לעבעדיגע בילדער און אפדעיטס פונעם כינוס כללי

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 04, 2018 12:35 am

זעט אויס איר האט נישט ליב געהאט צו ליינען...אבער אויסער היסטאריע האט ער געפרעגט וועגן יסודות הדת? א תמצית פון דרשות און וואס מען האט ארויסגעברענגט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

ווייס פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:03 pm

תגובהדורך ווייס פרעזידענט » מאנטאג יוני 04, 2018 12:42 am

ווי האלט איך דא האט געשריבן:מלא התרגשות פון אזא מעמד מרומם מיט אזוי פיל אינהאלט
אנגעהויבן מיט די פרקי תהלים דורכן שליח ציבור הרב הצדיק רבי ישראל חיים חיים האראוויץ אב"ד קהילתינו מאנטשעסטער (בן הרב מראחוב) יעדע קאפיטאל מיט אפרישע ברען די אמירת יהי רצון מיט אן התעוררת
הרב שמעי' לעוו שליט"א ראש כוללינו לאנדאן שיין גערעדט מיט א שטארקע קאך פון סאטמאר
אויך הרב יעקב קאפל שווארטץ שליט"א אב"ד באיאם בין הדברים ארויס געברענגט אז דער רבי איז געווען א קנאי מרוב אהבת ישראל אין מתוך אהבת ארץ ישראל אין מתוך אהבת ירושלים האט ער תובע געווען עלבונה - די ערשטע מאל געזעהן אין געהערט דעם רב געווען א חידוש אין זייער שיין (הרב דוד פערל נאכגעזאגעט א שיינע מליצה פונעם ישמח משה אויף זיין זיידע ....עד בואם ... געדענק עס שוין נישט)
ווען הרב ר' דוד פערל האט אויס גערופען תנו כבוד לתורה מען זאל זיך אויפשטעלען דער ראב"ד קומט אריין איז א כוואליע פון כבוד התורה דורך געלאפען אין זאל ווען די שווערע טויזענטער האבן זיך אויפגעשטעלט לכבודו פון זיך אליינס האט זיך אויסגעבראכען א געזאנג
דער ראב"ד האט גערעדט א שיינע ווארעמע דרשה פיל מיט וואס ער האט מקיים געווען פון זיינע רבי'ס אז די ציונים זענען דאס ארגסט'ע אין ווי אזוי מען דארף כסדר לוחם זיין מיט זיי
רבינו שליט"א האט אויפגעטערטען מיט מייסטערהאפטע דרשה א תורה שלימה בעניני אמונה ודעות אפאר נקודות
רבינו שליט"א איז מבאר אז עס איז זיכער א שמחה פאר מרן רביה"ק אז מיר קומען זיך צוזאם במילא איז ישמח ישראל בעושיו קומען די צדיקים אראפ זיך מיטפרייען אין האט אויס גערופען מיט גרויס התרגשות והתעוררת מי בעל דברים יגש אליו ווער עס האט א בקשה זאל עס יעצט איבערגעבן פארו רבי'ן זי"ע
מבאר געווען די כפירה אויב מען האלט אז מען איז גלות ווייל מען איז נישט געווען גענוג שטארק נאר די אמת איז ומפני חטאינו גלינו מארצינו
מבאר געווען די כפירה אויב מען האלט אז מען קען זיך אליינס אויסלייזן פון גלות, נאר דער השי"ת וועט אונז אויסלייזן
מבאר געווען די סדר הנהגת הבורא אז ביי פרנסה ובריאות וכדו' האט דער בוכ"ע איינגעשטעלט די סדר העולם אז מען מוז טון השתדלות אין נאכדעם איז וברכתיך בכל אשר תעשה משא"כ ביי גלות וגאולה טוט דער אייבערשטער אלעס אליין אין מען טאר נישט טוהן קין השתדלות אין אויב יא איז עס כפירה
מבאר געווען ע"פ הפסוק היום הזה נהיית לעם אז כלל ישראל איז נאר א פאלק דורך די תורה אין נישט דורך עפעס אנדערשאין ווער עס האלט אנדערש איז א כופר בפיסוקי תורה
מבאר געווען אז רביה"ק מסאטמאר איז געווען די גרעסטע במדריגה פון אלע צדיקי הדור אין מיר דארפן זיך נישט שעמען ואין לנו אלא דברי בן עמריו הוסיף לזה ראיה אז ער איז געווען די איינציגסטע וואס איז געבליבען מיטן דו צלם אלהים דאס ווייזפ
ועוד נקידות הרבה
אפשר מארגען וועל מיר מאריך זיין

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 04, 2018 12:49 am

דער כינוס איז נישט פאר חידושים נאר איבערחזרן וואס מ'האט פארגעסן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

רעביש מעשה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 10:08 pm

תגובהדורך רעביש מעשה » מאנטאג יוני 04, 2018 12:49 am

זייער א שיינע אויבן אן געווען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 04, 2018 12:56 am

יישר כח יעצט באמערקט די פריערדיגע בעריכט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

כלל וכלל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » מאנטאג יוני 04, 2018 1:04 am

ווי האלט איך דא האט געשריבן:מלא התרגשות פון אזא מעמד מרומם מיט אזוי פיל אינהאלט
אנגעהויבן מיט די פרקי תהלים דורכן שליח ציבור הרב הצדיק רבי ישראל חיים חיים האראוויץ אב"ד קהילתינו מאנטשעסטער (בן הרב מראחוב) יעדע קאפיטאל מיט אפרישע ברען די אמירת יהי רצון מיט אן התעוררת
הרב שמעי' לעוו שליט"א ראש כוללינו לאנדאן שיין גערעדט מיט א שטארקע קאך פון סאטמאר
אויך הרב יעקב קאפל שווארטץ שליט"א אב"ד באיאם בין הדברים ארויס געברענגט אז דער רבי איז געווען א קנאי מרוב אהבת ישראל אין מתוך אהבת ארץ ישראל אין מתוך אהבת ירושלים האט ער תובע געווען עלבונה - די ערשטע מאל געזעהן אין געהערט דעם רב געווען א חידוש אין זייער שיין (הרב דוד פערל נאכגעזאגעט א שיינע מליצה פונעם ישמח משה אויף זיין זיידע ....עד בואם ... געדענק עס שוין נישט)
ווען הרב ר' דוד פערל האט אויס גערופען תנו כבוד לתורה מען זאל זיך אויפשטעלען דער ראב"ד קומט אריין איז א כוואליע פון כבוד התורה דורך געלאפען אין זאל ווען די שווערע טויזענטער האבן זיך אויפגעשטעלט לכבודו פון זיך אליינס האט זיך אויסגעבראכען א געזאנג
דער ראב"ד האט גערעדט א שיינע ווארעמע דרשה פיל מיט וואס ער האט מקיים געווען פון זיינע רבי'ס אז די ציונים זענען דאס ארגסט'ע אין ווי אזוי מען דארף כסדר לוחם זיין מיט זיי
רבינו שליט"א האט אויפגעטערטען מיט מייסטערהאפטע דרשה א תורה שלימה בעניני אמונה ודעות אפאר נקודות
רבינו שליט"א איז מבאר אז עס איז זיכער א שמחה פאר מרן רביה"ק אז מיר קומען זיך צוזאם במילא איז ישמח ישראל בעושיו קומען די צדיקים אראפ זיך מיטפרייען אין האט אויס גערופען מיט גרויס התרגשות והתעוררת מי בעל דברים יגש אליו ווער עס האט א בקשה זאל עס יעצט איבערגעבן פארו רבי'ן זי"ע
מבאר געווען די כפירה אויב מען האלט אז מען איז גלות ווייל מען איז נישט געווען גענוג שטארק נאר די אמת איז ומפני חטאינו גלינו מארצינו
מבאר געווען די כפירה אויב מען האלט אז מען קען זיך אליינס אויסלייזן פון גלות, נאר דער השי"ת וועט אונז אויסלייזן
מבאר געווען די סדר הנהגת הבורא אז ביי פרנסה ובריאות וכדו' האט דער בוכ"ע איינגעשטעלט די סדר העולם אז מען מוז טון השתדלות אין נאכדעם איז וברכתיך בכל אשר תעשה משא"כ ביי גלות וגאולה טוט דער אייבערשטער אלעס אליין אין מען טאר נישט טוהן קין השתדלות אין אויב יא איז עס כפירה
מבאר געווען ע"פ הפסוק היום הזה נהיית לעם אז כלל ישראל איז נאר א פאלק דורך די תורה אין נישט דורך עפעס אנדערשאין ווער עס האלט אנדערש איז א כופר בפיסוקי תורה
מבאר געווען אז רביה"ק מסאטמאר איז געווען די גרעסטע במדריגה פון אלע צדיקי הדור אין מיר דארפן זיך נישט שעמען ואין לנו אלא דברי בן עמריו הוסיף לזה ראיה אז ער איז געווען די איינציגסטע וואס איז געבליבען מיטן דו צלם אלהים דאס ווייזפ
ועוד נקידות הרבה
אפשר מארגען וועל מיר מאריך זיין



טאקע פארגעסן די נקידה.

רבינו שטארק ארומגערעדט די נקידה היום הזה נהיית לעם. מיט פעסטע מראה מקומות.

אינז זעמער א פאלק ווייל אינז האמיר איין טאטע. אפילו א איד איז א סיטיזען אין אוסטראליע אין די ביסט א קאנאדע ביסטו אין איין פאלק ווייל די גלויבן איז אינז מאחד. נישט די קרקע אויף וואס מוואוינט. די תורה האט מען געגעבן אין מדבר, נישט אין ארץ ישראל. אינזער גאנצע מהות אלס פאלק ענדיגט זיך ווען אינז טיה מיר נגד רצון הבורא יתברך
די מדינה האט מחדש געווען אז מקען זיין א האלבע איד צי א גאנצער גוי אין זיין אינעם זעלבן פאלק ווייל מפארריפט זיך א מדינת ישראל בירגער. אפילו מאיז נישט מקיים גארנישט. אין דאס איז כפירה.

גערעדט וועגן די שבט אפרים וואס איז ארויס פין מצרים אפאר חדשים צי פרי. אין וואס סהאט פאסירט. די רשע זאגט מען אילו היה שם לא היה נגאל דער רשע וואלט נישט געווארט אויפן גאולה, נאר פרובירט צי מדחק זיין די קץ פריצייטיג. לא היה נגאל ביים אמתער גאולה וואלט ער שוין נישט דארט געווען. אנכי השם אלקיך אשר הוצאתיך, סמיז קימען פין באשעפער דירעקט.


מהאט געזען די שטארקע ווייטאג שרייענדיג ׳והפלה השם את מכותך זו מיתת צדיקים׳. די טייטש פינקטלעך געדענק איך נישט. אבער דע געדאנק האט געברענט. דער האט געמאנט אין געפאדארט זיך צי האלטן פעסט מיט די יסודות. בת קול זאגט מיט א געוואלדיגער שמחה יעדן טאג ׳אוי להם לבריות..׳ ס׳נאך דא מענטשען וועם סטיט וויי, וועם סשטעכט ׳מעלבונו של תורה׳ אז די תורה האט אזאלעכע בזיונות. נישט יעדער שווייגט. נישט יעדער פרייט זיך בהצלחת הרשעים.

כזאג נאכאמאל. סאיז געווען א שטארק קאנסטראקטיוו מסודר׳דיגער נישט-קאנטערווערשל דרשה. כוואלט געראטן יעדער אשר בשם סאטמאר יכונה עס אויסציהערן. ויהי רצון שיהא דברים נכנסים אל הלב

ווייס פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:03 pm

תגובהדורך ווייס פרעזידענט » מאנטאג יוני 04, 2018 1:06 am

IMG-20180604-WA0020.jpg
IMG-20180604-WA0020.jpg (276.98 KiB) געזעהן 3667 מאל

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג יוני 04, 2018 1:07 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער קען מסכם זיין די החלטת המעמד וואס ס'איז בפועל ארויסגעקומען (חוץ די אויפוואכונג און קלארקייט אין די רעיון הציונות)


החלטת המעמד: לחזור ולשנן ״די אויפוואכונג און קלארקייט אין די רעיון הציונות״
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג יוני 04, 2018 1:09 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'זינגט רחם בחסדך...

מענטשן האבען אנגעהויבן ארויסגיין ווען מ'האט אנגעהויבן זינגען, אבער ווען דער סאטמאר רבי האט אנגעהויבן רעדן איז דער עולם צירוקגעקומען, ווי טיפער אין די דרשה אלס פולער איז געווען

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » מאנטאג יוני 04, 2018 1:10 am

טאקע א נקודה
הרב דאמב פלעגט עס כסדר זאגען

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג יוני 04, 2018 1:32 am

שכח יעדער איינער פאר'ן אראפלייגן וויאזוי עס איז געווען, יעצט ווען איך ליין די אנאליזן נעם איך זיך צאם און איך טראכט איבער וואס עס איז געווען.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג יוני 04, 2018 1:34 am

.
צוגעלייגטע
EBBFFC7C-0408-4679-9494-AD89AEC9E132.jpeg
EBBFFC7C-0408-4679-9494-AD89AEC9E132.jpeg (253.63 KiB) געזעהן 3645 מאל

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יוני 04, 2018 1:42 am

לענ"ד זענען רוב דרשות היפש שוואך געווען.
פון די ערשטע דריי דרשות, הגר"ש לעוו, דער דיין ר' געצל, און אב"ד בואים, האב איך נישט געזעהן וואס מען קין ארויסנעמען למעשה.

אבער די לעצטע צוויי, אייגינטליך די הויפט רעדעס, פון הראב"ד שליט"א און פון האדמו"ר מהר"א שליט"א, זענען געווען זייער שטארק.

ובפרט דער דרשה פון רבי'ן, ווי ער האט ארומגענומען די יסודות פון ויואל משה, עניני גלות וגאולה, שלש שבועות, דחיקת הקץ, און די כפירה וואס שטעקט אין זייערע מעשים, וכו' וכו' ממש א דרשה הפלא ופלא, וואס מען האט שוין לאנג נישט געהערט אין סאטמאר!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יוני 04, 2018 1:54 am

בילדער נאך אינטירעסאנט?
זאל שוין זיין...
צוגעלייגטע
20180603_195958-644x483.jpg
20180603_195958-644x483.jpg (138.62 KiB) געזעהן 3650 מאל
20180603_193957-576x168.jpg
20180603_193957-576x168.jpg (40.97 KiB) געזעהן 3650 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 04, 2018 2:26 am

פריילעך אידל האט געשריבן:לענ"ד זענען רוב דרשות היפש שוואך געווען.
פון די ערשטע דריי דרשות, הגר"ש לעוו, דער דיין ר' געצל, און אב"ד בואים, האב איך נישט געזעהן וואס מען קין ארויסנעמען למעשה.

אבער די לעצטע צוויי, אייגינטליך די הויפט רעדעס, פון הראב"ד שליט"א און פון האדמו"ר מהר"א שליט"א, זענען געווען זייער שטארק.

ובפרט דער דרשה פון רבי'ן, ווי ער האט ארומגענומען די יסודות פון ויואל משה, עניני גלות וגאולה, שלש שבועות, דחיקת הקץ, און די כפירה וואס שטעקט אין זייערע מעשים, וכו' וכו' ממש א דרשה הפלא ופלא, וואס מען האט שוין לאנג נישט געהערט אין סאטמאר!



כ'ווייס נישט איבער די ערשטע פאר דרשות, אבער סיי די ראב"ד'ס דרשה, און בעיקר דעם רבין'ס דרשה איז געווען עפעס געוואלדיג!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יוני 04, 2018 2:29 am

דאס האב איך דאך געזאגט...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 04, 2018 2:38 am

יא יא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג יוני 04, 2018 3:44 am

ווער קען ברענגען דעם ראב"ד'ס דרשה און דעם רבי'ן דרשה, אדער וועלכע פונקטן האט דער ראב"ד ארויסגברענגט?.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג יוני 04, 2018 5:33 am

אפאר ליינס פונעם רבי'נס דרשה:

נאכגעזאגט פונעם רבי'ן זי"ע אז מכה אשר לא כתיבה גייט ארויף אויף ווען אידן פרייען זיך מיט די הצלחה פון רשעים. און עס איז דא א מדרש אז מכה אשר לא כתיבה זו מיתת צדיקים. האט דער רבי משלב געווען, אז יעצט ווען מען זעט אז היימישע אידן ממחננו פרייען זיך מיט די נצחונות, איז נח נפשיה דרביה, זעט מען וואס פעלט אונז מיט די פטירה פונעם רבי'ן זי"ע.

גאר מרוגש איז געווען ווען דער רבי האט דערמאנט מיט נאסטאלגיע - רעדנדיג צו די אהבת קדומים אידן - דאס הייליגער קול פון פעטער ז" ל ווען ער פלעגט זאגן דער אבינו מלכנו גלה כבוד מלכות עלינו, ווי אזוי דער גלה כבוד האט אויסגעקוקט, עס קלינגט נאך די אויערן דאס נהמת לבו פאר התגלות כבוד שמים.

זייער ברייט ארומגערעדט דאס השתלשולת רעיון הציוני. דער סך הכל איז געווען אז די רעיון הציוני האט צוגעברענגט אז אן איד דארף נישט היטן קיין מצות צו הייסן אן איד, נאר דארף זיין א חלק פון נאצנילאזם פון רק בדם תהיה לנו הארץ.

גערעדט מיט אן הערליכן הסבר איבער דער ערשטער קשיא אויפ'ן עולם העליון "צפית לישועה". נאכזאגענדיג פון ? אז דער מקור דערפון איז אנכי ה' אלקיך אשר הוציתיך, און דאס מסביר געווען מיט זייער קלארע מקורות און נקודות איבער אמונה בה' אלקנו.

די דרשה האט גענומען 80 מינוט, און שלא כהרגלו, וואס רוב פון זיינע דרשות איז געבויט אויף דרוש אדער פילפול וואס דער קאפ פארט אוועק, איז דער דרשה בכלל נישט געווען אויף דער גאנג, נאר בדרך הסבר והבנה מיט א שטארקע קלארקייט, וואס מען האט מיטגעהאלטן זייער גרינג און בכלל נישט געפילט אז עס איז א לאנג פארצויגענע דרשה.

דער דרשה גייט לכאורה ווערן זייער שטארק איבער גע'חזר'ט און און איבערגעקייט דורך תלמידיו וחסידיו, און עס וועט ווערן גענוצט אלץ א שטארקע מראי מקום לחזר ולשנן דער הייליגער דרך פון רבי'ן מייסד הקהלה זי"ע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 04, 2018 9:01 am

עטליכע בילדער פונעם ציבור, קרעדיט מיין פארשלאפענע סעלפאון:

P82A0205.JPG
P82A0205.JPG (434.85 KiB) געזעהן 3237 מאל

P82A0207.JPG
P82A0207.JPG (693.97 KiB) געזעהן 3237 מאל

P82A0208.JPG
P82A0208.JPG (623.52 KiB) געזעהן 3237 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 9:21 am

בתוך דבריו מער צום סוף האט די רבי נאכאמאל דערמאנט אז מ׳שטייען בלויז דריי חדשים אוועק פון חודש אלול דאטום ווען דער איצטיגער און לאנג יעריגער געזעץ אז בני ישיבות קענען באקומען א דיחו וועט אפלויפן, אויב וועט קיין פרישע געזעץ נישט ביז דאן באשטעטיגט ווערן וועט דאס אטאמאטיש איינשטעלן א חוב לצבא צום טמאנעם צה״ל ח״ו.

די רעליגיעזע נאכשלעפער [פונעם כנסת המינים] טארן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות!.. כלל ישראל איז נישט מוותר אויף קיין נפש אחת!... און אויב וועט אויספעלן וועלן מיר ארויסרופן א פאראייניגטע מחאה פון גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן אפצושלאגן אזא גזירת שמד.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג יוני 04, 2018 9:23 am

פוילישער האט געשריבן:אפאר ליינס פונעם רבי'נס דרשה:

גערעדט מיט אן הערליכן הסבר איבער דער ערשטער קשיא אויפ'ן עולם העליון "צפית לישועה". נאכזאגענדיג פון סמ"ק, דער ר"י מקורביל אז דער מקור דערפון איז אנכי ה' אלקיך אשר הוציתיך, און דאס מסביר געווען מיט זייער קלארע מקורות און נקודות איבער אמונה בה' אלקנו.


בכלל שטארק ארומגעקאכט מיטן ר"י מקורביל.

שוין געהערט פון צוויי תלמידי רביה"ק אין די געזונטע יארן אז זיי האבן זיך געריבן די אויגן צו זעהן אז פופציג יאר נאכדעם וואס דער רבי ז"ל זאל מען נאכאמאל הערן אזא שטארקע יסודות'דיגע דרשה איבער דעם רעיון הציוני און די מדינה.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 04, 2018 9:30 am

רעביש מעשה האט געשריבן:זייער א שיינע אויבן אן געווען

איך האב געזעהן עטליכע אומקלארע בילדער פון די אויבן אן. אפשר קען איינער ברענגן א רשימה?
די זיבעציג רבנים וואס זענען אינטערגעשריבן דא פעלט נישט אויס איבערצולייגן
זייטיגע נאטיץ
אגב, כ'האב געזעהן חיים מאיר מארקאוויטש פון וויזניץ דרייט זיך אויפ'ן אויבן אן און איז מסדר דארט. וואס האט ער אויסגעפעלט, איז נישט דא קיין סאטמאר'ע עסקן וואס קען קעיר נעמען?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

בילדער פון כינוס כללי

תגובהדורך משה11 » מאנטאג יוני 04, 2018 9:36 am

אביסל בילדער פון במשך די כינוס, בעיקר פון די אויבן אן,
און צום סויף אפאר קליפס פון די רבי'ס דרשה,
כהאף מען וועט הנאה האבן,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 04, 2018 9:49 am

משה11 האט געשריבן:אביסל בילדער פון במשך די כינוס, בעיקר פון די אויבן אן,
און צום סויף אפאר קליפס פון די רבי'ס דרשה,
כהאף מען וועט הנאה האבן,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

ישר כחכם, הערליכע בילדער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט