין ניגונים, איך ווייס קלאר אז מיר האבן זיך אויסגענומען אז איך באקום די אינגערע און דו האסט מיר געגעבן די עלטערע.''

''קוק יעקב, איך ווייס אז ביי אייך אין כנען זענען דא דריי קעפ, מ'נעמט דעם עלטערן, דעם בכור, מ'פארקויפט די בכורה און דער אינגערער ווערט דער עלטערער, מיר זענען גלייכע מענטשן... ביי אונז איז נישטא די אלע געדרייטע מעשיות, ווער ס'איז עלטער גייט קודם!"

''אבער לבן, מיר האבן געהאט אן אפמאך! מיר האבן דאך קלאר אפגעשמועסט אז נאך זיבן יאר באקום איך רחל!"

"איך געדענק גוט וואס מיר האבן דעמאלס געשמועסט, מיר האבן גערעדט אז אין די זיבן יאר דארף לאה א כלה ווערן, ס'איז געווען פשוט און פארשטענדליך אז אויב ווען ס'קומט די צייט פון די חתונה איז לאה נאכנישט קיין כלה וועסטו נישט באקומען רחל, דעריבער ווען דו ביזט געקומען בעטן דיין כלה אין די צייט וואס לאה האט נאכנישט חתונה געהאט האב איך פארשטאנען אז דו רעדסט פון לאה...'' (אוה''ח כט, כו)

יעקב האט איינגעזעהן אז ס'נישטא וואס זיך צו טענה'ן מיט דעם בלאפער לבן, ער האט דאך געוואלט חתונה האבן מיט די צדיקת רחל, ער האט געוואוסט אז דאס איז זיין זיווג מן השמים.

"הער אויס יעקב'' האט לבן געזאגט מילד, ''מיין גאנצער פראבלעם איז נאר געווען דיר צו גיבן רחל פאר לאה, יעצט אז לאה האט שוין חתונה געהאט קענסטו זייער גערן נעמען אויך רחל, פארשטייט זיך פארן זעלבן פרייז פון זיבן יאר געטרייע ארבעט מיט די שאף.''

יעקב האט מסכים געווען, מ'האט צוגעווארט די שבע ברכות זאל אריבערגיין, דערנאך האט יעקב חתונה געהאט מיט רחל.

אזוי ווי לבן האט נישט געהאט קיין תירוץ וויאזוי ווידער צו בא'גנב'נען די שטאט, איז דאסמאל נישט פארגעקומען קיין גרויסארטיגע סעודה... (ר' יוסף נחמי')

א גוט שבת
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג דעצמבער 02, 2011 8:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 8:09 am

ישר כח! רבי גראדער.
און א גוט שבת בשם כל קהלא קרטשמריא הדין.
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 9:25 am

גראדער!!! אין מילים!! כ'קעניש גלייבן אז דו האסט עכט געשריבן די וואך, איך בין איבערגענומען פאר שמחה, גיימערעס ארויספרינטן! שקויעך!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 10:36 am

דיו אילו ימי וכו' וואלט מען נישט געקענט באשרייבן די באשרייבונג, עס דערקוויקט דאס הארץ און זעטיגט די נשמה. יישר כח בשמי ובשם כל בני ביתי. זאל דיר דער באשעפער שענקן יעקב'ס עשירות.
צוגעלייגטע
דער מדרש דערציילט.pdf
(251.21 KiB) דאונלאודעד 401 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 11:27 am

יישר כח גראדער און מוטשע נישט פאר די הערליכע ארבעט וואס ענק לייגן אריין יעדע וואך.
כל המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט