נעמען אינפאו פון א פאון וואס ארבעט נישט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

נעמען אינפאו פון א פאון וואס ארבעט נישט

תגובהדורך משיח » פרייטאג נובעמבער 29, 2013 10:59 am

מיין פאון האט געהאט א נפילה...
אין רעזאלטאט האט די סקרין אויפגעהערט פונקציענירן, ער איז טויט אינגאנצען.
עכ"פ מיר האבן באשטעלט א נייע פאון פון די אינשורנס פאר א הונדערטער,
איך האב אבער אבאנטש וויכטיגע אינפערמאציע אין מיינע טעקסט מעסידזעס,
וויל איך וויסן וויאזוי ארויסצובאקומען די טעקסט מעסידזעס פון די פאון.
איך בין אריין צו א סעלפאון טעקנישאן, ער האט מיר געזאגט אז מ'קען אריבער טוישן די קישקעס פון איין פאון צום צווייטן, אזוי אז "אלעס" גייט אריבער,
איך האב נישט צופיל חשק דאס צוטון, ווייל אויב א נייע פאון, פאר וואס זאל נישט זיין בשלימות, ניי און פארטיג,
האב איך אנגעפרעגט פון ווערייזן, זאגן זיי אז אויב האט מען אן אקאונט אויף זייער סייט, קען מען ריטריווען די מעסידזעס,
האב איך געטון ווי זיי הייסן, טרעף איך מיר א סייט וואס ארבעט ממש נישט געהעריג, איך קען מיר ממש נישט רירן אין ערגעץ אויף זייער סייט.

וויל איך פרעגן פון די חשובע חברים דא:
1. איז די פראבלעם אויף די סייט א כסדר'דיגע? א צייטווייליגע?
2. לוינט זיך צו אריבערפירן די קישקעס פון איין פאון צום צווייטן?
3. איז דא א בעסערע וועג ארויסצונעמען די טעקסט פון די אלטע פאון?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 29, 2013 1:22 pm

אויב גייסטו "קלאונען" די פאון, (אריבערפירן אלע אינפא כמו שהוא), וועט אלעס סיי ווי אריבערקומען. און אלע פראבלעמען וואס איז געווען אין די אלטע מצד "סאפטוועיר" וועט ווייטער זיין. כגון אויב איז עס געווען "שטייט" וכדו'. ממילא אויב איז די "קושקעס" בעצם פיין, עס ארבייט גוט וכו', וועט נישט זיין קיין גרויסע נפק"מ.

אזוי איז למשל געווען ביי מיר מיט מיין סענטרא. כ'האב געקאפיט די "גאנצע פאון" פון א בעקאפ. און אלע "פראבלעמען" זענען מיטגעקומען. חוץ אויב וועסטו נאר אריבערפירן געוויסע דעטא, ווי קאנטעקסט, מעסעדזשעס וכו', דאן אפשר וועט עס יא ארבייטן "פריש".

אבער כ'ווייס נישט וועלכע פאון דו האסט, קען זיין די מער מאדערנע פאונס איז אין די זאך בעסער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג דעצמבער 01, 2013 8:31 am

וויפיל קאסט א נייע סקרין? קען זיין קענסט טרעפען פאר ביליג אויף איבעי. אויב ביסט הענדי קענסטו אליינס עס טוישן.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 1:17 pm

איך האב באקומען א נייע פאון,
געטראגן צו א סעלפאון ריפער שאפ אריבערצולייגן די בארד פון די אלטע צו די נייע אויף טעמפארערי,
יעצט האב איך אלע אלטע אינפאו,
וויאזוי קען איך סעיווען אלע מיינע טעקסט מעסידזעס אין א פייל אדער ערגעץ ווי אנליין?

עפעס האבן זיי מיר געזאגט אז דורך קלאוד קען מען? מאכט סענס? עני העלפ?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20691
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 1:19 pm

נוצט אן עפפ ווי SMS Back up וכדומה.

די פייל קענט איר שיקן צו אייער אימעיל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:18 pm

איך האב א "ענדרויד 4" וועלעכע די ריטשארדזשער פלאג פונעם פאון האט זיך אביסל אפגעבראכן און ווען איך וויל עס איינפלאגן שטיפט זיך עס מער אריין און מ'קען עס נישט קאנעקטן - וואס אין רעזולטאט קען מען נישט ריטשארדזשען די פאון. נאך א מעלה האט די פאון... אז מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטארי דערפון. נו, אז נישט איז נישט. כ'האב עס געטראגן צו עטליכע געשעפטן, קיינער האט דאס נישט געקענט פארעכטן און איך האב דעריבער איינגעהאנדלט א נייעם אנדרויד 4 (פאר די וואס ווילן וויסן. די מעלה וואס די פאון האט איז אז ס'איז די איינציגסטע ענדרויד מיט א פולער קיבאורד וואס משלעפט ארויס)

איך האב דאס אבער שטארק געוואלט פארעכטן וויבאלד איך האב אסאך בילדער דעראויף וואס איך וויל אריבערפירן אבער אויב די פאון ארבייט נישט (און ס'האט נישט געהאט קיין קארטל דערונען) קען מען דאס נישט טוען.

די וואך האב איך ענדליך געטראפן א איד וואס האט מיר דאס געפיקסט. נישט ממש, אבער ער האט זיך געשפילט און ער האט דאס געקענט ריטשארדזשן. נאכאמאל, ס'נישט פאראכטן אבער פאר יעצט איז עס ריטשארדזשט. איצטערט זיך איך א וועג וויאזוי אריבערציפירן די בילדער דערפון.

איך קען אריינלייגן א מייקראו SD קארטל דעראון, אבער וויפיל איך ווייס איז נישטא די אפציע פון אינטערנעלי אריבערפירן אלע בילדער פון די דיווייס מעמארי אויף א קארטל. די פאון האט נישט קיין ליין אויך נישט. איינער ווייסט וויזוי מ'קען דאס טוען?

יישר כח פון פאראויס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20691
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:45 pm

קאנסט נישט מיט א פשוט'ע פייל בראוזער קאפי פעיסטן?

געוויס איז פארהאן נאך וועגן, אבער דאס זעט אויס די גראדסטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 28, 2014 5:52 pm

אדער ווי פארשלאפן זאגט מיט עני פייל בראוזער עפפ קענסטו עס גרינג טון.

אדער מיט בלאטאט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך ינואר 29, 2014 12:43 am

איך האב א קאטאנא דילאקס וואס צינד זיך נישט אן, איך האב דערויף זייער ווערדפולע בילדער, וויאזוי קען איך עס ארויס נעמען? איך האב שוין פרובירט מיט א USB צים קאמפיוטער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 29, 2014 9:03 am

farshlufen האט געשריבן:קאנסט נישט מיט א פשוט'ע פייל בראוזער קאפי פעיסטן?

געוויס איז פארהאן נאך וועגן, אבער דאס זעט אויס די גראדסטע.


ער זאגט דאך אז ער האט נישט קיין סערוויס אויף דעם פאון. פארשטיי איך אז קיין עפפס קען ער נישט דאונלאודן. אריין שטעקן צום קאמפיוטער קען ער אויך נישט ווייל די פארט איז צובראכן.
בלוטוט איז לכאורה די איינציגסטע אפציע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20691
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 29, 2014 9:10 am

געלעגער, לא זכיתי להבין.

ערשט ווער האט דען נישט א סימפל פייל בראוזער?

והשנית אויב קאנסטו אריינלייגן אן עס די קען מען דאך אזוי ארום אינסטאלירן עני עי פי קעי פייל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 29, 2014 9:15 am

סימפל פייל בראוזער איז דא אסאך פאונס וואס האבן נישט. עפל למשל האט בכלל נישט אזא זאך.
וועגן עס די קארד ביסטו גערעכט אויב נעמט זיין פאון אן עס די

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 29, 2014 9:21 am

ער זאגט דאך אז ער האט אן ענדרויד און נישט קיין עפל. אבער עס זענען דא אויכעט אסאך ענדרויד'ס וואס קומען נישט מיט א סימפעל פייל בראוזער.

אבער ווי פארשלאפן זאגט, האט ער געזאגט אז ער קען אריינלייגן און עס די קארד, במילא קען ער אינסטאלירן דעם אפק פייל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך ינואר 29, 2014 7:00 pm

צייטליך האט געשריבן:איך האב א "ענדרויד 4" וועלעכע די ריטשארדזשער פלאג פונעם פאון האט זיך אביסל אפגעבראכן און ווען איך וויל עס איינפלאגן שטיפט זיך עס מער אריין און מ'קען עס נישט קאנעקטן - וואס אין רעזולטאט קען מען נישט ריטשארדזשען די פאון. נאך א מעלה האט די פאון... אז מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטארי דערפון. נו, אז נישט איז נישט. כ'האב עס געטראגן צו עטליכע געשעפטן, קיינער האט דאס נישט געקענט פארעכטן און איך האב דעריבער איינגעהאנדלט א נייעם אנדרויד 4 (פאר די וואס ווילן וויסן. די מעלה וואס די פאון האט איז אז ס'איז די איינציגסטע ענדרויד מיט א פולער קיבאורד וואס משלעפט ארויס)

איך האב דאס אבער שטארק געוואלט פארעכטן וויבאלד איך האב אסאך בילדער דעראויף וואס איך וויל אריבערפירן אבער אויב די פאון ארבייט נישט (און ס'האט נישט געהאט קיין קארטל דערונען) קען מען דאס נישט טוען.

די וואך האב איך ענדליך געטראפן א איד וואס האט מיר דאס געפיקסט. נישט ממש, אבער ער האט זיך געשפילט און ער האט דאס געקענט ריטשארדזשן. נאכאמאל, ס'נישט פאראכטן אבער פאר יעצט איז עס ריטשארדזשט. איצטערט זיך איך א וועג וויאזוי אריבערציפירן די בילדער דערפון.

איך קען אריינלייגן א מייקראו SD קארטל דעראון, אבער וויפיל איך ווייס איז נישטא די אפציע פון אינטערנעלי אריבערפירן אלע בילדער פון די דיווייס מעמארי אויף א קארטל. די פאון האט נישט קיין ליין אויך נישט. איינער ווייסט וויזוי מ'קען דאס טוען?

יישר כח פון פאראויס.


אפילו האסט נישט קיין סערוויס קענסטו נאך אלס נוצן ווייפיי און זיך אזוי קאנעקטן צום קאמפיוטער. קענסט נוצן דער עפפ עס צו טוהן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:42 pm

איך האב דורך ווייפיי אינסטאלירט די "פייל בראוזער" עפפ (וועלעכע אגב קומט נישט אינסטאלירט אונעם ענדרויד 4) אבער דערווייל זעה איך נישט וויאזוי איך זעה ארויס די בילדער פונעם פאון. עס קען נישט גיין דורך אימעיל, ס'איז צו סאך. וויאזוי שיק איך אריבער אלע בילדער צום נייעם פאון דורך פייל בראוזער?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:44 pm

לייג עס - דורך'ן פייל בראוזער - ארויף אויפן SD קארטל, און לייג דער SD קארטל אינעם נייעם פאון.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג פאברואר 02, 2014 7:07 pm

צייטליך האט געשריבן:איך האב דורך ווייפיי אינסטאלירט די "פייל בראוזער" עפפ (וועלעכע אגב קומט נישט אינסטאלירט אונעם ענדרויד 4) אבער דערווייל זעה איך נישט וויאזוי איך זעה ארויס די בילדער פונעם פאון. עס קען נישט גיין דורך אימעיל, ס'איז צו סאך. וויאזוי שיק איך אריבער אלע בילדער צום נייעם פאון דורך פייל בראוזער?

האסט פראבירט מיט די עפפ וואס איך האב געלייגט?

ווער בין איך? האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:איך האב א "ענדרויד 4" וועלעכע די ריטשארדזשער פלאג פונעם פאון האט זיך אביסל אפגעבראכן און ווען איך וויל עס איינפלאגן שטיפט זיך עס מער אריין און מ'קען עס נישט קאנעקטן - וואס אין רעזולטאט קען מען נישט ריטשארדזשען די פאון. נאך א מעלה האט די פאון... אז מ'קען נישט ארויסנעמען די בעטארי דערפון. נו, אז נישט איז נישט. כ'האב עס געטראגן צו עטליכע געשעפטן, קיינער האט דאס נישט געקענט פארעכטן און איך האב דעריבער איינגעהאנדלט א נייעם אנדרויד 4 (פאר די וואס ווילן וויסן. די מעלה וואס די פאון האט איז אז ס'איז די איינציגסטע ענדרויד מיט א פולער קיבאורד וואס משלעפט ארויס)

איך האב דאס אבער שטארק געוואלט פארעכטן וויבאלד איך האב אסאך בילדער דעראויף וואס איך וויל אריבערפירן אבער אויב די פאון ארבייט נישט (און ס'האט נישט געהאט קיין קארטל דערונען) קען מען דאס נישט טוען.

די וואך האב איך ענדליך געטראפן א איד וואס האט מיר דאס געפיקסט. נישט ממש, אבער ער האט זיך געשפילט און ער האט דאס געקענט ריטשארדזשן. נאכאמאל, ס'נישט פאראכטן אבער פאר יעצט איז עס ריטשארדזשט. איצטערט זיך איך א וועג וויאזוי אריבערציפירן די בילדער דערפון.

איך קען אריינלייגן א מייקראו SD קארטל דעראון, אבער וויפיל איך ווייס איז נישטא די אפציע פון אינטערנעלי אריבערפירן אלע בילדער פון די דיווייס מעמארי אויף א קארטל. די פאון האט נישט קיין ליין אויך נישט. איינער ווייסט וויזוי מ'קען דאס טוען?

יישר כח פון פאראויס.


אפילו האסט נישט קיין סערוויס קענסטו נאך אלס נוצן ווייפיי און זיך אזוי קאנעקטן צום קאמפיוטער. קענסט נוצן דער עפפ עס צו טוהן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11074
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 11, 2014 6:22 am

Alien האט געשריבן:וויפיל קאסט א נייע סקרין? קען זיין קענסט טרעפען פאר ביליג אויף איבעי. אויב ביסט הענדי קענסטו אליינס עס טוישן.

אויב איז עס נאר די סקרין וואלט די קאמפיוטער עסנאויפגעכאפט דורך די יועסבי

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » זונטאג מאי 25, 2014 4:59 pm

פלעכטער האט געשריבן:איך האב א קאטאנא דילאקס וואס צינד זיך נישט אן, איך האב דערויף זייער ווערדפולע בילדער, וויאזוי קען איך עס ארויס נעמען? איך האב שוין פרובירט מיט א USB צים קאמפיוטער.


http://www.bitpim.org/

קען ארויסנעמען די בילדער SMS און אפילו קאל היסטארי.


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט