בלאט 1 פון 1

הערות על הבחינות

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 10:38 am
דורך להתחדד
דא קען מען אויסשמיסען הערות אויף די בחינה

בדרך כלל איז די שאלות פון די היינטיגע בחינה זייער גיט געווען

עס איז געווען א גוואלדיגע עולם

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 10:49 am
דורך ענדע צדיק!
זייער גרינגע שאלות. אפשר מאכט ביי תורתך אויך אזוינע גרינגע שאלות?

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 10:50 am
דורך ידיד
גראדע גאנץ גרינגע שאלות געווען דאס מאל (אדער האב איך דאס מאל בעסער גע'חזר'ט..).

---
ענדע האקט, אה בין איך נישט דער איינציגסטער וואס האט עס באמעקט.

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 11:02 am
דורך להתחדד
יא עס איז געווען גרינג

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 12:59 pm
דורך signout
גרינג צו ענטפרן ווען עס איז שווערע גמרות אין קאנטראסט צו מסכת ברכות וואס איז גרינגע גמרות וואס מען געדענקט נישט אזוי גיט ווייל מ'האט זיך נישט געפלאגט דערויף,

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:07 pm
דורך ידיד
איז דאס די זעלבע שאלות וואס מ'האט געגעבן ביי תורתך שעשועי אויף מס' שבת?

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:17 pm
דורך גלייכגילטיג
ידיד האט געשריבן:גראדע גאנץ גרינגע שאלות געווען דאס מאל (אדער האב איך דאס מאל בעסער גע'חזר'ט..).

---
ענדע האקט, אה בין איך נישט דער איינציגסטער וואס האט עס באמעקט.


יא, מסתמא האט עטץ דאסמאל בעסער גע'חזר'ט... אין מיינע אויגן זענען אלע שאלות ביז היינט געווען די זעלבע ווי יעצט.

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:29 pm
דורך שמעלקא טויב
ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער גרינגע שאלות. אפשר מאכט ביי תורתך אויך אזוינע גרינגע שאלות?


תורתך שאלות זענען נישט שווער, ס'איז נאר אסאך בלעטער גמרא וואס מאכט די זאך שווער, באמת זענען די שאלות נאר גמרא פשוט פשט!

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:32 pm
דורך וואטיצעך
עס איז טאקע נישט געווען אזוינע שווערע שאלות אבער מען האט געדארפט גוט חזר'ן עס צו קענען
ב"ה דער וואס מאכט די שאלות לייגט א גרויסע דגוש אז עס זאל זיין קלאר ארויסגעברענגט די שאלה (האלט איר נישט אזוי אדרבה לאזט אייך הערן)
די שאלות זענען ספעציעל אזוי געמאכט עס זאל זיין שוה לכל נפש ווי דער רבי מהר"א שליט"א האט געזאגט פארן עושה השאלות "דער ציל איז דאך אז מען זאל יא קענען"

---
שמעלקא האקט
הההםםםםם רוב ציבור זאגט אז עס וואלט יא געמעגט זיין גרינגערע שאלות

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:35 pm
דורך וואטיצעך
ידיד האט געשריבן:איז דאס די זעלבע שאלות וואס מ'האט געגעבן ביי תורתך שעשועי אויף מס' שבת?


ניין, פריש געמאכט געווארן פאריגע וואך

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:41 pm
דורך ידיד
פארוואס טאקע נוצט מען נישט די זעלבע? ווייל זיי ווילן געבן גרינגערע שאלות ווי תורתך, אדער ווייל מ'זאל נישט קענען האבן די שאלות פון פאראויס? (אדער וועגן ביידע?)

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 1:50 pm
דורך וואטיצעך
זעה מיין פריערדיגע תגובה
זיי לייגן א ספעציעלן דגוש עס זאל זיין קלאר און גרינג געפרעגט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 10, 2014 5:47 pm
דורך מיללער
בחצרות סאטמאר האט געשריבן:חתן וקרובי המשפחה שיחיו נעמען די
בחינה בחבורת יסודי התורה ביי א חתונה אין קרית יואל
אין אולם עקשטיין - די נאכט פון די בחינה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 10, 2014 6:07 pm
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:
בחצרות סאטמאר האט געשריבן:חתן וקרובי המשפחה שיחיו נעמען די
בחינה בחבורת יסודי התורה ביי א חתונה אין קרית יואל
אין אולם עקשטיין - די נאכט פון די בחינה


דאס איז דער באקאנטער מקוה איד אין קרית יואל ר' הלל ווייס ביי די חתונה פון זיין אייניקל דעם מאנטאג.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:05 pm
דורך זאכליך
מ'וואלט געקענט פרעגן א גוטע שאלה אויף די בחינה.

וועלכע צוויי פלעצער טענה'ט רבא פאר אביי רוב עמי הארץ מעשרין הן?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 7:00 pm
דורך וואטיצעך
דער עולם ווערט געבעטן צו שרייבן הערות
דאנקע

הערה על בחינה ראשון במסכת עירובין (כ״ג)

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:44 am
דורך אלף בית
כ׳האב געהערט פון א תלמוד חכם א הערה אויף איינע פון די שאלות אויף די ערשטע בחינה אין מסכת עירובין.

די שאלה איז אויך די גמ׳ דף ט. במחלוקת אביי ורבא בדין טלטול בין הלחיים (כ׳דענק נישט וועלכע מספר שאלה, ערגעץ צווישן די הוספות).
ווען איז רבא מודה אז מ׳טאר נישט מטלטל זיין בין הלחיים (ב׳ אופנים).
די תשובה איז: א. כשיש בה ד׳ על ד׳. ב. כשפתוח לכרמלית.

טענה׳ט ער, אז דאס וואס די גמרא פרעגט וכי תימא דאית ביה ד׳ על ד׳, איז נאר א הוה מינה און ס׳איז אין ערגעץ נישט משמע אז רבא זאל טאקע האלטן אז ווען ס׳זאל זיין ד׳ על ד׳ זאל מען דארפן א לחי אחר להתירו.
ער זאגט אז ער האט נאכגעקוקט אין די ראשונים און קיינער זאגט נישט אז רבא זאל אזוי האלטן.
נאכמער, אין שו״ע ווערט גע׳פסק׳ט אזוי ווי רבא אז מ׳מעג מטלטל זיין בין הלחיים. אבער נאר ווען ס׳איז פתוח לרה״ר הרבים און נישט ווען ס׳איז פתוח לכרמלית (כדברי רבא במסקנא).
אבער דאס אז אויב עס ד׳ על ד׳ זאל זיין אסור ווערט נישט דערמאנט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 6:09 pm
דורך אדיר איום
ווען איז די קומינדיגע בחינה ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:06 am
דורך אלף בית
אדיר איום האט געשריבן:ווען איז די קומינדיגע בחינה ?

היינט מאנטאג ואתחנן איז די בחינה אויף די לעצטע 10 בלאט אין מס׳ עירובין.

בחינות בחבירות יסודי התורה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:56 pm
דורך ניס קראכער
היינט נאכט קומט פאר די ערשטע בחינה אין מסכת פסחים
פון דף ב ע"א ביז י"א ע"א