א שטיק ענערגיע - יואלי דיקמאן. לאמטערנע #2

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

א שטיק ענערגיע - יואלי דיקמאן. לאמטערנע #2

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג יולי 18, 2017 4:30 pm

א שטיק ענערגיע, יואלי דיקמאן.

באקענט אייך נענטער מיט דעם מוזיק ריז, דער ענערגישער אינגערמאן יואלי דיקמאן וועלכער האט באוויזן אין א קורצע אפשניט פון געציילטע יאר זיך ארויפצודראפן ביז צו די העכסטע שטאפלן, ווערנדיג פארמירט אלס די ממשיך פון די אלטע לעגענדארע אראנדשזירער פונעם פאריגן דור, פארמירנדיג א אייגנארטיגע סטיל און קאליר אין מוזיק;. לערנט אייך אויס די אל"ף בי"ת אין די וועלט פון אראנדשזירונגען און באקענט אייך מיט העכסט אינפארמאטיווע אינפארמאציע איבער מוזיק בכלל און איבער לעבעדיגע ארקעסטרעס בפרט.

א 'יולי דיקמאן' חתונה. נישט בלויז דער ציבור איז אין די לופטן, נאר ליבערשט די גאנצע בענד איז אין די הייעך, דער סעקסעפאוניסט שפירנגט רעכטס, דער טראמבאון שפרינגט לינקס, און דער גיטארסיט שפרינגט אהין און צוריק, ווען פארנט פון זיי שטייט דער קאנדאקטער 'יואלי דיקמאן', וועלכע פארמאגט בכלל נישט קיין גראדע פאזיציע אויפן פלאטפארמע... ער איז אין גענצליך א צווייטע וועלט... קוקנדיג אויף זיינע באוועגונגען, שפילנדיג פיאנא, קען זיך דאכטן אז א יעדע ליאדע סקונדע וועט זיך די גאנצמע קיבאורד אונטערברעכן. דער גיבט נישט אויף, ער טאנצט, שפרינגט און זעצט... הייבט אייך... עס איז ווירקליך א כאריזמאטישע ספעקטאקל מיטצולעבן אזא ערשיינונג.

יואלי דיקמאן איז א באקאנטע פיגור אינעם וועלט פון מוזיק, ווי ער איז אין א דורכשניט פון בלויז געציילטע יארן, אנגעקומען צו זיין אויפן הויפט ארענע, זיך ציילנדיג צווישן אזעלכע ריזן ווי מונה ראזנלום, משה לאופער און ישראל לאם. אין די לעצטע פאר יאר איז געווארן א קלארע ערשיינונג אז א יעדע פראפעסיאנאלע אלבום דארף האבן כאטש איין ניגון אראנדשזירט דורך יואלי.

עס לאזט זיך שפעקולירן אז דאס וואס ער איז גרויס געווארן אין אזא קורצע צייט, פארמארט א אורזאך, וועלכע אין אונזער פאל איז דאס 'מוזיקאליש'. יואלי באווייזט מייסטער שטיקלעך, עס קען געטייטלט ווען פון זיך אליין איבער א יואלי פראדוקציע, עס פארמאגט אויף זיך א געוויסע שטעמפל פון רייכקייט וועלכע טרעפט זיך נישט ביי אנדערע, און פילייכט איז דאס טאקע די סיבה וועלכע שלעפט נאך זיך אזויפיל באגייסטערטע צוהערער.

די רעדע איז איבער א ישיבה'ישע אינגערמאנטשיג פון בני ברק, ארויס פונעם גמרא, חתונה געהאט, און אט האלטן מיר דריי יאר שפעטער... ווער באהאלט זיך דעראונטער איז א פראגע וועלכע פילע ווילן וויסן. מיר עפענען דא פאר אייך א שטיקל לעבעדיגע היסטאריע, איבער א פראדוקציע וועלכע שפילט זיך אפ טעגליך צווישן די צימערן פון די ריזיגע סטודיאס איבער ארץ ישראל, וועלכע טוען אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס די
רעקארדירונגען פון יואלי.

יאלי'ס פראפיל: ענערגיע
איידער מיר גיין רעדן מיט יואלי איבער זיינע ווערק און פראדוקציעס וועלכע ער האט באוויזן, שטעלן מיר זיך אפ פאר א וויילע, ווי מיר פרובירן צו אנאליזירן דעם עצם מענטש וועלכע שטייט פאר אונזערע אויגן. ער געבט א רושם פון א ישיבה בחור, ביז ווען ער עפענט זיין מויל. ער קוקט אויס א ווי דורכשניטליכער פערזאן, ביז ווען ער הייבט זיך אן באוועגן. ער דעמאנסטרירט פשוט'קייט, ביז ווען ער הייבט אן דירעקטירן זיין פילהארמאניע.

יואלי איז א פערזאן מיט איבערמענטשליכע ענערגיע, ער איז פיל מיט לעבנ'ס גייסט. ער רוהט נישט פאר קיין סקונדע, זיין קאפ לויפט אים פאראויס, און זיין אויסגעצייכנטע כח הדמיון שלעפט אים צו ווייטע אספעקטן און פאנטאזיעס, וועלכע ווערן עווענטועל פארמירט אין פאקטישע הארמאניע וועלכע ליגן אויסגעשפרייט אין די געשעפטן.

פונקט ווי ביי זיינע לייוו ארקעסטרעס ווי ער שלעפט אלע באטייליגטע מיט זיך, גענוי די זעלבע קומט פאר ווען ער רעדט. עס דאכט זיך מיר אז אונטער זיינע שטום בענדער ליגן פארשטעקט א גאנצע סטרינגס סעקשען, א פולע ברעס אפטיילונג און א פויקער. ער רעדט מיט חיות, זיינע הענט טוען אפשפילן הארמאנישע הסברים איבער וואס זיין ליפן שאקלט זיך, ווען ער זעלבסט טאנצט מיטן טאקט פונעם ביעט...

די דיקמאן עפאכע
צום אלעם ערשט, אלס א רוטינע צוגעגעקלעפטע פראגע בעפאר א יעדע אינטעוויאו, זאגט אונז ביטע ווי האט איר אנגעהויבן אייער טאלאנט און קאריערע?

"אנגעהויבן האט זיך עס ביי די פיר יאר", זאגט יואלי מיט א שמייכל, "ווען מיינע עלטערן האבן מיר געשאנקן פארן זיין א גוט קינד א מתנה וועלכע איז באשטאנען פון א קליינע קינדערישע פיאנא, וועלכע האט פארמאגט א ערך פון דריי גאנצע דריי סאונדס. די ערשטע ליד וועלכע איז מיר געליגן אין די ביינער איז געווען די באקאנטע ימים נוראים'דיגע ברכו נוסח-ניגון, וואס איך האב געקענט פון מיין טאטע וועלכע איז א חזן".

"אין א טאג וואס איך בין געווען וואויל האט מיר מיין מאמע געשאנקן דעם פיאנא פארן זיך גיין לייגן... איך האב אין יענע קינדערישע יארן זיך בעיקר צו געהערט צו די באקאנטע 'פרחי' לידער, און אזוי אויך צו ישראל לאמ'ס און מונה'ס פראיעקטן. ביי די אכט יאר האב איך אנגעהויבן פארשטיין אז איך האב ליב מוזיק, און דאס האט מיר געצויגן זיך אריינצולייגן אין אלגעמיינע קלאסישע מוזיק".

יואלי'ס ערשטע אויפטריט ווי ער האט אראנדשזירט א פאקטישע ארקעסטרע, איז פארגעקומען זייענדיג א יונגל איידערן בר מצוה. אין א שיינעם טאג האט ער באשלאסן אז ער וויל אויפלעבן א חבר זיינע וועלכע האט זיך געפינען אין א שווערע געזונט צושטאנד, און דאן איז עס געווארן א ווארהייט. דער קליינער יואלי איז א מוזיק-ריז.

ער האט אנגערופן עטליכע גרויסע שפילער'ס, און זיי דערציילט די סיטואציע פונעם קראנקן קינד, זאגענדיג מיט שטאלץ אז ער שטעלט יעצט צוזאם אן ארקעסטרע און ער זוכט שפילערס וואס זענען גרייט זיך צוצושטעלן אומזיסט. די שפילער אויפן אנדערן זייט טרייבל, האבן זיך מעגליך געהערט היפש סקעפטיש ווי נאר זיי האבן אידענטיפיצירט די שטימע אויפן אנדערן זייט... א קינדער'ישע קול, אבער אין די ענדע זענען זיי אלע דארט געווען. עס איז געווען א סוקסעס.

"זייענדיג א בחור האב איך עמטליך, אונטערן טיש, אנגעהויבן אנפירן פראיעקטן. איך האב נישט געהאט קיין אהנונג די פאקטישע נאטן, אבער איך האב געוויסט גענוי וואס איך וויל און ציל. איך בין געגאנגען צו עקספערטן און מוזיקאנטן וועלכע האבן אפגעשריבן דאס וואס איך האב געוואלט, איך האב זיי פרובירט איבערצוגעבן מיינע געפיהלן וואס זיי האבן שפעטער איבערגעשריבן צום מוזיקאלישע שפראך. איך בין געווען אומרואיג ביי מיך זעלבסט אויב זיי האבן מיר ריכטיג פארשטאנען, און מיין איינציגסטע פראגע איז געווען צו ס'איז גוט אפגעשריבן... איך אליינס האב נישט געקענט ליינען קיין ווארט דערפון..."

אלס ישיבה גדולה בחור האט ער שוין גענומען ווייטערדיגע שריט, ארנדשזירענדיג א פולע אלבום פון מידד טסה.

די רעשט איז היסטאריע...


א אייגענע סטיל אין מוזיק
פון צווישן פילע געלונגענע אראנדשזירער, שטארצט ארויס די נאמען יואלי דיקמאן. עס פארמאגט ווי א אייגענע סטעמפל, וועלכע אויך אן קוקן אינעם אלבום-בוך לאזט זיך קלאר שטעלן אז יואלי האט פראדוצירט דעם ניגון. ער איז געווארן אין די צוויי יאר ווי א זעלבסט-שטענדיגע ארטיקל, און א פערזענליכע סטייל אין מוזיק. מיר ווילן פארשטיין מיט וואס ספעציליזירט ער זיך איבער אנדערע, וועלכע האבן נאכנישט דערגרייכט דעם שטאפל, טראצדם דעם וואס זיי זענען שוין פיל לענגער אינעם מוזיק אינדוסטריע.

יואלי אנטזאגט זיך פון קאמענטירן אויף אנדערע, ער וויל ליבערשט ערקלערן זיין טייל אין בילד, און רעדן פון די גוטע חלקים:

"עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז מוזיק איז א 'שפראך', עס איז נישט קיין נאטן און נישט קיין ביעטס אדער קאורדס. עס איז א זעלבסטשטענדיגע שפראך. אלזא, יעדער איינער פארמאגט זיין שפראך מיט וועלכע ער באניצט זיך. אט דאס איז איינס פון די שווערסטע זאכן פאר א מויזקאנט, זיך צו האלטן צו די אייגענע שפראך מיט וועלכע מען איז באשאנקן געווארן".

א מענטש וועלכע ווערט געבוירן אין א ענגליש-רעדנדע פאמיליע, וועט מעגליך זיך קענען אויסלערנען א פליסיגן פראנצוזיש, אבער וועט אלעמאל בלייבן מיט זיין געבוירענעם שפראך אלס זיין מערסט פליסיגסטע און צוגעפאסטע שפראך, עס איז גאר שווער זיך אויסצולערנען א גענצליך נייע שפראך, און דאס פארוואנדלן אלס די ערשטע אויפן ליסטע.

פיל מער איז אין די מוזיק אינדוסטריע. יעדער מוזיקאנט ווערט געבוירן מיז זיינע אייגנהייטן און ספעציליזירט זיך מיט זיין 'שפראך'. מוזיקאנטן דארפן אלס האלטן פאר די אויגן – ערקלערט יואלי – אז אויב ווילן זיי ארויסגעבן שיינע סחורה, דאן דארפן זיי זיך האלטן צו זיך. מען דארף אנערקענען אין די אייגענע שפראך, און נישט זוכן נאכצומאכן דעם און יענעם.

יואלי איז טאקע דא אויסצופירן דעם אגענדע. ער האט פארמירט א פערזענליכע מוזיק שפראך, אייגענע ענערגיע און קאסטומיזירטע נאטן. ער איז זיך אליינס.

"מענטשן רופן מיר אן מיט א ניגון וועלכע זיי ווילן פובליצירן, אבער זיי ווילן אז עס זאל זיין אזוי ווי יענע און יענע ניגון פון מונה... איך ענטפער אלעמאל אז דאס איז עפעס וועלכע איז נישט פארהאן און קען נישט געשעהן אין פאקט. איך קען אים מאכן א ניגון אזוי ווי יואלי דיקמאן, אזוי ווי מיין אייגענע שפראך".

ער קלארט אויס אז מען זאל זיך נישט טועה זיין: עס איז זיכער פארהאן א אפציע צו בעטן פאר א ניגון אז עס זאל זיין אזוי ווי א צווייטע ניגון, אבער דאס אלס איז נאר געזאגט געווארן לגבי די סאונד. מען קען פראדוצירן א ניגון מיט ברייטע סאונד, מער צוזאמגענומענע, אז די קול זאל קומען פון ווייט אדער פון נאענט, אבער דאס אלס איז נאר אין צוזאמענהאנג מיט די וועג וויאזוי אויסצושטעלן די ניגון.


מוזיק שפראך
ווי איז צוזאמגעקומען אין פאקט אזא מאדנע ערשיינונג ווי א אינגערמאן פון פינף-און-צוואנציג יאר שטייט אויפן פלאטפארמע, און דירעקטירט א פולע ארקעסטרע פון זעכציג יעריגע זקנים?

יואלי שרעקט זיך נישט פון די פראגע, ער צייכנט אן אז זאגאר דאס איז איינס פון די מערסט געפרעגטע פראגעס וועלכע מען צימבלט אים טעגליך. ער פארשטייט אויך די וואונדער פון די ביישויער ווען זיי זען דעם יונגער ענערגישער מאן שטיין מיטן אויסגעשטרעקטן שטעקן, וועלכע האלט צוגעשמידט די אויגן פון די פילע שפילער, וועלכע בייגן די הענט אויפן פידל לויטן טאקט וועלכע זיין האנט ריקט זיך.

"ווי פריער ערווענט איז מוזיק א שפראך. אלזא, שפילער קענען גוט דעם שפראך, און כאפן אויף אינסטינקט מיט וועם זיי האנדלן. ווי נאר זיי כאפן א אויבערפלעכליכער בליק אויפן נאטן-צעטל וועלכע ליגט פארנט פון זיי, וועלן זיי גלייך אויפפאסן איבער וועם די רעדע איז, זיי וועלן אין א בליץ-סקונדע באמערקן צו מען רעדט דא פון איינעם וועלכע פארשטייט א יעדע איינציגסטע נאט וואס ער שרייבט, אדער יענער האט זיך גענומען שרייבן וואס ס'לאזט זיך...".

ווען דער שפילער זעט אז דער שרייבער ווייזט גענוי וואס ער שרייבט, און רעכנט אויס א יעדע איינציגסטע נאט אז עס זאל פארמירן די ריכטיג באלאנסירטע מוזיקאלישע שטימונג, דאן מאכט נישט אויס די יארגאנג. אויב שטייען ביידע אויפן זעלבן בלאט, ביידע פארשטייען זיך אויפן ווינק, דאן מאכט נישט קיין חילוק וויט אלט מען איז.


עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז יואלי וועט שטענדיג טוישן סטודיאס, און פארמאגט נישט בלויז איין סטודיא ווי ער וועט רעקארדירן זיינע פראדוקציעס, נאר ליבערשט וועט ער יעדעס מאל אויסוועהלן א צווייטע פלאץ.

יואלי ערקלערט אז עס איז געוואנדן אין פילע פאקטארן וועלכע פירן אים צו זיינע באשלוסן ווי צו רעקארידן א ניגון, און אין פארשידענע פעלער האט ער שוין פאקטיש רעקארדירט די זעלבע ניגון אין עטליכע סטודיאס, ביז א פאל ווי ער האט איבערשגעשפילט איין ניגון אויף זיבן אנדערע פלעצער.

עס איז פילייכט געוואנדן אין וואספארא סארט סאונד מען זוכט צו ערהאלטן. ווען מען וויל רעקארדירן א ניגון וועלכע וועט באשטיין פון א ברייטע קול, דאן פעלט זיך אויס איין סארט סטודיא, און ווידער ווען מען זיכט ליבערשט א איידעלע שטימע דאן פעלט זיך אויס א גענצליך צווייטע סטודיא. ער צייכנט אן, אז אין די היינטיגע טעג קען מען שוין דורכפירן פילע מעגליכקייטן דורכן קאמפיוטער, א זאך וועלכע איז אמאל נישט מעגליך געווען, אבער דאך איז עס פיל רייכער און מער אריגינעל ווי ווען עס איז ריין פונעם קאמפיוטער.

"ביי מיך ווענדט זיך א ניגון, לויט וויפיל מען האט זיך שפעטער געדארפט שפילן דערמיט. איך לייג א שטארקע געוויכט אז עס זאל זיין ריין און לויטער".


די פידל. די נשמה.
איינס פון די מערסט באוויסטע ערשיינונגען איבער יואלי דיקמאן, איז די ספעקטאקל ווי ער ראקארדיט א ניגון, און ארום זיצן אויסגעשורה'עט אומווייניגסטנס צוואנציג פידלעך, געמישט פון אלע סארטן. מיר וויל פארשטיין פארוואס פעהלט זיך אויס אזויפיל פון די זעלבע סארט, פארוואס באגניגענט ער זיך נישט מיט פינף פידלעך. העכסטנס קען מען עס דאפטלן דורכן קאמפיוטער עס זאל זיך הערן ןןי צענדליגע פידלעך.

דא רירן מיר אן יואלי'ס נקודה. זיין פינטל. זיין נשמה.

"מענטשן האבן א גרויסע טעות, און זיי מיינען אז א פידל איז א געוויסע אביעקט, א סארט אינסטרומענט, אבער דער אמת אז עס איז פיל מער, עס איז פון די טיפסטע אינסטרומענטן. אלזא, איך וואלט אייך ערקלערט אייער פראגע אין צווי באזונדערע שטאפלן.

ערשטנס, ווען איך גיי אראפ צו סטודיא מיט דרייסיג פידלער, וועט איר אלעמאל זען אז די רעדע איז איבער א סטודיא מיט א גאר הויכע דאך, וועלכע דערגרייכט באלד דריי שטאק. די סיבה דערצו איז זייער פשוט. מיר זוכן נישט דא 'דרייסיג' פידלעך, נאר די ציל איז א געוויסע הימלישע הארמאניע וועלכע פארמירט זיך פון א ארקעסטרע פון דרייסיג פידלעך.

ווען פון אונטן זיצן אויסגעלייגט דרייסיג בענקלעך מיט פידלער, קומט אויבן אויפן דאך פאר א אומערקלערבארע הארמאניע, דארט אויבן דרייט זיך ארום א געוויסע שטימונג וועלכע ווערט פארמירט דורך די וועביראציע וואס שפיגלט זיך אויבן אויפן דאך. עס איז א צירקע פון קול, מיר זוכן נישט דרייסיג באזונדערע פידלעך, מיר זוכן דא א צוזאמענארבעט פון דרייסיג פידלעך וועלכע וועלן אינאיינעם צושטאנד ברענגען א געוויסע העכערע און הערליכע שטימע, א הארציגע וועביראציע, עפעס וועלכע לאזט זיך נישט ערקלערן אין מאטעריאליסטישע ליטעראטור. דערפאר וועט איר באמערקן אז אויבן אויפן דאך פון די סארט הויכע סטודיא'ס, געפינען זיך עטליכע מייקס וועלכע כאפן אויף דעם הימלישן שטימע וועלכע קומט זיך צוזאם אויבן אויפן דאך פון די אלע פידלעך וועלכע שפילן אונטן.

דאס איז די אורזאך וועלכע צונעמט מיין הארץ ווען מען רעדט איבער א פידל, און איבער די סטרינגס פאמיליע בכלל, ווי איר קענט באמערקן פון אלע מיינע אלבומס וועלכע פארמאגן געוויס אסאך סטרינגס".

דער שרייבער פון די שורות זעלבסט, וועלכע איז נישט קיין ספעציעלע מוזיק-קענער, איז געזיצן מיט עטליכע חברים ארום א טיש, ווען פון אונטן האט אונטערגעשפילט דעם נארוואס ערצייגטן 'צעקה' אלבום, פונעם אלטן מוזיק ריז, מרדכי ווערדיגער, הנקרא מרדכי בן דוד, און אינדערמיט איז אנגעקומען דעם ליד פון הנה ימים באים... אינסטינקט האבן זיך דריי פון די פיר באטייליגטע ספאנטאנישט אויסגעשריגן, דאס איז דיקמאנס האנט-ווערק!

די פאכמאנישע סימפאניע וועלכע נעמט אריין די צוהערער אינעם ליד, ווען די אנהייב איז פיל מיט דראמאטיע, און נאך געציילטע נאטן קומט דער הארציגער פידל און צולאזט דאס הארץ, אריבערפירנדיג די מענטש פון דראמא צו טיפע געפיהלישע הארץ סטרינעס, איז ווי עפעס וועלכע גייט ספאנטאן מיטן נאמען יואלי דיקמאן, עס לאזט זיך ניטאמאל דעבאטירן. סטרינגס איז עפעס וועלכע געהערט צו דיקמאן, ער האט געלייגט זיין הענט דערויף.


א שיעור אין מוזיק, דורך רבי ר' יואל
א ארקעסטרע ווערט ווערט צוטיילט אין דריי עקסטערע חלקים. די ערשטע טייל, וועלכע איז ווי די פונדאמענט פונעם געבוי, איז די חלק וועלכע רופט זיך די 'ריטהעם סעקשען'. די ריטהעם באשטייט פון די דראם, בעיס, קיבאורד און גיטאר. די דאזיגע חלק איז די פונדאמענטאלע חלק פונעם גאנצן ארקעסטרע, און אלע אנדערע אינסטרומענטן זענען ווי צוגעהערן צו דעם פונדאמענט.

די קומענדיגע חלק איז די 'ברעסס סעקשען'. דאס איז א צוזאמשטעל פון עטליכע סארט פייפערס, וועלכע נעמען אריין אין זיך די סעקסעפאון, טראמפערט, טראמבאן און נאך פארשידענע פייפערס.

די דריטע חלק, וועלכע איז די מערסט קאמפליצירסטע און סענסיטיווסטע, איז די 'סטרינגס סעקשען'. דאס איז א צוזאמשטעל פון אסאך פידלעך, ווען צווישן זיי ציילט זיך די געווענליכע פידלעך, די טשעלאו, קאנטשראובעיס און די וויאלע, וועלכע זענען אפגעטיילט אין זייער געבוי און שטימע. איינער איז א דיקערע קול און דער צווייטער מער ווי א בעיס-שטימע, א זיסערע קול, און א ווארעמערע שטימע.

די דאזיגע 'סטרינג סעקשען' איז גאר קאמפליצירט זייענדיג א צאמשטעל פון פילע קליינע דעטאלן, און כדי ארויסצוברענגען איר אמת'ע פראכט און גלאנץ, מיז עס זיין געניט אויסגערעכנט און שטימען מיט די כללים און פרינציפן. עס איז ווי געביידע וועלכע קען נאר שטיין ווען איין ציגל ווערט געלייגט איבער דעם אנדערן, און קיינער איז נישט צו קורץ אדער צו לאנג. גענוי די זעלבע שפילט זיך אפ אינערהאלב די סטרינג סעקשען, א יעדע איינציגסטע נאט דארף שטימען און זיין אין פלאץ.

"ווען מען רעדט פון סטרינגס דארף מען פארשטיין אז א פידל איז ענדערש א 'שמועסער' ווי א אינסטרומענט. ווען צוויי פידלעך קומען זיך צאם, שפילט זיך אפ א ספיריטואלע שמועס צווישן זיי. דער ערשטער פידל פרעגט א פראגע, דער צווייטער ענטפערט, דער דריטער איז מסביר און דאן קומט דער טשעלא"ו אריין און מאכט קלאר עטליכע אומקלארע פראגעס, און דער קאנטשראובעי"ס פרעגט צוריק, ווען פון דער אנדערער זייט ענטפערט די וויאל"ע מיט א ענדגילטיגע קלארשטעלונג. עס קומט פאר א גאר אינטערסאנטע שמועס צווישן זי, וועלכע א גוטע אויער פארשטייט וואס זיי שמועסן... און אין די ענדע ווערט פארמירט א געפיהל פון 'כולם נקבצו'... עס איז א געביידע וועלכע ווערט אויפגעבויעט מיט די צוזאמארבעט פון אלע דרייסיג פידלעך.

די פידלעך זענען ווי א זעלבסטשטענדיגע כאר, עס איז די בעיס פון עטליכע פידלער וועלכע לאזן הערן זייער מיינונג, און פון אונטער זיי ברימען זיך עטליכע אונטער הערליכע הארמאניע, וועלכע איז נישט מעגליך ארויסצוברענגען מיט קיין אנדערע סארט אינסטרומענט אויף אזא סאלידע פארנעם.

אט דאס איז איינס פון די שווערסטע פאקטן ווען עס קומט אהערצושטעלן אזא ריזן סימפאניע פון איבער דרייסיג פידלעך, עס דארף זיין געשריבן מיט א געוואלדיגע געניטקייט אז קיין איין איינציגסטע פידל זאל זיך נישט צוזאמשטויסן מיטן אנדערן, און אז קיינער זאל נישט אריינשרייען אינעם צווייטנס... א דיסקוסיע דארף דאך געפירט ווערן דיפלאמאטיש און אויסגעהאלטן..." ענדיגט דיקמאן צו מיט א שמייכל.


א שאלה וועלכע ליגט מיר שוין א לאנגע צייט אויפן צינג, אבער אין געווענליכע פעלער וואלט איך עס נישט געפרעגט מורא האבענדיג אז דער וועלכע רעדט מיט מיר וועט רעאגירן מיט פארשעמעניש אויף די פראגע, אבער רעדנדיג מיט דיקמאן שפיר איך זיך זייער אפען, ער ענטפערט מיר קלאר אויף מיינע פראגעס, און דאס געבט מיר די מוט צו גיין א שטאפל ווייטער.

די גרויסע ארקעסטרעס ביי פארשטעלנגען, וועלן געווענליך האבן א אראנדזשירער וועלכער שטייט אין פארנט, ווען אין זיין האנט האלט ער א שטעקן, מיט וועלכע ער דרייט רעכסט און לינקס, מיט נישט ווייניגער גרימאסן אויפן געזיכט, וועלכע דארפן אפיציעל פירן די שפילער, אז זיי זאלן אויספירן זייער אויפגאבע. איז דאס בלויז א שפיל, וועלכע דארף ווייזן אויף פראפעסינאליזים, אדער פעהלט זיך דאס באמת אויס.

יואלי קוקט אויף מיר מיט א סארקאסטישע געזיכט, "די שטעקן און די באוועגונגען זענען דאך די נשמה...".

"א יעדע איינציגסטע ריר וואס דער אראנדזשירער מאכט מיט זיין האנט איז אויסגערעכנט, קיין איין איינציגסטע ריר איז נישט אומזיסט".

לאמיר צוטיילן די ענטפער אין צוויי טיילן:

ערשטנס איז די טעכנישע טייל. ווען מען רעדט פון א ריזן ארקעסטרע דארף אלעס קלאפן אויפן טאקט, און אלעס מיז אויסגעפירט ווערן אין די זעלבע מולטי-רגע, אן קיין דילעיס און פארשפעטונגען. אט דאס איז די אויפגאבע פון דער פערזאן מיטן שטעקן, ער דארף שטיין אויפן שפיץ און איבער אלעמען, און צוזאמנעמען אלע שפילערס צו א בליץ-סקונדע צוזאמענארבעט, און ווען ער לאזט ענדגילטיג אראפ זיין האנט, דארפן אלע ספאנטאניש אינאיינעם אנהייבן, און ווען ער גיבט א 'ענדע צייכן' דארף זיך אלעס ענדיגן. אזוי אויך פארמאגט ער נאך א וויכטיגע אויפגאבע צו געבן די אנווייזונגען פאר די שפילער אויף וועלכע ביע"ט און ווי שנעל צו שפילן, און וויאזוי ארויסצוברענגען די מעלאדיעס, הארט אדער ווייעך, איידל אדער ווילד, דראמאטיש אדער לויז, וועלכע דערקענט זיך לויט די גרימאסן און הענט באוועגונגען.

אזוי אויך פארמאגט דער אראנדזשירער א פסיכילאגישע אויפגאבע, ווען דורך זיינע באוועגונגען געבט ער אריין זיינע אינערליכע געפיהלן און געדאנקן וואס ער האט געוואלט ארויסגעבן ביים שרייבן די נאטן. ווען אויף זיין געזיכט הערשט א מינע פון דראמאטיע, פליסט דאס אריבער צו אלע שפילער און וועלן אינספירירט ווערן דורך זיינע גרימאסן, מיטשפילענדיג זיינע געפיהלן.


דמיון אינאיינעם מיט ערפארונג
מענטשן ווילן וויסן וואספארא ספעציעלע אייגנהייטן דארף מען האבן אויף צו קענען זיין א מוזיק אראנדזשירער?

די ערשטע זאך וועלכע פעהלט זיך אויס, לויט דיקמאן'ס רייד, איז א כוח הדמיון. איינער וועלכע ארבעט אין די מוזיק אינדוסטירע און ווערט אויפגעכאפט אלס מוזיק ריז, דארף זיכער צוגעגעבן ווערן קרעדיט פאר זיין שעפערישע כח הדמיון, וועלכע געבט די מעגליכקייט צו טראכטן אויסערן קעסטל, און קענען חלום'ען איבער זאכן וועלכע זענען נישט אין רעאליטעט. מוזיק איז א ארט פונקט ווי א יעדע ארט, און פארלאנגט א ברייטע דמיון, וועלכע זאל ערלויבן דעם מענטש צו טראכטן איבער נייע געדאנקן, אינאיינעם מיט די מעגליכקייט פון קענען אראפברענגען די זאך לעבעדיגערהייט, אויך בעפארן שטיין אויפן פלאטפארמע.

טראצדעם איז א בלויזער כח הדמיון ווייט פון גענוג, ווייל ווען די רעדע איז ארויסצוברענגען די רעיונות און געדאנקן מכח אל הפועל איז עס גאר א צווייטע מעשה. מוזיק איז א זאך וועלכע מען 'מיז' זיך לערנען, און אן דעם קען מען קיין אראנדזשירער נישט ווערן, און ווען מען ווייסט נישט די כללים דאן זעהט זיך עס גלייך אן. א טראמבאן איז א הערליכע אינסטרומענט, און די טראמפערט איז נישט ווייניגער, אבער ווען די צוויי זאכן קומען זיך צוזאם, דארפן זיי שטימען. אלזא, איינס פון די מערסט קאמפליצירטע טרענירונג וועלכע מען דארף זיך לערנען איז צו פארשטיין די קאנצעפט פון א יעדע איינציגסטע אינסטרומענט, און וויסן ווען צוויי הארמאניעס וועלן שטימען אינאיינעם, און ווען עס וועט 'קלעשן' און ברענגען א צוזאמענשטויס.

אזוי אויך, די כח הדמיון איז ענדלאז, אבער אין פאקט זענען די אינסטרומענטן באגרעניצט, און נישט יעדע אינסטרומענט קען אויספירן יעדע אויפגאבע, און דאס דארף מען קענען מיט א קלארקייט ווען עס קומט צו שרייבן נאטן, צו וויסן די גענויע מעגליכקייטן פון א יעדע סארט אינסטרומענט. ביים סעקסעפאון צום ביישפיל איז פארהאן צוויי סארטן, איינס דער 'טענאר'(tenor) און דער צווייטער איז דער 'אלטא' (alto), און טראץ די פאקט אז ביידע זענען פונעם סעקסעפאון פאמיליע, פארמאגן זיי גענצליך אנדערע מעגליכקייטן.

יואלי ערקלערט, "ווען מיר זיצן ביים שבת טיש, טאטע מיט קינדער, און מען זינגט אינאיינעם זמירות פארן הייליגן שבת, שטעלט זיך ארויס א בילד ווי דער טאטע זיצט זיך געמיטלעך און זינגט דעם ליד אנגענעם, לייכט און אן קיין עקסטערע באמיאונגען, ווידער דאס קינד וועלכע זיצט אויפן זייט גארגעלט זיך דאס שטימע און רייסט זיך איבער די שטים בענדער צו דערגרייכן דעם טאטן'ס טאן, און די זעלבע איז פארקערט אין אנדערע פעלער פארן טאטן ווען ער דארף זיך איבערשטרענגען און דאס קינד זינגט רואיג און גרינג.

די סיבה דערצו איז וויבאלד ערוואקסענע און קינדער פארמאגן גענצליך אנדערע אקטיוו'ס (range of notes) אויף וואס זיי זינגען. די זעלבע איז ביי אינסטרומענטן, ווי ביי רוב פייפער אינסטרומענטן (ווי א סעקסעפאון, טראמבאון און פלוט וכדו') איז פארהאן א 'טענאר' און א 'אלטא' ווערסיע, און די חילוק פון זיי צוויי איז אז די טענאר איז ווי אן ערוואקסענער מיט די מעגליכקייט אנצוקומען צו הויכע נאטן רואיגערהייט מיט א דיקע שטימע, און ווידער די אלטא איז מער קוויטשעדיג דערגרייכענדיג די נאטן וועלכע פארן טענאר שפילט זיך ווי א פידל.

די גיטאר קען געניצט ווערן אויף מערערע וועגן און קען ארויסברענגען עטליכע סארט שטימעס. ער קען זיין אגרעסיוו, דראמאטיש, ראק, קלאסיש וכו'. א יעדע אינסטרומענט פארמאגט זיינע אייגנשאפטן און מעגליכקייטן, און אן די ידיעות קען מען קיין אראדזשירער נישט זיין, טראצדעם וואס מען פארמאגט א שטארקע כח הדמיון און מוזיק מח.

די אלע דעטאלן זענען הויפטזעכליך וויכטיגע באשטאנטיילן פאר א ארנדזשירער, און אויב ווייסט ער נישט די פרטים וועלן די קאנסעקווענצן גאר שנעל נאכפאלגן... ווי נאר ער וועט זיך ארויפשטעלן אויפן פלאטפארמע און די ערשטע קוויטש וועט ארויסקומען, וועלן די אויערן פון די ביישויער אנהייבן קראצן און זאכן וועלן ארויסגיין פון פראפארציע. עס איז נישט ווי ברויט אן פיטער, נאר ליבערשט ווי ברויט אן מעהל..."

אייגנטליך איז דאס איינס פון די אייגנשאפטן וועלכע ברענגען ארויף די מאכט פון יואלי, זייענדיג א עקספערט ארויסברענגענדיג די ריכטיגע באלאנסירטע סאונד, פארמאגענדיג א אייגנארטיגע קאליר און סטיל ווען עס קומט צו אן ארקעסטרע און סימפאניע, און איבערהויפט ביים ברעס סעקשען ווי דיקמאן האט ערווארבן א אייגענע סאונד וועלכע איז א פולע און דיקע סאונד, וואס קען גרינג אידענטיפיצירט ווערן דורך יעדער וואס האט נאר די מינימאלע מוזיק וויסענשאפטן.


קרישקעלעך איבער דיקמאן...
א אינטערסאנטער אנעקדאט איבער יואלי, אז אלס פרעפעקציעניסט וועט ער צומאל אריבערופן א שפילער מיט א געוויסע אומגעווענליכע אינסטרומענט (סילעפאון, טימפוני אדער עגיפטישע פלוט...) זאל קימען אפשפילן א געוויסע מוזיק-שטיקל וועלכע געדויערט נישט מער ווי איינציגע סעקונדעס, וויבאלד ער וויל ארויסברענגען א געוויסע הרגשה וועלכע א אנדערע סארט אינסטרומענט וועט עס נישט קענען דעליווערן. און איין פאל, ביי די 'לעתיד לבא' פון בערי וועבער'ס אלבום (וואס אגב הייסט עס א גאון'ישע אראנדזשירונג), האט ער געוואלט באקומען א געוויסע גאר איידעלע און סענסעטיווע סאונד, ענדליך צו צוויי העלצער וועלכע קלאפן זיך צוזאם. נאכן אפירזוכן פאר אזא אינסטרומענט, האט ער זיך איבערצייגט אז עס איז נישט פארהאן אזא סארט סאונד, אבער אזא איינער ווי יואלי וועט נישט אויפגעבן... דיקמאן איז אויפגעקומען מיט א געניאלע בייפאל, זאגאר ער האט א אינסטרומענט וועלכע הייסט 'שיך'... ער האט גענומען זיינע שבת'דיגע שיך און אנגעהויבן קנאקן אויפן טיש, און יאפס, עס איז געווען גענוי דאס וואס ער האט געזיכט. והכל יבוא על מקומו בשלום...

די זעלבע זאך שפילט זיך אפ יעדעס מאל ווען עס קומט צו רעקארדירונגען. עס איז א נערמאלע ערשיינונג אז יואלי זאל זיך אפגעבן כמעט א גאנצע שעה בלויז אויף אוועקשטעלן די מייק'ס אין סטודיא אויפן ריכטיגן ארט, וועלכע איז א סענסעטיווע טייל אין רעקורדירונגען, וויבאלד יואלי זוכט זיין ספעציפישע סאונד וואס ער וויל אז עס זאל ענדגילטיג ארויסקומען. די מייק'ס קענען נישט סתם אוועקגעשטעלט ווערן סייווי, נאר עס ווענדט זיך א יעדעס מאל לויטן פראדוקט וואס מען וויל ערצייגן, צומאל א ווייטערע אפענע קול און צומאל א נאענטע שטארקע שטימע.

אינעם היימישן מארקעט זענען פארהאן פילע טאלאנטפולע אראנדשזירער, ווען צווישן זיי ציילט זיך פילע נייע אויפגייענדע יונגע כוחות. דאך האבן זיי נישט פארמירט קיין אייגענארטיגע סטייל, שניט און סאונד, וועלכע זאל געבן די מעגליכקייט פארן צוהערער זיי צו אידענטיפיצירן. ווידער ביי אזעלכע ריזן ווי מונה ראזנבלום לאזט זיך אליינס באשליסן "דאס איז א מונה שטיקל", אויך אן קוקן אינעם סידי ביכל. און די סיבה דערצו איז ווי פריער ערווענט, וויבאלד די ריזן ווי מונה, רובי באנעט און משה לאופער האבן דורכאויס די יארן ערווארבן א אייגענע מהלך וויאזוי זיי בויען זייער מוזיק, און ווען מען הערט זיך איין דערצו, דערקענט זיך גלייך דעם 'לאופער סטעמפל'. און יואלי דיקמאן ווערט געוויס אריינגערעכנט אין די ליסטע פון אראנדזשירער וועלכע האבן דאס ערווארבן, און איז אין פאקט די איינציגסטע פונעם נייעם דור פון אראנדזשירערס וועלכע האט דערגרייכט דעם ספעצילעטעט.


אינספיראציע
ענדיגט צו מיט א געשיכטע וועלכע האט אייך שטארק אינספירירט, וואס איר האט אליינס מיגטגעלבעט דורכאויס אייער קורצע קאריערע?

"געווען איז עס מיט עטליכע יאר צוריק, ווען איך בין געווען אין ניו יארק פאר א גרויסע אויפטרירט. נאך די אויפטריט בין איך אריין אין א דערנעבענדיגן ביהמ"ד דאווענען מעריב, און נאכן דאווענען האט דער גבאי אויסגעקלאפט אויפן בימה אז מיר האבן דא אלס גאסט יואלי דיקמאן, א היימישע אראנדזשירער פון ארץ ישראל וועלכע איז ברייט באקאנט אלוועלטליך מיט זיינע פראיעקטן.

איך האב נישט אזוי פונקט פארשטאנען דעם מנהג פון אויסרופן געסט, אבער איך האב זיך צוגעשטעלט דערצו און מיטגעשאקלט מיטן קאפ, אז דו ווילסט אזוי זאל זיין אזוי.

איך הייב אן גיין צום טיר, און א עלטערע איד, א זעכציגער, כאפט מיר אן ביים האנט און קוקט אויף מיר מיט שטוינונג, ווי צו זאגן, דו בוסט עס?

איך שאקל מיטן קאפ, ווי צו זאגן יא, איך בין עס... ווען אויף זיין געזיכט זעהט זיך אן שנירלעך טרערן וועלכע הייבן אן פליסן מיט אימפעט... איך בין געשטאנען ערשטוינט נישט פארשטייענדיג וואס גענוי דא קומט פאר.

דער איד הייבט אן שילדערן אז ער איז געבוירן געווארן א גוי, און הערשט שפעטער האט ער זיך מגייר געווען. זייענדיג א גוי איז ער געווען א ריזן אראנדזשירער זייענדיג באוויסט אלוועלטליך, אבער ווען ער האט זיך מגייר געווען האט ער גענצליך אויפגעגעבן זיין קאריערע. אלס איד איז ער געווען פארזיכערט אז אינעם אידישן מארקעט איז נישט פארהאן אזעלכע וועלכע קענען אראנדשזירען גרויסע קלאסישע סימפאניעס. לעצטנס, דערציילט דער איד, האט אים זיין אייניקל געברענגט א סידי פון יוסף חיים שוואקי, חביבין, ווי דארט איז פארהאן א ניגון 'כל ישראל', וועלכע פארמאגט הערליכע אומגלויבליכע קלאסישע מוזיק, עפעס וועלכע ער האט נישט געגלייבט אז עס איז דא אזעלכע אידישע טאלאנטן... און דאס האט אים געברענגט הייסע טרערן, איינזעהענדיג אז ביי אונז כלל ישראל איז אויך דא אידן וועלכע זענען געשאנקן געווארן מיט אמת'ע טאלאנט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג יולי 18, 2017 4:43 pm

פיינע אינטערוויא גאר אינטערסאנט צו ליינען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג יולי 18, 2017 5:00 pm

יישר כח פאר דעם מוראדיגע און הערליכע ארטיקעל מיט דער מייסטער ארטיסט, איך בין געלאפן גלייך צו דעם ארטיקל ווען איך האב געפענט דעם לאמטערנע.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 18, 2017 5:11 pm

אוי יעס!

דאס איז דאך מיין פעווארייט ארטיקל

ווען מ'רעדט פון מוזיק בין איך דאך דארטן...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 18, 2017 5:31 pm

אויסטערליש הנאה געהאט ליינענדיג דעם ארטיקל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג יולי 18, 2017 6:47 pm

א בילד פונעם בעל הברית יואל דיקמאן פליז

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג יולי 18, 2017 7:25 pm

Wow סופער ארטיקעל...!!!! טנקס ע מילוין. עטץ דארפטס הערן זיין ערענדשמענט אויף בערי וועבער׳ס לעצטע ניגון סאיז אנריעל...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יולי 18, 2017 9:34 pm

א ריזיגע ארטיקל, א מעכטיגע ארבעט, היט פון לאמטערנע.

טענקס משה!! (און דאס איז נאך חוץ די גראפיקס...)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יולי 18, 2017 11:29 pm

מאסיוו! זייער הנאה געהאט צו ליינען

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך יולי 19, 2017 3:19 pm

מאשקאוויטש, דו האסט אן אמת'ע שרייב טאלאנט. די נושא רעדט נישט צו מיר אבער דער ארטיקל איז פול מיט אויסטערליש גוטע פראזן און אויסדרוקן, ווי א געבוירענער שרייבער אין א פראפעסיאנאלע מאגאזין.

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך יולי 19, 2017 3:31 pm

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:Wow סופער ארטיקעל...!!!! טנקס ע מילוין. עטץ דארפטס הערן זיין ערענדשמענט אויף בערי וועבער׳ס לעצטע ניגון סאיז אנריעל...


אלעס פיין און וואויל ער קומט אבער נישט צו צום ווארט ער ווארפט סתם ארום אינסטרומענטס

נאפס ער האט מיר נאכקיינמאל נישט געכאפט
yield the right of way

אור
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יולי 19, 2017 4:05 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א בילד פונעם בעל הברית יואל דיקמאן פליז
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (106.3 KiB) געזעהן 2247 מאל

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך יולי 19, 2017 4:36 pm

wow מוראדיג און גראדע בין איך א גרויסע פען זיינע האבענדיג און באזוץ א גאנצע פלעיליסט פון אלע ניגונים וואס ער האט אראנדזשירט און הגם ס'זענען דא אסאך וואס זאגן אז ער טוט אלץ איבער די זעלבע זאך האב איך און אסאר גאר שטארק הנאה דערפון און אפילו די וואס גלייכען אים נישט אזוי זענען אבער נאך אלץ מודה אז ווען עס קומט צו קווייער איז שוין גאר א 2טע מעשה און דאס האלט שוין יעדער אז עס בום'ט נאכאמאל שכח פארן ארטיקעל
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט