ווער האט עקספיריענס מיט ענדרויד פאונס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » דינסטאג מארטש 08, 2011 8:52 pm

כ'האב אן ענדרויד און חוץ מעסענזשער זעה איך נישט מיט וואס א בב איז בעסער
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג מארטש 08, 2011 9:23 pm

prowed jew האט געשריבן:כ'האב אן ענדרויד און חוץ מעסענזשער זעה איך נישט מיט וואס א בב איז בעסער


אינטערעסאנט אז דא, צווישן די חברים דא זענען פאראן מערערע וואס פארמאגן א בב און מאנכע האבן שוין אפי' געשריבן איבער דעם אז בב איז בעסער פונעם ענדרויד אויך אויסער בבמ און בבג אבער קענען נישט אנוויזן מיט וואס...

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג מארטש 08, 2011 9:41 pm

מיט אן ענדרויד פילט זיך מער ווי מען האלט א TOY אין די האנט משא"כ א ב"ב פילט זיך סאך שטערקער און בעסער. די קיבאורד איז מיר זייער וויכטיג. בב"מ און גוגל טאלק (מיינע חברים מיט דרויד'ס האבן אלע פראבלעמען מיט גוגל טאלק) זענען מיר וויכטיג. וכו'

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:00 pm

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט
אבער איך אניש קיין שום פראבלעם מיט גוגל טאלק
בעיסיקלי רעדסטו פון פילינגס און אז די פילסט עס ווי א טוי מיינט נאך נישט אז ס'איז
דער אמת איז אז יעדער וועט זאגן אז די פאון צו וואס ער האטצעך צוגעוואוינט איז די בעסטע
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מיטוואך מארטש 09, 2011 11:39 am

Does Android support Hebrew?
If not, can anyone tell me which new smartphones (Sprint) support Hebrew?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:08 pm

ענדרויד 2.2 האט היברו

ביי ספרינט קענסטו יעצט האבן איינע פון די


HTC EVO Shift™ 4G
בילד



HTC EVO™ 4G
בילד



Samsung Intercept™
בילד



LG Optimus S™
בילד



די לעצטע איז די מערסטע אפארדעבל

וועגן קיבארד קוק דא
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

לאטצי
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:01 pm

תגובהדורך לאטצי » מיטוואך מארטש 09, 2011 2:26 pm

איך מיין אז די עפיק האט אויכט לעצטענס באקומען א 2.2 update

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך מארטש 09, 2011 3:13 pm

אךשמח, וויאזוי הייסט די עפפ וואס רעקארדירט די פאון קאלס ? איז עס בחינם ?

---
אפשר וואלט געווען א גוטע פלאץ אויסצושמועסן וואספארא עפפס מען זוכט, וואס עס איז דא צו באקומען.

איך האף שפעטער צו מאכן א רשימה מיט אלע עפפס וואס איך האב אויף מיין טעלעפאון, די מעלות און חסרונות דערפון.

לעת עתה זוך איך א אידישע קאלענדער, וואס זאל אינטערגרעיטן מיט די געהעריגע טעלעפאן קאלענדער. למשל, אז ווען איך וויל סעטן אן אפוינטמענט נעקסטע וואך דאנערשטאג, זאל איך תיכף זעהן אז עס איז תענית אסתר, און יענע טאג פאסט מען. אדער פארשידענע אנדערע זאכן וואס איז תלוי אין די אידישע לוח. איך באנוץ מיר גאר אסאך מיט די קאלענדער, אלזא, עפעס וואס זאל ארבייטן עכ"פ ענליך צו די אריגינעלע וואס קומט מיט די טעלעפאון. (אויפן פאלם סענטרא, האט LUACH געארבעט פיין צוזאמען מיט די געהעריגע קאלענדער)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג מאי 12, 2011 10:38 pm

איך טראכט פון זיך איינהאנדלען מיין ערשטע ענדרויד פאון, אבער איך בין א גרויסע עם הארץ אין דעם פשוט ווייל איך האב עס נאך קיינמאל נישט עכט באטראכט.

וועלכע פאון זאגן די מבינים איז די בעסטע ענדרויד אויפ'ן מארקעט פאר ספרינט? סיי אין שנעלקייט און אין סייז? (איך דארף מיט א קיבאורד)

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג מאי 12, 2011 11:53 pm

אויב יאגסט זיך נישט צו שטארק, וואלט איך געראטן צוצואווארטן ווייל ספרינט גרייט זיך ארויסצוקומין מיט עטליכע סופער גוטע ענדרויד דעווייסעס.

די שאלה איז אויב ס'גייט האבן א קיבאורד

דער אמת איז אז מען קען זיך שנעל צוגעוויינען צו די טאטש קיבאורד וואס האט זיינע מעלות אויך.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג מאי 13, 2011 7:51 am

איך האב נארוואס איינגעהאנדלט דעם LG אפטומאס פאר מיין ב"ב, דער דילער האט מיר געבעטן דערפאר גאנצע 20 טאלאר, + וואס מיין פלאן גייט ארויפגיין מיט נאך 10 $ א חודש, דער אפטימאס איז גאנץ פיין, נאכדערצו פאר איינער וואס היינט נישט קיין גרויסע השגות
** תגובת המאה **

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » פרייטאג מאי 13, 2011 9:19 am

צוויי סענט:
1.עס איז דא א וואויס רעקארדער וואס דו קענסט אריינגיין און אפכאפן דעם שמועס אויפן טעלעפאן. ווען עס פעלט זיך אויך, זאגט מען יענעם צו ווארטן איין מינוט און מען גייט אריין צו די עפפס און מען צינדט אן דעם וואויס רעקארדער.
2.די טאלק טו טעקס איז זייער א גוטע אפשען, איך נוץ עס עמטליך, פארשטייט זיך אז ווען איך וויל שיקן א טעקסט פאר מיין חברותא אז איך בין און היכל פארשטייט ער נישט, אבער ער כאפט אויף א גוטן ענגליש, מען ברויך רעדן רואיג און געלאסן.

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » פרייטאג מאי 13, 2011 4:05 pm

ווען גייט ספרינט ארויס קומען מיט נייע ענדרועד'ס?
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג מאי 13, 2011 6:18 pm

ברוך. בנוגע דיין ערשטע סענט. וועלכע עפפ כאפט גוט אויף "ביידע "זייטן פון די שמועס?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג מאי 15, 2011 6:38 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:ברוך. בנוגע דיין ערשטע סענט. וועלכע עפפ כאפט גוט אויף "ביידע "זייטן פון די שמועס?

איך ווייס נישט וועלכע עפפ ר' ברוך מיינט, אבער איך האב שוין פרובירט עטליכע עפפס וואס קענען אויפכאפן ביידע זייטן פונעם שמועס אבער איך האב זיי אלע ארויסגעריסן פון מיין פאון, ווייל דער שמועס קען אויפגעכאפט ווערן נאר אויב עס איז אויף ספיקער...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג מאי 15, 2011 6:39 pm

פייווישעל האט געשריבן:ווען גייט ספרינט ארויס קומען מיט נייע ענדרועד'ס?

ס'הייסט ערגעץ אנפאנג זומער.

ווען איך וועל וויסן מער אינפא פון מיינע קאנטאקטן ביי ספרינט, וועל איך לאזן וויסן דא...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

קיבארד.

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 30, 2014 7:04 pm

איך נוץ א ענדרויד פאון, מיט גוגל קיבארד.
איז וויל איך וויסן:
א: וועלכע קיבארד איז די בעסטע צו ניצן מיט א ענדרויד פאון.
ב: פארוואס האב איך נישט איבעראל קיין enter קנעפל, ווי למשל אין hangouts דארף איך ניצן speech-to-text אריינצולייגן א שורה.

א גרויסען שקויעך.
...

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג נובעמבער 30, 2014 7:19 pm

טריי צו דריקן די שיפט באטען אויף די לינקע זייט, רוב מאל ברענגט עס אויף די ענטער באטען אריינצולייגן נאך א שורה.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 30, 2014 7:23 pm

גיט. א גרויסען שקויעך.
...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג נובעמבער 30, 2014 7:24 pm

איך נוץ Swype קיבארד און כבין זייער צופרידן, דארפסט אבער קענען ספעלן ענגליש סזאל דיר לוינען
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 30, 2014 8:04 pm

אמת, די קיבארד איז געקומען מיט די פאון, אבער איך האב סך בעסער ליב די גוגל
...

ayidishe
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 10:18 pm

תגובהדורך ayidishe » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 10:16 am

איך האב געוואלט וויסען אינפארמעישן אויף די סמארטפאנס פון אייראפע אין ארץ ישראל א קליינע סייז בערך ברייט ווי אינטש צוויי .אויב איינער וויסט אפשר די די מעלות און חסרונות פון עס און אויב די פלעי סטאר ארבעט געהעריג (איך האב געפרעגט א ארץ ישראלדיגע חתן דערוועגן זאגט ער א סהאלב סמארט) ווייסט איינער מער?

אוועטאר
טרעפיק לייט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 11:07 am

תגובהדורך טרעפיק לייט » זונטאג ינואר 11, 2015 12:33 am

חברותה האט געשריבן:טריי צו דריקן די שיפט באטען אויף די לינקע זייט, רוב מאל ברענגט עס אויף די ענטער באטען אריינצולייגן נאך א שורה.

שכח אויכט געהאט די זעלבע פראבלעם.


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט