בלאט 88 פון 95

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:57 pm
דורך היימישער הייקער
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:פאר ס'איז געווען אינקאם טעקס האט די רעגירונג געלעבט פון גרעניץ שטייערן וכו'


טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:סעילס טעקס איז נאך ערגער פון א פלאכע ראטע אינקאם טעקס, וכו'


די מעלה פון סעילס טעקס און איר קאזינע טאריפן, איז אז עס האט א גרעניץ וויפיל מען קען עס הייבן. און דאס האלט די רעגירונג אינטער קאנטראל. משא"כ אינקאם טעקס האט נישט קיין גרעניץ. אין 1917 איז די העכסטע טעקס ברעקעט געווען 77%! שיגע מטארע! ווען די רעגירונג זאל פראבירן צו טוהן עפעס ענליך מיט סעילס טעקס, וואלט אויסגעבראכן ראיטן.

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:וועגן די לייעביליטי אינשורענס, אט דאס טאקע איז די פראבלעם, די רעגירונג האט מורא אז אויב די וועסט האבן די אפציע וועסטו עס נאך רחמנא ליצלן טוהן, און די רעגירונג האלט אז אויב איז די מציאות איז אז סאסייעטי איז מער מסודר ווען מ'האט יא אינשורענס, דארף מען טוהן וואס מ'קען אז מ'זאל עס האבן.


אין אנדערע ווערטער, אויב איך בין אן ארימאן, און איך האב נאר צוואנציג דאלער, טאר איך נישט האבן דער אפציע צו רופן מיין כולל יונגערמאן שוואגער זאל מיר ביטע אפטראגן א פעקעל? איך מיז רופן איינער וואס האט אן אווערהעד פון הינדערט טויזענט דאלער א יאר און בעט לכבוד דעם אסאך מער פאר דעם סערוויס?

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:וועגן וויאזוי די וועלט האט זיך געפירט אינעם מיטל-אלטער, די דאזיגע מיטאָס איז איינע פון די יסודות אויף וואס די "פרייהייט" באוועגונגען אריינגערעכנט "פרייע מארקעט קאפיטאליזם" זענען געבויט, נעמליך, אז אן "קאנטראל" איז דא "פרייהייט". די מציאות איז אבער אז ווען קיינער איז נישט און קאנטראל, קומט איינער און נעמט קאנטראל, און ער צווינגט ארויף זאכן אויף אנדערע און יענער מוז עס טוהן נישט ווייל ער "טאר" אים נישט אנפייפן, נאר ווייל ער "קען" אים נישט אנפייפן!

וואס איך זאג אין אנדערע ווערטער איז, אז די אמאליגע קעניגן האבן נישט געהאט קיין מאכט וואס א "סיסטעם" האט זיי געגעבן, נאר וואס "די נאטור" האט געמאכט אז זיי זאלן האבן צוליב די געלט און מאכט וואס זיי האבן געהאט, און זינט די נאטור האט זיך נישט געטוישט, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ס'זאל זיין אנדערש אויב ווען נישט די "רעגולאציעס" וואס "באגרעניצן" געוויסע פרייהייטן וואס מענטשן וואלטן נאטורליך געהאט.

און די זאך איז שייך ביי יעדע סארט פרייהייט, אריינגערעכנט א פרייע עקאנאמישע מארקעט.

אויב ס'וואלט נישט געווען אויף די בוק קיין שום באגרעניצונג וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, הגם יעדער וואלט "געמעגט" טוהן וואס זיי וואלטן געוואלט, אבער וואלטן זיי "געקענט"? אויב ס'וואלט נישט געווען אויף די בוק קיין שום באגרעניצונג וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, וואס וואלט למשל געקענט אפהאלטן עמעזאן און גוגל פון אפקויפן ריזיגע שטחים און פארדינגען בלויז פאר ווער ס'ארבעט ביי זיי, וואס דאס וואלט אטאמאטיש "געצווינגען" די אלע וואס טרעפן נישט קיין דירה ערגעץ אנדערש צו מוזן ארבעטן ביי זיי אפילו אויב זיי צאלן גאר שוואך, און זיכער וואלט מען נישט געקענט עפענען אן אייגענע ביזנעס, הגם טעכניש "מעג מען", וואלט יענץ בעסער געווען פון די אמאליגע קעניגרייכן וואס האט פונקט ווי די היינטיגע גרויסע קאמפאניס צוגעשטעלט "דזשאבס" פאר זייערע בירגער?


