אלעס וועגן רוטן אן ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

cyanogenmod

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:41 pm

איך וואלט געוואלט וויסן מער איבער די ראם, וואס איז דאס? לוינט עס צו אינסטאלירן? וואס פארדין איך? וואס פארליר איך? וויאזוי ארבעט אפדעטס נאכן אינסטאלירן? מאכט עס שנעלער? אדער שטייטער? און צום לעצט וויאזוי אינסטאליר איך עס, דארף איך רוטן?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 9:49 pm

אוהב חכמה האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:מאנכע וועלן פרעגן פארוואס איך האלט נישט פון דאונלאודן עפפס פון וואו ס'לאזט זיך, די סיבה איז ווייל מענטשן טוישן די עפפס און קענען אריינלייגן וויירוסעס אדער ספייווער וכדו' און איר מיינט אז איר האט געכאפט אן אומזינסטע עפפ, למעשה קען עס האבן וויירוס אדער ספייווער אדער אפילו ערגערס, דעריבער ברויך מען אכט געבן וואס מען טוט, און די בעסטע לעזונג דערצו איז זיכער צו מאכן אז די עפפ וואס איר האט נארוואס אראפגעלאדענט פון סיי וואו, איז גענוי די זעלבע סייז (KB) ווי די (זעלבע) עפפ פון די מארקעט.


כ'האב נישט קיין ענדרויד, אבער אז ס'האנדלט זיך פון סעקיוריטי פיהל איך פאר א פליכט דאס צו פארריכטן. פון די סייז קענט איר נישט זיין זיכער, איינער וואס קען די מלאכה קען (אין גאר אסאך פעלער) מאכן אן אינפעקטירטע ווערסיע מיט גענוי די זעלבע סייז. די בעסטע איז צו פארגלייכן די check-sum (כאטש MD5, בעסער SHA256). כ'וועל לאזן פאר אנדערע מסביר צו זיין וויאזוי מ'טוט דאס אין ענדרויד.

די אמת איז אז ס'איז נישט ממש אזוי, די וויירוס וואס קען אינפעקטן א פייל און נישט טוישן די פייל סייז, אפעקטירט נאר exe פיילס, און ווייל exe פיילס האבן ליידיג פלאץ אינמיטן די פייל, דעריבער קען די וויירוס זיך דארט אריינשטופן (די וויירוס איז נישט מער ווי איין קילאבייט). אבער ענדרויד עפפס זענען apk פיילס און זיי זענען קאמפרעסט אזוי ווי א zip פייל, איז נישט דא די פראבלעם פון אזא וויירוס.

וואס יא, איבערגעפאקטע עפפס זענען יא שכיח, און דאן קען מען ארויסנעמען עפעס און עס איינטוישן מיט א וויירוס. נו, ברויך מען וויסן וואס מען טוט.

קוועטשער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:34 pm

תגובהדורך קוועטשער » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 9:23 pm

איך האב א דרויד 2.2.3 וויאזוי רוט איך דאס? ווי טרעף איך גינגערברעיק אדער Z4ROOT??
כולל אינגערמאן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 4:27 pm

סאיז דא אזא זאך וואס הייסט גוגל, עניוועי דא האסטו GingerBreak

קוועטשער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:34 pm

תגובהדורך קוועטשער » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 7:12 pm

מומחה עצום האט געשריבן:סאיז דא אזא זאך וואס הייסט גוגל,

whats google??? anyway i wanted to make sure im not getting a virus
עניוועי דא האסטו GingerBreak

thanks
כולל אינגערמאן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 7:42 pm

Very Sensible

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג ינואר 01, 2013 9:24 am

מומחה עצום האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:מאנכע וועלן פרעגן פארוואס איך האלט נישט פון דאונלאודן עפפס פון וואו ס'לאזט זיך, די סיבה איז ווייל מענטשן טוישן די עפפס און קענען אריינלייגן וויירוסעס אדער ספייווער וכדו' און איר מיינט אז איר האט געכאפט אן אומזינסטע עפפ, למעשה קען עס האבן וויירוס אדער ספייווער אדער אפילו ערגערס, דעריבער ברויך מען אכט געבן וואס מען טוט, און די בעסטע לעזונג דערצו איז זיכער צו מאכן אז די עפפ וואס איר האט נארוואס אראפגעלאדענט פון סיי וואו, איז גענוי די זעלבע סייז (KB) ווי די (זעלבע) עפפ פון די מארקעט.


כ'האב נישט קיין ענדרויד, אבער אז ס'האנדלט זיך פון סעקיוריטי פיהל איך פאר א פליכט דאס צו פארריכטן. פון די סייז קענט איר נישט זיין זיכער, איינער וואס קען די מלאכה קען (אין גאר אסאך פעלער) מאכן אן אינפעקטירטע ווערסיע מיט גענוי די זעלבע סייז. די בעסטע איז צו פארגלייכן די check-sum (כאטש MD5, בעסער SHA256). כ'וועל לאזן פאר אנדערע מסביר צו זיין וויאזוי מ'טוט דאס אין ענדרויד.

די אמת איז אז ס'איז נישט ממש אזוי, די וויירוס וואס קען אינפעקטן א פייל און נישט טוישן די פייל סייז, אפעקטירט נאר exe פיילס, און ווייל exe פיילס האבן ליידיג פלאץ אינמיטן די פייל, דעריבער קען די וויירוס זיך דארט אריינשטופן (די וויירוס איז נישט מער ווי איין קילאבייט). אבער ענדרויד עפפס זענען apk פיילס און זיי זענען קאמפרעסט אזוי ווי א zip פייל, איז נישט דא די פראבלעם פון אזא וויירוס.

וואס יא, איבערגעפאקטע עפפס זענען יא שכיח, און דאן קען מען ארויסנעמען עפעס און עס איינטוישן מיט א וויירוס. נו, ברויך מען וויסן וואס מען טוט.


לאו דוקא ביי EXEs און לאו דוקא (אויב בכלל) וועגן ליידיג פלאץ, א העקער קען קאמפרעסן (המכונה: פעקערס)\אראפנעמען\ארומטוישן דעם ארגינעלן פייל, און דערנאך צולייגן זיין וויירוס (אלס א לאודער) און אנפילן די איבעריגע פלאץ אז עס זאל ווערן די זעלבע סייז. א האש איז די זיכערסטע וועג צו פארזיכערן אז עס איז די זעלבע.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 01, 2013 10:41 am

After analyzing hundreds of .apk's infected with malware I can assure that it is extremely difficult to repackage an .apk file whilst maintaining the same
.(file size (bytes

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 17, 2013 2:29 am

ראזי האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:צו רוטן ענדרויד ווערסיע 2.2.1 אדער 2.2.2 [/color]

וואס טוט זיך מיט 2.3.3 ?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 17, 2013 10:51 am

וועלכע פאון ווילסטו רוטן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג ינואר 21, 2013 5:55 pm

נוץ די z4root עפפ

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 4:32 pm

איך שרייב דעם תגובה פון מיין גע'Root'ע געלעקסי פריוועיל!
ביים רוטן האב'ך געפאלאוד א גייד מיטן נאמען Rooting the prevail for dummies (written by a dummy). און גערוט דורך Odin . אינסטאלירט CTMod קאסטיום ראם. און kumakarnel פארן קארנעל.

יעצט וואלטך געוואלט וויסן ס'איז דא איינער דא וואס האט עפעס עקספיריענס בענינים אלו, און ער ווייסט אויב די רוט-ראם-קארנעל זענען גוט? אדער אפשר ווייסט איינער פון בעסער'ס?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 4:45 pm

אגב: מומחה האט געשריבן אנהויב אשכול אז איינער פון די מעלות פון רוטן איז קענען זיין א האטספאט בחינם, וויל איך מעורר זיין אז ס'איז דא א עפפ וואס הייסט PDA - Foxfi וואס לאזט עס טוהן א מחי' אן רוטן!

און לעומת זה העל'ך צולייגן א מורא'דיגע מעלה וואס מ'קען האבן פון רוטן, און דאס איז נוגע פאר ביליגע פאונס בעיקר וואס מיט זייער קליינע אינטערנעל מעמערי טרעפט מען זיך אלץ אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ פאר נאך עפפס וואס מ'וויל אינסטאלירן, אויב מ'רוט קעמען אין געוויסע פעלער פארטישענען דעם ע.די.קארד אז א חלק דערפון זאל ווערן ווי למשל אינטערנעל מעמערי!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 5:57 pm

דיין פאון איז געווארן שטייטער? לעגגי? וכדו'? אדער נאר בעסער?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 6:07 pm

פעדזשעס אין קראום לאודן זיך שנעלער אבער די סקראולינג איז לעגגי.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 6:20 pm

ריק פערי האט געשריבן:דיין פאון איז געווארן שטייטער? לעגגי? וכדו'? אדער נאר בעסער?

איך ווייס נישט אויב מיינסט מיך?!
אבער אויב יא: מיין פאון איז א ביליגע פאון מיט גאר גאר ווייניג רעם און פלעגט אייביג זיין שרעקליך קריכענדיג, די רוטן האט עז נאר שנעלער געמאכט!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג יולי 04, 2013 5:45 pm

ווער קען מיר העלפן מיט אנדרויד 4.0
די USB DEBUGGING איז גרוי און לאזט זיך נישט CHECKEN.
=======

אקעי איך זע שוין.

איך האב עס נישט געקענט טשעקען נאר ווען די USB קעיבל איז געווען פלאגגד אין.

אוועטאר
Upside-down
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:33 pm

תגובהדורך Upside-down » דינסטאג יולי 09, 2013 11:28 pm

איך האב שוין גערוטעט מיין פאן אבער ווי קען איך דאנלאדען א wifi hotspots אפשר געבסטי מיך ביטע א לינק!!!!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 10, 2013 12:10 am

Use this application at your own risk. It is possible that use of this program may violate your carrier's Terms of Service

דאונלאוד עס פון דא און סעלעקט די ערשטע אויף די ליסטע

1cpw
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:44 am

א דרויד מיני
ווערסיע 4.4
ווייסט איינער וויאזוי מ'דערווארצלט עס (מ'רוט עס)
און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נישט אלע לאקאלן ביי שפראכן, עיווריט איז נישטא?
וואס איז דאס?
איך האב געעפענט דעם פאון צו developer אבער איך זעה נישט אז ס'זאל האבן מער שפראכן אויסוואלן.
אויב מ'רוט עס, קען מען יא לכאורה אריינלייגן אייגענע שפראכן.
און בכלל פארשטיי איך נישט דעם גאנצן xda forums וואס דארט טוט זיך
לייגסט אריין עפעס צו זוכן
פירט עס דיך צו ווייסעך וואו, זיי דארפן זיך אפלערן פון געלעגערן וויאזוי צו מסדר זיין יא?
איך וויל וויסן טאמער איינער פון ענק האט שוין גערוטעט א 4.4 נישט א 4.2.2
די ווערייזאן זענען דאך אזוינע חברה
זיי האבן אוועקגענומען דעם אויסוואל פון טעטערינג.. מ'דארף זיי זאגן אז מיט באגרעניצונג זענען זיי פונקט ווי עפל...
און בכלל האב איך געוואלט וויסן צו מ'קען זיך אליין דעוועלאפן א ראם אויף יודיש
אזוי ווי דא אויף איי-וועלט
געשמאק און זיס
יודיש ניטאמאל יידיש 'יודיש' היימישע וויליאמסבורגער יודיש וואס מ'רעדט אין די מקוה
עניוויי כ'האב צופיל מאריך געווען (המאריך מאריכין לו) עניוויי וויאזוי רוט איך דעם פאון...
אפשר מיט א ווינדאוס סאפטווער
די איינציגסטער זאך איז אז נאכן רוטן מוז מען זיין זייער פארזיכטיג, ווייל כ'האב געזעהן אז ס'איז דא א ווארעם וואס אטאקירט רוט. טבער פארדעם קען מען דאך האבן su וואס נעמט קער אז קיינער אויזער 'געלעגער' זאל נישט האהן צוטריט.

1cpw
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:48 am

http://theunlockr.com/2013/12/11/root-m ... -4-kitkat/
דא האב איך געטראפן עפעס...
אויב איינער ווייסט ווי מ'רעדט דא אויף איי-וועלט פון דעוועלאפן א צוגעשניטענעם ראם אויף יודיש זאל מיר ביטע מורה מקום זיין

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:54 am

1cpw האט געשריבן:http://theunlockr.com/2013/12/11/root-motorola-moto-x-running-android-4-4-kitkat/
דא האב איך געטראפן עפעס...
אויב איינער ווייסט ווי מ'רעדט דא אויף איי-וועלט פון דעוועלאפן א צוגעשניטענעם ראם אויף יודיש זאל מיר ביטע מורה מקום זיין

דאס איז דאך פארן דרויד-X און דו זוכסט פאר די מיני.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

1cpw
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:01 am

Kitkat 4.4
איז דען א נפקא מינה וועלכע פאון פונקטליך ס'איז?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:03 am

1cpw האט געשריבן:Kitkat 4.4
איז דען א נפקא מינה וועלכע פאון פונקטליך ס'איז?

יא, יעדע פאון איז א צווייטע מעשה, און די אנווייזונגען פון איינס זענען נישט גוט פארן צווייטן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

1cpw
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:05 am

קנאפער ידען דו ווייסט ווי מ'רעדט דא פון דעוועלאפן א אייגענעם ראם אויף יודיש


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט