פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר וויפיל פאעזיע'ס זאל מען קענען וואוטן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך ינואר 14, 2015 12:47 pm

נאר פאר איינס
14
26%
פאר צוויי
8
15%
פאר דריי
32
59%
 
סך הכול שטימען: 54

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 6:25 am

ראשית כל איך האב בכלל נישט געקלערט צו געווינען דעם פארמעסט. נאך איידער איך האב אריינגעגעבען מיין פאעזיע האב איך געוואוסט עס זענען פארהאנען עטליכע שרייבער וואס זענען פיהל שטערקער און בעסער פון מיר, און דער קרוין וועט גיין פאר זיי. דאס האט מיך אבער נישט אפגעהאלטען פון אריינלייגען כוחות ווייל איך האב סה"כ געהאפט צו באקומען מיינע קאמפלימענטען און תגובות.

דער איינציגסטע וועג וויאזוי דאס קען געשעהן - סיי פאר מיר און פאר אלע אנדערע שרייבער - איז ווען יעדעמ'ס פאעזיע ווערט באזונדער ארויסגעשטעלט. ר' נישט אליין האט עס אויבען מדמה געוועהן צו שיינע מאלעריי וואס ווערט אויפגעגאנגען איטליכע אין זיין אייגענע שאוקעיס. למעשה האט ער געטוהן פונקט פארקערט און צוזאמענגעשטעלט אלעס אין איין דיקע קונטרס, וועלכע איז נישט מעגליך דורכצוליינען געהעריג און געניסען פון אלע, אויס דעם רבוי פון זיסווארג.

איך האב שוין פריער פארלאנגט מען זאל געהעריג ארויסגעבען יעדע פאעזיע באזונדער, איבער א געוויסע צאל טעג, ווייל דאס איז נישט מער ווי נארמאל. אזוי באקומט יעדע משתתף זיין ערליך פארדינטען אויפמערקזאמקייט, ווי אויך קענען די ליינער געהעריג שעצען יעדע פאעזיע. מאיזה סיבה שהיא האבען די אנפירער פונעם פארמעסט זיך נישט געוואלט וויסענדיג מאכען, און באשלאסען צו גיין פונקט קאפויער מיטען ארויסגעבען דעם פארטיגען קונטרס פריער. דערמיט האבען זיי בעולה'ט אלע משתתפים אינעם פארמעסט - ובתוכם אני - און דערפאר האב איך זיך אנגערופען.


יעצט א ווארט צו לאדיך,
איך האב דיך געזאגט עטליכע מאל פריער, סיי דא און סיי אין מער א פריוואטע פארנעם, אז עס איז מיר נישט ניחא וואס דו טוסט מיט (צווישען אנדערע) מיינע פאעזיעס. אויך האב איך קלאר ארויסגעברענגט אז טאמער וועסטו אריינלייגען כוחות שפעטער, אינעם ריכטיגע צייט, וועל איך עס שעצען און באדאנקען דערויף. ביזטו געגאנגען און ווייטער געטוהן ווי דיר געפעלט מיט אונזערע פאעזיעס און דו פארלאנגסט אנערקענונג?

זאלסט מיך אנטשלדיגען אבער דו קומסט מיך פאר ווי למשל ראובן פארט אוועק קיין אויסלאנד און דערווייל כאפט זיך שמעון אריין אין ראובן'ס דירה און נעמט זיך איבערקאלעכען די ווענט. ווען ראובן ווערט געוואויר דערפון רופט און און פארלאנגט שמעון זאל דאס נישט טוהן, אבער דער לעצטיגע לאכט זיך אויס און איז ממשיך 'לשם מצוה'. שפעטער ווען ראובן קומט צוריק האט שמעון דעם חוצפה צו פארלאנגען ראובן'ס הכרת הטוב, אמער ער האט געקאלעכט זיין דירה.

היעלה על הדעת אז שמעון זאל דא האבען א טענה, נאך ראובן האט איהם קלאר אנגעזאגט איינמאל און נאכאמאל אז דאס קאלעכען איז איהם מצער נישט פארקערט?

קום נישט יעצט שרייבען אז מען זאל דיך מכיר טובה זיין ווען מען האט דיך מודיע געווען פון פאראויס אז דיין 'טובה' איז א צער. און מיין נישט אז נאר איך האלט אזוי, ווייל לויט מיינע אישי'ס ווייס איך - און אזוי זאגט דער שכל - אז אנדערע משתתפים זענען אויך אנגעווייטאגט פארוואס מען האט נישט געהעריג ארויסגעשטעלט זייערע פאעזיעס אין באזונדערע אשכולות. זיי האבען פשוט מורא פון די עטליכע מאכערס, און ווילען זיך נישט אנרופען הויעך.



(אגב, דער שמועס צי גרעפיקס געבט צו אדער נישט קומט נישט דא אריין, ווייל לו יצויר אז עס געבט גאר אסאך צו, האלטען מיר אבער נישט ביי יענע שלב.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג ינואר 19, 2015 6:27 am

ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן
זעהן וואס שטייט דארטן

אזעלכע שיינע גרעפיק
ממש פערפיקט

יעדער א ווינקל א שיינער
נישט אויסגעלאזט קיינער

ווען איך ווייס ווען פריער דעם סוד
וואלט איך געווארט מיט געדולד עדי עד

אבער ואנכי לא ידעתי אינגאנצן
האב איך געטוהן דא ארומטאנצן

למעשה יעצט בלייבט מיר נאר צו זאגן א ווארט
פאר דעם עושה ומעשה, וואס האט יעדן געלייגט אויף זיין ארט

הרב נישט א יישר כח
כה לחי און וואקס הויעך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג ינואר 19, 2015 6:29 am

הרב אנימ'ל גלייך צופרי אזוי אריין צו שמייסן

כנראה קוים געווארט צו זעהן די ווערק

אבער איך פארשטיי דיין ווייטאג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:16 am

זאלץוואסער האט געשריבן:
נאכאמאל! אנעים דארף אביסל אראפקומען מיטן טאן.


גערעכט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:17 am

הרב אנעים איר זענט גערעכט מיט אייער נקודה אז מען וואלט עס געדארפט ארויפלייגן פריער.

אבער נישט מיט דעם
אנעים זמירות האט געשריבן:מאיזה סיבה שהיא האבען די אנפירער פונעם פארמעסט זיך נישט געוואלט וויסענדיג מאכען, און באשלאסען צו גיין פונקט קאפויער מיטען ארויסגעבען דעם פארטיגען קונטרס פריער. דערמיט האבען זיי בעולה'ט אלע משתתפים אינעם פארמעסט - ובתוכם אני - און דערפאר האב איך זיך אנגערופען.

איך בין נישט ברוגז. איך האב געשריבן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:29 am

איך וויל נישט אריינרעדן, אבער דעתי העניה זאגט אז מען זאל נישט קענענן וואטען אויף די פאזיע פארמעסט.
עס איז צופיל ארטיקלען ארויסגעגעבן אויף איינמאל אז מען זאל קענענן מאכען א אויפריכטיגע דעסיזשען וועלכע עס איז בעסער אא״וו.

ווי לאנג עס רעדט זיך פון 10 - 12 ארטיקלען איז נאך שייך אז מען זאל אויפכאפען און אפשאצען יעדע ארטיקעל עקסטער און מאכען א דעסישען וועלכע עס איז די בעסטע, אבער ווען מען רעדט פון איבער דרייסיג ארטיקלען אויף אמאל איז כמעט נישט מעגליך צו געבן די ריכטיגע אטענשען פאר יעדע ארטיקעל עקסטער, און אפילו עס וועט זיין וואטס וועט עס נישט זיין קיין אמת׳ע רעזולטאטען.

ענדערש זאל עס זיין ווי א מי מניחות אויסגאבע ווי יעדער זאל קענענן קאמענטירען אויפן עצם ארטיקעל, אבער אן וואטס.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:37 am

@ לאדיך ארויס, דיין ארבייט איז הערליך, @ נישט שכוח פאר די אדייע און פאר אנפירען מיטען פראגראם, דער עולם האט זיך אויס געגעבן די טאלאנטען און מיר אלע האבן הנאה דערפון..

די אויסגאבע איז הערליך, העכער אלע ערווארטונגען.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3473
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:01 am

די ארבעט איז עפעס אויסנאם, די גראפיק איז א שלימות, כקען נישט אבער נישט באשליסן וואס סזאל מיך מאכן שטימען פאר א פאום, די איידיע, די גראמען, די מחשבה, די מוסר השכל, די הויכע ווערטער, די פשטות, וכדו'.

הרב אנעים, איך פארשטיי נישט פארוואס איר האט זיך נישט באצייטנס ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט, ווען איר האט געזען אז די אנפירער נוצן נישט אייער ראט, און אליינס געפאוזט אייער ווערק.

איך האב זייער הנאה פון די ארבעט, און סמערסטע פונעם געדאנק אז פראפעשענל גרעפיקער וואס איך בין זיכער אז זיי מאכן גראפיק פאר פרנסה, זענען גרייט אריין צו לייגן אזא מאסיווע ווערק, אומזינסט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:10 am

WoW! הערליכע ארבייט אריינגעלייגט, ווערטערלאז!

א דאנק
א געשאנק
א פולע טאנק.









-----
טונקעלע ברילן אלערט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:16 am

ראיתי
ושמחתי
מהרתי
והדפסתי
והוצאתי
וחילקתי
ורשמתי
שנהנתי
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:21 am


אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:25 am

מיין פרינטער איז שוין באלד אווער היעטעד!!

@נישט איך ווייס נישט וויפל כוחות עס ליגט דערינען אבער דאס איז זיכער מער וויפל איך קען טראכטן. עס איז הערליך!! שיינע קאלעקציע! א ריזן דאנק אייך, דיין ארבעט וועט באצאלט ווערן פון הימל בכפל כפלים וויפל דו האס נאר געטראכט, און מיט א שמיץ אריבער!

@לאדיך די גראפיק'ס איז אנבעליוועבל, אויסטערליש שיין!! מען זעהט דיין ארבעט דערינען! אז מען לייגט אריין נעמט מען ארויס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:29 am

א'יך בין מוחה במחאה גמורה
נ'ישט געטון יושר וכשורה
ע'רעב אנעים, דער עולם איז אפסעט אויף אייך
י'ושר און הכרת הטוב נישטא אזא זאך?
מ'י און הארעווניע געט מען אזא אוועקמאך?

ז'יי מוחל מאך א פיוס כהלכה
מ'יטן געבן די מערכת זייער פארדינטע הערכה
י'א, הודה ולא בוש, אויף דעם טו איך צילן
ר'עכן דיך אביסל מיט יענעמ'ס געפילן
ו'ועלן מיר מסיים זיין בשורות האלו
ת'ודה מאד ערעב נישט, וכל העוסקים חלק כחלק יאכלו

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:30 am

איך גיימיר נישט באציען צום היציגען דעבאטע דא.....

איך וויל נאר באדאנקען אפאר אידען וואס זענען כמעט נישט געשלאפען די לעצטע צוויי וואכען, און אונז אהערגעשטעלט אזא מעסיוו שיינע קונטרס, וואס אנטהאלט די שענסטע און בעסטע אין פאזיע.

נישט, דיין געניטע פירעשאפט איז די סיבה וואס מיר שרייבער זעהען מעשה ידינו אויף אזא שיינע פארנעם, טויזענט שכח'ס וועט נישט זיין גענוג, פון דעסטוועגען, שכ'ח.

הרוצה בעילום שמו, וואס האט געשטיפט און געשוויצט דער פריאעקט זאל זיין מיט הצלחה,

לאדיך ארויס , צו זאגען אז כ'האב חרטה פארען מוטשענען.... ? נאכען זעהן די הערליכע ארבעט ,ווייס איך נישט ווי מ'קען דיר באצאלען.

גערעכטער, דיין טאלאנט וואס האט זיך דא צוגאסען איז אומשאצבאר ,איך קען מעיד זיין אז דו האסט עס נאר געטון, צו העלפען א איד...

הלשון א דאנק דיר אויך פאר דיין ארבעט.

עטס האטס געווינען דעם פארמעסט, מיט ענקערע גאלדענע מידות און ווארעם הארץ,וואס הגם ס'נישט געווען גרינג נאך א טאג ארבעט, אריין צו לייגען נאך שעות, האט איר עס געטון מיט א שמייכעל.

ס'מיר א כבוד און א זכי' צו האבען שייכות מיט אזעליכע אידען, זאל אייך דער בוכ"ע ענק באצאלען מיט פרנסה בשפע, לעכטיג נחת,געזונטע פרייליכע יארען, און עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלען.

החותם בהתפעלות,
אגרמ"ט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:53 am

איינס איז די שוואכסטע, פינף איז די בעסטע

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:50 am

ייש"כ פארען ארויפלייגען, ווי אויך פארען אנפירען דעם פארמעסט (אריינגערעכענט אלע אנפירער).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:52 am

איך טראכט, אפשר מאכט מען אזא געסינג געים, ווער סהאט געשריבן וואס.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:01 pm

לאדיך,

איך וויל עפאלאדזשייזען פאר דיר אזוי שארף אונטעררייסען. כאטש איך האב דירעקט געהאט עגמ"נ פון דיין קונטרס, האסטו דאס אבער געמאכט לשם מצוה אז אנדערע זאלען הנאה האבען, און דאס איז באגריסענדסווערד.

אגב דער ארבעט איז גאר געלונגען ווי אייביג ווען דו לייגסט צו א האנט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:21 pm

אזאנס!!??!! איך מיש מיין דיקשאנערי און איך קען נישט טרעפן די ווערטער ארויסצוברענגען מיינע הרגשים! ׳הערליך׳ איז צו ווייניג, ׳שיין׳ איז אונטערגעשאצט, ׳מייסטערווערק׳ זאגט עס נישט גענוג; אה! איך מיין איך האב עס: ׳אבנארמאלן הערליך שיינע מייסטערווערק׳!
א הערצליכען דאנק מקירות הלב פאר אלע עוסקים אין דעם ענין, און יישר כחכם פאר קומענדיגע אזעלכע אינטערסאנטע שפילן/פארמעסטן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:55 pm

אז מען האלט שוין דא!! WOW!!

כ'האב נישט געהעריג די ווערטער זיך אויסצודריקען מיין דאנק!

פארן ניק "נישט" וואס האט אנגעפירט מיטן פראיעקט. כ'מיין אויב כ'האב נישט קיין טעות אז עס איז די סוקסעסטפולע פארמעסט אין אייוועלט כהיום! אזויפיל משתתפים און באמת גוטע ווערק.

ווען עס איז א פארמעסט אין גראפיק, קענען נאר גראפיקער אנטייל נעמען, בינעך נישט קיין גראפיקער, שטיי איך אינדרויסן. און לכאורה וואלט איך געהאלטן אז די זעלבע איז מיט פאעזיע\גראמען. ווען עס קען די פאך, קען אנטייל נעמען.

דערוויילע האבן אנטייל גענומען אזויפיל חברה, אז כ'בין ממש נתפעל! כ'מיין אז רוב האבן אליין נישט געוויסט אז זיי קענען אזונס אהער שטעלן! פאר דעם אליין האט זיך עס געלוינט! ארויסצוברענגען א טאלאנט וואס איינער האט באהאלטן. און טאקע זיך פון דעם לערענען אז מען האט אסאך כוחות באהאלטן.

און די ניקס "א גראם מיט טעם", "לאדיך ארויס", "גערעכטער", "הלשון". וואס האבן ארויסגעהאלפן, און די וואס האבן צוגעשטעלט די קונטרס! יעדעס בלאט עקסטער איז צו צוקישן! די בעטעמטע גראפיקס לייגט א וועלט צו! און כ'טראכט אז עס איז למעשה א טובה אז עס איז ארויס אין א קונטרס קודם, ווייל אזוי ווי א נייע ניגון מוז מען הערן עטליכע מאל צו "דערהערן" די ניגון, און מען קען נישט פון איינמאל אפמאכען צו עס איז שיין אדער נישט, די זעלבע איז מיט די קאמפאזיציעס. מען ברויך עס עטליסט צוויי דריי מאל ליינען צו "דערטאפן" די שיינקייט פון יעדע עקסטער.

עקסטער די "קאלערפול" קאלעקציע פון טאפיקס! אלע ערליי! געדאנקען, התעוררת, מעשיות, געפילן וכו' וכו', ממש א נחת! און פאר דעם קומט די אוסערגעווענדלכע דאנק פאר אלע איינטייל נעמען למקטן ועד גדול! ישר כח גדול פארן אונז מהנה זיין.

נאכאמאל א ישר כח פאר די אנפירער פון די פאמעסט, פאר די אנפירער פון די גראפיק טיעם. און כ'מיין עס איז אין פלאץ דא צו באדאנקען בכלל ארענדאר פארן אונז אזוי שיין האלטן אין זיין שטעטל, און פאר די מנהלים און אחראים, בגלו ובסתר וואס האלטן די פלאץ אין ארדענונג.

כ'האב עס שוין אמאל געזאגט, אבער עס איז קיינמאל נישט גענוג. מיר וואלטן זיך געדארפט באדאנקען פאר זיי 10 מאל א טאג, נאר דאס קען מען נישט, פונקט ווי מען קען נישט זאגען אשר יצר נאך יעדע סוקסעספול אטעם!

אבער ביי אזא געלעגענהייט, איז עס פאסיק.

ישר כח אייך אלע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:59 pm

כדי צו פארגרינגערן מיטן זוכן ארטיקלען אויפן פד"ף, האב איך אנגעשטעלט אז מען קען אויף בלאט נומ. 2 אינעם מפתח קליקן אויף די פעידזש נומערן און ער וועט אוטאמאטיש ארויפשפרונגען יענע בלאט.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:37 pm

נאכנישט אנגעפאנגן ליינען. אבער א ריזן יישר כוח שרייט ארויס פון די טיפעניש פון מיין הארץ. אזאנס צוצושטעלן קומט נאר פון געפיל. אזויפיל קאפ און מוח אריין צולייגן.. פשוט WOW

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:52 pm

מען ברויך די סחורה אויפהענגען אויבן - עכ"פ צייטווייליג - נישט אז עס זאל ארום פליען.

#מיינונג פון איין מאן
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:53 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען ברויך די סחורה אויפהענגען אויבן - עכ"פ צייטווייליג - נישט אז עס זאל ארום פליען.

#מיינונג פון איין מאן

שכח פאר'ן שרייבן מיין מיינונג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:54 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען ברויך די סחורה אויפהענגען אויבן - עכ"פ צייטווייליג - נישט אז עס זאל ארום פליען.

#מיינונג פון איין מאן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט