נעמען בילדער/ארטיקלען פון אייוועלט, איז דאס יושר?

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:04 pm

איך ווייס נישט וואס, אבער איך לאך
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:14 pm

טראנספארט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס, אבער איך לאך
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:18 pm

איך לאך א ביטער געלעכטער, אז דער בליק האט גורם געווען ראביי מיללער זאל שרייבן אזא תגובה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:21 pm

אוי מיללער מיללער, איך סטאפ נישט צו לאכן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:24 pm

א ביטער געלעכטער!

דער ארויסגעבער איז נאך ווארשיינליך געווען אונטער די בר מצוה ווען הרב מיללער האט זיך דא איינגעשריבן און אנגעהויבן אונז פיטערן מיט זיינע אינהאלטסרייכע און היסטארישע אויפדעקונגען!

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 8:31 pm

סקרענטאנער רב ;l;p-
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 9:21 pm

הרב מיללער האט דאס טאקע גוט אראפ געלייגט, אוי, בבחינת צהלתו בפניו ואבלתו בפנים,
אויב איך מעג לערנען פשט אין די ווערטער פון הרב מסקרענטאן, טייטש איך דאס בביחנת עבירה גוררת עבירה,
דהיינו קודם האט זיך דאס אנגעהויבען מיט בילדער פון ערענסטע גדולי דורינו, דערנאך סתם יעדער חדר אינגעל וואס טראגט אביסל סאמיט אין פארמאגט א זילבערנע בעכער, דערנאך יעדער חדר אינגעל אין סתם ליצים, אחרון אחרון חביב גניבה ממש, הרצחת וגם ירשת ער נעמנט דער גאנצע קרעדיט און כבוד פאר זיך בלי שום בושה כל שהוא! און דער "א בליק" וועט אונז מזכה זיין מיט דער גרויסע מצוה פון והיה עיניך רואות מוריך?!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 8:50 am

און וואס טוט דער קאנקורענט, ער זעהט אז דער עולם גולם קויפט מכל הבא לידו, פון בילדער העפטן מיט די זעלבע צעלעבריטיס אנגעטאן אין נייע לכבוד יו"ט קאסטומ'ס צינדען חנוכה ליכט, שפילען דריידל, שרייבען אותיות אין גייען אויף קור-ערטער,

במתא שמאי, שלא במתא תותבאי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 10:50 am

farshlufen האט געשריבן:
און וואס טוט דער קאנקורענט, ער זעהט אז דער עולם גולם קויפט מכל הבא לידו, פון בילדער העפטן מיט די זעלבע צעלעבריטיס אנגעטאן אין נייע לכבוד יו"ט קאסטומ'ס צינדען חנוכה ליכט, שפילען דריידל, שרייבען אותיות אין גייען אויף קור-ערטער,

במתא שמאי, שלא במתא תותבאי.


ברענג כאטש א מקור, אז נישט וועט עס 'דער בליק' שרייבען בלשונך, זאל ער כאטש צולייגען די טייטש:

מדברי הגמרא (שבת קמ"ה ע"ב):
יתיב רבי חייא בר אבא ורבי אסי קמיה דרבי יוחנן, ויתיב רבי יוחנן וקא מנמנם. אמר ליה רבי חייא בר אבא לרבי אסי:... מפני מה תלמידי חכמים שבבבל מצוינין לפי שאינן בני תורה... איתער בהו רבי יוחנן, אמר להו: דרדקי, לא כך אמרתי לכם "אמור לחכמה אחותי את", אם ברור לך הדבר כאחותך שהיא אסורה לך אומרהו, ואם לאו לא תאמרהו, אמרו ליה: ולימא לן מר איזה מהן... מפני מה תלמידי חכמים שבבבל מצוינין לפי שאינן בני מקומן, דאמרי אינשי" במתא שמאי בלא מתא תותבאי.
רש"י: מצויינין - מציינין עצמן בלבושים נאים. מצויינין - מקושטין. שאינן בני תורה - כל כך, לכבדם כבני ארץ ישראל מחמת תורתם מכבדים אותם מחמת לבושיהן, שנראין חשובים. דרדקי - בחורים שלא הגיעו לסברא... שאינן במקומם - שמארץ ישראל גלו לשם, והגולה למקום נכרי מציין עצמו במלבושים שיהא חשוב. במתא שמאי - בעירי איני צריך להתכבד, אלא בשמי שאני ניכר בו. בלא מתא - במקום שאינה עירי. תותבאי - כבודי תלוי בשמלתי, שמלתו מתרגמינן תותביה

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 1:12 pm

מיללער האט געשריבן:ברענג כאטש א מקור, אז נישט וועט עס 'דער בליק' שרייבען בלשונך, זאל ער כאטש צולייגען די טייטש:

;l;p- :lol:

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 2:39 pm

ווינקל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ברענג כאטש א מקור, אז נישט וועט עס 'דער בליק' שרייבען בלשונך, זאל ער כאטש צולייגען די טייטש:

;l;p- :lol:
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 6:55 pm

ירוחם האט געשריבן:גערעדט צו א לעגאלער עקספערט זאגט ער אז אויב קומען די בילדער אריגינעל פון פובליק דאמעין סייטס (אזוי ווי ברוקלין פובליק לייברערי וכדו') קען מען גארנישט טון (חוץ אויב זיי גנב'ענען די אידענטיפעקאציע פון די מענטשן אין די בילד, אבער דאס איז שוין פיל שווערער אויפצווייזן אז עס איז טאקע גע'גנב'ט). אויב אבער קומט די בילד פון א פריוואטן ניק'ס ארכיוון קען מען בדוחק רב מאכן א קעיס פון די קאפירייט וואס שטייט ביי די ענד פון יעדע פעידזש (ער טענה'ט אז למעשה קען מען גרינג אויפווייזן אז יענע קאפירייט רעדט פון די PHPbb פלעטפארם וואס אייוועלט נוצט אזוי ווי ס'משמע פון די ווערטער "פאוערד ביי"), אדער קען זיין אז יעדע ניק האט בעלות אויף זיינע פאוסטס. די בעסטע איז אבער אויב מ'שרייבט קלאר ארויס אין די טערמס און קאנדישאנס פון די סייט אז אלעס וועס ווערט געפאוסט באלאנגט פאר אייוועלט און מ'דארף עס שרייבן אין אן אופן וואס שטימט מיט די אמעריקאנע געזעצן.
פארשטייט זיך אז א וואטערמארק נעמט פראקטישערהייט אוועק די גאנצע פראבלעם.


נישט נאר די איידענטיפיקאציע האבן זיי מיטגע'גנב'ט, נאר אויך די טעותים פון די איידענטיפיקאציע, און ס'דא פראףף דערויף...

איך דארף נישט מער קיין לעגאלע עקספערטן, ס'נישטא קיין שום היתר צו גיין אין ערכאות אויף אזא זאך.. דין תורה איז דערווייל נאכניטש קלאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 7:04 pm

האט זיך למעשה איינער פארבנידן מיט'ן בליק??.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 12:44 pm

ולא מיין האט געשריבן:האט זיך למעשה איינער פארבנידן מיט'ן בליק??.


פארבינדן? סאיז נישט ממש דא קיין וועג זיי צו כאפן, זיי געפונען זיך יעדעס וואך ערגעץ אנדערש.....
א"י - אמעריקע מאנסי - ב"פ.
איך ווייס נישט ווי ע"פ דרך הטבע שטייען זיי נאך, אנגע'חוב'ט די צום האלבן וועלט
די איינציגסטע וועג זיי צו כאפן איז זאגן אז דו האסט א טשעק פאר זיי וועלן זיי דיר רופן און רופן א גאנצן טאג.......

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 5:35 pm

הממ א פארווייטאגטע נושא פאר ווער עס ווייסט ודי ברמיזא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 26, 2012 1:02 pm

אולי זאל דער אשכול טאקע משמש זיין אלס פלאטפארמע צו מעלדן איבער אזעלכע גניבות.

1. 'אוצרות' חודש כסלו תשע"ג - געשטעלט א טוץ מיט בילדער בשייכות צו אן אינטערוויו מיט הרב ביק שליט"א, זעה באריכות דא:
viewtopic.php?p=625460#p625460

2. דער איד - פרשת ויצא תשע"ג אין א באשרייבונג איבער הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש ז"ל פון אנטווערפן האבן זיי גענומען דעם בילד פונעם אשכול 'פארצייטישע אידען':
viewtopic.php?p=304132#p304132

3. מפרסמין עושי מצוה - 'המבשר' ויצא תשע"ג אין אן ארטיקל צום סוף שרייבען זיי אלע מקורות וואס זיי האבן גענוצט צום תוכן, צווישען אנדערע פראמינענטע מקורות גפינען מיר 'אידישע וועלט פארומס'! אשריכם גבורי החיל, ממנו ילמדו וכן יעשו, אז איר נעמט גיט כאטש לכה"פ קרעדיט.

נאט-אייך דעם שטיקל פון המבשר
צוגעלייגטע
image001.gif

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג נובעמבער 26, 2012 1:22 pm

אז מען שרייבט קרעדיט מעג מען נעמען אן רשות?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג נובעמבער 26, 2012 2:36 pm

ווער איז "המבשר", לאמיר אים שטיצן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

הלוקח מתנה מחברו צריך להודיעו

תגובהדורך על דא ועל הא » זונטאג דעצמבער 16, 2012 1:14 am

עס איז פארהאן א באקאנטע חז"ל "הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע". דעם שבת איז מיר נתחדש געווארן אז די זעלבע דין איז אויך דא אויף פארקערט, נעמליך, הלוקח מתנה מחבירו צריך להודיע. כלפי מה דברים אמורים? דעם פארגאנגענעם וואך האט די וועכנטליכע בילדער אויסגאבע "די וואך" פובליצירט א ביילאגע לכבוד חנוכה אונטערן קעפל "בימים ההם בזמן הזה", ווי זיי האבן פרעזענטירט בילדער פון דעם גלאררייכן אמאל לצד ענליכע בילדער פון דעם נישט-אזוי-גלאררייכן היינט. אינעווייניג, אין דעם אויסגאבע, טוט זיך די רעדאקציע באדאנקן פאר אפאר פאטאגראפירער און ארכיווען-האלטער און אן עקסטערן ספעציעלן דאנק גיבן זיי אפ פאר "די שרייבער און קאמענטירער פון "אידישע וועלט"". עס זעט מיר נישט אויס אז די וואך זאל האבן געבעטן רשות פון די פארוואלטונג פון "אידישע וועלט", צו נוצן סחורה פון דעם זייטל (ואם שגיתי בזה, ה' הטוב יכפר ויחולו על עורכי די וואך כל הברכות שבתורה). עס זעט מיר ענדערש אויס ווי די וואך האט גענומען בילדער און אידענטיפיקאציעס כאחד הזוכה מן ההפקר, אבער נישט ווילנדיג זיין די נושא פון אן אשכול מיוחד ווי עס האט פאסירט מיט זייערס א קאנקורענץ, האבן זיי גענומען די מי זיך צו באדאנקן פאר די שרייבער און קאמענטירער פון דעם זייטל.  הוא הוא מה ששנינו: הלוקח מתנה מחבירו צריך להודיעו.

(קרעדיט פאר די נייעס איבער די וואך'ס אקט: יידל ק"ש)
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:03 am

אויף וויפיל איך ווייס האבן זיי נישט געבעטן קיין רשות... איך קעניש אזוי גוט די קאפירייט געזעצן, אבער דאס אז זיי גיבן קרעדיט איז שיין פון זיי... (נאכדעם וואס אנדערע האבן געטוהן אנדערש...)

און ס'געפעלטמער זייער דיין אויסדריק "הלוקח מחברו"...

און גיב איבער פאר יידל פון ק"ש אז ווען איך האב ווען א ניק דארט וואלטעכעם געגעבן א לייק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » זונטאג דעצמבער 16, 2012 2:04 am

האהא!...
Im old but i don't kalech yet.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג דעצמבער 16, 2012 11:22 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס האבן זיי נישט געבעטן קיין רשות... איך קעניש אזוי גוט די קאפירייט געזעצן, אבער דאס אז זיי גיבן קרעדיט איז שיין פון זיי... (נאכדעם וואס אנדערע האבן געטוהן אנדערש...)

און ס'געפעלטמער זייער דיין אויסדריק "הלוקח מחברו"...

און גיב איבער פאר יידל פון ק"ש אז ווען איך האב ווען א ניק דארט וואלטעכעם געגעבן א לייק...

לייק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 10:58 am

אפשר קען איינער אריינסקענען דעם דעקל אדער די חלק ווי זיי באדאנקען זיך און טוען תשובת המשקל? מהם ילמדו וכן יעשו, עס איז א שיינע זאך פון זייער זייט, און איז ווערט א באגריסונג.

יישר-כח פאר מר. יידל עלדא הי"ו פאר'ן מיטיילען די פאזיטיווע אנטוויקלונגען.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:10 am

מיללער האט געשריבן:3. מפרסמין עושי מצוה - 'המבשר' ויצא תשע"ג אין אן ארטיקל צום סוף שרייבען זיי אלע מקורות וואס זיי האבן גענוצט צום תוכן, צווישען אנדערע פראמינענטע מקורות גפינען מיר 'אידישע וועלט פארומס'! אשריכם גבורי החיל, ממנו ילמדו וכן יעשו, אז איר נעמט גיט כאטש לכה"פ קרעדיט.

נאט-אייך דעם שטיקל פון המבשר

וואספארא נושא איז דער ארטיקל אין המבשר?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:19 am

מיללער האט געשריבן:אפשר קען איינער אריינסקענען דעם דעקל אדער די חלק ווי זיי באדאנקען זיך און טוען תשובת המשקל? מהם ילמדו וכן יעשו, עס איז א שיינע זאך פון זייער זייט, און איז ווערט א באגריסונג.

יישר-כח פאר מר. יידל עלדא הי"ו פאר'ן מיטיילען די פאזיטיווע אנטוויקלונגען.
צוגעלייגטע
downloadfile-2.jpeg
downloadfile-2.jpeg (7.78 KiB) געזעהן 1972 מאל


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט