פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר וויפיל פאעזיע'ס זאל מען קענען וואוטן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך ינואר 14, 2015 12:47 pm

נאר פאר איינס
14
26%
פאר צוויי
8
15%
פאר דריי
32
59%
 
סך הכול שטימען: 54

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג ינואר 18, 2015 7:02 pm

נו ווען דערלעבט מען שוין?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג ינואר 18, 2015 8:02 pm

גם אני בחלומי
כ'קען שוין "נישט" ווארטן
עפעס אפדעיטס
?
כאטש א עסטימעיט ווען
?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג ינואר 18, 2015 8:04 pm

בקרוב ממש אי''ה.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » זונטאג ינואר 18, 2015 8:18 pm

אויף גוטע צייטן
מען טוט זיך גרייטן
דא אין וועלטל
אין פאעזיע געצעלטל
יעדער דערינען
די פעדער צו שפינען
צו אהערשטעלן
קונסט צום קוועלן
נוצן טאלאנטן
הערליכע דיאמאנטן

זינטן פארציילן
די פארמעסט אויפשיילן
א פרייד נעסטיגט
די עולם באשטעטיגט
איינס נאכן צווייטן
מיר טוען זיך גרייטן
אפשרייבן סחורה
אריינלייגן אן עבודה
מיטארבעטן צינאזאם
אריינגיסן טעם

טייל מיט באדויער
די געזיכט זויער
נעמען נישט אנטייל
נישט ווייל
עפעס זיי צילן
אדער א שוואכע ווילן
נאר צוליב
א גרויסע שטוב
אדער אנדערע אורזאכן
וואס שאדן זיי מאכן

אדער ווייל
פארמאגן נישט די קוואל
אנדערע פאכן
טוען זיין די זאכן
זיי זענען באשאנקען
מיט אנדערע געדאנקען
נאטורליכע מעלות
און קיינער האט אלעס
זיי האבן רצונות
אבער נישט כשרונות

אט די אלע
זענען הויעך מגלה
אהן קיין שאלה
מיר שעצן אייער מעלה
בשיר ורננה נעלה
מיר דאנקען פאר אלעס
איהר זאלט ווערן נתעלה
און אלעס זיין בקלה
אזוי ביי חתן כלה
וואס מ'וואונטשט כל משאלות

און דא צימישט
די פעדער ציחישט
וואס משרייבט מ'ציווישט
פארן געניאלן נישט
געשטעלט טאן און טיש
געמאכט גרינג ווי א פיש
מאסיווער קאמפיין וויניש
קוואליטעט פיין און פריש
און אלע ארומיגע דיש
וואס אהן זיי איז דא גארנישט

מיר זענען קלאר!
און וואר
מיר קוקן שטארק ארויס
און שרייען אויס
איינמאל און נאכאמאל
אהן א צאל
קענעניש ווארטן מער
אויף דעם דערהער
פאעזיע פארמעסט
מיט אינהאלט די בעסט...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג ינואר 18, 2015 8:53 pm

שלום ביזט ריזיג

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג ינואר 18, 2015 9:00 pm

א דאנק אלע פאר די קאמפלימענטס ,כאניש געגלייבט אז ס'וועט ווערען א מיני פארמעסט דא......
דאס איז נאר א פריוויא פון וואס קומט, נאך אביסקעלע ליבע פריינט ,ווארטס נאר ווארטס, עס קומט
הערליכע געדאנקען,
טייערע געשאנקען,
ווי פרישע פאנקען,
געשמאקע געטראנקען,
באמבעס און טאנקען,
איר אלע וועט דאנקען.

אופס....
אנטשולדעגט,כ'האב עכט נישט געוואלט, דער קיעבאורד האט זיך מיר צולאזט.
שוין, שיק עס!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג ינואר 18, 2015 9:05 pm

אוי, ווי נעמט מען אן אמת'ער טייטש פאר 'אביסל'?

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » זונטאג ינואר 18, 2015 9:58 pm

"אביסל" לחוד "ואביסקעלע" לחוד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג ינואר 18, 2015 10:46 pm


אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג ינואר 18, 2015 11:15 pm

כאטש האט מען שוין דעם ארטווארק :roll:

לא'מיר האפען ס'וועט נישט דויערען צופיהל חדשים ביז מ'האט די פאעזיעס אליין געהעריג אין באזונדערע אשכולות דער עולם זאל קענען קאמענטירען און וואוטען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג ינואר 18, 2015 11:24 pm

Wow wow wow

כבין שפראכלאז

העמער אנהייבן צו ליינען.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:04 am

Wow וואונדערבאר, א אוצר, נישטא קיין ווערטער!

אויף אזאנס, באמת זיך נישט געראכטן
אזא מאסטער פיעסע, גאנץ א''וו איז באלאכטן

הערליך שיין
מלא חן

לענ''ד איז דאס א דורך-ברוך, אזא ליכטיקייט
ווערד גלאבאל צו ווערן פארשפרייט.

הערליכע הערצליכע יש''כ פאר ידידינו ר' נישט וסיעתו ר' גראם, אין אלע מיטהעלפער/גראפיקער, פאר די הערליכע נאבעלע ארבייט וואס זיי האבן אונז דא אהער געשאנקען.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:10 am

הערליך הערליך (מיינס איז נאך די שענסטע.... חחחח)
איך וויל זייער בעטן מ'זאל שון מאכן א אשכול מגיב צו זיין , ווייל דער פארמאסי איך מיין פארמעסט גייט פארלירן דעם גאנצן קאליר אויב גייט מען נישט קענען גאר אין גיכן וואוטן. דער עולם ליינט איינמאל און דארט בלייבט עס.

ראה היזהאנערטיך

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:12 am

זאלצי, מארגן אי''ה.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:22 am

אנעים זמירות האט געשריבן:כאטש האט מען שוין דעם ארטווארק :roll:

לא'מיר האפען ס'וועט נישט דויערען צופיהל חדשים ביז מ'האט די פאעזיעס אליין געהעריג אין באזונדערע אשכולות דער עולם זאל קענען קאמענטירען און וואוטען.

אקעי, כא'געהערט
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:34 am

איך זעה אז דו פארשטייסט נישט וואס איך וויל, וועל איך ברענגען וואס איך האב געשריבען איינעם אין אישי ווען ער האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב מגיב געוועהן מיט א שטאך.

זייער סימפעל, איך פלאג זיך און שרייב בחינם מיטען חשבון פון באקומען 'באצאלט' מיט תגובות (טאמער האבעך טאקע געטוהן א גוטע דזשאב). דער וועג וויאזוי איך גיי באקומען תגובות אויף מיינע ווערק איז ווען ער לייגט ארויס איינציגווייז איבער עטליכע טעג - אזוי ווי געלעגער האט געטוהן.
יעצט גייט מען קאמענטירען אויף די הערליכע גרעפיקס און אפשר דא און דארט אויף געוויסע פאעזיעס, אבער נישט מסודר, און ווען עס וועט ענדליך ארויסקומען אלץ צוזאמען וועט מען שוין האבען געהאט געליינט און דער חשק מגיב צו זיין וועט האבען געהאט אויסגעוועפט.

אדרבה, ביטע זאגט מיר איין נארמאלע סבה בעולם פארוואס מען איז געגאנגען קרום און ארויסגעשטעלט דער פארטיגע זאך איידער יעדע באשטאנדטייל פאר זיך.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:36 am

דאס אידישע ווארט פאר 'ארט' איז 'קונסט'.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:37 am

אנעים זמירות האט געשריבן:איך זעה אז דו פארשטייסט נישט וואס איך וויל, וועל איך ברענגען וואס איך האב געשריבען איינעם אין אישי ווען ער האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב מגיב געוועהן מיט א שטאך.

זייער סימפעל, איך פלאג זיך און שרייב בחינם מיטען חשבון פון באקומען 'באצאלט' מיט תגובות (טאמער האבעך טאקע געטוהן א גוטע דזשאב). דער וועג וויאזוי איך גיי באקומען תגובות אויף מיינע ווערק איז ווען ער לייגט ארויס איינציגווייז איבער עטליכע טעג - אזוי ווי געלעגער האט געטוהן.
יעצט גייט מען קאמענטירען אויף די הערליכע גרעפיקס און אפשר דא און דארט אויף געוויסע פאעזיעס, אבער נישט מסודר, און ווען עס וועט ענדליך ארויסקומען אלץ צוזאמען וועט מען שוין האבען געהאט געליינט און דער חשק מגיב צו זיין וועט האבען געהאט אויסגעוועפט.

אדרבה, ביטע זאגט מיר איין נארמאלע סבה בעולם פארוואס מען איז געגאנגען קרום און ארויסגעשטעלט דער פארטיגע זאך איידער יעדע באשטאנדטייל פאר זיך.

זייער שיין פון דיר....

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:49 am

אנעים זמירות האט געשריבן:יעצט גייט מען קאמענטירען אויף די הערליכע גרעפיקס...

דערווייל האב איך נאכנישט באקומען קיין איין קאמפלימענט אויף די גרעפיקס חוץ א שטויס...

ניטאמאל האב איך די געלעגענהייט צו געווינען דעם פארמעסט טראץ דעם וואס איך האב אריינגעלייגט מער שעות ווי אלע שרייבער צוזאמען... (נישט צוליב מיין אייגענע ווילן) :oops:
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:51 am

וועל איך זיין דער ערשטער צו קאמפלימענטירן!!!

די גראפיקס איז הערליך הערליך שיין!!!

דו דארפסט נישט קיין עדות דערויף. דער עולם זיצט צוגענאגלט און לייענט יעצט. באלד וועט יעדער אפיר קומען און קאמענטירן. (כך דרכם)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:57 am

און איך שטיי און וואונדער זיך פון ווי עס נעמט זיך אזא שלעכטקייט. האלטסט מען וועט נישט מחשיב זיין דיין ארבעט, הייסט די פילסט אז די האסט געארבעט אומזינסט, ביזטו נישט צופרידן אז די מעשה איז שוין אזוי, נאר ווילסט גאר מיטשלעפן אנדערע מיט דיר, אז דער גראפיקער זאל אויך אזוי שפירן, זאלסט האבן א שותף מיט דיין ווייטאג? אתמהה.

חוץ מזה מיין מיינונג איז פונקט פארקערט, גראפיקס איז אזאך וואס ברענגט ארויס די ווערטער, ממילא וויבאלד די פארמעסט איז דאך בעצם נישט אויפן גראפיק'ס וועמענס ארטיקל איז שענער אויסגעשטעלט אדער א שענער בילד, נאר די פארמעסט איז אויפן תוכן, וועלן די מגיבים זיך באצוען צום עיקר פונעם פארמעסט, און מן הסתם אויך מגיב זיין אז לגבי די גראפיק'ס. אבער צו זאגן אז מען גייט מאכן פונעם עיקר א טפל כמדומה דארף מען זיין אסאך מער ווי א שווארץ קוקער.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:02 am

יישר כח זאלצי פאר די קאמפלימענט!

וואס כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען, אז עס זענען דא וואס וויינען אויף איין שעה ארבעט וואס זיי האבן אינוועסטירט, ווייל אפשר וועלן זיי נישט געווינען דעם פארמעסט...

האב איך זיך ארויסגעברענגט (אין א [אומגעלונגענע] פרואוו) צו טרייסטן יענעם, אז עס איז נישט עק וועלט. איינער האט אריינגעלייגט צען מאל אזויפיל ארבעט און ער גייט זיכער נישט געוווינען דעם פארמעסט. און טראץ דעם אלעם רעד איך זיך נישט אפ.

און יא, גראפיק געבט פיל צי צום טעם פון פאעזיע. אדער מוז מען אייזעצן אז דו פארשטייסט צו גראפיקס א_ווי איך צו סושי...

---

למעלה האקט
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:13 am

ר' לאדיך.

אנעים האט דא א נקודה. כאטש ער האט עס הערשט יעצט דאס ערשטע מאל גוט ארויסגעברענגט.

מ'רעדט דא נישט פון געווינען א פארמעסט. מ'רעדט פון פערטיסיפעיטן אין א פארמעסט.

פונקט ווי ביי אנדערע פארמעסטן, איז די סיבה פארוואס א שרייבער שרייבט, ווייל ער וויל הערן פון אנדערע. (אפי' אויב ער געווינט נישט. יעדער ווייסט אז נאר איינער געווינט, און קיינער ווייס נישט וואס נאך אנדערע ברענגען. און איך וועל דיר זאגן קלאר אין מיין פאל לייג איך נישט צופיל ארבייט פשוט ווייל ס'איז נישט מיין פרנסה, און צייט איז נישט אלס דא)

אויב אבער מ'לייגט עס לכתחילה ארויס אזוי אין גראפיק, איז עס טאקע הערליך שיין, אבער דעם חלק "פארמעסט" ווערט שטארק פארלוירן. מענטשן זעצן זיך לייענען און מ'פרינט ארויס, און דארט ענדיגט זיך עס. און פאר א שרייבער קען דאס באדערן.

איך וועל מודה זיין אז לכתחילה האב איך נישט פארשטאנען וואס ער פארפירט אזוי, ביז ווען די ארבייט איז ארויסגעקומען, און איך האב געזעהן אז איך אליינס האב פארגעסן אז ס'איז א פארמעסט, און נאכן איברעלייענן זיינע לעצטערע תגובות האב איך באמערקט וואס ער מיינט, און ער האט א פוינט.

נאכאמאל! אנעים דארף אביסל אראפקומען מיטן טאן, אבער ער האט א נקודה.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:29 am

Wow wow הערליך הערליך! שכוח "נישט" און די איבעריגע חברה אנבליוועבל שיין

יעדער האט די עקסעס×

# ווער וויל נישט 'נישט'

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:44 am

זאלצי, פארשטאנען
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט