וואקסינען דעבאטע

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:48 pm

CNN און FOX יעדער איז ביזי מיט די מיזעלס פארטי.

מיר גייען נאך ח"ו צאלען א טייערע פרייז פאר די משוגעת פון אפאר געלט גייציגע מענטשן, חוץ וואס יחידים און מאמעס אין אנדערע אומשטענדן צאלען שוין שטיעלערהייט יעצט די פרייז.

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:51 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אין רוסלאנד האט מען געצווינגען צו טוען עפעס פאר די אינטערעסט פון די גאווערמענט (וואס איז דעס איז אקעגן דעמאקראטיע) דא וויל מען צווינגען עפעס וואס איז פאר די אינטערעסט פון די פיפעל, און דאס איז זייער פליכט


אן אריינגיין און ויכוחים, דאס ווערט אנגערופען און מאמע לשון סתם געהאקט און טשייניק, פינטל

ביטע טוט אייער ריסורטש פארן שיסן נאן-סענס

There we go "פינטעל", איך מעג מיך קריגן מיט אייך איר? מאכן ריסוירטש, "רוסלאנד האט מען געצווינגען צו טוען זאכן פארן אינטערעסע פונ'ם געווארמענט" דאס דארף איך אפילו נישט פארענטפערן, "דא וויל מען צווינגען עפעס וואס איז פאר די אינטערעסט פון די פיפעל" יא ווייס איך נישט וואו איר וואוינט אבער אין NYC ווילן רוב רובו מענטשן אז זייערע קינדער זאלן נישט כאפן מיזעלס און אז זיי זאלן נאר קומען אין בארירונג מיט וואקסינירטע מענטשן, "און דאס איז זייער פליכט" אין אונזער קאנסטיטוציע שטייט "for the people" זייער פליכט איז צו פראטעקטען אונזערע איטערעסן, וואו איז די טשייניק

די אלע מענטשן זענען וואקסינירט סא וואס איז זייער דאגה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:54 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:CNN און FOX יעדער איז ביזי מיט די מיזעלס פארטי.

מיר גייען נאך ח"ו צאלען א טייערע פרייז פאר די משוגעת פון אפאר געלט גייציגע מענטשן, חוץ וואס יחידים און מאמעס אין אנדערע אומשטענדן צאלען שוין שטיעלערהייט יעצט די פרייז.


ס׳איז נישט אמת. כ׳האב געליינט מער ווי איין ארטיקל, כ׳האב נישט געזעהן עפעס ספעציעלע העצע אויב בכלל. די רעליגיע קעגן וואקסינען איז עפעס וואס טרעפט זיך אין די גויאישע גאס פונקט אזוי, די איבערקערעניש אין וויליאמסבורג און אין היימישע געגענטער איז לאו דוקא העצע, ס׳איז די פשוטע פאקט אז דארט זענען דא די אויסברוכן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:56 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:CNN און FOX יעדער איז ביזי מיט די מיזעלס פארטי.

מיר גייען נאך ח"ו צאלען א טייערע פרייז פאר די משוגעת פון אפאר געלט גייציגע מענטשן,


זייט ווען דארפן עלטערן מאכן דעסיזשענס בעיסט אן וואס די מידיע גייט יא אדער נישט זאגן

די זעלבע ריפארטער האבן געשריגן ביי מצוצה בפה און ביי די לימודי חול פרשות

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:03 pm

די בושה און חרפה איז אסאך מער די נשים וואס האבן זיך אפגעשטעלט קאנפערירן מיט די ריפארטער. די נשים צדקניות כאפן נעבעך נישט אז דער ריפארטער איז אויף זייער זייט און איז צו אלעם מסכים אבי זאלסט רעדן צו אים.

די אויסצוגן וואס די מידיע האט ארויסגעשטעלט וויזוי די וויליאמסבורג׳ע מאמעס שרייען אריין שטותים והבלים אין די מייקרעפאונעם איז שרעקליך פאני, זיי זענען זיך אבער אליין שילדיג.

איך וויל נישט ברענגען קיין ארטיקלען, ווייל רוב פון זיי זענען פרא וואקסינען. נישט אז כ׳בין אנטי, איך וויל אבער נשיט אנהויבן א דיבאטע. דא האסטע אבער אן אינטערסאנט ער קעפל פונעם ניו יארק טיימס.. יא יא, אזוי האט א אידישע פרוי קלאר געזאגט פאר פיקס נאוז, ראַטן, מאנקיס און וואטעווער.. נשים צדקניות; גייטס מאכן פייסעח׳דיג!
צוגעלייגטע
161676B0-9E2B-440B-B393-E6B700AC6CD3.jpeg
161676B0-9E2B-440B-B393-E6B700AC6CD3.jpeg (62.25 KiB) געזעהן 1601 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:03 pm

עולם האמת האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:CNN און FOX יעדער איז ביזי מיט די מיזעלס פארטי.

מיר גייען נאך ח"ו צאלען א טייערע פרייז פאר די משוגעת פון אפאר געלט גייציגע מענטשן,


זייט ווען דארפן עלטערן מאכן דעסיזשענס בעיסט אן וואס די מידיע גייט יא אדער נישט זאגן

די זעלבע ריפארטער האבן געשריגן ביי מצוצה בפה און ביי די לימודי חול פרשות

די עלטערן דארפן נישט מאכן קיין שום דעסיזשען בעיסט אן די מידיע, זאלן זיי גיין וואוינען אין א פלאץ וואו עס איז נישט דא געזעץ אבער דא וואו עס איז דא געזעץ וואקסינירט אדער בלייב אינדערהיים!

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:18 pm

פאראויס האט געשריבן:הרב הערשל מייזעלס וואס האט א שיינע יד אין 'ראטעווען' פון די וואקסינס זאל מוחל זיין און יבוא אמו ותקנח וכו' ער זאל מיט זיין לשון לימודים ארויפגיין אויף נעשענעל מידיא און מסביר זיין אז ס'איז כאטש פון א שיטה. נישט פון פארנאכלעסיקייט. ער קומט צום טיש אלס אן אנפירער פון א וואויטעטיגע ארג. פאר דייביטיס און ער קומט באוואפנט מיט א שפראך פון א מייזליש.

Right
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:19 pm

האמיר געעפענט א נייע אשכול צו קענען אויסשמועסן די צדדים. די אשכול גייט זיין אקטיוו בתנאי אז מ׳גייט זיך טענה׳ן ציוויל און ווי ערוואקסענע. נישט קיין פערזענליכע שטעכערייען אדער אטאקעס.
לינקס צו ארטיקלען וואס האט א שמץ פסול גייט נישט עפראווד ווערן אויף קיין שום פאל.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אפריל 10, 2019 1:33 am

ר' איתמר גינזבורג רעדט פון וואקסינען די וואך.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט א דעבאטע פון ר' הערשל מייזליש מיט אים....
שויתי ה' לנגדי תמיד

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:04 am

Goodmorning האט געשריבן:ר' איתמר גינזבורג רעדט פון וואקסינען די וואך.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט א דעבאטע פון ר' הערשל מייזליש מיט אים....

ווי קען מען דאס הערן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:25 am

דערווייל האבן מיר אפגעלערנט א מוסר השכל:
1) ווי ווייט א מענטש ווערט משוחד פאר זיך און זיינע מיינונגען.
2) כמה גדולים דברי חכמים, די שעדליכקייטן פון אלע האט-ליינס אריינגערעכנט די אומשולדיג אויסזעענדע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:01 am

איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן צד שכנגד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:13 am

farshlufen האט געשריבן:דערווייל האבן מיר אפגעלערנט א מוסר השכל:
1) ווי ווייט א מענטש ווערט משוחד פאר זיך און זיינע מיינונגען.

די רעדסט פון יענעם שטייצעך :wink:

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:15 am

מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן צד שכנגד

יעדער האט זייער ליב צו דעבאטירן צדדים ביי אונז אין די מקוה, און אין קאווע שטיבל בנוגע אלע היימישע פאליטיק וכו'.
אבער ווען עס הויערט א סכנה אויף יודישע נפשות, און די חילול שם שמים איז עד לב השמים, און אלע ספאט לייטס און מידיע קעמרעס זענען געוואנדן צו אונז, וויל יעדער אז דאס זאל זיך אפשטעלן פאר יעדן פרייז.
בפרט ווען יעדער ווייסט היינט אז דער דאקטר וועלעכע האט מייסד געווען דער שעדליכער קאנפעראציע האט אפען מודה געווען אין געריכט אז ער איז באצאלט געווארן דערפאר, און אלעס איז בלאף.
און אויך ווייסט יעדער ווער עס מאכט דערויף אלפים פון די אוילן למינהם, אלעס נאר דורכן שטיפן דעם וואגאן.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:41 am

ר' הערשל מייזליש האט ארויפגעלייגט א פרישע קורצע אפדעיט אויף קול בריאים.
718-819-3030 דערנאך 1,1156#

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:49 am

עכט היימיש האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן צד שכנגד

יעדער האט זייער ליב צו דעבאטירן צדדים ביי אונז אין די מקוה, און אין קאווע שטיבל בנוגע אלע היימישע פאליטיק וכו'.
אבער ווען עס הויערט א סכנה אויף יודישע נפשות, און די חילול שם שמים איז עד לב השמים, און אלע ספאט לייטס און מידיע קעמרעס זענען געוואנדן צו אונז, וויל יעדער אז דאס זאל זיך אפשטעלן פאר יעדן פרייז.
בפרט ווען יעדער ווייסט היינט אז דער דאקטר וועלעכע האט מייסד געווען דער שעדליכער קאנפעראציע האט אפען מודה געווען אין געריכט אז ער איז באצאלט געווארן דערפאר, און אלעס איז בלאף.
און אויך ווייסט יעדער ווער עס מאכט דערויף אלפים פון די אוילן למינהם, אלעס נאר דורכן שטיפן דעם וואגאן.

כ'האב נישט קיין אנונג פון וועלכע אוילן דו רעדסט, זייט ווען האט נישט נעמען וואקסינען מיט אויל?
איך ווייס נישט פון וועלכע דאקטאר דו רעדסט, אבער איך האב שוין געהערט פון מער פון איין דאקטאר וואס האט געזאגט, איך הייס עס געבן ווייל דאס איז די געזעץ, און איך זיך מיך נישט קיין פראבלעמען, אבער פאר מיינע קינדער געב איך עס נישט
און חילול שם שמים האט מיט יד ישראל באמצע, כמעט קיין שום זאך וואס טוט זיך ביי אונז איז נאך נישט ארויס צו די פרעסע אן קיין מזיד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך אפריל 10, 2019 11:11 am

מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן ד שכנגד

איך האב מורדיג הנאה פון דיר
פריער שרייבסטו אן נעמען א צייט זאגסטו אז ס'נישט גוט אז די העלט דיפ מישט זיך אריין
און די זעלבע תגובה האסטו גענומען א צייט
און יעצט שרייבסטו די 2 צדדים אזוי
לאמיר דיר זאגן די צוויי צדדים
צד א' מען מוז וואקסינירן ווייל 1)ווייל איך האב עס דורך געטון און איך בין געקומען צי די מסקנא אז מיזעלס איז זייער שעדליך 2)וואקסינען איז נישט שעדליך 3)מיין דאקטער הייסט מיר 4)די העלט דיפערטמענט הייסט 5)יעדע נארמאל מענשט וואקסנירט זיינע קינדער

צד ב' מען טאר נישט וואקסינירן ווייל 1)אזוי האט מייזעלס געזאגט און נאך אפאר דאקטוירם וואס פארקויפן ווייטעמינען און אוילן זאגן אויך אזוי (זייט ווען איז מייזעלס אזא געלערנטע מענשט אז ער ווייסט אריין צירעדען און יעדע ענין מבלי להרהר אחרי')

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 10, 2019 11:45 am

קענדי'ס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן ד שכנגד

איך האב מורדיג הנאה פון דיר
פריער שרייבסטו אן נעמען א צייט זאגסטו אז ס'נישט גוט אז די העלט דיפ מישט זיך אריין
און די זעלבע תגובה האסטו גענומען א צייט
און יעצט שרייבסטו די 2 צדדים אזוי
לאמיר דיר זאגן די צוויי צדדים
צד א' מען מוז וואקסינירן ווייל 1)ווייל איך האב עס דורך געטון און איך בין געקומען צי די מסקנא אז מיזעלס איז זייער שעדליך 2)וואקסינען איז נישט שעדליך 3)מיין דאקטער הייסט מיר 4)די העלט דיפערטמענט הייסט 5)יעדע נארמאל מענשט וואקסנירט זיינע קינדער

צד ב' מען טאר נישט וואקסינירן ווייל 1)אזוי האט מייזעלס געזאגט און נאך אפאר דאקטוירם וואס פארקויפן ווייטעמינען און אוילן זאגן אויך אזוי (זייט ווען איז מייזעלס אזא געלערנטע מענשט אז ער ווייסט אריין צירעדען און יעדע ענין מבלי להרהר אחרי')


איך וועל איבערזאגן וואס איך האב איינמאל שוין געזאגט, איך נעם נישט קיין צד! ווייל איך האב עס למעשה נישט דורכגעטון, ס'איז אזויפיל כ'האב שוין אסאך געהערט פון די הזיקות, און אזויפיל האט עס מיר אויפגעטון אז ס'איז א חפץ חשוד.
יעצט, איך האב שוין געהערט פון דעם נישט פון היינט, נאר שוין א גוטע 10 יאר צוריק, ממילא איך האב גארנישט מיט הרב מייזעלס, איך קען עטליכע מענטשן וואס טוען דערין, איך קען מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן געלט צו פארשפרייטן פאמפלעטן קעגן וואקסינען, און געס וואט, די מענטשן האבן גארנישט, נישט מיט קיין וויטאמינען און נישט מיט קיין אוילן
היינט איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער אז וואקסינען האט עפעס מיט וויטאמינען און אוילן, איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא וויטאמינען אדער אויל קעגן מיזעלס, אדער פאליא ה"י
דער צד א' וואס האט עס דורכגעטון און האלט אז מ'מוז וואקסינירן ווייל מיזעלס איז שעדליך, און דורך די וואקסין איז ער 100 פראצענט אז ער באקומט עס נישט, תבא עליו ברכה
אבער מעגסט פארשטיין אז צד ב' האט אויך א מיינונג, און אויב ער זאגט ער האט עס דורכגעטון, און זיין ריסערטש ווייזט פונקט פארקערט, זיי ווייסן אז ער איז אויך א בר נש, און האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און כל זמן ער האט נישט קיין וויטאמין סטאר, האט ער רעכט צו האלטן וואס איז ריכטיג פאר זיינע קינדער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך אפריל 10, 2019 11:47 am

ע"פ בקשת געלעגער ברענגן מיר עס אריבער אהער פון דא
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ביי דר. לאנדאו/לואיס מוז מען מאכן אן עקסטער אפוינטמענט אין די עפטער אוערס ווען קיינער אז שוין נישט דארט אויב עס איז דא א חשש מיזעלס צו פארמיידן די דאזיגע פאניקס.
אינטערסאנט אז ביי או די עי קען מען יא סתם אזוי אריינקומען

ווילסט מיר זאגן אז א קליין קינד וואס איז נאכנישט וואקסינירט וואס האט אביסל הויעך פיבער און די מאמע פאנגט נישט אן צו חלומ'ען וועגן מיזעלס דארף אן עקסטער אפוינטמענט אין די עפטער אוערס?

Gevald Geshrigen האט געשריבן:yes!


אינטערסאנט ווייל ביי מיר איז געווען אזא מעשה מיט מיין 9 חדשים'דיג קינד און מיין ווייב איז געווען ביי איינע פון די גרויסע ווילי קינדער דאקטורים אויף א דינסטאג און נאכאמאל פרייטאג ביי איינע פון די אורזשענט קעיר נאכן האבן 105 פיבער
דער ערשטער האט געזאגט אז ס'איז א וויירוס און דער צווייטער האט גענומען א פלו קולטשער און ווען מיין ווייב האט געבעטן אז אפשר זאל מען טעסטן פאר מיזעלס האבן זיי עס ביידע אוועק געמאכט זאגענדיג אז ער טעסט נישט קיין מיזעלס ווייל ער וויל נישט \ האט נישט קיין כח מ'זאל אים קומען אפשפארן פאר א טאג צו קלינען די אפיס טאמער ס'איז טאקע מיזעלס און צוגעלייגט אז דו וועסט אויך נישט האבן קיין כח צו די נאכאנאנדע טעלעפאן קאלס פון די העלט דיפארטמענט... און שבת איז ארויסגעקומען די RASH

סך הכל האט מיין קינד אנגעשטעקט צוויי דאקטורים'ס אפיס מיט מיזעלס און די רעדל הערט זיך נישט אויף צו דרייען און קיינער באדערט עס ניטאמאל
די דאקטאר האט מיר געזאגט צוויי טאג צוריק אז לדעתו איז דא פיל קינדער אין וויליאמסבורג וואס האבן יעצט \ אדער געהאט מיזעלס און די העלט דיפארטמענט ווייסט ניטאמאל דערפון
און יעצט זאגט'ס מיר ווער עס האט פארשפרייט מיזעלס אין ברוקלין
#איך געב וואקסינס פאר אלע מיינע קינדער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:02 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:CNN און FOX יעדער איז ביזי מיט די מיזעלס פארטי.

מיר גייען נאך ח"ו צאלען א טייערע פרייז פאר די משוגעת פון אפאר געלט גייציגע מענטשן, חוץ וואס יחידים און מאמעס אין אנדערע אומשטענדן צאלען שוין שטיעלערהייט יעצט די פרייז.


יא, באקום איך יעצט אין די נאטיפיקאציעס אזא העדליין, "ניו יארק סיטי עלטערן האבן געמאכט מיזעלס פארטיס".

מען ברויך פרעגן א שאלה אויב מען מעג מסר'ן אויף דעם אלס רודף.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:03 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן ד שכנגד

איך האב מורדיג הנאה פון דיר
פריער שרייבסטו אן נעמען א צייט זאגסטו אז ס'נישט גוט אז די העלט דיפ מישט זיך אריין
און די זעלבע תגובה האסטו גענומען א צייט
און יעצט שרייבסטו די 2 צדדים אזוי
לאמיר דיר זאגן די צוויי צדדים
צד א' מען מוז וואקסינירן ווייל 1)ווייל איך האב עס דורך געטון און איך בין געקומען צי די מסקנא אז מיזעלס איז זייער שעדליך 2)וואקסינען איז נישט שעדליך 3)מיין דאקטער הייסט מיר 4)די העלט דיפערטמענט הייסט 5)יעדע נארמאל מענשט וואקסנירט זיינע קינדער

צד ב' מען טאר נישט וואקסינירן ווייל 1)אזוי האט מייזעלס געזאגט און נאך אפאר דאקטוירם וואס פארקויפן ווייטעמינען און אוילן זאגן אויך אזוי (זייט ווען איז מייזעלס אזא געלערנטע מענשט אז ער ווייסט אריין צירעדען און יעדע ענין מבלי להרהר אחרי')

;l;p-
Wanted to write something similar
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:20 pm

מי יודע האט געשריבן:איך שטיי מיט א תמימות פון די זייט, און איך קוק ווי צוויי צדדים טענה'ן דא

צד א', מען מוז וואקסינירן, ווייל: 1) דאס איז דער געזעץ און זיי נישט קיין אויבער חכם (זייט ווען איז ביי דיר יעדע געזעץ קדוש מבלי להרהר אחרי')
צד ב', מען טאר נישט וואקסינירן, ווייל: איך האב עס דורכגעטון און איך בין געקומען צו די מסקנא 1) מיזעלס איז נישט אזוי שעדליך, 2) וואקסינען איז גאר שעדליך

און יעדער טענה'ט זיין טענה מיט א פעסטקייט כאילו ס'איז נישטא נאך א צד, איז נישט מעגליך אז דיין צד שכנגד האט א 50 פראצענט גערעכטיגקייט אויף וואס ער שטעלט זיך? וואס איז די אומטאלערירטע שפראך דא יעדער אויפן צד שכנגד


נישט אמת, צד אלף איז נישט די געזעץ, צד אלף איז אז, כמעט אלע דאקטוירים האלטן אזוי, פאליא איז אויסגעריסן און מיזעלס איז אויך געווען, און פאר דיין עלטער זיידע האט גארנישט געפעלט חוץ אפאר קינדער.

איך פאנג נישט אן צו פארשטיין פארוואס עס איז לעגאל צו רעדן קעגן וואקסינען, פונקט ווי שרייען פייער אין א סטאדיום איז נישט באשוצט אונטער די ערשטע אמענדמענט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:21 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:אויף נאציאנאלע פאקס נייעס רעדט מען וועגן מיזעלס פארטיס... ווי איז די אחריות פון די מענטשען???

מארגן אז די העלט דעפט. וועט איינעם צונעמן די קינדער צוליב טשיילד אביוז וועט מען שרייען אנטיסעמיטן.

די מענטשן זענען נאך אזעלכע בעלי אחריות, אויף זייער קינד'ס געזונט, און קענען נישט מיט פארמאכטע אויגן, אריינשטעכן אין זייערע קינדער, די אלע מזיקים, אונטערן נאמען MMR, דעריבער האלטן זיי זיך אפ

אבער אז די שטאט ראט וויל דווקא צווינגען (ווי אין רוסלאנד) אז יעדער מוז טון ווי זיי ווילן, וועלן מאנכע זעהן די קינדער זאלן האבן מיזל'ס, כדי צו פטור ווערן פון די שטאט ראט.

#נישט נארמאל
זאג ס'אויך משוגע אז מ'צווינגט צו האבן סיעט בעלטס
ס'אויך משוגע אז מ'מעג נישט פעסן א רויט לייט
אין רוסלאנד האט מען געצווינגען צו טוען עפעס פאר די אינטערעסט פון די גאווערמענט (וואס איז דעס איז אקעגן דעמאקראטיע) דא וויל מען צווינגען עפעס וואס איז פאר די אינטערעסט פון די פיפעל, און דאס איז זייער פליכט
...
דאס איז חוץ פון דעם וואס מיזעלס האט א חשש פון brain swelling און טויט

זייער גוט געשריבן, אבער הני מילי אז דו ביסט גערעכט, אבער ווען יענער טענה'עט אז ער האט דאס דורך געטון (נישט דורך הערן מייזליש בלויז, נאר דורך דורך טון די זאך גרונטליך), און ס'קומט אים אויס, אז וואקסענירן איז שעדליך, און ער איז נישט קיין יחיד, נאר טויזנטער!!! מענטשן האלטן אזוי.
איז אים צווינגען צו טון אנדערש בלויז ווייל "די רעגירונג" וויל אזוי, און לאזט בשום אויפן נישט טראכטן אנדערש (מ'האט אראפ גענומען פון עמעזאון די בוק'ס קעגן וואקסינ'ס (א בוק וואס זאגט ווי אזוי זיך צו רייניגון פון די שעדליכע קעמיקאלן פון די שאט'ס) און די בוק'ס פון דעל ביקטרי, אזוי אויך האט מען אויסגעמעקט זיינע זאכן פון די מאווי"ס, דאס איז דיקטאטור ווי אין רוסלאנד, און א סתירה צו דעמאקראטיע און פרידע"ם א"ף ספיט"ש.

דאס איז אפגעזעהן צו שאט'ס איז שעדליך צו נישט, אבער א מיינונג פארקערט וואלט מען געמעגט האבן, און אז די רעגירונג ערלויבט נישט האבן קיין אנדערע מיינונג, איז דאס נוסח מאמע רוסלאנד.
כשמ"ו כן הוא

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:33 pm

איך פארשטיי נישט מיר זענן אין גלות פארואס דארף מען זיך רייצען ב"ה מיר לעבען אין המלכת של חסד
ווער עס וויל נישט מען קען טרעפען א וועג ארוס מיט א צעטיל אז מען איז ערלעדשיג צי וואס
אבער סתם אנחזרען א שטאט

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:37 pm

בס"ד

צוויי קוואטאציעס פון מידיע.
1
“Vaccines contain monkey, rat and pig DNA as well as cow-serum blood, all of which are forbidden for consumption according to kosher dietary law,” a contributing editor for Peach magazine, said in an email.
און אספירין? טיילענאל? סינטראיד? אלע אנדערע מעדיצינען? זענען געמאכט פון קאטאן קענדי?

2
groups like Peach, whose members are mostly anonymous and are supported by national anti-vaccine organizations, have only intensified their messaging.
קאמענטארן זענען איבעריג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט