וואס וועט טאקע זיין? עפעס צום ליינען (קעפיל געטוישט)

די אחראים: אחראי, געלעגער

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

וואס וועט טאקע זיין? עפעס צום ליינען (קעפיל געטוישט)

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:36 am

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'האט צופיל צייט...

זייענדיג איינע פון די טויזענטער אידישע קינדער וואס זענען זיך נוהג נישט אריינצוברענגן אין שטוב קיינע ענגלישע ליין מאטריאל, צוליב'ן מנהג פן נזהר זיין אין שם לשון מלבוש א מנהג וואס אבותינו במצרים האבן נאך איינגעפירט און מ'זעה מיר טאקע אז ס'האט געארבייט.

בכן, האבענדיג א שטיקעל פעדער, כ'מיין קיבאורד אין די האנט גיי איך בלית ברירה ווערן אן אדוואקאט פאר די טויזענטער אידישיע משפחות. דהיינו, פארפירן און איבערדרייען ביז ס'וועט ארויסקומען א "פאקטישער פאפיר" וואס ערליכע אידישע קינדער זאלן דערפון הנאה האבן מידי שבוע בשבוע, אידישע וועלט אויפ'ן געוועב איז ווייט נישט גענוג!

איינער פון אונזערע חברים, כ'דענק נישט ווער, האט שוין אמאל אויפגעברענט א "חלום אשכול" מיטן פלאן אז פון די פילע גוטע סחורה אויף אידישע וועלט זאל מען פראדוצירן א צייטונג. נישט יעדער איז געווען איינשטימיג דערמיט, זה בכה וזה בכה, אבער יעדער האט מסכים געווען אז דער חלל פאר א ערליכע, אפגעהיטענע, אויסגעהאלטענע, און אמערסטענס געשמאקע אידישע צייטונג איז גרויס, אזאנס איז נישט בנמצא!

ס'דא אויסגאבעס קע"ה וויפיל איר ווילט, איינס איז גוט פארן כולל אינגערמאן וואס חלש'ט צו וויסן פונקטליך וועגן אבאמא'ס יוגענט, און צו זיין געבורט שיין איז פון דאהי אדער קעניע, דער אנדערער איז גוט פאר די עקרת הבית וואס האט שטארק הנאה צו לעזען וועגן די זייער מאשענאל מעשה פון משפחת גליקמאן וואס האט געהאט א פלעט אויפ'ן וועג צום קאנטרי און מיט גרויס סעייאטע דשייע האט מען געטראפן א סינק צו טרינקן... יוש איז עס שיגע אינטערסאנט!

אבער עפעס וואס יעדער זאל זיך טרעפן דערין, דער ארבייטער, די בני בית, זיידי, באבי, שווער און שוויגער ל.א.ל., און ווער נישט?! אזאנס איז "נאך נישטא", כ'זאג עס בהחלט ווייל פאר מיר איז נאך נישטא קיין אויסגאבע. כ'גיי נישט אויסרעכענען אלע היינטיגע גאבעס מחשש גילוי, אבער כ'מיין ס'איז איבריג, פאר מיר איז בכלל נישט אינטערסאנט און אוודאי נישט פאר מיינע קליינע חברה, צו וויסן ווי אזוי ראבערט הענסן איז אראפגעטאנצן די פענסטער און כמעט פארלוירן זיין זוטשקע מיטן אטאם דערין, וועט עס אים געלונגען צו כאפן?

כ'זיך עפעס נארמאל, אינטערסאנט, ערנסט און אנע לצנות חוץ איין מאל א יאר פאר פורים, און ס'איז נישטא!

סאו, אין א בחינה פון אל תמנע טוב מבעליו בין איך מחייב און משביע (?) די אידישע וועלט שרייבער זיך צו נעמן צו דער ארבייט יעצט!!!

ראשית כל, זאלט איר אונז מיטיילן וואס איר האלט אז איר קענט שרייבן מידי שבוע בשבוע, און דערנאך וועלמיר זעהט ווי מ'גייט ווייטער און צו ס'האט א דזשאנס, אבער שלאפן קען מען נישט.

דער גרעסטער פראבלעם וואס קומט אונטער איז דער אלטער ניגון וואס מ'פלעגט נאך זינגען אינדערהיים אין מארמאראש: "געלט, געלט, געלט וועט זיין א ווינקעל, געלט, געלט, געלט וועט זיין א ווינקעל, פאר תורה ויראת שמים ביז משיח'ס טאג" קען זיין מ'האט עס געזינגען אביסל אנדערש, אבער ס'אמת אזוי געווען און אזוי וועט עס ווייטער זיין. אנע געלט קען מען שפאצירן אויפ'ן קאפ און מ'וועט אין ערגעץ נישט אנקומען.

אבער דער געלט פראבלעם קען נאר זיין א פראבלעם מיט וואס מ'זאל זיך דארפן ספראווען, ווען ס'זענען דא מענטשן מיט קוואליפיקאציעס, גרייט צו נעמן די זאך אין די האנט אריין.

כ'האב א חבר וואס ארבייט ביי איינע פון די גרויסע צייטונגען, זאגט ער מיר: האסט נישט קיין איינונג וואס ארבייט ס'גייט אריין יעדע ____ אז ס'זאל זיין מארגען אויף די שעלפ'ס", "מיינסט אז מ'שרייבט און אויב מ'האלט אז ס'איז גוט קען מען עס פובלעצירן? אויב יא וועסטו זיין אפגעשפארט אין א וואך!" עניוועי, ס'איז זייער שווער און מ'דארף האבן די ריכטיגע חברה.

ובכן אבוא דא אויף די אידישע וועלט פלאטפארמע, און זיך בעטן בכל לשון של בקשה צו אונזערע גוטע פריינט וואס ווילן באמת טוען צו דער זאך: לאמיר אנהייבן טוען "עפעס", אונז האמיר די "בעסטע שרייבער אויף דע מארקעט", כ'זאג עס בנאמנות, כמעט יעדער האט עפעס צו וואס ער טויג זיך גוט. כ'האב שוין אמאל געמאכט א שטיקעל חשבון ווער ס'וועט שרייבן וואס און קיינער האט זיך נישט קעגן געשטעלט... ידידינו ר' עס עפעס וואס האט באקומען דעם "נייעס שרייבער פאזיציע" האט נישט געשפעטיגט און ער האט זיך גענומען שרייבן טעגליכע נייעס באריכטן אז ס'איז לשם ולתפארת. און אויב ער קען יא, פארוואס זאל מען אים לאזן שרייבן פאר די פאר הונדערט אידן אויף אידישע וועלט? זאל ער ענדערש זיין דער רעדאקטאר פון די נייעס אפטיילונג ביי אונזער נייע צייטונג?!

כ'קען שוין נישט שרייבן, ס'שוין שפעט, אבער ווער ס'האלט אז ער קען עפעס צוגעבן צו די וועכענטליכע צייטונג וואס דארף ארויסקומען (בקרוב?) ווערט געבעטן אויפצוהייבן די האנט, כ'מיין אראפלייגן אויפ'ן שליסל-לוח (קיבאורד בלע"ז) און איינמעלדן פארן עולם, ונראה מה יהיה חלומותיו.

פאר די פילע וואס פרעגן וואס וועט זיין מיט געלט, וויל איך מודיע זיין א בשורה טובה אז כ'האב גערעדט צו קרעמער (כ'מיין, כ'קען איםבעטן אין אישי) אז זיין פירמע וועט ספאנסערן די ערשטע פיר וואכן, און אפי' מער אויב ס'וועט זיך אויספעלן! סאו דערווייל אויף אנצוהייבן איז נישטא וואס צו זארגן, קרעמער האט א גוטע קרעדיט קארד און געגאנגען זאל זיין!

בעק טו יו ?????
לעצט פאראכטן דורך יוסלמאן אום פרייטאג אפריל 30, 2010 9:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:43 am

שיינע ארטיקל, יישר כח.

אופס... די דיפאולט רעאקציע איז עפעס נישט אין פלאץ דא...

וואס יא? איך ווייס נישט. איך בין אזוי אויך ב"ה גאנץ פארנומען. איך קען ארבעטן שעות און שעות און נאך אלץ האבן ארבעט נאכצולויפן, אלזא, קען איך זיך נישט מתחייב זיין צו נעמען א טייל אין אזא סארט אויסגאבע. ואתכם הסליחה.

מיין קרעדיט קארד קענסטו אבער יא נוצן, עס איז אויף דזשארדזש'ס נאמען סיי-ווי (פאר די וואס כאפן נישט, איך רעד פון קרעמער הארדווער).

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:45 am

צו די איידיע איז אויספירבאר צו נישט, לאז איך פאר אנדערע איבערצושמועסן,

וואס איז זיכער, דער ארטיקל/פעליטאן איז הפלא'דיג.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:59 am

העי א רגע:

נאכ'ן פארשיקן דעם פריערדיגן תגובה'לע איז מיר איינגעפאלן אט וואס:

די אידישע וועלט ארכיוו איז אנטהאלט גענוג שטאף צו סטימיולירן אן אויסגאבע לכה"פ אויף א יאר אויב נישט מער, אמת נישט אלעס איז אקטועל, מען דארף אביסעלע קעראגירן געוויסע ארטיקלן, אבער סחורה איז דא פון אלעם גוטן.

למשל:
היסטארישע אפהאנדלונגען.

געדאנקן אויף צו וויינעו און לאכן.

דאס לעבן און שאפן פון כמה גדולי ישראלצ

עצות אויף פילע נושאים.

דברי תורה אויף די פרשה.

מילתא דבדיחותא,

חכמת החיים אין פארום פון לעבנס פאסירונגן פון פילע ניקס (כמובן ברשותם).

ועוד רבות כהנה.
..נאך א נקודה:
אויב ווערט פון דעם א פאקט, וועט עס צוברענגן אזא סארט קנאת סופרים, אין דער עולם וועט זיך אנשטרענגן צו שרייבן מערערע אין בעסערע ארטיקלן.

דער ראדאקטר וועט אי"ה האבן א שיינעם אויסוואל פון סחורה.
גענוג געפלאפלט....
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווילדער קאפ » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 12:06 pm

א רחמנות אויפן ראש הצייטונג וואס וועט דארפן מחליט זיין וואס יא אריינצולייגן און וואס נישט.
איך בין נישט מקנא זיין אישי קעסטל וואס וועט זיין פארפלייצט מיט בקשות, תחנונים, סטראשונגען, מיט גיטנס און מיט בייזענס.
היתכן האסט נישט אריינגעלייגט מיין ארטיקל? פארוואס האסטו דארט אראפגענומען די פאר שורות? ווער ביסטו מחליט צו זיין? וכהנה וכהנה רבות.
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 12:25 pm

לאמיר פורבירן צו מאכן א אויסשטעל פאר אונזער איין טאג חלום-קום-עכט צייטונג, וירא הקהל וישפוט...

ערשטע קעפיל:
הונדערטער אידן פון איבער די גארער וועלט געשטראנדעט אין אייראפע צוליב מעכטיגע אויפרייס.
סוב קעפעל:
אייראפע באדעקט מיט שטויב ווען בארג אין אייסלאנד רייסט – אידן וויילן אין עיר הבירה ווין איבער שב"ק – זעלטענע ווארימע הכנסות אורחים.

די נייעס וועט זיך אנהייבן אז הונדערטער אידן זענען געשטראנדעט, איז עס שוין א "אידישע צייטונג" וואס דער ליע עוועניו איד, וואס ס'אינטערסירט נישט צו א טראק איז אריינגעפארן אין א מישיגען געביידע צו א פרוי איז באראבעוועט געווארן אין סטעטן איילענד, אבער דאס אינטערסירט אים אויך.

אינעם נייעס באריכט וועט אויך זיין דער לאנגער ארטיקעל פון שאץ וועגן דעם שבת, כ'רעד ווען מ'האט ווען אזא צייטונג.

צווייטע קעפיל:
געריכט אורטייל פון רובאשקין ערווארטעט די וואך
סוב קעפיל:
כלל ישראל איז משתדל בתפילה ובתחנונים פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה זאל ארויסגיין מאפיה לאורה.א באריכט

האמיר שוין עפעס פיינע נייעס פון מילער, ליפשיץ, א בליק פון געלעגער און וואס נישט...

דריטע קעפיל (נאר דריי אויפ'ן פראנט קאווער):
פאראייניגטע וואל סטריט רעפארם
דערינען וועט זיין א ברייטער באריכט פון ר' עס עפעס וועגן וואל סטריט רעפארם, דאכט זיך אז אין קיין איין היימישע צייטונג וועט איר נישט טרעפן אזאליכע פיינע באריכטן.

יעצט לאמיר גיין צום תוכן.

קודם מיט די פארזעצונגען פון די ערשטע דריי ארטיקלען קען מען שוין האבן כאטש נאך צען פעידזשעס. און מ'גיימיר האבן נאך העדליינס אויך...

זייט צוויי וועט האבן קלענערע וויכטיגע אידישע וועלט געשעענישן:
מעיאר פון ירושלים ארעסטירט;
נייע הונדערטער באנקנאט;
(עפעס פון די קורצע טעגליכע אינטערסאנטע נייעס וואס עס עפעס באריכט טעגליך.)

זייט דריי:
עדיטאריעל:
טעמע קען זיין ה' אייר, גמ"ח פון וויענער אידונטום אד"ג.

ארטיקעל פאר די וואך:
עפעס ארום איינע פון די פגעי הזמן וכו'.

פון דא און ווייטער גיי איך צוריק ארבייטן.

סי יו לעיטער.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:28 pm

פארגעס נישט די תורה ארטיקלן פון יוסלמאן אין די מיטלסטע בלעטער..

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אפריל 26, 2010 1:31 pm

כ'וויל נישט לייגן איבריגע פרעשור, אבער וואס וועט טאקע זיין?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 26, 2010 1:54 pm

שטארק זיך האט א פוינט, מיר האבן דא א געוואלד מיט חומר פון די לעצטע (?) יאר

יוסלמאן, עמך אנכי, ווייל איך ווער שוין אויך צודרייט פון די אלע (נייעס) ליין מאטריאל וואס איך וויל זיי נישט אריינברענגן צו מיר אין שטוב.

נו געגאנען....

ואליבא דאמת, דא דארף מען שפרינגען
וכמו ששמעתי לעצטענס א גוטע מעשה, ערגעץ האט מען געמאכט א ריזיגע פארזאמלונג נעבן א טייך אינמיטן ווינטער, און מען האט אויסגערופן אז ווער עס וועט דורכשווימען דעם טייך ביז די אנדערע עק באקומט א מיליאן דאלער, נו מיליאן דאלער איז נישט קיין קלייניקייט.

ס'איז אבער דאך אינמיטן ווינטער, שטייט יעדער און קוקט ווער גייט זיין דער וואס וועט שפרינגען.

אינמיטן הערט מען.... פלאטשקע....

איינער האט געשפרינגען, ער ווערט פארשווינדן אונטער די אייז, דער עולם שטייט און קוקט מיט א פארכאפטן אטעם, וועט ער עס דורכמאכן, ענדליך ער קומט אן די אנדערע עק טייך, ער הייבט אויף זיין קאפ און שרייט:

ווער האט מיר אריינגעשטופט?

לענינינו, דא דארף מען איינעם געבן א גוטן שטופ, ווייל אליין בלייבט מען שטיין.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שמויגער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » מאנטאג אפריל 26, 2010 3:23 pm

פאר דעי מעשה אליין דארף מען ארויסגעבן א צייטונג!! ;l;p-
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג אפריל 26, 2010 5:46 pm

זוכט מען צופעליג א דיסטריביוטער? פאר די רייט פרייז וועל איך עס קאנסידערען.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג אפריל 26, 2010 9:01 pm

ר' יוסלמאן איך בין אויף דיין זייט 100%, ביי מיר אין שטוב קומען נישט אריין קיין איינע פון די אלע דריי צייטונגען מחמת סיבות המובנות, און די פרוי און קינדער לעכצן צו ליינען א אידיש ווארט, אבער דער ענין פון געלט איז סאך טיפער ווי דו מיינסט, צו מצליח זיין מיט אזא פריעקט דארף מען זיין גרייט "אויסצוהאלטן" דעם צייטונג כמעט אינגאנצן לכה"פ א יאר צייט, הכנסות פון אדווערטייזמענטס קומען אין די ערשטע צייטן בכלל נישט אריין, און איך זעה נישט ווער ס'איז דא מיט אזעלכע ברייט טאשן.

איך האב אביסל עקספיריענס אין די נושא, אויב דארפסטו מער אינפארמאציע שיק מיר אין אישי.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 30, 2010 9:07 am

רבותי, דער מצב ווערט ערגער און ערגער, ס'נישטא וואס אההימצוטראגן פארן אשת חיל צו ליינען און ס'וועט ח"ו ווערן צוטראגן, ס'האלט שוין דארט אז מ'וועט מוזן אריינגיין אינעם לאקאלן געשעפט קויפן איינע פון די צייטונגען, די נאכמיטאג איז צו גרויס און זיי ברויכן זיך האלטן ביזי.

וואס וועט זיין מיט עפעס צום ליינען פאר אידישע קינדער וואס ווילן האבן "נאר ערליכע" און באמת אויסגעהאלטענע געשמאקע ארטיקלען צו ליינען? רבותי אם לא עכשיו אימתי?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:40 am

ר' יוסלמאן

ווי לאנג די האסט נישט קיין פול טיים באצאלטע ארבייטער פארגעס דערפון
יעצט א באצאלטע ארבעטער קאסט געלט! אן געלט איז נישטא וואס צי רעדן

דעריבער האב איך אן עצה :wink:


גיי צי איינע פון די גרויסע צייטונגען וואס האבן גענוג געלט צו טוהן ווייטער ביזנעס און מאך אזא שטיקל שותפות מיט זיי

די חומר וועט אידישע וועלט צישטעלן די רוי מאטריאל
און ארויסגעבן אויף פאפיר וועט דער צייטונג קאמפאני

און עולם גולם דארף נישט וויסן אז דאס קומט פון יענע צייטונג קאמפאני
און מוועט זיך צעטיילן מיט די רווחים... לדרייפערטל למחצה לשליש ולרביע

אידישע וועלט וועט אויפנעמען א קאמיטע פון אפאר חשובע ניקס וואס יעדער וועט נאר דארפן אראפגעבן לאמיר זאגן א שעה צוויי א וואך נישט מער פון דעם

און זייער ארבייט וועט זיין ציזאם צינמען די רוי מאטריאל ד.ה. וואסערע חומר (נייעס און ארטיקלען) איז דא דעי וואך אין קרעטשמע ארויף צי לייגן פאר פובליק
און דן זיין אזוי ווי די מנהלים דא זענען דן וואס מעג יא זיין און וואס טאר נישט זיין

די ארבעט פון די צייטונג קאמפאני וועט זיין אויסצישטעלן די חומר און פארמאט פון א צייטונג
און אויך אריינציברענגן די אדדווערטייזמענטס

דערנאך וועט די ארבעט פון אידישע וועלט קאמיטע זיין איבערציקוקן צי די עדס זענען אויסגעהאלטן לויט די פארשריפטן
און צי די צייטונג קען גיין פובליק
און די ארטיקלען און נייעס אידאך שוין איבערגעקוקט דורך אידישע וועלט

שטייצעך אז די צייטונג באלאנגט פאר אידישע וועלט אויסשליסליך
די צייטונג קאמפאני איז נאר א געלט שותף

חלום חלמתי...

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:47 am

פאטאקי, ישר כוח פאר אייער געדאנק, אבער איר קענט גיין ווייטער חלומ'ן וועגן א RUN אין 08', א צייטונג וועט נישט גיין אויפבויען קיין קאמפעטישאן!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:49 am

פאטאקי,

גוד פוינט
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:54 am

יוסלמאן האט געשריבן:פאטאקי, ישר כוח פאר אייער געדאנק, אבער איר קענט גיין ווייטער חלומ'ן וועגן א RUN אין 08', א צייטונג וועט נישט גיין אויפבויען קיין קאמפעטישאן!


ווי לאנג דער קאמפעטישען איז ער אליין וועט ער דאס טוהן

רוב ביזנעסער ווען זיי האבן קאמפעטישענס און קענען זיך נישט קיין עצה געבן טוהן זיי אזוי זיי גייען קאמפעטישען קעגן זיך אליין און דאס איז רוב מאל די ישועה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:56 am

איך האף די כאפסט מיין פוינט נישט אז אידישע וועלט זאל דא מאכען געלט

אידישע וועלט איז דא ארויסציגעבן א צייטונג די צייטונג קאמפאני זאל מאכען די געלט
דעריבער האב איך געשריבען:

פאטאקי08 האט געשריבן:און מוועט זיך צעטיילן מיט די רווחים... לדרייפערטל למחצה לשליש ולרביע

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » פרייטאג אפריל 30, 2010 11:13 am

איך לעניות דעתי זעה נישט וואס עס זאל זיי באדערן... ווי לאנג זיי מאכן געלט דערויף...

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מאי 03, 2010 7:18 am

גוט מארגען אידישע קינדער, זאלמיר האבן אויסגעבעטן אלעס גוט'ס.

איר האט נישט געכאפט מיין פונקט, נישט אז אידישע וועלט זאל ווערן א צייטונג, נאר אזוי ווי אויף אידישע וועלט דרייען זיך "וועלט שרייבער" זאלן זיי אנשטאט עס שרייבן דא פאר א ענגע קרייז נארמאלע מענטשן וואס זוכן גוטע סחורה, והא ראיה אז זיי ליינען אידישע וועלט, זאל עס פארשפרייט ווערן איבער די אידישע וועלט, נישט אז מ'וועט קאפירן פון דא, נאר ס'וועט לכתחלה געשריבן ווערן פאר א נייע צייטונג.

עניוועי, כ'א'נישט קיין צייט יעצט, אפשר באלד.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט