ביטע העלפן! מיין ענדרויד פאון טוט זאכן אן רשות

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

ביטע העלפן! מיין ענדרויד פאון טוט זאכן אן רשות

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 2:11 pm

יא, אזוי ווי איר הערט, עס קוקט אויס ווי עפעס א רוח שטייט אונטער מיר און קוועטשט מיין סקרין.

למשל, עס עפנט זיך קאנטעקטס, עס וועלט אויס איינס, און ס'רופט (דערנאך רופט מען צוריק, "האסט מיר גערופן?") אדער עפנט זיך עפס, ס'געשעט סעטינגס, וכו', און ווען איך דרוק home אדער back איז ער געהעריג לוחם מיט מיר, בקיצור א געהעריגע עזות פנים.

האט שוין איינער געהאט אזא פראבלעם? קען מען עפעס טון דערצו? איך האב שוין פראבירט צו ריסעטן די פאון, און ס'האט נישט געהאלפן (עס איז נישט די נייע פאונס וואס ריקן זיך ווען מ'קוקט דערויף)

יישר כח

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 2:27 pm

לכאו' איז איינער פון די קנעפלעך סאם האו אריינגעדריקט [אויפן קאמפיוטער האמיר עס שוין עטליכע מאל געהאט], פרוביר דריקן גוט שטארק אלע קנעפלעך וואס די טעלעפאון פארמאגט, אויף אזא אופן אז עס זאל זיכער נישט בלייבן אומגערירט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 2:32 pm

יישר כח, אבער מיר רעדן פון א טאטש פאון

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 2:40 pm

פארשטיי מיר, אבער עס האט עפעס קנעפלעך!
דער האום קנעפל [ביי געוויסע פאונס], די וועליום קלעפלעך, און די קעמרא קנעפל [ביי געוויסע פאונס], און דער פאוער קנעפל.
דריק זיי אלע גוט אויס אז ס'זאל ווערן אויפגעשאקעלט ואולי יחוס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:09 pm

כ'האב פראבירט דאס אויך, דער מחוצף האלט נאך אלץ נישט ביים פאלגן

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 9:53 pm

עס דרוקט אלץ די זעלבע פלאץ? אויב יא נעם אוועק די שארט קאט פון יענעם פלאץ, און פארק דיר דארט. ביז עס היילט זיך אויס.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:16 pm

נישא עכט פארשטאנען, אבער עניוועי, עס דרוקט יעדע מאל אויף א צווייטע פלאץ

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:18 pm

קען זיין אז די פאון האט געכאפט א קלאפ אדער די סקרין (טאטש חלק) איז צובראכן

וועלכע פאון?

שוין געמאכט א הארד ריסעט?

ארויסגענומען די בעטערי פאר אפאר מינוט?

וועלכע סארט טשארדזשער נוצטו?

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:36 pm

די פאון איז גאנץ
Motorola droid x2
שוין געמאכט הארד ריסעט און אויך ארויסגענומען די באטערי.
די טשארדשער איז נישט פון מאטאראלע, דו האלסט אז עס קען זיין די גורם?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:38 pm

יא, אויב די טשארדזשער איז נישט פון מאטאראלע קען עס מאכן אזוינע פראבלעמען - שוין געזעהן אמאל

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:41 pm

דארף מען שאפן א נייע טשארדשער, דערנאך דארף איך נאכאמאל מאכן א הארד ריסעט?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:49 pm

וויפיל פראצענט בעטערי לייף האסטו? קודם מאך א הארד ריסעט און זעה וואס עס געשעט, דערנאך פראביר מיט א צווייטע טשארדזשער און זעה צו די נגע קומט צוריק

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:54 pm

נאך א הארד ריסעט איז מסתמה א הארדוועיר אישו, קענסט אים שוין שאפן תכריכים


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט