"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

א בליק אין די קינדליין פעקעדזש לכבוד פסח תשע"ט

תגובהדורך שרעבי » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:19 pm

צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת אחרי

תגובהדורך שרעבי » זונטאג אפריל 28, 2019 3:40 pm

נייע דראמאטישע קאמיקס מעשה געמאלן דורך דער בארימטער מעלער ר אברהם זמורה
און געשריבן דורך מרת איינהארן. אנגעהויבן די וואך!
צוגעלייגטע
IMG_20190428_153653_108.jpg
IMG_20190428_153653_108.jpg (248.9 KiB) געזעהן 4290 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אפריל 28, 2019 4:43 pm

איך האב געקויפט קינדליין פאר די קינדער לכבוד יו''ט, און איך זעלבסט האב שטארק הנאה געהאט דערפון.

קינדליין איז היבש אינפארמאטיוו אפילו פאר ערוואקסענע, די שפראך איז אבער יא מער געאייגענט פאר 10-14 יעריגע.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » פרייטאג מאי 03, 2019 9:05 am

א שיינע אינטערוויא אויף קול מבשר מיט די ארויסגעבער פון קינדליין
קודם ער איז ביזי א האלבע שעה מיט א מעשה פון יאיר וויינשטאק, און דערנאך מעלדט מען איבער אפאר נייע חידושים:
- פיש לאנד גייט זיך ענדיגן און א נייע פראדזשעקט קומט אנשטאץ עפעס פון נאטור וואס ער האט נישט געגעבן מער פרטים (ווער ווייסט אפשר עפנט ער א עכטע פארם מחיה)
- א נייע קאמיקס פון אברהם זמורה א עכטע מעשה זייער אינטרעסאנט פון שפאלע זיידע (די ערשטע קאמיקס זעט אויס פיין)
- נאך א בית דין פראדזשעקט (די ערשטע האב איך זייער שטארק ליב געהאט. געשריבן קלאר שווערע קאמפליצירטע הלכות. קינדער האבן עס פארשטאנען ס'איז געווען א משוגענע גוטע ארבעט און געשמאק אראפ געלייגט דורך איינע פון קינדליין'ס בעסטע און הויפט שרייבערס)
- מ'גרייט זיך פאר א פרישע צוריק צי וועגס נסיעה (ענדליך פארטיג מיט פראג אין קראקא!. ס'איז געווען זייער גוט אבער צו פיל. אין די פסח'דיגע צוריק צי וועגס שטייט אז זיי גייען נאך ארויסגעבן א זיבעטע ביכל פון די פראג און קראקא נסיעה).
- ער רעדט פון נאך עפעס א באמבע וואס ער וויל נישט ארויסגעבן אבער ער זאגט אז ס'וועט זיין א אויפרייס אין די וועלט פון ליין מאטריאל נוסח קינדליין. (גיי פיגער אויס, די חברה האבן צודרייטע איידיעס אייביג, וחזקה על חבר וכו').
אונזער גאנצע משפחה פון גרויס ביז קליין קוים ווארטן פאר די אלע חידושים.

אפאר קרישקלעך פון די אינטערוויא
- ס'איז דא אין קינדליין א גרויסע גארביטש קען, און בערך האלב ארטיקלען און קאמיקס קומט אן אין גארביטש ווייל ס'איז נישט 100 פראצענט (ער זאגט אז האלב אויסגאבעס וואלטן זיך געקענט שפייזן מיט דעם..)
- זייער אסאך איידיעס אין די קינדליין קומט פון קינדער אליינס
- די עיקר פאקוס איז אויף קינדער צווישן 5 ביז 17 יאר
- ס'איז געווען א פלאן צו מאכן א טאטע ליין פאר ערוואקסענע אבער מען האט אויפגעגעבן ווייל פאר עדאלטס איז דא גענוג וואס צו ליינען
- א ריזיגע סטעף מיט מגיהים ארבעטן אויף יעדע איינציגסטע ארטיקל. יעדע שרייבער דארף אריינגעבן יעדע נושא פאר ער שרייבט עס, און ס'דארף באשטעטיגט ווערן.
- ער פרובירט זייער שטארק אז די גרעפיקס זאל בלייבן די זעלבע ווי איר אריגינעלע אויסשטעל פאר 5 יאר צוריק
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג מאי 03, 2019 10:05 am

בין איך די איינציגסטע וואס שטערט דער זאך?

מ'איז אביסל צופיל פארנומען מיט די נעמען פון די קאמיקס מעלער און די שרייבער, עס איז אביסל אויף'ן וועג פון מאכן פון זיי גאנצע סעלברעטיס, וואס כידוע איז דאס געווען איינער פון די זאכן וואס די מנהלים האט שטארק געשטערט ביי די אונעטרן פליעס. ביי יודן דארף זיין איין מענטש וואס מ'קוקט ארויף, מ'דערהייבט, און מ'שעצט, נאר די בעל תורה ועבודה. ביי די גוים איז דא זיגנערס, עקטערס, ארטיסטן, ביכער שרייבער, ביי יודן דארף עס נישט זיין אזוי. א אחריות'דיגע חינוך'דיגע אויסגאבע אוודאי נישט.

לדעתי.

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » פרייטאג מאי 03, 2019 10:59 am

די שאלה איז וואס מיינט א סעלעברעטי. די מפואר עד פון צוויי סענדערס מיט איין מפואר, האט מען געמאכט דעם סענדער פאר א זאך, וואס אפילו דער גרויסער מעכטיגער סענדער קען זיך נישט פארמעסטן מיט מפואר, עפעס אזוי. משא"כ קינדליין האט זיינע שרייבערס. זלמן ווידער איז א סעלעברעטי? יצחק שלמה דרעזנער און יונה כהן אדער יוסי געשטעטנער זענען סעלעברעטיס?

איך האלט גראדע דא פונקט פארקערט, פאר קינדליין קומט זיך די קרעדיט אלס די ערשטע וואס האבן גענוצט לכתחלה בלויז עכטע נעמען פון זייערע ארבעטער, מיט בילדער. יעדער ווייסט ווער דאס איז, און א שרייבער וואס שרייבט און ווייסט אז אויב מאכט ער א טעות וועט ער זיין אונטער אטאקע, האט אסאך א גרעסערע אחריות און געבט בעסער אכטונג וואס ער טוט. נישט לאנג צוריק איז געווען א געוויסער שרייבער וואס האט גע'גנב'עט זאכן, און ער איז זייער שנעל ארויס פון ביזנעס. ווייל ער האט געשריבן מיט די עכטע נאמען. היינט מאכט עס שוין יעדער נאך, רוב אויסגאבעס פרובירן צו קומען מיט אריגינעלע נעמען. ווי למשל אינטרעסאנט, יסודות, און אפילו מאמענט און א בליק און די שריפט (די וואך אויסגאבע) פראבירט שוין היינט צו נוצן מער עכטע נעמען.

קענסט אנקוקן אז נוצן נעמען איז א מעלה, און קענסט עס אנקוקן אלץ א חסרון.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » פרייטאג מאי 03, 2019 11:02 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס שטערט דער זאך?

מ'איז אביסל צופיל פארנומען מיט די נעמען פון די קאמיקס מעלער און די שרייבער, עס איז אביסל אויף'ן וועג פון מאכן פון זיי גאנצע סעלברעטיס, וואס כידוע איז דאס געווען איינער פון די זאכן וואס די מנהלים האט שטארק געשטערט ביי די אונעטרן פליעס. ביי יודן דארף זיין איין מענטש וואס מ'קוקט ארויף, מ'דערהייבט, און מ'שעצט, נאר די בעל תורה ועבודה. ביי די גוים איז דא זיגנערס, עקטערס, ארטיסטן, ביכער שרייבער, ביי יודן דארף עס נישט זיין אזוי. א אחריות'דיגע חינוך'דיגע אויסגאבע אוודאי נישט.

לדעתי.

שטארקע נקודה,
אז מען וועט כאפן א בליק וועט מען זען אז די "סטאר'ס" וואס מען בויעט און מען פרעדיגט אין קינדליין צו די קינדער זענען די אידן וואס מען אינטערוויועט, א זאך וואס מען שטייט גאר שטארק דערויף אז מען זאל נאר אינטערוויוען מענטשן וואס מען דארף באמת ארויף קוקען אויף זיי, א שטייגער ווי רבנים מחנכים מלמדים און חשוב'ע אידן ומכלל הן אתה שומע...
און נישט נאר ביי אינטערוויוס פרובירט מען דאס מערסטע מעגליך, נאר אפילו ביי אנדערע ארטיקלען לייגט מען אריין גרויסע כוחות אין דעם פרט, נעמט א ביישפיל פון די בית דין פראיעקט, וואס ווען מען ליינט עס זעהט מען וואס ליגט "צווישן די שורות" די הערצה און שעצונג וואס מען גיבט פאר רבנים וכו'.
בנוגע די הערה וועגן די מעלער'ס, די פאקט איז אז די מעלער זענען א מדובר ביי קינדער, און מען קען עס נישט אויסמעקן פון די מציאות, און דערפאר רעדט מען פון זיי אבער טאקע די מינימום.
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג מאי 03, 2019 11:03 am

לגבי די חלק פון ניצן די אמת'ע נעמען און אזוי נאך צו טראגן די אחריות ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט!

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » פרייטאג מאי 03, 2019 11:24 am

אז מ'דערמאנט די נושא פון צעלעבריטיס. מיר האט שוין לאנג געשטערט אויף געוויסע שרייבערס וואס ס'פאסט נישט פאר קינדליין זיי צו האבן דארט. אזעלכע וואס פראבירן שטארק צו ווערן צעלעברעטיס וכדומה. רובם ככולם זענען חשובע איידעלע אינגעלייט אבער צוויי פון די ליסטע באלאנגען זיכער נישט דארט
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » פרייטאג מאי 03, 2019 11:41 am

[image][/image]
קלאפער האט געשריבן:אז מ'דערמאנט די נושא פון צעלעבריטיס. מיר האט שוין לאנג געשטערט אויף געוויסע שרייבערס וואס ס'פאסט נישט פאר קינדליין זיי צו האבן דארט. אזעלכע וואס פראבירן שטארק צו ווערן צעלעברעטיס וכדומה. רובם ככולם זענען חשובע איידעלע אינגעלייט אבער צוויי פון די ליסטע באלאנגען זיכער נישט דארט


אזאנע שטותים צו שרייבן?

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » פרייטאג מאי 03, 2019 11:50 am

פארוואס שטותים? איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען, קום אין אישי
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » פרייטאג מאי 03, 2019 12:27 pm

אזויווי מיין אינגל פאר וועם איך האב אנגעהויבן מיין סובסקריבשען אפאר יאר צירוק איז שוין עלטער געווארן און די פאקוס איז אויף קינדער ביז 17 יאר, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז די קינדליין זאל האבן כאטש איין ארטיקל/מעשה געשריבן אין א לייכטע לשון הקודש, אביסל אריינצוברענגען די קינדער אין ליינען לשה"ק

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת קדושים

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 05, 2019 6:38 pm

אינהאלט:
ר' דוד'טשע באזוכט אין גיבראלטאר
אינטערוויו מיט ר' בנציון דעוויס - א גר צדק. איבער זיינע אינטרעסאנטע ערפינדונגען
שריפטליכע סודות פון צווילינג
און נאך רייכע ארטיקלען
צוגעלייגטע
IMG_20190505_183052_056.jpg
IMG_20190505_183052_056.jpg (321.32 KiB) געזעהן 3810 מאל
לעצט פאראכטן דורך שרעבי אום זונטאג מאי 05, 2019 9:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מאי 05, 2019 7:24 pm

שרעבי האט געשריבן:אינהאלט:
ר' דוד'טשע באזוכט אין גיבראלטאר
אינטערוויו מיר ר' בנציון דעוויס - א גר צדק. מיט זיינע אינטרעסאנטע ערפינדונגען
שריפטליכע סודות פון צווילינג
און נאך רייכע ארטיקלען

וואס נאך האט ער מחדש געווען?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מאי 06, 2019 4:49 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:
קלאפער האט געשריבן:אז מ'דערמאנט די נושא פון צעלעבריטיס. מיר האט שוין לאנג געשטערט אויף געוויסע שרייבערס וואס ס'פאסט נישט פאר קינדליין זיי צו האבן דארט. אזעלכע וואס פראבירן שטארק צו ווערן צעלעברעטיס וכדומה. רובם ככולם זענען חשובע איידעלע אינגעלייט אבער צוויי פון די ליסטע באלאנגען זיכער נישט דארט


אזאנע שטותים צו שרייבן?

בכלל נישט קיין שטותים! ס'שטערט מיר אויך שוין זייער לאנג.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג מאי 07, 2019 5:48 am

אינטערעסאנט אז מ'האט נישט אנגעיאגט צו פארעכטן ביי די שמועס די וואך מיט הרב ר' עזריאל טויבער זצ''ל,
אז ס'שטייט נאך שליט''א.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » דינסטאג מאי 07, 2019 9:27 am

כא כא כא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מ'האט נישט אנגעיאגט צו פארעכטן ביי די שמועס די וואך מיט הרב ר' עזריאל טויבער זצ''ל,
אז ס'שטייט נאך שליט''א.

די קינדליין איז געשיקט געווארן אין פרינט 3 טאג פאר די פטירה פון ר' עזריאל זצ"ל. שוין נישט געווען מעגליך צו טוישן
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

שרייבער געזוכט

תגובהדורך שרעבי » מיטוואך מאי 08, 2019 1:56 pm

מ'האט מיך געבעטן פון די קינדליין רעדאקציע מפרסם צו זיין די מודעה:
גוטע געלעגנהייט פאר שרייבער.
קינדליין שטאב זוכט צו פארבריייטערן די שטאב פון שרייבער. שרייבער מיט עסקפירינעס אין אינטערוויוס אדער אנדערע ארטיקלען, קענען זיך ווענדן צום רעדאקטאר:
eic@kindline.org
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת אחרי

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 12, 2019 3:40 pm

.
צוגעלייגטע
photo_2019-05-12_15-38-09.jpg
photo_2019-05-12_15-38-09.jpg (111.07 KiB) געזעהן 3173 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת בהר.

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 19, 2019 10:07 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20190519_122331_539.jpg
IMG_20190519_122331_539.jpg (298.65 KiB) געזעהן 2981 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת בחוקותי

תגובהדורך שרעבי » זונטאג מאי 26, 2019 1:46 pm

אינהאלט:
יארצייט: הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע
אינטערוויו: מיט דער צווילינג זיידעס למשפחת שפירא
הינטער די קוליסן: v-e day. דער טאג פון זיג אין אייראפע
ר' דוד'טשע פעדלער באזוכט אין בודאפעסט
און נאך אסאך רייכע ארטיקלען און מעשיות
צוגעלייגטע
photo_2019-05-26_13-35-35.jpg
photo_2019-05-26_13-35-35.jpg (122.94 KiB) געזעהן 2768 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » זונטאג מאי 26, 2019 2:02 pm

סתם א זייטיגע באמערקונג, ס'איז אפשר קינדעריש צו זאגן, אבער די שפילצייג דערפל קאלום איז עפעס משוגע קריעיטיוו, די בייפעלער וואס ווערן אויסגעשפילט דארט, די קערעקטערס, און אויך וויאזוי ס'ווערט אראפגעלייגט איז הפלא ופלא!

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין שבועות - פארגרעסערטע אויסגאבע

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יוני 02, 2019 4:06 pm

א קורצע איבערבליק
*אינטערוויו* : מעכטיגע מידות פראיעקט מיט קראלי חדר פון וויליאמסבורג

*נייע ווענטליכע קאלום* : פאר די זומער סעזאן, שפאצירט אין די ''קינדליין'ס גארטן'' ווי ר' שלמה פריד לערנט אויס אלעס ארום פלאנצן

*יארצייט, עסקלוסיוו* : כתב יד פון דער סטראפקעווער רב זי"ע

*הינטער די קוליסן* : ספרדי'שע רבנים. זייער רבני'שע קליידונג

*היסטארישע אלבום* : ערשטע בילד פון דער ציון פון הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זיע"א

*פעדלעריש* : קינדליין'ס פאטאגראפער באזוכט לייוו אין דוביי

און נאך אסאך רייכע קאלומען און מעשיות
מיט 26 זייטן קאמיקס
צוגעלייגטע
IMG_20190602_110616_391.jpg
IMG_20190602_110616_391.jpg (347.8 KiB) געזעהן 2496 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג יוני 04, 2019 4:51 pm

ברעטל האט געשריבן: - נאך א בית דין פראדזשעקט (די ערשטע האב איך זייער שטארק ליב געהאט. געשריבן קלאר שווערע קאמפליצירטע הלכות. קינדער האבן עס פארשטאנען ס'איז געווען א משוגענע גוטע ארבעט און געשמאק אראפ געלייגט דורך איינע פון קינדליין'ס בעסטע און הויפט שרייבערס)
גא"מ, נישט פשוט גוט געווען!! רייך, ממחיש געווען גאנצע סימנים אין חושן משפט, סוגיות עמוקות אין די בבא'ס, אויף א לייכטע פארשטענדליכע שפראך, ממש מפליא פלאות פון דעם שרייבער קליין.

אגב, איך האב פארפאסט רוב דערפון ביז איך האב געכאפט ווי גוט דאס איז, איז דא ערגעץ וואו מ'קען באקומען דעם ארטיקל ספעציפיש, אדער איך מוז קויפן די גאנצע אויסגאבעס אין וועלכע ס'איז ערשינען?


- ס'איז דא אין קינדליין א גרויסע גארביטש קען, און בערך האלב ארטיקלען און קאמיקס קומט אן אין גארביטש ווייל ס'איז נישט 100 פראצענט (ער זאגט אז האלב אויסגאבעס וואלטן זיך געקענט שפייזן מיט דעם..)

אויסער דער ביישפיל וואס זיי האבן אליינס געשריבן אין אויספיר פונעם בי"ד פראיעקט (ס'איז מיר געפאלן ווי זיי האבן געטראפן וואו צו אריין רוקן די טעמע זיך אויס צו שמועסן ברבים איבער דעם דער עולם זאל כאטש וויסן...), ווייס איך פון נאך אן ארטיקל וואס איז שוין געווען אפגעדרוקט גרייט צו גיין צום דרוק, וואס אין דעם איז אריין עטליכע וואכן ארבעט, א ים מיט געלט פאר טיקעטס, בילדער אד"ג, און דאס איז אנגעקומען אין מיסט קאסטן צוליב איין מגיה!

און דאס איז זיכער נישט די איינציגסטע מעשה, נאר דאס איז פערצופאל אנגעקומען צו מיינע אויערן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג יוני 04, 2019 5:55 pm

WOW

געלט פאר טיקעטס און בילדער? עפעס א רמז?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט