בלאט 207 פון 211

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:11 pm
דורך טערקישער_סולטאן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?

זי איז גערעכט. שוין יארן וואס איך בארג נישט קיין מילך פונעם שכן, זייט איך בין חושד אז ער טרינקט פונעם באטל.

ווי ;l;p- מען דא?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:21 pm
דורך קרן
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:תענית חלום במחי' כבודך מיינעך אז דו קריכסט אויף גראדע וענט
רוב מענטשן (בעיקר די אינגווארג -- אבער אויך עלטערע!!) האבען ליידער די סארט הרגש וואס האב איך מיטען חורבן און צו זיי איז דער ארטיקל געווידמעט
עס האט נישט געקענט זיין א בעסערע קעפל פאר די ארטיקל!!!
עס געט גארנישט קיין געפיל אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום חורבן, עס געט א געפיל וואס מענטשן טראכטן

ליידער א פאקט
נאך קינות צופרי זאגט מיר א חבר איך צווינג מיר צו זיצן אזוי לאנג און זאגן זאגן זאגן זאכן וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין
מען דארף איינפירן אז אנטשוט זאגן אזויפיל קינות זאל א דרשן געבן א שיעור אין מגילת איכה
און איך האב געהאט די זעלבע פילינג ליידער
איך האב געליינט דעם ארטיקל און שטארק הנאה געהאט!

נאך קינות האב איך געטראכט אז מען מיז מאכן דא א דורכבראך רוב עולם פארשטייט נישט וואס מען רעדט (ביי מיר אין שול האבן די בחורים רוב צייט געשמועסט אנשטאט זאגן) בשעת די ווייבער שול איז יעדער געווען ערנסט און מיט געזאגט אויף אידיש די צאינה־וראינה וואס זיי אלע פארשטייען
אפשר אויף סליחות וועט שוין זיין א דורכבראך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:05 pm
דורך farshlufen
א"כ איז הערשט דא אויף וואס צו קלאגן.

בכל שנה ושנה מספד חדש.

על בית ישראל ועל עם ה' שנפלו, נעבעך נעבעך.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:17 pm
דורך ווייסע ברילן
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט

בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?

ברענגסט מיט א אייגענע סידור און שול? (ביי מנחה-מעריב)
וועלכע האנטוך ניצסטו אין מקוה?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:15 pm
דורך טערקישער_סולטאן
א סידור בדרך כלל קומט נישט אן און לאנדט נישט דארט ווי צייטונגען קומען אן וד"ל
האנטוך זענען דא אסאך וואס נוצן נישט
אין די פראפעשנאל וועלט ווי אפיסעס שפיטעלער רעגירונגס געביידעס עירפארטס א. ד. ג. זעט מען טאקע נישט קיין האנטוכער בלויז טישוס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:13 pm
דורך משה קארנפעלד
קרן האט געשריבן:
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:תענית חלום במחי' כבודך מיינעך אז דו קריכסט אויף גראדע וענט
רוב מענטשן (בעיקר די אינגווארג -- אבער אויך עלטערע!!) האבען ליידער די סארט הרגש וואס האב איך מיטען חורבן און צו זיי איז דער ארטיקל געווידמעט
עס האט נישט געקענט זיין א בעסערע קעפל פאר די ארטיקל!!!
עס געט גארנישט קיין געפיל אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום חורבן, עס געט א געפיל וואס מענטשן טראכטן

ליידער א פאקט
נאך קינות צופרי זאגט מיר א חבר איך צווינג מיר צו זיצן אזוי לאנג און זאגן זאגן זאגן זאכן וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין
מען דארף איינפירן אז אנטשוט זאגן אזויפיל קינות זאל א דרשן געבן א שיעור אין מגילת איכה
און איך האב געהאט די זעלבע פילינג ליידער
איך האב געליינט דעם ארטיקל און שטארק הנאה געהאט!

נאך קינות האב איך געטראכט אז מען מיז מאכן דא א דורכבראך רוב עולם פארשטייט נישט וואס מען רעדט (ביי מיר אין שול האבן די בחורים רוב צייט געשמועסט אנשטאט זאגן) בשעת די ווייבער שול איז יעדער געווען ערנסט און מיט געזאגט אויף אידיש די צאינה־וראינה וואס זיי אלע פארשטייען
אפשר אויף סליחות וועט שוין זיין א דורכבראך

אפשר קען מען הערן א שיעור אין מגילת איכה בעפאר תשעה באב, אדער זיך קויפן א סליחות טייטש אין אידיש צו פארשטיין די ווערטער וועט עס אריין גיין אין הארץ.

איך האף ס'זאל שוין נישט זיין נאך א קינות, אבער עס איז גילטיג אויך אויף סליחות אא"וו.

אינעם שול ווי איך האב געדאווענט דעם יאר האבן מענטשען געזאגט זייער ערענסט די קינות. דער וואס האט עולה געווען האט זיך צוכליפעט און קוים געקענט זאגן די ברכות.

מערערע מענטשען דארט האבן פארמאגט אידיש אדער לשה"ק טייטש.

כלל ישראל לעבט נאך, מען דארף זיי נאר אויפזיכן!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:33 am
דורך טערקישער_סולטאן
מען פארשלעפט די אשכול
די נושא פארדינט א באזונדער אשכול
אבער סליחות איז נישט אזוי לאנג און באורינג ווי קינות
חוץ ערב ראש השנה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:49 am
דורך farshlufen
ווען איר וועט נעמען א קינות מחזור אדער סליחות מיט א פירוש, וועלכע אייך שמעקט, וועט איר געוואיר ווערן אז זיי זענען גארנישט בוירינג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:59 am
דורך eller
איך האב גענומען א גאר אלטע קינות וואס שטייט ביי די זייט די טייטש און די חורבן בית המקדש מיט די אור אלטען אידיש..
און יעדעס מאל וואס כ'ליין דארט וויאזוי מאמעס האבן געשיקט די קינדער צו קויפן עסן און ס'איז נישט געווען ביז זיי האבן געמוזט שעכטן זייערע קינדער צו האבן וואס צו עסן קומט מיר טרערן...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:14 am
דורך אסדר לסעודתא
eller האט געשריבן:איך האב גענומען א גאר אלטע קינות וואס שטייט ביי די זייט די טייטש און די חורבן בית המקדש מיט די אור אלטען אידיש..
און יעדעס מאל וואס כ'ליין דארט וויאזוי מאמעס האבן געשיקט די קינדער צו קויפן עסן און ס'איז נישט געווען ביז זיי האבן געמוזט שעכטן זייערע קינדער צו האבן וואס צו עסן קומט מיר טרערן...

דאס איז נישט די עיקר, אבער אויך זייער חשוב. מען ווייסט נישט היינט פון אזא מושג צער 'גלות השכינה'. וויינען אויף קינדער און מאמעס איז עמאציאנאלע טרערן, גויים וואלטן אויף דעם אויך געוויינט להבדיל...

אבער היינט צוטאגס איז דאס שוין אויך א מדריגה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:23 am
דורך יוראפ

אונזערע הייליגע פייטנים האבן אויך אויף דעם געוויינט, הלוואי זאל איך צוקומען צו אפס קצהו פון זייערע מדריגות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:24 am
דורך יוראפ
farshlufen האט געשריבן:ווען איר וועט נעמען א קינות מחזור אדער סליחות מיט א פירוש, וועלכע אייך שמעקט, וועט איר געוואיר ווערן אז זיי זענען גארנישט בוירינג.

פאר די אויבנדערמאנטע וועט דאס אויך העלפן?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:43 am
דורך דניאל אויערבאך
ווי ערווענט פריער דארף מען א עקסטערע אשכול פאר דעם, אבער לעניננו דער עיקר איז אז ווען דער מאמענט האט א קעפל "וואס האט תשעה באב מיט מיר" איז עס ווייט נישט איבערגעטריבן און זייער נארמאל, יעדער מיט צוויי אויגען אין קאפ פארשטייט פינקטליך וואס מען וויל און ס'א שאד זיך צו מאכען טאמעוואטע כאילו דאס איז עפעס א "קילע" קעפל, בפרט אז דאס איז געשריבן דורך דער מחנך בה"א הידועה הרב וואזנער וואס איז א ירא שמים א ווארעמער מענטש און זעט קלאר וואס טוצעך ליידער היינט אפ ביי די יונגווארג.

מאמענט פר׳ עקב תשע״ט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:30 pm
דורך שלשה אחים
מאמענט פר׳ עקב תשע״ט

ביים רבי׳ן בחדרי חדרים: צום 40'סטן יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האלט 'מאמענט' אפ אן אויסשליסליכע שמועס מיט תלמידו החביב הגה״ח ר' יושע מענדלאוויטש, פאר וועמען דער צדיק האט ארויסגעצייגט אן אויסערגעווענליכע חביבות, וועלכער שילדערט אינטערעסאנטע זכרונות פון זיינע יארן ביים רבי'ן אין ישיבה און דערציילט איבער זיינע פריוואטע מאמענטן ביים רבי'ן אין ספרים שטוב מיט פערזענליכע הוראות

עדות׳שאפטן און זכרונות: ״ס'איז אויס וועלט!״ הערט מען די וויינענדיגע שטימע פונעם לעגענדארן משב״ק הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל, אויף די רעקארדירונגען פון סאטמארער רבינ׳ס לוי׳ ביום כוא"ב תשל"ט. הרה"ח ר' וואלף בראננער נעמט אונז צוריק מיט פערציג יאר און שילדערט זכרונות און עדות׳שאפטן פון יענע שווערע מאמענטן ווען חסידים האבן געזען פאר זיך די וועלט-ענדע בהסתלקות הצדיק

כשר׳ע פארברענגען: שיטת החינוך פון ראש ישיבת תורת חסד זצ״ל --- ארי ווייזער: א באזוך אין קעטסקילס הצלה מיט ר׳ יואל מאיראוויטש --- נייע ווינקל ״א מאמענט צו דאנקען״ צו לויבן אין דער עפנטליכקייט --- העסקן ר׳ שלמה מנשה פאלקאוויטש דערציילט איבער די צענדליגער טויזנטער חתימות וואס ער האט געשאפן אין קרית יואל און אין כלל-ישראל שול אין וואודבוירן --- מאמענטעלעך: איך, דער אינדעפענדענט; פיר ביציקלעך; כתיב ולא קרי; היימישע פארלוסטן --- צוויייטער טייל: די 1977 קורצשלוס --- הרב שלום יעקב וואזנער: איבערלאזן א קינד אין קאר? --- הרב שבתי פריעד: א הייסע אקציע אינמיטן דער נאכט --- קאנפערענץ צימער מיט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד: געבן א געהאלט העכערונג --- אליהו יואל גליק: אין הארץ פון א ״לא נתקבל״ יונגל --- יוסי געשטעטנער: ביטע באצאלט ווי א מענטש --- און נאך!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:42 pm
דורך דניאל אויערבאך
קוקט אויס אינטערסאנט
קומט אפשר נישט אריין דא, אבער אין די לעצטערע יארן האב איך שוין ווארשיינלעך געליינט פון איבער 200 מענטשן וועמען דער רבי האט ארויסגעוויזן אויסערגעווענליכע חביבות...........

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:52 pm
דורך חנוך
א צדיק זעט יעדע אידיש קינד ווי א חלק אלוקי ממעל. ס'איז נישט שווער צו ווייזן חביבות פאר יעדער אידיש קינד ווען מ'זעט אזוי די וועלט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:58 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
ווער עס קען נאר א פינטעלע סאטמאר אין יענע יארן וויסט אז ר' יושע האט געהאט פרעזענליכע חביבות ביים רבי'ן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:13 pm
דורך אונגארישע הייזער
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווער עס קען נאר א פינטעלע סאטמאר אין יענע יארן וויסט אז ר' יושע האט געהאט פרעזענליכע חביבות ביים רבי'ן

קען איך מער ווי אפאר פינטעלעך אין סאטמאר יענע יארן, און כ'פארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס....
הסבר אין אישי איז וועלקאם

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:33 pm
דורך מי יודע
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווער עס קען נאר א פינטעלע סאטמאר אין יענע יארן וויסט אז ר' יושע האט געהאט פרעזענליכע חביבות ביים רבי'ן

קען איך מער ווי אפאר פינטעלעך אין סאטמאר יענע יארן, און כ'פארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס....
הסבר אין אישי איז וועלקאם

האב איך נישט געליינט דעם ארטיקל אבער שוין יא גערעדט אסאך צו ר' יושע, און אויב שטייט אין דעם ארטיקל אלעס וואס ער דערציילט, ליין עס דורך וועסטו אויך פארשטיין

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:22 pm
דורך טראמבאן
דער אינטערוויו מיט הרה"ח ר' יושע בערקאוויטש שליט"א, האט מיר גאר שטארק איבערגענוען, קיינמאל נישט געוואוסט איבער זיין קירבה יתירה ביים רבי'ן, נישט געהערט אזאנע פריוואטע געשיכטעס פון א יונג בחור'ל מיט'ן רבי'ן, און דער שרייבער מאכט א גאר געלונגענע און שטארקע ארבעט.
אגב זיצנדיג מיט'ן מאמענט אין דער האנט האב איך מיר פארטאכט אויפ'ן רבינ'ס צורה, עס איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן, בלי גוזמה, הייליג, הייליג, הייליג. דער צורה רעדט אפילו פון א נישט היי-רעיסד בילד. אשרינו שזכינו.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:36 pm
דורך ווישוואש
RT

שיינע שמועס.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:40 pm
דורך לב בשר
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווער עס קען נאר א פינטעלע סאטמאר אין יענע יארן וויסט אז ר' יושע האט געהאט פרעזענליכע חביבות ביים רבי'ן

קען איך מער ווי אפאר פינטעלעך אין סאטמאר יענע יארן, און כ'פארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס....
הסבר אין אישי איז וועלקאם

גא״מ לאונגארישע הייזער

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:59 pm
דורך ראש הקהל
איך זיך וויכטיג צוויי דפים פון דער שמועס פון רבי יהושע אייבשיץ וואס איז געוועהן אונעם מאמענט-לבלר אנהייב זומער, איז דא איינער וואס קען מיר מזכה זיין מיט דער ארטיקל, אדער כאטש יענע צוויי דפים ווי ער רעד פון א רב וואס האט זיך געראטוועט פונעם מלחמה דורך דעם וואס מ'האט איהם געמאכט אויס רב און געשיקט גיין נאך געלט. תודה רבה למפרע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:13 am
דורך בראשית ברא
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווער עס קען נאר א פינטעלע סאטמאר אין יענע יארן וויסט אז ר' יושע האט געהאט פרעזענליכע חביבות ביים רבי'ן

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:21 pm
דורך דניאל אויערבאך
טראמבאן האט געשריבן:דער אינטערוויו מיט הרה"ח ר' יושע בערקאוויטש שליט"א.

מיינסט מענדעלאוויטש???