נעמען בילדער/ארטיקלען פון אייוועלט, איז דאס יושר?

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 14, 2012 10:23 am

ירוחם, וועלכע פראגרעם ניצט איר?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג אוקטובער 14, 2012 10:31 am

MS Paint
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 14, 2012 11:28 am

איך האלט אז אויב וועט מען נישט טאן עפעס צו דעם פלעגאריזם, וועט זיך נאך איין טאג יאווען א צייטונג וואס וועט עמטליך דרוקן נייעס פון אונזער פארום. צייטליך און געלעגער'ס נייעס רעפארטשזען וועלן זיין די נייעס באריכטן; וויכי'ס אנאליזן וועלן ערשיינען אינעם פאליטישן קאלום; לכתחילה'ס רייכע ארטיקלען וועלן ערשיינען אלס הויפט אריטקלען; פראגעס און ענטפערס פון אונזער "איש את רעהו" פארום וועלן ערשיינען ביי די בריוון וואס ליינער שיקן אריין; און אונזער גאנצער "זכור ימות עולם" פארום וועט געדרוקט ווערן אלס היסטארישע ארטיקלען.

מען מוז איינמאל ארויסקומען אין די עפענטליכקייט קעגן די מתכבדין בקלון חבריהם אז אנדערע זאלן נישט טראכטן דאס נאכצוקאפירן.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » זונטאג אוקטובער 14, 2012 11:58 am

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האלט אז אויב וועט מען נישט טאן עפעס צו דעם פלעגאריזם, וועט זיך נאך איין טאג יאווען א צייטונג וואס וועט עמטליך דרוקן נייעס פון אונזער פארום. צייטליך און געלעגער'ס נייעס רעפארטשזען וועלן זיין די נייעס באריכטן; וויכי'ס אנאליזן וועלן ערשיינען אינעם פאליטישן קאלום; לכתחילה'ס רייכע ארטיקלען וועלן ערשיינען אלס הויפט אריטקלען; פראגעס און ענטפערס פון אונזער "איש את רעהו" פארום וועלן ערשיינען ביי די בריוון וואס ליינער שיקן אריין; און אונזער גאנצער "זכור ימות עולם" פארום וועט געדרוקט ווערן אלס היסטארישע ארטיקלען.

מען מוז איינמאל ארויסקומען אין די עפענטליכקייט קעגן די מתכבדין בקלון חבריהם אז אנדערע זאלן נישט טראכטן דאס נאכצוקאפירן.

וויאזוי האסטו פארגעסן צו דערמאנען ידידינו הרב שאץ'עס ארטיקלן וואס גראדע האב איך שוין געזעהן אין א געוויסע סייט נאכקאפירן ארטיקלען דערפון

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » זונטאג אוקטובער 14, 2012 11:59 am

אגב וואס איז דאס אויסדריק "פלעגאריזם"

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 14, 2012 12:17 pm

סיגוט האט געשריבן:אגב וואס איז דאס אויסדריק "פלעגאריזם"

נוצן א צווייטענס ווערק אן יענעם קרעדיטירן דערפאר.

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 12:23 am

ס'דא זייער א גרינגע און שנעלע פראגראם צו ריסייזן און צולייגן וואטארמארקס, מ'קען עס מאכן ליכטיגער, טינקעלער, לייגן ווי מ'וויל אויפן בלאט (ס'זאל נישט שטערן דעם בילד), ועוד ועוד. http://www.faststonesoft.net/DN/FSResizerSetup31.exe
מ'קן צולייגן די סימבאל, כזה
Sl-11.jpg

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 12:24 am

די סימבאל קען מען סעיוון פון אויבן
בילד
site_logo.png
site_logo.png (30.11 KiB) געזעהן 2223 מאל

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 12:47 am

די פשוט'סטע וועג איז אז אופן אשכול המיוחד זאל יעדער ארויפלייגען וועלכע אויסגאבע עס ווערט געלייגט א חשד פון גניבה
די הנהלה זאל עס דורעך קוקען אויב ווערט עס פעסטגעשטעלט אז יענער איז א גנב
מען באשטעלט פון א לויער אזעלכע לעגאלע קאפירייט צעטלעך וואס פארלאנגט קאפפעסאציע צו פארמיידען לעגאלע ראנגלערייען אין געריכט
די הנהלה קען אפי' שוין האלטען איין סעמפל ארויסשיקען וועכענטליך.. געווענדליך וועט זיך יענער אפשרעקן.. אדער וועלן פארמיידען פלאגענישען..
און וועט זיך אויסקימען אויף א סכום... בקיצור א נייע אינקאם פארן וועלטל.. היינט מאכן אלע גרויסע ביזנעסער אזוי א חלק מסיום פון זייער אינקאם.. עס איז א פארט פונעם ביזנעס..

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 8:32 am

אבער מען דארף מאכען אז די וואטערמארק זאל אוטאמאטיק ווערן ארויפגעקלעבט אויף יעדע בילד, און דעמאלטס קענסט עס נישט לייגען ווי די וואולסט קען אויסקומען אז עס קען פארשטעלן א וויכטיגע חלק פון בילד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 9:17 am

גוגל האט געשריבן:אבער מען דארף מאכען אז די וואטערמארק זאל אוטאמאטיק ווערן ארויפגעקלעבט אויף יעדע בילד, און דעמאלטס קענסט עס נישט לייגען ווי די וואולסט קען אויסקומען אז עס קען פארשטעלן א וויכטיגע חלק פון בילד

וועט מען יענעם בילד באזונדער פאררעכטן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:05 am

מיין עצה איז אז עס זאל זיין אן אפציע ביים ארויפלייגן בילדער אויב מען וויל ארויפלייגן א וואטערמארק גאנץ אונטן פונעם בילד, אויב וויל מען מאכן אליינס זאל מען קענען אויסקלויבן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:11 am

גערעדט צו א לעגאלער עקספערט זאגט ער אז אויב קומען די בילדער אריגינעל פון פובליק דאמעין סייטס (אזוי ווי ברוקלין פובליק לייברערי וכדו') קען מען גארנישט טון (חוץ אויב זיי גנב'ענען די אידענטיפעקאציע פון די מענטשן אין די בילד, אבער דאס איז שוין פיל שווערער אויפצווייזן אז עס איז טאקע גע'גנב'ט). אויב אבער קומט די בילד פון א פריוואטן ניק'ס ארכיוון קען מען בדוחק רב מאכן א קעיס פון די קאפירייט וואס שטייט ביי די ענד פון יעדע פעידזש (ער טענה'ט אז למעשה קען מען גרינג אויפווייזן אז יענע קאפירייט רעדט פון די PHPbb פלעטפארם וואס אייוועלט נוצט אזוי ווי ס'משמע פון די ווערטער "פאוערד ביי"), אדער קען זיין אז יעדע ניק האט בעלות אויף זיינע פאוסטס. די בעסטע איז אבער אויב מ'שרייבט קלאר ארויס אין די טערמס און קאנדישאנס פון די סייט אז אלעס וועס ווערט געפאוסט באלאנגט פאר אייוועלט און מ'דארף עס שרייבן אין אן אופן וואס שטימט מיט די אמעריקאנע געזעצן.
פארשטייט זיך אז א וואטערמארק נעמט פראקטישערהייט אוועק די גאנצע פראבלעם.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:13 am

שנאפס עצה איז גאר גוט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:18 am

ירוחם האט געשריבן:גערעדט צו א לעגאלער עקספערט זאגט ער אז אויב קומען די בילדער אריגינעל פון פובליק דאמעין סייטס (אזוי ווי ברוקלין פובליק לייברערי וכדו') קען מען גארנישט טון (חוץ אויב זיי גנב'ענען די אידענטיפעקאציע פון די מענטשן אין די בילד, אבער דאס איז שוין פיל שווערער אויפצווייזן אז עס איז טאקע גע'גנב'ט). אויב אבער קומט די בילד פון א פריוואטן ניק'ס ארכיוון קען מען בדוחק רב מאכן א קעיס פון די קאפירייט וואס שטייט ביי די ענד פון יעדע פעידזש (ער טענה'ט אז למעשה קען מען גרינג אויפווייזן אז יענע קאפירייט רעדט פון די PHPbb פלעטפארם וואס אייוועלט נוצט אזוי ווי ס'משמע פון די ווערטער "פאוערד ביי"), אדער קען זיין אז יעדע ניק האט בעלות אויף זיינע פאוסטס. די בעסטע איז אבער אויב מ'שרייבט קלאר ארויס אין די טערמס און קאנדישאנס פון די סייט אז אלעס וועס ווערט געפאוסט באלאנגט פאר אייוועלט און מ'דארף עס שרייבן אין אן אופן וואס שטימט מיט די אמעריקאנע געזעצן.
פארשטייט זיך אז א וואטערמארק נעמט פראקטישערהייט אוועק די גאנצע פראבלעם.

דאס שטייט אין די טערמס און קאנדישאנס.
1. Proprietary Rights
Content available through iVelt "“ including, without limitation, text, graphics, software, music, sound, photographs, and videos, and any content provided by any third party advertiser, is protected by applicable copyright, trademark, patent and other proprietary rights or laws. You may not copy, distribute, transmit, display, print in any format, use or create derivative works of such content without express permission from the Service and you may not \"frame\" any content into iVelt\"s site or \"frame\" content from iVelt\"s site into any other site.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:22 am

ווי טרעפט מען די טערמס און קאנדישאנס?
איך געדענק נישט צו דארפן עגריען צו אזלעכע ט.ע.ק ווען כ'האב מיך איינגעשריבן צי אייוועלט.

חוצמזה מיינט נישט "by applicable copyright" אויב ס'דא?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:24 am

איך האב עס נישט געזען ווייל ס'נישט דא אין די היברו ווערשאן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:29 am

איך ליין יעצט די ענגלישע זע איך אז א שורה נאנך די פערעגרעף וואס למעלה משבעים ברענגט שטייט קלאר
iVelt does not claim ownership of the content you transmit through iVelt\"s Service
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:45 am

א שאנדע און א שפאט אז מ'ברויך רעדן פון לעגאלע טערמס און קאנדישאנס ווען עס קומט צו 'היימישע' באנדיטען.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 11:59 am

מיללער ביזט דאך אזוי ביטער גערעכט.
---
ירוחם, ס'איז כלל נישט קיין סתירה.
די ערשטע שטיקל שטייט אז מען די סייט איז פראטעקטעט מיט א קאפירייט, און די צווייטע שטיקל שטייט אז איי-וועלט נעמט נישט איבער די בעל בית'שאפט אויף למשל מיללער'ס סחורה, נאר ער בלייבט בעל בית דערויף.
און וועגן צו ס'איז דא א קאפירייט, דריי נישט קיין קאפ, אונטן איז דא צוויי שורות איינס איז די קאפי רייט פון פי-עיטש-פי, און איינס איז פון אונזער וועלט.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:16 pm

מיר קענסטו זאגן דריי נישט קיין קאפ אבער לעגאל קען מען שוין גאר גוט דרייען קעפ. מיללער ביזט כשר גערעכט אז עס איז א שאנדע און א געפערליכער עולה וואס א בליק האט געטון, וכן לא יעשה במקומינו. כ'האב בלויז רעאגירט צו וואס מ'האט אויבן געשריבן אז מ'קען לעגאל אנקלאגן א בליק.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:43 pm

ןןי קען מען זעהן די terms and conditions?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:54 pm

די לינק אויבן "איינשרייבן" (נאר ווען ביזט ארויסגעסיינט")
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 3:06 pm

אונז אלע דא ווייסען אז יענער בילדער זענען געקומען פון אייוועלט.
אבער מציאות גערעדט האבען אונז כעת עתה הוכחות ראיות עדות PROOF געריכטלעך אז זיי קומען טאקע פון אייוועלט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:01 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:אונז אלע דא ווייסען אז יענער בילדער זענען געקומען פון אייוועלט.
אבער מציאות גערעדט האבען אונז כעת עתה הוכחות ראיות עדות PROOF געריכטלעך אז זיי קומען טאקע פון אייוועלט?


זיי אלע ווייסען אויך, און ביי אונז אידען איז דא א געריכט וואס הייסט 'בית דין של מעלה' דארט זאגט שוין רבינו נסים גאון איז נישט ווי מנהג בית דין של מטה וואס אם יכפור פטור, נאר פארקערט, אוי לו ואוי לנפשו וויינט דער גאון, ווידעראום, פירט ער אויס, ומודה ועוזב ירוחם.

מיר ווייטאגט בעיקר דער ניווא פון די היינטיגע אידישע ליטעראטור, וואס זאל איך געבן פאר מיינע קינדער צו לייענען? מאטריאל וואס א בחור האט געזאמעלט שלא ביושר און געדרוקט מיט פאטאס אז ער האט אנטדעקט אמעריקא אונטערגעשריבען זיין נאמען מיט שטאלץ? זאכען וואס דער דרוקער און עורך האט אליינס נישט קיין מושג וואס ער שרייבט און קאפירט, אבי צו מאכען אפאר גרינגע טאלערס אויף יענעמס חשבון?

און וואס טוט דער קאנקורענט, ער זעהט אז דער עולם גולם קויפט מכל הבא לידו, פון בילדער העפטן מיט די זעלבע צעלעבריטיס אנגעטאן אין נייע לכבוד יו"ט קאסטומ'ס צינדען חנוכה ליכט, שפילען דריידל, שרייבען אותיות אין גייען אויף קור-ערטער, ביז ביליגע שרייבווערק קאפי/פעיסט פון אנדערע, פארוואס זאל ער אינוועסטירען אין קוואליטי שרייבערס? ער רופט אריין זיינע וועטעראן שרייבערס און זאגט זיי, הערטס מיך איין, איך ברויך נישט איר זאלט מיר צושטעלן דא אריגינעלע ווערק און בעטן טבין ותקלין, אדער שטעלט איר צו ביליגע ארבייט אדער טויש איך אייך איין מיט אפרוחים שלא נפתחו עיניהם וואס גייען קאפירען אזא נייעס:
פרעזידענט אבאמא איז געווארן דיאגנאזירט מיט פראטעסטאטע קענסער, שפיטאלירט אין האקנסאק האספיטאל און טשאפירט מיט א טשאפער קיין וואשינגטאן דיסי צום ווייט-האוז שפיטאל, זיין סטעף-הויפט האט געזאגט אז ער פילט זיך שוין בעסער און וועט מאוסט פראבעבלי יא קומען צו די נעקסטען דיבעיט.

לא לא לא קיש קיש, לויפט קויפט און פארשפרייט די שפאגל נייע אויסגאבע 'דער שמויגער' ווי איר וועט זעהן יעדע וואך בילדער פון אלע מוזיקאנטען און זינגערס, דער ערשטער אויסגאבע וועט האבן אן עקסטערע ביילאגע פאר ליפא שמעלצער און מנשה לוסטיג, אויך פון פארשידענע חוה"מ האלטען פלעצער ווי בראנקס-זו און עדווענטשור לענד.

נישטא ווער ס'זאל לאכען


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט