מיין באזוך אין קהל מחזיקי הדת אין ניו העמפשיר

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

מיין באזוך אין קהל מחזיקי הדת אין ניו העמפשיר

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:07 pm

גערעכט! גערעכט! איר זענט אלע גערעכט! איך האב אויסגעלאזט א גאנצע ארטיקל...

נאכן באשרייבן מיין וואקאציע אין ניו העמפשיר איז געקומען א פארלאנג צו שרייבן מער איבערן ביהמ"ד דארטן, וואס איך האב נישט געהעריג ערווענט אין מיין ארטיקל דעריבער וועל איך יעצט ענדיגן. כדי שלא יאמרו הבריות...

דער ביהמ"ד אין ניו העמפשיר אין בעטלעהעם איז א יחידה במינה, און נישט נאר איז עס היסטאריש, עס איז אויך אנטיקיש, איך מיין צו זאגן מען האט עס נאך קיינמאל נישט אפגרעידעד צו זיין א ביהמ"ד פון היינטיגן דור.

אריינקומענדיג, איך מיין ארויפגייענדיג די שטיגן (אדער אראפגייענדיג.. איר וועט שוין באלד פארשטיין) האב איך מיך אפגעשטעלט מיט שרעק און זיך אנגעכאפט מיט ביידע הענט אויף די האלצערנע פארשימלטע רעיל'ס ווייל איך האב געשפירט א דראנג זיך צו באשיצן פון א אומגעראכטענעם פלייט פון א טוץ מיט שטיגן, עס האט געשפירט ווי איך שפאציר אויף א האלץ וואס שווימט אין וואסער אן קיין ריכטונג. אבער נאכן זעהן ווי א בחור'ל לעבן מיר לויפט ארויף מיט איין אימפעט האב איך געזעהן אז די שרעק איז אומזיסט און זיך אנגעגארטלט מוהט און זיך דערזעהן אויפן פארטש.
פארטש האב איך געזאגט? נע! ענדערש א ריזיגע האלצערנע פייער סקעיפ, ווי ס'איז דא שיעפע טישן מיט אויסגעזיצענע בענק וואס זייערע קאלירן זאגן עדות אויף בעסערע צייטן.
איך שפאציר אריין אין ביהמ"ד און אזוי ווי איך פרוביר צו עפענען דעם טיר קלאפ איך מיך אן אין נאך א טיר וואס איז אזוי אויסגעשטעלט ווי א עמעזאן, כדי צו פארמישן די מוחות און איך בייג מיך איין ווייל אויב איז מען העכער 6 פוס קען מען אנדערש נישט אריינגיין, און איך שלייך מיך אריין אין פאדערצימער.

דער פאדער צימער: דא זעה איך שטיגן וואס אויב וואלט איך געהאט די גאטס צו פרובירן ארויף גיין וואלט איך עס געטון, אבער די פאביע וואס איך האב נאך פון די ערשטע שטיגן צוזאמען מיטן בילד וואס האט פאר מיינע אויגן זיך אנטפלעקט א רייע שטיגן אן קיין סדר פארדרייט און פארקרומט איינס גרעסער און צוויי קלענער האב איך מיך נישט געוואגט ארויף צו גיין.

פאר מיר ליגט א טישל וואס מ'פלעגט נוצן אין קינדערגארטן מיט די קליינע בענקעלעך, און אויב האט מען דעם טישל גענוצט אמאל אין קינדערגארטן איז עס געווען אין די צייטן פונעם רב הכולל, און אויף דעם טישל ליגט עקספייערטע קאווע און צוקער מיט מייענעיס, און קעטשאפ (דאס איז אויסער די קעטשאפ וואס ליגט ביי די ווינדאו, פון וואס אונז וועל מיר שפעטער רעדן) גראד דערנעבן איז דא א אלטמאדישער שאפע מיט לעדלעך וואס פארן אויף שטויב אנגעפילט מיט אלטע צוזאם געוויקלטע זילבער פעפער, גאר אלטע ראסטיגע בעטערי'ס און אמאליגע לייט באלפס, וכו'.
ארום און ארום איז באהאנגען מיט טאוולען ווי למשל: חמירא סכנתא מ'מוז באצאלן, בקשה מ'מוז באצאלן, אזהרה מ'מוז באצאלן, לייגט צו א פלייצע, מ'מוז באצאלן, לא תגנוב, מ'מוז באצאלן.... וכו' אלעס ארום מ'מוז באצאלן בכל שום וחניכא דאית לי' געבעטן ווארענונגען הסברים און סתם גוטע דזשאוק'ס ארום די נושא.

דער פרידזשעדער וואס ליגט דארט איז שוין יא מער א פארגעשריטענער, אנגעפולט מיט מעדני מלך, און געפרייזט מיט מחירי מלך, איך האב דארט געטראפן א ברוינפן גלעזל מיט לעבערלעך פאר מער ווי פיל עס קאסט א 6 פעק ביר'ס...

אויף דער זייט איז דא א בית הכסא ווי מען קען אריינגיין טאקע אבער אויב וויל מען זיין אויסגעדרייט דארף מען אריינבעקן, ווייל אינעווייניג איז נישט קיין קלער פון זיך דרייען. די כלים זענען פארגעשריטן ווייל עס קען פלאשן, אבער דאס איבריגע איז אלעס פונקט ווי עס איז געווען אינדערהיים...

איך שפאציר אריין אין ביהמ"ד און איך זעה א ריזיגע סטעידזש, און דערויף זיצט א איד הרב פנחס אלימלך ווייס, מיט א בלויע בעקעשע, און זיין ברילן אראפגעצויגן אויפן שפיץ נאז, און א ריזיגע קארדלעס טעלעפאן (די וואס עשירים האבן געהאט אין די 80ער יארן) מיט א אנטענע אין די האנט צוגענאגלט צום אויער מיט א דריי שטאקיגן פען וואס מאכט אים לופט פון די אנדערע זייט, ווייל די עיר קאנדישן אין ביהמ"ד איז פילייכט נישט געאייגנט פאר די קעפעסיטי.

איך שפאציר אריין אין פאליש. דער פאליש זעהט אויס ווי א האלץ קאמער אין חתם סופר'ס צייטן, און אינטער דעם איז דא א קליין קעכל גרויס ווי א לעכל, וואס איז אויסמאשטירט מיט פרידזשידער און אויוון פונקט ווי א נארמאלע קיטשן, נאר ווייל די כלים ארבעטן שוין נישט א לאנגע צייט ליגט אין פרידזשעדער ספרים וואס מ'דארף בינדן, און אויף די געז רענטש ליגט די קאפ'ס און פלעסטיג לעפלעך.

ווען איך בין ארויס פון פאליש האב איך פארגעסן זיך איינציבייגן, און מיין הוט, קאפל, גלעזער, און שיער נישט מיין קאפ זענען געפלויגן מיט קראפט צו דרום זייט, איך האב מיך ניטעמאל אויסגעדרייט קוקן ווער עס לאכט, נאר איין ליטוואק חצוף האט מיר געלאכט אין פנים אריין, וואס גייט מיך עס אן ער איז עניוועי נישט קיין חסיד.

איך זוך די מקוה, איך פרעג אפאר אידן, ביז איינער ווייזט מיר די קלארסטע דירעקציע'ס און איך נעם א ריכטונג צום מזרח וואנט! יא די מקוה איז אויף די מזרח זייט מיטן ארון קודש און 4 שטענדער'ס פאר אלע סארט רבנים, און א עקסטערע שטענדער וואס גיהער צו ר' פנחס אלימלך אליינס.

פרעגט מיך נישט פארוואס די מקוה איז אויף מזרח צו דאס איז בכוונה צו שטראפן די שפעט קומער'ס אדער פשוט ווייל דער בויער האט געזוכט פלאץ אין ניו העמפשיר און עס איז אויסגעקומען פונקט דארט. וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן די רבנים געהייסן אז אין ניו העמפשיר זאל מען דאווענען אויף מערב זייט נישט עובר צו זיין אויף הלבנת פנים (פארשטייט זיך אז פנחס אלימלך'ס סטעידזש וואלט מען געמוזט רוקן)

איך בין שוין נעבן די טיר פון די מקוה, און איך זעה דריי באקסעס, איינס מיט אריגינעלע מקוה זייף, די צווייטע מיט קליינע כוסות שעמפו און די דריטע מיט שיין געפאקטע זייפלעך (עס האט מיך געמאכט טראכטן אז מ'האלט שוין אין 20סטן יאר הונדערט... וואס? אה ניין איך האב מיך טועה געווען ווייל אלעס אנדערש זעהט אויס ווי אין 18טן יאר הונדערט) דארט הענגט א צעטל בערך אזוי. זייף קאסט א דאללער שעמפו קאסט .75 סענט, און דאס איז א פריוואטע אונטערנעמונג גארנישט מיט מקוה געלט צו טון.... איך ווייס שוין נישט וועלכע קאסט און וועלכע נישט איך שטעל מיך פאר אז די סתם מקוה זייפל קאסט נישט און איך פארלאז מיך אויף מיינע עסאמפשן'ס איך נעם א האנטוך און נעם גרויסע טריט אריין אין מקוה. (מעלה: נישטא קיין טוירןסטייל טירן, קען זיין אז יא עס האט נאר נישט פלאץ צו ליגן ביי די מקוה...)

איך האב שנעל געטוישט צו קליינע טריט, ווייל מיט איין גרויסן טריט בין איך אדער אין וואסער אדער אין איינעם'ס העמד, איך שלייך מיך דורך צווישן פייפ'ס און מענטשן, און איך פאל ארויף אויף א שאקלדיגן באנק, יעדן'ס הוט פליט איך האב דאך נישט געמוזט וויסן אז די באנק שאקלט זיך, וואס ווילט איר פון מיר האבן. איך פאנג אן זיך צו גרייטן, איך וויל נישט אריין גיין אין גראפישע דיטעיל'ס אבער אנקומענדיג צום שויער האב איך געזעהן א צרה פאר די אויגן... אלס 6 פוסיגער אינגערמאן איז די קראן פון דעם שויער אויף א פאזיציע אז איך מוז אראפקוקן עס צו זעהן, עס האט מיר גענומען צייט צו טרעפן, און דערנאך אויסצוטרעפן וועלכע זייט מאכט הייס (לוילעך) און וועלכע זייט (אלע זייטן) איז קאלט. איך בייג זיך איין און דרייען און ענדיג שנעל אפ דעם מערכה, און מאך טריט צו דעם בור.

אוי דער בור, דער בור איז א ריכטיגער בור מיט אלע מפרשים, אין קורצן איז עס א גרויסע סאדע באטל אנגעפילט מיט שטיגן, עס זעהט אויס ווי מ'האט געסטארידזשט דארט שטיגן, און אזוי דארף מען קריכן אנצוקומען צו א ווינקל ווי עס איז דא גענוג וואסער צו מאכן די טבילה צוזאמען נישט ווי א מחט אויף די טרעפ (עיין מס' מקואות).

איך קום ארויס איך פרוביר אנצוטון זיך אן דארפן נאס ווערן ווייל איינער טובל'ט זיך, און איך באמערק אז די פאטענטן זענען גארנישט אוועק צו מאכן, די אנכאפער'ס פון די מקוה ווי מ'כאפט אן אריינגייענדיג אין בור זענען גאר פייפ'ס וואס זיי פירן לכאורה דעם וואסער, און אויך זעה איך אז דארט ליגט א ריזיגע גארבעדזש קען אריינצולייגן האנטוכער, אבער עס איז פיל מיט בעל עגלה מיסט, און איך לויף ארויס פון מקוה מיט איין אטעם.
איך גיי נעמען א חסיד'יש ספר און זיך זעצן אויפן פארטש הנאה האבן פון די שיינע לופט. פארשטייט זיך א קאווע דארף איך אויך איך זוך די קאווע שטיבל. איך קום אן ווען איינער ווייזט מיר אז עס איז אויף די רעכטע זייט פון פארטש, איך וואלט געראטן פאר די באהערדע צו לייגן די אנכאפער'ס אויפן דאך אזוי ווי אויפן טרעין, ווי מ'כאפט זיך אן ווען די טרעין שאקלט, ווייל אויף דעם שיעפן פארטש אויב הייבט זיך פונקט איימיצער אויף פון די צווייטע זייט פארטש פון בענקל, וועגט אראפ מיין זייט און מ'כאפט א שאקל וואס קען זיין דעינדזשערעס.
שטייט דארט קליפ און קלאר אז די קאווע האט גארנישט מיט מקוה געלט, פריוואטע אינטערנעמונג (די צווייטע פריוואטע אונטערנעמונג אין וואס איך בלאנדזשע היינט אריין) און עס קאסט 75 סענט און נישט אויף בארג, מ'מוז באצאלן טבין ותקלין. פריידטס אייך נישט איך ווייס איר זענט העפפי אז א קאווע קאסט אזוי ווייניג אין די ווייטע ניו העמשיר. איך בין אויך געווען אבער ווען איך האב דעם קאווע שאל גענומען אין די הענט האב איך שוין געזעהן עס איז ווייט נישט קיין בארגעין.
אין די פייפעדיגע פרידזשעדער ליגט מילך, און נעבן דעם 3 פייפעדיגע קעסלעך, און ווען עס איז נישטא וואסער אין איינס איז גארנישט עס איז אודאי נישט דא אין די צווייטע אויך נישט. וכך הוה.
עכ"פ איך "ליג" מיט א חסידיש ספר האלב שיעף מיטן קאפ אויף פאראויס און האלט אן מיט איין הענט די קאווע עס זאל זיך נישט אויסגיסן צוליב די אומשטענדן, און מיט די אנדערע האנט די ספר זאל נישט אראפפליען פון שיעפן טיש, און פונקט דעמאלס באשליסט א אידל א ברייט ביינערדיגער דורך צו גיין דעם שמאלן פייער סקעיפ פארטש, און איך פלי מיט אלע מיינע חפיצים, און מיין קאווע ליגט שוין נענטער צום שכן'ס דירה ווי צו די ביהמ"ד.

אוי איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער פאר די וואס האבן געפרעגט איז דאס א התחלה. אויב ווילט איר איך זאל שרייבן וועגן די מאביל'ס און די פארקינג און די לעקטערלעך און די עירוב און די דאמפסטער און די גאנצע סטאר ווערטשאפט אין ביהמ"ד וועט איר מוזן בעטן שיין.

האט'ס מיר א גוטע נאכט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:14 pm

האלאוי......

דו ביסט ריזיג, אזוי פינקטלעך צו שילדערן דעם שוהל

נאר איין זאך האב איך צוצולייגן, איך האב יא אמאל פרובירט ארויף צו גיין די שטיגן אין קאווע שטיבל, מיינענדיג אז דארט איז די ווייבער שוהל, מער האט נישט אויסגעפעלט... די שוהל איז כמעט צוזאם געפאלן פון די קולות, נאר א צענער קנס האט געהאלפן...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:17 pm

און איך ראל מיך פאר געלעכטער נאר פאר די ערשטע האלב ארטיקל, די אנדערע העלפט עמער מוזן צוריקלייגן אין בוקמארק טאש, די מילצן דערהייבן שוין נישט...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:20 pm

אלע מוזן מודה זיין, כ'האב שוין לאנג נישט געלאכט ווי יעצט בשעת'ן ליינען דעם התחלה צו זאלצערס ביהמ״ד באזוך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

תגובהדורך אויסגעשפיצט » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:29 pm

דו ביסט אינגאנצן צודרייט דו האסט מיך שיעור נישט דערהארגעט פון לאכן אזאפיל כמיין מדארף לייגן די פייפס ביי מיר אויפן דאך ווען איך וואקל מיך אזוי פאר געלעכטער...

דו האסט מיך אנגערייצט צו פארן אהון אפי' איך בין שוין לאנג נישט שנה ראשונה

און פון וואנעט נעמט זיך פאר א בשר ודם אזא שריפט ....צו שילדערן מער פון עכט מיט אזא שטארקער זעה קראפט טועף אריין אונעם מוח...וואוו ווי ..
בקיצור קיפ איט אן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:08 pm

דער זאלץ וואסער איז געוואלדיג, ממש איך האב מיך געפילט ווי אין ניו העמפשיר, פון די האנטוכער אין מקוה האסטו כלל נישט גערעדט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:08 pm

מ'האמיר פארברענגט דארט אין די יוגענט פאר א לענגערע וויילע, העמיר עס ארויספרינטן און דורכליינען מיט יישוב הדעת, לאמיר זעהן וואו ווייט דער זאלצי וועט באווייזן מיר צירוק צושלעפן אהין...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:38 pm

מיין בויך טיט וויי פון לאכען, פליז שרייב ווייטער

מיר ווארטן מיט שפאנונג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:22 pm

ווען די רעגירונג פון ניו העמפשיר, זאל נאר וויסען אז דו שרייבסט דא, וואלטן זיי עס מן הסתם געטרייט אפצושטעלען פאר יעדע פרייז!! נאך אזא שילדערונג, שפיערט מען ווי מען איז אליינס דארט געווען, און עס פעלט שוין נישט אויס צו פארן בכלל! כ'האלט אז עס קען ערענסט שאטן פאר די "טוריזעם אינדערסטרי" פון ניו העמפשיר!!

(נ.ב., דאס איז אלס "כדי לערבב את השטן, באמת טוט אזא ארטיקל נאר אנרייצן אליינס צו גיין!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:55 pm

זיך צו באלעקן מיט יעדעס ווארט

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:56 pm

יויההההוי... קוים געכאפט דעם אטעם, שוין לאנג נישט געווען אזא געלאכאכטס,

זאלצי, פאר דיין טובה זאלסטו שוין אויפהערן צו שרייבן, ווייל יעדע פרישע ארטיקל וואס די שרייבסט שטעלט אין שאטן אלע דיינע פריערדיגע ארטיקלען... (עה ס'איז נאר א משל... באמת איז יעדע איינציגע ארטיקל דיינע א מייסטערווערק, און זאלסט בעסער ווייטער שרייבן ווייל אז נישט ווייסעך נישט וואס כעל טון מיט דיר...)

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:58 pm

יוש..! האסטו מיך אונטערגעהאלטן, א געשמאקע רייזע געווען פארענדיג אהין, מיט אלע פיטשיווקעס און קליפערלעך, און אזוי אויך דאס דארטבאקומען,

יציאת צדיק מן העיר עושה רושם... בזמן שהצדיק בעיר היא הודה..

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:11 am

אוי ביסטו גיט,כאב ניש געוויסט אז מקען עס אסוי גיט ארויסברענעגן.

נאך איינמאל די פרעגסט צי די זאלסט שרייבן נאך, ווייס איך ניש וואס איך טוה מיט דיר, וואספארא שאלה איז דאס????
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:58 am

א ישר כח פאר די קאמפלימענטן!

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:19 am

זאלץוואסער האט געשריבן:א ישר כח פאר די קאמפלימענטן!

א קאמפלימענט וואס איר פארדינט, און פולן זין,

יישר כחכם וחילכם, בכל הענינים.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:17 am

נאך נישט געליינט.
איז עס נאר אינטערעסאנט פאר די וואס האבן שוין דארט אמאל באזוכט?
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:06 am

איך מיין מען דארף איינשטעלען א ספעצילע לייק קנעפל דשוסט פאר זאלצי היקר.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:21 am

זאלצי, מורא'ידג.

כ'בין דארט געווען עטליכע יאר צוריק, דאן איז עס נאך נישט געווען אזוי געפערליך ווי דו לייגסט עס אראפ.
אדרבה, עס האט געהאט די אמאליגע פארצייטישע חן.
געפארקט די קאר אויפן גראז אין חצר הביהמ"ד.
אה, ר' פנחס מיילעך..........

אפשר במשך אפאר יאר איז עס שוין חרוב געווארן.

ייש"כ נאכאמאל, דו ביסט זאלציג-זיס!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:22 am

זאלץוואסער האט געשריבן:איך גיי נעמען א חסיד'יש ספר און זיך זעצן אויפן פארטש הנאה האבן פון די שיינע לופט. פארשטייט זיך א קאווע דארף איך אויך איך זוך די קאווע שטיבל.


יוסף שרייבער האט געשריבן:איך מיין מען דארף איינשטעלען א ספעצילע לייק קנעפל דשוסט פאר זאלצי היקר.


לייקס? קאווע שטיבל? האב איך פארבלאנזשעט??
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:28 am

פארדעם בין איך מדגיש אז די רעדע איז נישט פון א כללית'דיגע לייק קנעפל אבער זאלצי איז א אויסנאם.

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:34 am

אוי איז זאלץ זיס...

יא יא ווארט נאר צו צום סוף ווען מ'דארף צאלן די פעטע בילל און אאפס.... א געשוואלענע טעקס... ח"ו נישט ק.ק. נאר סי או די.

אדערוייל איזעס א גוט געלעכטער.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:24 pm

דארפסמאן; ברויכסט נאך בויך וויי?

שמעק; כ'אב ליב דיין וועג פון שמעקן די קאווע...
נאט אייך א גרינע...


לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 1:33 pm

מר' זאלץ וואסער האסט געשריבן א הערליכן ארטיקל ;l;p-
ס'וואלט געפאסט צו מאכן א סעודת הודאה אז מ'האט איבערגעלעבט ס'ליינען דעם ארטיקל כ'האב ממש געוויינט פאר געלעכטער, וברחמי שמים מרובים געקומען צום אטעם ,

אבער לאמת הענין האסטו א געוואלד איבערגעטריבן כ'בין היי יאר דארט געווען און אמת'דיג הנאה געהאט, ר' פנחס מילך'ן האסטו נישט מגזם זיין און אויך נישט די מקוה ענטרענס פון מזרח זייט....
אבער חוץ מזה איז אלעס גאנץ פיין אהערגעשטעלט לויט'ן מצב, דאס פלאץ איז זויבער און צוגעשטעלט, אמת אז די געשעפטל איז זייער טייער און אז יעדע אינטש אויפ'ן וואנט איז נאך א מודעה וועגן געלט......... אזוי ווי די האסט געוואלדיג ארויסגעברענגט ,

אבער ס'זייער גוט צוגעשטעלט, די מאדנע מקוה -מיט די פייפ'ס- איז אבער זויבער און די קאווע איז פיין און די האנטיכער אויך, גראדע האב איך יא געהאט א ווארעמע שויער (טאקע נישט הייס) נארמאלע האטיכער, כ'ווייס נישט ווען די ביזט דארטן געווען אבער איך בין היי יאר דארט געווען און ס'איז ווייט נישט געפערליך געווען, אדרבה ס'האט געהאט א אלטן חן אבער זויבער און באטעמ'ט.

דאכט זיך אז די האטעל-מאטעל דירה ווי די האסט באצאלט טייער געלט האט געהאט א שטערקערע גערוך ווי דאס ביהמ"ד מחזיקי הדת...........

אבער ישר כח עניוועי פאר די הערליכע ארטיקל , אבער פאר די וואס ווילן אהינפארן וויל איך קלארשטעלן אז ס'איז א ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן נאר אויף א אלטמאדישן אופן.

אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

תגובהדורך אויסגעשפיצט » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:27 pm

[]בילד

נישט אזוי געפערליך :lol: :lol:

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 3:17 pm

דער זאלץ וואסער איז שוין גארנישט אזוי זאלציג.

שרייבט פיין, מאלט אראפ סצענעס מיט לעבעדיגע פארבן, אזש עס דאכט זיך מען געפונט זיך אויפ'ן ארט.

אבער ווי "לאו דוקא" האט שוין מקדים געווען איז עס "לאו דוקא", עס איז א דוקא פיין באטעמט פלאץ, טראץ די אלטקייט און קאמישע אבזערוואציעס, הלואי אויף אלע וואקאציע דעסטינאנציעס אזא פיין צוגערישט ביהמ"ד מקוה און קיאסקעל, אפילו פאר די "מחירי מלך" פרייזן.

איך האב נאך ב"ה הנאה געהאט און פיין פארברענגט ביי יעדעס פון מיינע כמעט יערליך באזוכן אין "ניו העמפשער", די געשמאקע ריינע לופט, די רואיגע אטמאספערע, די הערליכע נאטור אויסקוק - מה רבו מעשיך ה' - פון אלע זייטן ארום און ארום.

אויסער נעבאך דאס איינע מאל, ווען דער טייערער זיסער ר' אברהם יצחק הויער ז"ל איז אזוי טראגיש אומגעקומען אין וואלד, מיר האבן - פונאנדערגשיידט - נאך יענעם אינדערפרי געשמאק פארברענגט מיט עם אין ביהמ"ד, אינאיינעם מיט מיין נאנטן ידיד מיט וועמען כ'בין געפארן אינאיינעם, און כ'קען נישט פארגעסן ווען זיין פרוי - היינט הרבנית הצוה"ח אשת חבר הרה"ק מטאהש שליט"א - איז אראפגעקומען טאקע די "שטיגן" פון וועלכע זאלץ-וואסער רעדט - און געמאלדן פאר'ן עולם אין ביהמ"ד אז ער איז פארלוירן געווארן אויף א שפאציר, און קיינמאל נישט אהיימגעקומען, מיר זענען געווען פון די ערשטע זיכערס, און פון די וואס האבן אנגעדררייט די זוך אקציע, וואס האט זיך ליידער נישט גוט געענדיגט הש"י, יהא זכרו ברוך.

לסיים בדבר טוב, ניו העמפשיר אז זייער א געאייגענט ארט פאר די וואס פארן נישט אויפ'ן גאנצן זומער, נאר אויף עטליכע טעג א.ד.ג. און דאס ביהמ"ד גיט פיל צו דערצו, כאטש מ'דאווענט שוין היינט אין עטליכע אנדערע ערטער אויך.

ס'איז דארט אויך דא אסאך ווי ארומצגיין שפאצירן, (פאר די קינדער און די בני בית'ס וועגן שטייטצעך.... פאר זיך? נעה! נפשי חשקה בתורה..)

אלעסנפאלס א דאנק אייך פאר'ן שרייבן, און זייט ממשיך מיט אייערע פיינע ארטיקלן.

הק' חייקל - מלפנים תושב דפה ק"ק קרעטשמע, וכעת גר אנכי עמכם
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט