א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:14 pm

איה"נ, אבער נישט דאס האט ער געזאגט ער גייט טוהן. אויפן ערשטן שמועס האט ער געזאגט אז די קנעפעל וועט זיין אומפארטייאיש.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 11:44 pm

שרייזשע האט געשריבן:איך אגרי מיט פעיק. שמעון, אפילו ער איז גענויגט פאליטיש צו איין זייט, איז ער אבער באטעמט אווסצוהערן, עס איז אהן קיין העיט, אדער אנריזענעבל, אין ער איז גרייט צו הערן פארקערט.

איך האב אים אויך זייער ליב צו הערן, פארוואס ווייס איך נישט, אפשר זיין צום פינטל מהלך פון רעדן.
אבער דאס פארנעפלטקייט צווישן פארטייאישקייט און פאקטן בלא יודעים.. איז א סיריעס אישו.
בנוגעה וואס פעיק שרייבט אז ער ברענגט פשוט ארויס די צווייטע צד פארשטיי איך נישט פונקטליך.. אפשר איז די מידיע פשוט די צווייטע צד פון די ריפובליקאנע פארטיי?... (דאס איז דאך די פשוטע באדייט פון דאפלטע סטאנדארטן!!),
אפיניען איז אפיניען!! אבער פאקט איז פאקט!! און סעלעקטן פאקטן מיינט איגנארירן פאקטן....!!(די נקודה איז אפילו אויף פעלזנס שמוסן) ובפרט דא אז דאס איז נישט קיין פאליטישע זאך סאיז בס"ה "א טראפ טיפער" סאו כפארשטיי נישט פונקטליך.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 10:46 am

כ'מיין אז מען קען טוישן דעם קעפל צו: שמעון ראלניצקי אדער פנחס גלויבער... יעדן טאג פעלט א צווייטער.

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 11:06 am

שמען האט זיך טאקע זיינע חסרונות ער איז אביסל בייעס, אבער ס'נעמט נישט אוועק פון זיינע מעלות אז ער איז א געוואלדיגע ידען ער האט א וועלט מיט ידיעות, וואס דאס געט זייער אסאך צו צו זיינע שמועסן, אין די שידוך מיט פנחס מאכט עס נאר בעסער, ווייל אזוי ווי שמעון האט ער אויך א געוואלד מיט רייכע ידיעות, אבער ער אליין האט א שטארקע פארשלאפענקייט אין זיין רעדן, מיט א שיתוף האט ער סאך מער לעבהאפט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:24 pm

אפרש שיחתי. שמעון איז א ידען נפלא, שטארק אויסגעקאכט אין 'קארענט איווענטס', א שטארקע דעמאקראט, און א געשמאקע רעדנער. זיינע שמועסן זענען באלערנד און ברענגן ארויס די לינקע פערספעקטיוו אויף די אישוס זייער קלאר. ביי אינז, וואס מען הערט כמעט נאר די רעכטע זייט מטבע, איז דערפרישנד צו הערן אז די לינקע זענען נישט אייביג משוגע, און זיי האבן אויך א צד, און קענען אפילו צימאל זיין גערעכט.

פנחס איז אויך א ידען נפלא, שטארק אויסגעקאכט און פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און אין היסטאריע, אן עכטען דזשורנאליסט וואס עס איז שווער צו דערשנאפן וואס ער האלט פערזענליך, און זיינע שמועסן עפענען אויף די קאפ צו פרישע באגריפן און ידיעות.

יעצט אז מען האט צאמגעשטעלט די צוויי צו אריין גיין א טראפ טיפער און דברים העומדים על הפרק, בינעך ממש אויפגעשפרינגן. א געוואלדיגע איינפאל! ווען מען רעדט פון א ברעקזיט למשל און מען טענה'ט זיך אהין און צוריק, איז כדי צו וויסן פשוט, ווען האצעך דאס אנגעהויבן, פארוואס איז דאס אזא פארפלאנטערטע סוגיא, וכו' וכו'. נאכן וויסן די פאקטן, קען מען זיך אנהייבן טענה'ן.

אבער אויב דאס איז טאקע די כוונה פון דעם אפטיילונג, מיז דאס זיין גענצליך אומפארטייאיש. איך וויל נישט הערט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, זיי מיר נאר מסביר פון וואס זיי רעדן. צוליב דעם איז די שטארקע איינזייטיקייט פון דעם שמועס זייער דיסעפוינטינג. איך האף אז זיי וועלן זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:36 pm

יא יא ביז איך הער נישט די לינקע אידילאגיע. טראכט איך אז זיי זענען נישט אינגאנצען משיגע.
אבער ווי מער איך הער עס. ווער איך מער געוואר אז 'ליבערליזעם איז א מענטעל דיסארדער''
מעדיקעיד מעג ווען באצאלען די טעראפי

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:03 am

ביים נעכטיגע שמועס פרעגט פנחס פון שמעון, אז די גאס האלט אים פאר א לינקער. מען שמועסט עס אויס.

איך האלט נאך אונמיטן הערן.

גראדע הייבט שמעון אן די שמועס אז די גאנצע אומפיטשמענט איז א נארישע פאליטישע שפיל. ער הערט זיך גאנץ נעגעטיוו צו די גאנצע אומפיטשמענט.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:05 am

אויף די נעכטיגע שמועס איז שמעון כאטש מודה אז ער איז א לינקע, און ער מסביר פארוואס. אבער קיין ערקלערונג פארוואס ער מוז דאס אויסגעבן אין א פלאץ וואו מענטשן קומען אריין צו הערן טרוקענע פאקטן.

אגב, איך גיי ניסלעך פאר די אינטראוי... די פלאטשקע.... זייער זיס.

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:18 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויף די נעכטיגע שמועס איז שמעון כאטש מודה אז ער איז א לינקע, און ער מסביר פארוואס. אבער קיין ערקלערונג פארוואס ער מוז דאס אויסגעבן אין א פלאץ וואו מענטשן קומען אריין צו הערן טרוקענע פאקטן.

אגב, איך גיי ניסלעך פאר די אינטראוי... די פלאטשקע.... זייער זיס.


פארקערט, ער טענה'ט אז ער איז נישט קיין דעמאקראט בכלל. נאר האט א אייגענע מיינונג. ער וואלט זיך פאררופען אלס א דעמאקראט פון די 60'גער יארן, וואס די פארטיי האט געהאט אנדערע מיינונגען.

די טעמע פון די שמועס איז שמעון'ס פארטיי אידילאגיע.
אויך רעדט מען פון ארץ ישראל פאליטיק, אויך ווערט דערמאנט אומפיטשמענט.

איך האב געמיינט ס'קומט א אפהאנדלונג איבער די אומפיטשמענט פארהערן, אדער כאטש איבערלויפן די נייעס. למעשה פארציילט ער אז די אומפיטשמענט איז א שפיל. און שוין!

די פלאטשקע איז זיס. אבער (נישט אז ס'מאכט אויס בכלל) וואלט זיך מער געלייגט אויפן שכל א קול ווי איינער זאגט, אה... ס'נישט אזוי פשוט, ס'איז א טראפ טיפער... מ'רעדט נישט דא פון גראבן מיט א טרעקטער און א פארלייצטע גריב. ס'איז נאכאלץ זיס...
לעצט פאראכטן דורך בסד אום דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אשדוד
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:30 pm

תגובהדורך אשדוד » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:19 am

נעכטן האט מען אויסגעשמועסט וואס שמעון'ס מיינונגען זענען
אבער איך וואלט איינמאל פאר אלעמאל געוואלט הערן וואס פנחס מיינונגען זענען

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:21 am

אשדוד האט געשריבן:נעכטן האט מען אויסגעשמועסט וואס שמעון'ס מיינונגען זענען
אבער איך וואלט איינמאל פאר אלעמאל געוואלט הערן וואס פנחס מיינונגען זענען

;l;p-

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:21 am

בסד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויף די נעכטיגע שמועס איז שמעון כאטש מודה אז ער איז א לינקע, און ער מסביר פארוואס. אבער קיין ערקלערונג פארוואס ער מוז דאס אויסגעבן אין א פלאץ וואו מענטשן קומען אריין צו הערן טרוקענע פאקטן.

אגב, איך גיי ניסלעך פאר די אינטראוי... די פלאטשקע.... זייער זיס.


פארקערט, ער טענה'ט אז ער איז נישט קיין דעמאקראט בכלל. נאר האט א אייגענע מיינונג. ער וואלט זיך פאררופען אלס א דעמאקראט פון די 60'גער יארן, וואס די פארטיי האט געהאט אנדערע מיינונגען.

די טעמע איז שמעון'ס פארטיי אידילאגיע, אויך רעדט פון ארץ ישראל פאליטיק, אויך ווערט דערמאנט אומפיטשמענט.

די פלאטשקע איז זיס. אבער (נישט אז ס'מאכט אויס בכלל) וואלט זיך מער געלייגט אויפן שכל א קול ווי איינער זאגט, אה... ס'נישט אזוי פשוט, ס'איז א טראפ טיפער... מ'רעדט נישט דא פון גראבן מיט א טרעקטער און א פארלייצטע גריב. ס'איז נאכאלץ זיס...

אמת, איך האב טאקע נישט גענוצט די ריכטיגע ווארט. באט די פוינט איז אז ער האט קלאר ארויסגעזאגט אז ער רעדט נישט אביעקטיוו נאר לויט וויאזוי ער האלט.

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:29 am

די מעשה איז. ער דארף אפמאכן פארן רעדן. יעצט פארצייל איך נייעס אדער יעצט מאך איך א אנאליז. גיב נישט אנאליז אויף א אופן פון פארציילן נייעס. טאמער מאכסט א אנאליז, מוז כאטש פנחס גיבן די אנדערע צד. בכלל דארף פנחס רעדן אביסל מער.

מ'האט שוין ארויסגעברענגט דא, שמעון האט א חן. ער רעדט נישט מיט האס, ער פארציילט רואיג, אן טרייבן לצנות פון א אנדערע מיינונג.

ר' שמעון איז א אידיש קינד. אונז זעמער אידן, נישט קיין רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטען.

זאל ער האבן הצלחה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:48 am

אשדוד האט געשריבן:נעכטן האט מען אויסגעשמועסט וואס שמעון'ס מיינונגען זענען
אבער איך וואלט איינמאל פאר אלעמאל געוואלט הערן וואס פנחס מיינונגען זענען
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:49 am

היימישער הייקער האט געשריבן:אפרש שיחתי. שמעון איז א ידען נפלא, שטארק אויסגעקאכט אין 'קארענט איווענטס', א שטארקע דעמאקראט, און א געשמאקע רעדנער. זיינע שמועסן זענען באלערנד און ברענגן ארויס די לינקע פערספעקטיוו אויף די אישוס זייער קלאר. ביי אינז, וואס מען הערט כמעט נאר די רעכטע זייט מטבע, איז דערפרישנד צו הערן אז די לינקע זענען נישט אייביג משוגע, און זיי האבן אויך א צד, און קענען אפילו צימאל זיין גערעכט.

פנחס איז אויך א ידען נפלא, שטארק אויסגעקאכט און פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און אין היסטאריע, אן עכטען דזשורנאליסט וואס עס איז שווער צו דערשנאפן וואס ער האלט פערזענליך, און זיינע שמועסן עפענען אויף די קאפ צו פרישע באגריפן און ידיעות.

יעצט אז מען האט צאמגעשטעלט די צוויי צו אריין גיין א טראפ טיפער און דברים העומדים על הפרק, בינעך ממש אויפגעשפרינגן. א געוואלדיגע איינפאל! ווען מען רעדט פון א ברעקזיט למשל און מען טענה'ט זיך אהין און צוריק, איז כדי צו וויסן פשוט, ווען האצעך דאס אנגעהויבן, פארוואס איז דאס אזא פארפלאנטערטע סוגיא, וכו' וכו'. נאכן וויסן די פאקטן, קען מען זיך אנהייבן טענה'ן.

אבער אויב דאס איז טאקע די כוונה פון דעם אפטיילונג, מיז דאס זיין גענצליך אומפארטייאיש. איך וויל נישט הערט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, זיי מיר נאר מסביר פון וואס זיי רעדן. צוליב דעם איז די שטארקע איינזייטיקייט פון דעם שמועס זייער דיסעפוינטינג. איך האף אז זיי וועלן זיך צוריקשטעלן אויף די רעלסן.

1000%

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:50 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:איך אגרי מיט פעיק. שמעון, אפילו ער איז גענויגט פאליטיש צו איין זייט, איז ער אבער באטעמט אווסצוהערן, עס איז אהן קיין העיט, אדער אנריזענעבל, אין ער איז גרייט צו הערן פארקערט.

איך האב אים אויך זייער ליב צו הערן, פארוואס ווייס איך נישט, אפשר זיין צום פינטל מהלך פון רעדן.
אבער דאס פארנעפלטקייט צווישן פארטייאישקייט און פאקטן בלא יודעים.. איז א סיריעס אישו.
בנוגעה וואס פעיק שרייבט אז ער ברענגט פשוט ארויס די צווייטע צד פארשטיי איך נישט פונקטליך.. אפשר איז די מידיע פשוט די צווייטע צד פון די ריפובליקאנע פארטיי?... (דאס איז דאך די פשוטע באדייט פון דאפלטע סטאנדארטן!!),
אפיניען איז אפיניען!! אבער פאקט איז פאקט!! און סעלעקטן פאקטן מיינט איגנארירן פאקטן....!!(די נקודה איז אפילו אויף פעלזנס שמוסן) ובפרט דא אז דאס איז נישט קיין פאליטישע זאך סאיז בס"ה "א טראפ טיפער" סאו כפארשטיי נישט פונקטליך.

ווען דו וואלטסט געהערט די אנדערע טראמפ העיטערס דארט וואלטסטו זייער גוט פארשטאנען וואס איך מיין.

שמעון איז נישט די מידיא ער איז א ציווילער אנטי טראמפער. און זיין רעדן ברענגט ארויס אויף א נארמאלע אופן די אנטי טראמפ פרעספעקטיוו.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:15 am

פנים חדשות באו לכאן

טראפ_טיפער_1574101597.jpeg
טראפ_טיפער_1574101597.jpeg (60.17 KiB) געזעהן 1048 מאל


איינציגע פראבלעם איז נאר אז די גראפיקס רעפרעזענטירט נישט די אינהאלט..

צווייער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:51 pm

ווי איז די נעכטיגע אנאליז?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:56 pm

די טראפ האט עס דורכגעלעכערט.... ס'אריינגעפאלן "א טראפ טיפער" ווי ס'האט געדארפט...

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 2:23 pm

צווייער האט געשריבן:ווי איז די נעכטיגע אנאליז?


פאריגע וואך זונטאג איז אויך נישט געוון דאכט זיך

צווייער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 2:26 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:ווי איז די נעכטיגע אנאליז?


פאריגע וואך זונטאג איז אויך נישט געוון דאכט זיך

מהאט עס געמאלדן ערשט מאנטאג

טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 4:48 pm

צווייער האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:ווי איז די נעכטיגע אנאליז?


פאריגע וואך זונטאג איז אויך נישט געוון דאכט זיך

מהאט עס געמאלדן ערשט מאנטאג

מ'האט עס געמאלדן מאנטאג וירא און זינטאג חיי שרה איז נישט געווען

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

ב' תולדות נדחה

תגובהדורך בסד » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:41 am

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער :אימפיטשמענט הירינגס אין קאנגרעס #2
https://www.yiddish24.com/analysis/147/9847

צווייער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:39 pm

בסד האט געשריבן:א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער :אימפיטשמענט הירינגס אין קאנגרעס #2
https://www.yiddish24.com/analysis/147/9847

איינער ווייסט צו מקען דאונלאודן פון יודיש 24?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 4:05 pm

צווייער האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער :אימפיטשמענט הירינגס אין קאנגרעס #2
https://www.yiddish24.com/analysis/147/9847

איינער ווייסט צו מקען דאונלאודן פון יודיש 24?

נישט אפעציעל, אבער טעקניקלי קען מען. זע דא viewtopic.php?p=2040765#p2040765
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט