אלע צוזאמען לויפן אין... וואסער אריין!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

אלע צוזאמען לויפן אין... וואסער אריין!

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 5:40 pm

ויהי בשלח פרעה.

זונטאג נאכמיטאג, י''ח ניסן שנת ב' אלפים תמ''ח.

ס'שוין אריבער דריי טאג פונעם פארגאנגענעם דאנערשטאג וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, די מצריים האלטן נאך אינמיטן זיך צוזאמקלויבן פון די שווערע מכות וואס זיי זענען אריבער די לעצטע פאר וואכן, די פעלדער זענען חרוב פון די ארבה, די הייזער צובראכן פונעם ברד, די אוצרות אויסגעליידיגט געבארגט פאר די עבריים, און ערגער פון אלעם, די בתי קברות זענען פול געווארן איבערנאכט, ס'ליגט זיי נאך אין די ביינער די שרעקליכע געשרייען יענע נאכט ווען די בכורים זענען אויסגעשטארבן, ס'קלינגט זיי נאך אין די אויערן די שרעקליכע געוויינען פון יעדן איינציגן שטוב אין לאנד מצרים.

עפעס א שטילקייט הערט זיך אבער יעצט, עפעס א פוסטקייט, א ליידיגקייט, מיליאנען מענטשן זענען פלוצלונג נעלם געווארן, דער שרעק וואס האט זיי געמאכט פארטרייבן די אידן יענע נאכט הייבט צוביסלעך אן אויסצואוועפן, צוביסלעך הייבן זיי אן צו קומען צו זיך.

אינעם קעניגליכן פאלאץ זיצט דער צובראכענער צוקלאפטער פרעה, ביז נישט לאנג צוריק איז ער געווען דער גרויסער מעכטיגער שטאלצער קעניג וואס האט געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלט! (מכילתא) ער האט פארמאגט מיליאנען עברישע קנעכט, די מצריים האבן אים געהאלטן פאר אן אפגאט, ס'האט אים גארנישט געפעלט אויף די וועלט, יעצט זיצט ער אבער אויפן קעניגליכן שטול אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, ער ווייסט נישט וואס צו טון דא ווייטער, וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פונעם פלאנטער, נאך דעם גרויסן דורכפאל וואס ער האט געמוזט פארשיקן די אידן מיט חרפות און בושות האבן אנגעהויבן צו קומען גריסן פון אסאך אנדערע לענדער אז זיי שאקלען זיך אפ פון די מצרישע הערשאפט, ''אויב אויף די קנעכט אין אייער אייגענעם לאנד האט איר נישט געקענט געוועלטיגן, פארוואס זאלן מיר אין ארם צובה אדער ארם נהריים מורא האבן פון אייך?!'' האבן זיי גע'טענה'ט, (מכילתא) פרעה האט געשפירט ווי זיין גאנצע מלוכה צופאלט.

''ווער זאגט אז אלעס איז פארלוירן?" האט פרעה געטראכט צו זיך, ''דער משה האט דאך די גאנצע צייט גערעדט פון גיין דינען זייער באשעפער אויף דריי טאג אין מדבר אריין, אפשר פלאנט ער טאקע צוריקצוקומען, ווער ווייסט.''

דער געדאנק האט אים אריינגעגעבן אביסל מוט און שטארקייט.

''באדינער'' האט פרעה געגעבן א שריי.

''צום באפעל, וואס קען מען טאן פארן גרויסן קעניג?''

''דו ווייסט דאך אז מיר האבן ביים גרעניץ געלערנטע וועכטער וואס שטייען אויף די הויכע שטיינער און קוקן זיך אום מיט שפאקטיוון אויף אלעם וואס טוט זיך ארום אונזערע גרעניצן, רוף זיי אהער, איך מוז הערן וואס זיי זעען ביי די עבריים, איך מוז וויסן פונקטליך וואס גייט פאר מיט זיי!''

''צום באפעל, אדוני המלך, איך גיי זיי שוין רופן.''

ביז א קורצע צייט זענען די גרעניץ וועכטער געווען ביי פרעה אין פאלאץ, (מכילתא, ויוגד למלך מצרים, וי''א דורכיות הי' לו) מען האט זיי גלייך אריינגעברענגט צום קעניג.

פרעה איז גלייך צוגעגאנגען צום ענין, ''זאגט מיר, האט איר נאכגעקוקט די עבריים ביים ארויסגיין פון מצרים? האט איר געזעהן עפעס סימנים צו זיי פלאנען צוריקצוקומען?"

''אדוני המלך, מיר זענען טאקע געווען גאר אנגעשטרענגט מיט די ארבעט נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן גאר אסאך פון אונזערע געלונגענסטע וועכטער ביי מכת בכורות, דאך האבן מיר גוט גוט נאכגעקוקט וואס עס קומט פאר ביי די עבריים, און דאס איז וואס מיר האבן געזעהן.

לכאורה קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א פלאן צוריקצוקומען צוליב אסאך סיבות, צום ערשט, מיר האבן געזעהן אז די עבריים זענען גוט באוואפנט! יעדער איינציגער פון זיי האט כאטש פינף סארטן געווער, (ירושלמי שבת פ''ו ה''ד) און זייער גאנצער גאנג איז מיט א פעסטקייט, ווי גלייך זיי זענען פרייע מענטשן. (רמב''ן יג, יח.) זיי זינגען אן טאנצן, זיי שפילן מוזיק, ווי גלייך זיי זענען שוין אינגאנצן פריי געווארן פון אונזער יאך. (רמב''ן י''ד, ה.)

פון נאך א זאך זעען מיר אז זיי פלאנען יא צו אנטלויפן אינגאנצן פון דא, זיי גייען בייטאג און ביינאכט! זיי שטעלן זיך נישט אפ." (רבינו בחיי)

''זאגט מיר, וואו זענען זיי יעצט די עבריים?"

''אדוני המלך, מיר האלטן א פונקליכן קאנטראל וואס דארט קומט פאר, וועלן מיר טאקע דערציילן פארן קעניג וואו זיי זענען און וואס דארט גייט יעצט פאר ביי זיי. דאנערשטאג נאכדעם וואס די עבריים זענען ארויס פון רעמסס זענען זיי געגאנגען קיין סוכות, פרייטאג זענען זיי געגאנגען קיין איתם ביים עק פונעם מדבר, דארט זענען זיי געבליבן ביז נאך שבת, דער קעניג ווייסט דאך ווי דער בן עמרם האט זיי צוגעוואוינט נאך צענדליגער יארן צוריק צו רוען אינעם שבת, קוקט אויס אז זיי האבן זיך נאכנישט אפגעוואוינט פון דעם מנהג, ווייל אפילו יעצט ווען זיי ווילן אזוי שטארק אנטלויפן פון דא האבן זיי גערועט דעם גאנצן שבת, (מכילתא, ושבתו בשבת) ביז היינט אינדערפרי וואס מיר האבן געזעהן ווי ס'הייבט זיך אן דארט הויעך יו''ט.''

''וואס הייסט?'' האט פרעה געפרעגט פארוואונדערט, ''וואס האט איר געזעהן?"

''מיר האבן געזעהן ווי די עבריים הייבן זיך אן צו גרייטן צו גיין ווייטער, פלוצלונג האבן זיך אויפגעשטעלט די די אקטורין סאלדאטן וואס דער גרויסער קעניג האט מיטגעשיקט מיט זיי, מיר האבן נישט געקענט הערן וואס דארט קומט פאר, נאר אזויפיל האבן מיר געזעהן ווי נאך זייערע ווערטער איז געווארן גרויסע מהומות דארט, ס'האט זיך אנגעהויבן א געשלעג, אונזערע געלערנטע סאלדאטן האבן זיך נישט געלאזט אזוי גרינג, אבער קעגן די הונדערטער טויזנטער עבריים האבן זיי זיך נישט געקענט אנטקעגן שטעלן, ווי ס'קוקט אויס איז געווען צווישן זיי היבש גע'הרג'עטע און פארוואונדעטע.''

''איז דא עפעס געראטעוועטע אויך?" האט פרעה געפרעגט באזארגט.

''יא, צו אונזער מזל האבן מיר באמערקט ווי אפאר סאלדאטן האבן זיך יא באוויזן ארויסצושווערצן פון די עברישע מחנה, זיי האבן זיך גענומען לויפן מיט א געוואלדיגע שנעלקייט צוריק קיין מצרים, מיר גלייבן אז מארגן אינדערפרי וועלן זיי זיין דא און מ'וועט קענען הערן פון זיי פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען.''

''גוט, מיר וועלן מוזן ווארטן ביז מארגן אינדערפרי, גלייך ווען זיי קומען אן אין שטאט זאלט איר זיי שיקן אהער צום פאלאץ, יעצט קענט איר צוריקגיין צו אייער ארבעט, א דאנק פאר אייער באריכט.''

''באדינער!'' האט פרעה געשריגן נערוועזערהייט.

''צום באפעל''

''מאך זיכער אז מארגן אינדערפרי ווען די סאלדאטן וואס מיר האבן מיטגעשיקט מיט די עברים קומען אן לאזט זיי גלייך אריין צו מיר, און מאך אויך זיכער אז אלע איבערגעבליבענע יועצים וואס האבן איבערגעלעבט די מכות זאלן זיין דא אין פאלאץ! מיר מוזן ערנסט איבערטראכטן וואס מיר טוען דא ווייטער.

''צום באפעל''

המשך יבא
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 5:55 pm

סהאט זיך געלוינט זיך אריין צו כאפן דא און אייוועלט נאר פאר דעים שכויעך!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 5:59 pm

פרינטער פרינט,
שכוח גראדער ממש די פינגער צו באלעקן יעדע וואך עקסטער
כ'האף וועסט אונז נישט לאזן שטיין אזוי מיט די מצריים אינטער אונז אגאנץ שבת
איך ווארט שוין צו כאפן ביזת הים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:01 pm

WOW, יישר כחכם וחילכם לאורייתא!

---כ'ווארט אויף המשך ווען ער וועט יבא'ן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:27 pm

WOW
דער איז צוריק
אין שוואונג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:42 pm

ויחנו לפני פי החירות

כלל ישראל איז שוין דריי טאג אינדרויסן פון מצרים, צוביסלעך הייבן זיי אן צו שפירן דעם טעם פון פרייהייט, ס'איז טאקע אמת אז אין הארץ נעסטעט נאך א שטיקל פחד פון פרעה, (אוה''ח יד, ל.) זיי ווייסן אז נישט ווייט זיצט פרעה מיט זיין גאנצער פאלק און באוויינען דעם פאקט איז די אידן זענען שוין נישט אינטערטעניגט אונטער זיי, שטילערהייט איז נאך דא א שטיקל פחד פון פרעה, דאך זענען זיי פרייליך און צופרידן צו זיין אינדרויסן.

איין זאך בארואיגט אבער זייער פחד, די אמונה אין גרויסן באשעפער, זיי האבן זיך שוין איבערצייגט די לעצטע 12 חדשים ווי דער אויבערשטער האלט מלחמה פאר זיי און ראטעוועט זיי פון פרעה'ס הענט, אויך יעצט אריינגייענדיג אינעם מדבר האבן זיי פלוצלונג דערזעהן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, זיבן וואלקענעס האבן זיך געגעבן א לאז אראפ, פיר וואלקענעס האבן זיי ארומגענומען פון אלע פיר זייטן, איין וואלקן האט זיך געשטעלט העכער זיי צו באשיצן פון די זון וואס שיינט גאר שטארק אין מדבר, אן אנדערער וואלקן איז געגאנגען אונטער זיי, דער וואלקן האט זיי געטראגן אז זיי האבן נישט געדארפט גיין מיט די פיס, און דער זיבעטער וואלקן איז געגאנגען פאר זיי, דאס האט זיי געוויזן דעם וועג וואו צו גיין.

ווי פארוואונדערט זענען די אידן געווען צו זעהן וואו פארנאכטס קומט אראפ א פרישער וואלקן, דער וואלקן איז געווען גאר אנדערש ווי די אנדערע, ס'איז געווען א פייערדיגער וואלקן וואס האט געשיינט און ליכטיג געמאכט דעם גאנצן ארום, נאכדעם וואס דער פייערדיגער וואלקן האט זיך אוועקגעשטעלט אויפן פלאץ איז דער וואלקן וואס איז געגאנגען פאראויס במשכ'ן טאג אוועקגעגאנגען ביז אינדערפרי ווען זיי האבן זיך צוריק געטוישט.

די אידן האבן קלאר געזעהן אז דער אויבערשטער האט זיי אינזין יעדע רגע און ער לאזט זיי נישט אליינס, דעריבער ווען די שלוחים פרעה האבן זיי זונטאג אינדערפרי אנגעהויבן צו זאגן אז מ'דארף צוריקגיין קיין מצרים האבן זיי בכלל נישט געהאט קיין פחד פון זיי.

"חברה, ס'איז געקומען די צייט צוריקצוגיין! האבן די מצריים געשריגן.

די אידן האבן זיי געלאכט אין פנים אריין, וואס צוריק גיין ווען צוריק גיין, מ'איז קוים ארויס און זיי רעדן גאר פון צוריק גיין.

''אז איר ווילט קענט ''איר'' צוריק גיין קיין מצרים, מיר וועלן זיך בכלל נישט בענקן נאך אייך...''

די מצריים זענען נישט געווען געוואוינט אז די אידן זאלן זיי נישט פאלגן, האבן זיי ווייטער געשריגן מיטן גאנצן שטרענגקייט:

"איר האט געבעטן ארויסצוגיין נאר אויף דריי טאג, יעצט איז די דריי טאג געקומען צו אן ענדע! פאקט פעק און מ'גייט צוריק!''

''לייג צו קאפ'' האט איינער זיך ענדליך מרחם געווען און זיי געענטפערט, ''ס'איז טאקע אמת אז מיר האבן געזאגט פאר פרעה אז מיר גייען ארויס אויף א וועג פון דריי טאג, מיר האבן אבער קיינמאל נישט געזאגט אז נאך די דריי טאג גייען מיר צוריק קומען... (אוה''ח ג יח.) מיר האלטן פונקטליך ווארט, מיר זענען טאקע געגאנגען דריי טעג, אזוי ווי מיר האבן געזאגט און יעצט גייען מיר ווייטער...

"ס'וועט אייך גארנישט העלפן!" האבן די פארלוירענע מצריים געשריגן, ''צום סוף וועט איר ממילא מוזן צוריק קומען, ס'איז א באפעל פון קעניג!''

די אידן זענען שוין נערוועז געווארן פון זיי, מען האט געזעהן אז זיי ווערן נישט שטיל, האט מען זיי אנגעהויבן שטיל צו מאכן אויף אנדערע וועגן, א חלק האט מען גע'הרג'עט, א חלק האט מען פארוואנדעט, און א חלק זענען אנטלאפן קיין מצרים, גלייך צום קעניגליכן פאלאץ וואו פרעה איז שוין געזעצן און געווארט אויף זיי... (מכילתא)

אזוי ווי דער עולם האט זיך בארואיגט האט זיך פלוצלונג געהערט א קול פון א שופר, משה רבינו האט געבלאזן שופר און מודיע געווען פאר כלל ישראל אז מ'דרייט זיך צוריק, מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג צוריק אויף מצרים קיין פיתום וואס האט זיך יעצט געטוישט דעם נאמען אויף פי החירות. (מכילתא)

די אידן האבן טאקע געהאט א שטארקע אמונה אין השי''ת נאך די אלע ניסים וואס זיי האבן געזעהן, אבער אין משה רבינו איז נאך געווען צווישן די אידן אזעלכע שוואכע מאמינים וואס האבן נישט געגלויבט אזוי שטארק, זיי האבן געטראכט אז אפשר איז ער נאר געווען דער שליח ה' אויסצופירן די מכות קעגן די מצריים וואס זענען געווען אזעלכע רשעים, ס'מוז אבער נישט זיין אז ער איז טאקע דער שליח פון אויבערשטן זיי צו פירן אין מדבר. (רמב''ן יד, יא.)

ווען די שוואכערע אידן האבן געהערט אז משה הייסט צוריק גיין קיין מצרים האבן זיי זיך אנגעהויבן רייסן די האר פון קאפ, ''אוי וויי, וואו פירסטו אונז!'' זיי האבן זיך צוריסן די קליידער ''ענדליך זענען מיר שוין ארויס פון דארט ווילסטו אונז צוריק פירן, מיר וועלן דאך גלייך צוריק אריינפאלן אין די מצרישע הענט און צוריק ווערן זייערע שקלאפן און קענכט!"

משה רבינו האט זיי אלע בארואיגן, ''איר דארפט זיך נישט זארגן, דער אויבערשטער האט מיר קלאר געזאגט אז מיר זענען פריי! פרעה וועט שוין מער נישט געוועלטיגן אויף אונז!'' דאן האבן זיך די אידן בארואיגט און זענען מיטגעגאנגען מיט משה צוריק קיין פי החירות. (מכילתא)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:34 pm

ס'טאנצט זיך פאר שמחה אז גראדער איז בעק פול פארס. א דאפעלטע שבת שירה!

ביטע לאז וויסן ווען די ביסט פארטיג פאר די וואך איך זאל קענען מאכן די PDF

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:48 pm

וואס פארטיג, נאך קוים אנגעהויבן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:00 pm

ויוגד למלך מצרים כי ברח העם

פרעה קען שוין קוים ווארטן צו הערן א באריכט וואס עס גייט פאר ביי די עברים, לויט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען דארפן די שלוחים שוין באלד אנקומען, דערווייל נוצט ער אויס די צייט איבערצושמועסן מיט זיינע יועצים די ווייטערדיגע פלענער.

''חשובע פארזאמעלטע'' הייבט פרעה אן די אסיפה, ''איר ווייסט דאך אוודאי אז מיר שטייען דא פינף טאג נאכדעם וואס די עבריים האבן פארלאזט אונזערע גרעניצן, איך ווייס אז זיי זענען נישט ווייט פון דא, איך האב באקומען אינפארמאציע אז זיי זענען גאר צוריקגעקומען דא קיין פי החירות, איך קען אבער נישט באשליסן צו מיר זאלן ארויסגיין מלחמה האלטן מיט זיי און זיי צוריק ברענגען קיין מצרים, אדער אפשר זאלן מיר בעסער שטיין ווייט פון זיי און זיי לאזן גיין זייער וועג." (מכילתא הי' ליבו של פרעה חלוק אם לרדוף אחריהם אם לא)

ס'זענען געווען אזעלכע וואס דער טעם פון די מכות זענען זיי נאך גוט געליגן אין די ביינער, זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין חשק צו כאפן נאך קלעפ, ווען פרעה האט געזעהן ווי זיי קוקן אויף אים אזוי פארוואונדערט פארוואס ער וויל זיך פריש אנהייבן מיט די אידן האט פרעה זיי מסביר געווען.''

''קוקט אהער, איך וועל אייך זאגן וואס דריקט מיר, איר ווייסט דאך אז איך בין אייער אפגאט, דער אידישער גאט האבן מיר זיך שוין איבערצייגט אז ער איז גאר א גרויסער גאט און ער קען טאן מיט די וועלט וואס ער וויל, ס'האט מיר גאנץ גוט געשמעקט ווען ער האט מיר כסדר געשיקט שליחות'ער מיט משה, ס'האט מיר געמאכט זיך שפירן וויכטיג אז דער גרויסער באשעפער שיקט מיר באפעלן, יעצט שפיר איך זיך עפעס אזוי מינדערוויכטיג..." (שמו''ר כ, ז.)

''אדוני המלך'' האט זיך איינער פון די שרים וואס האט נישט אזוי געוואלט די מלחמה אנגערופן, ''ווער זאגט אז די אידן אנטלויפן טאקע, אפשר וועלן זיי ממילא צוריק קומען און ס'פעלט נישט אויס זיך צו גיין שלאגן מיט זיי?"

פרעה'ס געדולד האט געפלאצט, צוביסלעך האט ער צוריקבאקומען זיין אמאליגער שטאלץ, ''אז איך זאג אז זיי אנטלויפן זאלט איר מיר גלייבן! איך הער אז יעצט זענען זיי צוריקגעקומען קיין פי החירות, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס זיי לויפן אהין און צוריק?! ווען זיי האבן ווען א קלארן פלאן וואלטן זיי נישט געגאנגען אזוי צומישט, נאר ווען איינער אנטלויפט האט ער נישט דעם קאפ אויפן פלאץ און גייט אזוי ווי די אידן זענען יעצט געגאנגען!" (אב''ע יד, ב.)

אזוי רעדנדיג איז אנגעקומען איינער פון די גרעניץ וועכטער איבערגעבן א באריכט פארן קעניג, פארשטייט זיך מ'האט אים גלייך אריינגעברענגט אינעם גרויסן זאל וואו די אסיפה איז פארגעקומען.

דער פשוטער זעלנער האט זיך אביסל געשראקן צו רעדן פארן קעניג מיט די אלע גרעסטע קעפ פון לאנד, פרעה האט אים אבער נישט געגעבן קיין צייט צו טראכטן נאר געטריבן שוין צו דערציילן וואו עס האלט מיט די עבריים.

''אדוני המלך'' האט דער דערשראקענער וועכטער אנגעהויבן, ''די עבריים זענען במשך דעם לעצטן טאג געגאנגען אויף צוריק, פון איתם זענען זיי צוריקגעגאנגען ביזן גרויסן אפגאט דער בעל צפון, יעצט שטייען צווישן דעם בעל צפון מיטן ים, וואו ס'קוקט אויס זענען זיי דארט פארכאפט ווייל גאר אסאך ווילדע חיות פונעם מדבר האבן זיך פארזאמלט פון די צוויי זייטן ארום זיי און לאזן זיי נישט גיין ווייטער!'' (מכילתא)

פרעה האט געגעבן א שפרינג אויף פון בענקל, ''זעהט איר! איך כאפ שוין די גאנצע זאך! דער גרויסער אפגאט, אה, דער בעל צפון! וויאזוי האב איך זיך נישט געכאפט ביז יעצט, ער איז דאך אונזער שטערקסטער אפגאט! ער איז דער איינציגער וואס האט זיך געשטארקט און איבערגעלעבט די מכות ביי וועלכע אלע אונזערע אנדערע אפגעטער זענען נעבעך חרוב געווארן, ער איז שטערקער ווי די עבריים! ער שלעפט זיי צוריק!

פארוואס האב איך נישט פריער געטראכט דערפון?! וואו איז געווען מיין שכל? פארוואס בין איך נישט פריער געלאפן און מתפלל געווען צום בעל צפון ער זאל אונז העלפן, וואלטן מיר נישט געדארפט צוקומען צו אזא מצב וואס מיר האבן געדארפט ארויסלאזן די עבריים." (ספורנו יד, ה.)

''אדוני המלך'' האט זיך איינער פון די עלטערע חרטומים אנגערופן, ''דער קעניג דארף זיך נישט ערגערן, איך וועל מסביר זיין פארן קעניג פארוואס דער בעל צפון האט זיך פונקט יעצט אויפגעוועקט און איז פונקט יעצט גרייט אונז צו העלפן, דער קעניג ווייסט דאך אוודאי אז דער בעל צפון איז דער אפגאט פון געלט! יעצט ווען די אידן האבן אונז בא'גנב'עט און אנטלאפן נאך ''בארגן'' אונזער גאנץ פארמעגן, איז דער בעל צפון אויפגעשטאנען און נעמט זיך אן פאר אונזער געלט...'' (כלי יקר יד, ב.)

''איך הער וואס דו זאגסט'' האט פרעה געזאגט, ''ס'איז גאנץ א גוטער געדאנק, נאך א זאך קען איך אייך יעצט אנטפלעקן, איר זעהט דאך אלע אז איינער פון אונזערע גרעסטע כישוף מאכער פעלט יעצט ביים אסיפה.''

יעדער האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן ווער עס פעלט טאקע.

''בלעם, בלעם'' האט זיך געהערט פון אלע זייטן, ''וואו איז בלעם?"

''הערט צו'' האט פרעה געזאגט, ''די לעצטע פאר טאג בשעת איר אלע זענט געווען פארנומען זיך צוזאמצוקראצן פון אייערע וואונדן וואס דער אידישער גאט האט אייך אנגעמאכט מיט זיינע מכות, בין איך אייער גרויסער קעניג נישט געשלאפן! איך האב ארויסגעשיקט דעם גרויסן מכשף בלעם צו די הרי החשך, דארט ווי כישוף האט נאך א גרעסערן כח, און צוזאמען מיט אונזער שר פון הימל, עוזא, פרובירט ער מיט אלע כוחות פון כישוף צוריק צו ברענגען די עבריים, קוקט אויס אז עפעס האט ער מצליח געווען.'' (ילקוט ראובני)

די פארזאמעלטע האבן גראטולירט פרעה פאר זיין געוואלדיגן איינפאל.

פלוצלונג זענען אלע געווארן ערשטוינט ביז גאר, צוויי באקאנטע פנימער האבן אריינשפאצירט אין זאל, ''וואס טוען די צוויי פארשאלטענע עבריים ביים קעניג אין פאלאץ!'' האט איין שר געשריגן.

פרעה האט זיך צושמייכלט, ''איר דארפט נישט מורא האבן, די צוויי, דתן און אבירם זענען אונזעריגע, אפילו אינעם נאכט פון די גאולה ווען גאר אסאך מצריים האבן אונז פארראטן און זענען ארויס מיט די עבריים צוזאמען, האבן זיי זיך נישט פארלוירן און זיי זענען געבליבן דא מיט אונז.'' (תרגום יונתן יד, ג. על ואמר פרעה לבני ישראל, ויימר פרעה לדתן ואבירם דמשתיירון במצרים וכו')

''איר הערט דתן און אבירם וואס עס גייט פאר מיט אייערע ברידערלעך? זיי בלאנדשען ארום אין מדבר, זיי ווייסן נישט וואו צו גיין, און יעצט האט נאך דער בעל צפון זיי פארכאפט... איר האט גאר קלוג געטון אז איר האט זיך צוגעשטעלט צו אונז...''

"אדוני המלך, איך וואלט געוואלט בעטן רשות צו זאגן אפאר ווערטער.'' האט איינער פון די יועצים זיך געבעטן.''

''רעד, אבער מאך עס קורץ, מיר האבן א מלחמה זיך צו גרייטן!'' האט פרעה געענטפערט.

''אדוני המלך, שוין צוועלף חדשים וואס מיר ליידן זיך צוזאם אומבאשרייבליכע צרות און יסורים פון די עבריים, דער גאנצער לאנד איז ממש חרוב ונחרב, גאנצע משפחות זענען צוריסן און צובראכן, ס'איז ממש נישטא קיין איינציגער מענטש און מצרים וואס איז נישט געווארן געשעדיגט פון די שרעקליכע מכות, צו וואס פעלט אונז אויס פרישע צרות, לאמיר שוין איינמאל פאר אלעמאל מוותר זיין אויף די עבריים, געענדיגט מיט די גאנצע זאך, לאמיר ענדערש אריינלייגן דעם קאפ וויאזוי צוריק אויפצובויען דעם האלב חרוב'ן מצרים.''

פרעה האט געשפירט אז ער מוז ענטפערן עפעס א גוטן תירוץ, אז נישט וועלן זיך נאך אסאך שרים צושטעלן צו אים און ער דא האט ער געדארפט אנקומען צו יעדן איינם צוצוגרייטן א מעכטיגן מיליטער ארויסצוגיין קעגן די אידן, ער האט ספעציעל געדארפט די מעסיגע רואיגערע מצריים מיט זיך, ווייל נאר ביי זיי איז נאך געווען פערד צו באקומען, די פאנאטישע מצריים האבן אלע פארלוירן זייערע פערד ביי מכת דבר, נאר די וואס האבן געגלייבט די ווארענונג פון משה און האבן אריינגעלייגט זייערע פערד אין די שטאלן האבן איבערגעלעבט די מכה, האט פרעה געדארפט אנקומען יעצט צו זיי, האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט:

''מיינע טייערע מיניסטארן, הערט זיך גוט צו צו וואס איך זאג אייך יעצט, אמת, ווען ס'רעדט זיך נאר פון די עבריים וואלט אפשר געווען א פלאן זיך אפצולאזן פון די גאנצע זאך, מיר דארפן אבער געדענקען צוויי זאכן וואס צוליב דעם ''מוזן'' מיר ארויסגיין אין א בלוטיגע מלחמה.

צום ערשט, אין די נאכט פאר די אידן זענען ארויס, ווען מיר האבן געמיינט אז אלעס איז פארלוירן, זענען געקומען הונדערטער טויזנטער פון אונזער פאלק, מצריים ווי אונז, און געבעטן רשות מיטצוגיין מיט די עבריים, איך האב געמיינט אז זיי ווילן זיי פשוט גיין באגלייטן האב איך זיי געגעבן רשות, וואס עס שטעלט זיך אבער יעצט ארויס זענען זיי געבליבן מיט די עבריים, ס'קען האבן צוויי באדייטן וואס איינס איז ביטערער פונעם צווייטן, אדער ווילן זיי זיך מגייר זיין און ווערן אידן, דאס איז א זאך וואס מיר טארן נישט צולאזן! אונזער אייגן בלוט און פלייש, אונזערע אייגענע מצריים טארן קיין אידן נישט ווערן! (ילמ''ל)

אדער קען גאר זיין עפעס אנדערש, קען זיין אז זיי ווילן באמת צוריק קומען צו אונז נאר די עבריים לאזן זיי נישט! איז דאך זיכער אז צוליב דעם אליינס דארפן מיר ארויסגיין און קומען צו הילף פאר אונזערע ברודער, מלחמה האלטן מיט די עבריים און זיי באפרייען, ס'איז זיכער ווען זיי וועלן זעהן אז מיר קומען זיך אננעמען פאר זיי וועלן זיי זיך צושטעלן צו אונז פון אינעווייניג אזוי וועלן מיר גרינג קענען בייקומען די עבריים. (כלי יקר יד, ה.)

די צווייטע סיבה פארוואס מיר מוזן ארויסגיין קעגן די עבריים איז נאך שטערקער, זיי האבן אונזער געלט! זיי האבן אונז בא'גנב'עט פון קאפ ביז פיס! נישט גענוג וואס מיר האבן זיך צוזאמגעליטן פון זיי די אלע מכות, נישט גענוג וואס מיר האבן ביים סוף נאך פארלוירן די אלע מיליאנען קנעכט, זענען מיר נאך געבליבן אן קיין איינציגע פרוטה! זיי האבן ממש אויסגעליידיגט מצרים פון יעדע ווערטפולע זאך, דאס אליינס איז שוין גענוג סיבה מיר זאלן זיי נאכלויפן און מלחמה האלטן מיט זיי. (מכילתא)

"מאכט פלאץ! לאזט אדורך..." האט זיך געהערט קולות.

צובלוטיגט און צוביילט האבן זיך אפאר הינקעדיגע סאלדאטן אריינגעשלעפט אין פאלאץ.

פרעה האט גלייך פארשטאנען ווער זיי זענען, ''איר זענט די איקטורין סאלדאטן וואס זענען מיטגעגאנגען מיט די עבריים?"

"יא אדוני המלך"

"גוט, לאמיר הערן א פונקליכן באריכט וואס דארט איז פארגעגאנגען"

"אדוני המלך, אזוי ווי עס איז געקומען דער דריטער טאג און מיר האבן געזעהן אז די עבריים האלטן נישט ביים צוריק קומען האבן מיר אנגעהויבן צו פאדערן מ'זאל איינהאלטן דעם קעניג'ס באפעל און זיך ארויסלאזן אויף צוריק, וואס זאלן מיר זאגן, ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עבריים זענען א צופלויגענע פאלק און קיין פירער, ס'איז געווארן א מהומה, מ'האט אונז געשלאגן, גע'הרג'עט, און קיינער האט נישט מוחה געווען, ס'איז נישט געווען ביי זיי קיין מנהיג וואס זאל עס אפשטעלן.'' (מכילתא)

צוביסלעך זענען די מיניסטארן אויך געווארן מיטגעשלעפט מיט פרעה'ס אפעטיט נאכצלויפן די אידן.

''אדוני המלך'' האט דער קריגס מיניסטער געזאגט, ''אויב די עבריים האבן נישט קיין מנהיג איז גאר גרינג זיי בייצוקומען, קוקט אויס אז דער משה איז נאר געווען דער שליח פון זייער גאט ארויסצונעמען דעם פאלק פון דא, יעצט אבער האבן זיי נישט קיין פירער, דעריבער שטעל איך זיך צו צום קעניג'ס מיינונג אז מ'דארף טאקע נאכלויפן און מלחמה האלטן מיט די עבריים.''

שששש......

''וואס זענען די קולות דא אינמיטן א וויכטיגע אסיפה!!!'' האט פרעה זיך אויפגערעגט. ''וואס גייט פאר דארט אינדרויסן?! פארוואס קענען זיך די באדינער נישט האלטן שטיל דארט? מ'וועט מוזן מאכן דא אן ערענסטער אויפשאקלונג נאכדעם וואס אלעס וועט זיך אוועק שטעלן!''

''אדוני המלך, דער גרודער איז פשוט ס'איז געקומען איינער, ער זאגט אז ער איז א קעניג פון איינע פון די שכינות'דיגע מדינות, ער וויל ''שוין'' רעדן מיטן קעניג און מיר האבן אים מסביר געווען אז דער קעניג איז יעצט ביי א וויכטיגע אסיפה און מ'קען נישט שטערן, האט ער זיך גענומען מאכן מהומות...''

''ווער איז עס? וויאזוי הייסט ער?"

"עפעס, עמלק.... דאכט זיך'' (מכילתא)

''אהא! עמלק, לאז אים שוין אריין! ער קומט זיכער וועגן די עבריים.''

''אה, עמלק מיין פריינד, קום זעץ זיך דא נעבן מיר... ברענגט אריין עפעס כיבוד, א גלעזל עמלקישער וויסקי אפשר? וואס טרונקט מען היינט דארט ביי אייך?''

''געערטער פרעה, ס'נישטא יעצט קיין צייט אויף קיין כיבודים! הער אויס צוליב וואס איך בין געקומען.

אזוי ווי ס'איז אנגעקומען צו אונז די ידיעה אז דער עברישער פאלק איז ארויס פון דיין לאנד מיט אפאר טאג צוריק זענען מיר זיך צוזאמגעקומען אן אסיפה פון אלע קעניגן פון די שכינות'דיגע לענדער, כנען, אדום, מואב, און איך, מיר האבן דן געווען וואס צו טאן, מיר ווייסן אז די עבריים האבן אין פלאן צו קומען באראבעווען און צונעמען אונזערע מדינות. (שמו''ר כ, טז.)

די כנענים זענען אויפגעקומען מיט א פלאן, זיי האבן זיכער געמאכט אז די עבריים זאלן נישט האבן קיין שום סיבה אריינצוקומען אין זייער לאנד, זיי האבן פארשטאפט אלע קוועלער, אפגעשניטן אלע פרוכט בוימער, חרוב געמאכט אלע הייזער, אזוי אז די עבריים האבן נישט וואס צו זוכן דארט. (מכילתא)

איך וויל דיר בעטן חשובער פרעה, לאז נישט די עברים אנטלויפן! גיי ארויס קעגן זיי און ברענג זיי צוריק!''

"יא טייערער עמלק, דארפסט זיך נישט זארגן, דאס איז טאקע די סיבה אויף וואס מיר זיצן יעצט, מ'גרייט זיך אויף א קריג וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן! מיר וועלן ארויסגיין מיט א כח וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון מלחמות! און מיטן הילף פונעם בעל צפון וועלן מיר האבן די עבריים דא צוריק אלס קנעכט!''
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:00 pm

געוואלדיג, שכוח גראדער
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:01 pm

געוואלדיג, שכוח גראדער
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך

_________________

ס'האט זיך געפאוסט צוויי מאל בטעות, אבער באמת איז אפי' צוויי מאל נישט גענוג צו באדאנקן גראדער, פארן אוועקגעבן פון זיין צייט קאפ מח און טאלאנט פאר די חברי אייוועלט
לעצט פאראכטן דורך דזשעב 012 אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:52 pm

ואת עמו לקח עמו

מאנטאג נאכמיטאג און ביינאכט זענען געמאכט געווארן די געוואלדיגע הכנות ארויסצוגיין אין מלחמה, געווענטליך דארף נעמען חדשים לאנג צוצוגרייטן אזא מעכטיגן מיליטער, יעצט איז אבער נישט געווען קיין צייט דערצו, יעדע מינוט איז געווען צו טייער, פרעה האט זיך אוועקגעזעצט מיט זיינע קריגס מיניסטארן און אויסגעארבעט די פונקטליכע פלענער.

''די ערשטע זאך וואס מ'דארף טון איז איבערצייגן דעם פאלק אז די ריכטיגע זאך צו טאן איז טאקע גיין אין מלחמה'' האט דער גענעראל געזאגט, ''דער פאלק האט דאך נישט מיטגעהאלטן די אלע קלוגע זאכן וואס דער קעניג האט געזאגט היינט ביי די אסיפה, דארף מען צום ערשט צוזאמרופן דעם גאנצן פאלק און דער קעניג זאל רעדן פאר זיי, ארויסברענגען די אלע סיבות פארוואס מיר מוזן זיך ארויסלאזן אויף דעם מעכטיגן קאמף.'' (אוה''ח יד, ו.)

פרעה האט גלייך געהייסן מען זאל שוין צוזאמרופן דעם גאנצן מיליטער און אלע מצריים, יעדער זאל קומען תיכף ומיד צום ריזיגן צענטער פון שטאט וואו ער וועט בקרוב אויפטרעטן מיט א גאר וויכטיגע דרשה פאר די טובה פונעם פאלק.

אין א קורצע צייט איז מען געקומען מעלדן פאר פרעה איז דער פאלק איז גרייט, יעדער איז געווען נייגעריג וואס די פלענער זענען אויף ווייטער, רוב פאלק איז נישט געווען גרייט אויף קיין מלחמה, די מכות פון ביז אהער איז זיי געווען גענוג, זיי האבן געוואלט אריבערמישן דעם בלעטל און אנהייבן פריש, די פלאם פייערדיגע דרשה פון פרעה האט גאר שנעל באוויזן צו טוישן זייער מיינונג.

''מיינע טייערע מצריים, ס'נישטא קיין צייט יעצט אויף קיין לאנגע דרשות, איך וויל אייך נאר זאגן איין זאך, קוקט זיך אן וויאזוי מיר קוקן אלע אויס, צובראכן און צוקלאפט מיט א געפאלענעם מוט, וויאזוי קוקן די עבריים יעצט אויס? זיי גייען מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ גליקליך און שטאלץ! קענען מיר עס צולאזן אז אונזערע ביז איצטיגע קנעכט זאלן זיך ארומדרייען פראנק און פריי גליקליך און צופרידן אין די זעלבע צייט וואס מיר פייניגן זיך דא אזוי?! זיכער טארן מיר עס נישט צולאזן!''

די קנאה האט געארבעט, די מצריים האבן אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס ס'איז טאקע יא וויכטיג זיך ארויסצולאזן אין מלחמה אריין... (ימל''ל)

''נאך א זאך זאלט איר וויסן" האט פרעה ווייטער געדינערט מיט זיין שטימע, ''מיר האבן יעצט באקומען א ידיעה פון אונזערע חרטומים ביים בעל צפון אז דער גרויסער אפגאט האט זיי אנטדעקט א מורא'דיגן סוד, דער עברישער גאט האט געמאכט א בונד, אזא ברית בין הבתרים מיטן זיידן פון די עבריים, אברהם העברי, ער האט אים געזאגט אז זיינע קינדער וועלן זיין קנעכט פיר הונדערט יאר, יעצט מאכט א חשבון, די גנבים זענען נאר געווען דא צוויי הונדערט און צען יאר! זיי האבן אונז בא'גנב'עט הונדערט ניינציג יאר ארבעט! מיר דארפן גיין און פאדערן וואס עס קומט אונז! זאלן זיי אפארבעטן זייערע באשטימטע יארן!'' (רבינו בחיי ועי' ילמ''ל)

פרעה האט געזעהן אז די לופט ווערט שוין ווארימער, דער עולם הייבט אן צו ווערן הייס פאר די מלחמה, האט ער באשלאסן צו שיסן דעם לעצטן און שטערקסטן קויל, געלט!

''מיין טייער פאלק, די עבריים די רויבערס האבן אונז בא'גנב'עט! זיי האבן אונז איינגערעדט אז זיי קומען צוריק נאך דריי טאג און אזוי ארום געבארגט אונזער גאנצער פארמעגן, פארדעם אליינס איז שוין גענוג מיר זאלן גיין מלחמה האלטן און צוריק נעמען אונזער געלט, איך וועל אייך אבער דערציילן נאך עפעס וואס איר וועט נישט גלייבן.

וואס טראכט איר אז די עבריים טוען יעצט? זיי זיצן אין פי החירות נעבן דעם בעל צפון, דארט איז געווען באהאלטן דער גרעסטער אוצר פון לאנד, די אלע געלט וואס דער פריערדיגער משנה למלך יוסף האט צוזאמגענומען פון די גאנצע וועלט ביי די הונגער יארן האט ער דארט באהאלטן, די עבריים האבן עס יעצט געטראפן און זיי בא'גנב'ענען עס! (מכילתא) די אלע געלטער וואס זיי האבן גענומען פון מצרים איז נאר א משל קעגן דעם פארמעגן וואס זיי גנב'נען יעצט דארט! די געלט פון די גאנצע וועלט נעמען זיי יעצט צו פון אונז!"

פרעה איז אבער נאכנישט פארטיג געווען, ער האט געזעהן אז רעדן פון געלט ארבעט, דער פאלק שפרינגט שוין ארויס פון די הויט און ברענט שוין צו גיין אין מלמחה מיט די אידן, האט ער ממשיך געווען פאר נאך א מינוט.

''און איר מיינט אוודאי אז מיט דעם געלט זענען שוין די עברים צופרידן, הא? ניין! אויף עפעס א מיסטריעזן וועג איז עפעס געווארן א לעכל אין גן עדן, ס'פליסן ארויס פון דארט ריזיגע דיאמאנט שטיינער אין טייך פישון אריין, פון דארט קיין גיחון, און פון דארט צום ים סוף, דער ים שפייט עס אויס דארט וואו די עבריים שטייען יעצט, אזוי פאקן די עבריים אן פרישע זעק און פעק מיט די טייערסטע שטיינער! מיר טארן עס נישט צולאזן. (תרגום יונתן יד, ט.)

''איך זאג אייך צו, אפילו געווענטליך נעמט דער קעניג דעם גרעסטן חלק פונעם רויב, יעצט וועלן מיר זיך אלע צוטיילן גלייך אויף גלייך! דעם גאנצן ריזיגן פארמעגן וואס מיר וועלן צונעמען פון די עבריים וועט ווערן צוטיילט צווישן אלע מצריים אייניג, אזוי וועלן מיר ווידער זיין די רייכסטע מענטשן אויף די וועלט!

אוי איז דאס אייך נישט גענוג, וועל איך עפענען מיינע אוצרות און נאך צולייגן געלט פאר יעדן איינעם, דער עיקר, געגאנגען! לאמיר זיך שוין ארויסלאזן אין מלחמה אריין!

אזוי מיר האבן שוין געזעהן אז מ'קען נישט און מ'טאר נישט אונטערשאצן דעם כח פון די עבריים, דארפן מיר ארויסגיין מיט א מורא'דיגן כח, לויט אונזערע ביכער זענען דא דריי מיליאן עבריים (פרעה לא ידע משמונים אחוז שמתו בשלשת ימי אפילה.) וועלן מיר נעמען דריי הונדערט סאלדאטן קעגן יעדן עברי! מיר וועלן ארויסגיין מיט ניין הונדערט מיליאן סאלדאטן! (במכילתא כמה שיטות על ושלישים, י''א ג' על כל עברי, י''א שלשים, וי''א שלש מאות, ועי' רבינו בחיי שלדעת כולם היו צ רבוא, כי ג' השיטות מכוונים לג' השיטות על וחמושים עלו בנ''י, א' מחמש, א' מחמישים וא' מחמש מאות, עיי''ש)

''דערצו וועלן מיר נאך נעמען א זעקס הונדערט רייטערס אויף פערד, פאר יעדן סאלדאט וועט מען געבן דריי סארטן וואפן, אזוי וועלן מיר זיכער באזיגן דעם שוואכן עברישן פאלק!"

"מארגן דינסטאג אינדערפרי זאלט איר אלע זיין גרייט!"

איבערנאכט זענען געמאכט געווארן אלע לעצטע הכנות ארויסצוגיין מלמחה האלטן מיט דעם אידישן פאלק.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:02 pm

מחכים לעוד
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:10 pm

נאך נישט געליינט אבער נאר פאר זען אז גראדער האט געשריבן קומט א שכוח
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:13 pm

וועט מען נאך קענען ארויספרינטן א פידיעף אויף שבת?

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:42 pm

וירדפו מצרים אחריהם

אינדערפרי האט איינער פון די שרים וואס איז נאך אלץ נישט געווען אזוי צופרידן פון די מלחמה זיך גענומען די מוט און געפרעגט פון פרעה:

"אדוני המלך, דער קעניג האט באמת נישט מורא ארויסצוגיין קעגן די עבריים? דער הויכגעשעצטער קעניג האט דאך שוין געזעהן אז דער עברישער גאט איז גאר שטארק און ער קען פירט די וועלט פונקליך לויט ווי ער וויל, מיר האבן דאך געזעהן ווי יעדע זאך אויף די וועלט איז משעובד צו אים און אלעס קען ער דרייען וויאזוי ער וויל, וויאזוי האט דער קעניג נישט מורא אז אויך יעצט וועט ער עפעס אנדרייען און מיר וועלן ביטער דערלייגן פון די גאנצע מערכה?"

פרעה האט נישט געוואוסט אז פון הימל שטארק מען אים יעצט און מ'נעמט אים אוועק דעם שכל כדי ער זאל אליינס קומען צו לויפן צום ים אפצונעמען זיין שטראף אויף די אלע צרות און יסורים וואס ער האט געפייניגט די אידן אלע יארן, האט ער געענטפערט דעם שר:

"איך זעה דא א מורא'דיגע זאך, געדענקסט אוודאי איינע פון מיינע ערשטע גזירות נאך פאר אכציג יאר צוריק איז געווען אז מ'זאל אריינווארפן די אידישע קינדער אין וואסער אריין, למעשה זעסטו דאך אז איך האב דעמאלס נישט מצליח געווען און די עבריים זענען געבליבן לעבן, קוקט אויס אז די סיבה איז געווען ווייל די אפגעטער האבן נישט קאעפערירט מיט מיר, יעצט זעה איך אבער אז דער שטארקער בעל צפון איז מסכים מיטצוארבעטן מיט אונז, והא ראי', די עבריים זענען שוין געווען ביים מדבר, און ער האט זיי צוריקגעשלעפט ביזן ים סוף! ס'איז זיכער ווייל ער וויל יעצט מקיים זיין מיין דעמאלסדיגע גזירה און זיי אלע אריינווארפן אין ים אריין...'' (מכילתא)

פרעה האט אליינס איינגעשפאנט דעם פערד און וואגן, ער האט נישט געוואוסט אז שוין מיט העכער צוויי הונדערט יאר צוריק האט יוסף הצדיק דער משנה למלך אויך אליינס איינגעשפאנט זיין וואגן ווען ער איז געגאנגען מקבל פנים זיין יעקב אבינו, און דער זכות וועט יעצט ביישטיין קעגן דעם וואגן וואס ער שפאנט יעצט איין... (מכילתא)

די אלע מיליאנען סאלדאטן זענען געווארן אויסגעשטעלט אין מסודר'דיגע מחנות. (מכילתא)

דעם וועג וואס די אידן האבן געמאכט אין דריי טאג, האבן די אנטלאפענע סאלדאטן געמאכט אין איינס א האלב טאג, און פרעה מיטן גאנצן מיליטער האבן געמאכט דעם וועג אין א טאג, דינסטאג נאכט, אור ליום כ''א ניסן זענען די גאנצע מחנה מצריים אנגעקומען צום פלאץ וואו די אידן זענען געשטאנען.

די ערשטע זאך האט פרעה מקריב געווען א קרבן פארן בעל צפון, מיט די האפענונג אז דער בעל צפון וועט אים קומען צו הילף און העלפן באזיגן כלל ישראל. (מכילתא)

די אידן האבן געוואוסט אז די מצריים קומען, גלייך ווען די פארוואנדעטע סאלדאטן זענען אנטלאפן האבן די אידן פארשטאנען אז זיי וועלן לויפן אלעס דערציילן פאר פרעה און די מצרים וועלן קומען נקמה נעמען. (מכילתא) אויך האט זיי משה רבינו קלאר איבערגעזאגט די ווערטער פון אויבערשטן, ''פרעה וועט אייך נאכלויפן, און דורך די ניסים וואס וועט פאסירן וועט מיין נאמען געהייליגט ווערן''

דאך ווען זיי האבן געזעהן אז אויך דער מלאך דער שר פון די מצריים, ''מצרים'' (ובש''ס עוזא שמו) איז מיטגעקומען זענען זיי געווארן פארלוירן און אנגעהויבן מורא צו האבן. (שמו''ר כא, ה.)

די אידן זענען יעצט געווען אויף א שרעקליכן מצב, פאר זיי דער ים, אונטער זיי די מצריים, פון די צוויי זייטן דער שרעקליכער מדבר מיט די חיות רעות, חוץ שרייען צום אויבערשטן האבן זיי נישט געזעהן קיין שום זאך וואס צו טון...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 11:17 pm

דער גראדער ארבעט אריין...

דעם שבת וועט מען שוין נישט האבן קיין צייט צו שלאפן, מען האט "מדרש גראדער" צו ליינען!

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 11:26 pm

לוח פון יצי"מ ביז נאך קרי"ס - קרעדיט גראדער (ווען גראדער מאכט עפעס גייט דאס עד הסוף!)

לוח.jpg

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 11:40 pm

דער לוח איז לויטן מכילתא, פרקי דר''א וכו', לויטן סדר עולם איז אלעס שפעטער מיט א טאג, דאס הייסט מ'איז ארויס פון מצרים פרייטאג וכו' רוב נעמען אבער אן כנ''ל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 11:57 pm

גראדער אין מילים
הולכים לישון
ובעז"ה מחר נגמור את השאר שתוסיף
כל טוב וייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:12 am

ויצעקו בני ישראל.

פון מינוט צו מינוט איז דער מצב געווארן ערגער און ערגער, די מצריים האבן אנגעשטעלט זייער געווער צו באשיסן די אידן, די קולות און געשרייען פון די מצריים האט מען גוט אריבערגעהערט אין די אידישע מחנה.

צום ערשט האבן די אידן מתפלל געווען און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל זיי ארויסהעלפן און שיקן א ישועה אינעם ביטערן מצב, אבער צוביסלעך האט די געדולד אנגעהויבן אויסצולויפן, די שוואכערע חלקים פון כלל ישראל האבן אנגעהויבן צו האבן ספיקות אין משה רבינו וואס דאס האט נאר צוגעגאסן אויל אויפן פייער צו מאכן די מהומות נאר גרעסער און גרעסער. (רמב''ן יד, יא.)

אויך אין הימל איז געווארן א מורא'דיגער רעש, די מלאכי חבלה אנגעפירט דורכן ס''מ האבן געטענה'ט צום רבש''ע, ''פארוואס זאלן די אידן ווערן געראטעוועט און די מצריים גע'הרג'עט, די אידן זענען דאך פונקט די זעלבע עובדי עבודה זרה ווי די מצריים, מיט וואס זענען זיי חשובער?!"

פון די אנדערע זייט זענען געשטאנען די אבות הקדושים און די שבטי קה און איינגעריסן פאר כלל ישראל, זיי האבן געבעטן און מתפלל געווען דער רבש''ע זאל ווי שנעלער שיקן די ישועה.

דער אויבערשטער האט טאקע אראפגעשיקט מלאך מיכאל, ער האט גענומען דעם עמוד האש, דער פייערדיגער וואלקן וואס איז געווענטליך יעדע נאכט געשטאנען פאר די אידישע מחנה און ער האט עס אוועקגעשטעלט אונטער די אידן, אזוי אז די מצריים זאלן זיך נישט קענען דערנענטערן צו די אידן, אויך האט דער וואלקן אריינגענומען אין זיך אלע פיילן וואס די מצריים האבן געשאסן אויף די אידן.

כלל ישראל איז געווארן צוטיילט אין פיר חלקים, יעדער חלק האט געהאט אן אנדערע מיינונג וואס צו טון. (תרגום יונתן יד, יג. ועי' ספר הישר וילמ''ל)

די שבטים ראובן, שמעון, יששכר האבן געשריגן מיר וועל ענדערש אריינטאנצן אין ים ווי איידער צוריק אנצוקומען אין די מצרישע הענט.

די שבטים זבולון, בנימין און נפתלי האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן דאס לעבן אזוי גרינג, זיי האבן זיך גענומען מאכן סימנים פאר די מצריים(מדרש חזית) אז זיי זענען זיך גרייט אונטערצוגעבן און צוריק ווערן קנעכט אונטער די מצרישע הענט.

שבט יהודה און יוסף האבן געטענה'ט מ'זאל זיך נישט דערשרעקן און זיך לאזן אין מלחמה מיט די מצריים.

שבט לוי, גד און אשר האבן גע'עצה'ט מ'זאל זיך נעמען מאכן אזעלכע קולות אז די מצריים זאלן זיך דערשרעקן און אנטלויפן...

א צעמישעניש האט זיך געטון אין די אידישע מחנה, קולות פון ווייטאג און שרעק האבן זיך געהערט פון אלע זייטן, דא איז נעבעך געשטאנען א צובראכענער איד און זיך אויסגערעדט זיין ביטער הארץ פאר משה רבינו וואס האט יעדן אויסגעהערט מיט א שטוינענדע סבלנות וואס נאר דער גרויסער מנהיג ישראל האט געקענט באווייזן.

''הער זיך צו משה, מיר האבן געארבעט ביטער שווער אין מצרים, מיר האבן שוין נישט געטראכט אז ס'קען זיין עפעס ערגער ווי דעם, מיר האבן געמיינט אז דאס איז דאס ערגסטע וואס קען אונז פאסירן, איז אבער געקומען ביי מכת חשך, פיר פון יעדע פינף מענטשן זענען געשטארבן, איר ווייסט וואס דאס מיינט! יעדער איינציגער מענטש האט פארלוירן געשוויסטער, קינדער, גוטע פריינט, ס'איז געווען סאך ערגער און שווערער ווי דעם שעבוד.

מיר האבן שוין געמיינט אז דאס איז די ערגסטע זאך וואס מיר האבן איבערגעלעבט, יעצט זעען מיר אבער אז ס'ווארט אונז נאך אפ סאך ערגערס, די וואס זענען געשטארבן ביי מכת חשך האט מען כאטש מספיד געווען, מ'האט זיי באגראבן און געברענגט צו קבר ישראל, מיר גייען אבער צו דעם אויך נישט זוכה זיי, ווי ס'קוקט אויס וועלן אונזערע טויטע קערפערס בלייבן ליגן דא אויסגעשפרייט נעבן ים. (מכילתא)

משה רבינו האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן דעם מצב, ער האט געוואוסט און געגלייבט אז פון עפעס א וועג וועט דא קומען א ישועה, ער האט אבער נישט געוואוסט וואס ער האט דא צו טון יעצט. (רמב''ן יד, טו.) די ערשטע זאך פאר ער וועט נאך מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל אים זאגן וואס צו טון שטעלט ער זיך אויף צו בארואיגן כלל ישראל.

''מורי ורבותי!'' האט משה אנגעהויבן, גלייך איז שטיל געווארן, יעדער האט געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן, ''איך וועל אייך ענטפערן אויף אלע אייערע ווערטער, צו די וואס האבן געזאגט אז זיי ווילן אריינשפרינגען אין ים, זאג איך, ''התיצבו!'' בלייבט שטיין! שפרינגט נישט! ווייל דער אויבערשטער גייט אייך העלפן.

''ווען וועט שוין קומען די ישועה?" האבן די אידן געקרעכצט.

איינער גאר א נערוועזער האט זיך אנגערופן, ''לעצטע מאל ווען משה רבינו איז געקומען זאגן אז ס'גייט קומען א ישועה, מיר גייען ווערן אויסגעלייזט פון מצרים, האט עס גענומען גאנצע צוועלף חדשים ביז מיר זענען געווארן אויסגעלייזט, מיר האבן נישט קיין כח יעצט צו ווארטן צוועלף חדשים אין אזא ביטערן מצב!'' (אוה''ח יד, יג)

''זארגט אייך נישט'' האט משה רבינו געזאגט, ''שוין מארגן וועט קומען די ישועה''

''אבער רבי!'' האבן די אידן זיך געבעטן, "מיר האבן נישט קיין כח צו ווארטן אפילו ביז מארגן.''

''גוט, וועט די ישועה קומען נאך היינט!" (מכילתא)

אז איר ווילט זיין זיכער דערין, הייבט אויף אייערע אויגן צום הימל, וועט איר זען מחנות מחנות מלאכים וואס שטייען שוין גרייט מלחמה צו האלטן פאר אונז. (מכילתא)

''די וואס האבן געזאגט אז זיי ווילן צוריק גיין קיין מצרים, ווייל זיי האבן מורא פון די מצריים, איר דארפט זיך נישט זארגן, היינט וועט זיין דאס לעצטע מאל אין אייער לעבן וואס איר זעט די מצריים, לא תספו לראותם! איר וועט זיי מער נישט זען.

''די וואס האבן געזאגט אז זיי ווילן גיין מלחמה האלטן מיט די מצריים, ה' ילחם לכם, דער אויבערשטער וועט שוין מלחמה האלטן פאר אייך, און קיין קולות זיי אפצושרעקן פעלט אויך נישט אויס, ואתם תחרישון...''

די אידן האבן זיך בארואיגט און האבן געגלייבט די ווערטער פון משה רבינו, צוביסלעך איז דער מצב געווארן שטיל, די אידן האבן זיך אוועקגעזעצט עסן אביסל פון די מצה וואס זיי האבן נאך געהאט מיט זיך, און א פרייליכער לידל האט זיך גענומען זינגען זייענדיג זיכער אז אט אט קומט שוין די ישועה פון אויבערשטן.

דער עמוד האש האט ארויסגעגעבן א ליכטיגקייט אז ס'איז געוועל פונקט אזוי ליכטיג ווי בייטאג, דאס האט צוגעגעבן צום ליכטיגן שטימונג ביי די אידן.

ביי די מצריים איז אבער געווען טונקל, חשך ואפלה, ס'האט זיך געשפירט ביי זיי ווי דער מכת חשך קומט צוריק, פון טונקל קען מען דאך אבער אריינזען צו ליכטיג, האבן זיי געזעהן ווי דער מצב ביי די אידן איז גאר פרייליך, די אלע פיילן וואס זיי האלטן אין איין שיסן טוט נישט גארנישט, די אידן זיצן גאר פרייליך עסן און זינגען צום אויבערשטן... (מכילתא)

דער מכה פון חשך איז טאקע צוריק געקומען, אזוי ווי יעדע מכה איז אנגעגאנגען אין מצרים זיבן טאג, און דער מכה פון חשך איז נאר געווען זעקס טאג, איז מען שולדיג געווען פאר די מצרים א טאג חשך, איז יעצט געקומען די צייט עס צו באצאלן, און ס'איז טאקע געווען פונקט ווי ביי מכת חשך, די מצריים האבן זיך נישט געקענט רירן, ווער ס'איז געשטאנען איז געבליבן שטיין און ווער ס'איז געזעצן איז געבליבן זיצן, (מכילתא) און ווער ס'האט געהאלטן ערגעץ אינדערצווישן איז געבליבן אזוי... חוץ קוקן מיט קנאה ווי גוט ס'גייט פאר די אידן האבן זיי גארנישט געקענט טון...

משה רבינו האט אויסגענוצט דעם מצב וואס איז געווארן רואיגער ביי כלל ישראל און ער איז געלאפן אין א ווינקל מתפלל זיין צום אויבערשטן ער זאל אים ווייזן דעם וועג וואס צו טאן און ער זאל ארויסהעלפן די אידן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:43 am

נאכאמאל איבערמעכטיג.

תודה רבה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:49 am

ויבאו בתוך הים ביבשה


איבערגעלייגט שפעטער מיט תיקונים
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג פאברואר 03, 2012 9:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:52 am

מוטשע נישט האט געשריבן:ס'טאנצט זיך פאר שמחה אז גראדער איז בעק פול פארס. א דאפעלטע שבת שירה!

ביטע לאז וויסן ווען די ביסט פארטיג פאר די וואך איך זאל קענען מאכן די PDF
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג פאברואר 03, 2012 2:48 am

/
לעצט פאראכטן דורך מוטשע נישט אום פרייטאג פאברואר 03, 2012 9:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט