געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:20 pm

ר' @גולם, וואס פאר א זאך וואס שטייט דא איז א גזירה?

אלעס חוץ ענגליש און מעט זעה איך נישט פארוואס לימודי קודש קען עס נישט קאווערן.

אפשר די סייענס חלק, אבער עס שטייט נישט וואס פאר א סייענס מען מוז לערנען.

חוץ שטייצעך די עצם פאקט אז די רעגירונג מישט זיך אריין.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:22 pm

קוקטס ווא מיר גייען מוזען לערנען מיט אונזערע יונגע מוחות, תינוקות של בית רבן, בערך פון כתה ד׳ ביז כתה ט׳!

זעקס שעה א וואך די ענגלישע שפראך (אדער די עקווילעניסי דערפון)
זעקס שעה א וואך סאושעל סטאדיס (אדער די עקווילענסי דערפון)
זעקס שעה א וואך סייענס (אדער די עקווילענסי דערפון)
זעקס שעה א וואך חשבון (אדער די עקוויענסי דערפון)
פינעף שעה א וואך קאריערע עדיוקעשען (אדער די עקווילענסי דערפון)
דריי שעה א וואך לעקציעס איבער געזונטהייט
דריי שעה א וואך וויזשועל ארט
דריי שעה א וואך מוזיק
און נאך

אין אנדערע ווערטער, די רעגירונג וויל פארואנדלען אינזערע חדרים אין פאבליק סקולס!
יעצט פארשטייט די עולם פארוואס די ואס באגרייפען די סכנה זענען אויפגעשוידערט???

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:24 pm

דאס אלעס שטייט דאך נישט אין דאס וואס דו ברענגסט?

פון דאס וואס דו שרייבסט דא פארשטיי איך שוין איינמאל די גזירה.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:30 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס אלעס שטייט דאך נישט אין דאס וואס דו ברענגסט?

פון דאס וואס דו שרייבסט דא פארשטיי איך שוין איינמאל די גזירה.

דאס ווערט געברענגט אין די רעגעלאציעס וואס הרב גיבס האט ארויפגעלייגט
סטייטש אזוי
קודם שרייבט די קאמישענער וואס די פריוואטע שולעס ברויכען צושטעלן על פי חוק (אז איר וועט קוקען וועט איר זעהן אז זי נוצט די זעלבע לשונות פון די פעלדער געזעץ)
דאס האבען מיר פריער מעתיק געוועזען.
נאכדעם געט זי ארויס אנווייזונגען פאר די אינספעקטארן פונקטליך וואס די געזעץ "באדייט" וויפיל שעות און וועלעכע לימודים וכו'
דאס האט אונז הרב גיבס צוגעשטעלט, און דא ליגט די בראך.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:33 pm

יעצט פארשטיי איך שוין, אבער פארוואס טאקע קען מען איר נישט רופן אין געריכט אויף די פשט?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:34 pm

צל עובר האט געשריבן:יעצט פארשטיי איך שוין, אבער פארוואס טאקע קען מען איר נישט רופן אין געריכט אויף די פשט?

ווער זאגט מען קען נישט? מ'קען יא....

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:47 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יעצט פארשטיי איך שוין, אבער פארוואס טאקע קען מען איר נישט רופן אין געריכט אויף די פשט?

ווער זאגט מען קען נישט? מ'קען יא....

גרייטס ענק אן די טאשן

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:53 pm

חוץ די חלק הצייטן איז דא נאך עפעס אין די שמד?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:02 pm

נו שוין האט געשריבן:חוץ די חלק הצייטן איז דא נאך עפעס אין די שמד?

פרעגטס אייך אביסעל נאך וואס איז אלץ אינקלאדעד אין ״סייענס״ און ״סאושעל סטאדיס״ און אין ״וויזשועל ארט״ און קומט מיך צוריק זאגען אויב איהר ווילט דאס לערנען פאר אייערע קינדער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:05 pm

יאך וועל איך געבען א דוגמא
בייאלאגיע איז א חלק פון סייענס, און דאס רעכענט אריין כל מיני שיטות אפיקורסיות שאסור להעלותן על הכתב
דאס איז חוץ מזה וואס לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז סם המוות וד״ל

נאכדעם למשל וויזשועל ארט, וואס דאס באדייט אלע סארטען קינסט ווערק ווי מאלען, סקולפטירען, וכדומה
וועט איין אנגעקלערטער טענה׳ן, ״גראדע איז נישט אזא שלעכטע זאך למשל מ׳זאל אויסלערנען פאר קינדער מאלען און פארבען!״
נו נו.
די בראך איז אז די די או אי גייט אונז זאגען וואס מיר ברויכען אלץ לערנען אין די וויזשועל ארט קורסעס
ביי די גויים איז איינגעפירט אז מ׳ווייזט פאר די קינדער בילדער פון גרויסע גוי׳אישע ארטיסטען און זיי ברויכען דאס ״פארשטיין״ און אפשאצען וכו׳
ווער ס׳ווייסט ווייסט אז די גוי׳אישע בילדער פון ארטיסטישע געמעלעריי איז אנגעפיקעוועט מיט אויסגעלאסענקייט און ווייאלענס
איר ווילט טאקע מיר זאלען ווייזען פאר די קינדער בילדער פון רעמדראנט אנשטאט צו לערנען א שטיקעל גמרא מיט זיי? אתמהה
לעצט פאראכטן דורך גולם פון פראג אום דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:30 pm

גולם,

לאמיר זיך רוהיג אראפזעצן איבער א גלעזל טיי, נניח אלעס קען מען אריינשטיפן אין א 1 שעה א טאג, געמיר פארשטיין פונקטליך די שמד, פאר מיינע מיידליך לערנט מען בייאלעדזשי, היסטארי, סייענס, פארשטייט זיך אלעס ווערט איבערגעקוקט און כשר געמאכט, און ב"ה די סקול סיסטעם איז א מחיה, פארוואס קען דאס נישט געשעהן מיט אינגליך?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:36 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וועל איך געבען א דוגמא
בייאלאגיע איז א חלק פון סייענס, און דאס רעכענט אריין כל מיני שיטות אפיקורסיות שאסור להעלותן על הכתב
דאס איז חוץ מזה וואס לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז סם המוות וד״ל

נאכדעם למשל וויזשועל ארט, וואס דאס באדייט אלע סארטען קינסט ווערק ווי מאלען, סקולפטירען, וכדומה
וועט איין אנגעקלערטער טענה׳ן, ״גראדע איז נישט אזא שלעכטע זאך למשל מ׳זאל אויסלערנען פאר קינדער מאלען און פארבען!״
נו נו.
די בראך איז אז די די או אי גייט אונז זאגען וואס מיר ברויכען אלץ לערנען אין די וויזשועל ארט קורסעס
ביי די גויים איז איינגעפירט אז מ׳ווייזט פאר די קינדער בילדער פון גרויסע גוי׳אישע ארטיסטען און זיי ברויכען דאס ״פארשטיין״ און אפשאצען וכו׳
ווער ס׳ווייסט ווייסט אז די גוי׳אישע בילדער פון ארטיסטישע געמעלעריי איז אנגעפיקעוועט מיט אויסגעלאסענקייט און ווייאלענס
איר ווילט טאקע מיר זאלען ווייזען פאר די קינדער בילדער פון רעמדראנט אנשטאט צו לערנען א שטיקעל גמרא מיט זיי? אתמהה

רוב זאכן זענען טאקע א גרויסע פראבלעם. אבער לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז נישט סם המוות אויב עס ווערט געלערנט אין די ריכטיגע וועג. אני הקטן האט דורכגעליינט אלץ יונג בחור׳ל פון דעקל צו דעקל די biology ביכער וואס מיין שוועסטער פלעגט אהיים ברענגען פון סקול... דאס זענען געווען רייכע ביכער אבער גאר גוט געפילטערט. עס האט ב״ה גארנישט געשאדט פאר מיר.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:36 pm

נו שוין האט געשריבן:גולם,

לאמיר זיך רוהיג אראפזעצן איבער א גלעזל טיי, געמיר פארשטיין פונקטליך די שמד, פאר מיינע מיידליך לערנט מען בייאלעדזשי, היסטארי, סייענס, פארשטייט זיך אלעס ווערט איבערגעקוקט און כשר געמאכט, און ב"ה די סקול סיסטעם איז א מחיה, פארוואס קען דאס נישט געשעהן מיט אינגליך?

ווייל עס שטייט אין די תורה ושננתם לבניך
און דאס מיינט אז מיר ברויכען לערנען מיט אינזערע יונגעלעך די תורה הקדושה, ואם אין גדיים אין תיישים.
אונזערע רביס האבען איינגעפירט אז מען לייגט צו אביסעל לימודי חול יוצא צו זיין די געזעץ און כדי זיי זאלען ווי נישט ווי האבען עפעס א ידיעה אין די ועלט
און יעצט וויל די גאווערמענט דאס איבערדרייען, אנשטאט די לימודי קודש זאל זיין די עיקר וועט לימודי קודש זיין די טפל חלילה.
וואס וועט זיין די עיקר? בייאלאדזשי מיט סאושעל סטאדיס.
אנשטאט די קינדערלעך זאלען זיך אנזאפען מיט די הייליגע ווערטער פון אביי ורבה, גייען זיי דארפען שטודירען די ווערטער פון איינשטיין און דארווין ימ״ש
און יא נאך א גאנצען טאג אועקגעבען פאר די טעקס ביכער אנגעפיקעוועט מיט די שגיונות פון די גויים, גייען זיי ״אויכעט״ אריינקוקען אין א חומש און זאגען א פסוק.
קען מען זיך אנייצע געבען מיט די גזירה? אפשר יא אפשר נישט.
אבער א גזירה איז עס!

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:43 pm

נאכאמאל, לאמיר זאגן אז מגייט אריינשטופן אלעס אין איין שעה, און מגייט ארויסשניידן דארווין ימ"ש השקפות, גענוי ווי מטוט ביי די מיידליך, וואס איז די שמד?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:50 pm

לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:54 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

ניין, וואס איך וויל צוקומען איז,אז די גזריה איז "צייט", און לאמיר נישט פארקריכן מיט פארשרייען די עצם לימודים ווייל מיט די לימודים קען מען זיך א עצה געבן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:57 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וועל איך געבען א דוגמא
בייאלאגיע איז א חלק פון סייענס, און דאס רעכענט אריין כל מיני שיטות אפיקורסיות שאסור להעלותן על הכתב
דאס איז חוץ מזה וואס לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז סם המוות וד״ל

נאכדעם למשל וויזשועל ארט, וואס דאס באדייט אלע סארטען קינסט ווערק ווי מאלען, סקולפטירען, וכדומה
וועט איין אנגעקלערטער טענה׳ן, ״גראדע איז נישט אזא שלעכטע זאך למשל מ׳זאל אויסלערנען פאר קינדער מאלען און פארבען!״
נו נו.
די בראך איז אז די די או אי גייט אונז זאגען וואס מיר ברויכען אלץ לערנען אין די וויזשועל ארט קורסעס
ביי די גויים איז איינגעפירט אז מ׳ווייזט פאר די קינדער בילדער פון גרויסע גוי׳אישע ארטיסטען און זיי ברויכען דאס ״פארשטיין״ און אפשאצען וכו׳
ווער ס׳ווייסט ווייסט אז די גוי׳אישע בילדער פון ארטיסטישע געמעלעריי איז אנגעפיקעוועט מיט אויסגעלאסענקייט און ווייאלענס
איר ווילט טאקע מיר זאלען ווייזען פאר די קינדער בילדער פון רעמדראנט אנשטאט צו לערנען א שטיקעל גמרא מיט זיי? אתמהה

רוב זאכן זענען טאקע א גרויסע פראבלעם. אבער לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז נישט סם המוות אויב עס ווערט געלערנט אין די ריכטיגע וועג. אני הקטן האט דורכגעליינט אלץ יונג בחור׳ל פון דעקל צו דעקל די biology ביכער וואס מיין שוועסטער פלעגט אהיים ברענגען פון סקול... דאס זענען געווען רייכע ביכער אבער גאר גוט געפילטערט. עס האט ב״ה גארנישט געשאדט פאר מיר.

אבער שטייצעך אז מען מוז לערנען דאס אלעס אין חדר וועט עס בעיקר ווערן א פאבליק סקול, ווייל עס וועט נעמען רוב טאג.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:58 pm

נו שוין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:גולם,

לאמיר זיך רוהיג אראפזעצן איבער א גלעזל טיי, געמיר פארשטיין פונקטליך די שמד, פאר מיינע מיידליך לערנט מען בייאלעדזשי, היסטארי, סייענס, פארשטייט זיך אלעס ווערט איבערגעקוקט און כשר געמאכט, און ב"ה די סקול סיסטעם איז א מחיה, פארוואס קען דאס נישט געשעהן מיט אינגליך?

ווייל עס שטייט אין די תורה ושננתם לבניך
און דאס מיינט אז מיר ברויכען לערנען מיט אינזערע יונגעלעך די תורה הקדושה, ואם אין גדיים אין תיישים.
אונזערע רביס האבען איינגעפירט אז מען לייגט צו אביסעל לימודי חול יוצא צו זיין די געזעץ און כדי זיי זאלען ווי נישט ווי האבען עפעס א ידיעה אין די ועלט
און יעצט וויל די גאווערמענט דאס איבערדרייען, אנשטאט די לימודי קודש זאל זיין די עיקר וועט לימודי קודש זיין די טפל חלילה.
וואס וועט זיין די עיקר? בייאלאדזשי מיט סאושעל סטאדיס.
אנשטאט די קינדערלעך זאלען זיך אנזאפען מיט די הייליגע ווערטער פון אביי ורבה, גייען זיי דארפען שטודירען די ווערטער פון איינשטיין און דארווין ימ״ש
און יא נאך א גאנצען טאג אועקגעבען פאר די טעקס ביכער אנגעפיקעוועט מיט די שגיונות פון די גויים, גייען זיי ״אויכעט״ אריינקוקען אין א חומש און זאגען א פסוק.
קען מען זיך אנייצע געבען מיט די גזירה? אפשר יא אפשר נישט.
אבער א גזירה איז עס!

נאכאמאל, לאמיר זאגן אז מגייט אריינשטופן אלעס אין איין שעה, און מגייט ארויסשניידן דארווין ימ"ש השקפות, גענוי ווי מטוט ביי די מיידליך, וואס איז די שמד?

וואלט לכאורה געווען מסודר און דאס האט די פעלדער געזעץ מסדר געווען,
נאר זי האט פארדרייט די פשט
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:59 pm

נו שוין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

ניין, וואס איך וויל צוקומען איז,אז די גזריה איז "צייט", און לאמיר נישט פארקריכן מיט פארשרייען די עצם לימודים ווייל מיט די לימודים קען מען זיך א עצה געבן.

איר מאכט א טעות, ווייל אפילו אן א שעות פארלאנג, פאר א עוורידזש קינד, אדער איך גלייב אפילו עדאלט, נעמט די אלע זאכן רוב טאג פשוט אויסצולערנען.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:00 pm

צל עובר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:יאך וועל איך געבען א דוגמא
בייאלאגיע איז א חלק פון סייענס, און דאס רעכענט אריין כל מיני שיטות אפיקורסיות שאסור להעלותן על הכתב
דאס איז חוץ מזה וואס לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז סם המוות וד״ל

נאכדעם למשל וויזשועל ארט, וואס דאס באדייט אלע סארטען קינסט ווערק ווי מאלען, סקולפטירען, וכדומה
וועט איין אנגעקלערטער טענה׳ן, ״גראדע איז נישט אזא שלעכטע זאך למשל מ׳זאל אויסלערנען פאר קינדער מאלען און פארבען!״
נו נו.
די בראך איז אז די די או אי גייט אונז זאגען וואס מיר ברויכען אלץ לערנען אין די וויזשועל ארט קורסעס
ביי די גויים איז איינגעפירט אז מ׳ווייזט פאר די קינדער בילדער פון גרויסע גוי׳אישע ארטיסטען און זיי ברויכען דאס ״פארשטיין״ און אפשאצען וכו׳
ווער ס׳ווייסט ווייסט אז די גוי׳אישע בילדער פון ארטיסטישע געמעלעריי איז אנגעפיקעוועט מיט אויסגעלאסענקייט און ווייאלענס
איר ווילט טאקע מיר זאלען ווייזען פאר די קינדער בילדער פון רעמדראנט אנשטאט צו לערנען א שטיקעל גמרא מיט זיי? אתמהה

רוב זאכן זענען טאקע א גרויסע פראבלעם. אבער לערנען בייאלאגיע מיט קינדער איז נישט סם המוות אויב עס ווערט געלערנט אין די ריכטיגע וועג. אני הקטן האט דורכגעליינט אלץ יונג בחור׳ל פון דעקל צו דעקל די biology ביכער וואס מיין שוועסטער פלעגט אהיים ברענגען פון סקול... דאס זענען געווען רייכע ביכער אבער גאר גוט געפילטערט. עס האט ב״ה גארנישט געשאדט פאר מיר.

אבער שטייצעך אז מען מוז לערנען דאס אלעס אין חדר וועט עס בעיקר ווערן א פאבליק סקול, ווייל עס וועט נעמען רוב טאג.

גערעכט. איך האב מיך באצויגן צו די עצם זאך פון לערנען ביאלאגיע.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:01 pm

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די פעלדער אמענדמענט, וואס האט געמאכט אז מען זאל קענען רעכענען להבדיל גפ"ת אנשטאט א חלק פון די זאכן, אבער די קאמישענער פאפט זיך פשט אין די אמענדמענט און פארלאנגט אלעס בעסיקלי.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:03 pm

נו שוין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

ניין, וואס איך וויל צוקומען איז,אז די גזריה איז "צייט", און לאמיר נישט פארקריכן מיט פארשרייען די עצם לימודים ווייל מיט די לימודים קען מען זיך א עצה געבן.

די גזירה איז ״צייט״ (און דאס אליין איז גענוג א גזירה) אבער ס׳איז נישט נאר דאס. און איך וועל מסביר׳ן.
די סיבה פארוואס זיי פארלאנגען אזויפיל צייט איז נישט אומזינסט, ס׳איז ווייל זיי האלטען אז מ׳קען נאר אויסלערנען די לימודים אויב מ׳לערענט כך וכך שעות
פארדעם לייגען זיי כסדר צו ״אדער די עקווילעניסי״ וואס דאס באדייט אז טאמער דו פארמאגסט א ישיבה למצויינים און דו קענסט עס מאכן אין האלב צייט קענען מיר נישט האבען קיין טענות צו דיר כל זמן די אלע לימודים ווערען געקאווערט.
ס׳איז פשוט אז אויב זאלען די חדרים אנהייבען פאלגען די געזעצען און זיכער מאכען אז די קינדער קענען אפילו נאר האלב פון די לימודים, גייט מען מוזען חלילה אוועקשניידען גאנצע שטיקער פון לימודי קודש.
די מיידלעך קענען לערנען אסאך לימודי חול ווייל זיי ברויכען זיך נישט פלאגען אויף א שטיקעל גמרא.
איהר געדענקט אפשר וויפיל שעות ארוכות אייערע שוועסטערס האבען אוועקגעגעבן זיך צו גרייטען פאר א פארהער? אויב לערענסטו מיט קינדער בייאלאדזשי און מאטעמאטיק און היסטאריע גרינטליך, גייען זיי נישט קענען די גמרא גרינטליך, ופשוט הוא.

סאו איר זייט גערעכט, ווען אין די געזעץ זאל שטיין אז מען ברויך לערנען א שעה לימודי חול יעדען טאג, און מיר מוזען נישט לערנען קיין שום זאך וואס איז נוגד די חרדי׳שע השקפה, וואלטן מיר אלע געיובלט פאר פרייד און יאפעד וואלט איינגענומען א גרויסע מפלה.
למעשה איז דאך די געזעץ עפעס אנדערש... ועל זה אנו דוים
ס׳איז נישט אינטערסאנט צו שפעקולירען וואס ״וואלט געווען״. יא, ווען די רעגירונג זאל בסך הכל זאגען אז מ׳מוז לערנען א שעה א טאג צו אפילו צוויי שעה א טאג לימודי חול, קענען אביסעל ענגליש און וויסען ווי שפאניע איז אויף די מאפע, פארוואס נישט. אבער די געזעץ שטייט דאך גאנץ עפעס אנדרעש...

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:05 pm

צל עובר האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

ניין, וואס איך וויל צוקומען איז,אז די גזריה איז "צייט", און לאמיר נישט פארקריכן מיט פארשרייען די עצם לימודים ווייל מיט די לימודים קען מען זיך א עצה געבן.

איר מאכט א טעות, ווייל אפילו אן א שעות פארלאנג, פאר א עוורידזש קינד, אדער איך גלייב אפילו עדאלט, נעמט די אלע זאכן רוב טאג פשוט אויסצולערנען.

איז ווייטער די נקודה "צייט", ווען די סטעיט קוקט נישט אויף צייט איז די זאך פארטיג.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:09 pm

עס איז נישט נאר צייט, ווייל עס וועט נעמען רוב טאג, חוץ פאר די עכטע גוטע קעפ.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:20 pm

נו שוין האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פרעגט איר אזוי:
לאמיר זאגען אז ס׳איז נישט ארויסגעקומען אזא גזירה, וואס איז די גזירה?

ניין, וואס איך וויל צוקומען איז,אז די גזריה איז "צייט", און לאמיר נישט פארקריכן מיט פארשרייען די עצם לימודים ווייל מיט די לימודים קען מען זיך א עצה געבן.

די גזירה איז צייט, צופיל צייט (און דער עיקר צייט) אוועק צו געבען פאר לימודי חול און עס בלייבט נישט גענוג צייט פאר לימודי קודש.

די גזירה איז וואס מען דארף לערנען, און דאס איז סם המות און ממש שמד.

און די גזירה איז אז דער רעגירונג גייט שטיין אויף אונזער קאפ און מאכען זיכער אז מיר לערנען וואס "זיי" ווילען, און דאס גייט שוין אריין אין דער גדר פון צו נעמען אונערע קינדער פון אונז און נישט לאזען זיי מחנך זיין ווי אונז ווילען אלס ערליכע אידען.

וכולה חדא גזירה הוא, א געהעריגע גזירת שמד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט