"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מארטש 18, 2013 5:49 pm

בן בוזי, איר זענט גערעכט איבערן אלט-ניי לאזונג, ס'האט פארט א חן פון התחדשות פון וואס ס'איז מיר שווער זיך צו געזעגענען.

דערווייל האט מען נישט גערעדט איבערן ארטיקל איבערן גזירות המלבושים פון הרב יוסף צבי באנעט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 18, 2013 6:35 pm

יונה כהן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:אוי וויי

דער בעל זכרון יהוסף איז געווען א גאון הגאונים און ווער עס קוקט אריין אין זיינע ספרים ווערט נשתומם איבער זיין געוואלדיגע זיכרון און אופן פון זיינע צושטעלען ענינים.
לפי זיכרוני איז ער אויך געווען א ציוני אדער א סימפאטיקער. ער ווערט געברענגט אין שדי חמד אן א שיעור.

נ.ב. ובזיכרוני ברענגט ער אין א תשובה הובא בשד"ח אז מציצה בפה איז נישט א חלק פון מצות מילה מעיקר הדין און ער צייכענט צו דעם קצות אין הלכות שליחות אין חושן משפט, שאינו מצוה בכלל על כן אין בו מצוה בו יותר מבשלוחו ויכול לצוות לאחר...

יעצט מישט איר הרב כהן, מיט ר' יוסף זכריה שטערן פון שאוויל בעל זכר יהוסף
http://www.hebrewbooks.org/4919


אה יא מיי מיסטעיק ואתכם הסליחה
איך מיין אויך אז סענט איז נישט דאס זעלבע ווי סעינט אויף ענגליש איז סענט sent אין סעינט איז Saint צווי אנדערע משמעות

און די שטאט סט. לואיס הייסט 'סענט' אדער 'סעינט'? ס'דא היינט א זאך ווי גוגל, בדוק ומנוסה אז מ'שרייבט מער אינטעליגענטע תגובות נאכן קוקען וואס ער האט צו זאגן אינעם נושא

שמעלקא טויב האט געשריבן:.
אין די פרויען אפטיילונג איז דא א שמועס מיט האה"ח מרת שעהר תחי' אשת הרה"ח ר' משה מראה"ק בקרית יואל. ס'איז נאר וויטאגליך אז איז זוהן ר' שלום יצחק ווערט נאך דערמאנט כאילו לא היה און בעת מיר האבן עס גליינט איז שוין געווען נעבעך וויאזוי ס'איז געווען.

פארגעסן דאס טאקע צו דערמאנטען, דייקא דעם ארטיקל האב איך שוין יא געליינט במילואה, ווי שוין געשריבן בעפאר איז דאס א גאדלענע געדאנק, די בילדער אינעם ארטיקל איז עולה על כולנה, וכשמעלקא'לע האט מיר געקסט א טרער'ל זעהנדיג דאס בילד פון ר' שלום יצחק ע"ה אלס בחור, קוים אפאר טאג נאך זיין פלוצימ'דיגע פטירה כשמש בצהרים.

יהא זכרו ברוך, און דער מנחם ציון זאל טאקע טרייסטן זיין חשוב'ע מוטער, די בעלת המעשה אינעם ארטיקל לאויט"א.
-

דער חליצה ארטיקל איז בעצם א חלק ב' פון חודש אדר וואס איז דא נישט געווארן באהאנדלט.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 18, 2013 11:10 pm

ס'איז נישט געוועהן שייך צו באהאנדלען פאריגן חודש ווייל ס'אי זנאר געוועהן א הקדמה צום דעם חודש, פאריגן חודש האט ער נאר באשריבן דעם גדול זעלבסט, יעצט שרייבט ער וועגן די מעשה מיט די חליצה,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 19, 2013 10:53 am

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז נישט געוועהן שייך צו באהאנדלען פאריגן חודש ווייל ס'אי זנאר געוועהן א הקדמה צום דעם חודש, פאריגן חודש האט ער נאר באשריבן דעם גדול זעלבסט, יעצט שרייבט ער וועגן די מעשה מיט די חליצה,

איך האב געמיינט צו זאגן אז דער גאנצער חודש אדר - אוצרות איז נישט געווארן באהאנדלט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג מארטש 19, 2013 3:59 pm

איך מיין אז עס וואלט כדאי אז אזא רייכע אויסגאבע זאל אביסל מארקעטן זייער פראדוקט, זייער ווייניג מענטשן ווייסן דערפון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 09, 2013 9:00 am

א פרישע אוצרות ערשינען, ענטהאלט ווי פאלגענד:

1) ווייץ פעלדער געשריבן דורך הרב יואל יצחק שטערן.

2) "הישיבה" א באשרייבונג איבער די אונגארישע ישיבות, טאשנאד - סעקלהיד - גאלאנטע, ע"י הרב הח' ר' יוסף צבי בנעט זז"ג.

3) א העכסט היסטארישע באשרייבונג איבער ר' משה [ב"ר] יעקב ראפאעל רב דקהלת בני ישרון בנייו יארק, און זיין דרשה איבער שקלאפעריי ע"פ תורה געשריבן דורכן באקאנטן שריפשטעלער ספעציעל איבער יהדות אמעריקא ורבני' אלס ארץ לא זרוע, ר' יואל הירש זז"ג.

4) איבער רייכערן בימי קדם ע"י ר' שמואל פוקס [ווער? פון וואנעט?]

5) "60 יאר אויפן פראנט" [פארזעצונג] א שמועס מיט ר' בערל פריעדמאן זז"ג ע"י הרב שמואל שלמה טעללער והרב יצחק מיטעלמאן זז"ג, זייער אינטערעסאנט צו זען אביסל רבינו בעל לקוטי אורה'ס טיעפן בליק אויף מילי דעלמא.

6) אטאם באמבע ע"י רב משה יודא יואל ווייס.

7) בדחני דמלכא [פארזעצונג] ע"י הרה"ח ידיד כל בית ישראל הבדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער זז"ג.
צוגעלייגטע
אוצרות תמוז עג.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 09, 2013 9:41 am

farshlufen האט געשריבן:
2) "הישיבה" א באשרייבונג איבער די אונגארישע ישיבות, טאשנאד - סעקלהיד - גאלאנטע, ע"י הרב הח' ר' יוסף צבי בנעט זז"ג.

קומט זיך זיי א הלכיגער שנעלק פארן אריינשטעלן דעם בילד
בילד
אן צו מפענח זיין די אנדערע דריי גדולי עולם אויפן בילד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג יוני 09, 2013 2:44 pm

ר' יוסף צבי דושינסקי נעבן גאלאנטער רב? דער בחור'ל לינקס איז ר' ישראל משה זצ"ל?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 09, 2013 3:03 pm

מיללער האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:איך מיין אויך אז סענט איז נישט דאס זעלבע ווי סעינט אויף ענגליש איז סענט sent אין סעינט איז Saint צווי אנדערע משמעות

און די שטאט סט. לואיס הייסט 'סענט' אדער 'סעינט'? ס'דא היינט א זאך ווי גוגל, בדוק ומנוסה אז מ'שרייבט מער אינטעליגענטע תגובות נאכן קוקען וואס ער האט צו זאגן אינעם נושא


לידיעה בעלמא SAINT אויף אונגאריש איז szent
דאס טייטש פון דעם ווארט SAINT איז "הייליגער" דאס ווארט SAINT בעצם האט אזוי פיל שייכות צי ע"ז ווי HOLY
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מאנטאג יוני 10, 2013 5:03 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' יוסף צבי דושינסקי נעבן גאלאנטער רב? דער בחור'ל לינקס איז ר' ישראל משה זצ"ל?

יא,

און דער רב צווייטער פון רעכטס ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 10, 2013 8:26 am

הגה"צ ר' מאיר יהודה לייב פרייא אב"ד שוראן זצ"ל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 10, 2013 11:38 am

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
2) "הישיבה" א באשרייבונג איבער די אונגארישע ישיבות, טאשנאד - סעקלהיד - גאלאנטע, ע"י הרב הח' ר' יוסף צבי בנעט זז"ג.

קומט זיך זיי א הלכיגער שנעלק פארן אריינשטעלן דעם בילד
בילד
אן צו מפענח זיין די אנדערע דריי גדולי עולם אויפן בילד.

נאך א הילכיגערע שנעלק פארן אריינלייגן א בילד פונעם סעקלעהידער רב ראון שרייבן אז דאס איז דער גאלאנטא רב

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מאנטאג יוני 10, 2013 5:30 pm

farshlufen האט געשריבן:הגה"צ ר' מאיר יהודה לייב פרייא אב"ד שוראן זצ"ל

הרב פארשלאפן מבראנזוויל, במחכ"ת, די פראגע איז נישט געווען געוואנדן צו אייך.

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מאנטאג יוני 10, 2013 5:41 pm

farshlufen האט געשריבן:4) איבער רייכערן בימי קדם ע"י ר' שמואל פוקס [ווער? פון וואנעט?]

נישט דער וואס רעדט איבער היסטאריע אויף קול מבשר?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מאנטאג יוני 10, 2013 5:49 pm

נישט דער וואס שרייבט איבער די משפחה נעמן ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 12, 2013 4:28 pm

farshlufen האט געשריבן:א פרישע אוצרות ערשינען, ענטהאלט ווי פאלגענד:

1) ווייץ פעלדער געשריבן דורך הרב יואל יצחק שטערן.

-
4) איבער רייכערן בימי קדם ע"י ר' שמואל פוקס [ווער? פון וואנעט?]


נעכטן צוגענדיגט די צוויי ארטיקלען, דאס ערשטע פון הרב שטערן איז ווערט א באגריסונג, איך בין נישט נאכגעגאנגען די אינפארמאציע, אבער עס איז הערליך אראפגעלייגט כשלחן הערוך ומוכן לפני האדם, באגלייט מיט א רייכקייט פון מאמרי חז"ל און דברי הראשונים וגדולי האחרונים, עד להפליא.

דער ארטיקל פון ר' שמואל פוקס, הייבט זיך אן מיט אן עם הארצות אז דער תולדות יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פון בעשה"ק, און דער גאנצער נוסח דארט גייט 'מיין זיידע' וכו', וואס דאס פאר זיך איז א שטארקער דורכפאל פאר אזא פרעסטיזשפולער אויסגאבע, אז די מערכת זאל עס נישט באמערקן.

אויסער דעם, אויפן דעקל שטייט אז די נייע סעריע איז בנוגע 'רייכערן אמאל און היינט' איך האב געמיינט אז מ'רעדט פון א סייענטיפישע אדער היסטארישע ארטיקל איבער וויאזוי דאס רייכערן האט זיך געטוישט, דערווייל רעדט דער קורצער ארטיקל פון רייכערן ביי צדיקים ומאורי החסידות.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יוני 25, 2013 1:42 pm

ר' שמואל פוקס איז דאכט זיך א שרייבער פון מאנסי וואס פלעגט אדער געט נאך אלץ אינטערוויאוס אויף קול מבשר. ער דארף ווען גראדע יא וויסן אז דער תולדות איז נישט קיין אייניקל פון בעשה"ק, ס'איז זיכער א טעות פון זיין זייט בלא יודעים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 14, 2013 6:29 pm

אינעם אשכול איבער דעם באבובער גליון שערי ציון:
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

געקויפט דעם שערי ציון פאריגע וואך דינסטאג, און שוין אויסגעליינט ניינציג פראצענט פון ביידע חלקים.

אשרי העם שככה לו. הלואי וואלטן אלע חסידישע הויפן - לכל הפחות סאטמאר - געהאט אזעלכע אויסגאבעס.

גראדע סאטמאר האט, די אוצרות, און די ביילאגע פון שבת קודש בייטאג ביי מרן רבינו הק' זי"ע איז א הערליכע באשרייבונג, אבער עס איז איין גוטע ארטיקל אין א שוואכע כלי. לערנט אייך פון באבוב.



-

כ'ווייס נישט פונקטליך וועלכע חלק כלי פון אוצרות איז שוואך, אבער כמובן איז יעדער ענטייטלט צו אן אפיניאן, מיר האבן אויך זייער הנאה געהאט פון דעם 'שבת קודש' ביילאגע פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס איז היסטאריש, אריגינעל און גוט אראפגעשריבען. עס איז טאקע א דבר בעתו לרגל די יארצייט.

אבער מיר האט דייקא יא געכאפט אויך די אנדערע ארטיקלען פון די אנדערע צוויי חלקים, עס נעמט אריין פארשידענע נושאים און א ספעקטראם פון טעמעס, באגלייט מיט דאקומענטן און בילדער.

די איינציגע זאך וואס אוצרות מעג זיך ווען לערנען פון שערי ציון איז די פרייז.......

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יולי 14, 2013 7:30 pm

מילער, זעהט אויס אז די קוקסט לעצטנס נישט אויף שערי ציון, זיי זענען שוין ארויף צו פינעף טאלער...

--

דער ארטיקל איבער הרה"ג ר' נפתלי רייטער ז"ל איז אויך נישט אוועקצומאכן, היסטאריש, גוט געשריבן און אינטערסאנט.

ווי אויך די אנדערע חלקים פון אוצרות, טאקע דער שב"ק מיט'ן רבי'ן, די באבע וויינבערגער, זכרונות פון קוממיות. הקיצור, ביידע זענען גוטע אויסגאבעס ב"ה, נאר נישט יעדער פון באבוב קען ליינען א אויסגאבע פון סאטמאר און נישט יעדער סאטמארער קען ליינען באבוב...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 15, 2013 3:08 am

פונקט לעצטנס אויסגעקומען (צום ערשטן מאל) צו ליינען די אוצרות, עס קוקט נישט אויס קיין גרויסע מציאה. קען זיין עס איז נאר יענער נומער, אדער האב איך געהאט צו הויכע ערווארטונגען (אפשר מכח דעם אשכול...).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אייניגע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

תגובהדורך אייניגע » מאנטאג יולי 15, 2013 6:57 am

לדעתי איז דער אוצרות זייער א שוואכע ארבעט.
און איך וועל מסביר זיין מיינע פראבלעמען דערמיט.
(איך ליין עס דורך יעדן חודש זייט דעם ערשטן אויסגאבע)

א'
ר' בערל פריעדמאן'ס המשך ארטיקל פעלט די וואך.
די בדחנים ארטיקל האט שוין געפעלט אמאל.
די ארטיקל פון די עלטערע פרויען האט שוין אויך געפעלט אפאר מאל זייט עס האט זיך אנגעהויבן.
א נארמאלע אויסגאבע טוט נישט אזוינס.

ב'
עפעס האב איך דארט א געפיל ביי די ארטיקלן וואס זענען שוין יא אינטערעסאנט אז נאך פאר מ'הייבט עס אן צו ליינען אז שוין די ארטיקל פארטיג.
למשל איך פארגלייך די ארטיקל פון די עלטערע פרויען צו די פון די צייטונג און אוצר.

ג'
די ארטיקלן פון מ. י. י. ווייס נעמט יעדע חודש ארום א אנדערע האלבע פרט פון היסטארי. ער הייבט אן מיט איין זאך און ער ענדיגט מיט א צווייטע. און פירט אויס מיט א ואכמ"ל.

ד'
די ארטיקל -פאריגע חודש- למשל פון ר' בערל פר"מ. לדעתי איז עס נישט קיין שמועס פון אים. ווייל איך שוין אלעס געהערט פון אים ביי דרשות.
וכמו"כ אסאך מאל איז מען סתם מעתיק טעיפס פון ר' יוסף חיים. אדער ר' עמרם כהן.
א נארמאלע אויסגאבע טוט נישט אזוינס.
איך האב דא אסאך צוזאם געווארפן און ווער עס ליינט עס וועט פארשטיין וואס איך מיין.

אויף איין ארטיקל האב איך נאכקיינמאל געהאט קיין קריטיק. דאס איז דער קוממיות ארטיקל.

הק' אייניגע
א ליינער וואס באפרידיגט זיך נישט מיטן ביז איצטיגן סטאנדארט.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 15, 2013 10:15 am

אייניגע האט געשריבן:הק' אייניגע
א ליינער וואס באפרידיגט זיך נישט מיטן ביז איצטיגן סטאנדארט.


אויף דעם זענען אסאך אייניג.

וועגן זיין קאנסיסטענט, מ'האט שוין דאכט זיך אמאל גערעדט אז דער אויסגאבע איז מעשה נסים, ס'האט נישט קיין נארמאלע פירערשאפט, קיין רעדאקטאר וואס זאל זיין פארנומען "נאר מיט דעם" מילא געשעהט וואס ס'געשעהט.

מיין עיקר פראבלעם דערמיט איז: ס'איז היבט קליין פאר א פרייז פון זעקס טאלער!

זיי מעגן ווען האבן מער עדס, וועט עס סיי אויסזעהן דיקער :twisted: ואידך העלן זיי קענען באצאלן פאר נאך שרייבער. ס'פעלט נאך תוכן.

אבער, ס'איז אסאך בעסער ווי ס'איז געווען און ס'איז אסאך בעסער ווי די אנדערע אויסגאבעס וואס זענען דיק אבער כ'קען זיי נישט אריינברענגן אין שטוב.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 6:55 pm

זייענדיג פריער אין געשעפט האב איך געזען אז דעם חודש איז ארויסגעקומען א פארגרעסערטע אויסגאבע, און לכבוד דעם איז די הויפט אויסגאבע און די פאמיליע אויסגאבע ארויסגעקומען ווי צוויי באזונדערע אויסגאבעס, ס'איז עקסטער איינגערעפט אין פלאסטיק און יעדעס איינע פאר זיך איז זעקס טאלער.

לדעתי איז עס נישט מענטשליך, מ'מעג איין מאל א יאר געבן אביסל מער פארן זעלבן פרייז (אינמיטן ווינטער ווען ס'איז אביסל דינער בעט מען נישט ווייניגער.. איא?), העכסטנס בעט א דאלער צוויי מער, אבער דאפלט די פרייז איז שוין איבערגעטריבן, ענדערש לייג אריין עטוואס ווייניגער סחורה און האלט דיך (לכה"פ נאנט) צום געווענליכן פרייז.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 7:05 pm

מעגן ווען מאכן די פאפענדעקל אימיטן אביסל דינער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:19 am

כ'פארשטיי נישט דאס לצנות פון שרייבן פארגרעסערטע אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט מיט וואס ס'איז פארגרעסערט ווי די פאריגע!

-

דער ארטיקל פון הרב יואל הירש איז נאכמאל א אלף אלף. רייך, היסטאריש און זאכן איבער וואס מיר זענען נישט אזוי געוואוינט צו ליינען, ממש א מחייה!

דאס אפטיילן די אויסגאבע גייט לכאו' צוברענגן צו פארלירן קאסטומערס, 12 דאלער א חודש איז שוין אסאך געלט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט