ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 14, 2009 7:27 pm

א רחמנות אויף דער וואס ווארט אויף מענטשענס רחמנות

און א נחת פאר דעם וואס ווארט אויף דאנציגערס תגובות

זייער א שיינע ארטיקל אריינגע'זרק'ט דא, ר' מנשה. ישר כח.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יוני 14, 2009 7:47 pm

איין ווארט ר' מנשה, (וויפיל?) ריזיג.

יישר כח.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 14, 2009 9:39 pm

ר' מנשה, עאיך האב נאך "אזא" תגובה דאכציך נישט געזעהן!!

און ווען מנשה ברענגט דאס ארויס אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער, לית טב מיני'.

מיר האבן דעם געדאנק שוין איבער געזאגט פאר עטליכע חברים, און אלע האבן הנאה געהאט דערפון.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 15, 2009 3:10 am

יאפ ר' מנשה, זייער זייער גוט.. סיי די געדאנק, און סיי די געשראבעכטס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 15, 2009 7:55 am

ר' מנשה, אמת און וואר, און דערצו אפגעשריבן קליפ און קלאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 15, 2009 12:29 pm

ר' מנשה, אמת און וואר, און דערצו אפגעשריבן קליפ און קלאר.

(קרעדיט: פארשלאפן)

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג יוני 16, 2009 2:15 am

;l;p- אז מען האט ניט קיין פינגער, קאן מען קיין פייג ניט מאכן.. [שלום עליכם] ;l;p-
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 17, 2009 11:08 pm

דענצי, ס'ארא הערליכע פעדער.
ווי ניד מאר,

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יוני 18, 2009 10:16 am

געלעגער האט געשריבן:דענצי, ס'ארא הערליכע פעדער.
ווי ניד מאר,

ג''א מצטרף להנ''ל

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » פרייטאג יוני 19, 2009 12:50 am

אפס! וואס איז דאס? גארנישט שמערל האט זיך אריינגעכאפט..
וואס עפעס, מיט וואס פאר א יושר, מיט וואספארא סיבה. ער יאגט זיך יעצט געפערליך, ער קען נישט שטיין צווישן פרויען, ער דארף נאר א קלייניגקייט..
כ'מיין, די זייגער צייט האט זיך יעצט אפגעשטעלט! שמערל דארף 'יעצט' רעכענען.. איי ס'שטייט א לאנגע רייהע פון דא ביז פדן ארם, און דו ביסט קוים אריינגעטאנצן דא אינעם טאראראם, און מאכסט אן א כאדאראם. ס'גארנישט, ווען אלע קליענטן זאלן נאר וויסן זיין, אז ווען דער מי שאמר והיה העולם האט געזאגט נעשה אדם, האט עס געמיינט מיך! וואלטן זיי נישט געהאט אזא שווער הארץ..
יעדע 'נארמאלע' מענטש ווייסט, אז איך בין נישט כאטשיג ווער, כ'בין דאך א כלי קודש, א עסקן, א געיאגטער רוח 'הקודש'.. איך קען דען עפעס שטיין ווי אלע איינפאכע בירגער אינעם שורה?.. געמער נאר א רעכן דארט.. נאר א קלייניגקייט! איין קליינע בעג מיט פופצן יורגעטס, און א באקס וואסער, דריי פאטאטא טשיפס מיט א מזונות ראל, נו?? ווילאנג געדויערט עס שוין..
אזוי שטייט ער מיר דארט, אונטערן רוקן, נישט וועלנדיג זיך שטעלן חלילה וחס! אין די שורה, דארט ווי עס שטייען פון די געמיינע סארט ברואים.. און מיט פארלאשענע אויגען שעפשעט ער מיט כבוד און געבעט. געמער א רעכן דארט.. זיי נישט קיין עקשן.
און אכזר פונעם ערגעסטן סארט, וויל עהם נישט שענקן קיין סערוויס, געהערט אמאל אזא אנטיסעמיט? אבער א גערעכטע שטימע זאגט מיר אין די געהירן, מנשה, לאזט דיך נישט, אזא הייליגקייט זאל נאר אויסווארטן.. עהם געבט מען נישט עפעס א רעכן און געגאנגען ווייטער.. ניין, אזא פערזענליכקייט געבט מען זיך אפ רואיג.. ווען ס'געפונען זיך נישט די ביליגע עלעמענטן וואס הייסן נשים.. וואס קענען נישט אויפהייבן א שטומע ווי ביים קעסל אין קאווע צימער, הערעב יוד 'כאפט אייך נישט אריין'.
נו, אז דער זכר קאן בילען און דער נקיבה נישט, זאל ער זיין והוא ימשל בך..
און אזוי איז עס אויפן הייוועי, און אזוי איז עס ווי אומער.. דא פארט דאך משה גרויס, הייליגע צדיק פון תוספות לאנד. אוי געוואלט זושא איז הונגעריג.. אלעס מאכט זיך אויף, און אלעס לאזט עהם פליען אויף די שאלדער, כל הקודם זכה..
ס'גארנישט, ס'איז א קלייניגקייט, ס'איז פשוט יענעמעס נשמה, נישט מיינס...
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 19, 2009 12:56 am

דיינע תגובות מיט דיין עוועיטער, פארן זיך געוואלדיג.

יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 19, 2009 1:49 pm

האסט מיך ממש אריינגעפירט אין גראסעריי ביזן רעדזשיסטער... איך האב אזאנס צוזאמגעלאכט דארט אז אלע האבן זיך אויסגעדרייט... יישר כח מנשה.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » פרייטאג יוני 19, 2009 3:24 pm

אזוי גייט עס יעדע צווייטע מענטש יאגטס זיך וועגען א בעסערע סיבה... איינער האט נישט גוט געפארקט..איינער האט א קערידש אינדראסן .... און איינער האט א בעיביסיטער אינדערהיים... אדער א דוקטערס עפוינטמענט גאר... וכו'

שכויח דאנציגער פארן מעורר זיין..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יוני 22, 2009 3:16 pm

זייער שיין מנשה.

דערמאנסט מיר פון דעם וואס גייט ביי די עקספרעס ליין מיט א ארדער פון פופציג אייטעס.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 22, 2009 3:43 pm

מנשה נשני כל עמליך טענקס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג יוני 23, 2009 2:05 am

נאכט שטימעס!
ס'איז אינמיטן נאכט! ס'איז שא שטיל, אלעס שלאפט און רוהט זיך אויס, ווען קאלטע שאטנס פון קלייניקע בעלי חיים, קען מען זען יעדע פלוצלינגע צייט אריבערהיפן די שטראסע, אדער קלעטערן איבער שטיגן און הויפן.
ווי אימער דערזעט זיך א שאטן פון א מענטשליכער געביין, וואס שפרייזט אינעם נאכט ציל, פאר געזונט צו אנדערע געברויכן.
און איך שטיי מיר שטיל איבערן גאניק, און פראביר אריינשעפן ווי מער פון די קלארע לופט וואס די נאכט געבט פאר, פארן וועלט, און גרייט צו א נייעם פרימארגן מיט פרישקייט.
אבער ווי שטיל עס איז נאר, אלץ העכער שרייעט ארויס א קול, וואס איז העכער פון הויעך.. די נאכט פויגלען קנאקן ארום אין א קאפעליע, זה מקשה וזו מתרץ.. ס'גייט אהין און צוריק..
ווידער די דזשומען פון די היישעריקן - צו וועלכע בעל חי, אינעם וויסטן אומ'באקאנטן וואלד אדער סביבה, מאכט דעם נאכט גרידזשענען העכער און העכער, ווי ס'וואלטן געווען נאכן שטילסטן קול - א רעדל צוריק צום העכטסטן טאן..
דאס זעלביגע פליג וואס מאכט נישט אויס פאר זיך - באטאג אין כמות, נאר נודשעט ארום און דאס אלעס, טוהט ביינאכט, אונטערן נאכט לעמפ, ארומפארפירן מיטן ריזן שאטן - וואס ער ווארפט ארום, און קאנטראלירט דאס סצענע מיט יעדן תנועה זיינע.
דאס שטילקייט און שארכן פון ווייט ווייט, און נאכאנאנדע פויגעל ברימעריי, מיטן בלאסע געזאנג, פארטויבן די אויערן און פארשלעפן די וועלטס געהירן, מיט טיפע פארשווימענע פארלאשענע רוהיגקייט.
די לבנה איז איבערגעדעקט מיט א ווייסן וואלקן דאכענע - ביז איבערן נאז.. און די פינקען שטערנס זענען צעזייעט איבערן הימל דעק, מיט א באצויבערן שיינקייט און רואיגע אויסשפרייט.
ווי פונקט פאסיג, אינעם בלאסן שיין פון די נאכט לעמפ, קענען די לייכטע און מילדע ווינטן, זיך אריינ'גנב'נען צווישן די לאדענס און שפארעס, פון די אפענע שויבן, און דערפרישן אלע ווינקלען מבית ומחוץ, מיט די באלדיגע פרימארגן טוי.
אלעס שלאפט! שאאא..
מ'דערוואגט זיך ניטאמאל זיך צוגעבן א איבריגן ריק, ווייל מיט יעדן אומגעראכטענעם תנועה, קען זיך ווער ערוועקן פון שלאף, צוסטרייסלען דעם נאכט בריאה, און ס'וועט ווערן וואכנאכט..
ווער דערוועקט זיך און בליקט ארויס מיט האלב פארלאשענע אויגן, אבער וישן ויחלום שנית.. ווער כאפט א הפסקה, און קוקט מיך אן מיט כינעזע אויגן.. און קערט זיך אום צום זיסן געלעגער.
אבער איינער, בלויז איינער, וואס שלאפט נישט. הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל. דער פון אויבן גיבט ניט קיין אויגן וויש, ער האלט א שטענדיגע עינא פקיחא, און שוינט און היט זיין אויגן אפל – כלל ישראל.
טוועני פאר סעבן.. איז דער משגיח בין חלונות הרקיע מגין ומזהיר איבער זיין ליב פאלק, בני אברהם אוהבו זרע יצחק יחידו עדת יעקב בחירו, און גלעט און צערטלט די נשמות און גאנצן בריאה יצירה ועשי'ה און איז מאציל שפע קודש בכל העולמות.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יוני 23, 2009 6:56 am

wow דער האט דאך סאום איידיעס און געפילן.

קוקט אויס מיר וועלן אויפזיין היינט נאכט, אפשר העמער אויך קריגן אן ענליך הרגשה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 7:39 am

הרב דאנציגער, קראתי ונהנתי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג יוני 23, 2009 7:56 am

זייער שיין

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 23, 2009 10:18 am

דאנצי באטשי, די גאנצע מעשה וואס דו האסט אראפ געשריבן איז נאר אן אריינפיר צו די מנחם מענדל מעשיות, סאו איך ווארט אויף די מעשה אליינס אויך. די לעצטע צוויי פאראגראפן דאסי שוין עפעס אנדערש.

זייער שיין ארויס געברענגט, יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 23, 2009 11:40 am

א הערליך שטיקל פאעזיע! נישט געוואוסט ביסט א דיכטער אויך (צו אלע מעלות).

עמוק עמוק. יישר כח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 23, 2009 7:19 pm

דענצי לויט וויזוי איך זעה דיך ביסטו גיט צי גיין אין בחורים קעמפ, שטיין ביי די קאנטיען, זיין א נאכט שומר, אין א שפראך האסטי אויך אן אייזענעם סא ביסטו גיט צי דערציילען מעשיות אין לאנטש ראם...
וואט דא יו סעי טא דיס אפפער?
אין אזא עקאנעמי...

זייער הנאה געהאט

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג יוני 29, 2009 8:56 pm

יא, אזוי גייט עס..
אז מ'איז ביי יענעם אויף קעסט, לאזט מען זיך שטאפן! נישט פשוט, ווי מענטשען נעמען זיך אלץ די געוואגט'קייט, און מ'קען אויסניצן דעם רשות הרבים ווי דאס אייגענעם ביזעם טאש.
כ'שטיי אין גראסערי, און כ'קוק מיר צו די מעשי בני אדם, אמת טאקע אז דאס מענטשהייט איז נישט ליידיג פון גוטע לייט, אוודאי האב איך דאך מיט וועמען צו רעדן גלייך אויכעט.. אבער די מעשי תעתועים וואס איז מעורב בטוב, איז דאך אזוי אריינגעבלענד, אז מ'קען איר שוין נישט דערקענען, צו איז דאס שוין פון די נארמאלע געפירעכטס, אז איך בין פשוט צוריקגעשטאנען.. אדער בין איך היבש גערעכט, אז די סארט קרומע לייט געהערן גארנישט צום כלל השכל הטוב והישר.
מ'רייט אריין מיט א וועגעלע, די קלייניקע מיסט צעטלעך וואס ליגן דערביי אינעווייניג [וואס א צווייטע אומ'מענטש צו אומ'פרוי.. האט איבערגעלאזט] ווערן באלד אויסגעפלאסטערט כלאחר יד אויפן ערד. און אז מ'שטופט א וועגעלע און מ'באגעגענט א פריינד, איז אלעס אפגעשטעלט! ער פארט פאמעלאך.. און באמסט אריין אין יעדע זאך אין פארענט כי ירט הדרך לנגדי..
אוי אנטשולדיגט און ווייטער געגאנגען ווי נאטורליך..
מ'הויפענט אן א וואגן, ושילח אותו על פני הגראסערי, מ'דרייעט זיך און מ'פרייעט זיך.. מ'לעקט זיך אן דא א טשאקאלאדע, און דארט א זעץ און א רייס אין א באקס, 'איך בין דען שולדיג' וויפיל קאסט שוין א ענימעם.. 'איך ארבעט נישט דא.. זאלן עס די באצאלטע ארבייטער אויפהייבן, אויפקערן, אויסגלייכן.. איך בין בלויז א פרייוויליגע קליענט..
מ'גייט צו די ירקות, מ'שעכט אראפ די ריזן פעטרישקע קעפ, און מ'לאזט עס פליען ווי די פעדערן ערב יוה''ק.. א טאמאטע וואס האט אין מיר ווידער שפעניגט, ווערט צו'דורס'ט בלי אומר ודברים. ס'גיסט זיך פאפקארן, ס'צעשיסט זיך א גלאזערנע באטל, ס'צעזייעט זיך א פעקל פערפל, ס'צערייסט זיך א פונט מעהל, יא באצאלט נישט באצאלט, ופרח לא איש האמת.. ער איז שוין נישטא..
יא, דאס זעלביגע איז אין מקוה אין קאווע צימער, אין גאס און אפשר ביי זיך אין שטוב אויך?.. קאן זיין, טאמער די בני בית איז שוין נישט אין די גוסטע פון א פלאקערדיגע מחלוקה, און לאזט עס שוין אזוי לויפן כנהוג, ביז די מאה ועשרים..
אז מ'קען זיך אריינווישן די נאז אין יענעמס גוטע מידות, פארוואס זאל מען פארפלעקן די אייגענע געביגעלטע מידות רעות..

כ'זאג נאכאמאל, קאן זיין אז היינט אז עס שוין נארמאל,דעמאלטס האב איך גארנישט געזאגט!
מנשה כ'וועל פארקוקן און פארגעסן,לוסטיג לאמיר זיין אין די גלייזן..
אזוי לאנג ווי ס'דא ווער ס'זאל קערן נאך מיר, בין איך 'איש תם וישר'.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך דאכצעכמיר » מאנטאג יוני 29, 2009 9:01 pm

מנשה, A1!!!! ענדליך באקומסטו שוין עפעס פון מיר..... וואס קומטסאך קומטסאך... דאנקע שעין! קיפ איט קאמינג!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 29, 2009 9:09 pm

מנשה די מערסטע האב איך ליב געהאט פין די אויסדריק
אומ-מענטש אדער אום-פרוי....
פרויען זענען קיין מענטשען?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט