בלאט 1 פון 12

"אינטערעסאנט" פרישע היימישע אויסגאבע מיט רייכע ארטיקלן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:38 pm
דורך בריוועלע
בס"ד

דער היימישע עולם איז איבעראשט מיט די גינסטיגע נייעס איבער א פרישע אויסגאבע וואס גייט בעז"ה אנהייבן צו ערשיינען פאר'ן היימישען ציבור.

די אויסגאבע אנשפרעכט צו זיין פיל מיט רייכע ארטיקלן פון די אידישע היסטאריע און אסאך אנדערע אינטערעסאנטע נושאים.

די ארטיקלן ווערן געשריבן דורך געלונגענע שרייבער'ס בני תורה מיט א זאפטיגע שפראך על טהרות הקודש.

אינטערעסאנט איז ערווארטעט צו ערשיינען איינמאל א חודש בעז"ה.

עס וועט אי"ה זיין אין די געשעפטן קומענדיגען א' סליחות הבעל"ט.

יתר פרטים יבואו אי"ה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:47 pm
דורך Think and Thank
אוי וויי! אזא גראבע גרייז אין די סאמע נאמען פון די אויסגאבע איז נישט קיין גוטע נייעס..

"אינטערעסאנט"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:53 pm
דורך בריוועלע
די נאמען הערט זיך טאקע אביסל אינטערעסאנט, אבער די ארטיקלן זענען נאכמער אינטערעסאנט, פיל מיט ידיעות און הערליכע בילדער, ווי אויך איז עס געשריבן מיט א רייכע שפראך.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך נאר, איז עס ערווארטעט צו איבעראשען דער היימישע עולם מיט א געוואלדיגע הנאה.

ווארט מיט שפאנונג!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:55 pm
דורך סידיראם
בריוועלע, די כאפסט נישט, די ווארט "אונטערסאנט" האסטו געשריבן "אינטערסאנט", מען שרייבט דאס נישט מיט א ו', מען שרייבט דאס מיט א י' "אינטערסאנט".

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:56 pm
דורך שטאלצער יוד
אונטערסאנט? אדער אינטערסאנט? אדער אינטרעסאנט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:57 pm
דורך ראספשע
בריוועלע האט געשריבן:די נאמען הערט זיך טאקע אביסל אונטערסאנט, אבער די ארטיקלן זענען נאכמער אונטערסאנט, פיל מיט ידיעות און הערליכע בילדער, ווי אויך איז עס געשריבן מיט א רייכע שפראך.

ווי אונטערסאנט ער הערט זיך נאר, איז עס ערווארטעט צו איבעראשען דער היימישע עולם מיט א געוואלדיגע הנאה.

ווארט מיט שפאנונג!

וואס איז די ריכטיגע ספעלינג?
אונטער-סאונד?
אדער 'אינטערעסאנט'?

והעיקר, גייט עס טאקע זיין 'אינטערעסאנט'
גייט מען רעדן פון לעבעדיגע [מאמענט סטייל] אדער פון טויטע?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:02 pm
דורך סידיראם
שטאלצער יוד האט געשריבן:אינטערסאנט? אדער אינטרעסאנט?


וויאזוי די מומחים וועלן דאס שרייבן ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז מען זאגט דאס "אינטערסאנט", (אזוי מיין איך), ממילא איז דאס נישט קיין פראבלעים אזוי צו שרייבן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:02 pm
דורך Naftule
שטאלצער יוד האט געשריבן:אונטערסאנט? אדער אינטערסאנט? אדער אינטרעסאנט?

קיין איין!
'אינטערעסאנט' איט איז

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:04 pm
דורך יהודי
ווי די שטערן מאמענט אדער מעלות סטייל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:08 pm
דורך סידיראם
אן "אינטערע-סאנטע" שמועס דא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:18 pm
דורך SPUSMN
שטאלצער יוד האט געשריבן:אונטערסאנט? אדער אינטערסאנט? אדער אינטרעסאנט?

דער עיקר עס זאל זיין אינטערעסטינג; וואס עס איז שוין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:31 pm
דורך אסדר לסעודתא
ווי איך פארשטיי גייט עס זיין א מעלות סטייל, נאר מער היינטיג אויסגעשטעלט. הלואי זאל עס מצליח זיין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:09 pm
דורך שמו
אבי דער עולם שרייט אז ס'פעלט געשרייבעכט'ס אויף אידיש

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:11 pm
דורך משהלע
איז די גאנצע אשכול א וויץ? מען קען נישט וויסען...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:22 pm
דורך בריוועלע
לריבוי השואלים דא און אין אישי: יא עס גייט פארמאגן רייכע ארטיקלן, מיט א אידישע חן, פיל מיט תורה'דיגע און אידישע ידיעות, נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:25 pm
דורך ראספשע
בריוועלע האט געשריבן:נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק.

וואסערע סייז זיפל גייט מען נוצן? 100 מעש?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:51 pm
דורך צד תמות
משהלע האט געשריבן:איז די גאנצע אשכול א וויץ? מען קען נישט וויסען...

פארוואס א וויץ? דאס איז די הייינטיגע מהלך פון עדווערטייזמענט, זעה אין שכינות'דיגן "קנקן" אשכול:
לאז געמאכט האט געשריבן:מיר קומט פאר אז די אשכול איז נישט צו זאמלען דעת הקהל נאר צו הייבן מאמענטום, עקסייטמענט און נייגעריגקייט.

נאכן רעדן דעבאטירן און באהאנדלן א פראדוקט ווערט אויפגעבויט א נאטירליכע אינטערעסע עס צו זעהן און באטראכטן, ס'נישט סתם 'נאך' א אויסגאבע, ס'איז "דער" אויסגאבע איבער וואס מ'רעדט שוין אזוי לאנג...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:55 pm
דורך ראש הקהל
ח"י דוללער???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:07 pm
דורך בריוועלע
ראש הקהל האט געשריבן:ח"י דוללער???

ניין!
אסאך ביליגער {אין פרייז, אבער רייך אין ארטיקלן}.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:15 pm
דורך To the Point
$6.99 It will be like the Shtern but more Heimish and will be sold in KJ stores as well, Price will be

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:08 pm
דורך אסדר לסעודתא
שטערן, שפאקטיוו, בליץ, אינטערעסאנט? איך הער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:35 pm
דורך מונאוויטש
פיינע, "אינטערעסאנטע" נייעס. ווער שטייט אונטער דעם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:04 pm
דורך שבתי בוים
אינטערעסאנטער נאמען. אן אדיעקטיוו פאר א נאמען פון אן אויסגאבע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:07 pm
דורך אדער יא
איך קען אויך שרייבן ארטיקלן אין די אינטערסאנט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:10 pm
דורך Goodmorning
אדער יא האט געשריבן:איך קען אויך שרייבן ארטיקלן אין די אינטערסאנט?

אויב ביסטו אביסל אינטערעסאנט