השתדלות ארויסצוגיין פון מצרי'שן תפיסה.

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

השתדלות ארויסצוגיין פון מצרי'שן תפיסה.

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 1:17 pm

''זאג מיר, דו ווייסט וואס איז געווארן מיט דעם יוסף, פוטיפר'ס קנעכט? איך הער אז ער איז גאנץ גוט מצליח דארט אין תפיסה.''

''פון פוטיפר'ס קנעכט רעדסטו נאך? דאס איז שוין נעכטיגע נייעס!''

''וואס איז א חילוק פון די נייעס איז, דער עיקר עפעס נייעס, האסט עפעס בעסערע נייעס פון וואס צו רעדן?"

"דו פרעגסט קשיות?! אויף וועלכע וועלט לעבסטו? דו האסט גארנישט געהערט וואס האט זיך נעכטן אפגעטון אין קעניגליכן פאלאץ?"

"ניין, פון וואו זאל איך הערן? אז דו דערציילסט מיר נישט ווייס איך גארנישט.''

''אז דו ווילסט וויסן פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען, קום אין א זייט, און לייג צו קאפ.''

''נו גוט, שטייען מיר שוין אין די זייט, און מיין קאפ איז שוין צוגעלייגט, יעצט לאמיר נאר האפן אז די נייעס וואס דו גייסט מיר דערציילן איז טאקע ווערט די גאנצע טירחא...''

''איז די מעשה געווען אזוי, דו ווייסט דאך אז אונזער קעניג, דער גרויסער פרעה האט ליב צו פראווען גרויסארטיגע סעודות.''

''נו אוודאי ווייס איך, ער איז דאך דער קעניג, האט ער אלע מעגליכקייטן עס אויסצופירן, לויט ווי איך הער האלט דער קעניג אויף א גאנצע שטאב מיט באדינער, שרים רופט מען זיי, וואס זייער גאנצער ארבעט איז נאר צוצוגרייטן עסן און טרינקען פאר קעניג.''

''יא, פון דעם וויל איך טאקע רעדן, דער שר המשקים מיטן שר האופים זענען אויף געהאקטע צרות.''

''דער שר המשקים?! ער איז דאך מיין חבר, כ'קען אים גוט, ער האט זיך מיר אלעמאל אויפגעטון וואספארא חשובע פאסטן ער האט, ער האט אונטער זיך א גאנצע שטאב מיט ארבעטער וואס יעדער פון זיי האט דעם כבוד אריינצוברענגען דעם בעכער וויין פארן קעניג איין טאג אין יאר, אלע ארבעטן אונטער זיין אחריות, ער דארף אויסוועלן ספעציעל געלונגענע מענטשן וואס זאלן אויספירן די ארבעט אויפן בעסטן פארנעם. (ספורנו)

''איך געדענק ווי ער האט מיר דערציילט, איין טאג אין יאר! אינעם חשוב'סטן טאג, ווען דער קעניג פראוועט זיין געבורטסטאג, דאס איז דער טאג וואס ער אליינס ברענגט אריין דעם בעכער וויין פארן קעניג.''

''יא, יא, דאס איז אלעס שיינע מעשיות, יעצט אבער האט ער זיך גוט פארפלאנטערט.''

''וואס הייסט? וואס גייט פאר?"

''די מעשה איז געווען אזוי, נעכטן האט איינער פון די באדינער וואס ארבעטן אונטער דעם שר המשקים אריינגעברענגט דעם בעכער וויין פארן קעניג, און נישט מער און נישט ווייניגער, מ'האט געטראפן א גאנצן פליג אינעם בעכער!''

''איך גלייב נישט! וויאזוי קען פאסירן אזא זאך?!''

''ווער נישט אזוי היסטעריש, דאס אליינס איז נאכנישט גענוג, נאכן עפענען אן אויספארשונג האט מען זיי געכאפט ביי די מעשה, זיי האבן פשוט געוואלט פאר'סמ'ן דעם קעניג!'' (תרגום יונתן)

''אוי וויי, אזא בראך! אבער ווער איז דאס דער זיי? האסט דאך גערעדט פונעם שר המשקים.''

''די אויספארשער האבן אנטדעקט אז ער האט נישט געארבעט אליינס, נאכדעם וואס אינעם שטיקל קעיק וואס איז געווען אינעם קעניג'ס טעלער האט מען געטראפן א שטיין, האט מען נאכגעפארשט אויך דעם שר האופים, און מ'האט אנטדעקט אז ער איז אויך געווען א חלק פונעם פלאן צו הרג'נען דעם קעניג.''

''שרעקליכע נייעס דערציילסטו מיר דא, זאג מיר טאקע, וואס האט מען געטון מיט די פארברעכער?"

"וואס הייסט וואס, מ'האט זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה ביז מ'וועט זיי הענגען אינמיטן שטאט!'' (מדרש שכל טוב, אולם באבן עזרא שהושלכו לשם עד שיגיע שעת משפטם)

''אויב מעג איך פרעגן, אין וועלכע תפיסה האט מען זיי געלייגט? דער שר המשקים איז דאך מיין חבר, אפשר קען איך אים גיין באזוכן דארט, ווער ווייסט...''

''מ'האט זיי אריינגעזעצט אינעם קעניגליכן תפיסה ביים שר הטבחים.''

''דארט ווי דער יוסף זיצט?"

''ווידער קומסטו צוריק צו יוסף... מ'זאגט אז דער אידישער באשעפער צו וועם יוסף דינט האט ספעציעל אונטערגעשיקט די פרישע מעשה אז יעדער זאל אויפהערן צו רעדן פון יוסף...'' (בראשית רבה פ"ח)

''דו עטפערסט נישט וואס איך פרעג, זיצן זיי אינעם זעלבן תפיסה?''

''יא, דער יוסף הער איז איז א גאנצער בעל הבית דארט, ער איז דער גאנצער אנפירער און אלע ארסטאנטן זענען אונטער אים, ס'קוקט מיר אויס ווי דער פוטיפר גלייבט נישט די בולבולים אויף יוסף און ער פארטרויט אים נאך אלץ מיט אלע חשוב'ע ארבעט.''

א יאר צייט זענען די צוויי שרים געזעצן אין תפיסה, א תפיסה? א לאך! דער תפיסה איז געווען געבויעט אינגאנצן אונטער דער ערד, איין קליין לעכל פון אויבן האט געדינט אלס דער אריינגאנג, ווי אויך אלס דער איינציגער פענסטער אריינצוברענגען אביסל ליכטיגקייט און לופט אינעם גרוב. (רמב''ן)

יוסף האט אבער געהאט די געלעגנהייט ארויסצוגיין שעפן פרישע לופט, פוטיפר וואס האט נישט געגלייבט די אלע בולבולים אויף יוסף איז נישט געווען גרייט אינגאנצן אויפצוגעבן אויף אזא געטרייען קנעכט, האט ער געפאדערט יוסף זאל קומען יעדע נאכט אים באדינען אין זיין שטוב, אזוי האט יוסף נישט געדארפט פארברענגען די נעכטן אין דעם שרעקליכן תפיסה. (מדרש הגדול)

איין טאג, ווען יוסף איז צוריק געקומען אינדערפרי צו אנפירן דעם תפיסה, באמערקט ער ווי די צוויי געוועזענע שרים זיצן מיט גאר זויערע פנימ'ער.

''וואס גייט היינט פאר?'' האט יוסף זיי געפרעגט, "פארוואס זענט איר אזוי פארביטערט?" נישט ווייל ס'איז געווען עפעס ספעציעל צו זיין פרייליך דארט אין תפיסה, נאר פשוט ווייל ער האט נישט געזעהן וואס איז היינט ערגער ווי יעדן אנדערן טאג. (אוה''ח)

''אפשר האט עס עפעס מיט מיר? אפשר האב איך אייך נישט גוט בהאנדלט?" איז יוסף געווארן באזארגט. (אוה''ח)

''חס ושלום!'' רופן זיי זיך אן, ''ס'האט גארנישט צו טון מיט אייך יוסף, אדרבה, מיר זעען אייערע גוטע מידות ביי יעדן טריט און שריט, אפילו איר זענט דער הער איבער אונז דאך האלט איר זיך בכלל נישט גרעסער פון אונז, און אפילו ביי די טעגליכע ארבעט וואס איר וואלט זיך געקענט ארויסדרייען און גיבן די ארבעט פאר אנדערע ארעסטאנטן וואס זענען אונטער אייער רשות, דאך טוט איר עס נישט נאר איר ארבעט מיט יעדן צוגלייך.'' (אוה''ח לט, כב)

''אויב נישט אויף מיר, צו וואס דען זענט איר אזוי זויער?"

''אז איר פרעגט, זענען מיר זיכער אז איר פרעגט פאר אונזער טובה, וועלן מיר אייך טאקע דערציילן, מיר האבן געזעהן עפעס מאדנע חלומות, מיר דערקענען אז ס'נישט קיין פוסטע זאכן, מ'זעהט אז עפעס א באדייט האט עס, מיר קענען אבער נישט טרעפן דא אין תפיסה דעם פאסיגן מענטש וואס זאל באשיידן די חלומות אונזערע, איז עס נישט גענוג סיבה צו זיין פארטרויערט?"

''וואס זענט איר אזוי באזארגט, דער אויבערשטער ווייסט דאך אלע פתרונות, און ער האט אסאך מענטשן וואס ער האט זיי געגעבן די חכמה צו קענען באשיידן חלומות, און הערט די גוטע נייעס, איך בין איינע פון די מענטשן... דערציילט מיר דעם חלום און איך וועל אייך מיטן אויבערשטנס הילף זאגן דעם באשיידונג.''

דער שר האופים האט זיך געקווענקלט, ווער זאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, סוכ''ס זענען מיר חשוב'ע געלערנטע שרים פונעם קעניגליכן פאלאץ און דער יוסף איז א פשוטער קנעכט, ווער זאגט אז ער קען טאקע די מלאכה פון באשיידן חלומות.

דער שר המשקים האט זיך אבער געמאכט א חשבון, וואס האב איך צו דערלייגן? האט ער זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן צו דערציילן זיין חלום פאר יוסף:

אין מיין חלום האב איך זיך געזעהן שטיין אין א הערליכן וויינגארטן, אויף דריי צווייגן האבן אנגעהויבן צו ארויסצושפראצן קודם בלעטלעך, דערנאך קליינע אומגעצייטיגטע טרויבן, דערנאך האב איך שוין געזעהן שיינע גרויסע וויינטרויבן הערליך געצייטיגט.

איך האב געהאלטן דעם בעכער פונעם קעניג פרעה אין די האנט, האב איך גענומען פון די פיינע פרישע וויינטרויבן, איך האב עס אויסגעקוועטשט גלייך אינעם בעכער אריין, און איך האב דערלאנגט דעם בעכער אין דעם קעניג'ס פרעה'ס האנט.

ווי נאר דער שר המשקים האט געענדיגט דערציילן זיין חלום האט אים יוסף גלייך געזאגט דעם באשיידונג:

די דריי צווייגן ווייזן אויף די דריי אבות, די זיידעס פון אידישן פאלק, אברהם יצחק און יעקב, וואס זייערע אייניקלעך וועלן ווערן אונטערטעניגט פאר פרעה אין מצרים, דערנאך וועלן זיי ווערן אויסגעלייזט דורך דריי צדיקים, משה, אהרן און מרים.

דער בעכער וואס דו האסט זיך געזעהן איבערגעבן פאר פרעה איז דער בעכער פון צרות מיט וואס פרעה וועט זיך אנטרינקען ביים סוף, נאכן פייניגן די אידן, און דאס וואס דער צווייגן האט אזוי שנעל ארויסגעגעבן פירות וואס זענען אזוי שנעל געצייטיגט געווארן, ווייזט אז די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים פאר די צייט.

און ווייל דו האסט מיר דערציילט דעם גוטן חלום, ביזטו דאך א גוטער שליח, איז א סימן אז מ'דארף בשיידן דיין חלום גוט.

נאך דריי טאג קומט פאר דער גרויסארטיגער געבורטס טאג פונעם קעניג פרעה, ער וועט יענעם טאג זיך דערמאנען פון דיר, ער וועט דיר צוריקשטעלן צו דיין פריערדיגן פאסטן, און נישט נאר וואס ער וועט דיר שענקען דיין לעבן און ער וועט דיר צוריק געבן דיין פאסטן אין פאלאץ, וועט ער דיר נאך גיבן דעם כבוד דו זאלסט אליינס אריינברענגען דעם בעכער וויין אין דעם טאג פונקט ווי אין די אמאליגע יארן! אלעס כדי דיר ארויסצואווייזן אז ער האט דיר מוחל געווען און אפגעווישט דיין זינד.

איך בעט דיר אבער איין זאך, ווען דו קומסט צוריק אין פאלאץ, ביטע פארגעס נישט פון מיר! זאלסט וויסן אז איך בין נישט אלעמאל געווען א קנעכט, מ'האט פשוט פאר'נאר'ט די סוחרים און מיר פארקויפט אלס קנעכט. (אוה''ח) אויך דא אין לאנד האט מען פשוט צוליב א נארישן פאלשן בולבול מיר אריינגעווארפן אין דעם שרעקליכן תפיסה, דעריבער בעט איך דיר, האב מיר אינזין און זעה וואס דו קענסט טון מיר ארויסצוראטעווען פון דא.

ווען דער שר האופים האט געהערט יוסף'ס באשיידונג אויפן חלום פון שר המשקים איז ער אויפגעשפרינגען, ''איך האב דאך ממש דאס גע'חלומ'ט! נאכן חלום וואס איך גיי דיר יעצט דערציילן האב איך גע'חלומ'ט אז ביז דריי טאג ווערט דער שר המשקים צוריק געשטעלט דורכ'ן קעניג אויף זיין פריעדיגן פאסטן! יעצט הער מיין חלום, מן הסתם האסטו פאר מיר אויך עפעס א גוטן באשיידונג."

''יעצט הער יוסף, איך האב געזעהן אין חלום ווי דריי לעכעריג קערבלעך ליגן אויף מיין קאפ, אינעם אויבערשטן קארב איז געלעגן גאר גוטע געבעקס וואס דער קעניג פרעה האט אזוי ליב, און א פייגל עסט דערפון ווען ס'ליגט מיר נאך אויפן קאפ.''

''הער וואס דער באשיידונג איז.''

''אבער איך האב נאכנישט געענדיגט דעם חלום.'' האט דער שר האופים געזאגט.

''איך וויל נישט הערן ביזן סוף, כ'האב שוין גענוג געהערט!'' האט יוסף געזאגט מיט ווייטאג.

''די דריי קערב ווייזן אויף די דריי זאכן מיט וואס פרעה וועט אונטערטעניגן מיינע ברידער די אידישע קינדער, מיט ליים, ציגל, און אלע אנדערע שווערע ארבעט, און ווייל דו האסט מיר דערציילט אזא ביטערע בשורה מיינט דאס אז דיין באשיידונג איז שלעכט.

ביז דריי טאג וועט דיר דער קעניג הייסן הענגען אויף א בוים... און פייגל וועלן עסן פון דיר...

ס'איז איבעריג צו זאגן אז פונקט אזוי ווי יוסף האט באשיידט, פונקט אזוי האט פאסירט.

דריי טאג זענען אריבער, ס'איז אנגעקומען דער גרויסארטיגער געבורטסטאג סעודה, אינמיטן די הכנות האט פרעה זיך דערמאנט פון זיינע צוויי שרים וואס זיצן אין תפיסה שוין א יאר צייט.

''וואס האלטסטו זאל מען טון מיט זיי?" האט פרעה געפרעגט איינע פון זיינע עצה געבער.
''אדוני המלך, איך האלט אזוי, דעם שר המשקים קען מען נישט אזוי באשולדיגן אויפן פליג וואס מ'האט געטראפן אינעם בעכער, ס'קען זיין אז ער האט גאר שטארק אכטונג געגעבן, און דער פליג איז אריינגעפלויגן אומבאמערקט די לעצטע מינוט, דער שר האופים, ער איז אבער זיכער שולדיג! וויאזוי קען ער פארזען א שטיין וואס פאלט אריין אינעם קעניג'ס געבעקס?"

"איך הער דיינע קלוגע ווערטער!'' האט פרעה געזאגט, און דער באפעל איז ארויסגעגעבן געווארן, דער המשקים האט נאך יענעם טאג באדינט פרעה ביים גרויסארטיגע מסיבה, און דער שר האופים איז גלייך געהאנגען געווארן.

אפאר טאג זענען אריבער, דער שר המשקים האט זיך אנגעהויבן צו בארואיגן פון דעם גרויסן פרייד פון זיין באפרייאונג, פלוצלונג האט ער זיך דערמאנט פון יוסף הצדיק, ''איך האב אים דאך צוגעזאגט צו דערמאנען זיין נאמען פאר פרעה, און בעטן מ'זאל אים באפרייען'' ער איז שנעל געלאפן אין פאלאץ און געבעטן אן אוידיענץ ביים קעניג.

די גאנצע צייט וואס ער איז געשטאנען אין געווארט אינעם פארצימער האט ער זיך איינגע'חזר'ט די ווערטער מיט וואס צו בעטן דעם קעניג אויף יוסף'ס באפרייאונג, ענדליך איז געקומען די מינוט, מ'האט אים געמאלדן אז ער קען אריינגיין צום קעניג.

''אדוני המלך'' הייבט ער אן צו זאגן, ''איך האב געוואלט בעטן אז.... אם.... אז.... עה.....''

''וואס? זאג שוין וואס דו ווילסט!'' שרייעט פרעה א נערוועזער.

דער שר המשקים ווערט רויט און בלאס, ער קען זיך נישט דערמאנען וואס ער האט געוואלט, מיט חרפות ובושות אנטשולדיגט ער זיך און ער פארלאזט דעם זאל.
אזוי ווי ער איז אנגעקומען אינדרויסן האט ער זיך געכאפט ביים קאפ, ''אוי, ווי איז מיין שכל, איך האב דאך געדארפט בעטן פאר יוסף'ס באפרייאונג!'' ער האט שנעל געבעטן מ'זאל אים ווידער אריינלאזן צום קעניג, די וואס האבן רחמנות געהאט אויף אים נאך זיין פריערדיגן דורכפאל האבן אים נאכגעגעבן זיין בקשה און מ'האט אים נאכאמאל אריינגעלאזט צום קעניג.

''אדוני המלך'' הייבט ער ווידער אן, ''איך האב געוואלט בעטן אז... אם... אה...''

''דאס האב איך דאך שוין פריער געהערט!'' שרייעט פרעה, ''ס'קוקט אויס אז דו בענקסט זיך צוריק צום תפיסה קומסטו דא מאכן ליצנות פונעם קעניג!''

נאכדעם וואס די מעשה האט זיך איבערגע'חזר'ט א שיינע פאר מאל, ער האט געדענקט אינדרויסן און פארגעסן אינעווייניג, האט דער שר המשקים אויפגעגעבן, און אינגאנצן פארגעסן פון יוסף הצדיק. (מדרש הגדול)

ווען וועט ער זיך ענדליך דערמאנען? לייענט קומענדיגע וואך אי''ה

איז אזוי די מעשה, בעצם איז נישט געווען קיין רגע צייט די וואך, נאר א געוויסער מאן דהו האט מיר פארגעשלאגן אפאר גרייצער איך זאל אים עפעס אפשרייבן אריינצולייגן די פאר ווערטער ערגעץ, האט מען מקדיש געווען א נאכט און עפעס אפגעשריבן, (קען טאקע זיין אז היות ס'איז געשריבן געווארן אן די מינדעסטע יישוב הדעת איז עס נישט אזוי צו די זאך) למעשה ווען יענער האט עס באקומען האט ער געזאגט אז ס'איז שוין לאחר המעשה... נעכטיגע נייעס... איז נישט געבליבן קיין אנדערע ברירה נאר עס פאוסטן דא אויף איי וועלט.

פארוואס זאג איך אייך דאס?

איר זאלט וויסן אז אייערע תפלות ווערן נתקבל, און דער רבש''ע האט אנגעדרייט א מעשה אז אינעם פארנומענסטן וואך פונעם יאר זאל איך בלית ברירה עפעס אפשרייבן...

לגבי יענעם חי' וואס האט מיר ביים סוף נישט געהאלטן ביים באצאלן העמיר מוזן רעדן א צווייט מאל...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 1:32 pm

שקויעך הרב גראדער!!

גייט קומען א המשך?

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 1:40 pm

א גראדע שקויעך
זייער האנאה געהאט
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 1:42 pm

''וואס איז א חילוק פון די נייעס איז, דער עיקר עפעס נייעס, האסט עפעס בעסערע נייעס פון וואס צו רעדן?"

אוודאי האב איך בעסערע נייעס, גראדער איז צוריק פול פארס!
ש'כח גראדער, נהניתי מאוד מאוד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 1:47 pm

שלום עליכם הרב גראדער,
יהי בואכם לשלום ולהרמת קרן התורה
מיר האבן שוין נישט אויסגעהאלטן, ייש"כ דו דארפסט נאך מאכן א השלמה אויף פר' וישלח,
אבער העניוועי ייש"כ,
און א עקסטערע ייש"כ פארן ארויף לייגן שוין דאנערשטאג און נישט ווארטן אויף ערש"ק
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 2:02 pm

גראדער האט געשריבן:לגבי יענעם חי' וואס האט מיר ביים סוף נישט געהאלטן ביים באצאלן העמיר מוזן רעדן א צווייט מאל...

איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר
אבער סוכ"ס האבן מיר הנאה געהאט,
מ'קען זאגן, אז איך בין נישט מקנה זיים גיהנום, אבער יא זיין גן עדן,
ער האט זיך געקויפט א מצוה
(אפשר איז דאס א מצוה הבאה בעבירה, דאס לאז איך איבער פאר אנדערע)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:57 pm

הולך "ישר" ופועל צדק עושה אלה לא ימוט לעולם!!

הרב גראדער ביזט א אמת'ע מליץ ישר

טענקס עי מיליון!
יו נאו וואט? טענקס עי ביליאן!
(אז ס'נישט קעש פלעין א שקויעך וועל איך עס מאכן גרעסער זאל זיין, שוין נאדער האסטו)
טענקס גיווינג..... או כ'מיין צו זאגן טענקס עי טריליאן -טריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאןטריליאן אלף פעמים ככה!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:57 pm

ברוך מחיה מ....
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 6:01 pm

וויכי!! קלאפ א גוטס!! סיז פיין געלונגען!! שוין איינמאל געלונגען!!!! נעקסטע וואכעדיגע אפעראציע קען "שוין" אריינגיין און עפעקט!! שמערי יו אר אפ נאו!! דו ווייסט וואס דו האסט צו טון!!

עניוועי שקויעך גראדער, און איך בעט דיך איבער פאר די צער, סארי אבער כאניש געהאט קיין צוויי ברירות...
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 7:32 pm

WOW!! SHOCKING!! SUPRISE!!
מי מלל ומי פלל אז די וואך זאל בכלל זיין אפילו עפעס!
העמיר יעצט קענען פראווענען א דאפלטע כ"א כסלו!
יישר כוח גראדער!
צוגעלייגטע
דער מדרש דערציילט.pdf
(209.38 KiB) דאונלאודעד 308 מאל

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 7:40 pm

הרב גראדער יישר כח פארן עס אהער לייגן זאלן אידן הנאה האבן.

מר. מוטשע נישט; קודם כל א ריזיגן יישר כח, נאר איין זאך: ווען די גיבסט א נאמען פאר דיינע פי די עף'ס, פליז לייג אריין די פרשה אין די נאמען, פשוט ווייל מ'זאל עס דערקענען ווען מ'סעיווט עס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 8:12 pm

בל"נ אי"ה

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 8:17 pm

געוואלדעוונע!!!!

ישר כח גראדער און יישר כח חי'...

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » פרייטאג דעצמבער 16, 2011 8:31 am

שכוח הרב גראדער
אין שכוח מוטשע נישט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » פרייטאג דעצמבער 16, 2011 10:51 am

פרינטער פרינט

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » מוצ"ש דעצמבער 17, 2011 7:21 pm

יישר כח הרב גראדער! א מעכטיגע ליקוט מאכסטו!
איין הערה האב איך, פאלגענד איז וואס איר שרייבט:

גראדער האט געשריבן:''

''די מעשה איז געווען אזוי, נעכטן האט איינער פון די באדינער וואס ארבעטן אונטער דעם שר המשקים אריינגעברענגט דעם בעכער וויין פארן קעניג, און נישט מער און נישט ווייניגער, מ'האט געטראפן א גאנצן פליג אינעם בעכער!''

''איך גלייב נישט! וויאזוי קען פאסירן אזא זאך?!''

''ווער נישט אזוי היסטעריש, דאס אליינס איז נאכנישט גענוג, נאכן עפענען אן אויספארשונג האט מען זיי געכאפט ביי די מעשה, זיי האבן פשוט געוואלט פאר'סמ'ן דעם קעניג!'' (תרגום יונתן)

''אוי וויי, אזא בראך! אבער ווער איז דאס דער זיי? האסט דאך גערעדט פונעם שר המשקים.''

''די אויספארשער האבן אנטדעקט אז ער האט נישט געארבעט אליינס, נאכדעם וואס אינעם שטיקל קעיק וואס איז געווען אינעם קעניג'ס טעלער האט מען געטראפן א שטיין, האט מען נאכגעפארשט אויך דעם שר האופים, און מ'האט אנטדעקט אז ער איז אויך געווען א חלק פונעם פלאן צו הרג'נען דעם קעניג.''

-------------------------------------------------

דריי טאג זענען אריבער, ס'איז אנגעקומען דער גרויסארטיגער געבורטסטאג סעודה, אינמיטן די הכנות האט פרעה זיך דערמאנט פון זיינע צוויי שרים וואס זיצן אין תפיסה שוין א יאר צייט.

''וואס האלטסטו זאל מען טון מיט זיי?" האט פרעה געפרעגט איינע פון זיינע עצה געבער.
''אדוני המלך, איך האלט אזוי, דעם שר המשקים קען מען נישט אזוי באשולדיגן אויפן פליג וואס מ'האט געטראפן אינעם בעכער, ס'קען זיין אז ער האט גאר שטארק אכטונג געגעבן, און דער פליג איז אריינגעפלויגן אומבאמערקט די לעצטע מינוט, דער שר האופים, ער איז אבער זיכער שולדיג! וויאזוי קען ער פארזען א שטיין וואס פאלט אריין אינעם קעניג'ס געבעקס?"

"איך הער דיינע קלוגע ווערטער!'' האט פרעה געזאגט, און דער באפעל איז ארויסגעגעבן געווארן, דער המשקים האט נאך יענעם טאג באדינט פרעה ביים גרויסארטיגע מסיבה, און דער שר האופים איז גלייך געהאנגען געווארן.

------------------------------------------------------------


איז אזוי די מעשה, בעצם איז נישט געווען קיין רגע צייט די וואך, נאר א געוויסער מאן דהו האט מיר פארגעשלאגן אפאר גרייצער איך זאל אים עפעס אפשרייבן אריינצולייגן די פאר ווערטער ערגעץ, האט מען מקדיש געווען א נאכט און עפעס אפגעשריבן, (קען טאקע זיין אז היות ס'איז געשריבן געווארן אן די מינדעסטע יישוב הדעת איז עס נישט אזוי צו די זאך) למעשה ווען יענער האט עס באקומען האט ער געזאגט אז ס'איז שוין לאחר המעשה... נעכטיגע נייעס... איז נישט געבליבן קיין אנדערע ברירה נאר עס פאוסטן דא אויף איי וועלט.


איז מיר קשה געווען, אמת א פליג קען זיך אריינכאפן אומבאמערקט, אבער ער האט דאך אויך געוואלט אומברענגן דעם קעניג?!

האב איך נאכגעקוקט, און עס איז מדרשות חלוקות.

דהיינו, דער מדרש רבה, וואס רש"י ברענגט, זאגט נאר אז מ'האט געטראפן א פליג אין די טרינקן, און א שטיין אין די עסן.

פארדעם האט מען פרייגעלאזט דעם שר המשקים, ווייל א פליג קען זיך אריינכאפן אומבאמערקט, משא"כ א שטיין (מזרחי; גור ארי'; שפ"ח)

משא"כ די תרגום יונתן זאגט גארנישט וועגן א שטיין/פליג, נאר אז מ'האט זיי באשולדיגט אין וועלן הרג'נען דעם קעניג, און צום סוף איז מען דערגאנגן אז נאר דער שר האופים האט געוואלט הרג'נען, נישט דער שר המשקים. (עיין בדבריו פסוק א' ופסוק כ"א וכ"ב)

[און ילקוט שמעוני איז דא א דריטע דעה, אז מ'האט זיי באשולדיגט אין האבן צוטין מיט'ן טאכטער פון קעניג, עיי"ש]

אלזא, מיר זענען זיכער אז הרב גראדער וועט עס צופיצן (הרב מוטשע נישט האט נישט ארויפגעלייגט אויפן PDF די לעצטע שטיקל אז סאיז געמאכט געווארן אין איילעניש)
נאכאמאל א ריזיגן יישר כח!

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 18, 2011 10:43 am

יישר כח הרב גראדער שליט"א
ספיציעל האב איך הנאה געהאט אז איך האב געקענט פארציילן ביים שבת טיש דעי וואך עפעס חדשות וואס די מלמדים האבן נישט פארציילט אין חדר ווייל עס איז סוף סדרה ס'האט אן אנדערע טעם געהאט!!!!!!!!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 11:37 am

און אז מען באמערקט הערשט מאנטאג מקץ די מדרש-גראדער אויף פרשת וישב, מיינט איר אז מען טוהט עס נישט דאונלאודן און אוועקלייגן פאר שבת מקץ?

אויב שבת פרשת וישב האט מען אין קרית טאהש בין תנור לכיריים געליינט די מדרש פון פרשת ויצא וואס מען האט נישט אנגעיאגט צו ליינען אין וויליאמסבורג, קען מען שבת פרשת מקץ אויך ליינען די גראדער לפרשת וישב.

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 10:40 am

לכבוד די וואכדיגע סדרה

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:04 pm

ארויף

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 2:57 pm

יישר כח

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:46 am

א גרויסן דאנק אייך גראדער, די עולם באלעקט זיך דערמיט!
א דאנק מוטשע פארן אהערשטעלן דעם PDF
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:06 am

א גרויסן יש'כ הגה'צ הרב גראדער שליט'א נאבן עס ליינען אין זען וואס די קענסט קומט זיך דיר אזא טיטל בפה מלא עס איז צו באווינדערן ווי אזוי א בשר ודם קען אזי סאך אין עס אזוי שיין צוזאם שטעלן אין איין לאנגע זאך נאכמאל א ריזיגן יש'כ
אתה חונן בעט מען נאכאלץ


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט