א ברייטע אויפקלערונג איבער די פראבלעם בנוגע חינוך

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:29 pm

''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.

פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:05 pm

מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.

פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?


לפי האמת איז עס גארנישט ווייניגער ווי א מיטל צו קאנראלירן די חינוך פון די קינדער.

לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.

Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:27 pm

קול קורא נגד קאמאן קאור

michtav.png
קולת קורא נגד קאמאן קאור
michtav.png (104.38 KiB) געזעהן 1191 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:32 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.

Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.

נישט דאס פארלאנגט יעדער מלמד און מגיד שיעור פון די תלמידים?

"באמבל נישט נאך" האב ארויס די סברה און פרעג אריין אויב ס'שטימט נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:36 pm

ווייזער האט געשריבן:קול קורא נגד קאמאן קאור

michtav.png

די קול קורא איז פאלטש

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:42 pm

לייטער האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:קול קורא נגד קאמאן קאור

michtav.png

די קול קורא איז פאלטש


איך קלער אויך אז ס'איז פאלש. די חתומות און די מקום החתימה פון מרן פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א קומט אויס געפאטשקעט אדער גאר פאלש.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:51 pm

אויב עס וואלט אמת געווען וואלט עס חומת הדת געמאלדן

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:58 pm

אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

אלוקים נצב בעדת ק-ל

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:36 pm

א זעלטענע אסיפת הרבנים פון איז פארגעקומען יום שנכפל בו כי טוב ג' כי תצא
די אסיפה איז געווען גערופן אויף 2:30 נאכמיטאג, די אסיפה איז פארופן געווארן דורך כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''יי) שליט"א
עס האט זיך באטייליגט כ"ק מרן רבינו שליט"א – די וועד הרבנים פון פערלס כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א - גאב"ד קאשוי שליט"א - אבד"ק פאיע וחבר הבד"צ שליט"א – ווי אויכט די חשוב'ע רבנים, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א - - אבד"ק גרינוויל שליט"א – הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל בארא פארק וחבר הבד"צ – הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"צ קיט"ל קרית יואל – הגה"צ אבד"ק סאטמאר י-ם שליט"א - אבד"ק סיגוט שליט"א - הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"צ ביהמ"ד הגדול - הגה"צ ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ קיט"ל מירטל - הג"ר נפתלי הארוויטץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי וחבר וועד החינוך דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג – הגה"צ ר' שלום יושע ווייס שליט"א דומ"ץ ספינקא בארא פארק וחבר וועד החינוך דמוסדותינו הק' ב"פ - הגה"צ ר' שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל מאנסי- הגה"צ ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א דומ"ץ בקיט"ל ב"פ - הגה"צ ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאוט 8 - הגה"צ ר' משה ארי' ליבערמאן שליט"א דומ"ץ בקיט"ל –הגה"צ ר'יחזקאל טייטלבוים שליט"א דומ"צ קיט"ל קליימער - הגה"צ ר' יהוסף שווארטץ שליט"א דומ"ץ בקיט"ל - בני רבינו‎ שליט"א
הרה"ח ר' שלמה הערצאג יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג
די מנהלים פון די מיידל שולעס פון וומס"ב, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי‎
וואו אויך ר' נחמי' ווייס וואס מנוצט שוין יארן די ביכער וואס ער מאכט.
עס האט זיך באטייליגט עטליכע חשוב'ע עסקנים וואס די רבנים האבן זיי באאויפטראגט זיך אריינצולייגן אין די מציאת הדברים.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אנגעלייטעט די אסיפה מיט א רגש דקדושה ווי ער האט ארויס געברענגט דעם אחריות וואס עס ליגט אויף די נאספים ווען מ'איז דן אויף די חינוך פון תשב"ר וואס איז די יסוד פון די קומענדיגע דורות.
יעדע זאך וואס ווערט געטוען אין די מוסדות וואס רביה"ק האט אוועקגעשטעלט דארף זיין מיט א געוואלדיגע זהירות מען זאל חלילה נישט מועל זיין בקדשים אין די פקדון וואס רביה"ק האט אונז איבערגעלאזט.‎
די נאספים די רבנים הגאוה"צ עיני העדה וואס זיי טראגן דעם אחריות אויף דעם דור דארפן טאקע יעדע זאך דורכטוען לדעת את המעשה אשר יעשון.
דערנאך האט רבינו שליט"א ערווענט די גזירת החינוך וואס איז עומד על הפרק ארויסגעברענגט דעם קריטשען צייט אין וואס מען שטייט די גרויסע סכנה און פונעם צווייטען זייט ווי שטארק מען דארף האבן זהירות יעדע זאך און יעדע פעולה וואס מען טוט וואס וועט האבן א עפעקט אויף לאנגע יארן.
נאכדעם האט רבינו שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון די וועד הרבנים פון פערלס זאל פארלייגן די אסיפה.
די גאלאנטע רבי שליט"א ‎האט ארויסגעברענגט אז ער איז שוין בעובי הקורה די גאנצע צייט במשך די לעצטע דריי יאר וואס מען איז לוחם קעגן די גזירה, און די אלע טענות וואס מאנכע שרייען אז מען מאכט פשרות און אזוי ווייטער קומט פון חסרון ידיעה והבנה אין די מציאות, ער האט ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פון די אלע טענות.
דערנאך איז מען אריבער צו דעם נושא פון "קאמען קאר" די גאלאנטא רבי שליט"א האט מקדים געווען אז ער וועט פארלייגן דאס וואס ער האט מברר געווען אבער ער וויל הערן וואס די אנדערע רבנים האבן צו זאגן אויף דעם.
נאך א לענגערע צייט אראפלייגן די מציאות הענינים און די אלע טענות וואס מען טענה'ט דערויף און די אמת'ע פאקטן וואס ער האט מברר געווען, איז ארויסגעברענגט געווארן אז די נייע ביכער וואס איז ערצייגט דורך פערלס וואס איז געשריבן און צוזאמען געשטעלט דורך ערליכע אידן אויפן קאמען קאר סיסטעם איז א בחינה פון רפואה קודם למכה, און מען קען זאגן אז רביה"ק בגנזי מרומים האט דערפון א שביעות רצון, ווי באקאנט האט רביה"ק משתוקק געווען אז מזאל ערצייגן אייגענע ביכער.
די גאלאנטע רב ווי אויכט נאך עטליכע רבנים האבן שטארק באטאנט אז די נושא פון קאמען קאר האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיטן גזירתת החינוך דאס איז א ענין וואס איז נוגע די מוסדות.
עס איז געווען דארטן אויפן טיש מערערע קונטרסים מיט דאקעמענטן פון אלע צדדים, כדי מען זאל קענען מעיין זיין בשעת מעשה.
‎נאכדעם האבן די רבנים צווישן זיך איבערגאנגען און דורך געשמועסט אלע חלקי הבונה והסותר מצד א' די אלע טענות וואס ווערן געהערט בחוצות וברחובות, און דערקעגן די אמת'ע פאקטן.‎
הגה"צ גאב"ד קאשוי שליט"א האט אויכט ארויסגעברענגט אז ער איז באקאנט אין די מציאות הענינים און ער האט גוט דורכגעטוען די טענת המערערים, ער האט ארויסגעברענגט אז די מערערים אין להם על מה שיסמוכו.
די רבנים פון די וועד הרבנים פון פערלס האבן ארויסגעברענגט בתו"ד אז זיי זענען נישט געקומען דא בעטן די רבנים זאלן זיך מצרף זיין צו דעם וואס זיי האבן מחליט געווען, נאר אדרבה יעדער איינער וואס האט עפעס א טענה אדער א פקפוק זאל עס אויסשמועסן כדי מען זאל קענען צוקומען צו א קלארקייט.
די מנהלים שליט"א וואס שטייען בראש המוסדות האבן דארט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' בנציון פייערווערגער הרה"ח ר'נחמן זיגעלמאן און די מנהל אין בורא פארק.
די רבנים שליט"א האבן אויכט פארגעלייגט זייערע שאלות פאר די מנהלי המוסדות פאר די מנהלי המוסדות פון אלע שטעט צו פארשטיין מיט א קלארקייט די מציאות הענינים.
מען האט אויכט איבערגעשמוסט די אלע פרטי הדברים מיט די אנוועזנדע פונעם וועד החינוך, וועלעכע האבן מעיד געווען אז יעדע זאך אינערהאלב די מוסדות ווערט דורכגערעדט און דורכגעטראכט כראוי וכיאות.
מען האט געוויזן די אלע ביכער וואס מען ניצט אין אונזערע מוסדות פאר די רבנים א טייל ארויסגעגעבן דורך פערלס און א טייל פון אנדערע קאמפעניס.
עס האט אויכט אויפגעטרעטן ר' נחמי' ב''ר ארי' ווייס וואס טוט שוין אין די ענין פון ביכער לאנגע יארן און האט מסביר געווען פארשידענע חלקים אין די מציאות, און געוויזען אין די ביכער די מציאות.
אזוי אוכיט האט מען גערעדט דארט מיט ר' יואל ברוין פון מאנסי וואס ער איז שטארק באקאנט אין די מציאת הדברים.
ער האט ארויסגעברענגט אז אסאך ביכער וואס ער האט געמאכט נאך איידער עס איז ארויס די קאמען קאר מהלך איז למעשה נאך וואס עס איז ארויס קאמען קאר דאס אויכט באשטעטיגט געווארן, און אנדערע ווערטער "קאמען קאר" איז נישט עפעס א גרויסע חידוש.
ער האט ארויסגעברענגט אז די אלע טשטושים ובלבולים קען נאר זאגן איינער וואס זעהט נישט די מציאות פאר די אויגן און האלט נישט מיט די סדר הלימודים אין א בית חינוך.
מען האט נישט דורגעלאזט א דבר קטן און א דבר גדול וואס איז נישט אויסגעשמועסט געווארן, אין יעדע טענה האט מען מעיין געווען, ביז עס איז ארויס די קלארקייט ברור כשמלה.‎

די רבנים שליט"א האבן פה אחד מחליט געווען אז די אלע טענות וואס מען הערט אויף "קאמען קאר" בחוצים וברחובות האבן נישט קיין האפט אין איז נישט אין איינקלאנג מיט די מציאות הדברים. און עס איז אויכט נישט מקום להחמיר צוליב מראית עין וכדומה נאר אדרבה עס האט אויכט געוויסע מעלות ברוחניות מער ווי די אאלטע סדר.

במשך די דיונים האבן די רבנים ארויסגעברענגט די מעשה השחתה וואס ווערט אפגעטוען דורך אזעלעכע יונגען וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף זיך, און זיי זוכן לחרחר ריב פאר אנדערע אינטערעסן.
קאשוי רב האט בתו"ד פארציילט אז די חברה טערעזירן אים אויף אלע סארט אופנים און אפילו נעכטען שפעט ביינאכט האט מען אים געקאלט שרייען.
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א האט פארציילט ווי זיי זענען ביי אים געזעצן שעות אויף שעות אויף אים אין יעדען טאג האבן זיי געטוישט טענות... ווי אויכט האבן זיי אים ארום געשלעפט מיטן ברענגן דאקעמענטן און צום סוף האבן זיי אים געברענגט די זעלבע דאקעמענטן וואס איז שוין מיט עטליכע טעג פריער געווען פארשפרייט.
גרינוויל רב האבן עטליכע געזאגט אז טאמער גייט ער אינטערשרייבן וועגן קאמען קאר, נעמען זיי ארויס די קינדער און גייען אוועק דאווענען‎.
בתוך הדיונים האט הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א זיך אויפגעשטעלט און בקול חוצב להבת אש אויסגעשריגן איבער די השחתה פון די שמוציגע נידריגע האט ליינ'ס און דיעות זאגגער'ס, וואס דאס רייסט אויס דעם כח התורה והוראה און העצט אן דעם יונגווארג צו טוען מעשים אשר לא יעשו !
די מאנסי רב שליט''א האט זיך אויסגעדריקט מיט גאר שארפע דיבורים אקעגען די אלע וואס רעדען אויף די האט ליינ'ס.‎
די דיונים זענען פארגעקומען במשך קרוב צו דריי שעה
לעצט פאראכטן דורך אורח הכבוד אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:25 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:40 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.

פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?


לפי האמת איז עס גארנישט ווייניגער ווי א מיטל צו קאנראלירן די חינוך פון די קינדער.

לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.

Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.


דא מוז מען טון פאר די קאממאן קאר סטאנדארט אדער דאס איז זייער ציל?

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:46 pm

Tahares hakodesh האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.

פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?




לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
.


און וואס האלטסטו? וויאזוי דארף מען לערנען? דארף מען נישט פארשטיין וואס אביי זאגט און צו עס שטימט? וואס טוען די טויזנעטער ספרים כל הש''ס אויב נישט פרעגן אויף אביי און פרובירן צו ענטפערן.

עס איז נאך אלץ אמת אז מיר דארפן האבן רעספעקט פאר רבותינו האמוראים, אז אפילו אויב מיר טרעפן נישט דעם תירוץ, גלייבן מיר נאכאלץ אז ער האט נישט גערעדט אין די וועלט אריין. אבער אוודאי דארף מען פרובירן צו פארשטיין, פרעגן, ענטפערן, ''זעהן צו עס מאכט סענס''.

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:20 pm

חתימת כ"ק אדמו"ר מ'יאוואזשנא איז ווייט פון אמת.

מי לה' אלי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

תגובהדורך מי לה' אלי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:13 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.

איינער זאגט, 'ס'איז פאלש.', די צווייער זאגט 'ער מיינט' אויך... די דריטער זאגט שוין א סברה, און ס'לאזט זיך גלייבן, באלד גייסטו גיין, און זאגן איך ווייס פאר א פאקט!!....
אזוי ווי אלע אנדערע נארישע זאכן וואס אסאך זאגן דא...

איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.

מי לה' אלי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

תגובהדורך מי לה' אלי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:17 pm

קודם זאגט מען אז מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן זי"ע...
דערנאך זאגט מען אז מען מוז מאכן פשרות! ? (רח"ל) און אלעס על דרך רביה"ק..., און "לשם שמים"!?
נאכדעם הייבט זיך אן
קאממאן קאר איז נישט קיין פראבלעם
דעוויד קאלמאן האט עס נישט געשריבן.
ער האט נישט געוואלט מאכן כופרים.

אא"ו

מי לה' אלי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

תגובהדורך מי לה' אלי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:43 pm

ס'קען זיין דאס איז נישט ענדגילטיג, און מען האט עס נאכנישט אפיציעל ארויסגעגעבן, ווייל ס'דארף נאך צוקומען חתימות וכדו'
און איינער פון אינעווענדיג האט עס דא ארויפגעלייגט, מ'זאל זעהן אז ס'איז דא...
אבער אמת איז עס!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:02 pm

די החלטת האסיפה וועט בעז''ה ווערו ארויסגעגעבן בכתב און די קומענדיגע שעות
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:09 am

photo_2019-09-12_13-05-05.jpg
photo_2019-09-12_13-05-05.jpg (196.19 KiB) געזעהן 734 מאל
photo_2019-09-12_13-05-24.jpg
photo_2019-09-12_13-05-24.jpg (164.21 KiB) געזעהן 734 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:29 am

מי לה' אלי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.

איינער זאגט, 'ס'איז פאלש.', די צווייער זאגט 'ער מיינט' אויך... די דריטער זאגט שוין א סברה, און ס'לאזט זיך גלייבן, באלד גייסטו גיין, און זאגן איך ווייס פאר א פאקט!!....
אזוי ווי אלע אנדערע נארישע זאכן וואס אסאך זאגן דא...

איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.

איך ווייס פאר א פאקט אז ס'איז פאלש

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:32 am

Der Yid.PNG
Der Yid.PNG (387.6 KiB) געזעהן 663 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:35 am

ווייזער האט געשריבן:קול קורא נגד קאמאן קאור

michtav.png

פאלטשע בריוו

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:46 am

מי לה' אלי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.


איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.


איר זענט לכאורה אריינגעפאלן בפח יוקשים.., און א עצה טובה פאר נעקסט טיים שרייבט נישט בידועה ברורה אויף עפעס וואס איינער האט דיר פארציילט...
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:36 am

מי לה' אלי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.

איינער זאגט, 'ס'איז פאלש.', די צווייער זאגט 'ער מיינט' אויך... די דריטער זאגט שוין א סברה, און ס'לאזט זיך גלייבן, באלד גייסטו גיין, און זאגן איך ווייס פאר א פאקט!!....
אזוי ווי אלע אנדערע נארישע זאכן וואס אסאך זאגן דא...

איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.

קאנפירעמט ס'איז קלאר פאלש...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:44 am

וואס איך האב געשריבן אויף אייוועלט זעקס חדשים צוריק.


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p1937038

מי לה' אלי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

תגובהדורך מי לה' אלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:35 pm

איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן, די אריגינעלע חתימות ידם פון עטליכע פון דעי רבנים אויף דעם קול קורא.

מי לה' אלי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

תגובהדורך מי לה' אלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:43 pm

וואס מיינט וויסן אז ס'איז 'נישט' אמת

האסט געפרעגט איינער פון דעי רבנים און זיי האבן געזאגט אז ס'איז נישט אמת?

(ווייל פרעגן אפאר מענטשן, און זיי זאגן אז -מסתם- איז עס נישט אמת, אדער אז זיי ווייסן נישט אז ס'איז יא אמת, מיינט נאכנישט 'ס'איז נישט אמת'......)


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט