הדלקה בקר"י, ל"ג בעומר תשע"ט - נייעס און אפדעיטס

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:02 pm

הערליך. געוועזן
איין קריטיק וואס איך האב (ארויסצולייגן אין פאבליק..)
די בימות הכבוד מיט די בימה ביים הדלקה מעג זיין היפש העכער, די שטייערס אויפן שטח קאנען גארניקס זען
אדער אפשר אויסגראדן דעם שטח...
(געפארקט האבעך גאנץ נאנט צום ביהמ"ד, האבעך נישט קיין קריטיק...)
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובהדורך געראטעוועט » דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:19 pm

תשע''ט
צוגעלייגטע
סאטמאר הדקלה.JPG
סאטמאר הדקלה.JPG (104.27 KiB) געזעהן 4752 מאל
proud user of
Geder

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:18 pm

א הערליכע מעמד געווען מיט אלעס צוגעשטעלט 100 פראצענט פלאס! (מיט פלאס מיין איך די קאלד-קאטס סענדוויטשעס מיטגעגעבן אויף צידה לדרך..)
מ'האמיר געפארקט אויף רימינוב ביי קוויקוועי. מיר אין די משפחה זענען ב"ה געזונט מיט צוויי פוס פער פעמעלי מעמבער. האמיר צושפאצירט די 6-7 מינוט צום ביהמ"ד.

א ייש"כ פאר אלע וואס האבן דאס צוגעשטעלט שלא ע"מ לקבל פרס (פון מיר עכ"פ).

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:14 pm

פריינד האט געשריבן:א אינגעל איז נעבעך אראפגעפאלן פון די פארענטשעס. פארן הדלקה, הצלה האט אים אריינגעפירט און שפיטאל, די מצב האט זיך פארערגערט אינמיטן וועג,

פותחין בשבח... מען מוז ארויסשרייבן אז די מעמד איז ב"ה געווען א אויסערגעווענליכע סוקסעס, בזכות התנא אלוקי. עס קומט זיך א דאנק פאר די אלע עוסקים בצרכי ציבור וועלכע האבן אהערגעשטעלט גאר א שיינע און רייכע מעמד ווי עס פאסט זיך לכבודו פונעם בעל הילולא.

לגבי די ברענטשעס, איז אונטערסאנט אז ביי די בחורים ברענטשעס איז געליגן א נעט אויסגעשפרייט (לכאורה פאר היטן...) אבער ביי די קינדער ברענטשעס איז נישט געווען קיין שום סעיפטי נעט...

האפענטליך וועט מען עס אי"ה נעמען אין באטראכט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » פרייטאג מאי 24, 2019 7:07 am

פריינד האט געשריבן:א אינגעל איז נעבעך אראפגעפאלן פון די פארענטשעס. פארן הדלקה, הצלה האט אים אריינגעפירט און שפיטאל, די מצב האט זיך פארערגערט אינמיטן וועג,


די מצב האט זיך שוין פארבעסערט ?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מאי 24, 2019 1:39 pm

שמאטע האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:א אינגעל איז נעבעך אראפגעפאלן פון די פארענטשעס. פארן הדלקה, הצלה האט אים אריינגעפירט און שפיטאל, די מצב האט זיך פארערגערט אינמיטן וועג,

פותחין בשבח... מען מוז ארויסשרייבן אז די מעמד איז ב"ה געווען א אויסערגעווענליכע סוקסעס, בזכות התנא אלוקי. עס קומט זיך א דאנק פאר די אלע עוסקים בצרכי ציבור וועלכע האבן אהערגעשטעלט גאר א שיינע און רייכע מעמד ווי עס פאסט זיך לכבודו פונעם בעל הילולא.

לגבי די ברענטשעס, איז אונטערסאנט אז ביי די בחורים ברענטשעס איז געליגן א נעט אויסגעשפרייט (לכאורה פאר היטן...) אבער ביי די קינדער ברענטשעס איז נישט געווען קיין שום סעיפטי נעט...

האפענטליך וועט מען עס אי"ה נעמען אין באטראכט.


אלעס איז ב״ה געווען א שטארקע סוקסעס, אפילו די טרעפיק פארשליסונגען האט זיך אויך ארויסגעשטעלט זייער גוט.

איך למשל האב געפארקט אויף קוויקוועי קארנער פארעסט, אזוי אויך האבן רוב מענטשן זיך אנייצע געגעבן און געפארקט דא דארט, ווי נענטער מ׳האט געקענט.

בנוגע די פארענטשעס סעיפטי. דאס אויסשפרייטן נעצן אויף די העכערע שטאקן איז בעיקר וויכטיג פאר די סארט וואס ווערט צוזאמגעשטעלט ווי א פאזל, יענער איז געווען אויף די זייט פונעם כולל, 16 לעוועל׳ס.

די סיבה פארוואס די נעצן פעלט אויס איז, ס׳איז פארהאן א גרויסע געפּ אין די הייעך צווישן איין לעוול אין די צווייטע, אזוי אויך איז די ברייטקייט צווישן איין לעוועל אין די צווייטע 2.5 אינטשעס, ווייל אויף יעדע לעוועל איז פארהאן א לעכל אריינצושטעלן א געיט.

משא״כ די פארענטשעס אויף וואס די קינדער זענען געזיצן איז די הייעך עפענונג סאך קלענער, אזוי אויך איז עס נישט איבריג צושפרייט צווישן די לעוועלס אויף די ברייט. און דאס איז אייגענטליך די סיבה פארוואס מ׳ניצט יענע פארענטשעס פאר די קינדער.

דער קינד וואס איז געפאלן - בנו של העסקן הגדול, וועלכע האט אריינגעלייגט עטליכע מעת לעת׳ן איבערמידליכע כוחות דער מעמד זאל זיין א סוקסעס - איז געפאלן פון די קינדער פארענטש פונעם 6׳סטן לעוועל!.. וואס ביי אזא הייעך לייגט מען ניטאמאל די סעיפטי נעץ אפילו ביי די אנדערע סארט און פארענטשעס. און לויט צו׳זעה׳ער איז דאס קינד נישט פשוט אריינגעפאלן, נאר עפעס איז פארגעגאנגען דארט מיט א ברעט מיט וואס קינדער האבן זיך געשפילט, און דאס האט אומגעווארפן דאס קינד..

בקוצר, מ׳טוט אלעמאל פארזיכערן די פארענטשעס לויט וויפיל מ׳ברויך. און ס׳איז נישט שייך אינטערצונעמען סעיפטי מעטאדן אויף זאכן וואס איז שווער פאראויסצוזעהן. אלעס קען פאסירן, און פון אלעם לערענט מען זיך. והבין.

לגבי די מצב פונעם קינד, ב״ה ער געפונט זיך שוין אין א בעסערע צושטאנד, באוועגט זיך שוין געהעריג אלע אברים, ער רעדט, וויינט ווען ער האט יסורים, און האט שוין אפילו געגעסן מיטן מויל. זאל ער האבן א רופ״ש.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מאי 24, 2019 2:15 pm

ברייטערע אפהאנדלונג בנוגע די פארענטשעס סעיפטי, זעה דא
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » פרייטאג מאי 24, 2019 3:18 pm

פראצעדור האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:א אינגעל איז נעבעך אראפגעפאלן פון די פארענטשעס. פארן הדלקה, הצלה האט אים אריינגעפירט און שפיטאל, די מצב האט זיך פארערגערט אינמיטן וועג,


די מצב האט זיך שוין פארבעסערט ?

יא ב"ה שוין אראפ פונעם רעספירעטאר,
ער איז שוין ביי זיך ב"ה,
דארף נאך א גאנצע רפואה.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג מאי 26, 2019 10:35 am

שכח טשאדעלע פארן קלארשטעלן די פאקטן.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג מאי 26, 2019 10:58 am

ווער האט געשפילט דאס יאר?
(אנטשולדיגט אויב איז שוין געשטאנען פריער, דורכגעבליקט און נישט געזען).

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » זונטאג מאי 26, 2019 12:14 pm

ר' יודל אקער

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » זונטאג מאי 26, 2019 11:02 pm

פריינד האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:א אינגעל איז נעבעך אראפגעפאלן פון די פארענטשעס. פארן הדלקה, הצלה האט אים אריינגעפירט און שפיטאל, די מצב האט זיך פארערגערט אינמיטן וועג,


די מצב האט זיך שוין פארבעסערט ?

יא ב"ה שוין אראפ פונעם רעספירעטאר,
ער איז שוין ביי זיך ב"ה,
דארף נאך א גאנצע רפואה.

חסדי השם!
דאס אינגעל איז שוין אהיים פון שפיטאל.
ממש נסים. כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג מאי 27, 2019 3:25 pm

ב''ה, יש''כ פאר די נייעס

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 28, 2019 8:17 pm

טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מיטוואך מאי 29, 2019 10:26 am

ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

מיינעך טאקע אז קומענדיגע יאר זאל ארויסקומען א קול קורא אז עס איז אסור בשו"א צו פארייכערן א ציגרעטל און צו גיין נאך געלט אז יא וועט מען דאס שטרענג פארסירן!
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך מאי 29, 2019 11:04 am

ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

פונקט ווי אין מירון...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 29, 2019 12:02 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

הלואי ווען מען קען פטור ווערן דערפון
האסט אן עצה?

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 29, 2019 4:15 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

הלואי ווען מען קען פטור ווערן דערפון
האסט אן עצה?

די קראך היטן אינטערסירט מיר נישט, די פראבלעם איז מיט די וואס גייען נישט מיט קיין היטן...
זיי האבן אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל דאס יאר פאר ווער ס'האט באמערקט, אין מ'האט זיי אביסל בארוהיגט,
אבער 'סאיז לכאורה ניט דא וואס צו טוען
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג מאי 30, 2019 2:47 am

געזען דער בילדער פון דער מעמד הדלקה און זיך מוראדיג געווינדערט פארוואס ביים טאנצען האט נישט דער קינדער וואס האבן חלקה אנגעטהון א קאפל מיט ציצת??
שפעטער האב איך געזעהן ווי דער רבי טוט אהן פאר יעדער יונגל דער קאפל און ציצית!!
א שיינע זאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם!

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג מאי 31, 2019 12:28 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

הלואי ווען מען קען פטור ווערן דערפון
האסט אן עצה?

די קראך היטן אינטערסירט מיר נישט, די פראבלעם איז מיט די וואס גייען נישט מיט קיין היטן...
זיי האבן אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל דאס יאר פאר ווער ס'האט באמערקט, אין מ'האט זיי אביסל בארוהיגט,
אבער 'סאיז לכאורה ניט דא וואס צו טוען

די קראך היטן זענען נישט קיין פראבלעם, סיז געווען היבש עלטערע און אפילו יונגערע ערנסטע מענטשען מיט קראך היטן זיי טאנצן געהעריג מיט מיטן עולם מיט זייערע קינדער סיז זייער שיין זיי שטערט נישט קיינעם אז זיי קומען, די וואס קומען אן די היטן און זיי טרינקן זיך אן פארדעם און מאכן זיך נאריש זיי דארף מען אויף עפעס א וועג שיקן א מעסעדזש אז נישט פון דעם רעדט מען, האבעך געטאנצן נעבן ר' יוסף חיים גר"וו שליט"א געווען א ערענסטע רינג און סיז געווען ליידיג אינמיטן, פלוצלינג טאנצן אריין 15 חברה זיי האבן אלע געשטינקן פון וויין און אלקהאל, צו מזל איז ר' יוסף חיים דארט געשטאנען און געזאגט מזאל זיי לאזן ווייל דער עולם האט זיי געוואלט פארשיקן, אפשר קען מען געוואר ווערן פון ווי זיי קומען סדארף לכאורה נישט זיין אזא שווערע זאך, איך גלייב זיי קומען פון עפעס א ישיבה צו פון פאלסבורג צו לעיקוואד אד"ג, און מזאל זאגן פאר זייער ר"י זאל רעדן צו זיינע בחורים זאלן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשען, למעשה זענען זיי ביי יענעם אינדערהיים,

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג מאי 31, 2019 4:21 pm

איך האב געפרעגט עטליכע: which Yeshiva are you coming from?

טינעק
פאסיעיק
פאר ראקאוועי
אלבאני

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג יוני 02, 2019 1:49 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:טערעסאנטע זאך ביי די הדלקה צו אדרעסירן אינעם צוקונפט, קומען אן פילע פרעמדע צו פארברענגען, לאכן ארום מיט די סמארט-טעלעפאנען, פארויכענען ציגארן, גייען ארום נאך צדקה, טוצעך א שומרי שבת מצב, דאס נעמט אוועק פון די ערענסטקייט פונעם מעמד.

הלואי ווען מען קען פטור ווערן דערפון
האסט אן עצה?

די קראך היטן אינטערסירט מיר נישט, די פראבלעם איז מיט די וואס גייען נישט מיט קיין היטן...
זיי האבן אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל דאס יאר פאר ווער ס'האט באמערקט, אין מ'האט זיי אביסל בארוהיגט,
אבער 'סאיז לכאורה ניט דא וואס צו טוען

די קראך היטן זענען נישט קיין פראבלעם, סיז געווען היבש עלטערע און אפילו יונגערע ערנסטע מענטשען מיט קראך היטן זיי טאנצן געהעריג מיט מיטן עולם מיט זייערע קינדער סיז זייער שיין זיי שטערט נישט קיינעם אז זיי קומען, די וואס קומען אן די היטן און זיי טרינקן זיך אן פארדעם און מאכן זיך נאריש זיי דארף מען אויף עפעס א וועג שיקן א מעסעדזש אז נישט פון דעם רעדט מען, האבעך געטאנצן נעבן ר' יוסף חיים גר"וו שליט"א געווען א ערענסטע רינג און סיז געווען ליידיג אינמיטן, פלוצלינג טאנצן אריין 15 חברה זיי האבן אלע געשטינקן פון וויין און אלקהאל, צו מזל איז ר' יוסף חיים דארט געשטאנען און געזאגט מזאל זיי לאזן ווייל דער עולם האט זיי געוואלט פארשיקן, אפשר קען מען געוואר ווערן פון ווי זיי קומען סדארף לכאורה נישט זיין אזא שווערע זאך, איך גלייב זיי קומען פון עפעס א ישיבה צו פון פאלסבורג צו לעיקוואד אד"ג, און מזאל זאגן פאר זייער ר"י זאל רעדן צו זיינע בחורים זאלן זיך אויפפירן ווי נארמאלע מענטשען, למעשה זענען זיי ביי יענעם אינדערהיים,


אינטרעסאנט ווי אין ווען עס טיטזיך אביסעל שמחה שפראצן זיי ארויס למשל פורים וכדומה
זי נשמה לעכצעט אויף עפעס
סתם פארשיקן איז זיכער נישט קיין מהלך

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 2:43 pm

שוין לאנג געטראכט אז מען דארף מאכן עפעס א צווייטע הדלקה'לע אין די געגנט ווי די צולאזטע זאלן זיך טרעפן דאס פלאץ,
מיר זענען שוין אויסגעוואקסן די סטעידזש וואס ביי די הדלקה מוז זיין געפאקט עד אפס מקום, ענדערש זאל זיין ווייניגער מענטשן מיט מער פלאץ צו טאנצן און אן די אלע מרעין בישין
גראדע האב איך שוין געמיינט און געהאפט אז דער דזשימיגראדער רבי אין בלומינגגראוו וועט זיי צונעמען אבער דערווייל איז עס נישט געשען,
אז מרעדט שוין - די געדרענג דעם יאר איז געווען עפעס שרעקליך, אנדערש ווי געמיינט פון פארדעם לאור פון די ווערעצקיער און דזשימיגראדער הדלקה, מען דארף זעהן עפעס צו טון פאר מער פלאץ אויף לשנה הבא אויב ח"ו משיח העט נאכנישט דא זיין

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג יוני 02, 2019 2:47 pm

סתם לאזן איז אויך נישט קיין מהלך. מען דארף האבן א גאנג.

איך רעד נישט ספעציפיש פון קרית יואל, די זעלבע איז נוגע אסאך מאל.

לדוגמא איך בין געווען א שטיק צייט צוריק ביי מקומות הקדושים אין אייראפא, זענען געווען 150 אידן און געזאגט תהלים ביי א קבר מיט גרויס התעוררות און מיט'ן רייסן זיך אריין א גרופע פון 10 בויעס מיט קליינע קאפעלעך און א "גיטאר" און הייבן אן צו טאנצן לעבעדיגע ניגונים, און אלעס רעקארדירט אויף די סמארטפאונס, דער עולם האט נישט געוואוסט וויאזוי צו הענדלען די זאך. צום סוף בין איך צוגעגאנגען צו זיי און געבעטן זיי זאלן אויפהערן, זיי האבן באמת נישט פארשטאנען וואס איז ראנג "הניגונים הם של הצדיק". האב איך געזאגט "הריקודים בחוץ, כאן זה מקום תפילה", זיי האבן פארשטאנען און ארויסגענומען די תהלימליך און אנגעהויבן זאגן מיט ערנסטקייט.

מען דארף זיי באמת מקרב זיין, אבער מען טאר זיי נישט לאזן צושטערן ערנסטע מעמדים מיט צולאזקייט וועגן ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
עס איז נישט קיין ספק אז דאס לאזן אריינברענגען די סארט זאכן, קאסט קרבנות פון שענסטע און פון בעסטן ואכמ"ל.

אין בית המקדש האט גאנץ כלל ישראל געקענט קומען, אבער נאך לויט די הלכות, מען האט געמוזט זיין טהור, אויסטוהן די שיך, און זיך אויפפירן מיט א מורא שמים, די פרויען זענען געגאנגען ווי זיי באלאנגען, און מען האט נישט געקענט גיין ווי די כהנים מעגן וכדומה.

עס איז דא א חסידות אין ארץ ישראל וואס האט געבויעט א שיין בית המדרש וואס איז געווארן א טוריסט פלאץ, און עס האלט שוין דארט אז ווען "מ'האט נישט קיין ברירה" לאזט מען אריין אויסגעלאסענע ... זיך צו פאטאגאפירן אין היכל הבית מדרש, מכלומר'שט אלס קירוב רחוקים, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי!

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג יוני 03, 2019 4:46 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:סתם לאזן איז אויך נישט קיין מהלך. מען דארף האבן א גאנג.

איך רעד נישט ספעציפיש פון קרית יואל, די זעלבע איז נוגע אסאך מאל.

לדוגמא איך בין געווען א שטיק צייט צוריק ביי מקומות הקדושים אין אייראפא, זענען געווען 150 אידן און געזאגט תהלים ביי א קבר מיט גרויס התעוררות און מיט'ן רייסן זיך אריין א גרופע פון 10 בויעס מיט קליינע קאפעלעך און א "גיטאר" און הייבן אן צו טאנצן לעבעדיגע ניגונים, און אלעס רעקארדירט אויף די סמארטפאונס, דער עולם האט נישט געוואוסט וויאזוי צו הענדלען די זאך. צום סוף בין איך צוגעגאנגען צו זיי און געבעטן זיי זאלן אויפהערן, זיי האבן באמת נישט פארשטאנען וואס איז ראנג "הניגונים הם של הצדיק". האב איך געזאגט "הריקודים בחוץ, כאן זה מקום תפילה", זיי האבן פארשטאנען און ארויסגענומען די תהלימליך און אנגעהויבן זאגן מיט ערנסטקייט.

מען דארף זיי באמת מקרב זיין, אבער מען טאר זיי נישט לאזן צושטערן ערנסטע מעמדים מיט צולאזקייט וועגן ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
עס איז נישט קיין ספק אז דאס לאזן אריינברענגען די סארט זאכן, קאסט קרבנות פון שענסטע און פון בעסטן ואכמ"ל.

אין בית המקדש האט גאנץ כלל ישראל געקענט קומען, אבער נאך לויט די הלכות, מען האט געמוזט זיין טהור, אויסטוהן די שיך, און זיך אויפפירן מיט א מורא שמים, די פרויען זענען געגאנגען ווי זיי באלאנגען, און מען האט נישט געקענט גיין ווי די כהנים מעגן וכדומה.

עס איז דא א חסידות אין ארץ ישראל וואס האט געבויעט א שיין בית המדרש וואס איז געווארן א טוריסט פלאץ, און עס האלט שוין דארט אז ווען "מ'האט נישט קיין ברירה" לאזט מען אריין אויסגעלאסענע ... זיך צו פאטאגאפירן אין היכל הבית מדרש, מכלומר'שט אלס קירוב רחוקים, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי!

די אלע פראבלעמען מאכן זיך ביי די וואס ווילן נאכמאכן די חסידים און כאפן נישט אז חסידות איז נישט שיכורות....
איך האב שוין מיטגעהאלטן ביי אסאך מעמדים ווי מען פרובירט זיי צו זאגן און מרמז זיין אויף אלע מינע וועגן אז דאס שטערט, און זיי כאפן נישט וואס זיי טוען ראונג... יענער טאנצט און איך שפרינג, וואסא חילוק וויאזוי?
גיי לערן מיט א ליטפאק חסידות....
נישטא וואס צו טון מיט זיי...


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט