בלאט 1 פון 1

Google calendar פאר יארצייטן - מעגליך?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 4:47 am
דורך בראשית ברא
איך האב אלץ די פראבלעם, פונקט דערמאנט מען זיך פון א זיידנס יארצייט אפאר טאג גערוקט..

האב איך געטראכט אין די היינטיגע טעכנישע וועלט אפשר קען מען אריינלייגן אין גוגל קאלענדער לויטן אידישן דאטום. אז ער זאל דערמאנען יעדעס יאר. איז שייך אזא זאך?
ס'וואלט געווען כמובן א געוואלדיגע זאך פאר אידן

און אויב יא. איז די שאלה צי מ'קען אזאנס שעירן מיט משפחה??

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 6:25 am
דורך געשמאקער
איך גלייב אז אין geni.com אדער MyHeritage Family Trees איז עס גרינגער אויסצישטעלן,

ס'איז א פראגראם פאר יוחס, מקען דארט לייגן אלע דאטוםס פון די יארצייטן, און ס'קומט אן אן אימעל פאר די יארצייט.

אבער קען זיין אז ס'איז דא גרינגערע וועגן עס צו טיען

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 8:24 am
דורך גלאזער
ס'וואלט געווען גוט סתם אזוי פאר יארצייטן פון צדיקים יעדן טאג, מ' קליקט קאלענדער און ס'קומט ארויף אלע יארצייטן. געוואלדיג.
דארף מען בעטן ר' גוגל, כ'גלייב נישט ס'איז דא אזא זאך אויף אידיש זאל לויפן יעדעס יאר.
איך פארמאג די אידישע קאלענדער אין גוגל אבער מ'דארף עס יעדעס יאר עקסטער דאונלאדען און אימפארטן צו גוגל אקאונט.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 8:57 am
דורך dinrap
ס'איז דא א app אויף google play פאר android וואס הייסט hebrew date, איך נוץ דאס אויף ארייצולייגען געבורטסטעג פון קינדער און אייניקלעך.
דאס וועט אויטומאטיש אריינשטעלען אין google calendar אז דאס וועט אייך דערמאנען יעדעס יאהר.
ס'איז אויף דא אנדערע apps, אבער די אנדערע האבען א bug ווען א געבורטסטאג אדער יאהרצייט איז אין חודש אדר אין א עיבור יאהר.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 9:09 am
דורך בראשית ברא
dinrap האט געשריבן:ס'איז דא א app אויף google play פאר android וואס הייסט hebrew date, איך נוץ דאס אויף ארייצולייגען געבורטסטעג פון קינדער און אייניקלעך.
דאס וועט אויטומאטיש אריינשטעלען אין google calendar אז דאס וועט אייך דערמאנען יעדעס יאהר.
ס'איז אויף דא אנדערע apps, אבער די אנדערע האבען א bug ווען א געבורטסטאג אדער יאהרצייט איז אין חודש אדר אין א עיבור יאהר.

קענסט אפשר געבן א לינק, איך זע עטליכע מיט אזא נאמען
יישר כח

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 9:22 am
דורך dinrap
פרוביר דאס, איך האף אז איך האב דאס גוט געמאכט.

https://play.google.com/store/apps/deta ... ateManager

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 9:42 am
דורך קיקיון
דא קעסנסט די מאכען א לוח פאר 20 יאר און ציטשעפען צו דיין APP

Screenshot 2018-02-11 09.36.41.jpg
Screenshot 2018-02-11 09.36.41.jpg (180.43 KiB) געזעהן 1166 מאל

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 10:41 am
דורך קיקיון
chabad'org
האט
Screenshot 2018-02-11 10.28.47.jpg
Screenshot 2018-02-11 10.28.47.jpg (232.7 KiB) געזעהן 1133 מאל

אבער עס האט א גרויסען חסרון מען דארף זיך איינשרייבען
https://www.chabad.org/tools/login/defa ... ttings.asp
און זיין גרייט צו באקומען א מבול פון אימעילס

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 12:47 pm
דורך בראשית ברא
dinrap האט געשריבן:פרוביר דאס, איך האף אז איך האב דאס גוט געמאכט.

https://play.google.com/store/apps/deta ... ateManager

דאס איז דאך ממש וואס איך זוך, שכוח
ס'סינקט זיך אבער נישט ביי מיר צו גוגל, איך האב שוין געדרוקט סינק טו גוגל.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 12:48 pm
דורך בראשית ברא
קיקיון האט געשריבן:דא קעסנסט די מאכען א לוח פאר 20 יאר און ציטשעפען צו דיין APP

Screenshot 2018-02-11 09.36.41.jpg

שכוח
צוואנציג יאר איז אויך נישט שלעכט

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 2:31 pm
דורך dinrap
בראשית ברא האט געשריבן:
dinrap האט געשריבן:פרוביר דאס, איך האף אז איך האב דאס גוט געמאכט.

https://play.google.com/store/apps/deta ... ateManager

דאס איז דאך ממש וואס איך זוך, שכוח
ס'סינקט זיך אבער נישט ביי מיר צו גוגל, איך האב שוין געדרוקט סינק טו גוגל.


איר האט געדרוקט אויף דעם save קנעפעל נאכדעם ווי איר האט אריינגעטייפט די אינפארמאציע?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 7:36 am
דורך פומפדותא
איך האב פרובירט צו מאכן א לוח פאר מיין משפחה אבער נישט מצליח געוועהן, עס דארף קענען טוהן צוויי זאכן.

1) האלטן יערליך חשבון אויף די אידישע יארצייט (איך זאל עס נישט דארפן יעדעס יאר איבערלייגן)

2) איך וויל עס קענען שעירען מיט די גאנצע משפחה (א עפפ, קען נאר איך זעהן)
די בעסטע וואלט לכאורה געוועהן, אויב ס'איז דא פון גוגל א אידישע קאלענדער.

האט איינער א סעלושען?