"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:39 pm

א שאד, די לעצטע דריי וואכן איז נישט געווען קיין איין נאז-האר פראנט קאווער, איך האב געהאפט אז עס איז א פאזעטיווע טויש אין פאלעסי

שוין א שאד.

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:27 am

מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

איך דאנק דיר, באשעפער! הרב אליעזר ראזען אין אויסשליסליכער און ערשטמאליגער אינטערוויו מיט ר' ארי בערקאוויטש פון מאנסי, פייערדיגער פיאנער און טרייב-קראפט אונטער דער רעוואלוציאנערנדער "טענק יו השם" באוועגונג און מאטא, וועלכע זאמלט און פארשפרייט איבערלעבענישן און ערפארונגען פון השגחה פרטית און האט אין בלויז א יאר אנגעשלאסן שווערע טויזנטער נאכפאלגער מיט'ן ציל צו זען דאס גוטס פון אויבערשטן אין יעדן ריר און לעבן א פאזיטיוו לעבן פון הודאה לה'

אויפ׳ן מלחמה פראנט. ווי האלט עס מיט דער גזירת החינוך? וואס זענען די פלענער עס צו באקעמפן? מאכט מען א "פשרה" לגבי אונזער ערציאונג? איז "היים שולע" א מעגליכע לייזונג? -- אנפירער פון די ׳פּערלס׳ מארקעטינג קאמפיינס, הרה"ח ר' יצחק אייזיק דאסקאל, קלארט אויס אלע פראגעס איבער דער אקטועלער נושא וואס פלאגט דאס יהדות החרדית אין ניו יארק

ויהי בנסוע. מנחם גאלד שילדערט זיין ערפארונג ביים זיך אריבערציען פון איין דירה צו א צווייטע אין וויליאמסבורג

הרב שלום יעקב וואזנער: שפילן שאך מיט מיין טאטע --- הרב שבתי פריעד: רבי, לאמיר זיך מקשר זיין צו דיר -- אליהו יואל גליק: דער קליינער קנאקער אויפן לייטער --- יוסי געשטעטנער: א קלאפ אין שפיגל --- מיסט אין לינדען --- די ראבא-קאל פון וויזניצער רבי׳ן --- שמירה׳ס קאר-קינדער קאמפּיין --- די מאסיווע 1977 קורצשלוס


נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום ״קאנפערענץ צימער״ מיט ביזנעס סטראטעגיסט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד


בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.
צוגעלייגטע
מאמענט ואתחנן תשע״ט.jpeg
מאמענט ואתחנן תשע״ט.jpeg (562.25 KiB) געזעהן 1857 מאל

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:29 am

שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום ״קאנפערענץ צימער״ מיט ביזנעס סטראטעגיסט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד
צוגעלייגטע
נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום מיט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד.jpeg
נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום מיט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד.jpeg (506.31 KiB) געזעהן 1849 מאל

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:55 am

סאיז דא ווי צי קויפן די מאמענט אין קרית יואל.? אדער איך דארף קריכן ביז די געז סטעישן

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:00 pm

לייטער האט געשריבן:סאיז דא ווי צי קויפן די מאמענט אין קרית יואל.? אדער איך דארף קריכן ביז די געז סטעישן

Gas station only

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:17 pm

אז איך רעדט שוין יא וויל איך אויסדריקן לשבח פארן מאמענט, זיי שטעלן צו הערליכע זאכן צום באלעקן!
דער גליק ארטיקלען זענען עפעס נישט נארמאל גוט!
דעי וואך האב איך באקומען א אנדערע בליק אויף די טענק יו האשעם חברה, די אינטערוויאו מיט בערקאוויטש איז זייער אינטרעסאנט.
ועוד ועוד, כה לחי מאמענט!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 5:06 pm

טעם וריח האט געשריבן:אז איך רעדט שוין יא וויל איך אויסדריקן לשבח פארן מאמענט, זיי שטעלן צו הערליכע זאכן צום באלעקן!
דער גליק ארטיקלען זענען עפעס נישט נארמאל גוט!
דעי וואך האב איך באקומען א אנדערע בליק אויף די טענק יו האשעם חברה, די אינטערוויאו מיט בערקאוויטש איז זייער אינטרעסאנט.
ועוד ועוד, כה לחי מאמענט!

;l;p-

קרן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 21, 2019 8:13 pm

טענק יו השם

תגובהדורך קרן » מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 10:38 pm

טענק יו השם פאר אזא שיינע מאמענט די וואך

טענק יו השם אז הרב אליעזר ראזען האט געשריבן די וואך אן ארטיקל

טענק יו השם אז די ארטיקל איז געווען אזוי געלונגען ממש זיך צי באלעקן די פינגער

טענק יו השם פאר מיך געבן די געלעגנהייט זיך צי באקענען מיט טענק יו השם
לעצט פאראכטן דורך קרן אום מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 11:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 10:49 pm

טענק יו קרן!
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:17 am

שלשה אחים האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום ״קאנפערענץ צימער״ מיט ביזנעס סטראטעגיסט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד

געליינט גאנץ פיין
ער שרייבט שיין אבער רוב באשראבונג רעדט ער פון זעך, אביסל צו ווייניג עצה
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:56 am

:x
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

נייע וועכנטליכע ביזנעס קאלום ״קאנפערענץ צימער״ מיט ביזנעס סטראטעגיסט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד

געליינט גאנץ פיין
ער שרייבט שיין אבער רוב באשראבונג רעדט ער פון זעך, אביסל צו ווייניג עצה


פאלגט נאך קומענדיגע וואכן.

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:21 am

שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט




בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:17 pm

קרן האט געשריבן:טענק יו השם פאר אזא שיינע מאמענט די וואך

טענק יו השם אז הרב אליעזר ראזען האט געשריבן די וואך אן ארטיקל

טענק יו השם אז די ארטיקל איז געווען אזוי געלונגען ממש זיך צי באלעקן די פינגער

טענק יו השם פאר מיך געבן די געלעגנהייט זיך צי באקענען מיט טענק יו השם

א קנאקעדיגע ארטיקל געווען.
סיי איך און סיי ס'ווייב פלאנען זיך אנצושליסן אין די גרופע....
א דאנק דיר הרב ראזען פארן אונז מזכה זיין מיט אזא ארטיקל
און יא THANKS YOU HASHEM
איך מיין געלויבט איז דער אויבערשטער פאר אלעם..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:22 pm

אזוי אויך איז אייזיק דאסקל אריינגעקומען זייער קלאר איבער די גאנצע נושא פון די גזריהמיט די אזוי גערופענע פשרות.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:31 pm

דאכט זיך אז ס'איז שוין די 2'ע אדער 3'טע אינטערוויו די לעצטע האלבע יאר פון דעם שרייבער מיט אייזיק'ן.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:03 pm

אויך האט ר'אליהו גליק געשריבן א זאפטיגע ארטיקל כדרכו נאר געמאכט א שטיקל דראסטישן טעות , א שטיקל אדער א דראסטישן?...ער האט געשריבן אז די בילד וואס ער האט געלייגט איז די דאטום 1996 קיקינדיג קלארער זעהט מען אז דאס בילד איז פון כמעט 10 יאר פאר דעם 1987

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:33 pm

די בילד שטייט
8/7/96
ס'איז נישט מסודר צוטיילט אזוי ביי טייל אלטע קאמראס
אזוי מוז זיין ווייל 87 איז נאך סקולענער רבי נישט געווען אין ראזענס

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:38 pm

די שטרעכל איז ביי 87, כ'האב אויך געטראכט אז ס'איז א טעות ווען איך האב עס געליינט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:47 pm

חנוך האט געשריבן:די בילד שטייט
8/7/96
ס'איז נישט מסודר צוטיילט אזוי ביי טייל אלטע קאמראס
אזוי מוז זיין ווייל 87 איז נאך סקולענער רבי נישט געווען אין ראזענס

אלא מאי .... פיר אויס? קיק אויפן בילד פליעז

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:48 pm

חנוך האט געשריבן:די בילד שטייט
8/7/96
ס'איז נישט מסודר צוטיילט אזוי ביי טייל אלטע קאמראס
אזוי מוז זיין ווייל 87 איז נאך סקולענער רבי נישט געווען אין ראזענס

ס'קען נאך אלטץ זיין אז די סעודת הודאה איז געווען דארט!

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:58 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט




בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?


יא זי איז גערעכט קויף עס אדער סובסקרייב דיך און באקום עס ביי דיין טיר יעדע וואך

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:26 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
חנוך האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר' דברים תשע"ט

יא יא. מען האלט שוין צוויי טויזענט ניינצן.

מען קען שוין שרייבר א קעפל ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״

איך האב נישט געליינט די ארטיקל, אבער איך בין זיכער אז מען ווואלט עס געקענט ארויסברענגען אויף א אופן אז עס גייט מיך ״יא״ אן.


די ארטיקל נישט געליינט, די קעפל שלעכט אפגעליינט און ער טיילט שוין קריטיק .נאר אין צוויי טויזענט ניינצן.

יא יא. אזוי ווי איך האב געשריבן. נישט געליינט די ארטיקל, אבער אזא קעפל קומט נאר וועגן מען האלט שוין 2019. עס פאסט נישט אז אין א היימישע מאגאזין זאל זיין אזא קעפל. חורבן בית המקדש האט מיט יעדן איד. ווען ער רעדט דא צו בעלי תשובות און ער וויל מסביר זיין אז יעדע איד האט א חלק און כלל ישראל - און אז כל ישראל ערבים זה לזה און אז מיר אלע האבן א שייכות צום פארגאנגענהייט, החרשתי, אבער פאר היימישע אידן חסידישע אידן שרייבט מען נישט אזוי.

גראדע, און 2019 קומט נישט צו זאגן קריטיק. מען האלט דאך אינמיטן די ״קירוב״ ״לאוו עוורי דזשו נאו מעטער וואט״ מאוומענט…… ודי בזה.

תענית חלום, וועקט אייך אויף פון שלאף אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים, מאמענט האט גארנישט קעגן היימישע חסידישע אידן אין איך האב אויך געליינט די ארטיקל אין איך זעה גארנישט וואס פאסט נישט פאר חסידישע אידן צו ליינען. אין יא, ואהבת לרעך כמוך איז נאך גילטיג תש19..

די האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.

לאמיר דיך מסביר זיין פשוטער.

די קעפל וואס איז געשטאנען אויפן דעקל ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״ געט די געפיל כאילו די חורבן בית המקדש האט נישט מיט אונז גארנישט - אדער - וואס גייט מיך אן אז מיר האבן נישט די בית המקדש.
יעצט, איך בין זיכער אז אין די ארטיקל ווערט ארויסגעברענגט דאס פארקערטע, אז מיר האבן יא א שייכות צום חורבן. אבער די ווערטער ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״ ווארפט זייער א קאלטע בליק. מען וואלט געקענט שרייבן "אונזער שייכות צום חורבן" אדער באלד 2,000 יאר - און מיר קלאגן נאך! - ועוד. ס"ה וואס איך האב געשריבן איז אז "די קעפל" פאסט נישט פאר א חסידישע אויסגאבע. ווייל פאר א חסידישע איד קומט אפילו נישט אויף די פראגע ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״ און די וועג ווי אזוי עס איז געשריבן ווארפט זייער א קאלטע געפיל אויף די ענין פונעם חורבן.

צווייטנס, איך האב נישט געזאגט אז די מאמענט האט עפעס קעגן חסידישע אידן, ס"ה אז ווען ער שרייבט אזא קעפל פאר בעלי תשובות וואלט איך פארשטאנען, אבער היות די מאמענט איז אפיציעל א חסידישע אויסגאבע, מיין איך אז עס פאסט נישט צו שרייבן ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״

בנוגע צו די מאמענט שרייבט נישט גארנישט וואס פאסט נישט פאר חסידישע אידן צו ליינען...... קוק יעדע וואך וואס די ארטיקלען זענען און זאג די מיר. און פארשטייט זיך אז עס ווענט זיך שוין ווי אזוי די טייטשט אפ "א חסידישע איד"

און איך האב נישט געזאגט אז ואהבת לרעך כמוך איז נישט גילטיג און 2019, איך האב גערעדט פון עפעס אנדעש

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:31 am

תענית חלום במחי' כבודך מיינעך אז דו קריכסט אויף גראדע וענט
רוב מענטשן (בעיקר די אינגווארג -- אבער אויך עלטערע!!) האבען ליידער די סארט הרגש וואס האב איך מיטען חורבן און צו זיי איז דער ארטיקל געווידמעט
עס האט נישט געקענט זיין א בעסערע קעפל פאר די ארטיקל!!!
עס געט גארנישט קיין געפיל אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום חורבן, עס געט א געפיל וואס מענטשן טראכטן

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:05 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:תענית חלום במחי' כבודך מיינעך אז דו קריכסט אויף גראדע וענט
רוב מענטשן (בעיקר די אינגווארג -- אבער אויך עלטערע!!) האבען ליידער די סארט הרגש וואס האב איך מיטען חורבן און צו זיי איז דער ארטיקל געווידמעט
עס האט נישט געקענט זיין א בעסערע קעפל פאר די ארטיקל!!!
עס געט גארנישט קיין געפיל אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום חורבן, עס געט א געפיל וואס מענטשן טראכטן

ליידער א פאקט
נאך קינות צופרי זאגט מיר א חבר איך צווינג מיר צו זיצן אזוי לאנג און זאגן זאגן זאגן זאכן וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין
מען דארף איינפירן אז אנטשוט זאגן אזויפיל קינות זאל א דרשן געבן א שיעור אין מגילת איכה
און איך האב געהאט די זעלבע פילינג ליידער
איך האב געליינט דעם ארטיקל און שטארק הנאה געהאט!
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:09 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט




בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?

זי איז גערעכט. שוין יארן וואס איך בארג נישט קיין מילך פונעם שכן, זייט איך בין חושד אז ער טרינקט פונעם באטל.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט