ענדרויד קאודס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

ענדרויד קאודס

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 10:48 am

אקעי, ס'שוין זייער שטיל דא אין די ענדרויד ווינקל, גייט מען עס אביסל אויפלעבן.
דא האט איר קאודס פאר ענדרויד סמארטפאונס וואס קענען ארויפברענגען אינסיייד אינפארמעישן פון די פאון, און נאך.

באמערקונג: די קאודס קלאפט מען אריין אינעם Dialler אזוי ווי מ'דייעלט.

די קאודס גייען פון לינקס אויף רעכטס - רויטע קאודס זענען שעדליך און מ'זאל זיי "נישט" נוצן



*#*#4636#*#*
דער קאוד וועט ארויסשלעפן די פאלגענדע אינפארמאציע:
פאון אינפאו
בעטערי אינפאו
בעטערי היסטערי
סטאטיסטיקס פון די פאון


*#*#7780#*#*
דער קאוד קען מען נוצן אלס א ריסעט, און עס מעקט אויס פון די פאון:

די גוגל אקאונט סעטינגס פונעם פאון
סיסטעם און עפפס דאטא און סעטינגס
אינסטאלירטע עפפס

עס מעקט נישט אויס דעם SD קארטל


*#*#7594#*#*
דער קאוד קען מען נוצן צו טוישן וואס די פאוער (Power) קנעפל טוט:
די דיפאלט איז, אז ווען מ'דרוקט לאנג אויפן פאוער באטטען פרעגט ער וואס מ'וויל טון, אויסלעשן, Silent, אדער Airplane mode


*#*#197328640#*#*
דער קאוד איז פאר Service mode


*#*#232338#*#*
צו ווייזן די Wi-Fi MAC Address


*#*#8255#*#*
דער קאוד עפענט גוגל טאלק


*#*#232331#*#*
דער קאוד איז פאר א Bluetooth Test


*#*#232337#*#
דער קאוד ווייזט די Bluetooth Device Address


*#*#0*#*#*
דאס איז פאר א LCD test


*#*#2663#*#*
צו טשעקן די Touch screen version


*#*#2664#*#*
צו מאכן א Touch screen test


*#*#3264#*#*
צו טשעקן די RAM version

טייל פון די קאודס ארבעטן נאר אויף סעמסאנג דעווייסעס

איך האב נאכנישט אויספראבירט קיין איינע פון די קאודס און איך נעם נישט קיין אחריות אויב עס צוברעכט אייער פאון

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:33 am

א דאנק.

יעצט פרובירט עטליכע אויף מיין דרויד 4, זיי טוען גארנישט. נאכן אריינקלאפן דעם לעצטן נומער מעקט ער אויס דעם גאנצן נומער פונעם סקרין.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:45 am

רוב פון די קאודס ארבעטן נאר אויף סעמסאנג דעווייסעס און כ'שטעל מיר פאר אז ספרינט און ווערייזאן שפארן אויך אפ זייערע פאונס
פרוביר דאס #7465625#* צו זעהן וואס אלס איז צוגעשפארט אויף דיין פאון

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 11:56 am

די קאוד טוט נישט גארנישט. :(

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:05 pm

וועלכע אנטי וויירוס עפפ האסטו אויף דיין פאון? אלע אנטי וויירוס האטבן היינט א פיעטשער צו בלאקן די קאודס, וויבאלד מ'קען אויסמעקן די גאנצע פאון מיט א QR קאוד

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:14 pm

ס'קןמט מיט'ן פאון? איך האב נישט אינסטאלד קיין אנטי-וויירוס דערויף.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:58 pm

מיין סעמסאנג געלעקסי וואס האט נישט קיין שום אנטי וויירוס דערויף טוט גארנישט מיט די קאודס.


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט