"אידישע" קיבארד פאר ענדרויד און עפל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וועלכע קיבארד נוצט איר אויף אייער אנדרויד צו שרייבן אידיש

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג אוקטובער 04, 2016 2:26 pm

Swifkey
11
50%
Google Keyboard
3
14%
Swype
1
5%
Go Keyboard
2
9%
אנדערע
5
23%
 
סך הכול שטימען: 22

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

"אידישע" קיבארד פאר ענדרויד און עפל

תגובהדורך עין טובה » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:26 pm

ווען ס'קומט צו קיבארדס אויף די סמארטפאונס איז דא אסאך ארומצורעדן. יעדע קאמפאני פרובירט צו זיין די בעסטע. איינער מיט א שיינע לעיאוט, א צווייטער מיט גרינגע מעטאדן צו שיקן עמאוזשיס און אזוי ווייטער.
סוויפטקי צייכנט זיך אויס מיט 'פרעדיקשענס' זיי כאפן זייער שנעל וואספארא ווערטער דו האסט ליב צו שרייבן נאך דעם ווארט. ווי אויך צייכענען זיי זיך אויס מיט זייער סווייפ וואס העלפט דיר ארויס אז דו זאלסט נישט דארפן אויפהייבן די האנט פון די קיבארד.
אזוי ארום האט סוויפקי זיך דערווארבן א גרויסע באנוצער באזע אזוי ווייט אז מייקראסאפט האט אפגעקויפט סוויפטקי אין 2013.
טראץ די פילע באמוענגען פון די אלע פירמעס איז קיין איין קיבארד נישט 'דיזיינט' פאר אידיש. אלזא מיינע ליבע פריינט וויל איך פרובירן צו ערלעדיגן ביי איינע פון די קיבארד פירמעס אריינצולייגן כוחות אין דאס אידישע שפראך.
ועל זה באתי מיט דעם אשכול:
וועלכע קיבארד נוצט איר? און פארוואס?
ביטע וועהלט אויס וועלכע קיבארד איר נוצט און אויב איר באגערט ביטע שרייבט די סיבה וואס האט אייך געמאכט אויסוועלן דעם קיבארד מער פון די אנדערע.
בתקווה לקל חי, עין'ל

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 7:30 pm

ש'כח פאר'ן ארבעטן, איך קוק שוין לאנג ארויס אויף א אידישע קיבארד.

א דאנק.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 7:35 pm

SwiftKey

רעקמענדירט ביי גדר ווען כ'האב געהאט פארבלעמען ביים אינסטאלירן אן אנדערע (דענקעך נישט וועלכע)
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:18 am

שרייבנדיג דעם אשכול האב איך ארויסגעברענגט אפאר מעלות פון סוויפטקי, פשוט ווייל איך האב דאס ליב.
יעצט זעה איך אז פון דאס ביסל שטימען וואס זענען אריינגעקומען נוצט 50 פארצענט סוויפטקי.
אלזא מיינע ליבע פריינט, וועל איך אי"ה ארבעטן מיט די באהערדע פון סווויפטקי צו ארויסקומען מיט א פולע אידישע קיבארד.
לאמיר טאקע האפן אז מיט אזא אידישע קיבארד וועלן די פילצאליגע אידן וואס באנוצן זיך מיט אנדרויד טעלעפאונען קענען שרייבן אידיש שנעל‚ גוט און געשמאק.

נאך א מעלה פון סוויפטקי‚ זיי סופארטן שוין יעצט איבער הונדרעט שפראכן‚ ממילא גלייב איך אז זיי ווייסן בערך וויאזוי צו צוגיין צו פרעמדע שפראכן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:21 am

וואס ווילסטו זיי זאלן טון פאר דיר? זיי האבן דאך א פיינע אידישע קיבארד.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:40 am

זייער קיבארד איז זייער גוט פאר די וואס האבן זיך שוין אפגעפלאגט... און דאס איז אויך נאר גוט אויב דו האסט נישט געמאכט קיין ספעלינג מיסטעיקס...
ווידער אויב האבן זיי א 'אידישע' קיברארד, ווי שלעכט זייער ערשטע ווערסיע וועט זיין, וועט עס האפענטליך זיין פיל פיל בעסער ווי מיט די יעצטיגע העברעיאישע קיבארד

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:45 am

דו ווילסט זיי זאלן מאכן א ליסטע פון אידישע ווערטער? ווער גייט ארבעטן דערויף און ווער וועט אפמאכן די ספעלינג?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:50 am

לאמיר זעהן וואס זיי קענען אליין שאפן.
די ערשטע ווערסיע וועט טאקע נישט זיין אזוי איי איי איי, אבער מיט די צייט וועט עס (אפשר) ווערן בעסער.
אגב, אויף גיטהוב איז דא א ליסטע פון 45 טויזנט ווערטער, איך בין נישט דורכגעגאנגען די גאנצע ליסטע, אבער אלץ אן התחלה איז עס זיכער גוט..

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 9:53 am

אהער מיט די ליסטע ביטע.

זאג איך דיר אז זיי גייען גארנישט אליין שאפן, אפילו דו שטעלסט זיי צו אלעס וואס זיי דארפן האבן, וועט מען נאכאלץ דארפן האבן גרויס מזל.

אויך בין איך נישט זיכער וואס דו זוכסט פונקטליך. דו ווילסט א פרעדיקשען ליסט פאר אידיש?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:17 am

די ליסטע געפונט זיך דא, ס'קוקט מיר אויס ווי די ליסטע איז נישט אזוי גוט, אבער אזוי ווי איך האב שוין געזאגט, וועט עס מוזן זיין גוט פאר אן ערשטע ווערסיע.

צום אלעם ערשט וויל איך אז די ספעלינג זאל זיין גוט. והשנית, איז די פרעדיקשענס מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס. (וואס אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז זיי האבן שוין איבער 100 שפראכן)

איך האלט אז דאס קען זיין א מורא'דיג'ע סוקסעס, און ווען\אויב מ'וועט דארפן אז די עולם זאל עס טעסטן, וועט מען עס דא ארויפלייגן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:27 am

נו, וואס זאל זיין די נעקסטע סטעפ?

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:35 am

Google keyboard, שטארק צופרידן

עס ווערט קלוגער מיט די צייט און צוביסליך ווערט מיין ספעלינג בעסער...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:37 am

די נעקסטע סטעפ איז אנפאנגן ארבעטן דערויף!!
איך האב שוין געקאנטעקט די באאמטע פון סוויפטקי דערוועגן און מיר ווארטן אז ס'זאל ארויסקומען לאור עולם!!!
לאמיר זעהן ווילאנג ס'גייט נעמען...

(אגב מומחה. אפשר קענסטו עפעס מאכן פון דעם א ספעל טשעק אין ווארד)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:39 am

דאס איז א לייכטע זאך איינמאל מ'האט א ליסטע, זעה דא

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:44 am

אבער ווארד קוקט בכלל נישט קיין ספעלינג אויף אידיש... איז עס א פראבלעם?

צוריק צו ענדרויד, מיין איך אז מ'וועט בקרוב זעהן סוויפטקי מיט אידיש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:46 am

מ'דארף עס אנשטעלן

987.png
987.png (7.95 KiB) געזעהן 3751 מאל

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:49 am

איז דא אן ענדרויד קיבארד אין וועלכע מ'קען צולייגן א קאסטום דיקשאנערי?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:52 am

ירוחם האט געשריבן:איז דא אן ענדרויד קיבארד אין וועלכע מ'קען צולייגן א קאסטום דיקשאנערי?

Google keyboard האט אזא אפציע

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:53 am

עפעס זעה איך דא, נייגעריג צו עס ארבעט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:01 am

קוק די קאמענטס אויף דעם עפפ

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

פרייליכע אפדעיט

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:45 pm

ב"ה ס'איז געלונ​גען צו ארבעטן אויף צוויי גרויסע פירמעס צו ארויסקומען מיט די אידישע קיבארדס.
גוגל האט עס צוגעלייגט אין זייער אפדעיט פון נעכטן, און ספוויטקי איז ערווארטעט ארויסצוקומען דערמיט בערך אין א חודש, און וועט מארגן זיין צו באקומען אויך זייער בעטא ווערסיע אויף די פלעי סטאר.
דאס איז אויסגעשטעלט מיט אונזער היימישע אידיש, על אף ס'האט נאך מיט וואס זיך צו פארבעסערן.
סוויפטקי צייכנט זיך אויס מיט "פרעדיקטשענס", נביאות, די טעכנאלאגיע פון קענען פארויסזאגן וועלכע ווארט דו וועסט זיך באנוצן,

ביידע פון ​זיי א פיינע גוטע פרעדיקשען ליסטע. די ספעלינג פון די ווערטער איז ע"פ רוב אויסגעהאלטן אויף אונזער היימישע יידישע שפראך.
די סווייפ ארבעט זייער גוט, דהיינו, דער אפציע פון קענען "סווייפן" אויפן סקרין אן דארפן אויפהייבן די פינגער ביז נאך א ווארט.
​סוויפטקי איז גענוג קלוג זיך צו טוישן אויף ענגליש ווען מ'איז ביי געוויסע פלעצער וואו מען מוז שרייבן ענגליש, ווי למשל אין די אימעיל "צו" פילד.
​די​ קיבארד געדענקט דיינע פרעדיקשענס (אויב דו לאזט איהם) אזוי אז ווען דו נוצט עס פון א נייע אדער אנדערע כלי קען ער דיר נאכאלץ געבן פרעדיקשענס.
אויב האסטו גענוצט די העברעישע קיבארד פון זיי ביז יעצט אויף צו שרייבן אידיש, וועלן דיינע פרעדיקשענס אריינקומען ווען דו צינדסט אן די אידישע קיבארד.

​סוויפטקי שיינט צו האבן א בעסערע פרעדיקשען ליסטע ווי גוגל, אבער מ'וועט מוזן ווארטן אביסל.​
אזוי ווי ס'איז אריינגעלייגט געווארן אסאך ארבעט דורך עטליכע אינגעלייט עס צו ברענגען אין ריאליטי, מ'האט שווער געארבעט אז מ'זאל נוצן אונזערע אידיש פאר די אפיציעלע אידיש, און נאך געוויסע שווערע ארבעט שא"א לפרטם
בעטן מיר אויב האט איר הנאה פון איינע פון די קיבארדס, און איר זענט ביכולת, דאן ביטע העלפט ארויס צו פארבעסערן דורכן שרייבן א "ריוויו" ווי שטארק איר האט הנאה פון די צוגעלייגטע אידיש'ע אפציע.
אזוי זאלן זיי זעהן אז זיי האבן געטוהן די ריכטיגע שריט און זייער ארבעט האט זיך אויסגעצאלט, און פאררעכטן די ביסל פראבלעמען וואס איז נאך דא.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:46 pm

מען קען עס ניצן פאר עפפל אויך ?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:49 pm

דערווייל נישט

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:51 pm

א שאד.
עס גייט אמאל זיין ?
מען ארבעט דערויף ?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 5:51 pm

יישר כח עין טובה!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט