די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא פון מערות מרובעאת און מערת האיגרות

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא פון מערות מרובעאת און מערת האיגרות

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 26, 2018 5:04 pm

בילד

פון חז"ל איז דא גאר אין קורצן און צו שפרייט אין עטליכע פלעצער איבער די מלחמה וואס בר כוכבא האט געפירט און ווייניג איז באקאנט, וואס פונקטלעך האט געפירט דעם אנהייב פונעם קריג. אויך פון יוסיפון וואס מען ווייסט פונעם חורבן און פון די ערשטע מרידה, איז נישט באקאנט פון די מלחמה וואס בר כוכבא האט געפירט.

דאס מערסטע וואס מען קען לערנען איבער בר כוכבא פון אלגעמיינע היסטאריקער, איז שרייבונגן פון "דיאו קאסיוס". א היסטאריקער פון הונדערט יאהר שפעטער וואס באשרייבט דאס צווישן די שורות אין די רוימישע היסטאריע באשרייבענדיג אנדריאנוס קייזער.

ער שרייבט אז אנדריאנוס האט געטוישט די נאמען פון ירושלים צו "איליה קפיטולינה" אין זיין עהרע (זיין פולע נאמען איז געווען "פובליוס אליוס אנדריאנוס"). און געבויט א קירכע אויפן הר הבית פארן רוימישן אפגאט. דאס איז געווען די סיבה פאר די צווייטע רעוואלט. אבער ווילאנג אנדריאנוס איז געווען אין מצרים און אין סיריע איז געווען פארהעלטסמעסיג שטיל. ווען אנדריאנוס איז אוועק, האבן די אידישע רעבלן, אנגעהויבן איינצונעמען סטראטעגישע פאזיציעס און עס באפעסטוגט מיט מויערן און אונטערערדישע טונעלן.
די אידן וואס האבן געברויכט מאכן וואפן פאר די רוימישע מיליטער, האבן דאס דירעקט געמאכט פון שוואכע קוואליטעט, אזוי אז די רוימער האבן עס נישט אנגענומען, אזוי האבן זיי דאס גענומען פאר זיך און זיך אנגעזאמלט מיט אסאך געווער.
אנדריאנוס האט גערופן זיינע בעסטע קאמאנדירן, אנגעפירט דורך "יוליוס סעווערוס" דער גובערנאטאר פון בריטאניע. יוליוס אליין האט זיך דערשראקן פון די בר כוכבא קעמפער, זעהנדיג מיט וואס פאר א העלדישע אנטשלאסנקייט און בראווקייט זיי קעמפן. אנשטאט האט ער ארומגערינגלט קלענערע גרופעס אדער זיי באלאגערט אין שטעט, און דורכדעם אפשטעלן אלע לעבנס געברויכן, פון אנקומען צו די קעמפער. אזוי האט ער צוביסלעך זיי איינגענומען.
יוליוס איינגענומען פופציג פעסטונגען, 985 ישובים און 580,000 מענטשן זענען ערמארדערט געווארן. די וואס זענען געשטארבן פון הונגער, קרענק און פייער איז אומציילבאר. די מציבה פון שלמה המלך וואס די אידן האבן געהאלטן טייער, האט זיך צושמעטערט.

(דאס איז אין קאנטראסט מיט חז"ל, וואו עס שטייט אז "טורנוסרופוס הרשע" האט איינגענומען ירושלים).

צום ענדע שרייבט דיאו. אסאך רוימער זענען אומגעקומען אין די קריג. וועגן דעם ווען אנדריאנוס האט אדרעסירט שריפטלעך זיינע סענאטארן, האט ער נישט געשריבן מיט די געווענליכע אריינפיהר פראזן גענוצט אין אלגעמיין דורך קייזערן: "אויב איהר און אייער קינדער זענען געזונט איז וואויל; איך און מיינע לעגיאנען זענען געזונט". דיאו צייגט דאס אהן, אז אין ברען פון די מלחמה האט אנדריאנוס פארלוירן גאר אסאך פון זיינע קעמפער אויף אזוי ווייט אז די רוימישע אימפעריע איז געווען אין א געפאר פון א אונטערגאנג.

לויט די ביאגראפער פון אנדריאנוס, איז די סיבה פון די רעוואלט געווען, ווייל אנדריאנוס האט פארבאטן ברית מילה.

אביסל מער קען מען לערנען פון די שרייבונגען פון א בישאף "אוסוביוס פון קיסריה". ער האט געלעבט אביסל מער פון צוויי הונדערט יאהר נאך די מרידה. ער שרייבט, אז "רופוס" דער גובערנאטור פון יהודה, ווען ער האט באקומען פון אנדריאנוס פארשטערקערונגס קרעפטן צו זיין מיליטער האט זיך זייער ברוטאל באנומען צו די מורדים. הארגענענדיג טויזנטער מענער פרויען און קינדער. דער פירער פון די אידן "בר כוכאבאס" וואס מיינט א שטערן, איז געווען א באנדיט, וואס נאר צוליב זיין נאמען האט ער געצויגן מענטשן צו זיך, איינרעדענדיג זיי אז ער קומט פון הימל און ער גייט זיי אויסלייזן. די קריג האט דערגרייכט איהר קלימאקס אין די אכצענטע יאהר פון אנדריאנוס, אין די שטאט ביתרה. די שטאט איז געווען א שטארקע פעסטונג נישט ווייט פון ירושלים. די באלאגערונג האט זיך געצויגן פאר א לאנגע צייט, ביז די רעבעלן זענען געווארן פארניכטעט פון אויסגעטרוקענטקייט און הונגער.
אנדריאנוס האט פארבאטן די אידן זיך צו דערנענטערן צו ירושלים און אפילו נישט זיין אין איהר אויגנבליק. פון דאן אהן האבן נאר גוים געוואוינט אין ירושלים און עס האט געהייסן 'איליה' אין עהרע פון אנדריאנוס.

א גלח הירונימוס וואס האט געלעבט ארום צוויי הונדערט יאהר נאך די מרידה, אין זיינע באשרייבונגען אין די היסטאריע פון די קירכע, באשרייבט ער א כראנאלאגיע פון אנדריאנוס קייזער יאהר ביי יאהר. אין די זעכצענטע יאהר שרייבט ער, האבן די אידן רעוואלטירט און פארניכטעט פאלעסטינע דאס האט פאסירט אין די צייטן פון גובערנאטאר "טיניאוס רופוס" וועם אנדריאנוס האט געשיקט צו אפשטעלן די רעוואלוציע. אין די קומענדיגע יאהר האט "כוכאבוס" דער אידישע פירער געהרגעט קריסטן ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די רעוואלט קעגן די רוימער. אין יאהר ניינצן פון אנדריאנוס איז די קריג געקומען צו אן ענדע און די רעוואלט אונטערדוקט. די אידן זענען מער נישט ערלויבט געווארן צו ארויפגיין קיין ירושלים. די אידן האבן געליטן אזעלכע פארלוסטן אז זיי זענען געווען געצוואונגן זיך צו באהאלטן אין לעכער און אין טיפע היילן מיט זייערע פרויען און קינדער.

פון מאמרי חז"ל - וואס קומען נישט בלויז שילדערן געשיכטע אדער לעגענדעס, נאר אויף א לימוד לדורות, איז מער מאריך וויאזוי בר כוכבא האט זיך אויסגעדרוקט כלפי שמיא ווען מען איז ארויס אין קריג און וואס האט פאסירט ווען ער האט געטשעפעט מיטן צדיק דער עמוד צלותהון רבי אליעזר מודעי - אבער פון די מלחמה אליין שטייט נאר עטליכע קורצע מאמרים.

וועלכע יאהר עס האט פאסירט קען מען ארויסלערנען פון "מדרש סדר עולם רבה" פרק ל', "ומפולמוס של טיטוס [בילקוט: קיטוס] עד מלחמות בן כוזיבא ט"ז שנה ומלחמת בן כוזיבא ב' שנים ומחצה [סנהדרין צ"ג: תרתין שנין ופלגא] נ"ב(?) שנה אחר חרבן הבית". פון אנדערע מקורות קומט אויס די מרידה וואס קיטוס האט ברוטאל אפגעשלאגן אין ג' אלפים תתע"ז. אז מען רעכט צו זעכצן יאהר שפעטער צו מרד בר כוכבא, קומט עס אויס ארום ג' אלפים תתצ"ב. דאס שטימט מיט אלגעמיינע היסטארישע מקורות פון יענע צייט און אויך דאקומענטן וואס מען האט געפונען פון בר כוכבא.

אין מדרש איכה רבה (ב ד) (ועוד) שטייט, אז ווען ר' עקיבא האט געזעהן בר כוכבא האט ער געזאגט, "דאס איז מלך משיח". האט איהם רבי יוחנן בן תורתא געזאגט, "עקיבא, גראז וועט וואקסן אויף דיינע באקן און ער וועט נישט קומען"
"אמר ר"י ר' היה דורש (במדבר כד, יז): "דרך כוכב מיעקב" אל תקרי כוכב אלא כוזב רבי עקיבא כד הוה חמי ליה להדין בר כוזיבא הוה אמר היינו מלכא משיחא אמר ליה רבי יוחנן בן תורתא עקיבא יעלו עשבים בלחייך ועדיין אינו בא".

די מדרש פארציילט ווייטער וויאזוי בר כוכבא האט אויסגעפרואווט ווער עס איז פעאיג צו זיין אין זיין ארמיי.
"והיה שם בן כוזיבא והיו לו מאתים אלף מקוטעי אצבע שלחו לו חכמים עד מתי אתה עושה לישראל בעלי מומין אמר להם והיאך יבדקו אמרו לו כל מי שאינו עוקר ארז מלבנון אל יכתב באסטרטיא שלך והיו לו מאתים אלף מכאן ומכאן"

די מדרש פארציילט איין קליינע ביישפיל פון בר כוכבא'ס אויסערגעווענליכע שטארקייט. ווען די רומאים האבן געשאסן שטיינער מיט א 'בליסטרא', האט ער מיט איינע פון זיינע קניען עס צוריקגעשאסן מיט אזא קראפט אז ער האט דערמיט געהארגעט עטליכע מענטשן.

"ומה היה עושה בן כוזיבא היה מקבל אבני בליסטרא באחד מארכובותיו וזורקן והורג מהן כמה נפשות".
בילד
א רוימישע בליסטרא


דער הייליגער רמב"ם אין מלאכים יא הלכה ג, רופט אן בר כוכבא "בן כוזיבא המלך".

איבער די מטבעות פון בר כוכבא איז אלץ געווען באקאנט. חז"ל רעדן שוין דערפון און רופן דאס אן אויף עטליכע פלעצער, "מעות כוזביות". די מטבעות געפינט מען כסדר אין מערות דורכאויס ארץ ישראל. די מורדי בר כוכבא האבן גענומען רוימישע מטבעות און אויף דעם איבערגעדרוקט די בר כוכבא סימבאלן. אויף עטליכע מטבעות קען מען אנזעהן צייכענס פון רוימישע מטבעות.

דאס איז מער ווייניגער וואס מען האט געוואוסט איבער בר כוכבא ביז ארום זיבעציג יאהר צוריק. מיט די אנטדעקונג פון די שריפטן פון בר כוכבא אין די היילן פון וואדי מרובעאת אין תשי"א און אין מערת האיגרות אין נחל חבר אין תש"כ - לערנט מען עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן. ווער זענען געווען בר כוכבא'ס נאענטסטע מענטשן און וואס האט מעגליך פאסירט צום ענדע פון די מלחמה און נאך דעטאלן וואס מיר וועלן זעהן לייענענדיג די בריוו'ן און דאקומענטן מיט איהר מעגליכער אינהאלט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 26, 2018 5:06 pm

הממצא מכתבי בר כוכבא בנאד

בילד
בילד

אין די בונטל פאפירוסן פון בר כוכבא איז אויך געווען א פיצינקע זיגל מיט א קליינע שטריק נאך צוגעקלעפט דערצו. עס איז נישט באקאנט צו וועלכע דאקומענט עס איז געווען צוגעבונדן. מעגליך עס האט זיך אפגעטיילט ווען עס איז ארויסגעפאלן אין די לאך ביים געפונען. בילד
איינס האט אויף זיך א בילד פון א מאן אין א קאמף מיט א לייב. די אנדערע איז פון א הייל אין וואדי מרובעאת וואס איז געווען צוגעבונדן צו א שטר מיט א דאטום פון די צווייטע יאהר פון בר כוכבא.


56Hev54 woodletter.jpg
5/6HEV WOODLETTER 54
56Hev54 woodletter.jpg (216.5 KiB) געזעהן 2439 מאל


שמעון בר כוסבה הנסי על ישראל
ליהונתן ולמסבלה סלם די תבח֗נון
ותחדון ית חנטיא די הית<י> תחנון
ב֗ר֗ ישמעאל ותשלחון לי מנהן עי֗״ד֗ן֗
סאה חדא ותתנון יתהן באספליא
די התשכו גניבין ואם לא
כן תעבדון די מנכן פרענותא
תתעבד וית גברה תשלחון לי
באספליא

וכול גבר תקועי די יתשכח
לותכון בתיה די אנון שרין
בגוהן יקד֗ון ומנכן אעבד
ית פרענותה וית ישוע
ב֗ר֗ תדמריה תחדון תשגרון
לי באספליא ולא תבסרון
למחד ית סיפה ד֗י֗ עלו֗י֗ תשגרון֗
שמואל ב֗ר֗ עמי


שמעון בן כוסבה נשיא על ישראל ליהונתן ולמסבלה. תבדוק ותקח החיטה שהביא חנון בר ישמעאל, ותשלח לי מהם (מידה של) שבעים סאה אחד, ותתנו באספליא (ביווני: שומר/שמירה). ואם לא תעשו כן, אעשה מכם עונש. ואת האיש תשלח לי באספליא (בשומר).

וכל איש (מעיר) תקוע, אשר נמצא ביניכם, הבתים אשר אתם גור שם נשרף. ומכם אעשה העונש (דוגמה). ואת ישוע בר תדמריה שלח לי באספליא (בשומר). ואל תערצו. קח את החרב. תשלח לי.
שמואל בר עמי


56hev 55.jpg
5/6HEV55
56hev 55.jpg (181.21 KiB) געזעהן 2264 מאל

שמעון בר כ[ו]שבה ליהונתן
ולמשבלא אגרתה די כול
אנש מ֗ן֗ תקוע ומתר֗ אחרן
די לו֗ת֗כן תשד֗ר֗ו֗ן לי
יתה֗ו֗ן״ באפ֗[רי]ע ואלם
לא ת֗ש֗ד֗ר֗ו֗ן יתהן ידיע
יהוא לכן די מנכן אעבד
פרעןותא[ ٠٠٠ יתהוו בת
יה



שמעון בר כושבה ליהונתן ולמשבלא. האגרת שכל איש מן (העיר) תקוע וממקומות אחרים שביניכם, תשלח אותם אלי מהר. כי אם לא תשלח אותם, תדע לכם, שמכם אני עושה עונש (דוגמה לכל).
. . .


56hev56.jpg
5/6HEV 56
56hev56.jpg (218.98 KiB) געזעהן 2264 מאל


שמעון בר כוסבה ליהונתן בר בעין
ולמסבלה ובר חיטה אחי שלם עמר֗ו
די תד֗בר֗ו֗ן֗ ועלי֗מ֗י֗א דתיתון עמה֗ון
ולא תהו֗ה֗ פ֗ו֗ר֗ע֗נ֗ת֗ה֗ מ֗נ֗כ֗ן ואנה
מ״וא״תפ֗ר֗ע יאות מן ר֗הומי֗ה ותד֗ברו֗ן
ית תירסיס ב֗ר֗ תידורוס ויתה
עמכון ד֗י אנחנה צריכין לה ועמר֗ו
על מלח֗ה די לא י֗פ֗וק מי֗ד֗י֗כ֗ו֗ן
ותדברו בפרדיה״בפוריה״ כ[נו]מוסה
ה֗ו֗ו֗ שלם֗


שמעון בר כוסבה ליהונתן בר עין ולמסבלה ובר חיטה אחי שלום. אסוף (מה יש לך) להביא הצעירים ובא עמם, (ואם?) ולא תהא עונש מכם. ואני לנקום מן הרומאים. והביא את תירסיס בר תידורוס ותלך עמכם כי אנחנו צריכים לו. ואסוף (כל) מלח שלא יצא מרשותך, והביא בפרד כרגיל.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג פאברואר 27, 2018 10:59 pm

56hev58.jpg
56hev58.jpg (181.84 KiB) געזעהן 2243 מאל

מן ]שמ[ע]ון לינתן ולמסבלה
ש֗ל֗ם֗ ד֗י֗ ת֗ע֗מ֗ר֗ו֗ן֗ ותשלחן למחניה[ ٠٠٠
ט֗ע֗נ֗נ֗ די מ֗ל֗ח ארבעה ה֗ו֗ה של֗ם֗
[ו]ל֗ג֗ב֗ר֗י֗ ק֗ר֗י֗ת֗ ע֗ר֗ב֗י֗ה֗

מן שמעון לינתן ולמסבלה שלום. מעמר ותשלח למחנה, טוען מלח (של) ארבעה. תהיה שלום. ולאנשי קרית ערביה.


56hev53.jpg
56hev53.jpg (377.61 KiB) געזעהן 2243 מאל

אגרת שמעון בר כוסבה שלם
ליהונתן ב[ר] בעיה דכל דאלישע
אמר לך עבד לה והתשדר
עמה [בכ]ל עבידה
הוה שלם

אגרת (מן) שמעון בר כוסבה שלום. ליהונתן בר בעיה. כל (מה) שאלישע אמר לך עשה לו, והתאמץ (לעבוד) עמו בכל עבודה. תהיה שלום


56hev50.jpg
56hev50.jpg (234.54 KiB) געזעהן 2243 מאל

שמעון בר כשבה
ליהונתן בר בעין
ולמשבלה בר שמעון
די תשלחון לי ית אלעזר
בר חטה שוה קדם
שבה ותדהרון בעמ֗ליה
ובשאר כל פריה ומ֗ן די
יצחבנ֗כן על די֗ כ֗דן
שגר ל֗די וא֗נ֗ה איתפרע֗
ובערה די לא יח֗רבן ית
אלנה ומן די יצחב פרענת
תהוה מנ֗ך רבה ולט֗מה
די לא יקרב בה אנש
שמעון בר יהודה
כתבה

שמעון בר כשבה ליהונתן בר בעין ולמשבלה בר שמעון. תשלח לי את אלעזר בר חטה מיד, קודם שבת. ותהיה נזהר עם עבודה ובשאר כל פירות. ומי שמערער על מה שנעשה, שלח לי ואני ענוש. (תזהר) וחיות שלא יחרב אילנות. ומי שיערער, העונש תהיה ממך. (תזהר) ולגן התבלין(?) לא יקרב בה איש. שמעון בר יהודה כתב זאת.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מארטש 04, 2018 4:38 pm

56hev57.jpg
5/6Hev57
56hev57.jpg (156.57 KiB) געזעהן 2127 מאל

שמעון ליהודה בר מנשה לקרית ערביה שלחת לך תרי חמרין די תשלח
עמהן תרגברין לות יהונתן בר בעין ולות מסבלה די יעמרן
וישלחן למחניה לותך ללבין ואתרגין ואת שלח אחרנין מלותך
וימטון לך הדסין וערבין ותקן יתהן ושלח יתהן למחניה בדיל
די אכ֗לס֗ה סגי הוא שלם

(מן) שמעון ליהודה בר מנשה לקרית ערביה. שלחתי לך שני חמורים, שלח עמהם שני אנשים אל יהונתן בר בעין ואל מסבלה, שהם יעמר וישלח למחנה לך ללובים ואתרוגים, ואתה שלח אחרים משלך. ונתן לך הדסים וערבות ותקן אותם, ושלח אותם למחנה, כי המון (החיילים?) גדול הוא (רבים הם). תהיה שלום.


56hev52.jpg
5/6Hev52
56hev52.jpg (134.84 KiB) געזעהן 2127 מאל

Σου[μαῖ]ος ᾽Ιωναθῆι
Βαιανοῦ καὶ Μα-
[σ]αβάλα Χαίρειν.
ἐ[π]ῃδὴ ἔπεμσα πρὸς
ὑμᾶς ᾽Α[γ]ρίππαν σπου-
δ[άσα]τε πέμσε μοι
θ[ύ]ρ[σ]ους καὶ κίτρια
α[ὐτὰ] δ᾽ ἀνασθήσεται
ἰς παρεμβολὴν ᾽Ιου-
δαίων καὶ μὴ ἄλως
ποιήσηται. ἐγράφη
δ [᾽] ῾Εληνεστὶ διὰ
τὸ [ἀφο]ρμὰς μὴ εὑρη-
῾Εβραεστὶ
ἐ[γγρά]ψασθαι. αὐτὸν
ἀπ[ο]λῦσαι τάχιον
δι[ὰ τ]ὴν ἑορτὴν
κα[ὶ μ]ὴ ἄλλως ποιή-
ση[τα]ι.
Σουμαῖος
ἔρρωσω

שאמעיוס (אל) יהונתן (בר) בעין ומסבלה, שלום. מאז ששלחתי לך אגריפת, ממהר (אותו) ושלח עמו ענפים (לולבים?) ואתרוגים, עד כמה שאתה יכול. תציג לצורכי מחנה ואל תעשה אחרת. כתב (איגרת) ביווני שלא היה יכולת לכתוב בעברי (או בארמי). מהר לשחרר אותו משום החג, ואל תעשה אחרת. שאמעיוס. שלום.

56hev59.jpg
5/6Hev59
56hev59.jpg (168.17 KiB) געזעהן 2127 מאל

[Ἄ]ννανος Ἰωναθῇ τῶι ἀδελφῷ χαίρειν.
ἐπεὶ Σίμων Χωσιβᾶ αὖθι ἔγραψεν πέμψαι Traces
[πρὸς] χρείαν τῶν ἀδελφῶν ἡμῶν
[.................................................. ................]
κ̣α̣ὶ τα̣ῦ̣τα α̣ὐ[τίκα ἐ]ν̣ ἀσφαλείᾳ πέμ[ψον(?)]
[Ἄννα]νος
ἔρρωσο ἀδελφέ


אייליאנוס (אל) יונתן אחי, שלום. שמעון (בן) כוסיבה כתב לי שאתה צריך לשלוח את .........
לצורך האחים. שלום אח.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מארטש 05, 2018 6:38 pm

56hev49.jpg
5/6Hev49
56hev49.jpg (313.47 KiB) געזעהן 1993 מאל

משמעון בר כוסבא לאנשי עינגדי
למשבלא [ו]ליהו[נ]תן ב[ר] בעין שלום בטב
אתן יושב[י]ן אכלין ושתין מן נכסי בית
ישראל ולא דאגין לאחיכן לכול דבר
ותשפינת שפקרון על [י]כ[ן] לא עללתן לכ[ו]ל
דבר. אבל הוא י[ד]עין שדברכן עמי. ועל הפרת
שאצלכן שתזהרו בהן ושתעמרו במהרא
משפינא שאש אצלכן ובמחוז שתצר[כו]ן

[א]ת אחיכן במח[.. ... ..]א ו[.. ...]
את טפ[י]הן.
ות[.. ...]
דבר שאתן [... ...]וע[.. ...>
מצוא ויערב [... ..]ש[.. ...]
ש[א]ומר ל[ה]ן אד[.. ... ..]ב[.. ...]
לכ[ו]ל צד [..]א ש[.. ...
[..]ל[.. ...]

משמעון בר כוסבא לאנשי עין גדי,
למשבלא וליהונתן בר בעין, שלום. בטוב (במנוחה) אתם יושבים, אוכלים ושותים מנכסי בית ישראל, ולא דואגים על אחיכם לשום דבר. ואת הספינה שאתם מפקודים עליהם, לא עלתם בו(?) כלל. אבל יודעתם שדיברתם עמי(?). ועל הפירות שאצלכם, תזהרו בהם ועומרים במהירות מספינה שיש אצלכם. ובמחוז שאתם צריכים את אחיכם.... את טפיכם... דבר שאתם....

(די איבעריגע פינף בריוו'ן זענען זייער מקוטע, מען קען קוים ארויסלייענען א גאנצע שורה און צומאל דאס אויך נישט.)

56hev51.jpg
5/6Hev51
56hev51.jpg (194.64 KiB) געזעהן 1993 מאל

[... לי]הו[נתן]ן בעין ושאר הענגדין.
[... ..]ה[.. ..] ל[..]ן ש[ל]ם. שהתשלחו
[...] כ/עליהון
וה/ת[..]ן [... ..]כ/ען [... ..]תילדין כ/עשרין
(ותז..ן): [ות..ון] ותכ/עלו תפרין/זל י[..]ן [..]עו שהיו
של הגואין.
ושתשמ[רו ... ..]ב למ[..
... ..]ת[..] ו[.. ... ..]ו [..]להרבן
[... ..]ה ויעלו
[... ..]בה כ/על דבר
[... ..]ב[..]ן [..]חכין מכל מקום
[...] דברכן יהי ומ[..]קין [...]


56hev63.jpg
5/6Hev63
56hev63.jpg (706.52 KiB) געזעהן 1993 מאל

מן שמעון בר כוסבא ל[יהונתן ומשב]לה די
שת٠٠٠ע֗ד/רא ٠٠٠תא ג֗לי֗[٠٠٠٠٠٠٠٠٠
ותקילי֗ן די ת[ ]ד״רו״ין ות[٠٠٠٠٠٠٠٠٠]ון
וית כולמ״סא[٠٠٠٠٠٠ּ]די[ ٠٠ ]כתבת
לכון ושלחת לכון ית א֗ג֗רתה ב[י]ד שמעון
בר ישמעאל לא תעבד[ו ]ל֗[٠٠٠٠٠٠٠٠٠ּ
עדי/ערי/ [٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠٠
די .. [.] ... הו[ו ש]לם

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מארטש 05, 2018 6:44 pm

56hev60.jpg
5/6Hev60
56hev60.jpg (364.51 KiB) געזעהן 1991 מאל
56hev61.jpg
5/6Hev61
56hev61.jpg (520.51 KiB) געזעהן 1991 מאל
56hev62.jpg
5/6Hev62
56hev62.jpg (314.03 KiB) געזעהן 1991 מאל



בילד
פראפ. ידין באטראכט די בונטל בר כוכבא דאקומענטן אין מערת האיגרות

בילד
פראפ. ידין און פראפ. ביבערקרוט עפענען פארזיכטיג די דאקומענטן

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די בריוו'ן און דאקומענטן פון מערות מרובעאת

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:05 pm

MUR42.jpg
MUR42.jpg (218.38 KiB) געזעהן 1809 מאל

מן הפרנסין של בית-משכו מן ישוע ומן אלעזר
לישוע בן גלגולא ריש המחניה שלום שידע
יהי לך שהפרה שלקח יהוסף בן ארצטון מן יעקב
בן יהודה שיושב אבית משכו שהי שלו מזבנות
ואף אללי שהגיים קרבים אלנו אזי עלתי {והפצ}
והפצתיך על ככה שלא תהי אמור מן בשרון
לא עלתי אצלך אהוה שלום וכל בית ישראל
ישוע בן אלעזר כתבה
אלעזר בן יהוסף כתבה
יעקוב בן יהודה על נפשה
שאול בן אלעזר עד
יהוסף בר יהוסף עד
יעקוב בן יהוסף מעיד


מן הפרנסים של בית-משכו; מן ישוע ומן אלעזר, לישוע בן גלגולה ראש המחנה, שלום. ידיעה תהיה לך, שהפרה שלקח יהוסף בן ארצטון מן יעקב בן יהודה, שיושב בבית-מושכו שהיא שלו בקנין. ואף לולי הגוים (הרומאים?) הקרובים אלינו, אז עליתי (לך בעצמי) והתפייס עמך על כך, שלא תאמר מזילזול לא עליתי לך. הוי שלום וכל בית ישראל. (חתימת העדים)


Mur 43.jpg
Mur 43.jpg (443.68 KiB) געזעהן 1809 מאל

משמעון בן כוסבה לישע
בן ג[ל]גלה ולאנשי הכרך
שלו[ם] מעיד אני עלי ת שמים
יפס[ד] מן הגללאים שהצלכם
כל אדם שאני נתן תכבלים
ברגלכם כמה שעסת[י]
לבן עפלול
[ . . . ]


משמעון בן כוסבה לישע בן גלגלה ולאנשי הכרך, שלום. מעיד אני עלי את שמים, (שאם אתם לא) ישמיד כל אנשי גלילי שאצלכם, שאני נותן את הכבלים על רגלכם כמו שעשיתי
לבן עפלול.


Mur44.jpg
Mur44.jpg (575.81 KiB) געזעהן 1809 מאל

משמעון לישוע בן גלגולה
שלום שתשלח תבי חמשת
כורין ח[טי]ן ש[א]ש לביתי
אצלך בדעת ותתקן להן
מקום פניו יהו בו אצלך
תשבת הזו יחפצו לבו
והתחזק וחזק תמקום
הוא שלום ופקדתי תמי
שיתן לך תחטין שלה/ח אחר
השבת יטלון


משמעון לישוע בן גלגולה, שלום. תשלח ותביא חמשה כורים חטים שיש בביתי אצלך בדעת, וסדר להם מקום פניו שיהיה בו אצלך את השבת הזו אם יחפצו לבוא. והתחזק וחזק את המקום. היה שלום. ופקדתי את מי שיתן לך את החטים, שלאחר השבת יטלו אותם.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:06 pm

דאס איז אבער געשריבן געהעריג בכתב אשורית. עס לייגט א שטיקל אינטערסאנטן בליק אויך אויף די נושא פון וועכע שריפט מען האט גענוצט פאר סתם חולין׳דיגע דאקומענטן

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:05 pm

MUR45.jpg
MUR45.jpg (86.28 KiB) געזעהן 1623 מאל

[.....]
ביתי ל[.. ...]
עד הסוף דגן לוא [...]
שאין לה[ם ת]קומה [...
..]ו א[..] אביך א[.. ...]
למצד חסדין ואחר בדרו[ם ...]
מאלו אבדו בחרב ל[..]מ[.. ...]
להן אלה אחי ע[.. ...
... ..]רש[.. ...]



MUR46.jpg
MUR46.jpg (125.44 KiB) געזעהן 1623 מאל

מיונתן בן [...] ליוסה [... ..]ל[..]
שלום אינ[י] צריך לעמרך [... ..]ני[..]
בן אליע[ז]ר [ש]תתן לו תת[.. ....]
שהו/יהא בא אצלי/ו בעין גד[י ...] וח[..]
תעניאין וקובר במיתין [..]
צריך לו לאחת אלה שלו [... ..]ש[..]
לכל דבר בשל ש[..]ו לו מ[.. ...]ד[..] [ס]לע [...]
עמד עליו שיפטר בו מהו ר[.. ..]קה ענ[..]
יהונתן בר מ[.. ...]

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די שטרות פון אליעזר בן שמואל אין די צייטן פון בר כוכבא

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:01 am

בילד

געפינענדיג די שטרות

אזוי ווי די בונטל בר כוכבא בריוו'ן וואס מען האט געפונען אין מערות האיגרות אום תש"כ, האט מען די פאפירוסן וואס מען האט געפונען אין מערות האיגרות אינעם צווייטן יאהר אויך געפירט צו פראפ' ביבערקראוט ער זאל דאס עפענען. אנדערש ווי די בר כוכבא בריוו'ן וואס איז געשריבן אין א שנעלע אומ'מסודר'דיגע שריפט, זענען די פינעף שטרות קענטליך געשריבן דורך א געלערנטע סופר, מיט א שיינע שריפט און גלייכע שורות. דריי פון די פינעף שטרות וואס מען האט געפונען איינגעקנייטשט ווי קליינע ציגארן, זענען געשריבן בלשון עברי מיטן זעלבן האנט שריפט, מעגליך דורך דעם זעלבן סופר, און צוויי שטרות זענען געשריבן אין אראמיש דורך א צווייטן סופר מיט א שוואכערע האנט שריפט.

ווען מען האט געוואלט עפענען און לייענען די שריפט פון די 'באמבו רער' אן דאס מינדעסטע שאדן צו די פאפיר, האט מען דאס געטראגן צו דעם געזונט-ביורא פון א גרויסער מוח כירורג פון הדסה שפיטאל אין ירושלים "ד"ר אהרון בעלער". ד"ר בעלער האט דאס אריינגעפירט אין זיין אפאראציע צימער און מיט גרויס פאכמאנישקייט אפגע'ניבעלט מיט זיין כירור'גישע שערל איין עק פונעם 'באמבו רער' און איידעלערהייט ארויסגעצויגן דעם פאפיר מיט א צווענגל.

בילד

די דאקומענט איז ארויסגעקומען שטארק געלעכערט און פעלערדיג, נישט צוליב די אפאראציע פון פראפ' בעלער, נאר פון אלטקייט. אבער גענוג איז געבליבן צו זעהן אז דאס קומט אויך פון די צייטן פון בר כוכבא און באלאנגט צו די פאפירוסן פון אליעזר בן שמואל.


56hev42.jpg
56hev42.jpg (292.85 KiB) געזעהן 1486 מאל


דאס איז א שטר פשוט אין אראמיש. עס איז דאטירט אום ר"ח אייר, די ערשטע יאהר "לגאלת ישראל על ידי שמעון בן כוסבא נשיא ישראל". דאס איז די פריעסטע דאטום אויף א דאקומענט פון אלע דאקומענטן וואס מען האט געפונען פון די צייטן פון בר כוכבא'ס מלוכה. אין די שטר טוהן די צוויי פרנסים פון בר כוכבא "יהוחנן בר ישוע" און "חורן בר ישמעאל" פארדינגען א פעלד פאר "קביש (אליעזר) בר שמואל פאר די סכום פון 650 זוז א יאהר. אין דעם איז אריינגערעכנט אלע צוגעהערן צום פעלד ווי אויך די מעגליכקייט צו נוצן די ספעציעלע קוואלן אויף צו באוואסערן דעם פעלד.

די שכירות דארף ווערן באצאלט אין דריי פאזעס דורכן יאהר. די ערשטע איז פון 300 זוז דערנאך 250 און 100, אין זייער באשטימטע צייט אין יאהר אזוי ווי עס איז אויסגערעכנט אינעם שטר.

ב[א]חד לאיר שנ֗ת֗ חדא לגאלת ישראל על [ידי שמ]ע[ו]ן בר כוסבא נשיא ישראל י[ה]וחנן בר
י֗ש֗[ו]עא מרים וח֗ו֗רן בר ישמעאל פר[נסוהי ]ד[י ש]מעון בר כוסבא אמרין לקביש בר ש
[שמו]אל מן בית ע[٠٠٠]٠٠\ר״ך״ מודין א[נחנה ל]ך֗ [די ٠٠٠]תך חורתא ופיא חפי֗רא די הוא בר
[קבי]ש מחשן מן קודמת דנה א[٠٠][٠٠٠ ד]נה וכול די בגוה עבד פרין ו֗די לא עבד
[פרי]ן וענימיה כדי חזא להון \י֗״ו֗״תי[٠٠٠]\ם יהון״ד]מיהון״ בכסף זוזין שת מאה וחמשין
[בכ]ל שנה ושנה מן זמן יומה דנ֗ה֗ עד ש[נת ]ארבע כספא דן תהוא תקל לנה בכל שנה
[בש֗ע֗]ו֗רין תלת חדא בא֗חד בטבת וח֗ד֗א֗ ב֗[אח]ד֗ בסיון וחדא באלול כספא דן
תהוא ממרק לה֗ו֗ן בק٠٠\ת״ב״ין באּה֗ ٠٠٠א֗ ּ[٠٠٠]ך או די נהוא רשין למפק ולתהך
מנה ולמזבנו מ֗נ֗ה עליך על פ֗٠٠٠[ ת]ש֗למ֗[ת]א מן ביתך ומן נכסיך וקים לקבלדך
יה֗[ו]ח֗נן בר֗ ישו[ע ]ע֗ל֗[ נפש]ה כתבה
חורון בר שמ[עאל כת]בה


באחד לחודש אייר, שנת אחד לגאולת ישראל על ידי שמעון בר כוסבא נשיא ישראל. יהוחנן בר ישועא מרים וחורן בר ישמעאל, פרנסים של שמעון בר כוסבא. אומרים לקבש בר שמואל מבית [ . . . ] מודים אנחנו לך שאנחנו (שוכרים) לך את הקרקע הלבן, לא מעובד ולא נחפר. שירש בר קביש קודם מעכשיו. וכל בו אשר עבד פירות ולא עבד פירות. ורשות מים (להשקיע) כדי ראוי להם. [...] דמיהם שש מאה וחמישים זוזי כסף, בכל שנה ושנה מן זמן היום הזה עד שנה ארבע. סכום זה יהיה שוקל לנו כל שנה בשלשה תשלומים. אחד; באחד בטבת, ואחד באחד בסיון ואחד באלול. תשלומים זה תהא לשלם השכירות. [...] או נהיה רשאים להוציא ונלך מזה (מהסכם), ולהחליף(?) אותו עליך התשלומים(?) מן ביתך ומן נכסיך. (והכל) קים וקיבל.
יהוחנן בר ישוע כתב בעצמו
חורון בר ישמעאל כתב


56hev43.jpg
56hev43.jpg (293.39 KiB) געזעהן 1486 מאל


דאס איז א שטר קבלה אין אראמיש אויך פון די ערשטע יאהר פון בר כוכבא. פונעם פרנס חורין בר ישמעאל צו אליעזר בר שמואל אז ער האט באצאלט 39 דינרים וואס איז: כדמי חכירה "די חכר מן שמעון בר כוסבה".

תוספתא דמאי פרק ו' ב' "מה בין שוכר לחוכר השוכר במעות והחוכר בפירות"

בחמשה [ל] ל٠٠ שנת ٠٠٠
לשמעון בר כסבה סלק ד֗י֗
תקל אליעזר בר שמואל הקבש
עליד ח֗ו֗ר֗ון בר ישמעאל כסף
דנרין תלתין ותשעה ד֗[י סל]ק״חל]ק״
מן חכרה די חכר מן שמעון בר
כסבה קתרא דנן יהוא קים
חו֗ר֗ו֗ן בר ישמעאי֗ל כ֗ת֗ב֗ה֗
٠٠٠[٠٠٠
[٠٠] קּ֗[ ] כ֗ת֗ב֗ה֗



56Hev44.jpg
56Hev44.jpg (477.31 KiB) געזעהן 1486 מאל


די שטר איז פון כ"ח מרחשון, די דריטע יאהר פון שמעון בן כוסבא נשיא ישראל, עס איז געשריבן אין עין גדי. עס באשטעטיגט די צוטיילונג פון קרקעות צווישן פיהר מענטשן וואס האבן דאס געדינגן פון די פרנס פון בר כוכבא "יהונתן בן מחנים". צוויי פון זיי, "אלעזר בן אלעזר בן חיטא" און "אליעזר בן שמואל" וואוינען אין עין גדי, און די אנדער צוויי "תחנה בן שמעון" און "אלמא בן יהודה" קומען פון די שטאט לוחית (ישעיהו טו) אין די געגענט פון עגלתין, אבער יעצט וואוינען זיי אין עין גדי. עס ווערט אויסגערעכנט פונקטליך די נעמען פון די קרקע וואס יעדער באקומט און אלעס וואס איז פארבונדן דערמיט און אויך די סדר התשלומים. עס שרייבן אונטער די פיהר חוכרים און דריי עדות.

דער סופר באנוצט זיך מיט די צייכן פון א x ביי די ענדע פון א שורה, ווייזט אויס כדי מען זאל נישט קענען שפעטער פעלשן דעם שטר דורך צולייגן א ווארט אויף דעם פלאץ וואס איז געבליבן ליידיג.

בעשרים ושמנה למרחשון שנת שלוש לשמעון בן כוסבא
נשיא ישראל בעיןגדי רצו וחלקו בינותים מן רצונם x
היום הזה אלעזר בן אלעזר בן חי[ט]א ואליעזר בן שמואל
שניהם מן עין גדי ותחנה בן שמעון ואלמא בן יהודה
שניהם מן הלוחית שבמחוז עגלתין יושבים בעין x
גדי תמקומות שחכרו מן יהונתן בן מחנים פרנסו
שלשמעון בן כוסבא נשיא ישראל [ב]עין גדי תמקום
שנקרה החורת והמשוכים ו[ת]כל רשותם ותמקום
שנקרה החפיר ותכל רשותו. [ת]סלם ותכל רשותו
ואלה המ[קומ]ות שנפלו בחלק[ו] שלאלעזר בן אלעזר
ושלא[לעזר] בן שמו[א]ל המקום שנקרה החפיר והמק[ם]
שנקרה הסלם ו[ה]עפר הלבן שבהם ותכל אילן x
שבהם כראוי להם וכחזקתם וזה המקום שנפל
לתחנה בן שמעון ולאלמא בן יהודה המקום שנקרה
החור[ת] והמשוכים והעפר הלבן שבהם ותכל x
אילן [כר]אוי להם וכחזקתם על אסרי שיהיוו x
ארבע[ת] האנשים הלוו שוקלים תחכור המקומות
הלוו [ש]חכרו מן יהונתן בן מחנ[י]ם אלעזר בן אלעזר
חיט[א] ואליעזר בן שמואל שניהם שוקלים תחצי
הכסף הלוז חסר דינרין ששה עשר שהם
סלעי[ם] ארבע לב[ד] ותחנה בן שמעון ואלמא בן
יהודה שוקלים {שוקלים} תחצי הכסף הלז x
ויתר [ה]מנו עוד דינרין ששה עשר שהם x
[ס]לעים ארבע ואין האנשים האלה רשאים לרדף
[...] אחיו על ה[..]ן המחלק[ת] הלזו כל זמן שהחכור
[...] וקים עליהם וביניהם כל שמל!עמ!-לה כתוב
אל[עז]ר בן אלעזר על נפשו
אליעזר [...] שמואל על נפשו כתב משב[לה] בן שמעון [מ]רצונו
תחנה בן [ש]מעון על נפשו כתב ספון בן שמעון מאמרו
אלמה בן יהודה על נפשו כתב י[הו]סף בן שמ[ע]ון ממרה
יהודה בן יהוסף עד
אלע[ז]ר בר יהודה עד
שמעון בר יהוסף עד [..]ל[..]א מן ביתר


בעשרים ושמנה למרחשון שנת שלוש לשמעון בן כוסבא נשיא ישראל בעין-גדי. רצו וחלקו בינותים מן רצונם, היום הזה אלעזר בן אלעזר בן חיטא ואליעזר בן שמואל, שניהם מן עין גדי וגם את תחנה בן שמעון ואלמא בן יהודה, שניהם מן העיר לוחית שבמחוז עגלתין, היושבים בעין גדי, את המקומות שהם שכרו מן יהונתן בן מחנים, פרנסו של שמעון בן כוסבא נשיא ישראל בעין גדי. את המקום שנקרה החורת והמשוכים ואת כל רשותם. ואת המקום שנקרה החפיר ואת כל רשותו. את סלם ואת כל רשותו. ואלה המקומות שנפלו בחלקו של אלעזר בן אלעזר ושל אלעזר בן שמואל. המקום שנקרה החפיר והמקום שנקרה הסלם והעפר הלבן שבהם ואת כל אילן שבהם כראוי להם וכחזקתם. וזה המקום שנפל לתחנה בן שמעון ולאלמא בן יהודה. המקום שנקרה החורת והמשוכים והעפר הלבן שבהם ואת כל אילן כראוי להם וכחזקתם. על אסרי שיהוי ארבעת האנשים הללו שוקלים את שכירת המקומות הללו ששכרו מן יהונתן בן מחנים. אלעזר בן אלעזר חיטא ואליעזר בן שמואל שניהם שוקלים את חצי הכסף הלז, ששה עשר חסר דינר, שהם ארבע סלעים לבד. ותחנה בן שמעון ואלמא בן יהודה שוקלים {שוקלים} את חצי הכסף הלז ויתר ממנו עוד ששה עשר דינרים שהם ארבע סלעים. ואין האנשים האלה רשאים לרדף [...] אחיו על ה[..]ן המחלקת הלזו כל זמן שהשכירות [...] וקים עליהם וביניהם כל שלמעלה כתוב.
אלעזר בן אלעזר על נפשו.
אליעזר [...] שמואל על נפשו. כתב משבלה בן שמעון מרצונו.
תחנה בן שמעון על נפשו. כתב ספון בן שמעון מאמרו.
אלמה בן יהודה על נפשו. כתב יהוסף בן שמע]ון ממרה
יהודה בן יהוסף עד.
אלע[ז]ר בר יהודה עד
שמעון בר יהוסף עד. [..]ל[..]א מן ביתר

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:13 am

56hev45.jpg
56hev45.jpg (375.07 KiB) געזעהן 1474 מאל

דאס איז א "שטר הודאה", עס איז געשריבן עטליכע טעג נאך די פריעדיגע שטר, אום ב' כסלו אין די דריטע יאהר פון שמעון בן כוסבא נשיא ישראל, עס איז געשריבן אין עין גדי. עס איז נישט לאנג נאך די פריעדיגע צוטיילונג פון די פעלדער און אלעזר בר אלעזר פארדינגט פאר זיין שותף אליעזר בר שמואל א טייל פון די שכירה פון זייער שותפות וואס זיי האבן פונעם פאריגן שטר. ער רעכנט אויס פונקטליך אלע גדרי וזכותי חכירה. דערנאך די דמי חכירה, וניקויו, אז ער איז ריין מן כל תביעה הקשורה בקרקע.


בשנים לכסלו שנת שלוש
לשמעון בן כוסבא נשיא
ישראל בעין גדי אלעזר
בן אלעזר בן חיטא מן עין
גדי אמר לאליעזר בן שמואל
משם מודא אני לך היום
שהחכרנו לך תגנה שלנו
תעפר הלבן שברשות
החכור שותופתי עמך
מן החכור שחכרנו אני
ואתה מן יהונתן בן מחנים
פרנסו של שמעון בן x
[כ]וסבא נשיא ישראל הלז
אחכרתי לך מן הדרך
שעלה לנגד ולדרום
שתהיה זורע וכנס לנפשך
כל מהפירות והבאיה
שיהיה שבמוקם הלז
עד זמן שישלם זמן
הגנות שלעין גדי x
הגנות של הירק x
לעומת הלז אחכרתי לך
בכסף שנים עשר
סלעים שלוש תללו תתן
לי ו(ט)[ת]טול המני קשר
אילא יתקבל לך ועלי x
לשפות לפניך מן כל חרר
ותגר ואדם תבע עד x
סוף הזמן הלז וקים עלי
לעומת ככה
אלעזר בר אלעזר על נפש[ו]
[מ]שבלה בן שמעון עד
(מש) [יה]ודה בן יהוסף עד.
ספון בן שמעון עד


בשנים לכסלו שנת שלוש לשמעון בן כוסבא נשיא ישראל, בעין גדי. אלעזר בן אלעזר בן חיטא מן עין גדי, אמר לאליעזר בן שמואל משם. מודה אני לך היום שהחכרנו (שכרנו) לך את הגן שלנו, את עפר הלבן שברשות החכור (מן השכירה בכ"ח מרחשון). שותפתי עמך מן החכור שחכרנו אני ואתה מן יהונתן בן מחנים - פרנסו של שמעון בן כוסבא נשיא ישראל. זאת אחכרתי לך, מן הדרך שעלה לנגד ולדרום, שתהיה זורע וקיבוץ לך כל הפירות והתבואה שיהיה במקום זה, עד זמן שישלם זמן הגנות בעין-גדי, הגנות של הירק. לעומת זאת אחכרתי לך בכסף שנים עשר סלעים שלוש. את הללו תתן לי. ותטול ממני קשר. אם לא יתקבל לך. ועלי לשפות (למעבר) מלפניך מן כל מערר ותיגר ואדם תביעה עד סוף הזמן הזה. וקים עלי לעומת כך.
אלעזר בר אלעזר על נפשו.
מבלה בן שמעון עד.
יהודה בן יהוסף עד.
ספון בן שמעון עד.


56hev46.jpg
56hev46.jpg (502.55 KiB) געזעהן 1474 מאל

דאס איז א שטר הודאה פונעם זעלבן טאג ב' כסלו די דריטע יאהר פון שמעון בן כוסבא, עס איז געשריבן אין עין גדי. יעקב בן שמעון פון עין גדי איז מודה איבער די חכירה פון די צוויי שותפים אלעזר בר אלעזר און אליעזר בר שמואל. זיי פארדינגען עטליכע פעלדער פון זייער שותפות פאר איהם.

בשנים לכסלו שנת שלוש [ל]שמעון בן [כ]וסבא נשיא ישראל בעין גדי יעקב
בן שמעון מן עין גדי אמ[ר] לאלעזר בן אלעזר בן חיטא ולאליעז[ר] בן שמואל שניהם
משם מודא אני לכם היום שחכרתי מכם תמקום שנקרה הסלם ותמקום שנקרה
הב()ר תללו חכרתי מכם תדקלים ותשאר האילן שבהם ותעפר הלבן ותדקל
הטוב ותחצד שבכפר [ת]כל שהחזיק חנניה בן חיטא מלפני מזה שאזרע
תעפר הלבן ואגה תד[ק]לים כנומוס ואכנוס לנפשי כל המה פירות והבאה
שיהיה שבמק[ו]ם הלז [ע]ד זמן שישלם זמן הפירות של עין גדי של הירק
ושל האילן היך נומוס לעומת ככה אחכרתום לי בכסף מאה וששים
שהם סלעים ארבעין תללו אשקול לכם ואטול מכם קשרים אילא יתקבל לי
ועליכם לשפות לפני מן חרר ותגר עד ס[וף] הזמן [ה]לז ועליך אתה אלעזר
לקרב לי מן החכור הלז [..]ל [...] דינרין ע[ש]רה שהם סלעים שתים ושקל
חד וקים עלי לעמת ככה
ישו[ע ...] {יעקב בן} שמעון ענפשה
[..]ן ב[..] שמעון עד
פטרון בן [י]הוסף עד
יהוסף בר אלעזר עיד


בשנים לכסלו שנת שלוש לשמעון בן כוסבא נשיא ישראל בעין גדי יעקב בן שמעון מן עין גדי אמר לאלעזר בן אלעזר בן חיטא ולאליעזר בן שמואל שניהם משם: מודה אני לכם היום ששכרתי מכם את המקום שנקרה הסלם ואת המקום שנקרה הב(ו)ר. את הללו שכרתי מכם: את הדקלים ואת שאר האילן שבהם ואת עפר הלבן ואת דקל הטוב ואת תמר שבכפר, את כל שהחזיק חנניה בן חיטא מלפני מזה, שאני זורע את עפר הלבן ואגה את הדקלים כנהוג. ואכנס לנפשי כל המה פירות והתבואה שיהיה שבמקום הלז עד זמן שישלם זמן הפירות של עין גדי, של הירק ושל האילן כנהוג. הקבלה כך: אני שכר לי במאה וששים כסף שהם ארבעים סלעים. את הללו אשקול לכם ואטול מכם קשרים. אי לא יתקבל לי. ועליכם לשפות לפני מן ערעור ותגר עד סוף הזמן הלז. ועליך אתה אלעזר לקרב לי מן החכור הלז [..]ל [...] דינרין עשרה שהם סלעים שתים ושקל חד. וקים עלי הקבלה ככה.
ישו[ע ...] שמעון על נפשה.
[..]ן ב[..] שמעון עד.
פטרון בן [י]הוסף עד.
יהוסף בר אלעזר עיד.


56Hev47.jpg
56Hev47.jpg (235.32 KiB) געזעהן 1474 מאל

דאס איז די שטר פון די קני סוף אדער באמבו רער. עס איז זייער געלעכערט און עס איז שווער ארויסצוזען פונקטליך וואס דא שטייט און פארוואס דאס איז געווען אזוי שטארק באהאלטן און אפגעהיטן. אזויפיל זעהט מען, אז עס איז פון ד' טבת די דריטע יאהר צו בר כוכבא און עס רעדט זיך איבער קויפן א האלבע גרינצייג פעלד דורך אליעזר בר שמואל. עס איז צוטיילט אין צוויי פאראגראפן.

[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠٠[٠٠٠]٠٠٠
[٠٠٠
ב֗א֗ר֗ב֗ע֗ת֗ ל֗טיבת שנת תלת ל֗שמ֗[ע]ו֗ן בר כ֗[וסבא נשיא ישרא]ל ּ [בעי]ן֗ [גדי](?) [٠٠][٠٠٠] ٠٠٠[٠٠٠] ٠٠٠٠٠[٠٠٠]ך֗ [٠٠٠]٠٠٠ר֗ [٠٠٠][٠٠٠][٠٠]٠٠ל מ֗ן֗ ٠٠][٠٠א֗
[٠٠٠]חּ֗ י֗ו֗מא [ד]נ֗ה֗ זבנת לך ית פלגות גנת ירק דא דילי די בעין ג[די] אּ\ה״ח״ּ[٠٠٠]ל[٠٠٠]٠٠٠ּ[٠٠٠]ת ל٠٠٠ּא ודזבנית לך֗ פלג[٠٠٠]כל״על״
[]٠٠\ד״ך״ דפלגּ֗ ע֗٠٠٠[٠٠٠]ד٠٠ג֗٠٠٠ל٠٠[٠٠٠]לּ֗[٠٠٠][]٠٠מ٠٠[٠٠٠]ת ּ[٠٠٠]٠٠٠٠٠٠ּא֗
[٠٠٠]א֗٠٠[٠٠٠]ד\נ״פ״[٠٠٠][٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠٠ל[٠٠٠]٠٠٠ּ[٠٠٠]٠٠ל٠٠٠٠٠
[٠٠٠]٠٠ך֗ ב[٠٠٠]\ו״ז״ב[٠٠٠]\ה״ק״[٠٠٠]ה֗ ٠٠٠[]٠٠٠٠٠٠ּ[٠٠٠][٠٠٠]ליה[٠٠٠]٠٠٠ּה כדי
חזה על֗ ד֗נ֗ה כל דא״מא״ וש٠٠٠ּ ויחזה ואתר֗א ד֗ך[٠٠٠]לּ֗ ٠٠פ֗[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]ה֗ לּ[٠٠٠]מן֗ ּ[٠٠]\ן״ך״[٠٠٠] ٠٠٠ּ\ן״ך״[٠٠٠]ן֗ ת\א״ג״ח\ז״י״ עש\נ״י״ר״\ה״ר״ות\ף״ן״ ואנה
מקבל כספא ממ֗ר֗י֗ק דמין גמרין לעלם ר֗ש֗י֗ אליעזר זב֗נ֗ה֗ ב֗٠٠ו֗ה֗י ו֗י֗ק֗נ֗ה֗ [ו֗י֗]ז֗ב֗ן֗ פלגות גנתא דך למקנה ולמזבנה[٠٠٠]ל ٠٠٠ולמעב[ד] בה כל די ת֗צבין
מ֗ן יומא דנה [וע]ד לעל[ם] ואנ֗ה֗ []٠٠[٠٠]א [ל[٠٠٠]ל[٠٠]לא٠٠[٠٠٠]מ֗ן֗ א֗٠٠٠ּ[٠٠٠]ן֗ ּמּך וק٠٠٠٠٠٠\ה״ך״ מן כל ח٠٠ ש
[٠٠٠]אּ֗[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠٠ּ ופ[٠٠]ע֗ל כ֗ל [٠٠]\ך״ן״


[٠٠][٠٠٠]٠٠٠[٠٠٠]٠٠גּ[٠٠٠]٠٠٠ ּעּ[٠٠٠]٠٠٠٠٠٠[٠٠٠]٠٠٠[٠٠٠]נ\ה״ח״ו֗יה֗ ٠٠٠٠٠ ٠٠ ٠٠٠٠٠ ٠٠٠ּ ٠٠٠
[٠٠٠]מ֗[٠٠٠][٠٠٠]٠٠٠٠٠٠[٠٠٠]٠٠٠ּאּח[٠٠٠][٠٠٠] ٠٠٠٠٠٠ח֗ה٠٠ [٠٠]פ֗ו֗תה ומ֗קבל֗ אלעזר ּא٠٠[٠٠٠]אח٠٠٠٠٠
[٠٠٠] ٠٠٠ּ[٠٠٠]٠٠٠ ז֗מנ[٠٠٠
٠٠٠לּו֗ז֗ל٠٠٠ּ[٠٠٠]٠٠٠٠٠[٠٠]٠٠٠ לל٠٠ם ٠٠[٠٠]ע֗ ٠٠٠ּ ٠٠٠ּאי ּ[٠٠]ן ٠٠[٠٠٠]ן֗ ٠٠א֗ ו֗[٠٠٠]דאמ֗ר אנת ישוע בר ר֗ש֗ט֗י֗ן֗ לי אנה֗ אליעזר בר
[שמוא?]ל٠٠[ו֗]٠٠٠[א]٠٠٠ּא מ֗ן֗ ٠٠٠٠ן[٠٠٠] ٠٠٠٠٠ל٠٠ די לי די []٠٠٠ת מ֗ן֗ [٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠ת ٠٠٠ת ٠٠٠٠٠٠ לך פ٠٠די٠٠٠ ר֗[חיק] ו[ק]ריב ٠٠٠ּ
٠٠ן ٠٠למא[٠٠]מא ואּי ד֗٠٠٠ בכסף דינרין מאה די אנון סלעין צריף עשרין וחמש וקבלו ד֗מ֗יה֗ ביום די כתב כתבה דנן ר֗[ש]י֗ ו֗ש֗ט אליעזר
[٠٠٠]ג ּּל٠٠٠ּ ٠٠٠ ٠٠٠ּה ח֗ז֗א כל ٠٠٠ וגגא מ֗ן֗ י֗ו֗מ֗א ד֗[נא] עד עלם ואנ֗ו֗ן תח[ומי] גנתה ה֗דא למדנחה ٠٠٠ה בר אבה
ולמע֗ר֗ב֗ה֗[٠٠٠]א ד״ר״ּּ ולד[ר]ומה \ב״ש״\ע\י\צ\וּ וישוע מזבנה א\מ״נ״\ר״ת״ לו֗٠٠٠\ק״ן״ למ֗٠٠ל٠٠٠ּ ٠٠٠ּ[٠٠٠] ל٠ה֗ ٠٠٠ג֗٠٠ צפניה אח֗\ה״ת״ כל ٠٠על תחומא
זבן אליע֗ז֗ר֗ [ד]נ֗ן ר֗[שי] ו֗ש֗ל֗ט֗ אל֗יעז[ר] למקנה ולמ֗ז֗[ב֗]נ֗ה֗ [ו]ל֗٠٠ ולמעבד ב٠٠٠ּתה דנא [כ]ל ד[י תצב]ה֗ מן יומא דנן֗ ועד עלם ואנת ישוע
٠٠ וּ[٠٠٠] ב֗למצפ[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]א ּ[٠٠٠]٠٠[٠٠٠]٠٠٠[٠٠] כל אנש רחק וקרב ו٠٠מ[٠٠٠]כ֗٠٠ [٠٠٠]ג֗נ֗ת֗א



בארבעה לחודש טבת שנת שלש לשמעון בר כוסבא נשיא ישראל. בעין גדי. [....] יום זה מכר לך את חצי גן הירקות שלי אשר בעין גדי. [...] ומכר לך חצי...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

שטר שובר לכתובה - שנת ארבע לחרבן בית ישראל

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 01, 2018 2:11 pm

אלע דאקומענטן אדער מטבעות פון נאכ'ן חורבן בית המקדש פון די צייטן פון בר כוכבא איז דאטירט מיט די ווערטער 'לגאלת ישראל', 'לחרת ישראל' אדער 'לחרת ירושלם'. עס זענען דא עטליכע מצבות און בתי כנסיות וואס מען געפונט צומאל וואו עס שטייט 'לחורבן בית המקדש'.

דאס איז די איינציגסטע באקאנטע דאקומענט וואס מען האט געפונען וואס האט א דאטום פון 'שנת ארבע "לחרבן" בית ישראל'. וואס קען מיינען א דאטום וואס מען האט אנגעהויבן רעכענען מיטן חורבן הבית, אדער פון די יאהר פון ווען מען האט אונטערדרוקט די בר כוכבא מרידה. פון די כתב קוקט מער אויס אז דאס איז פון נאך די צייטן פון בר כוכבא און אויך פון די ווארט 'ישראל' וואס ווערט שטענדיג געניצט אין די בר כוכבא דאקומענטן דאקעגן צו די טערמין 'חורבן בית המקדש'.

עס איז נישט קלאר פון וואו די דאקומענט קומט. עס איז געשאצט אז דאס קומט פון 'מערת הסלע' אין מדבר יהודה, וואו מען האט אין די נ' יארן געפונען א 'סלע' פון בר כוכבא, און צוליב דעם טראגט עס דעם נאמען 'מערת הסלע'. עס איז דא נאך צוויי ענליכע דאקומענטן, איינס אין גריכיש און איינס אין אראמיש וואס זענען געשאצט צו קומען פון די מערה. ווי שוין דערמאנט טוהן די בעדואינער פלונדערן די היילן אין מדבר יהודה און פארקויפן דאס פאר גוט געלט, פון וואו א צאל פאפירוסן קומען, אנדעם וואס מען זאל קענען באשטימען זייער אריגינעלע ארט. די פאפירוסן ווערן אפט גערופן 'אוסף צאלים'.

מיט דעם 'שטר שובר', וואס איז געשריבן אין 'בית עמר', אינעם טאג י"ב כסלו, פיהר יאהר פון חורבן ישראל, טוט די אלמנה 'מרים בת יעקב' פון 'שעלבים' באשטימען, אז זי האט באקומען וואס קומט זיך איהר פון איהר כתובה פון די פארמעגן פון איהר געשטארבענעם מאן 'שאול בר שמעון', פון די 'שועל' פאמיליע פון 'ענב העליונה'. און 'אבשלום בר שמעון', איהר מאנ'ס ברודער פון אריסטובוליה, קען דערפאר פארקויפן די איבעריגע נכסים.

מרים בת יעקב האט ווייזט אויס נישט געהאט קיין חכמת הכתב, דערפאר טוט דער סופר אונטערשרייבן איהר נאמען מיט איהר צושטימונג. דאס איז א אפטע ערשיינונג אין די דאקומענטן פון מדבר יהודה ווען נישט יעדער האט געקענט שרייבן, ניטאמאל די אייגענע נאמען. דערנאך שרייבן אונטער צוויי עדות און דער סופר.

XHev_Se51 .jpg
XHev_Se51 .jpg (221.7 KiB) געזעהן 1009 מאל

בתרי<ן> עשר לכסילו שנת ארבע לחרבן בית ישראל
בית עמר מרים ברת יעקוב מסעלב ארמלת
שאול בר שמעון שועל מענב העלינה אמרת
לאבשלם בר שמעון שועל מן ארשתובול מודה
אני לך הימה הזה בכ֗ו֗ל֗מ֗א שאהיה לך על יד שאול
אחיך שאהיה בעלי קודם כך כתבה וביה וקנין
ומהר תיכול התקבלת ודין ודברים אין בכל֗
מה שאהיה לב֗עילי קודם כך תיכל התקבלת
וכל אדם שאיוהב רשתי לידך על חשבן מאשא
כתבא חזה פוטר רכושי לותך אלא דין ותשלמתא֗
לך מנכסי ואפ֗ר֗<ע>ך מה לעמת כך וקים לי עליך
ל֗עמת כך מרים ברת יעקוב על [נפש]ה֗ כתבת מן ממרה
יהוס֗ף בר שמעון שהד
יהורם בר זכריה [שהד]
יהוסף בר יעק[וב ספרא]


בשנים–עשר לכסליו, שנת ארבע לחורבן בית ישראל, (ב)בית עמר. מרים בת יעקוב משעלב(ים), אלמנת שאול בן שמעון (ממשפחת) שועל מענב העליונה, אמרה לאבשלום בן שמעון (ממשפחת) שועל מאריסטובול(יה): מודה אני לך היום הזה בכל מה שהיה לך על יד(י) שאול אחיך, שהיה בעלי קודם (ל)כך, (כסף ה)כתובה ובית וקנין ומוהר, את הכול קיבלתי, ודין ודברים אין (לי) בכל מה שהיה לבעלי קודם (ל)כך. את הכול קיבלתי, וכל אדם שנותן את שליטתי (בנכסים אלו) לידך על חשבון מה שהשטר ראוי, פוטר רכושי אצלך, אם לא (יהיה) דין, והתשלום (אשלם) לך מנכסי, ואפרע לך לעומת כך. וקיים לי עליך לעומת כך. מרים בת יעקוב לעצמה; כתבתי ממאמרה
יהוסף בן שמעון, עד
יהורם בן זכריה, [עד]
יהוסף בן יעק[וב הסופר]

תעתיק צאלים_51 .jpg
תעתיק צאלים_51 .jpg (204.17 KiB) געזעהן 1009 מאל

תרשים האותיות והאותיות המחוברות.jpg
תרשים האותיות והאותיות המחוברות.jpg (122.1 KiB) געזעהן 1007 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

שטר מכירה מכפר ברו - בריו

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יולי 18, 2018 5:50 pm

יהונתן בן עלי, תושב כפר ברו, מכר לשאול בן חרשה, מאותו כפר, בית ו"דרת [=חצר] בית קורה", בסכום של שלשה וששה דינרים.


XHev-se 8.jpg
XHev-se 8.jpg (186.08 KiB) געזעהן 804 מאל
[ב٠٠]٠٠ לאדר שנת תלת לחרות ישראל על ימי שמעון בן כוסבה נשי ישר[אל בכפ]ר ברו יהונתן בר עלי מן כפר ברו אמר לשאול בר חרשה מן תמן[ אנה
זבנת לך יומא דנה לביתה [דילי] ודרת בית קורה בכפר ברו לתונה [די פ]תיח למדנחה לגו ביתה רבה דך ולעליתה די פתיח[ה] למ[ערבה
[٠٠]٠٠ב[٠٠]יפל٠٠ה בחלקי[ ٠٠٠ ]ואנה בּ[٠٠٠] תי בתחומה מן מדנחה[ מע]לת תרעה דביתה די זבנת מן יהוסף בר רובן מדנחיתה דרתא[ ٠٠
[٠٠] לה[٠٠٠] אלך אבניה וש[٠٠٠]ה די חטיה ודשיה ומפתחה תחמי אתריה[ אלך] מדנחה דרתה מערבה דרת בית מנו״מני״ רבתה דרומה נזמה[ צפו]נה
[כול די בה מ]עלה ומפקה כדי חזה דך זבנ[ת ]לך[ בכסף ]זוזין[ תלתי]ן ושתה[ די המו]ן סל[ע]ין תשע ותקלי כספה אנה מקבל דמין גמרין לעלם רש[י שאול
[זבנה באתריה אלך] למחפר ולמעמקה[ ולמעבד בהון כל די יצבה מן יומא דנה ולעל]ם ואנה יהונתן מזבנה וכול די איתי לי ודי אקנה אחראין וערבין למקימה
[ולמרק]א אתריה[ אל]ך מכול חרר ותג[ר ٠٠٠ תשלמתא מן נכס]י ודי אקנה[ לק]בל[דך ]ובזמן די תמרון לי אחלף לך שטרה דנה כדי חזה

נשי ישראל בכפר ב[רו יהונתן בר ע]לי מן כפר ברו
]תחדר שפתוח
ל[ ]ל ב[


ב... לאדר, שנת שלוש לחרות ישראל, על ידי שמעון בן כוסבה נשיא ישראל, בכפר ברו. יהונתן בן עלי מכפר ברו, אמר לשאול בן חרשה מן שם (מן כפר ברו): אני מרצוני מוכר לך את הבית שיש לי, וחצר בית קורה בכפר ברו, את החדר שפתוח למזרח לתוך הבית הגדול הזה ואת העליה שפתוחה למערב . . . חזקתי ואני . . . בתחום ממזרח, כניסה השער של הבית שקניתי מיהוסף בן ראובן מדנחיתה. הבית . . . אלה האבנים, והבורות של החיטים, והדלתות והמפתח. תחומי המקומות הללו: מזרח החצר, מערב חצר בית מנו הגדולה, דרום נזמה, צפון . . . כל שיש בה, הכניסה והיציאה כראוי את זה מכרתי לך בשלושים וששה זוזי כסף, שהם תשעה סלעים. ואת שקלי הכסף קבלתי, מחיר מלא לעולם. רשאי שאול לקנות, ולמכור, לחפור, ולהעמיק, ולעשות בו כל שיחפץ מן היום הזה ולעולם. ואני, יהונתן המוכר וכל מה שיש לי ומה שארכוש, אחראים וערבים לקיים ולנקות את המכר אלה, מכל ערעור ותביעה . . . התשלום מנכסיי ו(ממה) שארכוש לפניך. ובזמן שתאמרו לי אחליף לך את השטר הזה כראוי

נשי ישראל בכפר ברו יהונתן בר עלי מן כפר ברו
כפר ברו.jpg
כפר ברו.jpg (64.61 KiB) געזעהן 804 מאל


* * * *

חדד בן יהודה ואשתו שלום בת שמעון מכפר 'בריו', מוכרים בית לאלעזר בן אלעזר (השוטר).

XHev-Se 8a.jpg
XHev-Se 8a.jpg (216.26 KiB) געזעהן 804 מאל
בעסר[ה] לאדר/יר שנת תלת לחרת ישראל בכפר בריו
חדד בר יהודה מן כפר בריו אמר לאלעזר בר אלעזר שטר/יא
מן תמן אנה מן רעותי {יומא דנה} זבנת לך ימה דנה לבתה דילי
די פתיח צפן לגה דרתי די תפתחנה לגה בתך
ורשה לא איתי לך {לך} עמי בגו דרתה דך זבנת לך בכסף
זוזין די המון תמניא וסלעין תרתן דמין גמרין לעל^ם^ רשי
אלעזר בזבן בתה דך אבניא ושרית[א ]ודגריא כול די בה
כו٠٠/עי٠٠ וקרקעא תחמא בתה דך[ דרומא אלע]זר זבנה מדנחא
יהונת[ן י]שוע לצפנה דרתה מערבא [ח]דד מזבנה ורשה לא
איתי לך עמי בגו דרתה די לי ולא מעל ול[א] מפק עלי אנ{ת}ה חדד
[מן] ימה דנה ולעלם ואנה אחרי וערב ל[ך בז]בן בתה דך מן ימה דנה
ולעלם ואנה שלם ברת שמעון אנ[תת ]חדד דנה מלין לאיתי
לי ולעלם בזבן בתה דך ולעלם ותש[למ]תה ודי נקנה לוקבל<ד>ך
כ[תב]א דנה פשיט וחתם״וחתמו״ בגוה שלום[ בר]ת שמעון על נפשה כתב
חדד בר יה[ו]דה על <נ>פשה אלעזר בר מתתא ממרה
שמעון בר יהוסף "עד"
אלעזר בר שמעון שהד
יהודה בר יהודה שהד


בעשרה לאדר שנת שלוש לחרות ישראל בכפר בריו. חדד בן יהודה מכפר בריו, אמר לאלעזר בן אלעזר השוטר(?), מן שם (=מכפר בריו): אני מרצוני היום מכרתי לך היום את הבית שלי, הפתוח לצפון, לתוך חצרי, (כדי) שתפתח אותו לתוך ביתך. אבל אין לך תביעה נגדי בעניין החצר הזאת. מכרתי לך בכסף זוזים שהם שמונה, (או) שתי סלעים, מחיר מלא. לעולם הזכות בידי אלעזר בקניין הבית הזה האבנים, הקורות והמדרגות, כל אשר בו, הבנוי והקרקע. תחומי הבית הזה שלך, אלעזר הקונה: למזרח יהונתן בן ישוע, לצפון החצר, למערב חדד המוכר. ואין לך תביעה בעניין החצר שלי, ולא (בעניין) כניסה ויציאה, נגדי, אני חדד, מהיום ולעולם. ואני אחראי וערב לך במכירת הבית הזה מהיום ולעולם. ואני, שלום בת שמעון, אשת חדד זה, אין לי (דין ו)דברים לעולם במכירת ביתך. והתשלום <מנכסיי> תממה שארכוש בהתאם (לשטר) הזה. השטר הזה פשוט (=לא מקושר), וחתמו בתוכו: שלום בת שמעון, בעצמה כתב. חדד בן יהודה בעצמו, אלעזר בן מתתא, מאמרו.

שמעון בן יוסף עד
אלעזר בן שמעון עד
יהודה בן יהודה עד

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך יולי 18, 2018 9:51 pm

יישר כח כבוד הרב בענקעל.

כ׳מיין אז מען קען אייך שוין באטיטלען אלץ אפציעלער ׳חוקר׳ און ׳פארשער׳ - עכ׳׳פ דא ביי אונז זיכער.

איר דערשנאפט אלץ אונז צו ברענגן אור אלטע היסטאריע מיט איר אמאליגן שמעק אזש די פאפיר צוברעקעלט זיך צווישן די פינגער.

א שאד נאר ס׳איז נישט אויף פאפיר, אזעלכע היסטאריע ברויך מען געהעריג אפליינען ארויסגעפרינט - באגלייט מיט די בילדער.

עמציער וואלט זיך ווען געדארפט מנדב זיין און אהער שטעלן א פי די עף פון אייערע סחורה, פון וואס דער עולם וואלט שטארק הנאה געהאט.

ביזדערווייל א שיינעם דאנק.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!



צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט