בלאט 2 פון 14

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 2:16 am
דורך שוועמל
הערות אויף שמות.
די צענטער קאלום אונטן ברויך זיין אן אנדער קאליר פון די אויבערשטע (ברוין), בעסער א ליכטיגערע קאליר, די זעלבע מאכט עס אויסקוקן ווי עפעס א אפגעהאקטע זאך אן קיין צורה.

אבער מען זעט שטארק אז ס'יז נישט ארץ ישראל'דיגע דעזיין צו וואס דער עולם איז געוואוינט זען אזוינע אויסגאבעס.

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 1:14 pm
דורך 3x0
די וואך פר' בא תש"ע 6#

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 1:17 pm
דורך שמערי בערי
"הערליך" איז פעסט דאס ווארט. איך גלייך זייער דעם ווינטערידגן וויאו.

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 6:08 pm
דורך דארפסמאן
אבער איך פארשטיי נישט די פיקטשער, די וויזניצער רב איז געגאנגען סקיען אויף די בערג ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 8:02 pm
דורך דער גראפיסט
דאפסמאן די דעקל פראבירט מען צו מאכן אינטערסאנט און ציעדיג מען זאל עס קויפן ממילא שרייבט מען גארנישט אויפן דעקל אבער איינמאל מען קויפט עס פארענטפערט זיך געווענליך רוב קשיות..

סא דארפסמאן קום אונז זאגן מארגן טאקע וואס די בילד איז...

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 8:04 pm
דורך סימקאוויטש
הער גראפיסט, עס איז טאקע הערליך שיין!

אבער עפעס די האיטי ערדציטערניש ליגט עפעס מאדנע?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 1:50 am
דורך ווארום
דארפסמאן האט געשריבן:אבער איך פארשטיי נישט די פיקטשער, די וויזניצער רב איז געגאנגען סקיען אויף די בערג ?


אויב סקיט ער מיט דעם דארפסמאן שטעקן בין איך איהם גאנץ ווייניג מקנא..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 11:48 am
דורך האניג
סימקאוויטש האט געשריבן:הער גראפיסט, עס איז טאקע הערליך שיין!

אבער עפעס די האיטי ערדציטערניש ליגט עפעס מאדנע?

גיי אריבער עסטו זען אז גאנץ האיטי זעט היינט אויס עפעס מאדנע...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:10 pm
דורך באנקיר
די בילד פון וויזניץ איז א צוזאמגעשטעלטע מעשה.
דא האט איר די ארגינעלע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:33 pm
דורך דער גראפיסט
יעצט זאג די מיר וועלכע סאיז שענער......

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:41 pm
דורך דארפסמאן
ווארום האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:אבער איך פארשטיי נישט די פיקטשער, די וויזניצער רב איז געגאנגען סקיען אויף די בערג ?


אויב סקיט ער מיט דעם דארפסמאן שטעקן בין איך איהם גאנץ ווייניג מקנא..


עס איז נישט מיט מיין שטעקן, מיין שטעקן איז א געהעריגע סקינג שטעקן מיט א גיטע שפיץ

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:45 pm
דורך האניג
חחח! גוט! דאס שפיל מיט בילדער דערמאנט מיר אז די משפחה האט אין אן אויסגאבע עטליכע יאר צוריק (מעגליך אפילו אויפ'ן דעקל) געלייגט א בילד פון הרב חיים קניבסקי מעוטף בטלית ותפילין, קומענדיגע וואך האבן זיי גשריבן א סליחה בריוו אז דאס וואס מ'זעט ר' חיים האט די תפילין אויף דער נישט ריכטיגע היינט, איז א טעות פון זייער זייט, ווען זיי האבן געפליפט דעם בילד ס'זאל שטימען מיט'ן גראפיקס, האבן זיי נישט אינאכט גענומען ס'זאל שטימען מיט'ן מציאות אויך...

אגב, גראפיסט, ס'געפעלט מיר ווי "די וואך" סימבאל שטעטק זיך אזוי שיין ארויס פון די בערג איבער'ן הימל.
און אויב מעג איך צולייגן עפעס, וואלט דען נישט געווען שענער אז די שורות פון "אינערהאלב די וואך" זאלן נישט זיין קיין אותיות דגושות (באלד)?

________________________
דארפסמאן האקט אן קיין רחמנות

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2010 3:24 pm
דורך צייטליך
אה! איך האב געזוכט דעם ארגינעלן בילד. כ'האב פשוט געוואלט זעהן דעם "ביפאר ענד עפטער" בילד.

רב גראפיסט. עס מאכט אויס גאר אסאך דער שיינער בעגראוד פון אונטן. און ווי האניג האט שוין ערווענט, "די וואך" גייט זייער גוט אריין צווישן די בערג.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 10:04 am
דורך פריילאך
און איך בין מסופק צו עס לוינט צו שפילן מיט א בילד כדי עס זאל אויסזעהן שענער.

מענטשען פארלירן די טראסט אינעם אויסגאבע.

כיון שניתן רשות לשנות אינו מבחין...

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 10:53 am
דורך אלף בית
ביי סתם א בילד שפילט ער זיך נישט ארום, נאר אויפן קאווער.
די קאווער צייגט אסאך שענער מיטן בילד פון די שניי בערג.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 10:59 am
דורך רעיא מהימנא
א הערליכע דעקעל!

געשריבן: מיטוואך ינואר 27, 2010 12:14 pm
דורך 3x0
די וואך פר' בשלח #7

געשריבן: מיטוואך ינואר 27, 2010 1:15 pm
דורך שמערי בערי
פראכטפול!, אבער ר' גראפיסט, איך ווייס נישט צו דו קענסט עס נאך טוישן אדער נישט, אבער די שטריימל איז נישט אזוי הונדערט פראצענטיג אויסגעשניטן, ס'מאכט עס אויסזעהן נישט פראפעשאנעל.

געשריבן: מיטוואך ינואר 27, 2010 1:20 pm
דורך האניג
זייער שיין צוגעשטעלט די קאלארינג פונ'ם בעקישע צום ארומיגע!

אגב, שכוח פאר מיר פאלגן א גאנג:
האניג האט געשריבן:און אויב מעג איך צולייגן עפעס, וואלט דען נישט געווען שענער אז די שורות פון "אינערהאלב די וואך" זאלן נישט זיין קיין אותיות דגושות (באלד)?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 8:31 am
דורך גיט געזאגט
שמערי בערי האט געשריבען

פראכטפול!, אבער ר' גראפיסט, איך ווייס נישט צו דו קענסט עס נאך טוישן אדער נישט, אבער די שטריימל איז נישט אזוי הונדערט פראצענטיג אויסגעשניטן, ס'מאכט עס אויסזעהן נישט פראפעשאנעל.


יעדער האט זיין וועג ווי אזוי ער שנייט א שטריימל
שמערי לאמיר הערן ווי אזוי די שנייטס א שטריימל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 10:35 am
דורך שמערי בערי
אדער וואלט איך עס געשניטן מיט טשעננעלס. אדער קען אויך זיין אז אין אזא פאל ווען מ'דארף נישט אויסשניידן א גאנצע שטריימל נאר א קליין חלק וואלט איך מיר אפילו געשפילט מיט "פען טול" און צוגעפוצט מיט אנדערע פאטאשאפס פיטשערס פאר דעם.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 12:30 pm
דורך גיט געזאגט
וואס מיינסטי צו זאגען מיט טשעננעלס?
זיי דיר בעסער מסביר אויב איך מעג בעטן
תודה מראש

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 2:17 pm
דורך סימקאוויטש
לכאורה איז טשענעלס מעסקינג די בעסטע וועג דאס צו מאכן, אבער אפילו מיט טשענעלס איז דאס א שווערע ארבעט עס זאל זיין פונקטליך און שיין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 2:34 pm
דורך שמערי בערי
אמת, אבער כ'מיין אז בנוגע דעם בילד אויף דעם פלאץ (די וואך) וואלט עס נישט געווען אזוי שווער. ס'איז נאר א קליינע חלק, און מ'קען זיך ארום שפילן דערמיט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 03, 2010 11:07 am
דורך 3x0
די וואך פר' יתרו #8