מיין חנוכה פאדי ! (פארטי)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

מיין חנוכה פאדי ! (פארטי)

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:04 pm

דינג דאנג...!!! דינג דאנג!!!...

ווער ס'דארט??

משפחת..קלאדעשטויב..

די משחה מארשירט יעצט אריין אין די באבע/זיידע/שווער/שוויגער/טאטע/מאמע ס'הויז...

א ג...ט...ו..ן... ח...נ..ו..כ....ה....זינגען די קינדער..מיט זייעררער אנגעפאנצערטע קויטס אריין!
יעדער שמעקט פון קעלט..נו מאך שוין צו די טיר דארט שרייט די שוויגער...ווען איר ביידע הענט איז איינגעבויגן פארנט...(ווי מען זאגט די האלטס די הענט ווי א ביג שאחט..)...איז זי דען א ביג שאט? זי האט צוגעשטעלט א געשמאקער פארטי...האט זי דען צוגעשטעלט??? נאאא יעדע טאכטער/שנור האט געמוזט ברענגן עפעס א מעניו...אויב נישט ארויס םפון דאנעט!

די טיר איז פארמאכט...מען הייבט זיך אן ווארעמען..נו הענג אריין די זאכן און קלאזעט...הוי עס שמעקט פון "מאטד באלללס"...פאךךך...

הקיצער מען זעצט זיך צום טיש...זיצן שוין דארט אפאר אויסגעבאדענע שוואגערס מיט געמאכטע פיאות נאך די חנוכה לכטעלעך....
עס הייבט זיך אן די פאחדי...די ערשטע זאך איז ס'געבאקענע עפל..די פארשפייז קומט יעצט אן! !
מיט די קארן פלעקס קראמבס...גיסט זיך דערפון אנע אויפהער...
האלללא נעם איבער דארט..שרייט די נעפיו וואס איז שוין א בחור..ווי א טעטיגער וועיטער..נו נעמסט...?
אפפפס אפפס ער שטייט מיטן טאץ ווען פון די לינקע זייט געט זיך א שטופ אדורך א דריי פיר קליינע קינדער...זיי זענען נאך אנגעטעון מיט די בוטצעס... ווי לענגער אלס בעסער...נאר ביינאכט פארן גיין שלאפן קען די מאמע אראפזעהן די קליינע זיסע אויסגעבארדעטע בוטצעס...
די חברה קוועטשן זיך דורך מיט זייערע ראפפעלס...שטופענדיג די בחור'ל מיטן טאץ געבאקענע עפל..עס קוילערט זיך עפל אויף אלע זייטן און דיינונג רום...נו שוין ס'פלאחרט פון די פאדי, הנה זיי דערלאנגען דעם ראפפעל בעטענדיג די פערדע פיפטע מאל די חנוכה אליין, פאר זייער ארימע ניקל...

נו לייגטס אוועק קינדער, רופט זיך אן איין שוואגער, שוין מער א באזעסנער יונגערמאן, קלאמפערשט...
עטס העטס באלד ארום גיין נאך געלט, לאז דעם עולם עסן..דערנאך גייטס ארום. שכועיך פאר דיין אנאניסמענד!

אקעי אקעי...! יעדער ווייסט אז די האטס אייביג גוטע עיצות..רופט זיך אן די שוואגער וואס מאכט יעדעם אוועק אייביג, אין די צייט ווען ער ענטפערט צוריק א טעקס מעסעדזש פאר איינעם, לכאורה שרייבט ער יענעם ווי גוט ער האט איינעם צוגעפאכעט.....האבער נאך ווי.

אההההה פונעם שווער האבן מיר פארגעסן...נאאאא ער איז געהעריג דא, טראץ ער איז אן אלטער איבער די זעכציג..סארא פראגע צו ער איז דא??
ער ווי גארנישט וואלט דא פארגעקומען דראטמט פאר זיך די באקאנטע לידל..יע'וונים יע'וונים..נקבצו עלי..ארויף א טאן...די סקולענער תנואות ווירקט היפש פיין ער ווערט ערנסט..ער האקט אזוי געמיטלך אויפן טיש ארויף, נאך א באטכע און נאך באטכע..זאל זיין נאך א באטכע...נאך א יווני אומגעקומען,
און יעצט קומט אן די "פלעיט" יעדער איז גרייט??

יאאאאא!!!

די בחור געט נישט אויף דאסמאל איז דא הילף פון א שוועגערין..די געטרייע פארשטייט זיך, מען שלעפט אריין די ריזיגע פילע טרעי'ס מיט פלעיט'ס, אלע מינע קוגלען וואס יעדער האט דגעהאט און פריזער פון סוכות צווייטע טעג, פאקט מען ארויסעט...
(ווער דארף דען אזויפיל?? יא אבער פארוואס זאל עס ליגן און פריזער?? יא עס קומט שוין באלד פורים..אההה איך האב גענוג טראכט די געטרייע שנור, ווען זי האט נאכגעגעבן און געברעגנט עפל שטראדל..)

מ'עסט..אן ס'שטיל, דא ווערט מיר איין איידעם א ירא שמים און א מחדש חידושים, ער הייבט אן צו צונויף פלעכטן א תירוץ ס'בית יוסף קשיא..איין שוואגער ווערט נערוועז, וואס זאגט ער דארט??
איינער נעמט זיך טעקסטן מיט זיין בלעקבערי פאר כעס...
איינער שפילט זיך און מאכט א טורעם פון "פלעסטיק קאפס"...און דערנאך קומט זיין קליינטשיקס און געט א שלעפ ארויס די אונטערשטע און אלעס פלללללליט....
איינער דרימלט סתם אזוי....
איין איידעם....מיט א קילקייט...נו גיימער שפילן קוויטלעך?, דער קען ניטאמאל די געים...באטט עניוועי....לאז אים דמיון..אז ער איז טעטיג..
איינער שרייבט אויף אן אפגעריסענע צעטל פון די ראפפעל...סתם מקאטשקעט סאטל זיין!

ווען פלוצלינג הערט מען אריין קולות פון די פרויען....האאאאאאאאהאאאאא יעעעעעע משרייט...דא האט דער איידעם געמוזט שטיל ווערן....די פרויען מאכן שבת פאר זיך...ס'האגלט גרעבעגס...(העמער נישט פארדרייען און גיין צו די נשים, מיר זענען מסודר ביי די מענער דזשאטסט אינאטף!)
שוין הייבט מען אן א ניגון...
קומט דער שוואגער וואס קען גוט הרג'נייזען (הארמענייזן) דער גייט אטףף טאן, ווער רעדט נאך ווער ער גייט אטף ביט!
מזינגט און מזינגט, עס ווערט לעבעדיג, עס ווערט אריינגעצויגן און א הארמאנישן כאטר, מיט די הילף פון די יונגעל וואס דער עלטסע שוואגער האט אסאך אריינגעארבעט אין אים'ן.......
ששששששווויין... די קינדער קענען שוין גיין נאך געלט, מ'לאטזע שוין גיין, חחחחח דער אפגעוועטשן שוואגער מיטן זיינע אויסגעהאקטע וויצן איז מיר ווייטער דא מיט די זעלבע זשאוק, נעמט ארויס א הונדערטער בילעט, און צייגט דאס פאר די קינדער אונטער 8 יאר, עטס האטס טשענדזש??
זיי ווערן דערשראקן צום טויט זיי יאגן אוועק פון דארט.....און דער נער לאכט זיך אונטער ווי גוט ער איז, איי די גולם יעדעס יאר מיט די זעלבע נעראנישער וויץ! די אנגעטרונקענער פון ווארימע סעלצער!
חחחח די נעקסטער לץ, הערשט יעצט כאפ איך מיך אז איך דיעל מיט "משפחת ליצים" דא... די נעקסטע שוואגער נעמט צוויי אפגעריסענע פאפאירן פון א דאללערדיגע ראפפעל און זאגט פארן יונגעל, "האסטע דעיס" פארקויף די צעטעלע, און די ווסעט מאכן צוויי טאללער!! חחח אפגעוועפטער הושענה איינער!
אקעי נעקסט קומט דער שוואגער וואס איז אן..ע...ו...ש...ר, ער געט גערן דעם נישטיגן טאללער..די יונגעל שטרעקט אויס ס'ראפפעל...מיינענדיג דערמיט שרייב'זע אאריין דיין נומבער, נא ס'גוט שרייב דיין אייגענע טעלעפאן נומבער, ער מאכט זיכער אז יעדער זעט די דיעל וואס עס קומט פאר, אפען צו די פובליק...


נאאאאאאא זינגטס נאך א ניגון, רייסט די שוויגער אריין מיט א אימפעט...יוששש אזוי הארציג געווען, דאסמאל נאך א שטאחטע, זי ווערט איבערגענומען, זי טיילט טשאקלעט פאר די ילדים קטנים שלא הגיע לחינוך...
און פאר די גרעסער געט זי אפאר הארטע דאללערס וואס די שווער האט פארשאפט פון ערגעצוואו..
און פאר די גאר קליינע דערלאנגט זי א זאפטיגן קיש אויפן שטערן, מיט א בור שפייעכץ..!
הקאצקע צוקער...אזוי גייט עס ביז אין נאכט אריין...
המשך יבוא פון היינטיגע פאדי אויב...כ'על האבן שטייצעך,
גוטער חנוכה ביי ביי! שוויגי ! ביי ביי שווער!!
איבערס יאר און ווידערזעהן........

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:20 pm

יו ביסטו גוט....

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:21 pm

מיין שקויעך וועל איך יעצט אפכעבען נאך 5 מאל אויסשפייען מיין קאווע אלל אווער מיין קאמפיוטער סקרין.

מיין אייגענע 2 פיסעס אוו סענס וועלט באלד נאכפאלגען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:52 pm

נאכנישט אדורכגעליינט, כ'שטעל אבער אויפן חזקה אז סיגוט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:54 pm

ליינעס עס לוינט זיך.

איך לאך נאך אלץ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 3:19 pm

ניין, עס איז נישט פלעין גוט, עס איז מעכטיג!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 3:19 pm

דו רשע מרושע, א מין חזר'ריי אנגעמאכט דא, איך ראגל מיך דא, יוי ביסטו א בחור כהלכה.

חחחח אויב איז שייך צו זאגן אז איינס איז בעסער פונעם צווייטן העלל איך מוזן זאגן אז דאס איז ס'בעסטע אויף דערווייל.

קיפיראפ.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 4:38 pm

בחור'ל ווי וואנט מאר " אזא גיטס האב איך זיך נישט געראכטן "
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 4:47 pm

יוי דו אלטער פאדי, כ'מיין אלטער בחור, ווי האלטעך נאר, אה ביי ג'.

געוואלדיג.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 5:35 pm

איך האב געלאכט און געלאכט און געלאכט און געלאכט און געלאכט, וויפיל נאך זאל איך עס שרייבן? און געלאכט און געלאכט און געלאכט און געלאכט און געלאכט.

יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 9:00 pm

באמבאסטיש!

זארעך, כ'מיין אז דאס ברויך שוין כמעט נישט קיין טאטש-אפס, גלייך אריין אין די סמייטע!

(יאנאש; איך האב נישט גערעדט צו דיר!)

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג דעצמבער 07, 2007 11:10 am

איך האב געזוכט א חנוכה אשכל דאס אריין צו לייגן און דער איז געווען די ערשטע וואס איך האב געטראפען.
צוגעלייגטע
hanka.jpg
hanka.jpg (57 KiB) געזעהן 5997 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש פאברואר 16, 2008 11:56 pm

הערשט יעצט געליינג סמעכטיג

איין קשיא איז מיר שווער
א בחור מיט א שוויגער\שווער??

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » זונטאג פאברואר 17, 2008 1:32 pm

דבר בעתו מה טוב.
שקויעך "אנדי פעטיט" פארן ברענגן די שיסל וואו אריינצוגיסן דיע בילד:
צוגעלייגטע
liliputes chanuka.jpg
liliputes chanuka.jpg (32.63 KiB) געזעהן 5811 מאל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג פאברואר 17, 2008 1:34 pm

לא"ה

ס'איז א גוטס.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:21 pm

ארויפגעברענגט לכבוד המאורע.

אוועטאר
חאצקל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:49 pm

תגובהדורך חאצקל » זונטאג דעצמבער 21, 2008 10:32 pm

אלטער דו ביזט אפשר מיין שוואגער ?
א מזל איך האב ברילן, ווען נישט וואלט איך גארנישט געזעהן

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 1:33 am

בחור'ל, איימעסארי, באט דאס יאר צום ערשט געליינט, יישר כוח גדול.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 10:10 am

הוצטערט געליינט סאיז געוואלדיג
באט דאס איז פון צוויי יאר צוריק. וואס איז מיט היי יאר און פאריאר
ברענג אראפ א באריכט מען ברויך וויסן צו אלע שוואגערס האבן אנגעהאלטן זייער חזקה מיט זייערע וויצן

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 9:39 am

היות ס'איז ווארשיינליך געשריבן געווארן מיט נקודות, און אויף עפעס א וועג, ביים זיך ציהען ציוואס, "לאורך הגליות" האבן זיך די נקודות פארמעקט. און אנשטאט דעם זענען אפירגעוואקסן פארשידענען אומגעריפענע איבריגע בוכשטאבן, אינמיטן געוויסע ווערטער, און דוקא ביי די "געשמאקע", דעריבער האב איך לטובת הטעווערנע, באשלאסן עס צו פאררעכטן אביסל. און ווען די צייט וועט ערלויבן, האף איך בעז"ה ממשיך צו זיין.

אלטעבחורל האט געשריבן:דינג דאנג...!!! דינג דאנג!!!...

ווער ס'דארט??

משפחת..קלאדעשטויב..

די משפחה מארשירט יעצט אריין אין די באבע/זיידע/שווער/שוויגער/טאטע/מאמע ס'הויז...

א ג...ט...ו..ן... ח...נ..ו..כ....ה....זינגען די קינדער..מיט זייעררער אנגעפאנצערטע קויטס אריין!
יעדער שמעקט פון קעלט..נו מאך שוין צו די טיר דארט שרייט די שוויגער...ווען איר ביידע הענט איז איינגעבויגן פארנט...(ווי מען זאגט "דו האלטסט די הענט ווי א ביג שאַט..)...איז זי דען א ביג שאַט? זי האט צוגעשטעלט א געשמאקער פארטי...האט זי דען צוגעשטעלט??? נאאא יעדע טאכטער/שנור האט געמוזט ברענגן עפעס א מעניו...אויב נישט ארויס פון דאנעט!

די טיר איז פארמאכט...מען הייבט זיך אן ווארעמען..נו הענג אריין די זאכן און קלאזעט...הוי עס שמעקט פון "מיד באלללס"...פאךךך...

הקיצער מען זעצט זיך צום טיש...זיצן שוין דארט אפאר אויסגעבאדענע שוואגערס מיט געמאכטע פיאות נאך די חנוכה לכטעלעך....

עס הייבט זיך אן די פאדי...די ערשטע זאך איז ס'געבאקענע עפל..די פארשפייז קומט יעצט אן! !
מיט די קארן פלעקס קראמבס...גיסט זיך דערפון אנע אויפהער...
האלללא נעם איבער דארט..שרייט די נעפיו וואס איז שוין א בחור..ווי א טעטיגער וועיטער..נו נעמסט...?
אפפפס אפפס ער שטייט מיטן טאץ, ווען פון די לינקע זייט געט זיך א שטופ אדורך א דריי פיר קליינע קינדער...זיי זענען נאך אנגעטוהן מיט די בוטצעס... ווי לענגער אלס בעסער...נאר ביינאכט פארן גיין שלאפן קען די מאמע אראפזעהן פון זיי, די קליינע זיסע אויסגעבארדעטע בוטצעס...

די חברה קוועטשן זיך דורך מיט זייערע ראפפעלס...שטופענדיג די בחור'ל מיטן טאץ געבאקענע עפל..עס קוילערט זיך עפל, אויף אלע זייטן און דיינונג רום...נו שוין ס'פלאחרט פון די פאדי, הנה זיי דערלאנגען דעם ראפפעל בעטענדיג די פערדע, פיפטע מאל, די חנוכה אליין, פאר זייער ארימע ניקל...

נו לייגטס אוועק קינדער, רופט זיך אן איין שוואגער, שוין מער א באזעסענער יונגערמאן, קלאמפערשט...
עטס העטס באלד ארום גיין נאך געלט, לאז דעם עולם עסן..דערנאך גייטס ארום. שכועיך פאר דיין אנאניסמענד!

אקעי אקעי...! יעדער ווייסט אז די האטס אייביג גוטע עיצות..רופט זיך אן די שוואגער וואס מאכט יעדעם אוועק אייביג, אין די צייט ווען ער ענטפערט צוריק א טעקס מעסעדזש פאר איינעם, לכאורה שרייבט ער יענעם ווי גוט ער האט איינעם צוגעפאכעט.....האבער נאך ווי.

אההההה פונעם שווער האבן מיר פארגעסן...נאאאא ער איז געהעריג דא, טראץ ער איז אן אלטער איבער די זעכציג..סארא פראגע צו ער איז דא??
ער, ווי גארנישט וואלט דא פארגעקומען דראטמט פאר זיך די באקאנטע לידל..יע'וונים יע'וונים..נקבצו עלי..ארויף א טאן...די סקולענער תנואות ווירקט היפש פיין ער ווערט ערנסט..ער האקט אזוי געמיטלך אויפן טיש ארויף, נאך א באטכע און נאך באטכע..זאל זיין נאך א באטכע...נאך א יווני אומגעקומען,
און יעצט קומט אן די "פלעיט" יעדער איז גרייט??

יאאאאא!!!

די בחור געט נישט אויף. דאסמאל, איז דא הילף פון א שוועגערין..די געטרייע פארשטייט זיך, מען שלעפט אריין די ריזיגע פילע טרעי'ס, מיט פלעיט'ס, אלע מינע קוגלען וואס יעדער האט געהאט און פריזער פון סוכות צווייטע טעג, פאקט מען ארויסעט...
(ווער דארף דען אזויפיל?? יא אבער פארוואס זאל עס ליגן און פריזער?? יא עס קומט שוין באלד פורים..אההה איך האב גענוג טראכט די געטרייע שנור, ווען זי האט נאכגעגעבן און געברעגנט עפל שטראדל..)

מ'עסט..אן ס'שטיל, דא ווערט מיר איין איידעם א ירא שמים און א מחדש חידושים, ער הייבט אן צו צונויף פלעכטן א תירוץ ס'בית יוסף קשיא..איין שוואגער ווערט נערוועז, וואס זאגט ער דארט??

איינער נעמט זיך טעקסטן מיט זיין בלעקבערי פאר כעס...
איינער שפילט זיך און מאכט א טורעם פון "פלעסטיק קאפס"...און דערנאך קומט זיין קליינטשיקס און געט א שלעפ ארויס די אונטערשטע און אלעס פלללללליט....
איינער דרימלט סתם אזוי....
איין איידעם....מיט א קילקייט...נו גיימער שפילן קוויטלעך?, דער קען ניטאמאל די געים...באטט עניוועי....לאז אים דמיון..אז ער איז טעטיג..
איינער שרייבט אויף אן אפגעריסענע צעטל פון די ראפפעל...סתם מ'קאטשקעט. סאל זיין!

ווען פלוצלינג הערט מען אריין קולות פון די פרויען....האאאאאאאאהאאאאא... יעעעעעע משרייט...דא האט דער איידעם געמוזט שטיל ווערן....די פרויען מאכן שבת פאר זיך...ס'האגלט גרעבעגס...(העמער נישט פארדרייען און גיין צו די נשים, מיר זענען מסודר ביי די מענער דזשאסט אינאף!)
שוין הייבט מען אן א ניגון...
קומט דער שוואגער וואס קען גוט הרג'נייזען (הארמענייזן) דער גייט אָף טאן, ווער רעדט נאך ווער ער גייט אָף ביט!

מזינגט און מזינגט, עס ווערט לעבעדיג, עס ווערט אריינגעצויגן און א הארמאנישן כּאָר, מיט די הילף פון די יונגעל וואס דער עלטסע שוואגער האט אסאך אריינגעארבעט אין אים'ן.......
ששששששווויין... די קינדער קענען שוין גיין נאך געלט, מ'לאטזע שוין גיין, חחחחח... דער אפגעוועטשטער שוואגער מיטן זיינע אויסגעהאקטע וויצן איז מיר ווייטער דא מיט די זעלבע זשאוק, נעמט ארויס א הונדערטער בילעט, און צייגט דאס פאר די קינדער אונטער 8 יאר, ''עטס האטס טשענדזש??''

זיי ווערן דערשראקן צום טויט זיי יאגן אוועק פון דארט.....און דער נער לאכט זיך אונטער ווי גוט ער איז, איי די גולם יעדעס יאר מיט די זעלבע נעראנישער וויץ! "דו אנגעטרונקענער פון ווארימע סעלצער"!
חחחח..... "דו ביסט דער קומענדיגער זשענערעישנ'ס נעקסטער לץ", הערשט יעצט כאפ איך מיך אז איך דיעל מיט "משפחת ליצים" דא...
די נעקסטע שוואגער נעמט צוויי אפגעריסענע פאפירן פון א דאללערדיגע ראפפעל און זאגט פארן יונגעל, "האסטע דעיס!" פארקויף די צעטעלע, און די וועסט מאכן צוויי טאללער!! חחח... אפגעוועפטער הושענה איינער!

אקעי נעקסט קומט דער שוואגער וואס איז אן..ע...ו...ש...ר. ער געט גערן דעם נישטיגן טאללער..די יונגעל שטרעקט אויס ס'ראפפעל...מיינענדיג דערמיט שרייב'שזע אאריין דיין נומבער, "נא ס'גוט שרייב דיין אייגענע טעלעפאן נומבער", ער מאכט זיכער אז יעדער זעט די דיעל וואס קומט פאר דא, אפען צו די פובליק...


נאאאאאאא...זינגטס נאך א ניגון, רייסט די שוויגער אריין מיט א אימפעט...יוששש אזוי הארציג געווען, ''דאסמאל נאך א שטאטע'', זי ווערט איבערגענומען, זי טיילט טשאקלעט פאר די ילדים קטנים שלא הגיע לחינוך...
און פאר די גרעסערע געט זי אפאר הארטע דאללערס וואס די שווער האט פארשאפט פון ערגעצוואו..
און פאר די גאר קליינע דערלאנגט זי א זאפטיגן קיש אויפן שטערן, מיט א בור שפייעכץ..!
הקאצקע בצוקער...אזוי גייט עס ביז אין נאכט אריין...

המשך יבוא פון היינטיגע פאדי אויב...כ'על האבן שטייצעך,
גוטער חנוכה ביי ביי! שוויגי ! ביי ביי שווער!!
איבערס יאר און ווידערזעהן........
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 10:38 am

פיינד/ריפלעיס. find and replace
אט = קמץ א
אח = פתח א
בל = בית דגושה
פל = בית דגושה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 10:57 am

פעדער שכוח פאר דיין ארבעט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 5:42 pm

סאיז חנוכה יעצט?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 5:48 pm

נאר חנוכה איז ערלויבט צו לאכן??? זאג! דא איז עפעס רוסלאנד?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 6:16 pm

פעדער האט געשריבן:נאר חנוכה איז ערלויבט צו לאכן??? זאג! דא איז עפעס רוסלאנד?

קיינמאל נישט געהערט אז אין רוסלאנד פלעגט מען ערלויבן צו לאכן אום חנוכה


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יקר מציאות און 5 געסט