בלאט 3 פון 3

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 9:45 am
דורך וואשינגטאן
זייער גוט און קורץ!

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 4:40 pm
דורך ממה נפשך
פיינע נייעס האט געשריבן:א טאג נאכדעם וואס א רייע אילסאמישע און אראבישע לענדער, אין שפיץ פון טערקיי, האבן פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי פארדאמען אמעריקע און באצייכענען דעם דעקלעראציע איבער ירושלים אלס ״די ענדע פון די פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל״ האט סאודי אראביע עפנטליך רעאגירט אז די טראמפ אדמינסטראציע איז פארפליכטעט צו ברענגען שלום אינעם ראיאן און די סאודישע קעניגרייך וועט ווייטער ארבייטן מיט זיי, טראץ וואס דער פאלעסטינער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע קען מער נישט געזען ווערן ווי א נייטראלע פארמיטלער.

די סטעיטמענט איז געמאכט געווארן דורך דעם סאודישער אויסערן מיניסטער עאדל אל-דשוביידער, וועלכער האט געזאגט אז די פלענער אויף וועלכע די טראמפ אדמיסטראציע ארבייט זענען ערנסטע פלענער וועלכע קענען געניסן פון די שטיצע פון סאודי אראביע און אנדערע אראבישע מעסיגע לענדער, ער האט געזאגט אז סאודי אראביע איז אין כסדר׳דיגע פארבינדונג מיט אמעריקע דערוועגן און וועט זיין א טייל פון דעם פראצעס.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס א הויכראנגיקער מיניסטאר אין די מדינת ישראל קאבינעט האט געגעבן אן אינטערוויו פאר א צענטראלע סאודישע צייטונג אין וועלכע ער האט גערופן פאר׳ן קעניג צו אפשטאטן א באזוך אין מדינת ישראל אלס פרואוו צו באנייען די שלום געשפרעכן.

פיינע נייעס


צוזאמגעשמאלצן "פראסעס" און "פראצעדור" אין איין ווארט....

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 3:39 pm
דורך ניס קראכער
שעם אן יאו JP נייעס פארן אריין לייגן אזא ארטיקל

תפילות געענטפערט און רעגן איז געפאלן איז ארץ ישראל

נאך א מאסן 'עצרת תפילה' ביים כותל המערבי צוליב דער פארצויגענער טרוקעניש וואס הערשט אין לאנד, האבן שטארקע רעגנס זיך אראפגעלאזט איבער ארץ ישראל און געברענגט א שטיקל דערלייכטערונג אין דער טרוקעניש.

דער עצרת איז פאררופן געווארן דורכ'ן מדינת ישראל אגריקולטור מיניסטער, אורי אריאל, פון דער נאציאנאל-רעליגיעזער 'בית היהודי' פארטיי, און געשטיצט געווארן דורך א צאל רבני'שע פערזענליכקייטן.

פריער אין וואך האט זיך א רעגן אראפגעלאזט אין ארץ ישראל, אבער ס'איז ווייט נישט גענוג צו דעקן דעם אנגעזאמלטן וואסער-דעפיציט, נאך דעם וואס דאס לאנד האט דורכאויס די לעצטע פינף יאר באקומען מיט 55 פראצענט ווייניגער רעגן ווי דעם דורכשניט.

דער כנרת, וואס שטעלט צו א גרויסן חלק פון די וואסער-געברויכן אין לאנד, האט זיך געהויבן מיט א צענטימעטער.

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 3:42 pm
דורך ממש אזוי
נאר פאר דעם זאלן זיי זיך שעמען?

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 4:13 pm
דורך ניס קראכער
ממש אזוי האט געשריבן:נאר פאר דעם זאלן זיי זיך שעמען?

אזדי פרעגסט וועל איך דיר זאגן
זאלן זיי זיך שעמען פארן שיקן זייער ענגלישע אימעיל צו מיר
על אף איך האב מיר שוין אראפגעסיינט 10 מאל !!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:46 pm
דורך eller
אמאל געווען אזא אימעיל...
די לעצטע וואך זענען זיי טויט...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:06 pm
דורך מיאושדיגער
eller האט געשריבן:די לעצטע וואך זענען זיי טויט...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:22 pm
דורך פעיק נוז
מיאושדיגער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:די לעצטע וואך זענען זיי טויט...

וואס איז פשט טאקע?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:43 am
דורך eller
מיין קשיא איז געווען וואס איז געווען פשט פון זיין אפען ? פארוואס זאל זיך זיי לוינען צו צאלן פאר א שרייבער יעדן טאג צו שרייבן די נייעס ?
דער איד דעלי ניצט רוב פון זייער דעלי נייעס אויך אין 'דער איד'

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:46 pm
דורך אסדר לסעודתא
זיי האבן עדס, ניין?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:48 pm
דורך אסדר לסעודתא
רוב נייעס פון די דעילי איד גייט נישט אין דער איד כמו שהוא, נאר די קלענערע אומוויכטיגע נייעס. די גרויסע נייעס ווערן אלץ פארגרעסערט.

נאר די נייעס פון דעילי איד גייט אין לוח הציבור, ווי אויך אויף קול מבשר פון א טאג פריער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:54 pm
דורך eller
אסדר לסעודתא האט געשריבן:רוב נייעס פון די דעילי איד גייט נישט אין דער איד כמו שהוא, נאר די קלענערע אומוויכטיגע נייעס. די גרויסע נייעס ווערן אלץ פארגרעסערט.

נאר די נייעס פון דעילי איד גייט אין לוח הציבור, ווי אויך אויף קול מבשר פון א טאג פריער.

די אידישע נייעס גייט יא כמו שהוא
אזוי אויך די אינטערסאנטע מעשיות
און לגבי קול מבשר.... כ'מיין אז מער מאל גייט ארויף די נייעס הערשט נאך דער איד דעלי..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:23 pm
דורך ברעטל
היינט צוריק, מיט די פאלגענדע מעלדונג:

טייערע ליינער: דער היינטיגער נומער קומט ארויס נאך א קורצע אפשטעל וויבאלד די רעדאקציע האט גענומען א קורצע וואקאציע צו שעפן כוחות אויף ווייטער, מיר האפן פון היינט צו ווייטער ערשיינען טעגליך אזוי ווי אין די לעצטע צוויי יאר צו די צופרידנהייט פון די טויזנטער ליינער.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:32 pm
דורך טראמבאן
eller האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:רוב נייעס פון די דעילי איד גייט נישט אין דער איד כמו שהוא, נאר די קלענערע אומוויכטיגע נייעס. די גרויסע נייעס ווערן אלץ פארגרעסערט.

נאר די נייעס פון דעילי איד גייט אין לוח הציבור, ווי אויך אויף קול מבשר פון א טאג פריער.

די אידישע נייעס גייט יא כמו שהוא
אזוי אויך די אינטערסאנטע מעשיות
און לגבי קול מבשר.... כ'מיין אז מער מאל גייט ארויף די נייעס הערשט נאך דער איד דעלי..

באציסט זיך צו עפעס? אדער בלויז...