בלאט 3 פון 3

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 8:53 pm
דורך משנה מקום
סקען נאך נעמען צייט ביז עפעס גייט ווערען אויב עפעס וועט ווערען איך גראדע גלייב אז מען וועט מאכען א געזעץ אז נישט קאנטרעקטעד סעלפאונס זאל מען מעגען אנלאקען

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 9:00 pm
דורך פאטאקי08
משנה מקום האט געשריבן:סקען נאך נעמען צייט ביז עפעס גייט ווערען אויב עפעס וועט ווערען איך גראדע גלייב אז מען וועט מאכען א געזעץ אז נישט קאנטרעקטעד סעלפאונס זאל מען מעגען אנלאקען

ווי קומט דאס דא אריין?
ער בעט דיר ממון ודמים פארן אפהאקן די קאנטראקט אפילו די סיבה איז ווייל דיין פאון האט זיך צובראכן

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2013 6:06 pm
דורך שנאפס
פאטאקי, זיי אדרעסירן נישט די אישו פון קאנטראקטס, נאר אנלאקן סעלפאונס

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2013 6:25 pm
דורך קנאפער ידען
פשט איז: אז היות דער סעלפאן'ס פלען איז קאנטראקטעד געבן די קאמפאני'ס דער טעלעפאן פאר אסאך אסאך ביליגער, במילא איז דענסמאל מער סברה אז מ'זאל נישט לאזן אנלאקן!

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2013 6:39 pm
דורך שנאפס
נאכן האבן סערוויס ביי זיי ביז די פלאן ענדיגט זיך? דאס הייסט זיי ווילן מיך צווינגען צו א פלאן פון פיר יאר?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 28, 2014 11:59 am
דורך קנאפער ידען
אום דינסטאג האט קאנגרעס באשטעטיגט מיט 295 אנקעגן 114 דער 'אנלאקינג קאנסומער טשויס און ווייערלעס קאמפעטישאן עקט' א ביל וואס וועט לעגאלעזירן סעלפאן אנלאקינג.

דער ביל ערלויבט א מענטש זיך אנצולאקן זיין סעלפאן, ווי אויכעט פאר א צווייטן עס צו טון בשליחות פונעם באלעבאס, און אויכעט מעג א צווייטער סעלפאן קאמפאני עס אנלאקן פארן מענטש. אבער... וואס בלייבט נאך יא פארבאטן איז צו אנלאקן סעלפאנס 'אין באלק' פארן ציל צו ריסעלן.

סייוויאזוי דארף מען ווארטן צו זען צו דער סענאט וועט עס אויכעט באשטעטיגן.