אפגרעידן אנדרויד מארקעט צו גוגל פלעי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

אפגרעידן אנדרויד מארקעט צו גוגל פלעי

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אפריל 16, 2012 2:29 am

ביי רוב דעווייסעס פון 2.2 און ארויף, אפגרעיד זיך עס אויטאמאטיש. ביי מיר האט דאס נישט פאסירט. לויט גוגל, קען זיין די סיבה אז מיין דעווייס - א ביליגע כינעזע מאשינקע - וועט זיך נישט פארשטיין מיט דעם אפגרעיד הגם עס איז א 2.3 .

איך האב אבער דאונלאודעט דעם עפפ פון א דריטע פארטיי, וועלנדיג אינסטאלירן ווארנט ער מיר אז דער מארקעט וואס איך האב איצט וועט פארשווינדן ווערן. אצינד איז מיין שאלה צי. עס לוינט איינצושטעלן אז אפשר וועט עס נישט ארבעטן געהעריג? אין אנדערע ווערטער, אויב וועל איך נישט זיין צופרידן, וועל איך כאטש קענען צוריק גיין צום אלטן, צי וועל איך בליבן קרח מכאן ומכאן?

(דאס איז אויסער די שאלה צי עס לוינט בכלל דער אפגרעיד, ווייל אין דעם מארקעט האב איך אלע עפפס וואס זענען קאמפאטעטיבל מיט מיין דיווייס און סאפטוועיר, דאגעגן אין גוגל פלעי וועלן זיי מיר צושטעלן די נייערע וערסיעס פון די עפפס וואס זענען דיזיינד פאר שפעטערע ענדרויד ווערסיעס. מכל הלין טעמי האב איך געוואלט מקיים זיין דעם מזה ומזה אל תנח ידיך). 
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אפריל 16, 2012 11:33 am

איך וואלט געבליבן מיטן אלטן גוגל מארקעט.

עס איז אפשר שענער די גוגל פלעי, אבער ס'נעמט לענגער צו עפענען, ווייל ער דארף אויך עפענען די ביכער און פילמס וואס איך דארף ממילא נישט פון זיי.

איך זע נישט וואס דער גוגל פלעי האט מיר מער מוסיף געווען ווי די אלטע מארקעט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אפריל 16, 2012 11:37 am

לויט וויפיל Permissions די פלעי מארקעט נוצט, וואלט איך שטארק געראטן עס נישט צו אינסטאלן פון ערגעץ אנדעערש.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אפריל 16, 2012 3:31 pm

שוב ראיתי אז מען קען ממילא אינסטאלירן - בעסער געזאגט אריין שיקן - אלעס דורך גוגל פלעי אויפן קאמפיוטער, מילא איז אוודאי א גרויסע מעלה די עצם זאך, און איך וועל בלייבן מיטן מארקעט אויפן ענדרויד און העכסטנס נוצן די גוגל פלעי אויפן קאמפיוטער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » דאנארשטאג יוני 28, 2012 3:25 pm

איך האב געזעהן אז גוגל האט אפדעיטעד די פלעי סטאר אין מקען שוין דיליטן דורך די דעסקטאפ
איפה פייוויש?

דא בין איך


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט