דער סאלדאט'ס געוויין... לכבוד שבת נחמו

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דער סאלדאט'ס געוויין... לכבוד שבת נחמו

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:06 pm

ב"ה

אומגלויבליך וואס טוט זיך דא, אומבאשרייבליך, מען קען עס פשוט נישט פארציילן, אבער פראבירן קען איך... א אומגעהויער דערהויבן אין פרייליך גיסטע הערשט דא אין הייליגען שטאט ירושלים, מיליאנען אידן צאמגענומען פון אלע עקן פון די וועלט געפינען זיך דא, מיט גלאנציגע אויגן פון איבערראשונג, און א אומבאשרייבליך גליקליכקייט, יא, דאס איז עס, ער איז געקומען, אונז האבן לאנג געווארט, זייער לאנג געווארט, צענדליגער דורות וואס מיר ווארטן אויף די מינוט, טייכן טרערן איז פארגאסן געווארן אז מען זאל אנקומען דערצוה, דאס איז געווען אונזער עיקר שאיפה, און אט איז עס, מיר זענען דערצוה אנגעקומע... צום סוף האט ער אונז נישט אנטוישט, אונז האבן זיך נישט איינגערעדט... מען האט עס דערלעבט... אוועק די שלעכטע צייטן, געענדיגט...

שטייען מיר אזוי און מיר טראכטן צוריק, אויף די לאנגע גלות וואס מיר זענען אריבער, נאר אייער נעכטן איז געווארן טויזענט ניין הונדערט און אכט און פערציג יאר וואס מיר זענען אין די גלות אריין, א ביטער גלות, מיליאנען אומגעקומען על קדושת שמו יתברך, מיר האבן אלע מאל געהאפט, מיר האבן געוויסט אז די טאג וועט קומען, פולע האבן אונז אויסגעלאכט, ווי לאנג גייען ענק נאך ווארטן, אבער מיר האבן זיך נישט געלאזט, געהאפט און געווארט און געגלייבט, און אט איז עס דא, נאך פול גליקליכער ווי מיר האבן זיך געראכטן...

איי, צוריק קוקענדיג זעעהן מיר אז דאס איז גאר נישט געווען אזוי ביטער, אלע צרות איז פשוט געווען נאך א רינגעלע און נאך א רינגעלע אין די לאנגע קייטעלע פון כלל ישראל, מיר זאלן קענען צי קומען ווי מיר זענען צי געקומען, אלס האט זיך געלוינט, אלעס איז ווערט געווען, אהן דעהם וואלט מיר נישט געקענט צי קומען צי ווי מיר שטייען יעצט דא בחסדי ה'...

ספאנטאנישע פרייליכע טענץ לאזן זיך ארויס, אידן מיט די גאנצע איבערגענומענקייט שפרינגען אין די לופט מיט גרויס עקסטאז...

די צאל אידן וואס געפינען זיך דא איז אומבאשרייבלעך, ווי ווייט איך קוק זעה איך אנגעפולט נאך און נאך, אבער, יא, עס איז דא פלאץ פאר יעדעם... קיינער שטופט זיך נישט... ווי אזוי אזא קלייטשיק שטאט קען ארייננעמען אזוי פון מענטשן פארשטייט קיינער נישט...

א קאלירפולע בילד פון אידן געפינט זיך דא, מיליאנען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון אלע עקן פון די וועלט, אבער מיט איין הארץ, פאראייניגט, פון ערליכע אידן וואס האבן זיך אלע מאל געהאלטן געטריי צי די תורה, ביז אידן וואס זענען ליידער געווען אוועק געריסן געצווינגענערהייט, דא זענען זיי צוריק געקומען, און אידן וואס מען האט בכלל נשיט געוויסט אז זיי זענען אידן, בעסער געזאגט זיי האבן נישט געוויסט אז זיי זענען אידן, פון די פארלוירענע אידן וואס האבן צענדליגער דורות נישט געוויסט פון זייער אידישקייט צי זאגן, אלע, אלע זענען יעצט דא, מיט א הייליגקייט אויף זייער געזיכט, אונזער קעניג משיח האט זיי אלע צוריק געברענגט, זיי מיט זייערע נשמות... יא, נאך דריי טויזענט יאר וואס כלל ישראל איז געווען צעטיילט אויף פיצלעך האבן זיי זיך צוריק פאראייניגט, ווי איין גרויס משפחה...

אט דא זעה איך א באקאנטער וואס איז א דורך געגאנען א שווערער עקסידענט ל"ע, ער איז נעבעך אפגעליגען לאנגע מאנאטן אין א קאומא, דאקטוירים האבן געזאגט אז זיין מוח איז שוין טויט, פולע תפילות האמיר פארגאסן פאר איהם, אט דא איז ער, ער טאנט אויף ביידע פיס... און אט איז דער אינוואלידער ר' ראובן, האט איהם נעבעך געפעלט א פיס, אט, דא טאנצט ער, ער האט פלוצלינג באקומען א פיס...

פלוצלינג נעמען זיך אלע צדיקים צאם מיט א דערהויבענע טאנץ, און עס ווערט אנטפלעקט א גאר הייליג מראה, א אומגעהויער הייליגער מראה וואס מען קען אפילו נישט שילדערען, אלע הייבן טייטעלען מיט די פינגער מיט גרויס איבערגענומענקייט, אט דא איז ער אונזער ג-ט, דא איז ער, מיר האבן אלע געהאפט פאר איהם, געהאפט פאר זיין הילף, וועלן מיר זיך אלע מיט פרייען מיט איהם...
***
פלוצלינג פיהל איך א איידעל קלאפ אויפן פלייצע, איך דריי זיך אויס, א ברייטער הויכער בלאנדער מאן עלעגאנט געקליידעט שטייט פאר מיר, "איך קען אפשר ברענגן א גלאז וואסער פאר דיין אינגל?" בעהט ער מיט בעטענדיגע אויגן, לאמיר ביטע דאס טוהן, "זעהסט מיר אויס באקאנט", זאג איך איהם, "ווער ביסטו?" פרעג איך איהם, "עה נארישקייטן, איך האב זיך אמאל איינגערעדט אז איך פיהר די וועלט, איך דין אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אבער יעצט איז מיין לעבנס ווינטש איך זאל קענען געבן א גלאז וואסער פאר א אידיש קינד..."

פונדערווייטנס זעהמיר גאנצע משלחת'ען אנקומען פון צענדליגער מדינות אינערהאלב דער גאנצע וועלט, צי באגריסן אונזער נייער קעניג, "אונז זענען אלע אונטערטעניג אונטער דיר", שרייען זיי אלע...

יעצט באמערק איך, די שטאט ירושלים האט זיך פשוט אויפגעהויבן, הויעך, פון אינטען שטייען מיליאנען גויים, קוקען, טייל מיט עהרע בליקען, כבוד און שעצע, "אט דאס איז דער אויסדערוועלטער פאלק, ג-ט'ס קינדער" זאגט איינער פאר זיין פריינט, און טייל שטייען מיט פארכט, זיי וואלטן אנטלאפן זיך באהאלטן, זיי טרעפן נישט ווי, אוי, זיי האבן נישט געגלייבט אז דער אידישער משיח וועט טאקע אנקומען, "זיי זענען יא גערעכט געווען אלע יארן" שעפשעט איינער פארן צווייטן, "יצעט איז זייער משיח געקומען, זייער ג-ט האט זיך אנטפלעקט" פארכטן זיי זיך, יעצט גייט ער זיך פאר'חשבון'ען מיט זיי....

פונדערווייטנס זעה איך דער בנין וואס איז אמאל געשטאנען דארט דער איזרעילישער פארלאמענט, אבער עס איז נעלם, נישט דא, אלע פירער וואס פארלירען יעצט זייער זשאב, האבן זיך געךאפן באהאלטן אין מייזען לעכער, פארכנטינג זיך פאר וואס עס קומט...

***
נאך א דערהויבען נאכט, דער זון הייבט אהן שיקען איהרע שטראלן, א געשמאקער פארטאגס ווינטל בלאזט, און די כהנים גרייטן זיך צי מקריב זיין דעם קרבן תמיד של שחר, דער עקסטאזים, איז גרויס, שוין טויזענט ניין הונדערט און אכט און פערציג יאר וואס מען האט דעם קרבן נישט מקריב געווען, און אט דא איז מען עס מקריב...

מען לייגט טלית ותפילין און מען שטעלט זיך, מיליאנען אידן שטעלן זיך ציזאמען, מען קומט אהן צי קריאת שמע, און א היליכיגער שמע ישראל הילכט אפ ווי קיינמאל בעפאר...

"שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"
דינערט א קול מיילען אוועק, "ה' אחד", טייטשט רש"י, לעתיד לבא וועלן אלע אנערקענען אז ה' אחד, אט, האבן מיר דערלעבט דעהם טאג, ווער גלייבט עס...

מיר באקריגן נייע סידורים מיט די נייע נוסח התפילה, און מען דאווענט, מיט אויסטערלישער דערהויבענקייט, אט הערט זיך דער קול פון דער בעל תפילה, "והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד", איי, ביום ההוא, אט איז עס...

***
אלע גרייטן זיך צום גרויסע סעודה, די גרוסע טיש, א ריזיגער פאלאץ פון טייערע הויט פון דער גרויסער לויתן פיש איז ספעציעל געבויעט געווארן, גאר טייער פלייש איז גע'שחט'ען געווארן, פון דער מהודר'סטיגע שחיטה, דער שוחט איז נישט קיין צווייטער ווי כביכול בכבודו ובעצמו, און וויין אלט פינעף טויזענט זיבען הונדער און זיבעציג יאר...

אבער איבער אלעס ווער גייט פירען דער טיש, ווער גייט זיצען אויפן אויבן אהן, כאפט א פחד וועמען מיר גייען מיר דארט זעהן... יא, אברהם אבינו, יא דער אברהם אבינו וואס מיר האן מיר געלערנט שוין ווען מיר זעמיר געווען צוויי יאר אלט אז ער איז אריין געטאנצן אין קאלעך אויוון פארן באשעפער'ס וועגן, און דא איז דא יצחק אבינו און יעקב אבינו, און משה רבינו, און אהרן הכהן, און ווער נישט?! אלע הייליגע נעמען וואס מיר געדענקן פון אלע יארן, אלע נעמען וואס מיר האבן געזאגט מיט הייליגער איבערגענומענקייט, וואס האט אונז אויסגעזעהן ווי עפעס א גאר ווייטער פארגאנגערהייט, אלע זעעהן מיר דא לעבעדיג...

***

ערב יו"ט נאכמיטאג, אידן לויפן אין מקוה כאפן א טבילה, אנדערע מאכן פלונקערהייט די לעצטע הכנות צום יו"ט וואס גייט באלד אויסשפרייטען איהרע פליגלען אויף די וועלט, א געהויבענער שטימונג הערשט אין די גאסן, א התרוממות הנפש...

קומט א יו"ט, נישט סתם א יו"ט, קיין איין יו"ט אונטער משיח'ס מלוכה איז נישט סתם, אבער דאס איז גאר דערהויבען, א יו"ט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע, חג התשעה באב שנת תשע"ח, דאס ערשטע מאל וואס אזא יו"ט איז דא... נאר פאר א יאר צוריק איז מען יעצט געזוצען אויפן ערד און געגעסן אייער מיט אש, און יעצט האלט מען שוין דא...

אידן לויפן שנעל צי תפילת ערבית אין בית המקדש, א קלייניגקייט, מיליאנען אידן גרייטן זיך צום דאווענען, און עס הערט זיך שויך די אנגענעמע קול פונעם בעל תפילה, מיט א יו"ט'דיגער זיסקייט הייבט ער אן זינגען, אאהה אההאהה איי.... "ברכו את ה' המבורך"

"ברוך ה' המבורך לעולם ועד"...

*********
ליידער, ליידער, זענען מיר נאכנישט אנגעקומען צי דעהם, מיר זענען נאך דא, מיר זענען נאך אלס א טייל פון דעם ביטערען גלות...

אבער, מיר האפן, און גלייבן, און ווארטן, א צוויי טוזענט יעריגער ערווארטנוג, אז דער טאג וועט אנקומען, און ווען עס וועט אנקומען וועט עס נאך זייין פול מער גליקליך, ווי מיר האבן זיך געקענט אפשאצן.

מיר ווייסן אז איין טאג וועט נאך מקויים ווערן אלע הבטחות וואס אונזערע נביאים האבן אונז צי געזאגט, און וואס ג-ט האט אויף דעהם געשוואוירען...

"פתאום יבא האדון אשר אתם מחכים לו", און ווען דער נביא זאגט פתאום, מיינט עס פלוצלינג, פשוטו כמשמעו, קען זיין אפילו נאך אימיטן איך שרייב די שורות, און הלוואי...

קיין שום כח קען אונז נישט אוועק רייסען פון די אמונה, און יא, אפילו אינעם למספרם יאר פון 2017, א תקופה ווי די נסיונות בוזשעוועט אין אלע זייטן, די כוחות הטומאה אוועק צי רייסען אידישע קינדער פונעם קדושה ברענט, ברענט ווי קיינמאל בעפאר, די גאנצע שאול תחתית איז אפען, מיט דעם אלעם, און טראץ דעם אלעם, גלייבן מיר, און ווארטן מיר, און מיר געבן נישט אויף...

און יא, מיר זענען אפילו שטאלץ, אז פון אלע נשמות, זענען אונז די נשמות וואס די אייבישטער האט אויסגעקליבען, דער אייבישטער האט זיך אויף אונזערע נשמות פארלאזט אז אפילו אין אזא דור וועלן מיר געטריי בלייבן, אפילו אין אזא נסיון העושר, אפילו אין אזא שפע, וואס דער בעל התניא זי"ע האט געציטערט פאר דעם, וועלן מיר ווייטער גלייבען, און האפן... אונז טראסט ער אז נאך כמעט צוויי טוזענט יאר וועלן מיר געטריי בלייבן, וואס פאר א קאמפלימענט... און מיר ווילן איהם ניט אנטוישן...

און יא, אונז, אפילו נאך טויזענט ניין הונדערט און אכציג יאר, גלייבן אונז נאך אלץ, און ווארטן און האפן נאך אלץ, ווי וואויל איז אונזער חלק...

און די לאנגע גלות איז פאר אונז נישט קיין קשיא, אדרבה, עס שטערקט אונז די האפענונג...

***
גייט זיך אזוי ר' יענקל אין גאס, און פלוצלינג באמערקט ער א טומל, א געפילדער, פילע אידן שטייען איבערגעבויגן איבער א גרוסיער גארבידש קען, מען נישטערט און מען זוכט, וואס איז? א יונגע כלה מיידל האט פארלוירען אין די גארבידזש קען א גאר טייער רינגעלע, כלל ישראל איז מקיים עזוב תעזוב, מען שארט ארויף די ארבעל, מען פארשטאפט די נאז, און מען זוכט.

שוין דורך געזוכט כמעט די גאנצע קען, און גארנישט געפינען, ר' יענקל גיבט זיך א רוף אהן, "נו, מען האט שוין געזוכט כמעט די גאנצע קען און מען האט נישט געטראפן, לאמיר אויפגעבען..."

"חכם וואס דו ביסט" טוט זיך איינער ציבייזערען, "אז מען האט נישט געפינען ביז דא, איז דער רינגעל זיכער אין די חלק וואס מען האט נאכנישט געזוכט..."

האבן צדיקים געזאגט, אויב באלד צוויי טויזענט יאר איז משיח נאכנישט געקומען, און דער וועלט האט נאך קנאפע צוויי הונדערט און צוויי און צוואנציג יאר צו שטיין, גייט ער ערגעץ אין די נאנטע תקופה קומען...


***
שפעטע נאכט שטונדען אינערהאלב די מיליטערישע באזע, אלע סאלדאטן זענען אין די באראקן, שלאפן זייער נאכט שלאף, רועהן זיך אפ פון די שווערע קאמפן.

איין סאלדאט איז אבער דא, וואס זיין נאכט שלאף איז איהם צעשטערט, ער האט נישט קיין מנוחה, ער שטייט אויף פון זיין געלעגער, גייט ארויס אינדרויסן אויפן פרישע לופט.

אבער די פרושע לופט מאכט נישט איהרע, ער בארואיגט זיך נישט, ער גייט, ביז ער טרעפט א באהאלטן ארט, ער זעצט זיך אראפ אויפן ערד, לייגט זיין קאפ צווישן זיינע קניעהן, זיינע הענט באדעקט זיין פנים, און הייבט אהן כליפען, מיט א שטיל אבער יאמערליכער געוויין...

דער הויכגעשעצטער גענעראל, נאפאליאן, שפאצירט זיך אזוי זיין נאכט שפאציר, ווען פלוצלינג שטויסט ער זיך אהן אין דעהם סאלדאט, ער ווערט דערציטערט, א סאלדאט וויינט?! וואס איז דא געשעהן?!

ער לייגט ארויף זיינע הענט איידעלערהייט אויף דעהם סאלדאט'ס פלייצע, "וואס האט דיר געשעהן? קען איך אפשר דיר עפעס העלפן?" פרעגט ער איהם פאטערליכערהייט.

דער סאלדאט שפרינגט אויף דערציטערט, וואס זאל ער איהם דא זאגן.

דער גענעראל בארואיגט איהם, "איך גיי דיר גארנישט טוהן, איך וויל דיר נאר העלפן..."

"איך בין א איד" ענפערט איהם דער סאלדאט צוריק, "מיר האבן געהאט א געבעט הויז, א הייליג הויז, וואס מיר האבן זיך דורך דעהם דערנענטערט צי ג-ט, זיך דערלייטערט, און מען האט דאס אונז פארברענט..."

נאפאליאן ווערט דערציטערט, "מען האט ענק דאס פארברענט, און איך האב גארנישט געהערט?! ווער האט ענק דאס געטוהן?!"

"ניין, טייערער גענעראל" ענטפערט איהם דער סאלדאט צוריק, "דאס איז נישט געשעהן יעצט, דאס איז שוין געשעהן פאר אומגעפעהר טויזענט מיט זיבען הונדערט יאר צוריק"...

"טויזענט מיט זיבען הונדערט יאר צוריק?!" ווינדערט זך דער גענעראל, " טויזענט מיט זיבען הונדערט יאר צוריק, און ענק קלאגן ענק אך אלס אויף דעהם?!" און ער רופט אויס מיט א שטארקע שטימע, " א פאלק וואס קלאגט אויף איהר געבעט הויז פאר גאנצע טויזענט מיט זיבען הונדערט יאר, וועט עס נאך זיכער צוריק באקומען..."


און מיר דארפן נישט צוקומען צי וואס ער זאגט, דאס האט אונז שוין אונזער באשעפער ציגעזאגט טויזענטער יארן פריער "וישבע בחי העולם כי למועד מועדים וחצי וככלות נפץ עם קודש תכלינה כל אלה"

***
מיר דארפן זיך נאר מתחזק זיין, און האפן, שטארק האפן, ווייל דאס איז א חלק פון די אידישע אמונה, א חלק פון אונזער תורה.

קומט איינער צי צי דיר מיט א פארשלאג, "זעסט דא די ריזיגע געביידע, ווערט מיליאנען! איך פארקויף די עס פאר הונדערט דאלער..."

זאגט די גמרא, ניין, א שאד אויף די הונדערט דאלאר, משיח קומט שוין, וואס גייסטו טוהן מיט אזא געביידע אין חוץ לארץ...

לאמיר טאקע האפן, "אם יתמהמה חכה לו כי בא יבא לא יאחר"...

און כביכול דער רבש"ע האפט אויכעט, "לכן יחכה ה' לחננכם ולכן ירום לרחמכם"...

לאמיר טאקע זוכה זיין צי זעהן מיט אונזער אייגענע אויגען, בב"א.
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום פרייטאג אוגוסט 04, 2017 7:49 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:13 pm

;l;p- געוואלדיג

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:16 pm

וואונדערבאר, נחמו נחמו עמי

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:28 pm

דער חזון איש'ניק, שרייבט מיט א שיעור גדול כשיעור חזון איש, ב"ה

גיי אן, און שרייב נטפי תנחומים, מיט דיין גאלדענעם פעידער.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:59 pm

געדאנקען פון אייזן
א פעדער פון זילבער
ווערטער פון גאלד
א טרייסט ווי דער חז"א

נחמתני!!!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:16 pm

לתועלת הרבים
צוגעלייגטע
דעם סאלדאט'ס געוויין לכבוד שבת נחמו, פון חזון איש'ניק'ס פענע.pdf
(137.03 KiB) דאונלאודעד 124 מאל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:32 pm

שמו האט געשריבן:לתועלת הרבים

א הערצליכען דאנק, האסט געטוהן מיין ארבעט.
מיר גייט עס עפעס נישט, ווען איך מאך א פי די עף און אין פראביר עס אפלאודען, קומט ארויף א עראר אז פייל איז צי גרויס.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:36 pm

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:לתועלת הרבים

א הערצליכען דאנק, האסט געטוהן מיין ארבעט.
מיר גייט עס עפעס נישט, ווען איך מאך א פי די עף און אין פראביר עס אפלאודען, קומט ארויף א עראר אז פייל איז צי גרויס.

שכח פאר ביידע
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 11:40 pm

אינספירירנד

שלום עליכם חזון-איש'ניק און געבענטשט זאל זיין דאס ווינטל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:12 am

ממש געוואלדיג ! האסטו מקיים געווען "דברו על לב ירושלים" מיט אלע טעמים,
מ'דארף נאר זיכער מאכן ווען משיח קומט, אז די יעניגע חברה זאלן נישט דעליטען קיין שום אימייל'ס אדער דאקומענטן! מ'זאל אלץ קענען אויף ווייזן קליפ און קלאר! (למליצה בעלמא)

האמיר א פרייליכן שבת נחמו

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:49 pm

שטארק מעורר געווען די הרגשים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:19 pm

יהודי האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:לתועלת הרבים

א הערצליכען דאנק, האסט געטוהן מיין ארבעט.
מיר גייט עס עפעס נישט, ווען איך מאך א פי די עף און אין פראביר עס אפלאודען, קומט ארויף א עראר אז פייל איז צי גרויס.

שכח פאר ביידע

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 4:10 pm

בענקעל האט געשריבן:געדאנקען פון אייזן
א פעדער פון זילבער
ווערטער פון גאלד
א טרייסט ווי דער חז"א

נחמתני!!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג יולי 23, 2018 6:50 am

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ב"ה


קומט א יו"ט, נישט סתם א יו"ט, קיין איין יו"ט אונטער משיח'ס מלוכה איז נישט סתם, אבער דאס איז גאר דערהויבען, א יו"ט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע, חג התשעה באב שנת תשע"ח, דאס ערשטע מאל וואס אזא יו"ט איז דא... נאר פאר א יאר צוריק איז מען יעצט געזוצען אויפן ערד און געגעסן אייער מיט אש, און יעצט האלט מען שוין דא...

אידן לויפן שנעל צי תפילת ערבית אין בית המקדש, א קלייניגקייט, מיליאנען אידן גרייטן זיך צום דאווענען, און עס הערט זיך שויך די אנגענעמע קול פונעם בעל תפילה, מיט א יו"ט'דיגער זיסקייט הייבט ער אן זינגען, אאהה אההאהה איי.... "ברכו את ה' המבורך"

"ברוך ה' המבורך לעולם ועד"...

.

תשעה באב תשע"ח איז ליידער געווען א פאסט טאג, האפענטליך תשע"ט וועט עס בעז"ה זיין א יו"ט!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג יולי 23, 2018 8:29 am

מורא׳דיג! שוין לאנג נישט געווארן אזוי איבערגענומען פין א פענע.

ישר כח!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג יולי 23, 2018 10:30 am

אפגעליינט מיט איין אטעם! נישטא קיין ווערטער! יא, אט אט און ער איז דא!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יולי 23, 2018 10:40 am

געוואלדיג! די שריפט, געדאנקן, הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 23, 2018 10:55 am

הערליך הערליך.... זייער רירענד
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 23, 2018 7:43 pm

ווען וועלען מיר שוין זוכה זיין צו הערען די ווערטער טרייסט מיין פאלק! איך וועל באגיסען מיט גליק און פרייד ירושלים...
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג יולי 24, 2018 7:57 am

we want more! אל תמנע טוב
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט