מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג מאי 22, 2017 12:06 pm

עמיצער האט געפרעגט אן'אלטער ירושלימדיגער ת"ח פארוואס ער שרייט נאך די חברה חרדקים?, האט ער געענפערט, באמת'דיג וואלט איך זיי געדארפט נאכשרייען נואף, רוצח, מחלל שבת, אפיקורס און די אלע עבירות צי וואס די צהל'ניקעס זענען נעבעך אויסגעשטעלט, אבער ס'פאסט נישט צו שרייען אזוי אומאיידעל, שריי איך נאר אין איין ווארט חרדק!!

ודפח""ח

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 22, 2017 12:43 pm

אבער איז דען דא א אומאיידעלערע ווארט ווי חרדק?

די אמת אי אבער ווער זענען מיר אונז צו זאגן מיינונגען לגבי דעם, דאס באלאנגט צו די גדולי הדור, צו זאגן צו יא צו נישט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מאי 22, 2017 12:46 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער איז דען דא א אומאיידעלערע ווארט ווי חרדק?

די אמת אי אבער ווער זענען מיר אונז צו זאגן מיינונגען לגבי דעם, דאס באלאנגט צו די גדולי הדור, צו זאגן צו יא צו נישט.

נו, די גדולי הדור האבן געגעבן זייער הסכמה
נאך עפעס?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מאי 22, 2017 1:42 pm

דזשעימס קאומי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אז די האסט שוין יא אזעלכע זיסע מיינונגען. וואס איז דיין מיינונג מר. קאומי ווען עס קומען אפאר על קאידאניקעס אין דיין געגנט און דרייען זיך "בלויז" דארט ארום?

איך פארשטיי דיין שאלה גראדע, איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס אין מיינע אויגן איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי דוגמאות.

אן על-קאידא'ניק ווייס איך אז נישט קיין חילוק וואס, ער גייט הרג'ענען רעכטס און לינקס אן טראכטן, קיינער דארף זיך נישט אנהייבן מיט אים, ער הרג'עט אן פרעגן אדער הייסן און קוקט אויף גארנישט.

משא"כ א חרד"ק גייט נישט הרג'ענען סתם רעכטס און לינקס, זיי קומען מיט חשבונות אז ווער ס'גייט אטאקירן אדער נאכשרייען וועט מען איינזעצן, ד.ה. זיי קומען נישט אין א געגענט און ארעסטירן יעדן פארבייגייער אן טראכטן.

אבער, עס איז יא דא א פאל וואס זיי טוען דאס, דאס איז ווען זיי ארעסטירן א בחור וואס האט זיך נישט געשטעלט, דא איז שוין א צווייטע מעשה, דא דארף מען זיך יא קעגנשטעלן און נישט לאזן זיי כאפן ריינע נפשות.

ד.ה. אז אן על-קאידא'ניק וואס ביי יעדע אפילו פשוט'ע שפאציר איז ער עלול אויפן ערגסטן אן טראכטן, אזא איינעם הרג'עט מען אויפן פלאץ; משא"כ א חרד"ק ביים פראוואצירן דורך זוכן אטאקירער און נאכשרייער אזא איינער קוקט מען נישט אן, ווייל ער גייט צום סוף ארויסגיין מיט ליידיגע הענט, משא"כ אן אל-קאידא'ניק וועט זיך אויפרייסן אפילו מ'שענקט אים נישט קיין בליק.

מר. קאומי ווען א על קידא קומט אויף דיין גאס זיך אומצוקון ווי מ'קען בעסער הארגענען מענטשען (אפילו ער טוט עס נאך נישט ) איז ביי מיר טויט שטראף .
ביי מיר איז די חרדקים די זעלבע ער מיינט די גוף אין ער מיינט ביידע די גוף און די נשמה.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 22, 2017 1:54 pm

נאכשרייען
בחיים פון הרה''ק מסאטמער זצ''ל האט ער קיינמאל נישט געטשעפעט פערזענלעך אין אויב יא אפילו בספק האט ער תיכף איבערגעבעטן. קיינמאל נישט דערמאנט איינעמס נאמען לרעה.( חוץ קוק ) פאר א פארטעסט האט ער געפאסט. מען האט קיינמאל נישט געמאכט א פארטעסט קעגן א יחיד. ווען זיינע חסידים האבן געטשעפעט ליובאוויטש בחורים האט ער זיי אריינגעריפן איבערבעטן. ער האט געטיילט צדקה פאר יעדע יוד
פארשעמען איז א שפיל מיט פייער
טשעפען טאר מען נישט קיין שום בעל חי אין געוויסע פעלער אויך נישט קיין צומח
הגה''ק ר 'עמרם בלוי זצ' 'ל האט לכ''ע געמיינט לשם שמים ביים שרייען שבת האט עס אים וויי געטאן אז ער דארף עס טאן .אין טיען טובת איז ער געווען א גאון און ער האט געזאגט אז צווישן קנאות אין רושעת איז א האר( בשם הרר' דוד שלמה עקשטיין )
איינער וואס שרייט אין אייביג מוחה טיט זעלטן א טובה ברוגז אויף יעדן שעפט חיות פון דעם טיט לדעתי א עוולה
איינער וואס איז א צייד נפשות הבא להרגך קען שוין זיין א צווייטע מעשה
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מאנטאג מאי 22, 2017 2:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » מאנטאג מאי 22, 2017 1:57 pm

בבל האט געשריבן:נאכשרייען
בחיים פון הרה''ק מסאטמער זצ''ל האט ער קיינמאל נישט געטשעפעט פערזענלעך אין אויב יא אפילו בספק האט ער תיכף איבערגעבעטן. קיינמאל נישט דערמאנט איינעמס נאמען לרעה.( חוץ קוק ) פאר א פארטעסט האט ער געפאסט. מען האט קיינמאל נישט געמאכט א פארטעסט קעגן א יחיד. ווען זיינע חסידים האבן געטשעפעט ליובאוויטש בחורים האט ער זיי אריינגעריפן איבערבעטן. ער האט געטיילט צדקה פאר יעדע יוד

הגה''ק ר 'עמרם בלוי זצ' 'ל האט לכ''ע געמיינט לשם שמים ביים שרייען שבת האט עס אים וויי געטאן אז ער דארף עס טאן .אין טיען טובת איז ער געווען א גאון און ער האט געזאגט אז צווישן קנאות אין רושעת איז א האר( בשם הרר' דוד שלמה עקשטיין )
איינער וואס שרייט אין אייביג מוחה טיט זעלטן א טובה ברוגז אויף יעדן שעפט חיות פון דעם טיט לדעתי א עוולה
איינער וואס איז א צייד נפשות הבא להרגך קען שוין זיין א צווייטע מעשה


איר פארגייט ווי שוין פריער דערמאנט, -

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 22, 2017 2:21 pm

בבל האט געשריבן:נאכשרייען
בחיים פון הרה''ק מסאטמער זצ''ל האט ער קיינמאל נישט געטשעפעט פערזענלעך אין אויב יא אפילו בספק האט ער תיכף איבערגעבעטן. קיינמאל נישט דערמאנט איינעמס נאמען לרעה.( חוץ קוק ) פאר א פארטעסט האט ער געפאסט. מען האט קיינמאל נישט געמאכט א פארטעסט קעגן א יחיד. ווען זיינע חסידים האבן געטשעפעט ליובאוויטש בחורים האט ער זיי אריינגעריפן איבערבעטן. ער האט געטיילט צדקה פאר יעדע יוד
פארשעמען איז א שפיל מיט פייער
טשעפען טאר מען נישט קיין שום בעל חי אין געוויסע פעלער אויך נישט קיין צומח
הגה''ק ר 'עמרם בלוי זצ' 'ל האט לכ''ע געמיינט לשם שמים ביים שרייען שבת האט עס אים וויי געטאן אז ער דארף עס טאן .אין טיען טובת איז ער געווען א גאון און ער האט געזאגט אז צווישן קנאות אין רושעת איז א האר( בשם הרר' דוד שלמה עקשטיין )
איינער וואס שרייט אין אייביג מוחה טיט זעלטן א טובה ברוגז אויף יעדן שעפט חיות פון דעם טיט לדעתי א עוולה
איינער וואס איז א צייד נפשות הבא להרגך קען שוין זיין א צווייטע מעשה

וואו קומט קראקא צו בעטגעוואנט??
אז איינער דריידט זיך מיט זיינע גרינע קליידער אין א היימישע סביבה ברויך מען איהם פארשרייען!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג מאי 22, 2017 2:46 pm

איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט געעסן אלס בחור אסאך שבתים ביי ירושלימער רב זאל זיין געזונט און שטארק אז אמאל האט געעסן נאך איינער דארט וואס יענער האט געפרעגט צו מען דארף נאכשרייען חרדקים האט ער געזאגט אז ניין דאס איז נישט געווען אונזער וועג יענער האט אראפגעשרויפט דער רב אז מען קען ווערן קאלט וכדומה אבער האט זיך נישט געלאזט נאר געזאגט אז דאס איז נישט אינזער וועג

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 22, 2017 2:48 pm

לאנדאנער האט געשריבן:איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט געעסן אלס בחור אסאך שבתים ביי ירושלימער רב זאל זיין געזונט און שטארק אז אמאל האט געעסן נאך איינער דארט וואס יענער האט געפרעגט צו מען דארף נאכשרייען חרדקים האט ער געזאגט אז ניין דאס איז נישט געווען אונזער וועג יענער האט אראפגעשרויפט דער רב אז מען קען ווערן קאלט וכדומה אבער האט זיך נישט געלאזט נאר געזאגט אז דאס איז נישט אינזער וועג

הלכה ואין מוראין כן

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 22, 2017 3:14 pm

איך דארף עפענען א נייע ניק צו שרייבן אין דעם אשכול אדער איך קען ניצן מיין געהעריגע?
#שאלה
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

תגובהדורך בערעלע קבצן » מאנטאג מאי 22, 2017 3:19 pm

אבן יקרה האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר פלטיאל טייערע

ס'דרייען זיך צווישן אונז אסאך אפגעפארענע, מיט סמארטפאן וכדו', און זענען דערמיט שוואכן אפ אנדערע און אסאך קרבנות האט דאס שוין געקאסט, ליידער ליידער, אין קיינער באשייגעצט זיי נישט מיט אזעלכע קולות אינמיטן די גאס.
נאר די מצוה פון באשייגעצן חרדקים האבן די טייערע קינדער פון מא"ש געטראפן צו ווייזן זייערע קנאות לה' ולתורתו.
עפעס שטימט נישט דא, זיי מיר מוחל.

די אפגעפארענע ווען זיי וועלן קומען ביי דיר אין שוהל, שטוב, וכו' על מנת ובכוונה תחילה צו קאליע מאכן וועט מען זיי נאך ווי באשייגעצן!

איר זענט נאך יונג, אבער איך געדענק נאך ווי היינט ווי דער בית ישראל זצ"ל מיטן תולדות אהרן רבי'ן זצ"ל האבן געארבייט אינאיינעם האנט ביי האנט, אויסצוראמען דירות אין ירושלים וואס האבן נישט געטויגט, מ'האט געטיילט געבראטענע מכות מיט קאנטשיקעס אז ס'איז געגאנגען א רויך, חרוב געמאכט זייער האב און (גוטס) שלעכטס. ביז די שקצים (אפגעפארענע למחצה ולשליש ולרביע) זענען אפגעצויגן.

וויי וויי וויי... שלאגן... אומ'מחונך... אלימות... צווו צוווו צוווו... זעהט אויס אז די גדולי ישראל האבן געהאט אן אלטן מתן תורה נישט וואס כיכר השבת חדרי חרדים און די אנדערע טריפה'נע מסית ומדיח בלעטער (מסיתים ומדיחים על כל דבר שבקדושה על כל דבר שריח יהדות נודף ממנו)


אין אמעריקא אפילו זיי קומען ליידער בריש גלי ע"מ קאלט מאכן וגרוע מזה וכו' טוט מען גארנישט ווייל די פאליציי איז מיט זיי. (זיי דארפן קומען? זיי האבן וואטס-אפ רח"ל וד"ל)
(די פרעסע איז אויך מיט זיי, פונט ווי ביי גלות ערב רב, ביי ערליכע אידן האט מען קיין ברעקל רעספעקט פאר די שקרנים רשעים שמוציגע געמיינע יונגען פון די פרעסע)

די חרדקי"ם קומען בכוונה תחילה צו ווייזן אז מען קען זיין א חרדי און א חייל. איך גופא וויילנדיג שעות ארוכות אין "לשכת הגיוס" מיט מיינע זין, האבן איך צוגעזעהן ווי די שקצים זענען מסית ומדיח יונגע שעפעלך וואס זענען נישט די מצויינים נאר בינונים! די הארץ קען פלאצן דאס צו זעהן.

זעהט אויס אז ס'איז נישט דא גענוג דרייסטע בהמות פון די חרדקי"ם, די רעגירונג שיקט דעטעקטיוון פארשטעלט אויף חרדקי"ם זיי זאלן זיך דרייען אין די סאמע געדיכטע היימישע געגנטן, און ווארטן אויף א פיפס כל דהו, איין יונגעלע גיט נאר א קוויטשקעלע קומען באלד צו לויפען די צוויי פיסיגע חיות די פאליציאנטן פון באהעלטעניש און מ'האקט שטיקער, מ'ארעסטירט וכו'... נעבעך נעבעך... די אומשולדיגע חרדקי"ם...


אונז זענען ווילד... פעמפער ווארפערס, שטיינער ווארפערס, צולאזענע וואס 'פארשעמען נעבעך וואוילע תמימות'ע הארציגע בחורים... יויש... די צולאזענע ווילדע (יודען) (חרדים) עמממ.. אה, -קנאים!... טפוי...

ובכן, פרייליכע נייעס...
אונז האבן דעם כבוד צו ווערן אנגערופן "פעמפער ווארפערס" וכל התוארים וואס מען קלעבט אונז אן!
מיר זענען שטאלץ צו זיין אין איין קאטעגאריע מיט די "אתרוגים ווארפערס" פון אור אלטן יודנטום.




ר' עמרם בלוי, זאל קיינער פארדרייען דעם קאפ און ברענגען ראיות פון אים, אז ער האט נישט געטשעפעט איינער וואס קומט בכוונה קאליע מאכן כנ"ל.

די טפשות צוצושטעלן עניני ליובאוויטש, אגודה, וכו' ווייזט אדער אז מען קען נישט דעם מציאות דא, אדער מען 'ווייסט' אן אנדער מציאות דורך די "בייעס מידיע" (תקשורת חרדית) אדער דער שכל איז נאך צו קליין צו פארשטיין.



קנאות, נישט לשם שמים, איז אן עבירה,
מקרב זיין א שייגעץ וואס מאכט קאליע, נישט לשם שמים איז וואס?...
פארטרייבן א מסית ומדיח מיט זיין בלויז ערשיינונג בכוונה תחילה, שלא לשם שמים, איז אן עבירה.
פארטרייבן און שלאגן אידן וואס פראטעסטירן איבער אן ארעסט פו א בחור, שלא לשם שמים, איז וואס?...
אנשייגעצן א מסית ומדיח ווען מען זעהט (אין ציוויל קליידונג) ווי ער איז מפתה בשלון חלקלקות, מסביר 'בטוב טעם' אז ס'איז גארנישט אזןי שלעכט, שלא לשם שמים, אן עבירה.
זיך ליבן און האלזן מיט די גרעסטע טמאים וויסנדיג אז דאס שאדט פאר יודישע נשמות נישט לשם שמים, איז וואס?



מיר האבן נישט אזוי פיל אזהרות פון די תורה און פון חז"ל אנקעגן קנאות שלא לשם שמים, וויפיל אזהרות און איסורים און גזירות חז"ל ארום זיין נאענט מיטן איינעם וואס קען משפיע זיין לרעה, אדער שטראפן למען ישמעו ויראו.
האלו הלאו, איך ווייס אז עס איז דא א סנהדרין, א בית דין, און נישט יעדער קען טוהן וואס ער וויל, אפילו אין חושן משפט (וואס דארט זענען אלע 'צדיקים' אויס...) זאגט מען "שבור שיניו בבית דין"
איך מיין דעם געדאנק די השקפה פון דעם ענין לויט די 'אלטמאדישע' תורה פון די אידן וואס האבן דאס באקומען פון השי"ת ביים בארג סיני (שמכאן ירדה שנאה לעולם ואכמ"ל) און מיט-געגעבן תורה שבעל פה, בדרך מסירה מדור לדור על ידי מעתיקי השמועה איש מפי איש.
וועם עס געפעלט נישט די תורה, זאל שיפמפן! ס'וועט קיינעם נישט העלפן.



תמימות'ער לאנדאנער, נאר וואס האסטו געמיינט אז ער גייט דיר זאגן אז יא?
פארוואס האסטו אים נישט געפרעגט איבער די אלע שטורעמישע הפגנות אין פארלויף די אלע יאהן וואס ער איז רב, ווען ער האט געהייסן עס אראנדזשירן און געווען פאראנטוארטליך אויף דעם?
ניץ דעם שכל, ניין, מ'פאלט נישט אן א מענשט ווען ער איז אנדערש ווי מיר/אונז, ווייל מען קען ווערן קאלט.
דער רב האט מיט רעכט געענטפערט דעם בחור וואס האט געוואלט פון אים ארויספרעסן א סטעיטמענט וואס אויף דעם שטייט חכמים הזהרו בדבריכם.
ב.ד.וו. נישט נאר דער בחור האט נישט באקומען א תשובה פון רב, נאר איינע מיטן נאמען פנחס האט אויף געפרעגט פאר זיין רבי'ן און האט אים נישט געענטפערט.
שוין ווייטער, כאפט מיר נישט ביים ווארט אז אין פסק'ן דא הלכות "הלכה ואין מורין" שווארץ/ווייס, איך ממין דעם ענין.

כולי עלמא מודי, אז די וואס באדערט "קנאות שלא לשמה", שלעגעריי, אהבת ישראל, וכו', באדערט עס זיי נישט ווייל זיי זענען מער געטריי די תורה און ס'טוט זיי באנק אז מען פארלעצט דאס ח"ו
עס באדערט זיי גאר אנדערע זאכן...
די תורה איז ביי זיי כלל נישט אן ענין ס'זאל ווייטאן ארום איר עטוואס.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מאי 22, 2017 3:24 pm

WOW בערל דאס איז עפעס א געלונגען שטיקל
נאדיר איינס ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מאי 22, 2017 3:26 pm

זייער גוט געשריבן!
דברים כדרבונות וניכרים דברי אמת

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג מאי 22, 2017 3:30 pm

WOW

דער בערעלע האט א שפראך

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג מאי 22, 2017 3:38 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע ווארט איז אמת ויציב,
חזק ואמץ!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מאי 22, 2017 3:39 pm

ווער קען דען אפפרעגן דברים היוצאים מן הלב!!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג מאי 22, 2017 3:42 pm

שטייט ווייט פון דעם בער, ער איז דורס.

אמת'דיגע שיינע דיבורים.

הגה"צ משאפראן זצ"ל שרייבט אין א בריוו לגבי די מלחמה מיט די ציונים און רשעי ישראל "ענדערש זאל מען זיין מסופק צו דאס איז אויסגעהאלטן און לשם שמים'דיג ווי איידער מען זאל דאס אויסטייטשן ווי אן הסכמה".
כ"ש לענינינו אז מען שפירט נאך אז מען דארף מוחה זיין אויף די שרייערס.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22008
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 22, 2017 4:04 pm

זבחי צדק האט געשריבן:ווער קען דען אפפרעגן דברים היוצאים מן הלב!!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג מאי 22, 2017 4:24 pm

בערל דו ביסט גוט, אזוי שיין און קלאר ארויסברענגען, אפשר וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן דאאת קאטשוי אויף נאך פילע טעמעס דא אין אונזער וועלטל, מיטן שיינעם זאפטיגן שריפט
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג מאי 22, 2017 4:57 pm

אורח הכבוד האט געשריבן: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע ווארט איז אמת ויציב,
חזק ואמץ!


אראפגענאגלט!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג מאי 22, 2017 5:01 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ר בערעלע
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » מאנטאג מאי 22, 2017 5:01 pm

;l;p-
וויל זיין גוט האט געשריבן:בערל דו ביסט גוט, אזוי שיין און קלאר ארויסברענגען, אפשר וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן דאאת קאטשוי אויף נאך פילע טעמעס דא אין אונזער וועלטל, מיטן שיינעם זאפטיגן שריפט

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

תגובהדורך בערעלע קבצן » מאנטאג מאי 22, 2017 5:10 pm

א דאנק אייך מיינע ליבע ברידער,
עס גיט חיזוק און ווארעמט דאס געפיל אז ס'איז נאך דא פאר וועם און מיט וועם צו רעדן.
לעצט פאראכטן דורך בערעלע קבצן אום מאנטאג מאי 22, 2017 5:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » מאנטאג מאי 22, 2017 5:12 pm

שרייב ווי מער
דער עולם לעכצט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 22, 2017 5:35 pm

ר' בערעלע, אייער טעם זקנים און אייער אידישע געפיל מאכט אייער אנוועזנהייט א כבוד פאר אייוועלט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן הצעיר, חסידי, יוסף פריעדמאן, נעם אין אכט, צבישלום, צווייער, צווייפעל, שׁטילער און 32 געסט