ס'קען נישט אזוי אנגיין, מ'מז נעמען שריט!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

ס'קען נישט אזוי אנגיין, מ'מז נעמען שריט!

תגובהדורך גראדער » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 6:33 pm

בעזהשי"ת
מדרש שמות
התנצלות המחבר, לכבוד עצמו מדבר, כן מסתבר, בדיל ויעבור...
א גוט יאר, ווי איר וועט זעהן איז דער ערשטער העלפט בערך א שטיקל הקדמה פון די בעקראורנד ווען די מעשה האט זיך אפגעשפילט, אויב דו צייט וועט ערלויבן וועל איך פרובירן די וואך אדער קומענדיגע צו מאכן א שטיקל טבלא לויט די יארן פונקטליך ווען יעדע זאך האט פאסירט, בעצם איז די ארבעט די וואך סאך שווערער ווי די וואכן ביז אהער, טאקע ווייל ס'איז דא אזויפיל חומר, ווען מ'נעמט אפאר מדרשים און מ'צושמירט עס גייט עס געשמירט, אבער ווען ס'איז דא הונדערטער מדרשים, אלע סארט שיטות און חידושים, בנוסף צו כמה וכמה ספרים און ליקוטים, גאנצעטע בענדער נאר אויף די פאר פרשות, אלעס דורכליינען, געדענקען, און מאכן א תמצית ס'זאל שטימען הלכה ''למעשה'' דארף מען א היבש ביסל סייעתא דשמיא.

פארוואס זאג איך אייך דאס? פלעג ער פרעגן, ווייל איך וויל איר זאלט וויסן, ס'קען זיין אז במשך די קומענדיגע פאר טאג ווען כ'וועל שרייבן ווייטער וועל איך איינזען אז לטובת הענין דארף מען אביסל ארומדרייען די מעשה, דעריבער תפוס לשון אחרון, אלעמאל איז דער פידיעף וואס מ'לייגט ארויף דער לעצטער ווערסיע אנטהאלט מער, און ס'איז ע"פ רוב פארבעסערט פון די ערשטע שטיקלעך וואס ווערן ארויפגעלייגט.

דרך אגב פארגעסט נישט, אייערע הערות איז דער איינציגער קיבול שכר אויף די ארבעט.

ליינט מיט הנאה.

ב' אלפים ר"ע, צוויי טויזנט צוויי הונדערט זיבעציג יאר נאך בריאת העולם.

אין פאלאץ פון פרעה מלך מצרים רעשט זיך ווי קיינמאל בעפאר, דער קעניג פרעה דיאן ליגט אויפן קראנקן בעט און ראנגלט זיך פאר זיין לעבן, ס'קוקט אויס ווי זיינע שעות זענען געציילטע, אלע חרטומים און וויכטיג מאכער פון גאנץ מצרים שטייען ארום זיין בעט, צו זיין רעכטע זייט שטייט זיין איין אין פערציג יעריגער זון מגרון, און דערנעבן דער משנה למלך יוסף.

פרעה דיאן זעצט זיך אויף, ער שטרענגט זיך אן מיט זיינע לעצטע כוחות, און ער לאזט צוואה:

"הער אויס מיין זון מגרון, איך ווייס אז לויטן סדר קומט זיך דיר יעצט זאלסט איבערנעמען מיין אמט געקרוינט צו ווערן אלס דער פרעה אין לאנד מצרים, און איך גיב דיר טאקע איבער דעם טיטל, פון היינט און ווייטער וועסטו מיין קינד מגרון טראגן מיט שטאלץ דעם קעניגליכן נאמען פרעה, אבער דער ריכטיגער מלך זאל זיין מיין געטרייער משנה למלך.

געדענקסט דאך אוודאי מיט פערציג יאר צוריק ווען יוסף האט מיט זיין גרויס חכמה אונז אלע געראטעוועט פונעם שווערן הונגער, און דו ווייסט דאך אוודאי וויפיל יוסף האט אונז געהאלפן צוזאמצונעמען די גאלד און זילבער פון די גאנצע וועלט, און דער סדר וואס ער האט איינגעפירט מיט די שטייערן, ס'איז דיר זיכער נישט קיין סוד אז דער משנה למלך יוסף האט ממש געראטעוועט דעם לאנד, דעריבער וויל איך דיר אנזאגן, יוסף זאך זיין דער קעניג! פון היינט און ווייטער, אפילו דו וועסט טראגן דעם נאמען פרעה וועט יוסף זיין דער פאקטישער קעניג אין מצרים!" (פרקי דר"א – ספר הישר)

אלע ארומיגע זענען געבליבן געפלעפט, ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן נישט געקענט פארנעמען דער פאקט אז עפעס א פרעמדער זאל גאר ווערן דער קעניג אויף זייער היימלאנד מצרים, אבער מגרון, דער נייער פרעה האט שטארק רעספעקטירט זיין טאטנס צוואה, און ער האט איבערגעגעבן די גאנצע מלוכה פאר יוסף, און פאר דו קומענדיגע פערציג יאר איז יוסף געווען דער קעניג פון מצרים.

די פערציג יאר זענען אריבער גאנץ רואיג, אונטערן באוואוסטזיין האט געהערשט א שטיקל פחד ביי די אידן, די אידן האבן זיך דאך געשפירט אין א פרעמד לאנד, און זייט יעקב אבינו'ס פטירה האבן זיי אלעמאל געציטערט אז אט אט וועט מקוים ווערן וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו ביים ברית בין הבתרים, און די מצריים וועלן אנהייבן צו פייניגן די אידן, אבער ווילאנג יוסף האט געלעבט האט נישט אויסגעקוקט ווי ס'זאל פאסירן אינעם נאנטן צוקונפט.

די אידן האבן זיך שטארק פארמערט, פון די זיבעציג נפשות וואס זענען אראפגעקומען מיט יעקב אבינו זענען שוין יעצט געווען הונדערטער טויזענטער אייניקלעך, גאנץ שנעל זענען זיי אויסגעוואקסן דעם דעמאלסדיגן גושן, און די אידן האבן אנגעהויבן אויסצוברייטערן דעם שטאט און זיך אריינצוציען אויך אין אנדערע שטעט.

קיין געלט האט זיי אויך נישט געפעלט, די אידן זענען געווען גוטע סוחרים, און ע"פ רוב גרויסע עשירים.

פראטעקציע אינעם קעניגליכן הויף האבן זיי אויך געהאט, יוסף הצדיק האט זיך בכלל נישט געהאלטן גרעסער פון זיינע ברידער, אפילו ער איז געווען דער פאקטישער קעניג איבער א גרויס חלק פון די וועלט, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איד, אין זיינע אויגן האט ער זיך נישט געהאלטן גרעסער ווי ווען ער איז געווען א קנעכט. (מדרש רבה א ז)

פערציג יאר איז אריבער, ס'איז אנגעקומען דער יאר ב' אלפים ש"ט, דער קעניג יוסף הצדיק איז אלט געווען הונדערט און צען יאר, און ער האט געשפירט אז זיין לעבן קומט צו אן ענדע, האט ער צוזאמגערופן זיינע ברודער, זיינע קינדער, און די מנהיגים פון כלל ישראל, מיט א שווער הארץ האט זיך יוסף געזעגנט פון זיי.

"ס'איז געקומען די צייט איך זאל פארלאזן די וועלט, איר בלייבט איבער דא אין גלות מצרים, ס'איז זיכער אז דער אויבערשטער וועט אייך געדענקען, פקד יפקוד אלקים אתכם, ער וועט שיקן זיין שליח אייך אויסצולייזן און ארויפברענגען קיין ארץ ישראל אזוי ווי ער האט צוגעזאגט פארן זיידן אברהם, וויל איך איר זאלט מיר שווערן אז איר וועט ארויפטראגן מיינע ביינער און באגראבן אין ארץ ישראל."

די אידן האבן געשוואוירן, און שבת נאכמיטג, מנחה צייט, איז יוסף הצדיק נפטר געווארן. (זוהר תרומה)

בליץ שנעל האט זיך די ביטערע ידיעה פארשפרייט, און א גרויס טרויער האט ארומגענומען דעם גאנצן לאנד מצרים, יוסף איז געווען באליבט ביי אלעמען, אין גאנצן לאנד זענען פארגעקומען הספדים און טרויער צוזאמקומען צו באוויינען דעם פארלוסט, אבער בעיקר האבן אים באוויינט די אידן, צוביסלעך האבן זיי זיך אנגעהויבן צו שפירן מער און מער פרעמד אין מצרים, ס'האט זיך געשפירט וווי זיי זענען הערשט יעצט אנגעקומען אין א פרעמד לאנד, (מדרש לקח טוב) דא און דארט האט מען אנגעהויבן צו הערן אינצידענטן פון מצריים וואס פייניגן אידן, פונדעסטוועגן בכלליות איז דער לעבן אין גושן נאך אנגעגאנגען אן קיין ענדערונג.

דער הייליגער קערפער פון יוסף הצדיק איז געווארן אריינגעלייגט אין אן ארון, און דעם ארון האט מען אריינגעווארפן אין טייך נילוס.

פרעה מגרון איז געווארן דער אויסשליסליכער קעניג, ער איז ביזדערווייל געווען גאנץ פריינטליך צו די אידן.

דריי און צוואנציג יאר איז אריבער, אין יאר ב' אלפים של"ב איז דער לעצטער זון פון יעקב אבינו, לוי, נפטר געווארן.

זייענדיג אין אזא טמא'נעם לאנד ווי מצרים זענען געווען אידן וואס האבן צוביסלעך אנגעהויבן זיך צוצושטעלן און זיך פירן ווי די מצריים, זיי האבן געקלערט אז אזוי וועלן די מצריים זיי אויפהערן פיינט האבן, בפרט נאכדעם וואס לוי איז געשטארבן און קיינער פון די בני יעקב האבן שוין נישט געלעבט האבן מער און מער אידן אויפגעהערט צו מל'ן די קינדער, אידן האבן אנגעהויבן צו גיין אין די מצרישע פארוויילונגס פלעצער, מיטהאלטן זייערע שפילן, און אין אלע מצרישע נידריגע פלעצער אפילו ביי זייערע עבודה זרה'ס האט מען ליידער אויך געקענט טרעפן אידן.

אויב די אידן האבן געמיינט אז זיך דערנענטערן צו די מצריים וועט ברענגען אז די מצריים זאלן זיי אויפהערן פיינט צו האבן, איז עס געווען א פאטאלער טעות, פונקט פארקערט, ווי מער די מצריים האבן זיך אנגעשטויסן אין די אידן האבן זיי מער פיינט באקומען די אידן, צווישן זיך האבן די מצריים אנגעהויבן צו שמועסן, "מ'קען ממש נישט גיין אין די גאס אן טרעפן קיין אידן, גייט מען אין געשעפט, וועם טרעפט מען? אידן! גייט מען אין פארק, וועם טרעפט מען? אידן! גייט מען שפאצירן אין וואלד, מיט וועם באגעגנט מען זיך? מיט אידן! עפעס מוז געטון ווערן דערצו!"

אינדערצווישן איז אריבער נאך אפאר יאר, ס'איז שוין געווען ב"א ש"מ, הונדער צוויי יאר יאר נאכדעם וואס יעקב אבינו איז אראפגעקומען קיין מצרים, און פרעה מגרון איז געשטארבן, ס'איז געווען א גרויסער פארלוסט פאר די אידן, ווייל פרעה מגרון האט נאך גוט געדענקט וואס יוסף האט געטון פארן לאנד מצרים, דעריבער האט ער נאך פרובירט צוריקצוהאלטן די מצריים פון צו שטארק אטאקירן די אידן, אבער פון זיין זון מלול האבן די אידן נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן, ער איז געווען גאר אינג, אינגאנצן זעקס און צוואנציג יאר אלט, דער ספק האט גוט דערשראקן די אידן, וועט פרעה מלול געדענקען יוסף'ן און נישט צולאזן דעם מצב וואס ווערט ערגער און ערגער, צו וועט ער זיך גאר צושטעלן צום פאלק, און אויך פייניגן די אידן.

אין פאקט האט זיך ארויסגעשטעלט אין די ערשטע צייט אז פרעה מלול האט נישט געלאזט ארויסגעבן אפענע גזירות צו פייניגן די אידן.

אנשטאט די אידן זאלן שפירן ווי דער שווערד הענגט איבער זייער האלז און זיי זאלן תשובה טון, זענען זיי געווארן מער און מער איינגעזינקען אינעם מצרישן טומאה, במשך די יארן זענען צוביסלעך אויסגעשטארבן די קינדער פון די שבטים דער גאנצער דור וואס איז אראפגעקומען מיט יעקב קיין מצרים, און צוביסלעך האבן די אידן פארגעסן פונעם הייליגן באשעפער.

אין גושן איז טאקע נאך געווען בתי מדרשים און ישיבות וואס יהודה האט נאך אויפגעשטעלט פאר יעקב איז אראפגעקומען קיין מצרים, אבער די אידן האבן זיך שוין געהאט אויסגעשפרייט אין גאנצן לאנד, דער געדרענג אין גושן איז געווארן אזוי שטארק אז מ'האט פשוט נישט געקענט אריבער גיין אין די גאס.

מזל טוב'ס האט זיך געהערט יעדן טאג פון צופרי ביז ביינאכט, ס'איז נישט געווען קיין פאר פאלק ביי די אידן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, און נישט סתם קינדער, נאר זעקסלינגס, און צוועלעפ'לינגס... אזוי אז יעדן טאג זענען געבוירן געווארן צענדליגער טויזענטער קינדער, ס'איז געווען איין נאכט ווען זעקס הונדערט טויזנט אידישע קינדער זענען געבוירן געווארן!...

געלט האט אבער נישט געפעלט, די אידן זענען געווען גרויסע עשירים און זיי האבן אלעמאל געהאט גענוג געלט צו שפייזן די קינדערגעבענטשטע משפחות, אויך הייזער איז נאך דערווייל געווען, יעדע משפחה האט געוואוינט אין א באזונדערע הויז, (ילקו"ש) אבער מיט טויזענטער חתונות יעדע נאכט האט זיך שוין אנגעזעהן דער קומענדיגער פראבלעם פון דירות...

א יאר נאך א יאר איז א אדורך, און די מצריים האבן אנגעהויבן שפירן ווי זיי פארלירן קאנטראל, די אידן זענען געווען סאך מער, רייכער, קלוגער, און שטערקער פון זיי, (מדרש לקח טוב) ס'האט זיי ממש אוועקגענומען די מנוחה, זיי האבן זיך ממש פארעקלט פון זייער לעבן, ס'האט זיי ממש געשטאכן ווי א דארן אין אויג יעדן מאל וואס זיי האבן געזעהן א איד, און ס'האט זיך געמאכט גאר אפט... צו אפט... מ'האט ממש נישט געקענט ארויסגיין אויפן גאס, ווען א מצרי האט געוואלט גיין אויפן גאס האט ער זיך געדארפט אדורכשטיפן צווישן אידן אזוי ווי אין א וואלד מיט דינע ביימעלעך. (תנחומא)

די שרים אין מצרים האבן מחליט געווען גענוג איז גענוג, עפעס מוז געטון ווערן צום פראבלעם, און זאפארט! איידער ס'איז צו שפעט, מיט די החלטה האט זיך די דעלעגאציע ארויסגעלאזט צום קעניגליכן פאלאץ.

זיצט פרעה אינעם הערליכן קעניגליכן פאלאץ, געלט פעלט אים נישט, זייט די מעשה מיטן הונגער איז מצרים די רייכסטע לאנד אין געגנט, און אפשר גאר אויף די וועלט, במשך די פאר יאר וואס נאר אין מצרים האט מען געקענט קויפן עסן האט די גאלד און זילבער פון די גאנצע וועלט אריינגעפלאסן קיין מצרים, און נאך יעצט זיצט ער פרעה און געניסט פון די ריזיגע אוצרות וואס זענען פארבליבן פון יענע צייטן.

נישט נאר וואס איז פארבליבן פון דעמאלס ליגט אין די אוצרות, נאר אויך די שטייערן וואס מ'האט דעמאלס ארויפגעלייגט אויף אלע מצריים ברענגט נאך יעצט אריין אסטראנאמישע סכומים אינעם קעניגליכן קאסע, פרעה האט אויך הנאה פונעם מסחר וואס די אידן פירן אין לאנד, ס'ברענגט אריין היבש געלט קיין מצרים, ער זיצט זיך רואיג אויף זיין קעניגליכן שטול און ער ווייסט נישט וואס עס ווארט אים אפ.

''אדוני המלך'' בוקט זיך א באדינער מיט כבוד, ''א דעלעגאציע פון חשובע שרים, גענעראלן, כישוף מאכער, און עצה געבער ווילן אריינקומען צום גרויסן קייזער.''

"גוט, איך וועל זיך פרייען זיי אויפצונעמען, פיר זיי אריין אינעם גרויסן אויפנאם צימער, און איך וועל באלד אריינקומען.''

פרעה זינגט זיך אונטער א פרייליכן לידל, און מיט שטאלץ שפאצירט ער אריין אינעם הערליכן גאלד באצירטן אויפנאם זאל, ער זעצט זיך אוועק אויף זיין שטול, און ער איז מכבד דעם עלסטן מיניסטער אנצוהייבן די אסיפה.''

"אדוני המלך, דער ענין וואס מיר ווילן היינט איבערשמועסן מיט דיר גרויסער קייזער איז נישט קיין פשוטער, ס'איז א זאך וואס דער גאנצער צוקונפט פון די מלוכה ליגט אין דעם, דער גאנצער צוקונפט פונעם פאלק ווענדט זיך אין דעם, דער עתיד פונעם לאנד הענגט אויף א האר, ס'איז א זאך וואס מ'קען נישטנ אפשטיפן, א נושא וואס ברענט...''

"זאג שוין וואס דו ווילסט!'' שרייעט פרעה, ''ציה מיר נישט אן די נערוון.''

''אדוני המלך, דער נושא פון וואס מיר ווילן רעדן זענען די אידן! מיט העכער הונדערט יאר צוריק זענען זיי אריינגעקומען אלס א קליינע משפחה'לע פון זיבעציג נפשות, און היינט צו טאג קען מען זיי ניטאמאל ציילן, לויט אסאך חשבונות זענען זיי גאר מער פון אונז.''

"און וואס איז דער פראבלעם?" פארשטייט נישט פרעה.

אן אנדערער מיניסטער נעמט איבער דעם ווארט, אפשר וועט ער בעסער קענען מסביר זיין די זאך.

''אדוני המלך, ערלויב מיר צו נעמען דעם ווארט.''

''רעד!''

"אדוני המלך, אין יעדע לאנד אין די וועלט וואוינט ''איין'' פאלק, ווען ס'קומען אריין פרעמדע מענטשן ווערן און זיי באזעצן זיך אין לאנד ווערן זיי צוביסלעך איינגעגלידערט אינעם דארטיגן פאלק, אזוי אז ס'פארבלייבט איין פאלק אינעם לאנד, דא אין מצרים האבן מיר זיך דערזעהן מיט צוויי פעלקער! ס'איז דא דער מצרישער פאלק וואס מיר זענען א חלק דערפון, און אויך לעבט דא דער אידישער פאלק! א באזונדערער פאלק פאר זיך.''

''נו מילא, וואס ווילט איר מיר זאלן טון דערצו?" פרעגט פרעה.

"אדוני המלך, מיר מוזן טון פעולות זיי צו ענג מאכן, סיי מיט זייער געלט, סיי זיי זאלן זיך נישט פארמערן אזויפיל, מיר קענען שוין נישט פארנעמען צו זעהן אזויפיל אידן דא.''

פרעה איז אריין אין א כעס:

"שוטים וואס איר זענט! איר פאררופט זיך מיינע חכמים?! ווייסט איר דען נישט אז אונזער גאנצער רייכקייט וואס מיר האבן דא קומט פון זייערס א מענטש, יוסף, ווען נישט אים וואלטן מיר אלע אויסגעגאנגען ביים גרויסן הונגער, דאס וואס ער האט געטון דעמאלס און די יארן שפעטער געניסט נאך מצרים ביזן היינטיגן טאג, ווי קענט איר זיין אזעלכע טיפשים און וועלן טשעפען זיינע אייניקלעך?! גייט אלע שוין ארויס פון דא!''

פארשעמטערהייט האבן די אלע חשובע מענטשן פארלאזט דעם קעניגליכן פאלאץ, אבער מיט דעם האט זיך די מעשה נישט געענדיגט, ס'האט זיך גאר אנגעהויבן.

ווען דער מצרישער פאלק האט געהערט וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אינעם קעניגליכן פאלאץ האבן זיי אנגעהויבן צו שטורעמען, צוביסלעך האבן זיך צוזאמגענומען גרופעס אין אלע שטעט און דערפער קעגן דעם קעניג פרעה, ס'האט זיך אנגעהויבן א אומקאנטראלירבארער ווינט קעגן פרעה, אן אויפשטאנד האט זיך געשפירט אין די לופט, ס'האט נישט גענומען לאנג און פרעה איז געפלויגן פונעם בענקל, מלול איז געווארן אויס קעניג, אן אויפשטאנד איז דורכגעפירט געווארן און פרעה איז אנטלאפן פון פאלאץ.

דריי חדשים האט פרעה זיך אויסבאהאלטן, ענדליך האט ער געשיקט שלוחים צו די אנפירער פונעם אויפשטאנד, "איך האב זיך גוט איבערגעטראכט, און איך האב איינגעזעהן אז איר זענט גערעכט! איך בין גרייט צו ארבעטן מיט אייך צוזאמען צו באהאנדלעם דעם פראבלעם מיט די אידן."

די מיניסטארן האבן אנגענומען פרעה'ס באשלוס מיט פרייד, און נאך דריי חדשים איז פרעה צוריקגעזעצט געווארן אויפן קעניגליכן שטול.

גלייך אויף מארגן איז פאררופן געווארן א גענעראל פארזאמלונג אינעם קעניגליכן פאלאץ, דאסמאל איז שוין דער קעניג אליינס געווען פון די הויפט רעדנערס, ער איז גאר געווארן פון די הויפט העצערס אנטקעגן דעם אידישן פאלק, פרעה האט געעפנט די אסיפה און באגריסט אלע פארזאמלעטע:

"ס'איז מיר א גרויס כבוד אייך צו האבן היינט אלע דא, מיר זענען זיך צוזאמגעקומען צוליב א וויכטיגן פראבלעם וואס איך האב איינגעזעהן אז מ'דארף נעמען באלדיגע שריט עס מסדר צו זיין ווי פריער.

ווי איר ווייסט האבן מיר א מורא'דיגע פראבלעם מיט די אידן וואס מערן זיך דא עפעס גאר געפערליך.''

''אדוני המלך, אויב גיבסטו רשות וועל איך דערציילן וואס ס'האט נעכטן פאסירט ביי מיר, דער עולם זאל אביסל פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא.''

''דערצייל!''

"נעכטן גיי איך ארויס אין גאס מיט מיין גוטער פריינד דער פינאנץ מיניסטער, ווי נאר איך בין ארויס פון שטוב ווייסט איר דאך וויאזוי די גאסן קוקן דא אויס, פול מיט מענטשן, איך האב געוואלט עפעס רעדן מיט מיין פריינט, אבער די מאסן מענטשן האבן גלייך אפגעטיילט צווישן אונז, איך בין פארשלעפט געווארן צו איין זייט שטאט, און ער אויפן פארקערטן ריכטונג... אזוי קוקט עס היינט אויס ווען מ'גייט אויף די גאס, מ'קען נישט גיין מיט קיין קינדער, מ'דארף זיך אזוי שטופן אז זיי ווערן פארלוירן, איך זאג אייך ס'איז ממש געפערליך מיט די אידן, יעדן טאג איז דא פרישע טויזענטער פון זיי..."

פרעה צובייזערט זיך, "דאס איז דיין פראבלעם? האסט דיר נישט געקענט פארשמועסן מיט דיין באליבטן חבר, אוי א בראך... איך וועל אייך זאגן וואס דער פראבלעם איז דא! איר ווייסט דאך אז ביים גרויסן הונגער האבן גאנץ כנען געדארפט קומען קויפן דא עסן ביי אונז, במשך די הונגער יארן האבן זיי דא איבערגעלאזט זייער גאנץ פארמעגן, עד היום זענען זיי עניים ואביונים און מיר זיצן דא אויף זייערע אוצרות, לעצטנס האבן אונזערע געלונגענע שפיאנען אויפגעכאפט שפיאנאש אז כנען גרייט זיך אראפצוקומען קיין מצרים מיט א מעכטיגע מיליטער, זיי ווילן דורך א מלחמה צוריקכאפן זייער פארמעגן. (בעל הטורים)

"אדוני המלך, איז אונזער מיליטער דען נישט גענוג שטארק אפצואווארפן א כנענ'ינשע אטאקע?"

"דאס איז טאקע וואס איך וויל אייך זאגן, אויב מיר דארפן מלחמה האלט מיט די כנענים אליינס בין איך זיכער אז מיר קענען זיי באזיגן, וואס מיר האבן אבער מורא איז אז די אידן דא אין מצרים וועלן מאכן א יד אחת מיט די כנענים און זיי וועלן אין די זעלבע צייט מלחמה האלטן מיט אונז פון אינעווייניג, און דאן זענען מיר אויף געהאקטע צרות, זיי וועלן אנטלויפן פון דא!''

"אדוני המלך, וואס איז דער פראבלעם, זאלן זיי טאקע ווי שנעלער אנטלויפן! מיר ווילן דאך פטור ווערן פון זיי, נישט אזוי?"

"אוי דו חכם, אז די אידן וועלן אנטלויפן פון דא קענסטו זיכער זיין אז קודם וועלן זיי אונז אלע אויס'הרג'נען און חרוב מאכן דעם גאנצן לאנד, (תרגום יונתן) און פארשטייט זיך אז ווען זיי גייען וועלן זיי מיטנעמען אלע אוצרות געלט וואס מיר האבן דא..."

"אדוני המלך, אויב אזוי דארף מען טאקע טראכטן א פלאן."

"פארדעם טאקע האב איך אייך אלע צוזאמגערופן היינט, לאמיר הערן ווער פון אייך האט עפעס א גוטן פלאן?"

איינס ביי איינס האבן די מיניסטארן און עצה געבערס אנגעהויבן ארויפברענגען פלענער אויפן טיש, איינער האט פארגעשלאגן מ'זאל צוזאמנעמען אלע אידן אויף איין פלאץ און זיי אויס'הרג'נען, א צווייטער חכם האט געוואלט מ'זאל זיי אלע נעמען פאר קנעכט, א דריטער האט געשריגן וואס איז בכלל דער גאנצער מדובר דא, לאמיר שוין אריינברענגען דעם מיליטער און אנהייבן האקן שטיקער, פרעה האט זיי אלע שטיל געמאכט און צוריק איבערגענומען דעם ווארט:

"הערט אויס מיינע חכמים, מיר מוזן דא ארבעטן זייער קלוג, די אידן זענען נישט קיין נארנים אדער בטלנים, אויב וועלן זיי דערשפירן אז מיר מיינען עפעס זיי שלעכטס צו טון וועלן זיי זיך נישט לאזן, זיי זענען גאר שטארקע גיבורים און נאך פאר די כנענים וועלן קומען וועלן זיי זיך נעמען איבער אונזערע ביינער... אויך גלייב איך אז דער פאלק וועט נישט מסכים זיין אויף אזא מאסן רציחה, (רמב"ן) מיר מוזן אויפקומען מיט עפעס קלוגערע פלענער, אזעלכע וואס די אידן וועלן נישט כאפן אז מיר מיינען עפעס קעגן זיי."

"אדוני המלך, ס'איז וויכטיג צו געדענקען וואס אונזער ציהל איז, מיר מוזן זעהן דריי זאכן, איינס די אידן זאלן זיך נישט פארמערן אזויפיל, צווייטנס זיי זאלן נישט זיין אזעלכע גיבורים, און דריטנס זיי זאלן נישט זיין אזעלכע עשירים."

"יא, מר. פאנטייטן איז גערעכט, לאמיר הערן ווער ס'האט א לעזונג כאטש אויף איינע פון די פראבלעמען."

קולות האבן זיך געהערט פון אלע עקן זאל, די מיניסטארן און עצה געבער האבן זיך ארומגע'טענה'ט צווישן זיך, יעדער האט פרובירט אויפצוקומען מיט פלענער, ביז פרעה האט זיי אלע שטיל געמאכט:

"הערט אויס מיינע טייער הערן, קלוגע פלענער ווערן נישט געמאכט געכאפט, ס'וועט נישט נעמען איין שעה, צו אפילו איין טאג אויפצוקומען מיט א פלאן אונטערצוברענגען אזא גרויסן און שטארקן פאלק, מיין עצה איז יעדער זאל יעצט אהיימגיין, דרייסיג טאג זאל יעדער גוט שטודירן די נושא, און א חודש ארום וועלן מיר זיך אלע ווידער צוזאמטרעפן דא און אויסשמועסן אלע ענקערע פלענער, לאמיר האפן אז אזוי וועלן מיר קענען טרעפן עפעס אן עצה קלוגערהייט, און אומבאמערקט דורך די אידן, זיי אומברענגען."

"לאנג לעבן זאל פרעה! לאנג לעבן זאל מצרים!" האט איינער פון די שרים אויסגעשריגן און אלע האבן געענטפערט, און די אסיפה האט זיך געענדיגט מיט די החלטה א חודש ארום צו מאכן נאך א אסיפה...

וואס האט די קומענדיגע אסיפה באשאלסן?

ווער זענען געווען ייניס און ימברס?

ווער איז געווען מוניוס?

ווי אלט איז געווען פועה?

המשך יבא אי"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 6:35 pm

גראדע נאכניש געליינט, אבער א קודם א יישר כח!
נאט אייך א גרינע...


אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 6:53 pm

נאכנישט געליינט, סיידן די הקדמה, אבער א יישר כח קומט אייך שוין.

תודה רבה, והשי"ת יעזור שתזכה לסייעתא דשמיא לברר מקחו של תורה באופן נאה ומהודר.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 7:05 pm

כרייב מיך מיינע אויגן, איך בין אויף אדער איך שלאף? יא סיז עכט גראדער במלוא הדר (ס'גראמט...) WOW כ'מיז עפעס זאגן איך ווייס נישט וואס כאנישט קיין ווערטער, כעלמער מוזן באניצן בלית ברירה מיט א פשוטן ריזיגען שקויעך אזויווי די זיידעס פלעגן זאגען,
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 9:32 pm

יא געליינט!

א שיינעם דאנק, די ארבעט איז זייער שיין און מייסטערהאפטיג.




----
כ'האב נישט די ריכטיגע אויסדריקן פאר די געפילן, לאז איך עס פאר אנדערע, און כ'זאג א טרוקנעם יישר כח. ווי פארשטענדליך קומט זיך פיל מער פון דעם פאר די געוואלדיגע ארבעט, ואתך הסליחה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 10:33 pm

אומגלויבליך אומגלויבליך!

בלי מילים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 10:41 pm

מתוק מתוק, אנגעצויגן ביז גאר, גראדער איך האנישט די ריכטיגע סייז יישר כח, סאו נעם אן די געהעריגע סייז, יישר כחכם. מיר ווארטן.

אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אתרוג » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:08 am

קודם כל שלום עליכם

באמת די לעצטע פאר וואכן כאפ איך אזא בליק פון צייט צו צייט זעהן אויב מר. גראדער איז שוין צוריק געקומען פון די לאנגע וואקאציע אבער ואיננו ער איז ניטא

אבער וואס זאל איך היינט זאגן איך האב געמיינט אז דאס איז עס מר. גראדער האט זיך מיט אונז געזעגענט פאר אייביג

איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן איז דאס ריכטיג אדער נישט ער איז דא צוריק יא ער איז דא

יישר כח גראדער דער אייבירשטער זאל העלפן......

הק' אתרוג

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:26 am

גראדער, אין די מילים בפי, זאל דיר די באשעפער באצאהלן פאר דיין אומשאצבארע ארבעט. ווער קען דען בכלל פארשטיין און שאצן וויפיל ארבעט און צייט עס ליגט אין יעדעס שורה עקסטער. אומגלויבליך וויאזוי א איד קען זיך אזויפיל אוועקגעבן בלויז צו מהנה זיין אידישע קינדער. אויסער די בלויזע הנאה וואס מען האט פון די ארטיקלן, פרעגלט דאס אויך אריין אמונה אין אידישע הערצער בפרט אין די אינגווארג וואס דערקוויקן זיך דערמיט. ווי אויך ווייזט דאס ווי אינטערסאנט דאס אידישע געשיכטע איז און עס פעהלט נישט אויס לרעות בשדה אחרים צו ליינען עפעס אינטערסאנט'ס. ישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלימה.

(אויב איך מעג בעטן א קלייניגקייט, אויב איז נישט שווער דאן ביטע לייג קעפלעך אינצווישן די ארטיקל ליתן ריווח בין פרשה לפרשה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:33 am

הערה בעלמא:
אפשר איז כדאי צו נוצן דאס ווארט "עבריים" אנשטאט "אידן". עס איז מער פאסיג פון א היסטארישן שטאנדפונקט און גיבט א בעסערע איינדרוק איבער יענע תקופה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:53 am

שוועמל האצעך אנגעליינט מיט "איך וועל דיך ראטעווען"...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 9:59 am

שוועמל האט געשריבן:הערה בעלמא:
אפשר איז כדאי צו נוצן דאס ווארט "עבריים" אנשטאט "אידן". עס איז מער פאסיג פון א היסטארישן שטאנדפונקט און גיבט א בעסערע איינדרוק איבער יענע תקופה.


קבל את האמת משוועמל שאמרו, ס'איז א גוטער געדאנק.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 11:18 am

וקבל את השקויעל משמעלקא שנותנו, ס'איז א גוטער ארטיקעל! טעקנ יו ווערי מוטש!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 11:46 am

פליגל האט געשריבן:גראדע נאכניש געליינט, אבער א קודם א יישר כח!


האפן מיר באלד צו ליינען!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 12:06 pm

פיין האבעכעס געליינט! און פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט ווילעך זאגן ס'איז ווערד צו סטאפן וואטעווער מ'האלט אינמיטן טוהן און עס ליינען, ס'איז עפעס מורא'דיג!

גראדער, ס'איז געוואלדיג! ס'איז גוט צולייגט, גוט אראפגעשריבן, א געשמאק צו ליינען! אלע ברכות אויף דיין קאפ!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 12:07 pm

דעי וואך קומט א עקסטרע שכוח פארן נישט לאזן דעם עולם זוי לאנג אנגעצויגן
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 2:34 pm

פידיעף
צוגעלייגטע
מדרש שמות.pdf
(76.9 KiB) דאונלאודעד 259 מאל

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:04 pm

עמערעס ליינען ווען ס'וועט זיין די גאנצע. אי"ה פרייטאג צונאכטס.

ווינקל האט געשריבן:כ'האב נישט די ריכטיגע אויסדריקן פאר די געפילן, לאז איך עס פאר אנדערע, און כ'זאג א טרוקנעם יישר כח. ווי פארשטענדליך קומט זיך פיל מער פון דעם פאר די געוואלדיגע ארבעט, ואתך הסליחה.
http://www.teoria.com/ Music Theory

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 6:13 pm

כתוב הוא הדר, על ידי גראדער
א ריזן ריזן שכויעך!!!!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 8:42 pm

דער פלאן פונעם שעבוד ווערט אויסגעארבעט.

די דרייסיג טאג זענען גאנץ שנעל אריבער, אין די באשטימטע צייט זענען אלע גרעסטע חכמים פון מצרים געזעצן אינעם קעניגליכן אויפנאם צימער, און אומגעדולדיג געווארט פרעה זאל ערשיינען.

ווען פרעה האט געזעהן די שמייכלדיגע געזיכטער פון די שרים האט ער פארשטאנען אז זיי זענען אויפגעקומען מיט עצות צום עבריים פראגע. פרעה האט מכבד געווען דעם עלטסטן חכם ער זאל פארלייגן דעם פלאן.

"אדוני המלך, די ערשטע זאך וואס מיר דארפן נעמען אין באטראכט איז דער גרויסער באשעפער וואס די אידן האבן, ווילאנג דער באשעפער קומט צו הילף פון די אידן איז נישט מעגליך מיר זאלן זיי קענען עפעס שלעכטס טון.''

''הייסט דאס אז נאכן טראכטן א חודש צייט זענט איר אלע גרויסע חכמים אויפגעקומען מיט א פלאן אז מ'קען גארנישט מאכן צו באקעמפן די עבריים? וואו איז אייער חכמה? איך נעם עס נישט אן! ס'איז זיכער דא אן עצה צו אונטערטעניגן די עבריים!"

"אדוני המלך, שווער האבן מיר געארבעט אויפצוקומען מיטן ריכטיגן פלאן, זייער אסאך זאכן האבן מיר געדארפט נעמען אין באטראכט אז דער פלאן זאל נישט דורכפאלן, און ווי דער קעניג וועט באלד הערן האבן מיר אויספלאנירט גאר קלוגע שריט, לויט אונזער אינפארמאציע ווילאנג די אידן דינען דעם באשעפער וועט קיין שום פלאן נישט מצליח זיין קעגן זיי, אפילו ווען זייער באשעפער וויל זיי שלעכטס טון קומען זייערע צדיקים און זענען מבטל די גזירות, (כלי יקר) דעריבער מוזן מיר אינעם פלאן עפעס אויסארבעטן אז זייער מעכטיגער גאט זאל זיי נישט העלפן.

צום ערשט וויל איך מעלדן די גוטע נייעס הויכגעשעצטער קעניג, יעצט איז פונקט די ריכטיגע צייט אויסצופירן אונזערע פלענער אריינצונארן די אידן, ווילאנג די עלטערע פון צווישן זיי האבן נאך געלעבט, די וואס זענען אראפגעקומען מיט זייער זיידן יעקב פון כנען, זיי זענען געווען גרויסע חכמים, ס'גלייבט זיך נישט אז זיי וואלטן מיר געקענט פארנארן, אבער מיט די היינטיגע עבריים וועלן מיר זיך האפענטליך קענען איבערקליגן."

"נו, לאמיר שוין הערן וואס דו האסט צו זאגן, צום ערשט וויאזוי נעמט מען אוועק זייער פארמעגן, איך קען נישט צוקוקן ווי די עבריים זענען אזעלכע גרויסע עשירים אויפן חשבון פון די ארימע מצריים, מיר מוזן צום ערשט עפעס טון צו דעם פראבלעם, אויך לאמיר הערן וויאזוי איר פארזיכערט אז זייער גאט זאל זיך נישט אננעמען פאר זיי''

"אדוני המלך, צונעמען זייער עשירות איז דער קלענסטער פראבלעם, איך גיב איבער דעם ווארט פארן פינאנץ מיניסטער, ער וועט מסביר אראפלייגן זיין חלק אינעם מייסטער פלאן.''

''גוט, זאל ער רעדן.''

''אדוני המלך, איך וועל זיך באציען איבערן פראבלעם פון די גרויסע רייכקייט וואס הערשט ביי די עבריים, לויט מיין פראפיסיאנעלע מיינונג איז די בעסטע עצה שטייערן! דאס איז די פשוט'סטע לייזונג, ס'איז א נארמאלע ערשיינונג אז דער קעניג לייגט ארויף שטייערן אויפן פאלק, מיר וועלן נעמען אזויפיל שטייערן ביז ס'וועט זיי גארנישט בלייבן, און קיין פרישע געלטער וועלן זיי נישט פארדינען, לויטן נייעם פלאן וואס וועט באלד ווערן אויסגעשמועסט.''

''גוט, איך הער, זיי ממשיך.''

''אדוני המלך, די שטייער וואס מיר וועלן נעמען פון זיי וועט זיין פאר אונזערע אפגעטער! אפילו יעצט זענען שוין דא עבריים וואס דינען אונזערע געטשקעס, אבער דורכדעם וואס דער גאנצער עברישער פאלק וועט געבן גרויסע געלעטר אין שטייערן פאר אונזערע אפגעטער וועלן זיי צוביסלעך אנהייבן דינען אונזערע געטער, וועט זייער באשעפער ווערן גאר ברוגז אויף זיי, און ער וועט זיי נישט קומען העלפן פון אונזערע הענט ווען מיר וועלן זיי פייניגן.'' (כלי יקר)

''זייער קלוג, און לאמיר טאקע הערן דעם איבעריגן פלאן.''

''אדוני המלך, מיט דיין רשות וועל איך איבערגעבן דעם ווארט פארן סעקרעטאר פונעם דירות אפטיילונג, ער וועט מסביר זיין דעם ערשטן שטאפל פונעם פלאן.''

''גוט, זאל ער רעדן.''

''אדוני המלך, ווי שוין אויסגעשמועסט ביים פריערדיגן אסיפה מערן זיך די עבריים ממש ווי די שרצים, יעדן טאג איז דא פרישע טויזנטער פון זיי, און דא האב איך געטראפן א געוויסע שוואכקייט וואס זיי האבן, צוליב זייער צניעות וואוינען ביי זיי נישט קיין צוויי משפחות אין איין דירה, יעדע איינציגע משפחה וואוינט אין א באזונדערע דירה, (ש"ך) דעריבער טאקע ווען מ'קומט אריין אין גושן צו אין תחפנחס, אדער אין אנדערע געגענטער וואו עבריים וואוינען זעהט מען ווי אין יעדער לעכל איז אריינגעשטופט הונדערטער פיצקעלעך דירות, און מיט אזעלכע משפחות וואס זיי האבן – צענדליגער קינער יעדער איינער – קענען זיי זיכער ניצן מער און גרעסערע דירות."

פרעה שטעלט זיך אויף רויט פון כעס: "איך פארשטיי נישט, מיר זיצן יעצט דא צו טרעפן א לייזונג צום דירות פראבלעם פון די עבריים?! פארקערט, זאלן זיי דערשטיקט ווערן אין זייערע פיצעלע דירות, וואס איז דאס אונזער פראבלעם?!"

"אדוני המלך, דער הויכגעשעצטער קעניג האט פארלאנגט א פלאן מיט חכמה, אז די עבריים זאלן זיך נישט כאפן אז מיר נארן זיי גאר אריין דא, דאס איז צו וואס איך וויל צוקומען.''

''גוט, רעד ווייטער.''

''מיר וועלן ארויסשטעלן מודעות און לאזן וויסן פאר די עבריים אז מיר פלאנען צו בויען נייע געגענטער מיט טויזנטער דירות, און מיר זוכן ארבעטער וואס זאלן ארויסהעלפן מיט די ארבעט פון בויען פאר גוט באצאלט, באלד וועט דער תפיסה אויפזעהר שוין מסביר זיין וואס מ'וועט טון מיט די עבריים נאכדעם וואס זיי וועלן קומען צו די ארבעט, קודם וויל איך מיטן קעניג'ס רשות איבערגעבן דעם ווארט פארן קריגס מיניסטער.''

''הער קריגס מיניסטער, לאמיר הערן וואס דו האסט צוצולייגן.''

''אדוני המלך, הויכגעשעצער קעניג פרעה, דער גרעסטער חכם פון אלע צייטן, חוץ פון דעם וואס מיר וועלן ניצן די אידן צו בויען דירות קענען מיר זיי אויך ארייננעמען צו די ארבעט אין פיתום און רעמסס, ווי דער קעניג ווייסט אוודאי שטייען שוין די שטעט האלב חרוב איבער הונדערט יאר, נאך פון ווען דער יהודה בן יעקב איז געקומען צום קעניג יוסף שרייען פארוואס ער האט ארעסטירט זייער ברודער בנימין, יהודה האט דעמאלס געגעבן אזא געשריי אז פיתום און רעמסס זענען איינגעפאלן ווי ביי אן ערד ציטערניש, (ילקוט ראובני)

''צוויי פוסטע שטעט, פאר סטארידש צו האלטן זאכן קען מען עס אפשר אביסל ניצן, וואס קען מען שוין הייסן די עבריים טון דארט?"

"אדוני המלך, יעצט ביי די לעצטע מלחמה מיט עשו און ישמעאל האט זיך ארויסגעוויזן ווי וויכטיג ס'איז אז אלע שטעט זאלן זיין באפעסטיגט, בפרט אזעלכע פלעצער ווי מ'לייגט אוועק זאכן דארפן זיין גוט באווארנט קעגן א פרעמדן מיליטער, צו דעם אלעם האט פיתום און רעמסס א געוואלדיגע מעלה אויסצופירן דעם ציהל וואס מיר ווילן מיט די עבריים, די ערד איז גאר פייכט און ווייך, און ס'איז גאר ווינטיג דארט, אבער דאס וועל איך שוין לאזן פארן תפיסה אויפזעער מסביר צו זיין."

"אדוני המלך, אונזער גאנצער ציהל מיט מאכן די עבריים ארבעטן איז נישט ווייל מיר דארפן צוקומען צו זייער ארבעט, מיר האבן גאר אן אנדערע כוונה דערביי, היות מיר ווילן עפעס טון די עבריים זאלן זיך נישט אזוי פארמערן, האלטן מיר אז דורך זיי באשעפטיגן מיט גאר שווערע ארבעט פון צופרי ביז ביינאכט וועלן מיר גרינגער קענען אויספירן אונזער ציהל.

די עבריים וועלן פארברענגען ביי די ארבעט פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, זיי וועלן ארבעטן גאר שווערע פיזישע ארבעט, אזוי אז ביינאכט וועלן זיי צוזאמפאלן פון שוואכקייט, מיר וועלן פארדינען צוויי זאכן, סיי זיי וועלן ווערן אן אפגעשוואכט פאלק, און סיי אז זיי וועלן נישט קענען אהיימגיין צו זייערע שטובער און אראפברענגען נאך קינדער אויף די וועלט!''

אלע שרים האבן זיך ספאנטאן געגעבן א הייב אויף און גענומען יובל'ן פאר פרייד...

''לאנג לעבן זאל פרעה! לאנג לעבן זאל מצרים! לאנג לעבן זאלן אונזערע חרטומים!'' קוים מיט צרות האט פרעה באוויזן שטיל צו מאכן זיינע חכמים:

"פרייט אייך נאך גארנישט, איר האט מיר נאכנישט מסביר געווען איין זאך, און אן דעם זעה איך נישט ווי אייער גאנצער קלוגער פלאן זאל קענען צושטאנד קומען, וויאזוי טראכט איר וועט דער שטארקער און רייכער עברישער פאלק מסכים זיין צו קומען ארבעטן עבודת הפרך פאר אונז? זיי וועלן זיך אנטקעגן שטעלן מיט אלע כוחות, אונז באקעמפן מיט געווער, און מיר וועלן זיין אויף גרויסע צרות, אויך דארפט איר נעמען אין באטראכט, ס'פאסט מיר נישט צו גיין נעמען קעגן זייער ווילן א פאלק און זיי פארקנעכטעווען פאר מיר, אין די צייט וואס מיין זיידע פרעה דיאן האט זיי גאר איינגעלאנדענט צו קומען וואוינען דא.''

אלע חכמים האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן, זיי האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן פאר פרעה, ביז דער אלטער חרטום וואס האט גערעדט אנפאנג אסיפה האט געראטעוועט דעם מצב.

''אדוני המלך, דער פלאן איז גאר פשוט, אזוי מיר האבן פריער געהערט פונעם געערטן פינאנץ מיניסטער וועלן מיר ארויפלייגן גאר הויעכע שטייערן אויף די אידן, ווען זייער געלט וועט זיך ענדיגן און זיי וועלן מער נישט האבן צו צאלן די שטייערן וועט דער דירות סעקרעטאר פלוצלונג מעלדן די אלע בוי פלענער וואס מיר האבן פריער דערמאנט, און דער פינאנץ מיניסטער וועט ווייטער לייגן גרויס דרוק אויף די אידן צו צאלן די שטייערן, וועלן זיי נישט האבן קיין ברירה נאר זיך צוכאפן צו די גוט באצאלטע ארבעט וואס מ'וועט זיי פארשלאגן, איינמאל די אידן וועלן ארבעטן פאר אונז, וועלן מיר שוין צוביסלעך זיכער מאכן אז זיי בלייבן אין אונזערע הענט.''

יעצט איז שוין פרעה אליינס אויך געווארן צופייערט:

''באדינער!''

''צום באפעל''

''ברענגט אריין די טייערסטע וויינען, די בעסטע פליישן, און די געשמאקסטע מאכלים, לאמיר מאכן א גרויסע סעודה און זיך לאזן וואוילגיין לכבוד געלונגענעם פלאן צו מאכן א סוף מיט די עבריים!''

אלטע וויין האט זיך געגאסן ווי די וואסער פון נילוס, ''פייניגן די אידן! זיי זאלן זיך נישט פארמערן!'' האבן די מצריים געשריגן, ''ווי מער איר וועט זיי פייניגן, אלס מער וועלן זיי זיך פארמערן'' האט דער רוח הקודש געענטפערט.

דער שעבוד הייבט זיך צוביסלעך אן

גרויסע פלאקאטן זענען געהאנגען געווארן אין אלע גאסן:

''גאלדענע געלעגנהייט! יעדער איינוואוינער אין לאנד מצרים, עבריים און מצריים גלייך, ווער עס וויל פארדינען געלט זאל קומען ארויסהעלפן דעם מעכטיגן קעניג פרעה און זיין נייעם פראיעקט צוצושטעלן דירות פאר אלע בירגער. (בעל הטורים)

דער פרייז פאר די ארבעט איז אומגלויבליך! ווען איר מאכט אפילו איין איינציגן ציגל, באקומט איר באצאלט א גאלדענעם רענדל, פאר צוויי ציגל באקומט איר צוויי גאלדענע רענדלעך און אזוי ווייטער, מיט אביסל אנשטרענגונג האט איר די גלעגנהייט רייך צו ווערן אין א קורצע צייט!

עסן און קווארטיר וועט ווערן צוגעשטעלט פריי אן אפצאל.

שרייבט אייך איין ווילאנג מ'נעמט נאך אן..."

די עבריים וואס זענען שוין דאן געווען גאנץ ארים נאך די אלע שווערע שטייערן וואס די מצריים האבן ארויפגעלייגט אויף זיי האבן זיך צוגעכאפט צום פלאן, מאסן אידן האבן זיך געשלעפט קיין פיתום און רעמסס, מ'האט זיך געזעגנט פון די ווייב און קינדער מיט א שווער הארץ, די וויינעדיגע קינדער האט מען בארואיגט "זארגט אייך נישט, אט אט קומט טאטי צוריק, טאטי גייט נאר פארדינען אביסל געלט צו קענען אהיימברענגען עפעס עסן פאר אלע קינדערלעך...''

די אידן זענען אנגעקומען קיין פיתום, צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך איינגעשריבן צו די ארבעט, חוץ שבט לוי האט גאנץ כלל ישראל אנגענומען דעם פארשלאג און געקומען ארבעטן פאר פרעה, מיט הנאה האבן די מצריים זיך צוגעקוקט ווי די עבריים פאלן אזוי אומוויסנד אריין אין זייער נעץ.

כדי דער שפיל זאל אויסקוקן הונדערט פראצענט נאטורליך זענען אויך טויזענטער מצריים געקומען זיך איינשרייבן צו די ארבעט, די מצריים האט מען שטילערהייט מודיע געווען אז נאך אפאר חדשים וועלן זיי זיך קענען אפזאגן, די מכובד'יגע אידן וואס די מצריים האבן מורא געהאט אז ס'וועט זיי נישט פאסן צו טון פשוטע ארבעט האבן די מצריים אריינגענארט דורך זיי אנטראגן צו ווערן די ''מענעדשערס'' דאס הייסט די אנפירער, זיי זאלן זיכער מאכן אז די מצרישע ארבעטער פירן אויס די ארבעט ווי ס'דארף צו זיין, זיי האבן נעבעך נישט געוואוסט אז ביז א קורצע צייט וועלן אלע זיינע מצרישע ארבעטער נעלם ווערן און די גאנצע ארבעט וואס אלע צענדליגער ארבעטער האבן געטון וועט פאלן אויף דעם איינעם נעבעכדיגן עברי. (אור החיים)

אינמיטן דעם ערשטן טאג ארבעט האט פאסירט א מורא'דיגע איבערראשונג, מיטאמאל ווערט דער גאנצער ארבעט אפגעשטעלט, אנשטאט דעם רוישיגן גערודער וואס האט זיך געהערט פון גראבן זאמד, מישן ליים, פארמירן ציגל, בויען ווענט, האט פלוצלונג געהערשט א טאטאלער שטילקייט, דער קעניג פרעה בכבודו ובעצמו איז אנגעקומען! אלע ארבעטער זענען זיך צוזאמגעקומען צום ריזיגן פרייען פעלד, דארט איז שוין געשטאנען א ספעציעלע פלאטפארמע, דער הערליכער מאיעסטעטישער קארעטע איז צוגעפארן צום בימה, און דער קעניג פרעה איז ארויסגעקומען מיט זיין גאנצן פראכט.

צום וואונדער פון יעדן האט פרעה געהאט א נייע צירונג אויף זיך, אויף א קייט ארום זיין האלז איז געהאנגען א פארעם מיט וואס מ'מאכט ציגל, (מדרש רבה) צו ווייזן ווי שטארק דער קעניג אידענטעפעצירט זיך מיט די ארבעטער.

"מיינע טייערע בירגער!'' האט פרעה אנגעהויבן זיינע ווערטער, "ס'איז מיר א געוואלדיגע פרייד אז איר האט אנגענומען מיין אנבאט און געקומען צולייגן א פלייצע צו העלפן דעם לאנד מצרים, איר ווייס זיכער אלע ווי וויכטיג מיר דארפן האבן פרישער דירות, אויך ווייסט איר אלע ווי וויכטיג ס'איז פארן זיכערהייט פונעם לאנד אז די שטעט פיתום און רעמסס זאלן זיין באפעסטיגט קעגן אונזערע שונאים, דעריבער וועלן מיר טאקע באצאלן א פעטן פרייז פאר די אלע וואס וועלן זיך אנשטרענגען אנצויאגן וואס מער ארבעט, ווי מער ציגל איר וועט אניאגן צו ענדיגן אין איין טאג, אלס מער און מער געלט וועט איר קענען פארדינען!

און יעצט זאל יעדער צוריק גיין צו די ארבעט און ארויסווייזן די געטריישאפט פאר אונזער לאנד מצרים, און געדענקט גוט, ווי מער ארבעט איר יאגט אן, אלס מער וועט איר רייך ווערן אין א קורצע צייט!''

פרעה איז אראפ פון פלאטפארמע, און צום וואונדער פון אלע פארזאמעלטע איז ער צוגעגאנגען צום נאנטסטן בנין, אנגעכאפט דעם שאוול, און זיך גענומען מישן די ליים, אויב איז נאך געווען צווישן די אידן אזעלכע וואס האבן חושש געווען אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג מיט די גאנצע ארבעט, האבן זיי זיך קלאר איבערצייגט אז פרעה איז פשוט גאר שטארק אריינגעטון אין די ארבעט, און ער וויל אז ס'זאל פארטיג ווערן וואס שנעלער.

האבן די עבריים זיך טאקע אריינגעטון אין די ארבעט מיטן גאנצן כח, פלטי איז געווען גאנץ א שטארקער מענטש, ער האט נישט צופיל געארבעט אין די לעצטע צייט איז ער געווען ביי די כוחות, אנפאנג טאג האט ער ממש נישט געשפירט אז ער ארבעט, ער האט גענומען פון די אנגעגרייטע שטרוי, אויסגעמישט מיט זאמד, און געפארעמט ציגל, ווען די זון איז שוין געווען אינמיטן הימל, נאך זעקס שעה שווערע ארבעט האט זיך זיין רוקן שוין אנגעהויבן צו לאזן שפירן, אבער דאך האט ער זיך געשטארק, ''יעדער ציגל, א גאלדענער רענדל'' האט אים געקלינגען אין די אויערן, ער האט זיך געשטארקט און געארבעט אן אויפהער, קוים האט ער זיך אפגעשטעלט אויף געציילטע רגעים צו כאפן א שלונג וואסער.

ווען דער זון האט שוין געהאלטן נענטער צו מעריב האט ער שוין כמעט נישט געהאט קיין כח, מחלי וואס האט געארבעט ביי זיין רעכטע זייט האט געזעהן ווי ער הייבט אן נאכצולאזן, "פלטי, וואס גייט פאר מיט דיר, פארוואס האסטו פארשטייטערט דיין ארבעט?"

"אוי מחלי, איך געדענק נישט ווען איך האב אזוי שווער געארבעט, באמת האב איך הנאה איינמאל אין א שטיקל צייט צו אויסניצן מיינע כוחות, אבער יעצט שפיר איך שוין ווי מיינע כוחות לאזן זיך אויס.''

''זיי נישט קיין נאר פלטי, נאך א צוויי שעה און דער טאג איז פארטיג, קענסט זיך אנשטרענגען און אניאגן נאך א צען ציגל, ס'שאדט נישט, העכסטנס וועסטו מארגן זיך אפריען, פון וואו ווייסטו ווילאנג די מצריים וועלן מסכים זיין אונז צו צאלן אזא פעטן פרייז? לאמיר אריינכאפן וואס מער ציגל ווילאנג מ'צאלט.''

''ביזט גערעכט מחלי, געגאנגען, כ'לייג אלע פוילע תירוצים אין די זייט, לאמיר זעהן ווער ס'קען אניאגן מער ציגן אין די קומענדיגע צוויי שעה...''

פלטי און מחלי האבן נישט גע'חלומ'ט ווי טייער און וויפיל כוחות ס'וועט זיי נאך קאסטן יעדער ציגן וואס זיי מאכן יעצט מיט זייערע לעצטע כוחות.

סוף טאג האבן די מצרישע אויפזעער פונקטליך פארצייכנט די צאל ציגל וואס יעדער עברי האט געמאכט, כדי צו קענען באצאלן לויט דעם זיין צוגעזאגטער שכר, און אינעם בוך איז געווארן פארשריבן אז פלטי האט געמאכט אינעם ערשטן ארבעטס טאג זעכציג ציגל.

פלטי האט איינגעפאקט די זעכציג גאלדענע רענדלעך, און ער האט געכאפט זיין פערד אהיימצורייטן אויסצוריען זיינע מידע ביינער.

דעם אנדערן טאג איז פלטי אנגעקומען אביסל שפעט, דער שלאף נאך אזא שווערן טאג ארבעט האט אים נישט געלאזט אויפשטיין אזוי שנעל, דער מצרישער נוגש האט אים שוין אפגעווארט.

"היי די עברי, וואו ביזטו געווען ביז יעצט? דו ווייסט אז דו האסט זעכציג ציגל צו ענדיגן היינט?"

"הער אויס, איך נעם זיך ארבעטן, וויפיל איך וועל אניאגן, אזויפיל וועסטו מיר באצאלן.''

"נא נא נא! ס'גייט נישט אזוי, דער קעניגליכער באפעל איז זייער קלאר, יעדער דארף היינט אניאגן אזויפיל ציגל וויפיל ער האט נעכטן געמאכט, דער גרויסער קעניג איז זייער שטרענג מיט דעם געזעץ, ער וויל וואס פריער זאלט מען פארענדיגן די ארבעט איר זאלט האבן דירות צו וואוינען.''

פאר פלטי איז שלעכט געווארן, נאך יעצט שפירט ער אין אלע ביינער די שווערע ארבעט פון נעכטן, ער רופט זיך אן צו מחלי, "אויב נעכטן ווען איך בין נאך געווען ביי די כוחות האב איך קוים אנגעיאגט די זעכציג ציגל, וויאזוי וועל איך עס היינט אניאגן ווען איך בין מיד און אלע ביינער טוען מיר וויי.''

''עברי! רעד שוין ווייניגער, נעם זיך צו די ארבעט.''

"הערסט פלטי, א שאד מיר זענען אריינגעפאלן מיט אזא שלעכטן נוגש, איך מיין מיר זאלן פרובירן צו ארבעטן אין א צווייטן אפטיילונג, מן הסתם דארט זענען די נוגשים מער העפליך.''

''נע, איך גלייב נישט, זיי זענען אלע די זעלבע זאך, איך הייב אן מורא צו האבן אז די גאנצע ארבעט דא איז נאר אונז צו פייניגן.''

"וואס רעדסטו פלטי, אויב איז אמת וואס דו זאגסט פארוואס איז דא פול מיט מצרישע ארבעטער, און ווי איך הער וועט אויך היינט פרעה קומען צו די ארבעט.''

צופיל צייט צו שמועסן האבן זיי נישט געהאט, די זון האט זיך געריקט מיט א שטארקע שנעלקייט, און דער נוגש האט געהאלטן אין איין דערמאנען פונעם קעניגליכן באפעל צו ענדיגן דעם צווייטן טאג די זעלבע צאל ציגל ווי דעם ערשטן.

די מצריים זענען געגאנגען אפירזיכן די אידן וואס האבן זיך נאכנישט איינגעשריבן צו די ארבעט, ווען זיי האבן געטראפן ימיני האט ער זיי געזאגט, "איך בין נישט געוואוינט צו אזעלכע ארבעט, איך בין נאר געוואוינט צו איידעלע גרינגע ארבעט, וואס זאל איך טון, איך וואלט שטארק געוואלט ארויסהעלפן דעם קעניג, אבער איך קען נישט טון אנדערש ווי מיין געאוואוינהייט.''

דער שטרענגער מצרי האט אים גלייך געענטפערט, ''זאג נאר דו אומפארשעמטער עברי! ביזטו אפשר ווייניגער געוואוינט צו ארבעט ווי דעם הויכגעשעצטן קעניג, דער גרויסער קעניג פרעה קומט יעדן טאג בכבודו ובעצמו און העלפט ארויס מיט די ארבעט, און די באקוועמער עברי פאסט דיר נישט צו ארבעטן!"

ימיני האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט זיך אויך איינגעשריבן צו די ארבעט.

מיט די לעצטע כוחות האט פלטי געענדיגט די זעכציג ציגל ממש א מינוט פאר די צייט איז אפגעלאפן, "קוק מחלי, איך האב היינט געמאכט די זעלבע צאל ציגל ווי נעכטן, און די ארבעט איז מיר געווען צען מאל אזוי שווער."

"איך האף אז מארגן וועט ווערן אביסל גרינגער, אבער דאך גיב א קוק, דער נוגש ברענגט דיר דיינע זעכציג גאלדענע רענדליך, גאנץ געשמאק אהיימצוברענגען יעדן טאג אזא סכום."

"געשמאק אהער געשמאק אהין, איך שפיר אז צו לאנג וועל איך נישט קענען אנגיין מיט די ארבעט אזוי.''

פלטי גייט צו זיין פערד, ער זעצט זיך ארויף און גרייט זיך אהיימצורייטן, פלוצלונג קומט דער נוגש זיינער צו לויפן.

"דו עברי! ווי גייסטו?"

"וואס הייסט וואו? כ'גיי אהיים."

"איך פארשטיי דיר נישט, דו זעסט נישט אז היינט אינדערפרי ביזטו אנגעקומען שפעט צו די ארבעט, מער וועל איך עס נישט צולאזן, דו מוזט בלייבן דא נעכטיגן, אזוי וועסטו קענען אנהייבן די ארבעט אין צייט און ס'וועט דיר נישט זיין אזוי שווער."

אפשר טאקע, האט פלטי געטראכט צו זיך, "ס'איז א שאד די צייט פון פארן אהין און צוריק" און פלטי איז געבליבן נעכטיגן אין פעלד, דאס ערשטע מאל – אבער נישט די לעצטע...

אינדערפרי ווען פלטי און מחלי זענען אנגעקומען צום פלאץ פון זייער ארבעט זענען זיי געווען ערשטוינט, די גאנצע ארבעט פון די לעצטע צוויי טאג וואס זיי האבן זיך אזוי געפלאגט צו בויען איז פארשוואונדן, ווי די ערד האט עס איינגעשלינגען, ס'איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון, צו זייער אנטוישונג איז נישט געווען קיין גרעניץ, אוי, גיי הייב אן די ארבעט פונדאסניי...

ביז א חודש צייט זענען שוין אלע עבריים געווען איינגעשריבן ביי די ארבעט, און שטילערהייט איז ארויסגעגעבן געווארן די מעלדונג פאר די מצריים אז איינס איינס קענען זיי אנהויבן צו פארלאזן די ארבעט.

צוביסלעך האט דער גאנצער ארבעט פלאץ באקומען א נייע צורה, ווייניגער און ווייניגער מצריים, מער און מער אידן. א סיסטעם איז געמאכט געווארן, אויף יעדע צען אידן איז געשטעלט געווארן א שוטר, און אויף יעדע צען שוטרים א נוגש, אזוי איז אויסגעקומען אז איין מצרי האט קאנטראלירט הונדערט אידן.

די שוטרים זענען געווען פאראנטווארטליך אז יעדער עברי זאל ענדיגן די באשטימטע צאל ציגל וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אים, אויב האט דער שוטר געהאט אונטער זיך צען עבריים וואס יעדער האט געדארפט ענדיגן זעכציג ציגל א טאג, האט ער יעדן טאג געדארפט ווייזן פארן נוגש זעקס הונדערט ציגל, אויב האט געפעלט האט ער געדארפט אנצייגן פארן נוגש ווער ס'האט פארנאכלעסיגט די ארבעט, פארשטייט זיך אז די אידישע שוטרים האבן עס נישט געטון, איז אויסגעקומען אז זיי האבן גאר שטארק געליטן פון די נוגשים.

פיר חדשים האבן די עבריים באקומען באצאלט פאר די ארבעט, במשך די צייט זענען צוביסלעך אלע מצרישע ארבעטער נעלם געווארן, און די אידישע ארבעטער זענען געווארן שרעקליך אפגעשוואכט פיזיש און גייסטיש, זיי האבן נישט געהאט קיין רגע צייט צו טראכטן פון זיך, צו כאפן וואס דא קומט פאר, די מצריים האבן געארבעט מיט חכמה, זיי האבן זיך געגרייט אויף די מינוט וואס זיי וועלן אויפהערן צו באצאלן די עבריים, און זיי וועלן אנהייבן צו כאפן וואס מ'האט מיט זיי געמאכט, וויאזוי זיי זענען פארוואנדלט געווארן אין שקלאפן, פון זייער שטארקייט האבן זיי שוין נישט מורא געהאט, אבער איין פראבלעם איז זיי נאך געשטאנען אין וועג, די עבריים האבן אלע געהאט געווער אין שטוב, וואס טוט מען אויב זיי וועלן פרובירן זיך קעגן צו שטעלן מיט געווער?

אבער אויך אויף דעם האבן זיי זיך אן עצה געגעבן, אזוי ווי די עבריים זענען געבליבן שלאפן אין פעלד און נישט אהיימגעגאנגען איז געווען זייער א שוואכע קאמיוניקאציע צווישן מאן אין ווייב, אינמיטן טאג ווען די עבריים האבן שטארק געשוויצט פון די שווערע ארבעט האבן זיי זיך אויסגעטון די העמדער, האבן די מצריים געשיקט שליחים צו די עבריים אין שטוב אז די מענער האבן געשיקט בעטן די געווער, אלס סימן האבן זיי געוויזן דעם מאנ'ס העמד... אזוי זענען אלע עבריים געבליבן אן געווער. (אמרי נועם)

דער טאג איז אנגעקומען, פלטי ענדיגט די ארבעט, ניטאמאל האט ער כח צו רעדן, ער איז שוין אזוי צוזאמגעבראכן פון די פאר חדשים ארבעט, ער ווארט שוין צו באקומען זיין געלט און אריינפאלן אין בעט א מידער, כאטש די פאר שעה אויסגראדן זיינע ביינער, ער גייט צו צום נוגש בעטן זיין געלט, מיט האלב פארמאכטע אויגן, הינקעדיג, אויסגעדארט, אפגעמיטשעט, ממש א שאטן פונעם פלטי פון אפאר חדשים צוריק, ער שטרעקט אויס די האנט, אבער אנשטאט רענדליך כאפט ער א שמייס!

"דו גייסט אוועק פון דא דו פארשאלטענער עברי! נישטא מער קיין געלט! פון היינט און ווייטער ארבעטסטו פארן קעניג פרעה אומזיסט!"

פלטי גיבט זיך א כאפ אויף, ער גראדט זיך אויס דעם איינגעפאלענעם ריקן, נישט קיין מנוחה און נישט קיין געלט? דאס לוינט זיך שוין נישט.

"וואס הייסט ס'נישטא קיין געלט?!" גיבט ער א שריי, אז ס'נישטא קיין געלט איז נישטא קיין ארבעט! איך גיי שוין אהיים!"

דער נוגש וואס איז געווען גערישט אויף דעם האט אויסגעפאלגט די באפעלן, "אה, ענדליך קען מען אראפנעמען די זיידענע הענטשוך און באהאנדלען די עבריים ווי די הארץ גליסט, איך וועל איינעם גוט מסדר זיין, און די איבריגע עבריים וועלן שוין פארשטיין אז דא ביי מיר פאלגט מען! ס'לוינט זיך נישט צו זיין קיין אויבער חכם.''

ער הייבט אויף דעם נייעם לעדערנעם ריט, און ער הייבט אן ציילן:

"איינס, צוויי, דריי, פיר..."

פלטי'ס קולות האבן זיך געהערט ווייט, אלע זיינע חברים וואס האבן געארבעט צוזאמען מיט אים האבן צוגעזעהן וואס דא האט פאסירט, און זיי האבן שוין געזעהן דעם בראך, קיינער האט זיך מער נישט דערוואגט צו זאגן קיין ווארט, זיי האבן פארשטאנען אז פון די מינוט און ווייטער זענען זיי געווארן קנעכט פאר פרעה, ווי ביטער ס'הערט זיך איז דאס דער פאקט.

פלטי איז געבליבן ליגן פאר'חליש'ט אין א טייכל בלוט, מיט די לעצטע כוחות האט אים מחלי געשלעפט צו זייער ווינקל ווי זיי זענען געשלאפן יעדע נאכט.

מיט יעדן טאג וואס איז אריבער זענען די אידן געווארן שוואכער און שוואכער, אויטאמאטיש איז די ארבעט געווארן שווערער און שווערער, די מצרישע נוגשים האבן אבער נישט געוואלט וויסן פון גארנישט, זיי האבן געשלאגן און געשאלטן (רמב"ן) יעדן וואס איז זיי געקומען אונטער די האנט.

די ארבעט ווערט שווערער

ב' אלפים שס"א, הונדערט דריי און צוואנציג יאר נאכדעם וואס די בני ישראל זענען אראפגעקומען אויף מצרים.

אין די אלע יארן האבן די אידן זיך ליידער נישט צוריקגעקערט צום באשעפער, זיי זענען געווען פארזינקען אין עבודה זרה, און אין אנדערע מצרישע טומאות, ווי מער די אידן האבן זיך דערווייטערט פון אויבערשטן, איז די ארבעט געווארן שווערער און שווערער. (ספורנו)

ס'איז דא אמאל א ארבעט וואס איז נישט אזוי שווער, נאר אויב מ'טוט עס א לאנגע צייט אן זיך אפריען ווערט עס שווער, אמאל איז דא ארבעט וואס די ארבעט פאר זיך איז גאר שווער, אפילו גלייך ווען מ'הייבט עס אן צו טון, די ארבעט פון מאכן ציגל און ליים איז גאר שווער, אפילו ווען מ'טוט עס א קורצע צייט, און דא האבן די עבריים געדארפט ארבעטן דעם גאנצן טאג אין איין ציה אן קיין אפרוה מיט די שווערסטע ארבעט, (אור החיים) פארשטייט זיך אז ביינאכט זענען זיי צוזאמגעפאלן און קוים געהאט כח אנצוקומען צו זייערע שלאף פלעצער אויסצוריען זייערע מידע ביינער.

אויב דאס איז נישט געווען גענוג האט פרעה ארויסגעגעבן א פרישע גזירה, ביז יעצט זענען די עבריים געווען קנעכט נאר פאר פרעה, זיי האבן געארבעט פארן קעניג, אבער יעצט האט פרעה ארויסגעגעבן א נייע גזרה, יעדער עברי איז א קנעכט פאר יעדן מצרי, ווען א מצרי דארף סיי וועלכע ארבעט ווי אקערן, זייען, האקן האלץ, שעפן וואסער, אדער סיי וואס, קען ער צוגיין צו אן עברי און אים נעמען צו טון די ארבעט. (רמב"ן)

ווען מחלי האט שוין ענדליך פארמאכט זיינע פארמאטערטע אויגן נאך א שווערן טאג ארבעט, האט ער זיך פלוצלונג דערוועקט פון א שטארקן זעץ אויפן ריקן, "היי די עברי, קום שוין מיט מיר!"

מחלי פרובירט זיך בעטן, "איך האב געארבעט ביטער שווער אגאנצן טאג, איך האב קוים כח צו שטיין אויף די פיס, און מארגן דארף איך ווידער מישן ליים און שלעפן ציגל אגאנצן טאג, ביטע, האב רחמנות..."

א זעץ אויפן קאפ האט אים זייער שנעל איבערצייגט אז יעדעס ווארט מאכט נאר ערגער דעם מצב, ער האט זיך שנעל געשטעלט אויף די פיס און נאכגעגאנגען דעם מצרי.

"דא האסטו א האק, נעם דעם דיקן בוים, און צוהאק עס אויף דינע שפענדלעך איך זאל קענען הייצן מיין אויוון מארגן."

מחלי האט נישט געהאט קיין ברירה, א גאנצע נאכט איז ער אויף געווען און געהאקט האלץ מיט זיינע לעצטע כוחות, ממש פאר די זון האט אויפגעשיינט האט אים דער מצרי באפרייט, מחלי האט אנגעיאגט אנצוקומען צו די ארבעט פונקט ביים זון אויפגאנג, ער האט אנגעהויבן צו מישן די ליים, פארמירן ציגל, אבער זיינע כוחות האבן זיך צוביסלעך אויסגעלאזט, ער איז שוין געווען אזוי שוואך אז אפילו די רוצחישע שלעק פונעם נוגש האבן נישט געקענט העלפן, אבער דא זענען זיינע אידישע ברידער אים געקומען צו הילף, מיט דעם וואס זיי אליינס זענען געווען אפגעמיטשעט און אפגעשוואכט האבן זיי זיך אנגעשטרענגט איבער די כוחות און אומבאמערקט אריינגעריקט נאך א ציגל און נאך א ציגל צווישן מחלי'ס ציגל, אזוי אז סוף טאג האט דער סך הכל געשטימט, ער האט געהאט זעכציג ציגל.

און צומאל האט זיך דער שפיל איבערגע'חזר'ט די צווייטע נאכט נאכאמאל...

די מצריים זענען געשטאנען און געווארט צו זעהן ווי זייער פלאן ארבעט, זיי האבן געווארט צו זעהן ווי די עבריים ווערן ווייניגער און ווייניגער, אבער וואונדער איבער וואונדער, די עבריים האבן זיך געמערט נאך סאך מער ווי פריער, ס'האט אויסגעקוקט גאר ווי מער מ'פייניגט זיי אלס מער עבריים ווערן געבוירן.

די גזירה אז יעדער עברי איז א קנעכט פאר די מצריים איז געווען אויף די פרויען אויך, די ווייבער האבן אויך געארבעט גאר שווער, אפט מאל האט מען זיי גאר געגעבן מענערישע ארבעט ווי האקן האלץ און שעפן וואסער, וואס אפילו פאר מענער איז עס גאר שווערע ארבעט, זיכער פאר פרויען וואס זענען געווענטליך שוואכער ווי מענער און זיי זענען נישט געוואוינט צו די ארבעט, דאך האבן די פרויען ווייטער געהאט קינדער, זעקסלינגס איינס נאכן צווייטן.

די נשים צדקניות זענען געגאנגען שעפן וואסער, דער אויבערשטער האט געמאכט אז אינעם קריגל איז ארויפגעקומען האלב וואסער און האלב פיש, זענען זיי געגאנגען ביזן ארבעט פלאץ פון די מענער, אנגעווארעמט די וואסער, זיי געגעבן זיך ארומצואוואשן און צו טרינקען, סערווירט פיינע פרישע פיש, און ס'זענען ווייטער געבוירן געווארן מער און מער אידישע קינדער.

נאכן געבוירן די קינדער האבן די פרויען נישט באקומען קיין וואקאציע פון די ארבעט, די מצריים האבן פון גארנישט געוואלט וויסן, ביינאכט זענען געבוירן געווארן זעקס נייע בעיביס, צופרי האט די מאמע איבערגאלאזט די ניי געבוירענע קינדער, צוזאמען מיט די ניין חדשים'דיגע און אכצן חדשים'דיגע זעקסלינגס, אכצן קינדער אונטער אכצן חדשים... דער אויבערשטער האט זיי געהיטן ביז פארנאכטס ווען די מאמע איז צוריקגעקומען זיי גיבן עפעס צו עסן.

ווען פרעה האט דורכגעפירט א שטודיע צו דער פלאן ארבעט, ער האט געהייסן זיינע חכמים שטודירן צו די עבריים ווערן טאקע ווייניגער, איז ער געווען ערשטוינט צו אנטדעקן אז דער מצב איז גאר פארקערט, די עבריים מערן זיך ווייטער אויף אן אומנארמאלן פארנעם, פרעה איז ווידער אריין אין א כעס, "עפעס דארף דא געטון ווערן! מ'מוז אויספארשן פארוואס דער פלאן ארבעט נישט!"

איין נאכט ווען פרעה איז געלעגן אין בעט האט ער זיך גע'חלומ'ט א מאדנעם חלום, אן אלטער מענטש קומט צוגיין און ער האלט א גרויסן וואגשאהל, ער לייגט אראפ דעם וואגשאהל נעבן פרעה, און ער ברענגט צוזאם אלע חשובע שרים און חכמים פון גאנץ מצרים, ער לייגט זיי אלע ארויף אויף איין זייט פונעם וואגשאהל, דערנאך נעמט ער א אינגן שעפסל און ער לייגט עס ארויף אויפן אנדערן זייט וואגשאהל, וואונדער איבער וואונדער, דער קליינער אינגער שעפסל האט אראפגעוואויגן אלע שרים און חכמים פון מצרים... (תרגום יונתן – ספר הישר)

פרעה האט זיך אויפגעוועקט און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, ער האט צוזאמגערופן אלע זיינע חכמים און יועצים און פארלאנגט זיי זאלן אים פותר חלום זיין.

ייניס און ימברס זענען געווען תלמידים פון בלעם דער כישוף מאכער פון קעניגליכן פאלאץ, זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פארן קעניג דעם באשיידונג פונעם חלום:

"ס'וועט אויפשטיין ביי די אידן א קינד וואס וועט חרוב מאכן גאנץ מצרים און אויסלייזן די אידן!"

פרעה איז געווארן זייער דערשראקן, ער האט באשלאסן צו נעמען באלדיגע שריט, דאסמאל האט ער נישט געמאכט קיין גרויסע אסיפות, פארקערט, ער האט קיינעם נישט דערציילט זיין פלאן, ער האט באשלאסן עס אויסצופירן באהאלטענערהייט אנדעם וואס איינער זאל וויסן אז עפעס קומט דא פאר...

המשך יבא אי"ה....
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 9:25 pm

גראדער, איך מוז דיר זאגן די ביזט עפעס נישט נארמאל גוט, איך גיי אויס פאר דיינע ווערק, עס איז אזאנס זיס צו ליינען, האלט אן.
די האסט מיר אזוי אריין געברענגט אין די מעשה, איך האב זיך ארומגעדרייט קוקן אויב איך גיי נישט כאפן א שמיץ פון א נוגש....

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 10:04 pm

גראדער טייערער! באמת וואלטעך יעצט געזאגט פאר דיר א גאנצע שקויעך דרשה, און אויסגעדרוקט מיינע דאנק געפילן פארן נעמען די צייט און אזוי באטעמ'ט אראפ שרייבן די פרשה. און איך וואלטער אנגעוואונטשען אז די זאלסט קענען אנגיין יעדע וואך מיטען זיכוי הרבים
אבער וויבאלד די ביסט נאך נישט פארטיג וועלעכעס לאזען אויף מארגען....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 10:54 pm

מוישע_יאכעס האט געשריבן:גראדער טייערער! באמת וואלטעך יעצט געזאגט פאר דיר א גאנצע שקויעך דרשה, און אויסגעדרוקט מיינע דאנק געפילן פארן נעמען די צייט און אזוי באטעמ'ט אראפ שרייבן די פרשה. און איך וואלטער אנגעוואונטשען אז די זאלסט קענען אנגיין יעדע וואך מיטען זיכוי הרבים
אבער וויבאלד די ביסט נאך נישט פארטיג וועלעכעס לאזען אויף מארגען....
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 11:35 pm

גראדער טייערער:
טראץ וואס דער המשך יבא העט געדארפט אריינווארפן א פלאקען אין וועג פאר דעם דאנק וואס איך טו דא שרייבען, אבער א דאנק טוען מיר אויסדריקן בשער בת רבים אויף יעדן ארטיקל עקסטער וואס דו שרייבסט דא. יעדע ארטיקל איז ווערט א גרויסן דאנק פאר זעך
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:14 am

סאמטינג ספעשל, כ'בין כמעט געווען אין מצרים, באט איך בין מיעד, סאו איך גיי מיך לייגן, כ'האף נאר אז א מצרי זאל מיך נישט אויף וועקן.

יישר כח גראדער.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט