בלאט 1 פון 17

נעמען בילדער/ארטיקלען פון אייוועלט, איז דאס יושר?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:53 pm
דורך איש יהודי
איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא, אויב נישט ביטע אריבערפירן.

יעצט האב איך געהערט אז די וואך קומט ארויס מיט אן עקסטערע ביילאגע פאר סוכות מיט בילדער פון ׳וויליאמסבורג אמאל און היינט׳, עס וועט האבען 120 זייטן.
אויב איז עס אמת, וועט די אשכול זיך קענען ציוואקסן ווי הייוון..

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:06 pm
דורך מיללער
איש יהודי האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא, אויב נישט ביטע אריבערפירן.

יעצט האב איך געהערט אז די וואך קומט ארויס מיט אן עקסטערע ביילאגע פאר סוכות מיט בילדער פון ׳וויליאמסבורג אמאל און היינט׳, עס וועט האבען 120 זייטן.
אויב איז עס אמת, וועט די אשכול זיך קענען ציוואקסן ווי הייוון..


אדער וועט עס זיין א קאפי פון די און אנדערע אשכולות אין זכור ימות עולם, ונראה

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:15 pm
דורך איש יהודי
;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:17 pm
דורך משנה מקום
מיללער האט געשריבן:
איש יהודי האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא, אויב נישט ביטע אריבערפירן.

יעצט האב איך געהערט אז די וואך קומט ארויס מיט אן עקסטערע ביילאגע פאר סוכות מיט בילדער פון ׳וויליאמסבורג אמאל און היינט׳, עס וועט האבען 120 זייטן.
אויב איז עס אמת, וועט די אשכול זיך קענען ציוואקסן ווי הייוון..


אדער וועט עס זיין א קאפי פון די און אנדערע אשכולות אין זכור ימות עולם, ונראה

איך מיין סאיז שוין געקומען די צייט צי מאכען א געהעריגע פאליסי וועגען קאפיען סחורה פין דא

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:42 pm
דורך מיללער
איך מיין אויך אזוי, שרייב די פאלעסי און מ'וועט נעמען א וואוט

ווי איז די ליגעל טיעם שע"י אייוועלט? קאמישאנער אוו דיעד? לויערס, פרעסע קאנפרענסן, שמיני עצרת'ער וכו', לאמיר אנהייבען שפינען.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:10 pm
דורך געלעגער
מילער האסט מיך פארשמייכעלט.

אמת'דיג גערעדט, א וואסער מארק וואלט נישט געהאלפן?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:27 pm
דורך שנאפס
נישט קיין גוטע עצה, עס וועט מאכן אומקלאר די בילדער

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:37 pm
דורך יוראפ
איש יהודי האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא, אויב נישט ביטע אריבערפירן.

יעצט האב איך געהערט אז די וואך קומט ארויס מיט אן עקסטערע ביילאגע פאר סוכות מיט בילדער פון ׳וויליאמסבורג אמאל און היינט׳, עס וועט האבען 120 זייטן.
אויב איז עס אמת, וועט די אשכול זיך קענען ציוואקסן ווי הייוון..

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 2:16 pm
דורך משנה מקום
געלעגער האט געשריבן:
אמת'דיג גערעדט, א וואסער מארק וואלט נישט געהאלפן?

אוו וואס איז מיט ארטיקלען וכדומה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 10:41 am
דורך מאנ-יימער
איש יהודי האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא, אויב נישט ביטע אריבערפירן.

יעצט האב איך געהערט אז די וואך קומט ארויס מיט אן עקסטערע ביילאגע פאר סוכות מיט בילדער פון ׳וויליאמסבורג אמאל און היינט׳, עס וועט האבען 120 זייטן.
אויב איז עס אמת, וועט די אשכול זיך קענען ציוואקסן ווי הייוון..

די בליק (אויך א בילדער אויסגאבע) האט אויך א עקסטערע ביילאגע "ניו יארק תרע"ג - תשע"ג"

אגב די וואך האט אויך א ביילאגע "א ספאדיק אן אלטן" פיל מיט בילדער פון רבנים אינדערהיים פארן קריג, סקרענטאנער רב איר וואלט זיכער הנאה געהאט דערפון

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:35 am
דורך Gevald Geshrigen
איך גלויב בדרך כלל שארית ישראל לא יעשו עולה ואם זה נהנה וזה לא חסר זאל זיין א חיוב צו אידענטיפייען די מקור ואם לאו ארויפלייגן א קאפירייט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:20 pm
דורך בן בוזי
ס'איז מיר אונטער געקומען די האנט ביידע בילדער ביכלעך וועלכע פאראייביגן דעם נוא יארקער אמאל, און כ'קען אנווייזן אויף רוב בילדער פון דער "דער בליק" אויסגאבע אז ס'איז נישט גענומען געווארן פון ערגעץ אנדערש ווי פון אונזער אייוועלטל. אמת טאקע אז זיי טוען דערמיט נישט קיין עוולה ווייל דערמיט וואס עס ליגט אויפן פאבליק דאמיין איז עס נחלת הכלל, אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:37 pm
דורך לכתחילה אריבער
בן בוזי האט געשריבן: אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:42 pm
דורך שנאפס
איך האלט אז עפעס מעגן זיי באצאלן

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 02, 2012 9:05 pm
דורך יוראפ
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.

געזעהן דעם יו"ט אין א הערליכע גליון ברענגט ער א היפשע פאר בלעטער מיט הערליכע סיפורים לחג הסוכות
און ער ענדיגט טאקע צו: קרעדיט אייוועלט.קאם

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 2:23 am
דורך טהור-עיניים
געזעהן דעם אויסגאבע פון דעם וואך, כ'בין אינגאנצן נישט נתפעל דערפון, כמעט אלעס שוין געזעהן. דא אויפן וועלטל איז דא פיל פיל פיל מער און בעסערע סחורה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 9:11 am
דורך פעטריטשקע
טהור-עיניים האט געשריבן:געזעהן דעם אויסגאבע פון דעם וואך, כ'בין אינגאנצן נישט נתפעל דערפון, כמעט אלעס שוין געזעהן. דא אויפן וועלטל איז דא פיל פיל פיל מער און בעסערע סחורה.



צופעליג בין איך יא משוגע געווארן דערפון ווי זיי האבן געהאט גאנץ אפאר בילדער פון אמאל און היינט, וועלכע ברענגן ארויף א שמייכל....
סזעהט זיך אהן אסאך ארבעט דערינען, סקען זיין אז רוב בילדער זענען אלט, אבער דער צוזאם שטעל פון אמאל און היינט איז א מחי'.....

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 11:56 am
דורך טהור-עיניים
דאס ביסטו גערעכט, עס איז קיוט די צאמשטעל פון אמאל און היינט, אבער קיין חדשות האב איך נישט געזעהן דארט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 2:57 pm
דורך בן בוזי
פון נחמן נתן צו אהרן בן בוזי הירשקוביץ אין אישי

אין איינע פון די בילדער אויסגאבעס איז געווען א געקליבאכטץ פון היסטארישע אלטע בילדער אין אמעריקא. זייער א שיין ארבעט געמאכט, מיטן אראפ נעמען 'אלע' בילדער פון איי וועלט וואס האט צו טוען מיט דעם נושא. עד כדי כך, איז דער אמעראצעס געגאנגען אז ער האט אריינגעשטעלט א בילד וואס איך האב ארויפגעשטעלט ווי מ'זעהט עטליכע זקני חסידי סלאנים ביי א הנחת אבן הפנה, און אויף אייוועלט האט איינער געשאסן א מושכל ראשון אז מ'זעהט דארט דעם דעברעצינער רב... דער בחור דער זעצער האט גענומען דעם בילד און געשריבן: "דעברעצינער רב"...‬

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 4:48 pm
דורך מאנ-יימער
יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.

געזעהן דעם יו"ט אין א הערליכע גליון ברענגט ער א היפשע פאר בלעטער מיט הערליכע סיפורים לחג הסוכות
און ער ענדיגט טאקע צו: קרעדיט אייוועלט.קאם

וועלכע גליון?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 6:38 pm
דורך געלעגער
ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אן אויסגאבע טוט דאס. איך מיין מען זאל מאכן א באזונדערע אשכול וואו מ'זאל אויספראקן ברבים די אלע אויסגאבעס. שעמען מעגן זיי זיך

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 6:48 pm
דורך גוגל
געלעגער האט געשריבן:ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אן אויסגאבע טוט דאס. איך מיין מען זאל מאכן א באזונדערע אשכול וואו מ'זאל אויספראקן ברבים די אלע אויסגאבעס. שעמען מעגן זיי זיך

viewtopic.php?f=6&t=18347

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 03, 2012 7:18 pm
דורך יוראפ
מאנ-יימער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן: אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.

געזעהן דעם יו"ט אין א הערליכע גליון ברענגט ער א היפשע פאר בלעטער מיט הערליכע סיפורים לחג הסוכות
און ער ענדיגט טאקע צו: קרעדיט אייוועלט.קאם

וועלכע גליון?

להתענג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 11:17 am
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:ס'איז מיר אונטער געקומען די האנט ביידע בילדער ביכלעך וועלכע פאראייביגן דעם נוא יארקער אמאל, און כ'קען אנווייזן אויף רוב בילדער פון דער "דער בליק" אויסגאבע אז ס'איז נישט גענומען געווארן פון ערגעץ אנדערש ווי פון אונזער אייוועלטל. אמת טאקע אז זיי טוען דערמיט נישט קיין עוולה ווייל דערמיט וואס עס ליגט אויפן פאבליק דאמיין איז עס נחלת הכלל, אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.


עמו אנכי בצרה, איך האב געזעהן ביידע אויסגאבעס, די עוולה איז אומדערהערט! זיי האבן נאך די חוצפה צו שרייבען אין די פארווארט (זעה בייגעלייגט) אז זיי האבן אריינגעלייגט א גרויסען ארבייט אפירצוזוכען די בילדער וועלכע זיי פארעפנטליכען צום ערשטן מאל! איר הערט? זיי האבן געזוכט די בילדער, און זיי זענען גאר די ערשטע ערפונדער דערפון! א פאלנער ליגענט, איך קען צייגען כמעט ביי יעדן בילד אז עס איז נישט מעגליך אנדערש נאר זיי האבן עס פראסט און פשוט אראפגענומען פון אייוועלט הנרחבת ווי מעמבערס האבן בזיעת אפים אפירגעקראצט היסטארישע בילדער און זאגאר געקאפיעט/פעיסט די בילדער מיט אדער אן די ריכטיגע אידענטיפיקאציעס, אן דאס מינדענסטע קרעדיט פאר די ריכטיגע ערפינדער, דאס איז ריכטיג מתכסה בטלית שאינו שלהם, וגניבת דעת הבריות אויפן העכסטען פארנעם.

פון הונטער די קוליסען דערוויסען מיר זיך אז עס שאפט זיך היצטערט א קאמיטע וועלכע וועט זיך אפגעבן מיט די טענות עפ"י דיני תורה ולהבדיל ע"פ דינא דמלכותא, צו פארלאנגען די ריכטיגע קאמפענסאציע ולכה"פ עפנטליכע אנטשולדיגונג, פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.

בנתיים, ווער עס קענען אריינסקענען בלאט נאך בלאט און מיר וועלן פרובירען צושטעלן לינקס צו יעדן בילד, ווי זי איז ערשינען בתוכינו, מיט קלארע ראיות צו די תביעה אז די בילדער קומען נישט פון ערגעץ אנדערש נאר פון דא, וירא הקהל וישפוט.

החותם בצער פה סקרענטאן יצ"ו
בשם מכון מורשת חכמי אמעריקא
הק' יעקב דוב מיללער
מזכיר המכון

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 11:40 am
דורך ולא מיין
איך פארשטיי באמת נישט מה כל הרעש, היינט איז אן אינטערנעט עפאכע. אסאך בילדער פון אייוועלט, קומט פון אנדערע סייט'ס אויכעט, נו יעדעס מאל דארף מען שרייבן די אריגינאלער מקור? און אפשר דארף מען צושרייבן די נעמען פון די ניק'ס אויכעט?? אין מיינע אויגן, וואס ס'געפונט זיך אויף אינטערנעט איז א רשות הרבים, און ס'איז ווי מופקר מאליו, און יעדער איז ערלויבט אראפצונעמען דערפון.