די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:48 pm

לענ'ד וואלטן זיי ווען געדארפט אינטערוויוען עלטערע פרויען איבערלעבער פון די שרעקליכע קריג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:02 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, האב איך געקלערט בשעת'ן לעזן, גענצליך פון יענעם שנירל אין אוצר החכמה.

וויפיל פראצענט פון די צייטונג ליינער האלט איר דרייען זיך אויפן אוצר פארום?
מיר איז די ארטיקל געווען העכסט אינטרעסאנט

נאך אלס דא אן עטישער התחייבות צו שרייבן אז די חומר קומט פון דארט, און נישט אז עס זאל אויסקוקן ווי דער שרייבער האט אינטערוויואירט ר' שמואל נחמי' הירש וכו'

און דאס איז אויסער די עוולה פון אריינלייגן אן עקסלוסיוו בילד וואס עמיצער ווטס פארשט די נושא שוין יארן האט פארשאפט, און בעט דארט בפירוש נישט צו קאפירן די חומר אן רשות.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:43 pm

מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, האב איך געקלערט בשעת'ן לעזן, גענצליך פון יענעם שנירל אין אוצר החכמה.

וויפיל פראצענט פון די צייטונג ליינער האלט איר דרייען זיך אויפן אוצר פארום?
מיר איז די ארטיקל געווען העכסט אינטרעסאנט

נאך אלס דא אן עטישער התחייבות צו שרייבן אז די חומר קומט פון דארט, און נישט אז עס זאל אויסקוקן ווי דער שרייבער האט אינטערוויואירט ר' שמואל נחמי' הירש וכו'

און דאס איז אויסער די עוולה פון אריינלייגן אן עקסלוסיוו בילד וואס עמיצער ווטס פארשט די נושא שוין יארן האט פארשאפט, און בעט דארט בפירוש נישט צו קאפירן די חומר אן רשות.

א קשיא אויף א מעשה, מאכט זיך ביי די שענסטע (אויב ס'איז בכלל שיין...) צייטונגען, ממש לעצטענס מיטגעהאלטן א חלישות הדעת פון א חשובע שרייבער וואס איינער האט איבערגעדרוקט זיין חומר פאר א צייטונג, און מ'האט זיך בפירוש אויסגענומען אז ס'גייט שטיין ביידע נעמען, למעשה האט די צייטונג נאר געלאזט די נאמען פונעם איבערזעצער... אן אנדערע צייטונג האב איך אויך מיטגעהאלטן כמעט וועכנטליך ווי זיי האבן גענומען סחורה פון א געוויסע שרייבער, און איבערגעלייגט ביי זיך אין צייטונג, אבער אפגעשאחטען ווי ס'דארף צו זיין... און פון צייט צו צייט געשריבן אז ס'קומט מיט רשות פון יענע און יענע צייטונג (זיי האבן דאך איין מאל געגעבן רשות קען מען דאך שטענדיג נעמען ניין?), ידי שרייבער האט אפילו אנגערופן דעם צייטונג זאגן אז ער קען זיי צושטעלן חומר אויף א כשר'ן וועג... האבן זיי געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס ווייל זיי האבן יעצט גענוג...
וכדי בזיון וקצף - א שאד די רעגעניש...

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:51 pm

די צייטונג האט לעצטענס אין א לענגערע ענטפער צו א בריוו געשריבן אז ס'דא מענטשן וואס זענען זיך מורה היתר צו נעמען א צייטונג נאך שבת ווייל ס'גייט דאך סייווי שוין נישט פארקויפט ווערן... איז אפשר איז עס טאקע מותר וועגן הגונב מן הגנב :lol:
וצ''ע

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:24 pm

נעכטן האט געשריבן:די צייטונג האט לעצטענס אין א לענגערע ענטפער צו א בריוו געשריבן אז ס'דא מענטשן וואס זענען זיך מורה היתר צו נעמען א צייטונג נאך שבת ווייל ס'גייט דאך סייווי שוין נישט פארקויפט ווערן... איז אפשר איז עס טאקע מותר וועגן הגונב מן הגנב :lol:
וצ''ע

הגונב מן הגנב איז נישט מותר, מ'באצאלט נאר נישט קיין ד' וה'.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:53 pm

און וואס טוט זיל ווען א געוויסע מאמר איז א גונב מן הגנב שגנב מן הגנב...?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21588
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג ינואר 04, 2019 9:11 am

מיללער האט געשריבן:די ארטיקל אין די אידישע צייט פון חכם שושני

גאר א שיינער בריוו אין "די צייטונג" פון די וואך פרשת וארא פון א' מיוצאי מאנטיווידעאו, ווארפט גאר א גינסטיג ליכט אויף דעם פארהוילענעם פערזאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 04, 2019 1:34 pm

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די ארטיקל אין די אידישע צייט פון חכם שושני

גאר א שיינער בריוו אין "די צייטונג" פון די וואך פרשת וארא פון א' מיוצאי מאנטיווידעאו, ווארפט גאר א גינסטיג ליכט אויף דעם פארהוילענעם פערזאן.

