"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:36 pm

Naftule האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
קאטשעניו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שמועסער האט געשריבן:אלע נייגעריגע פרעגער וואס די מעשה איז, קויפט די מאמענט די וואך וועט איר וויסן די גאנצע מעשה..

לפי די אלע אראפרייסערס און מוחים קען מען זאגן בדרך צחות אז מאמענט שרייבט "בלוט איז מער נישט הפקר", ווייל עס איז געווארן פריוואט די מאמענט'ס בלוט..

אבער כ'פארשטיי נישט די גאנצע בהלה דא.. איר האלט טאקע אז מאמענט האט נישט געפרעגט דעם איד פארן אים באשרייבן?! זיי זאגן דאך נאך סטעיטמענטס אין זיין נאמען!
איי פארוואס נישט פארן איד און בלאט, זייער פשוט, דער איד האט נישט געהאט די קוראזש אליינס אריינצושרייבן בריוון וכדו', אבער אז מאמענט האט אים אנגערופן האט ער זיך צוגעכאפט דערצו, אפצוראטעווען זיינע לעצטע פאר טראפענס בלוט וואס ער פארמאגט נאך..

א מין בלינדע האס צו די מאמענט דא..

אמביציע האט עס גוט ארויסגעברענגט פריער.

איך גלייב אבער נישט אז מאמענט האט גענומען פון אים רשות ארויפצולייגן דעם בילד אויפ'ן דעקל.

און מאמענט אליין האט שוין גענוג מאל צושמירט מענטשן אן זייער רשות, דעריבער איז שווער צו זאגן אז זיי טוען עס פשוט צוליב רחמנות...



איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען. פשוט, די איידיע איז מיינס. איך האב אפראוטשטד א משפחה-מיטגליד מיט דעם אפפער אז דער ראש המשפחה זאל זיך לאזן אינטערוויוען, אלס חלק פון א פראיעקט וואס האט געזאלט ארייננעמען אינטערוויוס מיט עטליכע קרבנות פון דעם מיאוס'ן בוליאינג קאמפיין אויף וואצעפ.

די משפחה האט זיך צוגעכאפט דערצו מיט ביידע הענט. מיין איידיע איז געווען עס צו געבן פאר אן אנדערן מאגאזין, א קאנקורענט. אבער דער משפחה-מיטגליד וועמען איך האב אפראוטשטד איז געגאנגען מיט די איידיע סטרעיט צום מאמענט, און נישט געווארט אויף מיר און מיין געפלאנטן פראיעקט, און אויף אנדערע קרבנות.

היינט שיקט מיר איינער אריין א לינק וואו דער מאמענט ווערט אראפגעריסן פאר'ן נעמען אן אומשולדיגן איד און טאנצן אויף זיין בלוט. איך האב פיזיש געלולט. יעצט ווייס איך שוין נישט אויף וועמען איך דארף זיין בייז.

אידן פון איי-וועלט, ווי לאנג נאך וועט איר זיין ביזי מיט'ן אראפרייסן אנדערע אידן? גענוג איז גענוג! ס'איז בכלל נישט קיין חכמה וויי צו טאן אן אנדערן איד.

את חטאי אני מזכיר. איך פלעג אויך אמאל אראפרייסן אידן אויפ'ן אינטערנעט. איך האב אנגעפולט גאנצעטע זייטן מיט בלעטער צו טשעפען און וויי טאן מענטשן, מיינענדיג אז איך טו א גוטע זאך. היינט האב איך ביטער חרטה אויף וואס כ'האב געטאן. געדענקט! ס'איז נישט קיין הפקר וועלט. אלוקים יבקש את הנרדף, אפילו ווען דער נרדף איז א רשע.

נרדף שמירדאף
שרייב נארמאלע אינהאלטפולע ארטיקלען
די גאנצע געשרייבעכץ, מיט רשות צו אן רשות, איז סתם טפשות און ליידיגקייט
פאר אזוילכע שטרוי צאלט מען געלט???
דאס קען איך דאך קריגן אימזיסט אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל
אז איך זוך טשיקן זופ גיב מיר נישט קיין קאלעי וואסער אדער בית כסא זאפט
שוטים

כ'פארשטיי נישט ס'קוקט עפעס אויס ווי מ'האט דיר געמאכט א האלד אפ מיט א גאן און געצווינגן דאס צו קויפן? וואס איז די שעלטעריי??

איך פארשטיי נישט וואס גייט דא איך ווייס נישט ווער איז נישט גלייך דא ...............
איז דא איינער וואס וויסט פאר זיכער אז דער 'מאמענט ' האט נישט באקומען רשות.............???
איז טיטש אז מ'באשמיצט א מענשטען אויף דער סאציעלא מידיא
נא דאס איז דאס די מטרה פאר די ארטיקעל צו מאכען א אויפוואכונג איבער די נידריקייט פון באשמיצען מענטשן
ווי אויך טאמער האט דער איד געבעטן אז מ'זאל מפרסם זיין דער נושא איז נישט שייך צו זאגן אז עס מאכט ערגער היות רצונו של אדם זה כבודו ודל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:44 pm

לענ"ד קען מען שוין געהעריג פארמעקן דעם אשכול צוליב:

קרעטשמער האט געשריבן:ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.


איינער האלט דא אנדערש?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:10 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:לענ"ד קען מען שוין געהעריג פארמעקן דעם אשכול צוליב:

קרעטשמער האט געשריבן:ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.


איינער האלט דא אנדערש?

דאס וועט מיינען אז אייוועלט'ס שטעלונג איז אז "מאמענט" איז א פירצה בחומת הדת‎ :wink:

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:37 am

אוקעי, כ'האב נישט ממש געמיינט די אשכול, נאר די תגובות ה'מוחים'. צייט צו לייגן א סטאפ דערצו. ווען די היץ וועט נאכלאזן [וועט עס אמאל?], וועט מען זיך קענען ערלויבן דא צו לאזן קאנסטראקטיוו קריטיק.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 1:53 am

פעלט גארנישט פאר די דעי וואכענדיגע מאמענט שיינע ארבייט

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 9:50 am

איך האב גראדע יא וואטסעפפ אבער איך נישט געהאט קיין השגה איבער די גאנצע מעשה ביז איך האב באזוכט דאס וועלטל...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:50 am

דער חתן דינן קאנפירמד אז ער האט פולשטענדיג מסכים געווען צו די אינטערוויו און בילדער.

https://www.dropbox.com/s/kanjq23538zds ... M.mp4?dl=0

4A3F170D-AD92-4DB2-BD38-3F0EED55B1F7.jpeg
4A3F170D-AD92-4DB2-BD38-3F0EED55B1F7.jpeg (180.69 KiB) געזעהן 4146 מאל
לעצט פאראכטן דורך רופא נפשות אום דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 1:44 pm

זעט אויס געוויסע דא פארשטייען נאר ווען מען רעדט ברחל בתך הקטנה. עמער שרייבן קלאר, יעדע סארט מחאה, אדער קריטיק, אין דעם אשכול גייט פארמעקט ווערן.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 1:46 pm

יישר כח כבוד המנהל פארן אפווישן די אויסגעגאסענע לעמאן דזשוס!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 2:05 pm

שכח מאמענט פאר די ארטיקל.
דאס הארץ גייט מיר אויס פאר דעם איד
א פשוטע איד.

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

תגובהדורך אלע מעלות » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 3:21 pm

זייער א גוטע זאך ארויס צו ברעגן בעיקר מען אלט יעצט פאר פורים דארף מען זייע ראכטונג געבן אויף א צווייטנס כבוד מה דעלך סני לחבראך לא תעביד!
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:41 pm

ביטע זיך האלטן צום טעמע פונעם אשכול, תגובות איבער פערזענליכע מענטשן וועט ווערן פארמעקט!

א דאנק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 16, 2018 6:02 am

Naftule האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
ס'איז דא באמפער'ס סטיקער'ס מיט דעם סלאגאן ''קימסט צו מיר עס אויף שבת''

מאכסט עס היבש ערגער ווי ס'איז.
צוגעלייגטע
DUFkv0nWkAAadSX.jpeg
DUFkv0nWkAAadSX.jpeg (28.92 KiB) געזעהן 3313 מאל
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג פאברואר 16, 2018 6:38 am

איך געב קרעדיט פארן מאמענט פארן בארירען די האקעלע נושא
פארמעקט
אבער ווי געזאגט די נושא מיז באהאנדלט ווערן וווייל עס איז אריבער אלע גרעניצן ליידער.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג פאברואר 16, 2018 6:55 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
ס'איז דא באמפער'ס סטיקער'ס מיט דעם סלאגאן ''קימסט צו מיר עס אויף שבת''

מאכסט עס היבש ערגער ווי ס'איז.

איך האב זיך נישט באצויגן צו דעם פרט

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג פאברואר 16, 2018 9:25 am

שטייגען האט געשריבן:א איד וואס מהאט עהם שוין סייווי פארשמעמט בעט זיך ביי די מאמענט אויסגאבע מזאל עהם באשרייבען אין ער וויל דארט וויינען מזאל עס נישט טוען צו א צווייטען ווייל מקען עס פונקט אזוי טוען צו אייך אין צו אייער באקאנטע,
לעצענטס געזעהן (איך קען מיך נישט דערמאנען ווי, מעגליך אפילו דא אויפן וועלטעל) ווי איינער שרייבט ער האט אמאל געזעהן ווי א פרוי גליטש זיך אויס אויף ליע עווניא אין סהאט פאסירט אומאיינגענעמע זאכן אין א אכזר האט ארויסגענומען א סמארטפאון אין דאס אנגעהויבען אפכאפן ווי די פרוי ליגט אויפן פלאר אין הייבט זיך אויף נעמט צוזאם איהרע חפצים מיט איהר קאפ צודעק איז ער צוגעלאפן אין אנגעהויבען אפכאפן ווי יענער אכזר כאפט עס אפ, האט נאך די אכזר געהאט די חוצפה צו פרעגן היתכן דו כאפסט אפ פון מיר א קליפ
האט עהם די אינגערמאן גענטפערט ווען דיין קליפ וואס דו האסט אפגעכאפט גייט ארום פארן אין שופח דם זיין א משפחה וועל איך נאכדעם ארום שיקן די קליפ ווער סאיז די אכזר אין שופח דם.
דעמאלטס האט זיך יענע אכזר געכאפט אז מקען דאך מאכן פון עהם אליינס חוזק אין האט חרטה געהאט אין אויסגעמעקט די קליפ אין די אינגערמאן האט אויך אויסגעמעקט ווי יענער כאפט עס אפ,
כלפי מה דברים אמירים סאיז דא היינט צוטאגס וואטסאפ גרופס, טעלעגראם גרופס, טוויטער אקאונטס, אינסטעגראם, פעיסבוק, וכדומה וואס לייגן יעדען טאג ארויס בילדער מיט לצנות אין נבלה, אין יעדע מחלוקה וואס סאיז נאר דא, (אשרי חלקו פאר די וואס ווייסען נישט דערפון)
דא האט זיך א חשובע איד א בן תורה פון קרית טאהש געווען די קרבן די לעצטע תקופה ער איז שוין ממילא געווען אויף יעדע גרופ אין שוין געווארן די לצנות האט ער ביישלאסן אז ער גייט דאס אויסניצען צו אויפמערקזאם מאכן כלל ישראל אין טראכט א מינוט פאר דו שיקסט ארום א קליפ וואס קען וויי טוען פאר יענעם.
אין פאר די אלע וואס קראטקירן די מאמענט זאלן מאכן אביסל ריסירטש וואס סגייט היינט פאר אויף סאושעל מידיע

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג פאברואר 16, 2018 12:29 pm

שכוח פארן מאמענט פארן בארירן אזא פארוויטאגליכע נושא.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » פרייטאג פאברואר 16, 2018 1:13 pm

די מאמענט איז גערעכט, און זאגט זייער רעכטיג

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג פאברואר 16, 2018 1:34 pm

יעצט געקויפט
גיימער עס עפענן אין זיך אריינלייגען אין יענעמ׳ס געפילן
אין זיך אפלערנען דערפון מטאר פון קיינעם נישט חוזק מאכן אין מצער זיין.
שכוח מאמענט נאכמאל
קעיפ אפ יור גוד ווארק
צוגעלייגטע
image.jpg
image.jpg (146.47 KiB) געזעהן 2937 מאל
..

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג פאברואר 18, 2018 1:40 pm

סטראשע בריוול געפונען היינט אין מיין פאסט קעסטל
אזהרה ניתנה בעיקבות הודעה ששלחת: viewtopic.php?f=91&p=1613792#p1613792.

ביטע הערט אויף צו אראפברענגן אייוועלט, גענוג געווען מיט די אלע היציגע און שטעכיגע טענה'רייען וואס איר זענט א דירעקטע גורם דערצו.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג פאברואר 18, 2018 2:40 pm

דער עולם האט שוין ארויפגעקלעבט די נייע סטיקערס אויף די קארס?
כ'שעם מיך צו זיין דער ערשטער..

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג פאברואר 18, 2018 2:51 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:דער עולם האט שוין ארויפגעקלעבט די נייע סטיקערס אויף די קארס?
כ'שעם מיך צו זיין דער ערשטער..

יא שוין געזעהן

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:26 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:דער עולם האט שוין ארויפגעקלעבט די נייע סטיקערס אויף די קארס?
כ'שעם מיך צו זיין דער ערשטער..
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (31.44 KiB) געזעהן 2253 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך פאברואר 21, 2018 12:18 pm

פאדערשטע זייט פון מאָמענט #181, פּורים נומער תשע״ח

B8CC5251-4BEB-4452-8067-898C7072FCD3.jpeg
B8CC5251-4BEB-4452-8067-898C7072FCD3.jpeg (612.34 KiB) געזעהן 2010 מאל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך פאברואר 21, 2018 12:27 pm

קוקט אויס א פיינע פורים מאמענט,
גייט קימען נאכאיינס נעקסטע וואך?? אדער דאס איז עס ביז פרשת פרה??


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 3 געסט