עס איז דא צוויי סארט באגרענעצינגן וואס א רעגירונג מאכט, און זיי זענען גענצליך אנדערש איינס פון די אנדערע. די ערשטע איז חושן משפט. די הלכות פון האנדלן אריינגערעכענט די געזעצן אז מען טאר נישט גנב'נען, אויספאפן, צווינגען יענעם צו טוהן זאכן וכדו'. די אנדערע איז הלכות עקענאמיע, פון נעמען געלט פון איינעם צום צווייטען בזרוע כדי יעדער זאל זיין גלייך. די ערשטע סארט, איז כו"ע מודה אז עס איז וויכטיג. און דאס נעמט גארנישט אוועק פון קאפיטאליזם. די צווייטע, איז אין די אויגן פון קאפיטאליסטן, גענצליך אומנויטיג און שעדליך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:30 pm
דורך טשעירמאן
אויב עס אינטערסירט ענק צו פירן א שמועס איבער קאפטעליזים וכו' און נישט פארטיגען, דאן זייטס מוחל און עפנטס אויף אן אשכול שקויעך

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:00 pm
דורך גרשון
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אויבן, גיי איך נישט אריין אין דעם צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי טיילווייזע, נאר צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי אבסאלוטע קאפיטאליזם.

כ'זע נישט פארוואס דו רופסט אן דעם מינדעסטן רעגירונג קאנטראל "טיילווייזע סאציאליזם." ס'קען ווייטער אנגיין אבסאלוטן קאפיטאליזם, מיט א פרייער מארקעט פאר יעדן וואס וויל טון ביזנעס, אבער רעגולירט אז ס'זאל זיך פירן ביושר און אז די עקאנאמיע זאל נישט ווערן איינגעשלינגען אינגאנצן דורך ריזיגע פירמעס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:13 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
גרשון האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אויבן, גיי איך נישט אריין אין דעם צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי טיילווייזע, נאר צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי אבסאלוטע קאפיטאליזם.

כ'זע נישט פארוואס דו רופסט אן דעם מינדעסטן רעגירונג קאנטראל "טיילווייזע סאציאליזם." ס'קען ווייטער אנגיין אבסאלוטן קאפיטאליזם, מיט א פרייער מארקעט פאר יעדן וואס וויל טון ביזנעס, אבער רעגולירט אז ס'זאל זיך פירן ביושר און אז די עקאנאמיע זאל נישט ווערן איינגעשלינגען אינגאנצן דורך ריזיגע פירמעס.


לוטי ווי קאפיטאליסטן טענה'ען טוט "פולע אייגנטומערשאפט" אויף "פריוואטע אייגנטום" מיינען, אז דער אייגנטומער קען טוהן דערמיט ככל העולה על רוחו.

איך בין מסכים אנצורופן קאפיטאליזם סיי וואס איז נישט גענצליך סאציאליסטיש, אבער ס'דא אסאך וואס רופן אן יעדע זאך וואס איז א סתירה מיט א גענצליכע פרייע מארקעט אלס סאציאליזם.

די פאקט אז דאס סיבה פאר רעגולאציעס איז "אז ס'זאל זיך פירן ביושר און אז די עקאנאמיע זאל נישט ווערן איינגעשלינגען אינגאנצן דורך ריזיגע פירמעס" מאכט עס נישט ווייניגער סאציאליסטיש, נאר ענדערש מער פאפולער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:12 pm
דורך בנציון יאזעפאוויטש
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
לעב און שטרעב האט געשריבן:נישטא קיין שיעור די וואך?

כ׳האב מורא די ציונים האבן געלײגט א האנט אױף אים נאכן הערן די לעצטע שיעור

גײמיר פראטעסטירן?
בנערינו ובזקיננו נלך!!

#קאנספיראציע־אשכול־אלערט


אגב, א מאסיווע שיעור געווען. בכלל נישט געווען סאטמאר. די חילול שבת און די ותבואו ותטמאו את ארצי. די משל מיט די ווארעם וואס זעצט זיך אריין אין 'מיין' בעט איז געוואלדיג. אבער ווייניג פון די אנדערע קרייזן אויסער סאטמאר וועלן זיין גענוג אפען-מיינדעד צו קוקן די מציאות אין פנים.

אליעזר קרויס איז א חידוש. כ'מיין אז נאר אין וויזניץ מאנסי פארווארפט זיך אזוינס..

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:59 pm
דורך טראכט א מינוט
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, א מאסיווע שיעור געווען. בכלל נישט געווען סאטמאר. די חילול שבת און די ותבואו ותטמאו את ארצי. די משל מיט די ווארעם וואס זעצט זיך אריין אין 'מיין' בעט איז געוואלדיג. אבער ווייניג פון די אנדערע קרייזן אויסער סאטמאר וועלן זיין גענוג אפען-מיינדעד צו קוקן די מציאות אין פנים.

אליעזר קרויס איז א חידוש. כ'מיין אז נאר אין וויזניץ מאנסי פארווארפט זיך אזוינס..

אינטערעסאנט ווי מענטשן קענען עס אנקיקען ווי א סאטמאר'ע שיעור ווען למעשה איז עס געווען א שטארק אגדות'טישע שיעור

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:30 pm
דורך בנציון יאזעפאוויטש
טראכט א מינוט האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, א מאסיווע שיעור געווען. בכלל נישט געווען סאטמאר. די חילול שבת און די ותבואו ותטמאו את ארצי. די משל מיט די ווארעם וואס זעצט זיך אריין אין 'מיין' בעט איז געוואלדיג. אבער ווייניג פון די אנדערע קרייזן אויסער סאטמאר וועלן זיין גענוג אפען-מיינדעד צו קוקן די מציאות אין פנים.

אליעזר קרויס איז א חידוש. כ'מיין אז נאר אין וויזניץ מאנסי פארווארפט זיך אזוינס..

אינטערעסאנט ווי מענטשן קענען עס אנקיקען ווי א סאטמאר'ע שיעור ווען למעשה איז עס געווען א שטארק אגדות'טישע שיעור


הוא אשר דיברתי. אבער גיי טרעף נאך 5 אזעלכע אידן אין עני חסיד'ישע קרייז! ווער איז נישט פארכאפט אין אהבת איזרעאל? וויפיל אידן עקלען זיך צו זעהן די ווארעם נעסטן אין אונזער פלטרין של מלך? וויפיל אידן ווילן נישט פארן (פון נישט סאטמערע קרייזן) קיין ארץ ישראל ווייל זיי קענען דאס נישט צוקוקן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:35 pm
דורך היימישער הייקער
פאר דער וואס ווייסט נישט, שיטת סאטמאר איז קעגן דעם עצם ראיון הציונות פון גרינדען אן אייגענע מדינה, אפילו אויב עס ווערט געפירט אינגאנצן ע"פ תורה.

דער שמועס האט נישט גערעדט פון דעם. דער שמועס האט זיך באצויגן צו די וועג וואס די ציונים פירן זיך אויף צו אידישקייט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:10 pm
דורך בנציון יאזעפאוויטש
פיין און וואויל. למעשה טרעפסטו כמעט נישט קיין מענטשן מיט די געפילן קעגן איזרעאל וואס הרב אליעזר קרויס האט. מ'דארף קענען קוקן די מציאות מיט לאגיק אנשטאט מיט געפילן און רוב מענטשן פאלן פאר די גוטע געפיל פון איזרעאל.

וועלכע איד אין די אנדערע קרייזן עקלט זיך פון די מדינה? יא מ'קען האלטן שיינע דרשות קעגן די חילול שבת, אבער די סך הכל מאכן זיי נישט.


דא האסטו איין דוגמה, פון אפאר טעג צוריק. א איד אינדערויסן פון סאטמאר, וואס האלט זיך אפילו פאר א בעל השקפה:
image.png
image.png (57.07 KiB) געזעהן 2352 מאל


ןןאס דארפסטו מער פון דעם אז ר' אליעזר אליין איז מעיד אז ער נאך 'קיינמאל' נישט געהאט אזויפיל קריטיק און קללות ווי לעצטע וואך ווען ער האט גערעדט אז ער האט נישט קיין אהבת איזרעאל...

און דאס איז פון אידיש רעדנדע קול מבשר צוהערער...!


ווי ר' אליעזר זאגט, מ'ווייסט אלעס אבער ואין איש שם על לב, מ'ציעט נישט דעם שטריך אז מ'רעדט דא פון א חפצא דמינות, די אהבת איזרעאל איז גובר.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:26 pm
דורך לייטער
איך האב געהערט די שמיעס היינט וועגן אלטע בחורים
ביי אינץ אין דזשאב ארבעט ב''ה א חשובע בחור( 18 מיט אסאך חדשים ) אויפציעל לערנט ער אין ישיבה,( די ישיבה לאזט אים ארבעטן) ער האט אויפגעשיינט זייט ער ארבעט ער האט זיך ב''ה גיט אריינגעקומען אין דזשאב מען אפרישיעט אים, ער זעט אז ער איז ווערט עפעס, ער האט א שיעור יעדן טאג פארטאגס אין ישיבה

"בחורל, גיי גלילה...."

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:56 pm
דורך אהער און אהין
ווייס איך נישט וואס דער שמועס איז, אבער דער נאמען איז זייער ציענד....
"בחור'ל גיי גלילה".....
(ארי' ערליך עורך פון משפחה מאגאזין זאגט אז א געוואלד קאפ און מוח גייט אריין אין דעם דעקל פון מאגאזין, ווארום מען דארף זיכער מאכן אז אין דעי האלבע מינוט וואס דער פאריאגטער יונגערמאן נעמט דאס מאגאזין ביים סטענד, עס זאל אים גענוג ציען אויסצוגעבן די איבריגע פאר רובל. אויף דעם מינוט איז די מלחמה. דאס זעלבע ווען מען הערט דעם אינדעקס אויף קולמבשר, ברויך עס מושך זיין לב השומע).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:39 am
דורך סארקאזי
רעב לעיזער געוואלדיג הנאה געהאט ווי איר קנאקט אריין אין די קליפה פון איזריעל.
דער שיעור איז געווען מיין תיקון חצות אין די ניין טעג
מקען אסאך ארום שמועסן איבער דעם.אבער אייך נקודה וויל איך ארויסברענגען.
סאיז נאך אלץ דא ערליכע אידען וואס טראץ וואס זיי בלוטיגען אויך אויף די פריצות און הפקירות וואס גייט פאר בפלטרין של מלך (מיט אידישע אויתיות). וועלן זיי נאך אלץ וועלן פארן קיין ארץ ישראל.
די גאווערמענט דארט איז טאקע זייער שלעכט צו רעליגיעזע אידען.
אבער א איד וואס וויל קענען דעם אייבירשטען באמת.וועט זיך אסאך בעסער טרעפן דאס פלאץ אין ארץ ישראל ווי אין אמעריקע.
דא דרייט זיך אלעס ארום געלט אין כבוד. די גאנצע מהות איז נאר וואס איז דיין פרנסה. אין לויט דעם ווערט געשאצט דיין מציאות.
אויב איינער איז נישט קיין געהעריגער בעל פרנסה מעג ער זיין א גרויסער תלמיד חכם איז ער נישט ווערט אפילו לצור עפ''י צליחותו.די גאנצע וועג ווי אזוי מבויעט אידישקייט איז נאכצולויפן דעם סאציאלע רייץ וד''ל.
אויך די השגות אין תורה ועבודה איז לאין ערוך ווי אין אמעריקע.
סאיז דא נאך טיפערס אין דעם וואס באלאנגט נישט אין א פורום אויפן אונטערנעט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:03 pm
דורך מוזיק מבין
איך פארשטיי נישט, מילא ווען רו רעדסט פון השקפה כלפי ארץ ישראל, איז איין זאך. אבער אז דו רעסט בלויז פון פילינג'ס אז ס'פעלט דיר דאס געפיל, ווי אזוי קען איינער פילן ווען ער איז נישט דארט געווען?! זאגסט דאך אליינס אז איר זענט נאך קיינמאל אהין געפארען, הייבט אייך אויף, פאר אהין, שפאציר ארום אין ירושלים און די נאך טויזענטע מקומות דארט, און נאכדעם געבט אייער מיינונג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:09 pm
דורך מוזיק מבין
שוין אפגערעדט פון די השתוקקות פון צדיקי הדורות צו דעם מקום נאך פאר זיי האבן אהין באזוכט. איך העל נישט פארגלייכן זייערע כוונות אהער, אבער דו כאטש גיי אהין.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:55 am
דורך מקבל
אויב איינער חלומ'ט מיט מיט ר' לעיזר'ן, איז דא א סעקשאן 8 ליסט אין פאמפענא ביטש אין פלארידע וואס פארמאכט זיך מארגן.
https://affordablehousingonline.com/hou ... each/FL028

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:22 pm
דורך אליעזר קרויס
מקבל האט געשריבן:אויב איינער חלומ'ט מיט מיט ר' לעיזר'ן, איז דא א סעקשאן 8 ליסט אין פאמפענא ביטש אין פלארידע וואס פארמאכט זיך מארגן.
https://affordablehousingonline.com/hou ... each/FL028


ייש"כ איבערגעגעבן היינט פארן ציבור אויף ק"מ

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:02 pm
דורך ר' יום טוב
שכח ר' אליעזר פארן דיין שמועס איבער איזראעל. הגם איך בין נישט איינשטומיג אז די חילול שבת פון די גוים דארט איז עפעס מער א פראבלעם ווי די חילול שבת סיי ווי אין דער וועלט. דיין שטעלונג קומט ווייל ווארשיינליך האסטו נאך יא עפעס אהבת איזראעל.

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז:
א רעליגיעזער איד ווערט דארט מער אראפגעקוקט באשמוצט און דיסקרימינאטירט דורך די אלגעמיינע גאס ווי סיי ווי אין דער וועלט עס לעבן א גרויסע קיבוץ חרדיש'ע אידן.
און בכלל איז דער גשמיות'דיגער געזעלשאפט דארט עפעס אזוי ווילד סאברא'דיג און אומהיימליך. נישטא וואס צו גלייכן.
אויך איז נישט באטאמ'ט צו וואקאצאנירן אויף א ארט וואס דו ווייסט נישט צו דיין נעקסטע טריט גייט דיך אריינשטעלן אין לייבן גרוב.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:16 pm
דורך אליעזר קרויס
באקומען פון צוהערער פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל - הנאה געהאט



Rav Avigdor Miller on Moving to Yerushalayim During the Nine Days
Q:
Wouldn't moving to Yerushalayim be the most genuine way to express our sadness and yearning that we speak about during these days?

A:
Moving to Yerushalayim is not that simple. First of all it's a problem - what do you do with your sons? They might be drafted, and you'll have to start dodging the army. So you'll say, "Well, I'll live in Yerushalayim but I'll come back to America from time to time, and I'll keep my American citizenship." But it's not that simple. Because sooner or later your children will be Israelis. What's going to happen then? You have to keep them out of the army.

You have to know, by the way, that right now there's a very great hatred against the Orthodox Jews in Eretz Yisroel. Right now they attacked a synagogue for the first time - and that's only the beginning. There's a big movement now among the chofshim, the irreligious Jews, to draft yeshiva boys into the army. And there's a movement among the chofshim to draft women into the army again. Giyus banos is actual again. Everybody is requested to send letters or telegrams to Shimon Peres, the Prime Minister, and also to Yitzchak Shamir, the Deputy Prime Minister, protesting against any proposal to draft yeshiva boys and any proposal to draft women. It’s a very dangerous time because right now there’s a fire of sinah and anti-semitism against frum Jews in Eretz Yisroel. It just happens that right now it’s reached a peak and we have to hope it won’t get any worse. The attack on the shul is the worst thing that has happened so far.

Frum Jews are being put in jail for nothing, such as a little protest against chillul Shabbos, or a protest against immorality on posters. Therefore, it’s important for us, if possible, to keep this in mind and to send those letters to Shimon Peres, the Prime Minister, and Yitzchak Shamir, the deputy.

Now, if you’re able to make a living and your children are settled let’s say in America, in yeshivos, in a yeshiva world and a frum environment, and you yourself want to move to Yerushalayim. So if you can support yourself, why not? However, if your presence in America is needed because they need a frum father or a frum zeida or a frum mother or bubba to watch over them - that’s how it is; many times if the parents or grandparents are not around then things happen in the family with the children. They need a kind word or a strict word from the parents to manage things properly, so maybe you can’t go.

Also, people should go to Eretz Yisroel and they become dependent on support from America? I don’t approve of that. If you have funds, yes, but to go there and then start writing letters to your American friends to support you, I don’t believe in that.
TAPE # 604 (August 1986)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:34 am
דורך גיב א שמייכל
איך האב געהערט די שמועס וועגן אלטע בחורים. דערמאן איך מיר, ווען איך בין געווען א עלטערע בחור האט מיר איינער געזאגט. "ממה נפשך, אויב טרעפט מען א גוטע שידוך האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.... און אויב טרעפט מען נישט קיין גוטע, האט זיך דאך 'זיכער' געלוינט צו ווארטן...." :lol:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:34 pm
דורך לאנדאנער
גיב א שמייכל האט געשריבן:איך האב געהערט די שמועס וועגן אלטע בחורים. דערמאן איך מיר, ווען איך בין געווען א עלטערע בחור האט מיר איינער געזאגט. "ממה נפשך, אויב טרעפט מען א גוטע שידוך האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.... און אויב טרעפט מען נישט קיין גוטע, האט זיך דאך 'זיכער' געלוינט צו ווארטן...." :lol:

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:35 pm
דורך לאנדאנער
אויף קול בחצרות טןט זיך טישן און בענק איבער די אהבת איזרעאל דרשה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:45 pm
דורך אברהם27
whats the number?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:25 pm
דורך לאנדאנער
אברהם27 האט געשריבן:whats the number?

פון ענגלאנד 03307772730

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:27 pm
דורך אברהם27
And usa?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:21 pm
דורך טראכט א מינוט
נייע שיעור