רוב פרטים אינעם בריוו האט שוין א חשוב'ער ניק מותיב ומפרק ארויםגעלייגט אכט יאר צוריק אויף אוצה"ח פון א שמועס וואס ער האט געהאט מיטן כותב המכתב.

דער בריוו דא:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=515053#p515053

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג ינואר 04, 2019 2:43 pm

א נייער האט געשריבן:הגונב מן הגנב איז נישט מותר, מ'באצאלט נאר נישט קיין ד' וה'.


און אויך כפל דארף ער ניט באצאלן.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג מאי 05, 2019 7:03 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א

http://seforim.blogspot.com/2016/07/blog-post.html?m=0

http://seforim.blogspot.co.il/2016/03/b ... t.html?m=1


יישר כח, אינטערעסאנט דא שטייט אז ער האט געהאנדעלט מיט סטאקס,
אין צייטונג איז געשטאנען אז ער האט פארקויפט אינשורענס נאכ'ן איבערלאזן דאס רבנות.

היינט געהערט ביים שיעור פון הרב מנשה רייזמאן אז ער גיבט נאך שיעור אין א לעיקוואדער אלד עידזש האום. ברויך שוין צו זיין ארום 97.

ער האט היינט נאכגעזאגט שיינס א חידוש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21588
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 15, 2019 10:32 am

א פרישער קאלום פארהאנען
ווייסט איר פון וואנען?
נע וואדע, אליין פערשטאנען
"מורשת חכמי אמעריקא"
צוגעלייגטע
IMG_20190515_100312335.jpg
IMG_20190515_100312335.jpg (290.13 KiB) געזעהן 2188 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 15, 2019 11:25 am

ס'איז צום האפן אז ס'עט אנהאלטן לענגער ווי דער בלאג...
דביה תחדי נפשא

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך יולי 31, 2019 12:14 pm

אין היינטיגן עדיטאריעל אין די צייטונג, האט ער דארט א אינטערסאנטן געדאנק, נעמליך אז 'מצוה גוררת מצוה', דאס הייסט נאכדעם וואס טראמפ האט באפרייט רובאשקין, האט ער אצינד ווידער באפרייט דעם ר' בועז נחמני.

אויך שרייבט ער, אז אזויווי קלינטאן האט באפרייט 4 אידן פון טורמע, זאל טראמפ מוסיף זיין און באפרייען כאטש 5, מינומום איינס מער.

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מיטוואך יולי 31, 2019 2:51 pm

דער אלבערט איז קריעטיוו
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:31 pm

נארוואס פארענדיגט דעם ארטיקל אין די אידישע צייט איבער דעם נסיעה פון א חבורה אידן פון קרית יואל קיין ירדן, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגער ארטיקל, ס'קומט א באגריסונג פאר די צייטונג פאר'ן אהערשטעלן אזא ארטיקל!
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:43 pm

איז דאס פונעם צייטונג אדער איבערגעטייטשט פון אן אנדערע אויסגאבע

אביונה
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:19 am

אויב איינער קען עם מעורר זיין, איבער דעם איטערוויאו וואס ער האט געדרוקט פאר צוויי וואכן צוריק [לערך] מיט ר' מענדל גרינבערג [שיקאגאער] פון קרית יואל
דערציילט ער דארט בתוך הדברים: איבער דעם באזוך פונם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אין ארץ ישראל שנת תשי"ט, וואו ער איז געגאנגען מבקר חולה זיין דעם בריסקער רב זצ"ל, און זיך איינגעשפארט מיט אים פאר א וויילע, נאכן באזוך האט דער גבאי ר' יאסל זיך געוואגט צו פרעגן דעם רבי'ן איבער וואס מען האט גערעדט, האט דער רבי דערציילט אז דער בריסקער רב האט זיך אויסגערעדט פאר אים, אז דער בריוו וואס מען האט מפרסם געווען דאן פון אים איבער די בחירות, האט ער נישט געשריבן פאר די איצטיגע בחירות נאר פאר די וואלן אין די שטאט בריסק צענדליגער יארן פריער...
וואס שטימט נישט די מעשה, [וואס איז פרי דמיונו פון ....] איז...
נעמליך דער באקאנטער בריוו וואס די אגודה האט מזייף געווען פון בריסקער רב לטובת די בחירות, א בריוו וואס הגרי"ז האט געשריבן איבער די וואלן אין בריסק, איז הערשט מפורסם געווארן שוין נאכן פטירה פון בריסקער רב זצ"ל....

Jeff
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2011 3:53 pm

תגובהדורך Jeff » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:17 am

חמרא טבא האט געשריבן:נארוואס פארענדיגט דעם ארטיקל אין די אידישע צייט איבער דעם נסיעה פון א חבורה אידן פון קרית יואל קיין ירדן, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגער ארטיקל, ס'קומט א באגריסונג פאר די צייטונג פאר'ן אהערשטעלן אזא ארטיקל!



יאפ! אויך געלעזט און שטארק הנאה געהאט!!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:46 am

נעכטן האט געשריבן:איז דאס פונעם צייטונג אדער איבערגעטייטשט פון אן אנדערע אויסגאבע

עקסקלוסיוו צו די צייטונג
ביודעי ומכירי וכו'

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:41 pm

די ארטיקל פון די לאנדונג אויף די לבנה, איז געווען מוראדיג אינטערעסאנט און גוט באשריבען, אווי נאר אלבערט קען.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:28 pm

די ארטיקל איבער די כח הנגינה פונעם קדושת ציון איז עפעס געווען נישט....

(אזויווי כ׳האב לעצטע וואך איבערגעלאזט א קאמפלימענט אין דעם אשכול ביניך זיך מורה היתר צו זאגן אביסל קריטיק אויך...)
דביה תחדי נפשא

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:00 pm

חמרא טבא האט געשריבן:די ארטיקל איבער די כח הנגינה פונעם קדושת ציון איז עפעס געווען נישט....

(אזויווי כ׳האב לעצטע וואך איבערגעלאזט א קאמפלימענט אין דעם אשכול ביניך זיך מורה היתר צו זאגן אביסל קריטיק אויך...)

פאר דעם ווארט אליינס, אז טשעבינער רב ז''ל האט געזאגט פארן באבובער רב ז''ל אז די גאס זאגט אז די בחורים וואלטן מער געלערנט און ווייניגער געזינגען וואלט בעסער געווען...

פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט דער גאנצער ארטיקל. לדעתי...

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:51 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די ארטיקל איבער די כח הנגינה פונעם קדושת ציון איז עפעס געווען נישט....

(אזויווי כ׳האב לעצטע וואך איבערגעלאזט א קאמפלימענט אין דעם אשכול ביניך זיך מורה היתר צו זאגן אביסל קריטיק אויך...)

פאר דעם ווארט אליינס, אז טשעבינער רב ז''ל האט געזאגט פארן באבובער רב ז''ל אז די גאס זאגט אז די בחורים וואלטן מער געלערנט און ווייניגער געזינגען וואלט בעסער געווען...

פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט דער גאנצער ארטיקל. לדעתי...

מיינסט דעם ארטיקל אינעם באבובער מאגאזין?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:52 am

לא לנו האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די ארטיקל איבער די כח הנגינה פונעם קדושת ציון איז עפעס געווען נישט....

(אזויווי כ׳האב לעצטע וואך איבערגעלאזט א קאמפלימענט אין דעם אשכול ביניך זיך מורה היתר צו זאגן אביסל קריטיק אויך...)

פאר דעם ווארט אליינס, אז טשעבינער רב ז''ל האט געזאגט פארן באבובער רב ז''ל אז די גאס זאגט אז די בחורים וואלטן מער געלערנט און ווייניגער געזינגען וואלט בעסער געווען...

פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט דער גאנצער ארטיקל. לדעתי...

מיינסט דעם ארטיקל אינעם באבובער מאגאזין?

זיי מסביר ביטע
דביה תחדי נפשא

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:07 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די ארטיקל איבער די כח הנגינה פונעם קדושת ציון איז עפעס געווען נישט....

(אזויווי כ׳האב לעצטע וואך איבערגעלאזט א קאמפלימענט אין דעם אשכול ביניך זיך מורה היתר צו זאגן אביסל קריטיק אויך...)

פאר דעם ווארט אליינס, אז טשעבינער רב ז''ל האט געזאגט פארן באבובער רב ז''ל אז די גאס זאגט אז די בחורים וואלטן מער געלערנט און ווייניגער געזינגען וואלט בעסער געווען...

פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט דער גאנצער ארטיקל. לדעתי...

מיינסט דעם ארטיקל אינעם באבובער מאגאזין?

זיי מסביר ביטע

דאס איז א היסטאריש ווארט וואס כ'האב נאכנישט געהערט, האב איך הנאה געהאט דערפון, און בכלל פון דעם ארטיקל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט