וואס זאל זיין קול מבשר'ס 1000 אינטערוויו

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אפריל 02, 2014 10:27 am

פריילאך האט געשריבן:
פלאטשיגער האט געשריבן:פאר איך זאג מיין מיינונג ברויך איך וויסן צו ס'איז מעלה ומוריד עפעס פאר קול מבשר? צו רעכענט ער זיך מיט די אייוועלטערס? אדער חסדי אבות איז סתם נייגעריג צו הערן דעם עולםס בייפעלער...?


טאקע א גוטע שאלה..

אפשר מאכט מען די אלע וואס די אינטערוויוערס האבן אמאל אריינגעשניטן אין זיי א שאלה אן אומבאקוועמע, אדער צומאל א ווייעדיגע... זאלן קענען צוריק פרעגן זייער אינטוויוער עפעס הפלא'דיג... ויהא זה כפרתו.


א עקל און גרויל (אדער בעסער געזאגט גאר ווייטאגליך) די אינטערוויו מיט ר' מרדכי יצחק סאמעט פון זיין תפיסה סעל...

מען האט געברויכט אפיעלען די קעיס און עס איז נעבעך דורכגעפאלן.. נאכדעם וואס הרב סאמעט זאגט ווי אזוי ער פרובירט זיך צו מחזק זיין..

הייבט די שואל נאכאמאל אן: אויך איך מעג פרעגן וויאזוי האט איר געשפריט די מינוט וואס איר זענט געווארן אז דאס איז די פסק? ער ענטפערט מיט געדולד
ואמונתך בלילות וכו כוו' וכו'וו'ו'ו.. קומט די שואל החכם הזה און פרעגט ווידער: איר האט דאך אויך א ווייב און קינדער... (אוטש..) ווי אזוי האבן זיין אויפגענומען?
.........................................................א צוויי מינוט נאכדעם: איר האט א טאטע אויך איר קענט מיר אפשר זאגן וואס ער זאגט דערצו??????????????????

דא האב איך אראפגעהאקט די טעלעפאן מיט א כעס... נישט וויסענדיג וואס נאך ער גייט איהם צאפן די בלוט..

ווי קען מען זיין אזוי רשעות'דיג.. אמער.. די זיצט אויפן פאטעל אינדערהיים און יענער אין תפיסה.. מעג מען איהם דערקיטשען לכבוד זה?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

איוואן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » מיטוואך אפריל 02, 2014 11:08 am

זייענדיג נאנט צו די פרשה, ווייסעך אז די אינטערוויו איז געווארן ארגאנעזירט, אין פארגעשריבן ווארט ביי ווארט דורך ר' מרדכי יצחק, כדי עס זאל נישט פארציען לאנג, ווייל ער האט נישט קיין סאך מינוטן. אין ווער עס קען ליינען צווישן די שורות, זעהט אז ר' מרדכי יצחק זוכט אויסצולויבן זיין פרוי, אז זי קומט איבער די שוועריגקייטן, אין דערנאך באזונדער זיינע עלטערן.

' מרדכי יצחק האט איין ציל מיטן אינטערוויו, נישט צו פארציילן מעשות אויף טעלעפאון ליינס, ער וויל אויפברענגן רחמנות ביים ציבור, אין מען זאל מתפלל זיין פאר אים.

די אמונה וואס די איד האט איז עפעס נישט צום גלייבן, ווען מען גייט אים וויזיטן, קוקט ער אויס ווי ער האט א פעקל גרייט ארויסצוגיין יעדע מינוט, טראצדעם וואס ער ווייסט אז עס איז כמעט נישטא קיין שאנסן בדרך הטבע, אבער די אמונה און בטחון איז זייער שטארק.

' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית איז גוט אינזין צו האבן ביים דאווענען ווען מעגליך

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אפריל 02, 2014 11:21 am

פריילאך האט געשריבן:א עקל און גרויל (אדער בעסער געזאגט גאר ווייטאגליך) די אינטערוויו מיט ר' מרדכי יצחק סאמעט פון זיין תפיסה סעל... 

מען האט געברויכט אפיעלען די קעיס און עס איז נעבעך דורכגעפאלן.. נאכדעם וואס הרב סאמעט זאגט ווי אזוי ער פרובירט זיך צו מחזק זיין.. 

הייבט די שואל נאכאמאל אן: אויך איך מעג פרעגן וויאזוי האט איר געשפריט די ‏מינוט וואס איר זענט געווארן אז דאס איז די פסק? ער ענטפערט מיט געדולד 
ואמונתך בלילות וכו כוו' וכו'וו'ו'ו.. קומט די שואל החכם הזה און פרעגט ווידער: איר האט דאך אויך א ווייב און קינדער... (אוטש..) ווי אזוי האבן זיין אויפגענומען?‏

.........................................................א צוויי מינוט נאכדעם: איר האט א טאטע אויך איר קענט מיר אפשר זאגן וואס ער זאגט דערצו??????????????????‏

דא האב איך אראפגעהאקט די טעלעפאן מיט א כעס... נישט וויסענדיג וואס נאך ער גייט איהם צאפן די בלוט..

‏ווי קען מען זיין אזוי רשעות'דיג.. אמער.. די זיצט אויפן פאטעל אינדערהיים און יענער אין תפיסה.. מעג מען איהם דערקיטשען לכבוד זה?


‏איי עגרי, איך האב גראדע געוואלט פארלייגן אז מ'זאל אינטערוויו דעם שואל ווער עס האט אים דערציילט אז ער קען מאכן אינטערוויוס, נאר איךהאב זעך איינגעהאלטן.

אבער אז מ'רעדט שוין דערפון, בין איך אויך איינשטימיג אז מ'דארף אים איינמאל פאר אלעמאל אין פלאץ שטעלן און אפשר גאר אזויווי איינער פון די ניקס האט שוין דערמאנט, קען מען ענדיגן (עטליעסט זיינע) די אינטערוויוס ביי טויזנט (ביי לייבי קלעצקי האט ער אויך געהאט אן ענליכן עפראועטש).
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 12:28 am

פלאטשיגער האט געשריבן:פאר איך זאג מיין מיינונג ברויך איך וויסן צו ס'איז מעלה ומוריד עפעס פאר קול מבשר? צו רעכענט ער זיך מיט די אייוועלטערס? אדער חסדי אבות איז סתם נייגעריג צו הערן דעם עולםס בייפעלער...?

שוין געשריבען אין א פאריגע תגובה.
אז איך האב גערעט מיט זלמן
ער האלט מיט די אשכול אין ער האט פראשער צי ברענגען עפעס א גיטס נישט צי דיסעפאנטען די עולם אין איי וועלט

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 12:56 am

איך מיין עס ערנסט, איך זעה דער עולם רעספאנד נישט דערצו.

האו עבאוט ער זאל אינטערוויוען די איינציגסטע חסידישע אין ערליכע בלאג/וועבזייטעל המכונה בשם איי וועלט.

עס וועט זיין זייער אינטערסאנט פאר טויזענטער אידען.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:09 am

אפשר מאכט ער א אפדעיט אינטערוויו עס זאל הייסן שבח והודאה אינטערוויו ווי ער אינטערוויוט די אלטע אינטערוויוערס, יעדער וויל הערן די פרייליכע ענדונג פון א מעשה, למשל די מענטשן וואס זענען געוועהן און א עקסידענט ווי זיי זענען אויסגעהיילט געווארען די גאנצע פראצעדור, מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון תפיסה... נאך הינדערטע מעשות וואס האט זיך געענדיגט גוט.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:33 am

קהת האט געשריבן:אפשר מאכט ער א אפדעיט אינטערוויו עס זאל הייסן שבח והודאה אינטערוויו ווי ער אינטערוויוט די אלטע אינטערוויוערס, יעדער וויל הערן די פרייליכע ענדונג פון א מעשה, למשל די מענטשן וואס זענען געוועהן און א עקסידענט ווי זיי זענען אויסגעהיילט געווארען די גאנצע פראצעדור, מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון תפיסה... נאך הינדערטע מעשות וואס האט זיך געענדיגט גוט.


זייער א גוטע געדאנק, אבער "דאס" איז נישט אינטערעסאנט פאר ס'מערהייט מענטשן.

אויף אנגלי זאגט מען "גוד ניוס איז נאו ניוס"!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אין וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 10:11 am

תגובהדורך אין וועלט אריין » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:39 am

AHA האט געשריבן:איך מיין עס ערנסט, איך זעה דער עולם רעספאנד נישט דערצו.

האו עבאוט ער זאל אינטערוויוען די איינציגסטע חסידישע אין ערליכע בלאג/וועבזייטעל המכונה בשם איי וועלט.

עס וועט זיין זייער אינטערסאנט פאר טויזענטער אידען.

אין אמת'ן וועט עס טאקע זיין אינטערעסאנט
לאמיר טראכטן מיט יישוב הדעת אלעס ארום:
1) גילוי? וועמען זאל ער אינטערוויאען? די גרינדערס? די שרייבערס?
2) פאר וועמען וועט עס זיין אינטערעסאנט? נאר פאר איי וועלט באנוצער? (אולי איזעס רוב ציבור ווער ווייסט)?
3) ועל כולם, עס וועט זיין א גרויסע רודער אין די עולם הרבנים [חוץ אויב זיי זענען אויך אייוועלט באנוצער], היתכן מען אינטערוויאט א וועב זייט [אפילו איי וועלט איז אויך דא מעוררים ואכמה"ל], און איך מיין אז ער קען דאס נישט עפארדען אז ער זאל ווערן גע'אסערט. זיין גאנצע כוח איז דאך דאס (וואס איז שטארק ניכר און ס'באקאנט) אז ער שטייט ווייט מיט יעדע זאך וואס האט א שייכות מיט סענסאציעס

דאס איז מיינע מחשבות געדאנק

וואס יא, אויב ער פלאנט צו מאכען א עסק פונעם אלף'ל, זאל ער זען צו נעמען א געלונגענע אינטעוויאער, א בר דעת, וואס ווייסט וואס און ווען צו פרעגען ווי איין ווי אויס, און קען מיט ארבעטן מיטן בייאינטערוויטער, און נישט אבי וועמען

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:39 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:אפשר מאכט ער א אפדעיט אינטערוויו עס זאל הייסן שבח והודאה אינטערוויו ווי ער אינטערוויוט די אלטע אינטערוויוערס, יעדער וויל הערן די פרייליכע ענדונג פון א מעשה, למשל די מענטשן וואס זענען געוועהן און א עקסידענט ווי זיי זענען אויסגעהיילט געווארען די גאנצע פראצעדור, מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון תפיסה... נאך הינדערטע מעשות וואס האט זיך געענדיגט גוט.


זייער א גוטע געדאנק, אבער "דאס" איז נישט אינטערעסאנט פאר ס'מערהייט מענטשן.

אויף אנגלי זאגט מען "גוד ניוס איז נאו ניוס"!


ביי אידן איז א גרויסע זאך צו מפרסם זיין די חסדים פון די אייבערשטער יעדער מאכט א סעודות הודאה יעדער וויל אז מען זאל וויסן די חסדים וואס די אייבערשטער האט געטוהן מיט עהם און יעדער וויל הערן אויך גוטע נייעס, נישט נאר ביקשו רחמים, איינרייסען, שוידערליכע נייעס, טראגעדיע, ביי די גוים איז דעיס נישט א גרויסע זאך מאיז אויסגעהיילט געווארען און געגאנגען ווייטער.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:45 am

AHA האט געשריבן:איך מיין עס ערנסט, איך זעה דער עולם רעספאנד נישט דערצו.

האו עבאוט ער זאל אינטערוויוען די איינציגסטע חסידישע אין ערליכע בלאג/וועבזייטעל המכונה בשם איי וועלט.

עס וועט זיין זייער אינטערסאנט פאר טויזענטער אידען.


רוב ציהערערס זענען קינדער און בחורים וואס דארפן נישט וויסען וועגן דעים, אין נאך א חלק זענען פרויען, סגייט זיין אונטרעסאנט אפשר פאר 10 פראצענט פון די ציהערערס אדער דעיס אויך נישט, רוב מענער האבען נישט קיין אינטערנעט.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 9:48 am

AHA האט געשריבן:איך מיין עס ערנסט, איך זעה דער עולם רעספאנד נישט דערצו.

האו עבאוט ער זאל אינטערוויוען די איינציגסטע חסידישע אין ערליכע בלאג/וועבזייטעל המכונה בשם איי וועלט.

עס וועט זיין זייער אינטערסאנט פאר טויזענטער אידען.


לאמיר געדענקן אז די וואס דארפן אנקומען צו אינטערנעט זענען טאקע נהנה דא אויפ'ס אויסגעהאלטענסטע אופן, אבער אינטערנעט איז נאכאלץ אין בעסטן פאל א בדיעבד'יגע זאך און עס וואלט זייער נישט גוט אויסגענומען ביים היימישן ברייטן ציבור צו פראמאוטען אפי' די גוטע חלקים דערפון אין פאבליק.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 10:08 am

קהת האט געשריבן:ביי אידן איז א גרויסע זאך צו מפרסם זיין די חסדים פון די אייבערשטער יעדער מאכט א סעודות הודאה יעדער וויל אז מען זאל וויסן די חסדים וואס די אייבערשטער האט געטוהן מיט עהם און יעדער וויל הערן אויך גוטע נייעס, נישט נאר ביקשו רחמים, איינרייסען, שוידערליכע נייעס, טראגעדיע, ביי די גוים איז דעיס נישט א גרויסע זאך מאיז אויסגעהיילט געווארען און געגאנגען ווייטער.


ריכטיג, אבער פארדעם ווערט'ס נאכנישט "אינטערעסאנט", די טבע פון א מענטש איז אז ער האט ליב שרעקעדיגע מעשיות, און קול מבשר איז לאו דווקא געגרינדעט געווארן אתס אידישקייט, ודי לי בזה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 1:58 pm

קהת האט געשריבן:אפשר מאכט ער א אפדעיט אינטערוויו עס זאל הייסן שבח והודאה אינטערוויו ווי ער אינטערוויוט די אלטע אינטערוויוערס, יעדער וויל הערן די פרייליכע ענדונג פון א מעשה, למשל די מענטשן וואס זענען געוועהן און א עקסידענט ווי זיי זענען אויסגעהיילט געווארען די גאנצע פראצעדור, מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון תפיסה... נאך הינדערטע מעשות וואס האט זיך געענדיגט גוט.

דאס צו דעקן וועט ער דאך דארפן נאך 1000 אינטערוויוס?! נישט איינס...
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 6:53 pm

6

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 6:56 pm

קלאר ווי דער טאג, ר' זלמן זאל געדענקען אז אויב וויל ער האבן א סוקסעס פון אן אינטערוויו, זאל ער נעמען א גוטן אויספרעגער, וואס דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אז עס זאל זיין שיין.

איך רעקעמאנדיר ר' וועלוויל שמעלצער.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » פרייטאג אפריל 04, 2014 11:34 am

איוואן האט געשריבן:זייענדיג נאנט צו די פרשה, ווייסעך אז די אינטערוויו איז געווארן ארגאנעזירט, אין פארגעשריבן ווארט ביי ווארט דורך ר' מרדכי יצחק, כדי עס זאל נישט פארציען לאנג, ווייל ער האט נישט קיין סאך מינוטן. אין ווער עס קען ליינען צווישן די שורות, זעהט אז ר' מרדכי יצחק זוכט אויסצולויבן זיין פרוי, אז זי קומט איבער די שוועריגקייטן, אין דערנאך באזונדער זיינע עלטערן.

' מרדכי יצחק האט איין ציל מיטן אינטערוויו, נישט צו פארציילן מעשות אויף טעלעפאון ליינס, ער וויל אויפברענגן רחמנות ביים ציבור, אין מען זאל מתפלל זיין פאר אים.

די אמונה וואס די איד האט איז עפעס נישט צום גלייבן, ווען מען גייט אים וויזיטן, קוקט ער אויס ווי ער האט א פעקל גרייט ארויסצוגיין יעדע מינוט, טראצדעם וואס ער ווייסט אז עס איז כמעט נישטא קיין שאנסן בדרך הטבע, אבער די אמונה און בטחון איז זייער שטארק.

' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית איז גוט אינזין צו האבן ביים דאווענען ווען מעגליך

וואלטער ווען די סארט עקעלדיגע פראגעס נאר געפרעגט פון סאמעט העטעך ווען אפגעקויפט דיין מעשה. אבער היות ער פרעגט עס פון א ידע סענסעטיווע פאסירונג ברויך מען אים צימבלען און דאס מוז זיך אויפהערן, עפעקטיוו אימידיעטלי!
ענד קוואוט

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:06 pm

רעדטס נישט, ר' יצחק שלמה האט זיך היבש פארבעסערט די לעצטע תקופה, עס איז אנמערבאר אז ער ארבעט דערויף. ער איז שוין אפילו גאנץ אינטערעסאנט לעצטנס.

פארט וויל איך רעקאמאנדירן פאר ר' זלמן, אז אויף דער טויזנטסטע תגובה זאל ער נישט נעמען ר' יצחק שלמה, נאר ענדערש וועלוויל שמעלצער אדער אפילו הענדל ברייער.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:24 pm

חסדי אבות האט געשריבן:רעדטס נישט, ר' יצחק שלמה האט זיך היבש פארבעסערט די לעצטע תקופה, עס איז אנמערבאר אז ער ארבעט דערויף. ער איז שוין אפילו גאנץ אינטערעסאנט לעצטנס.

פארט וויל איך רעקאמאנדירן פאר ר' זלמן, אז אויף דער טויזנטסטע תגובה זאל ער נישט נעמען ר' יצחק שלמה, נאר ענדערש וועלוויל שמעלצער אדער אפילו הענדל ברייער.


סתם שאלות ותשובות (אפי ווען עס איז גוט געפרעגט) איז פארט גאנץ טרוקן, איך וואלט רעקאמענדירט ר' הערשל פרידמאן פאר א געשמאקערע זאך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:29 pm

אונטערסאנט קיינער האט נישט אנגעמערקט אז ס'איז שוין געווען אינטערוויא'ס מיט עטליכע מענטשן צו לויבן השי"ת אויף שוועריקייטן וואס זענען אדורך ה"י.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:31 pm

אבער ווען הערשל אינטערוויאוט - רעדט ער דאך, ער גיבט בכלל נישט קיין טשאנס פאר'ן אנדערן

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:40 pm

אז מען רעדט פון אינטערוויוס, לדעתי איז יונה קאהן סופער! קיינער קומט נישט צו זיינע קנעכלן א געראטענער מראיין
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:46 pm

כ'מיין אז דא קומט אריין על הטעם וריח אין להתווכח

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 04, 2014 2:53 pm

הענדל ברייער אפילו ער איז גוט אין בעצם אינטערוויוען, אבער ער ענדיגט זייער פלוצים די אינטערוויוס זיינע, אין מיטן בעסטן שמועס קען ער זאגן אקעי פיין הצלחה א גוטע נאכט און ס'איז געענדיגט...נאך איינער באמערקט?

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » פרייטאג אפריל 04, 2014 2:56 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הענדל ברייער אפילו ער איז גוט אין בעצם אינטערוויוען, אבער ער ענדיגט זייער פלוצים די אינטערוויוס זיינע, אין מיטן בעסטן שמועס קען ער זאגן אקעי פיין הצלחה א גוטע נאכט און ס'איז געענדיגט...נאך איינער באמערקט?

יא

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » פרייטאג אפריל 04, 2014 3:35 pm

לדעתי איז וועלוויל שמעלצער א A+ פין אלע איטערוויוערס אויף קול מבשר. ער קימט זייער גיט אנגעגרייט ער רעט צי די זאך געשמאק.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט